ביינונז שרייבט מען אויפן. נישט אויפ'ן.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 30, 2023 3:51 pmפארוואס שרייבט מען נישט ביי'ם, אזוי ווי מען שרייבט אויפ'ן?
אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- איל_משולש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4734
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: אמעריטשקע.
- פארבינד זיך:
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9997
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

און פאר'ן?איל משולש האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 30, 2023 4:21 pmביינונז שרייבט מען אויפן. נישט אויפ'ן.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 30, 2023 3:51 pmפארוואס שרייבט מען נישט ביי'ם, אזוי ווי מען שרייבט אויפ'ן?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- איל_משולש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4734
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: אמעריטשקע.
- פארבינד זיך:
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
פארן.
נישט פאר'ן.
חוץ אין געוויסע אויסנאמען.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9997
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
ווי למשל?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
לענ"ד איז יא כדאי אנצוהאלטן דעם שטרעכל ביי פאר'ן, כדי נישט צו פארטוישן מיט פאָרן, אבער נהרא נהרא ופשטיה.
ולגוף הקושיא, ווענדט זיך ווילאנג א צוזאמגעשטעלע ווארט דרייעט זיך ארום, ביז ס'ווערט ממש איינס (און אויך איז עס תלוי אין אזעלכע חשבונות, ווי דערמאנט).

- הארי פלארי
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4441
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
ווענצעך בעפאר צי פארנט.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 30, 2023 5:27 pm
אזוי מיינעך.
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9997
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
פאר'ן איז א קיצור פון פאר-דעם, טא וואס זאל חל זיין א חילוק?הארי פלארי האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 30, 2023 5:29 pmווענצעך בעפאר צי פארנט.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 30, 2023 5:27 pm
אזוי מיינעך.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- איל_משולש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4734
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: אמעריטשקע.
- פארבינד זיך:
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
האבעך נישט קיין משל אויף די מינוט.
אבער טיילמאל לויט די ווערטער פארדעם און נאכדעם, שטימט יא בעסער מיט א שטרעכל.
פרעג נאר מאניש...
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 941
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: מאחורי הפרגוד
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
אויסלייג און גראמאטיק איז - דערווייל עכ"פ - נישט קיין פלעקסיבל זאך וואס ווענדט זיך ווי אזוי זאכן שטימען בעסער...
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
-
- שר מאה
- תגובות: 223
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
- לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
האט קיין שיכות מיט די ווערטער פארדעם און נאכדעם.
אן אויבערשטריכל קומט פאר אן ענדע-נין, ווען עס איז א פארקירצונג פון צוויי ווערטער.
צום ביישפיל, "פארן לינקס" מיינט פארן אויפ'ן לינקן זייט. "פאר'ן לינקס" מיינט "פאר-דעם לינקס" איידער דעם לינקס. די ענדע-נין רעפרעזענטירט "דעם". (אמאל פלעגט מען זאגן "דען" פאר'ן היינטיגן "דעם" צב"ש "פאר-דען לינקס")
(יא @גרשון?)
לעצט פארראכטן דורך א ברעקעלע שכל אום דינסטאג מאי 09, 2023 1:28 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
-
- שר מאה
- תגובות: 223
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
- לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
ענליך איז מיט'ן שטריכל נאך א סמך, וואס פארטרעט דאס ווארט "עס"א ברעקעלע שכל האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 30, 2023 6:19 pmהאט קיין שיכות מיט די ווערטער פארדעם און נאכדעם.
אן אויבערשטריכל קומט פאר אן ענדע-נין, ווען די עס איז א פארקירצונג פון צוויי ווערטער.
צום ביישפיל, "פארן לינקס" מיינט פארן אויפ'ן לינקן זייט. "פאר'ן לינקס" מיינט "פאר-דעם לינקס" איידער דעם לינקס. די ענדע-נין רעפרעזענטירט "דעם". (אמאל פלעגט מען זאגן "דען" פאר'ן היינטיגן "דעם" צב"ש "פאר-דען לינקס")
סארט - א געוויסע מין
ס'ארט - עס ארט, עס טוט וויי
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
שרייבט מען אין יודיש אפיס אן א 'ו' אדער אופיס מיט א 'ו'?
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
העיקר האב איך גוט געשריבן, שכ'ח
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
שאלה פין אן עם הארץ ווען ניצט מען צו אין ווען צו?
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
"צו" האט צוויי טייטשן, איינס ווען ראובן גייט "צו" שמעון, און צוויי, ווען עס איז שוין "צו" הייס. "צי" נוצט מען ווען מ'איז נישט זיכער אזוי "צי" אזוי.
דער כלל ווערט בעיקר געשטופט דורך "מעלות", אבער עס זענען נאך דא שרייבערס מומחים וואס נוצן "צו" איבעראל.
איך האף אז ס'האט אייך געהאלפן.
(בדרך אגב, אלס א הערה וואס איז געצילט צו די אפטערע אנטיילנעמער, איז עס נישט אינטערעסאנט אז "מעלות" פון חודש אייר האט צום ערשטן מאל איבערגעטייטשט "טראנסליטעראציע"?)
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
איך וואונדער זיך אויפ'ן ווארט "נעבעך" צי ס'איז א שם דבר און ס'באלאנגט אזוי, אדער איז נאר "נעב" דער שם דבר, און ממילא וואלט עס באמת געדארפט געשריבן ווערן "נעביך". און על הצד אז ס'איז אזוי, האט נישט קיין פשט צו שרייבן "נעבעכדיג" ווייל "נעביך" מיינט שוין באמת דאס וואס מיר ווילן ארויסברענגען ווען מיר שרייבן "נעבעכדיג".
פארשטייט זיך אז איך פרעג להלכה ולא למעשה, ווייל נישט אלעס קען מען טוישן אפילו ווען ס'איז א זיכערע טעות, כידוע ליודעים (ראה ערך: 'דאקטוירים' ועוד).
און ברענגטס מיר ביטע נישט קיין ראיה פונעם ירושלימ'ער "נעבאך", ווייל זיי זאגן אויך "קינדערלאך" און "פונקטלאך".
פארשטייט זיך אז איך פרעג להלכה ולא למעשה, ווייל נישט אלעס קען מען טוישן אפילו ווען ס'איז א זיכערע טעות, כידוע ליודעים (ראה ערך: 'דאקטוירים' ועוד).
און ברענגטס מיר ביטע נישט קיין ראיה פונעם ירושלימ'ער "נעבאך", ווייל זיי זאגן אויך "קינדערלאך" און "פונקטלאך".
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
וואס איז די ריכטיגע אויסלייג פאר בעטערי - בעטעריע - בעטארי - בעטאריע?
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
עם הארץ קשיא.
(משה) מארגארעטין אדער מארגארעטן?
(משה) מארגארעטין אדער מארגארעטן?
- רויטע קרעיאן
- שר מאה
- תגובות: 214
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
בעטערי.
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.

מארגארעטן.
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 941
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: מאחורי הפרגוד
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
אדער באטעריע...
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 941
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: מאחורי הפרגוד
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
וואס מאכט דיך טראכטן אז "נעב" איז א לעגיטימער ווארט?המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 10, 2023 1:18 amאיך וואונדער זיך אויפ'ן ווארט "נעבעך" צי ס'איז א שם דבר און ס'באלאנגט אזוי, אדער איז נאר "נעב" דער שם דבר, און ממילא וואלט עס באמת געדארפט געשריבן ווערן "נעביך". און על הצד אז ס'איז אזוי, האט נישט קיין פשט צו שרייבן "נעבעכדיג" ווייל "נעביך" מיינט שוין באמת דאס וואס מיר ווילן ארויסברענגען ווען מיר שרייבן "נעבעכדיג".
פארשטייט זיך אז איך פרעג להלכה ולא למעשה, ווייל נישט אלעס קען מען טוישן אפילו ווען ס'איז א זיכערע טעות, כידוע ליודעים (ראה ערך: 'דאקטוירים' ועוד).
און ברענגטס מיר ביטע נישט קיין ראיה פונעם ירושלימ'ער "נעבאך", ווייל זיי זאגן אויך "קינדערלאך" און "פונקטלאך".
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
ס'איז דא אן ענגליש ווארט nebish, וואס דארף זיין אפגעטייטשט פון nebich, און דאס מאכט מיך טראכטן אז אפילו דער היינטיגער פרויענישער "נעב" איז גאנץ זיכער א נייער סלענג, דאך איז עס במקורו אפשר יא אזוי געווען.יחליצך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 10, 2023 8:10 pmוואס מאכט דיך טראכטן אז "נעב" איז א לעגיטימער ווארט?המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 10, 2023 1:18 amאיך וואונדער זיך אויפ'ן ווארט "נעבעך" צי ס'איז א שם דבר און ס'באלאנגט אזוי, אדער איז נאר "נעב" דער שם דבר, און ממילא וואלט עס באמת געדארפט געשריבן ווערן "נעביך". און על הצד אז ס'איז אזוי, האט נישט קיין פשט צו שרייבן "נעבעכדיג" ווייל "נעביך" מיינט שוין באמת דאס וואס מיר ווילן ארויסברענגען ווען מיר שרייבן "נעבעכדיג".
פארשטייט זיך אז איך פרעג להלכה ולא למעשה, ווייל נישט אלעס קען מען טוישן אפילו ווען ס'איז א זיכערע טעות, כידוע ליודעים (ראה ערך: 'דאקטוירים' ועוד).
און ברענגטס מיר ביטע נישט קיין ראיה פונעם ירושלימ'ער "נעבאך", ווייל זיי זאגן אויך "קינדערלאך" און "פונקטלאך".
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
אין מעלות איז אמאל געשטאנען אז דאס ווארט "נעבעך" שטאמט פון "ניט ביי אייך", איך געדענק אבער נישט צי זיי האבן דאס געשריבן בתורת טעאריע אדער דאס איז טאקע א קראנטע זאך.