אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 4:08 pm
איין פארשער, צוויי פארשערס.
wראנג.

דאס איז איין חסרון פון אידיש אז מענטשן געפונען פאר ריכטיג צו שטעלן די שפראך כללים וויאזוי עס געפעלט זיי.

ביי ענגליש וועסטו נישט טרעפן מענטשן ארגומענטירן ״איך האלט אז מ׳זאגט deers אויף עטליכע הערשן״..

וואס מאכט אייך זאגן אז עטליכע פארשער זענען פארשערס?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

היסטאריש האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 5:00 am
דער גלאָק האט געשריבן:
אויף תכלית מיט יואל פעלזן זאגט איר אז ביי רוב ווערטער אין אידיש שרייבט מען יא אין לשון רבים א ס' צום סוף, ווי 'שרייבערס' און 'ארבעטערס', און נאר ביי געציילטע ווערטער ווי 'בריוו' לייגט מען נישט צו קיין אות פאר לשון רבים.
און ווי איר זאגט און ווי הלבלר האט שוין אנגעמערקט שרייבט מען ביי 'ברידער' זיכער נישט מיט קיין ס', ווייל דער יחיד איז א 'ברודער' און דער רבים 'ברידער'. אבער וואס איז דער הלכה ביי אנדערע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א ר', וואו נוצט מען עס יא און וואו נישט, און ביטע אויב קענט איר אויסקלארן פארוואס?
ווי איך ווייס, כמעט יעדע 'ער' צום סוף קומט נישט קיין ס' פאר א לשון רבים. ס'איז פשוט די זעלבע יחיד ורבים. לעצטנס זענען אסאך זיך טועה, אבער אזוי פלעגט זיין אמאל.

ברידער
אראבער
שרייבער
גראמער
פארשער
(ווייבער)
ארבעטער
הערשער
העלפער

ס'דא אויסנאמען, ווי גאווערנאר, ווייל ס'איז נישט קיין אידישע ווארט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יצחק אייזיק האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 4:41 pm
היסטאריש האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 5:00 am
דער גלאָק האט געשריבן:
אויף תכלית מיט יואל פעלזן זאגט איר אז ביי רוב ווערטער אין אידיש שרייבט מען יא אין לשון רבים א ס' צום סוף, ווי 'שרייבערס' און 'ארבעטערס', און נאר ביי געציילטע ווערטער ווי 'בריוו' לייגט מען נישט צו קיין אות פאר לשון רבים.
און ווי איר זאגט און ווי הלבלר האט שוין אנגעמערקט שרייבט מען ביי 'ברידער' זיכער נישט מיט קיין ס', ווייל דער יחיד איז א 'ברודער' און דער רבים 'ברידער'. אבער וואס איז דער הלכה ביי אנדערע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א ר', וואו נוצט מען עס יא און וואו נישט, און ביטע אויב קענט איר אויסקלארן פארוואס?
ווי איך ווייס, כמעט יעדע 'ער' צום סוף קומט נישט קיין ס' פאר א לשון רבים. ס'איז פשוט די זעלבע יחיד ורבים. לעצטנס זענען אסאך זיך טועה, אבער אזוי פלעגט זיין אמאל.

ברידער
אראבער
שרייבער
גראמער
פארשער
(ווייבער)
ארבעטער
הערשער
העלפער

ס'דא אויסנאמען, ווי גאווערנאר, ווייל ס'איז נישט קיין אידישע ווארט.
כאב געלייקט

אבער נאכן לעזן ס'חתימה לייק איך מיט א גרינע

;l;p-
אוועטאר
קאריץ
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 3:10 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאריץ »

חיים זילבער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 5:41 pm
יחליצך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 5:11 pm
חיים זילבער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:32 pm
ווארשיינלעך קומט דער סופיקס ׳לעך׳ אויסגעלייגט - לעך, און נישט ׳ליך׳, ווייל די וואקאל שווא איז א פארווייכונג פון א סגול און נישט פון א חיריק.
נאכדערצו רעדן די ארץ-ישראל׳דיגער יא ארויס דעם ׳לעך׳ ווי א סגול (זיי האבן נישט קיין וואקאל שווא אין אידיש).
קודם כל אין דויטש איז עס אויך 'ליך'. טעגליך איז täglich.
צווייטנס, די ירושלימ'ער זאגן עס גראדע ווי א פת"ח! ("פרעילאך")
אגב, אפשר ווייסטו פארוואס זיי זאגן "ער האט אסאך מיילעס (מעלות)"? וואו האבן זיי פארשאפט דעם ציר"י? (נאכדעם וועט מען דן זיין צי מ'קען עפעס בויען אויף זיי...)
די ירושלימ׳ער האבן נישט קיין לאנגע פתח ביים וואקאל ׳פתח יוד׳ - יַי נאר ווי אין כדאַי, לדוגמה: וויַין, אונז רעדן ארויס - וואַאַן, און דער ירושלימ׳ער - וואַין. דערפאר ביי מעלות וואס דער וואקאל איז א לאנגע פתח לפי די חסידישע אידיש, רעדט עס ארויס די ירושלימ׳ער מאַילעס.
די אות "ע" ווען ס'איז געפינטלט מיט א "חטף-פתח", זאגט מען אין אסאך דיאלעקטן פון לשון הקודש א קוועטש כמו איי.
די סיבה דערצו איז, אז די חילוק אין סאונד פון אן "א" צו אן "ע", איז אז דער אלף האט א שוואכע סאונד, און אן עין האט א שטארקערע און טיפערע [מער אריין אין האלז' סאונד.

ביי אונזערע חסידישע קרייזן ווייסט מען כמעט נישט פון אזא חילוק, אבער ביים חטף-פתח-עין, זענען נאך געווען אידן, בפרט פון די מער רוסישע טייל פון אייראפע, וואס האבן געקוועטשט דערויף.

אסאך חזנים וועלן אויסזינגען "הושיינא, למענך וכו'"
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אין דייטש לייגט מען נישט קיין ס' ביי די ווערטער, אבער אין אידיש האט מען עס שפעטער צוגעלייגט, און אזוי שרייבן די יידישע ווערטערביכער.

ס'איז שווער צו זאגן וועלכע ס'איז ריכטיגער. אויב האלט מען זיך מער דייטשיש, דאן קומט עס אן דעם ס', ווידער מיט'ן ס' האט א מעלה אז לשון-יחיד און לשון-רבים האבן אן אנדער ווארט. ס'איז אבער נאריש צוצוגלייכן אהער טיש און לאקשן. אויב שוין יא, זאל זיין שטותים און לאקשן.

שמעון ראלניצקי און יעקב יוסף סירקוס וועלן ליבערשט קוקן אין די ווערטערביכער, ממילא איז פארשטענדליך פארוואס זיי שרייבן מיט'ן ס'.

אונטערשטע שורה, דאס זענען פון די זאכן אין אידיש שאין להם הכרע, און ס'וואלט נויטיג געווען ס'זאל ווערן עטאבלירט. דערווייל זאל מען זען צו זיין קאנסעקווענט; אז נישט שטעכט עס די אויגן. נישט ווייניג טרעף איך אין דעם זעלבן ארטיקל ארבעטער און ארבעטערס אד"ג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5518
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קאנסעקווענט מיינט קאנסיסטענט? נישט געוואוסט.

שכח @גרשון
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

רינגל האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 4:34 pm
המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 4:08 pm
איין פארשער, צוויי פארשערס.
wראנג.

דאס איז איין חסרון פון אידיש אז מענטשן געפונען פאר ריכטיג צו שטעלן די שפראך כללים וויאזוי עס געפעלט זיי.

ביי ענגליש וועסטו נישט טרעפן מענטשן ארגומענטירן ״איך האלט אז מ׳זאגט deers אויף עטליכע הערשן״..

וואס מאכט אייך זאגן אז עטליכע פארשער זענען פארשערס?
ניין. ווייל deer מיינט לכתחילה די גאנצע הערשן-מין.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יצחק אייזיק האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 4:41 pm
היסטאריש האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 5:00 am
דער גלאָק האט געשריבן:
אויף תכלית מיט יואל פעלזן זאגט איר אז ביי רוב ווערטער אין אידיש שרייבט מען יא אין לשון רבים א ס' צום סוף, ווי 'שרייבערס' און 'ארבעטערס', און נאר ביי געציילטע ווערטער ווי 'בריוו' לייגט מען נישט צו קיין אות פאר לשון רבים.
און ווי איר זאגט און ווי הלבלר האט שוין אנגעמערקט שרייבט מען ביי 'ברידער' זיכער נישט מיט קיין ס', ווייל דער יחיד איז א 'ברודער' און דער רבים 'ברידער'. אבער וואס איז דער הלכה ביי אנדערע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א ר', וואו נוצט מען עס יא און וואו נישט, און ביטע אויב קענט איר אויסקלארן פארוואס?
ווי איך ווייס, כמעט יעדע 'ער' צום סוף קומט נישט קיין ס' פאר א לשון רבים. ס'איז פשוט די זעלבע יחיד ורבים. לעצטנס זענען אסאך זיך טועה, אבער אזוי פלעגט זיין אמאל.

ברידער
כנ"ל
יצחק אייזיק האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 4:41 pm
אראבער
די פראפעסיאנאלע מגיהים שרייבן, אראבערס
יצחק אייזיק האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 4:41 pm
שרייבער
די פראפעסיאנאלע מגיהים שרייבן, שרייבערס
יצחק אייזיק האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 4:41 pm
גראמער
די פראפעסיאנאלע מגיהים שרייבן, גראמערס
יצחק אייזיק האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 4:41 pm
פארשער
די פראפעסיאנאלע מגיהים שרייבן, פארשערס
יצחק אייזיק האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 4:41 pm
(ווייבער)
דאס איז טאקע אזויווי ברודער, ווייל ס'האט זיך שוין געטוישט פון ווייב צו ווייבער, דארף מען נישט נאך א היכר פאר לשון רבים. און פון דאס איז טאקע נשתרבב געווארן דער טעות, דורך אזעלכע וואס האבן נישט געוואוסט דעם חילוק.
יצחק אייזיק האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 4:41 pm
ארבעטער
די פראפעסיאנאלע מגיהים שרייבן, ארבעטערס
יצחק אייזיק האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 4:41 pm
הערשער
די פראפעסיאנאלע מגיהים שרייבן, הערשערס
יצחק אייזיק האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 4:41 pm
העלפער
די פראפעסיאנאלע מגיהים שרייבן, העלפערס
יצחק אייזיק האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 4:41 pm
ס'דא אויסנאמען, ווי גאווערנאר, ווייל ס'איז נישט קיין אידישע ווארט.
ממילא האבן אפילו די וואס זענען זיך טועה לגבי דעם גאנצן, געבליבן מיטן אריגינאלן אויסגעהאלטענעם וועג, יא צו שרייבן גאווערנארס.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

גרשון האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 5:32 pm
אין דייטש לייגט מען נישט קיין ס' ביי די ווערטער, אבער אין אידיש האט מען עס שפעטער צוגעלייגט, און אזוי שרייבן די יידישע ווערטערביכער.

ס'איז שווער צו זאגן וועלכע ס'איז ריכטיגער. אויב האלט מען זיך מער דייטשיש, דאן קומט עס אן דעם ס', ווידער מיט'ן ס' האט א מעלה אז לשון-יחיד און לשון-רבים האבן אן אנדער ווארט. ס'איז אבער נאריש צוצוגלייכן אהער טיש און לאקשן. אויב שוין יא, זאל זיין שטותים און לאקשן.

שמעון ראלניצקי און יעקב יוסף סירקוס וועלן ליבערשט קוקן אין די ווערטערביכער, ממילא איז פארשטענדליך פארוואס זיי שרייבן מיט'ן ס'.

אונטערשטע שורה, דאס זענען פון די זאכן אין אידיש שאין להם הכרע, און ס'וואלט נויטיג געווען ס'זאל ווערן עטאבלירט. דערווייל זאל מען זען צו זיין קאנסעקווענט; אז נישט שטעכט עס די אויגן. נישט ווייניג טרעף איך אין דעם זעלבן ארטיקל ארבעטער און ארבעטערס אד"ג.
קומט אריין די וויכטיגקייט אז ס'פעלט אויס צו זיין א חילוק צווישן יחיד און רבים, און מאכט שטערקער דעם צד וואס האלט אז מ'דארף נאכגיין דעם אלטן אידיש און נישט דעם אלטן דייטש.

כנ"ל, אם כי אינני ראוי להכריע בין ההרים הגדולים.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 9:58 pm
די פראפעסיאנאלע מגיהים שרייבן, פארשערס.
זאג איך אז נישט.

וואס נאך?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 10:01 pm
גרשון האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 5:32 pm
אין דייטש לייגט מען נישט קיין ס' ביי די ווערטער, אבער אין אידיש האט מען עס שפעטער צוגעלייגט, און אזוי שרייבן די יידישע ווערטערביכער.

ס'איז שווער צו זאגן וועלכע ס'איז ריכטיגער. אויב האלט מען זיך מער דייטשיש, דאן קומט עס אן דעם ס', ווידער מיט'ן ס' האט א מעלה אז לשון-יחיד און לשון-רבים האבן אן אנדער ווארט. ס'איז אבער נאריש צוצוגלייכן אהער טיש און לאקשן. אויב שוין יא, זאל זיין שטותים און לאקשן.

שמעון ראלניצקי און יעקב יוסף סירקוס וועלן ליבערשט קוקן אין די ווערטערביכער, ממילא איז פארשטענדליך פארוואס זיי שרייבן מיט'ן ס'.

אונטערשטע שורה, דאס זענען פון די זאכן אין אידיש שאין להם הכרע, און ס'וואלט נויטיג געווען ס'זאל ווערן עטאבלירט. דערווייל זאל מען זען צו זיין קאנסעקווענט; אז נישט שטעכט עס די אויגן. נישט ווייניג טרעף איך אין דעם זעלבן ארטיקל ארבעטער און ארבעטערס אד"ג.
קומט אריין די וויכטיגקייט אז ס'פעלט אויס צו זיין א חילוק צווישן יחיד און רבים, און מאכט שטערקער דעם צד וואס האלט אז מ'דארף נאכגיין דעם אלטן אידיש און נישט דעם אלטן דייטש.

כנ"ל, אם כי אינני ראוי להכריע בין ההרים הגדולים.
די ווערטער פארדעם און נאכדעם מאכן אייביג דעם חילוק. די הערשער, דער הערשער. א שרייבער, א גרופע פון שרייבער. האט, האבן. און אזוי ווייטער.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יצחק אייזיק האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 10:18 pm

די ווערטער פארדעם און נאכדעם מאכן אייביג דעם חילוק. די הערשער, דער הערשער. א שרייבער, א גרופע פון שרייבער. האט, האבן. און אזוי ווייטער.
אמת, אבער ס'מאכט זייער שווער, און ס'פעלט נישט אויס. פרוביר צו ליינען אן ארטיקל אויף ביידע אופנים, און זאג דעם חילוק (מיט אן אמת!).
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יצחק אייזיק האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 10:16 pm
זאג איך אז נישט.
די וואס גייען מיט שמואל ווידער'ס מהלך, טוען עס טאקע נישט.

אלזא? וואס איז געווען די מחלוקה דא?
אוועטאר
משפטים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 08, 2023 11:20 am

תגובה דורך משפטים »

יעצט די ערשטע מאל דא אריינגעטרעטן, כוויל נישט שטערן פון די טענה'ריי,
אבער כהאב שוין אן אלטע מחלוקת צו א J איז 'זש' צו 'דש' אדער גאר ביידע 'דזש'....
לכאורה שוין דא אויסגעארבעט כ'טרעף עס נאר נישט
ס'איז נישט קיין חסרון צו האבן חסרונות
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

משפטים האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 10:32 pm
יעצט די ערשטע מאל דא אריינגעטרעטן, כוויל נישט שטערן פון די טענה'ריי,
אבער כהאב שוין אן אלטע מחלוקת צו א J איז 'זש' צו 'דש' אדער גאר ביידע 'דזש'....
לכאורה שוין דא אויסגעארבעט כ'טרעף עס נאר נישט
זש אדער דזש
viewtopic.php?p=3663953#p3663953
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 10:26 pm
יצחק אייזיק האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 10:16 pm
זאג איך אז נישט.
די וואס גייען מיט שמואל ווידער'ס מהלך, טוען עס טאקע נישט.

אלזא? וואס איז געווען די מחלוקה דא?
איך ווייס נישט ווער שמואל ווידער איז. אבער טרעף מיר א מעלות אדער דער איד פון 20 יאר צוריק מיט די ווערטער 'שרייבערס', 'אראבערס', אדער 'הערשערס'.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יצחק אייזיק האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 12:33 am

שמואל ווידער איז געווען דער רעדאקטאר פון דער בלאט מיום הווסדה, און דער פעטער פון ר' זלמן ווידער פון קול מבשר. איך האלט נישט קיין אלטע מעלות'ן און 'איד'ן', און איך האלט נישט אז דאס איז דער וועג עס צו מכריע זיין.
אוועטאר
משפטים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 08, 2023 11:20 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משפטים »

גרשון האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 11:02 pm
משפטים האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 10:32 pm
יעצט די ערשטע מאל דא אריינגעטרעטן, כוויל נישט שטערן פון די טענה'ריי,
אבער כהאב שוין אן אלטע מחלוקת צו א J איז 'זש' צו 'דש' אדער גאר ביידע 'דזש'....
לכאורה שוין דא אויסגעארבעט כ'טרעף עס נאר נישט
זש אדער דזש
viewtopic.php?p=3663953#p3663953
ישר כח פארן צו ווייזן.

זעט אויס אז מיין מיינונג 'דש' איז לגמרי אפגעפרעגט...
ס'איז נישט קיין חסרון צו האבן חסרונות
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 12:47 am
יצחק אייזיק האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 12:33 am

איך ווייס נישט ווער שמואל ווידער איז. אבער טרעף מיר א מעלות אדער דער איד פון 20 יאר צוריק מיט די ווערטער 'שרייבערס', 'אראבערס', אדער 'הערשערס'.
שמואל ווידער איז געווען דער רעדאקטאר פון דער בלאט מיום הווסדה, און דער פעטער פון ר' זלמן ווידער פון קול מבשר. איך האלט נישט קיין אלטע מעלות'ן און 'איד'ן', און איך האלט נישט אז דאס איז דער וועג עס צו מכריע זיין.
וואס זאל יא מכריע זיין? ווער זענען די פראפעסיאנאלע מגיהים וואס שרייבן שרייבערס און הערשערס?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

יצחק אייזיק האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 12:51 am
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 12:47 am
יצחק אייזיק האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 12:33 am

איך ווייס נישט ווער שמואל ווידער איז. אבער טרעף מיר א מעלות אדער דער איד פון 20 יאר צוריק מיט די ווערטער 'שרייבערס', 'אראבערס', אדער 'הערשערס'.
שמואל ווידער איז געווען דער רעדאקטאר פון דער בלאט מיום הווסדה, און דער פעטער פון ר' זלמן ווידער פון קול מבשר. איך האלט נישט קיין אלטע מעלות'ן און 'איד'ן', און איך האלט נישט אז דאס איז דער וועג עס צו מכריע זיין.
וואס זאל יא מכריע זיין? ווער זענען די פראפעסיאנאלע מגיהים וואס שרייבן שרייבערס און הערשערס?
זיין פרשה צעטל פון חדר פלעגט שטיין אזוי :lol:
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

לאנטש טיים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 12:54 am
זיין פרשה צעטל פון חדר פלעגט שטיין אזוי :lol:
:lol: ער לאזט ניטאמאל זאגן אז ס'איז דא צוויי מהלכים, נאר אז יעדער אנדערש איז זיך טועה, ווייל אנדערש זעט ער נישט קיין חילוק פון יחיד ורבים...

איך בין א גרויסע ליינער און איך געדענק נישט אין מיינע אינגע יארן אזא זאך פון 'אראבערס' אדער 'שרייבערס'. דער בלאט האב איך נישט קיין סאך געליינט, אבער יעדער ווייסט אז גראמאטיק איז קיינמאל נישט געווען דער בלאט'ס ספעציאליטעט אין די ערשטע יארן, משא"כ דער איד.

(כידוע די ניגון של פעם, די ציונים שלאגן זיך מיט אראבער, ר' סענדער איז דער שרייבער, דער רבי פארט קיין בעל הארבער, מ'טאר נישט קוקן אויף קיין ווייבער...)
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

פולין/פוילן/פוילען ?
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

איש ציון האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 1:01 am
פולין/פוילן/פוילען ?
מ'פארט קיין פוילן צו פועל'ן אלעס גוטס
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יצחק אייזיק האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 12:51 am
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 12:47 am
יצחק אייזיק האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 12:33 am

איך ווייס נישט ווער שמואל ווידער איז. אבער טרעף מיר א מעלות אדער דער איד פון 20 יאר צוריק מיט די ווערטער 'שרייבערס', 'אראבערס', אדער 'הערשערס'.
שמואל ווידער איז געווען דער רעדאקטאר פון דער בלאט מיום הווסדה, און דער פעטער פון ר' זלמן ווידער פון קול מבשר. איך האלט נישט קיין אלטע מעלות'ן און 'איד'ן', און איך האלט נישט אז דאס איז דער וועג עס צו מכריע זיין.
וואס זאל יא מכריע זיין? ווער זענען די פראפעסיאנאלע מגיהים וואס שרייבן שרייבערס און הערשערס?
מ'האט זיי שוין דערמאנט אויבן, און מיר זאגן אויך נישט אז זיי זענען יא מכריע. מיר שמועסן אויס דעם ענין, און בשעת מעשה קענען מיר אלע ברענגען ראיות לאחד מן הצדדים, אבער נישט ברענגען נאכאמאל און נאכאמאל נאר די ראיה אז פלוני ופלוני (וואס מעג אנגענומען ווערן אלס חלק מן הצדדים) טוט אזוי. עס איז דא נישט שייך צו אנדערש, נאר איינס פון די צוויי וועגן. נא וואס איז די ראיה אז נאך איינער טוט ווי איינס פון די צוויי וועגן? (אויב אפילו דאס איז טאקע אמת).
יחליצך
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 3:07 am
יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 11:55 pm
ווילאנג איך קום אויף מיט נאך ראיות, בין איך נייגעריג אויב דו האסט א הסבר אויף די ספעלינג "נוא" יארק (אין דיין א.ג. לאקאציע...)
אזוי שרייבט מען עס אין כתובות וגיטין, לכל הפחות דא אין מאנסי.
"נוא" יארק אין בעסטן פאל דער לשה"ק'דיגער אויסלייג - פונקט ווי "פולין" וואס עמיצער האט נארוואס אויפגעברענגט. אבער פונקט ווי אין אידיש שרייבט מען "פוילן" שרייבט מען אויך "ניו" יארק
(א מזל אז אונזערע זיידעס האבן נישט געאנקערט אויף די האפנס פון ניו דזשערזי/דשערזי/דזשערסי/דשערסי...)
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”