סטיטשינער האט געשריבן:פרישע ניגון ארויס צום חתונה בבית וויזניץ סאטמאר דורך'ן מלחין חיים באנעט, ראש המשוררים בסערעט וויזניץ.
די ווארט מלחין איז גראבע עברית, אויב איינער ווייסט אנדערש זאל זיך ביטע אנרופן
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
סטיטשינער האט געשריבן:פרישע ניגון ארויס צום חתונה בבית וויזניץ סאטמאר דורך'ן מלחין חיים באנעט, ראש המשוררים בסערעט וויזניץ.
כל טוב האט געשריבן:סטיטשינער האט געשריבן:פרישע ניגון ארויס צום חתונה בבית וויזניץ סאטמאר דורך'ן מלחין חיים באנעט, ראש המשוררים בסערעט וויזניץ.
די ווארט מלחין איז גראבע עברית, אויב איינער ווייסט אנדערש זאל זיך ביטע אנרופן
ערנסטער האט געשריבן:און אויב אזוי ס'איז נישטא קיין טעם צו פארשן און זוכן וועלכער ווארט אין היינטיקן עברית איז א 'ריכטיקע' און וועלכע איז א 'פארדרייטע', ווייל די ווארט 'משכנתא' (וואס נוצט מען יעצט אין עברית פאר mortgage, ווייל דער באנק בארגט געלט צו קויפן א דירה און די דירה אליין נוצט פאר א 'משכון') איז אין אידעאלאגישן זין נישט בעסער פון דער ווארט 'חשמל' (וואס במקור - אין תנ"ך - א ודאי האט נישט קיין שום שייכות צו 'עלעקטרע'), און די ווארט 'משטרה' (פאליציי) איז נישט בעסער פון דער ווארט 'תיקו' (וואס אויך האט נישט קיין שייכות צו 'draw game' נאר מיינט - אין אראמיש - אז די פראגע וועט בלייבן שטיין).
ויליאם גילברט טבע את המילה הלטינית "אלקטריקוס" מהמילה היוונית "אלקטרון" שמשמעותה ענבר, לתיאור תופעת המשיכה של גופים קטנים לאחר שפשופם. בעקבותיו ובעקבות תרגום השבעים חידש יהודה לייב גורדון את המילה "חשמל" בעברית.
farshlufen האט געשריבן:דאס ווארט "לחן" טרעפט מען ביי די פריערדיגע פייטנים ווען צייכענען צו דער ניגון אויף וואס דער פיוט קומט געזונגען, אזוי איז ביי ר' ישראל נגארה, ביי ר' מנחם די לאנזונא ועוד.
ישרן האט געשריבן:סיזמער געווען איטערעסאנט אינעם איד הק' האבן זיי משנה געווען פון "שביל ר דוב" צו "דרך ר דוב".
ווי ליגט דער חשש ציונות אין שביל? זיי האבן ניט געלערנט די גמרא פון שני שבילין?
מיכל האט געשריבן:סימער אינטערעסאנט צו הערן.
מקור?
אליעזר לאנדא האט געשריבן:אהן אריין גיין אין דער עצם נושא איז למען הדיוק כדי דאס צו ברענגען, וראה
להודות האט געשריבן:מיכל האט געשריבן:סימער אינטערעסאנט צו הערן.
מקור?
אין שער הכוונות שטייט אז די פיוטים אזמר בשבחין און אסדר לסעודתא זענען "לחן מתי יבושר".
הערסט? האט געשריבן:ישרן האט געשריבן:סיזמער געווען איטערעסאנט אינעם איד הק' האבן זיי משנה געווען פון "שביל ר דוב" צו "דרך ר דוב".
ווי ליגט דער חשש ציונות אין שביל? זיי האבן ניט געלערנט די גמרא פון שני שבילין?
אין תהלים (עז, כ) שטייט ''בים דרכך ושבילך במים רבים ועקבותיך לא נדעו''. שרייבט דער מצודת ציון ושבילך - ענין מסילה ודרך. און אין מצודת דוד שרייבט ער ''כפל הדבר במלות שונות'', ער מיינט צו זאגן אז ''ושבילך במים רבים'' איז די זעלבע משמעות פון ''בים דרכך''.
און בדרך מליצה קען מען יעצט טייטשן, ושבילך - די ווארט שבילך זאל נוצן מיטן משמעות פון 'דרך', במים - טערף מען אין די תורה וואס נמשלה למים, רבים - אסאך מאל. אבער ועקבותיך - די וואס צוטרעטן די ווארט שביל, לא נודעו - ווייסן נעבעך נישט אז עס איז ריין לשון הקודש.
מיכל האט געשריבן:הגם איך בין אביסל מסופק אויב דאס איז די כונה פון לחן.
דהנה, אין שער הכונות אנפאנג פון דעם שטיקל זאגט ער ''ואחר האכילה היה נוהג מורי ז"ל לומר פזמון אחר בקול נעים...'', משמע אז ער האט עס בכלל נישט געזינגען.
אבער אן אנדערן פשט האב איך נישט, איז אלזא לכאורה מיינט דאס טאקע די מעלאדיע פונ'ם שיר.
להודות האט געשריבן:מיכל האט געשריבן:.
צ"ע פארוואס איר זענט מסתפק בדבר פשוט, ספעציעל ווען די דיוק אין "לומר" איז בכלל נישט שווער און דערצו האט איר נישט קיין אנדער פשט...
לכאורה זענט איר גערעכט. מען וועט מוזן זאגן אז עס פאסט מיר פשוט נישט אויפצוגעבן...
אגב, די "לחן מתי יבושר" איז נישט באקאנט.
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=45981
אוראייניקל האט געשריבן:אין מס' יומא כב. ווי רש"י איז מסביר די פייס אין ביהמ"ק שרייבט רש"י
"מקיפין ועומדין בעגולה בא הממונה ונוטל מצנפת מעל ראש של אחד מהן וממנו פייס מתחיל לימנות ומוציא כל אחד ואחד אצבעו למנין והממונה אומר כל שהמנין כלה בו הוא זוכה ומוציא מפיו מנין או מאה או ששים הרבה יותר משהיו שם הכהנים ומתחיל למנות מזה שנטל מראשו המצנפת וסובב והולך ומונה וחוזר חלילה עד סוף המנין ומי שהמנין כלה בו הוא הזוכה".
און ס'שטייט טאקע נישט "מספר"
להודות האט געשריבן:אליעזר לאנדא האט געשריבן:אהן אריין גיין אין דער עצם נושא איז למען הדיוק כדי דאס צו ברענגען, וראה
אהן אריינגיין וכו' איז כדאי צו וויסן אז "למען הדיוק" און "ראה" זענען איווריט.
חנן האט געשריבן:נושא
סענסיטיוו האט געשריבן:לענין האשכול,
דאס איז דאך קלאר אז דער הייליגע לשון עברי, שבו ניתנה תורה לישראל, ווערט פארברייטערט אין יעדע דור, סיי דורך ספרים וסופרים תורניים, און סיי דורך עמך בית ישראל דוברי לשון הקודש, און ס'איז ממש חבל על הזמן (ליטערלי!) צו נאכגיין יעדע ווארט מיט חקירות און דרישות פונקטליך אין וועלכע דור עס איז אריין אינעם שפראך.
נאר וואס דען, א ווארט וואס איז מפורסם אלץ א חידוש פון משנאי ה', און ס'איז שם בעליהם עליו בפי כל, דאס האט אפשר אן ענין נישט צו נוצן, ונהרא נהרא ופשטיה,
(און דער חזו"א כאטש ס'איז אים נישט געפאלן דאס ווארט "חשמל" אויף עלעקטריק, דאך נוצט ער עס אין ספר).
סענסיטיוו האט געשריבן:לענין האשכול,
דאס איז דאך קלאר אז דער הייליגע לשון עברי, שבו ניתנה תורה לישראל, ווערט פארברייטערט אין יעדע דור, סיי דורך ספרים וסופרים תורניים, און סיי דורך עמך בית ישראל דוברי לשון הקודש, און ס'איז ממש חבל על הזמן (ליטערלי!) צו נאכגיין יעדע ווארט מיט חקירות און דרישות פונקטליך אין וועלכע דור עס איז אריין אינעם שפראך.
נאר וואס דען, א ווארט וואס איז מפורסם אלץ א חידוש פון משנאי ה', און ס'איז שם בעליהם עליו בפי כל, דאס האט אפשר אן ענין נישט צו נוצן, ונהרא נהרא ופשטיה.
farshlufen האט געשריבן:סענסיטיוו האט געשריבן:לענין האשכול,
דאס איז דאך קלאר אז דער הייליגע לשון עברי, שבו ניתנה תורה לישראל, ווערט פארברייטערט אין יעדע דור, סיי דורך ספרים וסופרים תורניים, און סיי דורך עמך בית ישראל דוברי לשון הקודש, און ס'איז ממש חבל על הזמן (ליטערלי!) צו נאכגיין יעדע ווארט מיט חקירות און דרישות פונקטליך אין וועלכע דור עס איז אריין אינעם שפראך.
נאר וואס דען, א ווארט וואס איז מפורסם אלץ א חידוש פון משנאי ה', און ס'איז שם בעליהם עליו בפי כל, דאס האט אפשר אן ענין נישט צו נוצן, ונהרא נהרא ופשטיה.
"עברי" שבו ניתנה תורה?
לשון עברי לחוד ולשון הקודש לחוד