א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אבני שוהם
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 9:22 pm

א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבני שוהם »

נעקסטע וואך מיטוואך, מאכט יואלי חתונה אין וויליאמסבורג" האט מיר די אשת חיל געלאזט וויסן.

אאאךךך, די קאשמארן הייבן זיך אן... די פארקינג, די טרעפיק, די טיקעטס, די ווילדע דרייווערס, די מענטשן-קארן מישמאש... אבער, יואלי מאכט דאך חתונה, קיין צוויי ברירות האט מען נישט. פארוואס דען האט מען קרובים אויב נישט זיך צו קענען באטייליגן ביי שמחות.

שוין, מיטוואך נאכט איז אנגעקומען, ענדליך נאך שווערע פלאגענישן און אומצאליגע טעלעפאון ריפן האט מיין ווייב פארשאפט א בעיביסיטער. ויסעו, מען לאזט זיך ארויס צום עיר הקודש וויליאמסבורג.

אנקומענדיג צום זאל, האב איך קודם אויסגעליידיגט די קאר פון מענטשן כנהוג, און דאן האב איך זיך גענומען צו מאכן הקפות; ווי גייט נאר דעם ווערטל? איך בין אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג זיכן פארקינג, און איינוועגס בין איך שוין אריין זאגן מזל טוב פאר מיין ברודער וואס מאכט חתונה.

די ערשטע פאר הקפות זיכט מען נאך ליגאלע פארקינגס, אפשר וועט די מזל שפילן היינט... דערנאך הייבט מען שוין אן צו זיכן פאמפס און מען פארברייטערט דעם פארימעטור, מען זיכט שוין און די ברייטערע ארום.

איך מאך נאך איין הקפה ארום די גאס פונעם זאל, און!!! פינדערווייטנס אנטפלעקט זיך צוויי (!!!) פארקינג פלעצער ממש פארנט פונעם זאל! מיין מויל הייבט ספאנטאן אן צו שעפשן קאפיטלעך תהלים, ווער ווייסט וואס עס קען נאך פאסירן ביז איך קום אן ביז אהין... און פופס! איינער מיט א שווארצע בעל גאווה וויהעקל, מיט טינקעלע פענצטערס, האט מיט גרויס חוצפה צוגעכאפט איינע פון די פארקינגס פארנט פון מיינע אויגן!

שוין, "ס'דאך דא א צווייטע פארקינג הארט דערנעבן" טראכט איך צו זיך... אבער דער יעניגער איז צו מיינע צרות א סדום'ניק, א בשבילי'ניק, ער געבט זיך א שפרייט ארויס אן טראכטן קיין צוויי, אזוי אז מיין אדעסי האט שוין נישט געקענט געהעריג אריינפיטן. איך האב געמאכט נאך אן הקפה ארום דעם בלאק, און נאכן זען אז ס'איז כלו כל הקיצין האב איך מיר בלית ברירה אנגעהויבן אריינצוקוועטשן דארטן ביי דעם ספאט.

די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ זעענדיג ווי יענער האט נאך אסאך פלאץ פארנט פון זיך. מיסטער, פארוואס ביסטו אזא אוממענטש אז דו קענסט זיך נישט אביסל נענטער ריקן צום קאר פון פארנט אז א צווייטער זאל אויך קענען פארקן?!?!

איך דריי דעם מיניווען אהער און אהין, מען דרייט די רעדל אינגאנצן אהער, און מען געבט א קליינע ריק, און דאן רירט מען שוין כמעט אן די קאר פון די בעק, מוז מען אינגאנצן ריקן די רעדל אויף פארקערט און זיך געבן נאך א פיצי ריק, וחוזר חלילה ביז ענדליך האב איך מיר אריינגעקוועטשט אין דעם קליינטשיגן לעכל.

איך וויל ארויסנעמען מיין שטריימל פונעם טראנק... אבער... עס גייט נישט, עס שטויסט זיך אן אינעם קאר פון די בעק. בלית ברירה גיי איך צוריק אריין אין מיין קאר, איך ריק עס ארויף די מערסטע וואס שייך, און ערשט יעצט קוים מיט צרות האב איך געקענט ארויסשלעפן מיין שטריימל. (די טראנק האט זיך נאכאלטס נישט געקענט עפענען אינגאנצן, נאר ממש גענוג אויף ארויסצושלעפן דעם שטריימל)

איך האב גאנץ פיין באמערקט אז בשעת איך האב מיך ארויפגעריקט איז אויסגעקומען אז מיין קאר האט אנגערירט יענעמס קאר פון פארנט. יא! מיין קאר האט יעצט "אנגערירט" זיין קאר! געפערליך! איך וואלט נאך געקענט צוריק אריינגיין אין מיין קאר און צוריק בעקן א טראפעלע אזוי אז איך זאל חלילה נישט אנרירן דעם קאר, אבער איך האב נישט געהאלטן אז עס קומט זיך אים. און בכלל האב איך נישט געוויסט אויב דער וועט נאך זיין דארטן ווען איך וועל שוין גיין. און אויב יא וועל איך ווייטער דארפן אריינטאנצן און ארויסטאנצן פון מיין קאר זיך צו ריקן צו קענען צוריק אריינלייגן מיין שטריימל.

הכלל, איך האב געלאזט מיין קאר אזוי קישנדיג יענעמס אויפגעריסטעטע קאר, און אריין אינעם זאל זיך מיטצופרייען מיט יואלי'ן. מען האט געטאנצן, זיך מיטגעפרייט, אויסגעטוישט הענט דריקן, פארזיכט פונעם סעסעמי טשיקן, געטרינקען פון די וואסער מיטן צוקוועטשטן לעמאן דערין, און ארומשפאצירט אביסל אינעם זיידע רינג.

מען האלט שוין ביים אהיימגיין. איך גיי צוריק צו מיין קאר, פונדערווייטנס זעה איך אז דער שרעק אנווארפנדע קאר איז שוין נישט דארטן, ער האט שוין אפגעפיצט פונעם האריזאנט און א צווייטע קאר האט איבערגענומען זיין פלאץ. "זייער גוט אז ער איז שוין געגאנגען פון דא" טראכט איך צו מיר "יעצט איז שוין דא אביסל פלאץ, מען קען שוין אטעמען".

איך קום אן נענטער צו מיין קאר און עס ווארט מיר אפ א סערפרייז... דער פארשוין האט ארויפגעבויגן מיין גאנצע לייסנספלעיט אויף ארויף! (בעסער מסביר צו זיין, מיין פלעיט איז נאר אריינגעסקראוט פון אויבן מיט צוויי סקרואס, אבער פון הונטן הענגט עס אראפ געהעריג אן קיין סקראו, אזוי ווי אסאך פירן זיך. האט דער חיה רעה געגאנגען און ארויפגעבויגן דעם גאנצן פלעיט, פון נאך די סקראוס, אויף ארויף... אלעס פארן חוצפה פון נעבעך אנרירן זיין קאר)

(בלויז אנצומערקן, קיין גרינגע ארבעט איז עס נישט געווען פאר אים. יענער האט קודם געמוזט אריינגיין אין זיין קאר און זיך ארויפריקן, צוריק ארויסקומען פון זיין קאר און מיט די הענט צו וואס, בייגן א הארטע פלעיט אויף ארויף, און כנראה האט ער נאך שפעטער צוריק געבעקט מיט זיין קאר אריין אינעם געבויגענעם פלעיט עס צו באפעסטיגן)

איך האב זיך געדארפט מוטשענען אביסל צוריק אויסצוגראדן דעם פלעיט, מען קען דאך נישט פארן ווען מען קען נישט זען די נומערן... און, ויסעו, מען האט ארויסגעיאפעצט פון דעם שטאט ווי שנעלער מעגליך.

יא, איך פארשטיי אז ס'זענען דא איידעלע וואוילע אידן אין וויליאמסבורג, רוב אידן פירן זיך נישט אזוי אויף, און דער מטורף רעפרעזענטירט נישט גאנץ כלל ישראל, דאך האט עס מיר געשטערט אז עס קען בכלל זיין אזא זאך אז א איד זאל זיך אזוי אויפפירן.

און צו דיר, אויב ליינסטו מיינע ווערטער לאמיר דיר דא זאגן אפען, א איד פירט זיך נישט אזוי אויף! א איד איז איידעלער פון דעם! אפשר האב איך טאקע נישט געטון ריכטיג אז איך האב אנגערירט דיין קאר, אבער דיין ריספאנץ איז ארויס פון יעדע פארפארציע! איינער האט נעבעך בארירט דיין איגו וואס באשטייט אינגאנצן פון א פענסי קאר, ווערסטו אזוי צעפידלט אזש צו גיין מזיק'ן יענעמס א זאך? און בכלל, פארוואס פארגינסטו נישט אז א צווייטער זאל אויך קענען פארקן? פארוואס לאזטו נאר איבער פאר א צווייטן זיך צו אריינקוועטשן אין א פיצעלע ספאט? מען דארף טראכטן פון א צווייטער אויך!
לעצט פארראכטן דורך אבני שוהם אום דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הדד בן בדד
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 7:35 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הדד בן בדד »

מעשה שהיה, אדער נאר א משל ארויסצוברענגען א נקודה?
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

# יואל פעלזן
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

גוטע פוינט.

גאר גוט געשריבן!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

אבני שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:39 pm
דער יעניגער איז צו מיינע צרות א סדום'ניק, א בשבילי'ניק,

האט דער חיה רעה

און דער מטורף

?????
היתכן א איד רעדט אזוי?? זאלן דיינע אויגן זען וואס די אליינס האסט געשריבן:

א איד פירט זיך נישט אזוי אויף! א איד איז איידעלער פון דעם!
זייער א שיינע ארטיקל, כ'האב עכט הנאה געהאט, האסט א טענה.

אבער אזוי צו רעדן אויף א איד???

וואס איז מיט הוי דן?

איך האב ניטש ליב צו פליקן (ס'עכט נישט מיין טייפ...) כ'האב מיר עכט נישט געקענט איינהאלטן. איים סארי.

אז די ווילסט שיק אריין א דווח
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

תגובה דורך גראדע שכל »

ליידער זעהט מען ביי די בעסטע און די שענסטע... ווען עס קומט צו דרייווען וכו'... ווערן זיי פארוואנדעלט און צוויי פיסיגע חיות מטורפות...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:50 pm
אבני שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:39 pm
דער יעניגער איז צו מיינע צרות א סדום'ניק, א בשבילי'ניק,

האט דער חיה רעה

און דער מטורף

?????
היתכן א איד רעדט אזוי?? זאלן דיינע אויגן זען וואס די אליינס האסט געשריבן:

א איד פירט זיך נישט אזוי אויף! א איד איז איידעלער פון דעם!
זייער א שיינע ארטיקל, כ'האב עכט הנאה געהאט, האסט א טענה.

אבער אזוי צו רעדן אויף א איד???

וואס איז מיט הוי דן?

איך האב ניטש ליב צו פליקן (ס'עכט נישט מיין טייפ...) כ'האב מיר עכט נישט געקענט איינהאלטן. איים סארי.

אז די ווילסט שיק אריין א דווח
יא די חברה זענען חיות רעות, אנגעהויבן ביים פארקען און גענדיגט ביים צובייגען,
ער טראגט אפשר א קאפל מיט פיאות אבער זיינע מידות זענען ערגער ווי די שווארצע, געהעריג סדום.
גייט מיר נישט אן וויפיל חסד ער טוט און וופיל שיעורים פון רבי מייליך ער הערט אויס, ער באלאנגט אין א זו.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:50 pm
אבני שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:39 pm
דער יעניגער איז צו מיינע צרות א סדום'ניק, א בשבילי'ניק,

האט דער חיה רעה

און דער מטורף

?????
היתכן א איד רעדט אזוי?? זאלן דיינע אויגן זען וואס די אליינס האסט געשריבן:

א איד פירט זיך נישט אזוי אויף! א איד איז איידעלער פון דעם!
זייער א שיינע ארטיקל, כ'האב עכט הנאה געהאט, האסט א טענה.

אבער אזוי צו רעדן אויף א איד???

וואס איז מיט הוי דן?

איך האב ניטש ליב צו פליקן (ס'עכט נישט מיין טייפ...) כ'האב מיר עכט נישט געקענט איינהאלטן. איים סארי.

אז די ווילסט שיק אריין א דווח
כ'בין זיכער אז דו נוצסט די איידלסטע לשונות ווען איינער איז במזיד מזיק דיינע חפצים.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
עלינו לשבח
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2023 6:32 pm
לאקאציע: אין סידור

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו לשבח »

א גוטע פעדער און א שטארקע נקודה!!

דער עולם זאל זיך זעהן אפצולערנען ווי אזוי מ'קען איינעם גוט מסדר זיין אויב ער פארקט אזוי אדער אפילו ענליך דערצו... 🤣
געטון די סגולה פון ר' מתיא בן חרש און געזען "גאר גרויסע ישועה" צוגעזאגט מפרסם צו זיין!
--
Shachmel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2022 10:12 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shachmel »

אבני שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:39 pm
נעקסטע וואך מיטוואך, מאכט יואלי חתונה אין וויליאמסבורג" האט מיר די אשת חיל געלאזט וויסן.

אאאךךך, די קאשמארן הייבן זיך אן... די פארקינג, די טרעפיק, די טיקעטס, די ווילדע דרייווערס, די מענטשן-קארן מישמאש... אבער, יואלי מאכט דאך חתונה, קיין צוויי ברירות האט מען נישט. פארוואס דען האט מען קרובים אויב נישט זיך צו קענען באטייליגן ביי שמחות.

שוין, מיטוואך נאכט איז אנגעקומען, ענדליך נאך שווערע פלאגענישן און אומצאליגע טעלעפאון ריפן האט מיין ווייב פארשאפט א בעיביסיטער. ויסעו, מען לאזט זיך ארויס צום עיר הקודש וויליאמסבורג.

אנקומענדיג צום זאל, האב איך קודם אויסגעליידיגט די קאר פון מענטשן כנהוג, און דאן האב איך זיך גענומען צו מאכן הקפות; ווי גייט נאר דעם ווערטל? איך בין אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג זיכן פארקינג, און איינוועגס בין איך שוין אריין זאגן מזל טוב פאר מיין ברודער וואס מאכט חתונה.

די ערשטע פאר הקפות זיכט מען נאך ליגאלע פארקינגס, אפשר וועט די מזל שפילן היינט... דערנאך הייבט מען שוין אן צו זיכן פאמפס און מען פארברייטערט דעם פארימעטור, מען זיכט שוין און די ברייטערע ארום.

איך מאך נאך איין הקפה ארום די גאס פונעם זאל, און!!! פינדערווייטנס אנטפלעקט זיך צוויי (!!!) פארקינג פלעצער ממש פארנט פונעם זאל! מיין מויל הייבט ספאנטאן אן צו שעפשן קאפיטלעך תהלים, ווער ווייסט וואס עס קען נאך פאסירן ביז איך קום אן ביז אהין... און פופס! איינער מיט א שווארצע בעל גאווה וויהעקל, מיט טינקעלע פענצטערס, האט מיט גרויס חוצפה צוגעכאפט איינע פון די פארקינגס פארנט פון מיינע אויגן!

שוין, "ס'דאך דא א צווייטע פארקינג הארט דערנעבן" טראכט איך צו זיך... אבער דער יעניגער איז צו מיינע צרות א סדום'ניק, א בשבילי'ניק, ער געבט זיך א שפרייט ארויס אן טראכטן קיין צוויי, אזוי אז מיין אדעסי האט שוין נישט געקענט געהעריג אריינפיטן. איך האב געמאכט נאך אן הקפה ארום דעם בלאק, און נאכן זען אז ס'איז כלו כל הקיצין האב איך מיר בלית ברירה אנגעהויבן אריינצוקוועטשן דארטן ביי דעם ספאט.

די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ זעענדיג ווי יענער האט נאך אסאך פלאץ פארנט פון זיך. מיסטער, פארוואס ביסטו אזא אוממענטש אז דו קענסט זיך נישט אביסל נענטער ריקן צום קאר פון פארנט אז א צווייטער זאל אויך קענען פארקן?!?!

איך דריי דעם מיניווען אהער און אהין, מען דרייט די רעדל אינגאנצן אהער, און מען געבט א קליינע ריק, און דאן רירט מען שוין כמעט אן די קאר פון די בעק, מוז מען אינגאנצן ריקן די רעדל אויף פארקערט און זיך געבן נאך א פיצי ריק, וחוזר חלילה ביז ענדליך האב איך מיר אריינגעקוועטשט אין דעם קליינטשיגן לעכל.

איך וויל ארויסנעמען מיין שטריימל פונעם טראנק... אבער... עס גייט נישט, עס שטויסט זיך אן אינעם קאר פון די בעק. בלית ברירה גיי איך צוריק אריין אין מיין קאר, איך ריק עס ארויף די מערסטע וואס שייך, און ערשט יעצט קוים מיט צרות האב איך געקענט ארויסשלעפן מיין שטריימל. (די טראנק האט זיך נאכאלטס נישט געקענט עפענען אינגאנצן, נאר ממש גענוג אויף ארויסצושלעפן דעם שטריימל)

איך האב גאנץ פיין באמערקט אז בשעת איך האב מיך ארויפגעריקט האט איך אנגערירט יענעמס קאר פון פארנט. יא! מיין קאר האט יעצט "אנגערירט" זיין קאר! געפערליך! איך וואלט נאך געקענט צוריק אריינגיין אין מיין קאר און צוריק בעקן א טראפעלע אזוי אז איך זאל חלילה נישט אנרירן דעם קאר, אבער איך האב נישט געהאלטן אז עס קומט זיך אים. און בכלל האב איך נישט געוויסט אויב דער וועט נאך זיין דארטן ווען איך וועל שוין גיין. און אויב יא וועל איך ווייטער דארפן אריינטאנצן און ארויסטאנצן פון מיין קאר זיך צו ריקן צו קענען צוריק אריינלייגן מיין שטריימל.

הכלל, איך האב געלאזט מיין קאר אזוי קישנדיג יענעמס אויפגעריסטעטע קאר, און אריין אינעם זאל זיך מיטצופרייען מיט יואלי'ן. מען האט געטאנצן, זיך מיטגעפרייט, אויסגעטוישט הענט דריקן, פארזיכט פונעם סעסעמי טשיקן, געטרינקען פון די וואסער מיטן צוקוועטשטן לעמאן דערין, און ארומשפאצירט אביסל אינעם זיידע רינג.

מען האלט שוין ביים אהיימגיין. איך גיי צוריק צו מיין קאר, פונדערווייטנס זעה איך אז דער שרעק אנווארפנדע קאר איז שוין נישט דארטן, ער האט שוין אפגעפיצט פונעם האריזאנט און א צווייטע קאר האט איבערגענומען זיין פלאץ. "זייער גוט אז ער איז שוין געגאנגען פון דא" טראכט איך צו מיר "יעצט איז שוין דא אביסל פלאץ, מען קען שוין אטעמען".

איך קום אן נענטער צו מיין קאר און עס ווארט מיר אפ א סערפרייז... דער פארשוין האט ארויפגעבויגן מיין גאנצע לייסנספלעיט אויף ארויף! (בעסער מסביר צו זיין, מיין פלעיט איז נאר אריינגעסקראוט פון אויבן מיט צוויי סקרואס, אבער פון הונטן הענגט עס אראפ געהעריג אן קיין סקראו, אזוי ווי אסאך פירן זיך. האט דער חיה רעה געגאנגען און ארויפגעבויגן דעם גאנצן פלעיט, פון נאך די סקראוס, אויף ארויף... אלעס פארן חוצפה פון נעבעך אנרירן זיין קאר)

(בלויז אנצומערקן, קיין גרינגע ארבעט איז עס נישט געווען פאר אים. יענער האט קודם געמוזט אריינגיין אין זיין קאר און זיך ארויפריקן, צוריק ארויסקומען פון זיין קאר און מיט די הענט צו וואס, בייגן א הארטע פלעיט אויף ארויף, און כנראה האט ער נאך שפעטער צוריק געבעקט מיט זיין קאר אריין אינעם געבויגענעם פלעיט עס צו באפעסטיגן)

איך האב זיך געדארפט מוטשענען אביסל צוריק אויסצוגראדן דעם פלעיט, מען קען דאך נישט פארן ווען מען קען נישט זען די נומערן... און, ויסעו, מען האט ארויסגעיאפעצט פון דעם שטאט ווי שנעלער מעגליך.

יא, איך פארשטיי אז ס'זענען דא איידעלע וואוילע אידן אין וויליאמסבורג, רוב אידן פירן זיך נישט אזוי אויף, און דער מטורף רעפרעזענטירט נישט גאנץ כלל ישראל, דאך האט עס מיר געשטערט אז עס קען בכלל זיין אזא זאך אז א איד זאל זיך אזוי אויפפירן.

און צו דיר, אויב ליינסטו מיינע ווערטער לאמיר דיר דא זאגן אפען, א איד פירט זיך נישט אזוי אויף! א איד איז איידעלער פון דעם! אפשר האב איך טאקע נישט געטון ריכטיג אז איך האב אנגערירט דיין קאר, אבער דיין ריספאנץ איז ארויס פון יעדע פארפארציע! איינער האט נעבעך בארירט דיין איגו וואס באשטייט אינגאנצן פון א פענסי קאר, ווערסטו אזוי צעפידלט אזש צו גיין מזיק'ן יענעמס א זאך? און בכלל, פארוואס פארגינסטו נישט אז א צווייטער זאל אויך קענען פארקן? פארוואס לאזטו נאר איבער פאר א צווייטן זיך צו אריינקוועטשן אין א פיצעלע ספאט? מען דארף טראכטן פון א צווייטער אויך!
איך כאפ נישט פינקליך די מעשה.
פון וויסטו אז יענער האט עס צובויגען?
א איד צו זיין איז טייער א איד צו זיין איז גוט
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

ווישוואש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:01 pm
יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:50 pm
אבני שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:39 pm
דער יעניגער איז צו מיינע צרות א סדום'ניק, א בשבילי'ניק,

האט דער חיה רעה

און דער מטורף

?????
היתכן א איד רעדט אזוי?? זאלן דיינע אויגן זען וואס די אליינס האסט געשריבן:

א איד פירט זיך נישט אזוי אויף! א איד איז איידעלער פון דעם!
זייער א שיינע ארטיקל, כ'האב עכט הנאה געהאט, האסט א טענה.

אבער אזוי צו רעדן אויף א איד???

וואס איז מיט הוי דן?

איך האב ניטש ליב צו פליקן (ס'עכט נישט מיין טייפ...) כ'האב מיר עכט נישט געקענט איינהאלטן. איים סארי.

אז די ווילסט שיק אריין א דווח
כ'בין זיכער אז דו נוצסט די איידלסטע לשונות ווען איינער איז במזיד מזיק דיינע חפצים.
יא.
איך פרוביר מיין בעסט.
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

אבני שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:39 pm
אזוי אז מיין אדעסי האט שוין נישט געקענט געהעריג אריינפיטן.
אבני שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:39 pm

איך וויל ארויסנעמען מיין שטריימל פונעם טראנק... אבער... עס גייט נישט, עס שטויסט זיך אן אינעם קאר פון די בעק. בלית ברירה גיי איך צוריק אריין אין מיין קאר, איך ריק עס ארויף די מערסטע וואס שייך, און ערשט יעצט קוים מיט צרות האב איך געקענט ארויסשלעפן מיין שטריימל. (די טראנק האט זיך נאכאלטס נישט געקענט עפענען אינגאנצן, נאר ממש גענוג אויף ארויסצושלעפן דעם שטריימל)

פארוואס האסטו נישט געקענט ארויס נעמען דיין שטריימל דורך די בעק סיט??

#עצותלאחרהמעשה
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

צוויי חיות האבן זיך צוזאמגעטראפן…

א קריץ אויף זיין שיינע קאר איז ערגער ווי א צושמיסענע באמפער אויף דיין אדעסי..
זיין קאר איז זיין אידענטעטי, א קריץ דערויף איז א קריץ מיט א ריב אייזן אריין אין זיין הארץ..

עניוועי גוט געשריבען כ׳האף ס׳איז נאר א משל להתלמד איך לא לתנהג.
אבני שוהם
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 9:22 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבני שוהם »

הדד בן בדד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:55 pm
מעשה שהיה, אדער נאר א משל ארויסצוברענגען א נקודה?
מעשה שהיה.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

דרייוון א שווארצע עס יו ווי מיט טינקעלע פענסטער, איז ווי אויפהענגען א גרויסע סיין מיט א סטעטוס...
אבער,
ס׳זענען דא פיינע וואוילע אידן מיט די סארט קארס, און חיות ארויס פון זו מיט פשוט׳ע קארס וואס וואוינען נישט אין שטאט. דו ביסט שוין אריינגעקומען אין שטאט ״ריזענטפול״ און אויפגערעגט.

פאר נעקסט טיים, אדער פארק נישט אין יענע ספאט.
ריר נישט אן קיינעם׳ס באמפּער, עס האט סענסארס וואס קאסטן אלפים צו פארעכטן.
פיקס נישט יענעם צי און לאז אזוי, ווייל יענער איז שולדיג. ביסט זיך אליין שולדיג. ער שרייט חיה פאר דיר.
מ׳זוכט פארקינג אפילו מ׳דארף וואקן עטליכע בלאקס. דאס איז נישט קיין אויסרייד צו אנרירן אנדערע קארס.
נעם די באס אדער דרייוו נישט אריין.
קיינער איז נישט שולדיג אז דו האסט צו די חתונה נישט געהאט קיין נערוון.
אוועטאר
אינגעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2022 1:33 am

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגעלע »

אז מ'רעדט שוין האט איינער א "בשבילי" לאגא צו קענען ארויפלייגן אויף בילדער פון בשבילי מעמבער געפארקטע קארס?

(שטייצעך מ'גייט בלורי מאכן די פלעיט נאמבער)
אבני שוהם
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 9:22 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבני שוהם »

פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:12 pm
צוויי חיות האבן זיך צוזאמגעטראפן…

א קריץ אויף זיין שיינע קאר איז ערגער ווי א צושמיסענע באמפער אויף דיין אדעסי..
זיין קאר איז זיין אידענטעטי, א קריץ דערויף איז א קריץ מיט א ריב אייזן אריין אין זיין הארץ..

עניוועי גוט געשריבען כ׳האף ס׳איז נאר א משל להתלמד איך לא לתנהג.
כ'האב אים נישט צעקריצט, מיין פלעיט האט בלויז 'אנגערירט' זיין פלעיט, גארנישט מער...

נאך א זאך, איך האב נישט געזיכט אים אנצורירן אדער אויפרעגן, איך האב בלויז פראבירט צו גיין די מערסטע פארנט וואס שייך. בטעות האב איך אים יא אנגערירט, כ'האב עס נאר באמערקט שוין נאכן ארויסקומען פון די קאר, נאכן ארויסנעמען מיין שטריימל, און כ'האב נישט געהאלטן ביים זיך צוריק אריינזעצן אינעם קאר און צוריקבעקן.
עס וועט זיין גוט
שר האלפיים
תגובות: 2976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:14 pm
דרייוון א שווארצע עס יו ווי מיט טינקעלע פענסטער, איז ווי אויפהענגען א גרויסע סיין מיט א סטעטוס...
אבער,
ס׳זענען דא פיינע וואוילע אידן מיט די סארט קארס, און חיות ארויס פון זו מיט פשוט׳ע קארס וואס וואוינען נישט אין שטאט. דו ביסט שוין אריינגעקומען אין שטאט ״ריזענטפול״ און אויפגערעגט.

פאר נעקסט טיים, אדער פארק נישט אין יענע ספאט.
ריר נישט אן קיינעם׳ס באמפּער, עס האט סענסארס וואס קאסטן אלפים צו פארעכטן.
פיקס נישט יענעם צי און לאז אזוי, ווייל יענער איז שולדיג. ביסט זיך אליין שולדיג. ער שרייט חיה פאר דיר.
מ׳זוכט פארקינג אפילו מ׳דארף וואקן עטליכע בלאקס. דאס איז נישט קיין אויסרייד צו אנרירן אנדערע קארס.
נעם די באס אדער דרייוו נישט אריין.
קיינער איז נישט שולדיג אז דו האסט צו די חתונה נישט געהאט קיין נערוון.
איהר וואונט אין שטאט ? פון דיין תגובה זעהט אויס אז נישט
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

גראדע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:52 pm
ליידער זעהט מען ביי די בעסטע און די שענסטע... ווען עס קומט צו דרייווען וכו'... ווערן זיי פארוואנדעלט און צוויי פיסיגע חיות מטורפות...
מ׳ווערט נישט דעמאלטס פארוואנדעלט. דעמאלטס קומט ארויס די אמת
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:28 pm
גראדע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:52 pm
ליידער זעהט מען ביי די בעסטע און די שענסטע... ווען עס קומט צו דרייווען וכו'... ווערן זיי פארוואנדעלט און צוויי פיסיגע חיות מטורפות...
מ׳ווערט נישט דעמאלטס פארוואנדעלט. דעמאלטס קומט ארויס די אמת
לאו דווקא...
איך קען באמת וואילע מענטש, אבער ווען עס קומט צום דרייווען האבן זיי א גרויסע נסיון...
א געוויסע עגו וואס איז דא ביים דרייווען...
לעצט פארראכטן דורך גראדע שכל אום דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
יודל'ס חבר
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 12:22 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל'ס חבר »

האדם ניכר בכיסו, בכוסו, ״ובקארו״
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

ס׳איז א גרויסע פראבלעם!
פין איין זייט מוטשעט זיך די עולם מיט פארקינג אזש ס׳גייעט א רויעך,
פין די אנדערע זייט פארקען א מיעוט מענטשען ווי אנשי סדום,
אבער זיי טענהן אויב קוועטש איך מיר אריין אינעם ספאט צו מאכן פלאץ פאר א צווייטער ווי א סארדין, וועט ער טרעפן די נעקסטע זאג זיין וויעקעל אינגאנצן באקריצט.

גראדע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:32 pm
בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:28 pm
גראדע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:52 pm
ליידער זעהט מען ביי די בעסטע און די שענסטע... ווען עס קומט צו דרייווען וכו'... ווערן זיי פארוואנדעלט און צוויי פיסיגע חיות מטורפות...
מ׳ווערט נישט דעמאלטס פארוואנדעלט. דעמאלטס קומט ארויס די אמת
לאו דווקא...
איך קען באמת וואילע מענטש, אבער ווען עס קומט צום דרייווען האבן זיי א גרויסע נסיון...
מ׳קען זיי אפשר פארשטייען,
ס׳דא אידן וואס מוזען זיך ערגעץ אויסגעבן, ממילא געבן זיי זיך אויס אויפן ראוד, ענדערשער ווי אינדערהיים אויף די הויזגעזונד..
אבני שוהם
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 9:22 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבני שוהם »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:14 pm
דרייוון א שווארצע עס יו ווי מיט טינקעלע פענסטער, איז ווי אויפהענגען א גרויסע סיין מיט א סטעטוס...
אבער,
ס׳זענען דא פיינע וואוילע אידן מיט די סארט קארס, און חיות ארויס פון זו מיט פשוט׳ע קארס וואס וואוינען נישט אין שטאט. דו ביסט שוין אריינגעקומען אין שטאט ״ריזענטפול״ און אויפגערעגט.

פאר נעקסט טיים, אדער פארק נישט אין יענע ספאט.
ריר נישט אן קיינעם׳ס באמפּער, עס האט סענסארס וואס קאסטן אלפים צו פארעכטן.
פיקס נישט יענעם צי און לאז אזוי, ווייל יענער איז שולדיג. ביסט זיך אליין שולדיג. ער שרייט חיה פאר דיר.
מ׳זוכט פארקינג אפילו מ׳דארף וואקן עטליכע בלאקס. דאס איז נישט קיין אויסרייד צו אנרירן אנדערע קארס.
נעם די באס אדער דרייוו נישט אריין.
קיינער איז נישט שולדיג אז דו האסט צו די חתונה נישט געהאט קיין נערוון.
איך בין גאר די שולדיגע דא... זאג, האסט שוין אמאל געזיכט פארקינג אין וויליאמסבורג???

איך בין נישט אריינגעקומען אין שטאט נישט ריזענטפאל און נישט אויפגערעגט. איך האב גארנישט קעגן אידן מיט שיינע קארס, איך האב פשוט אראפגעלייגט די מעשה דברים כהווייתן.

ווי געשריבן האב איך אים נישט געזיכט 'אפצוטון' אדער 'צופיקסן'. ווען איך קען ווען ארויסנעמען מיין שטריימל אן קיין פראבלעמען וואלט איך אים וויירשיינליך נישט אנגערירט. נאר עס האט זיך אזוי געמאכט, און כ'האב נישט געהאלטן ביים זיך צוריק אריינזעצן אין מיין קאר און ארויפבעקן. כ'האב אים בלויז אנגערירט, נישט צעבראכן קיין טייערער נישט געשטויגענע סענסערס.

גערעכט, א חפץ חיים וואלט יא געדארפט צוריקבעקן, אבער כ'בין נאר א מענטש נישט קיין צדיק הדור.

צומצושטעלן מיין חיה'שקייט מיט זיינס איז אבסורד. פארן אנרירן א קאר דארף מען נישט צו'מזיק'ן א לייסנס פלעיט. עפעס שכל הישר דארף מען האבן.
לעצט פארראכטן דורך אבני שוהם אום דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אבני שוהם
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 9:22 pm

Re: א געבויגענע לייסנס פלעיט אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבני שוהם »

פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:34 pm
ס׳איז א גרויסע פראבלעם!
פין איין זייט מוטשעט זיך די עולם מיט פארקינג אזש ס׳גייעט א רויעך,
פין די אנדערע זייט פארקען א מיעוט מענטשען ווי אנשי סדום,
אבער זיי טענהן אויב קוועטש איך מיר אריין אינעם ספאט צו מאכן פלאץ פאר א צווייטער ווי א סארדין, וועט ער טרעפן די נעקסטע זאג זיין וויעקעל אינגאנצן באקריצט.
אדער קען יענער פארקן אויף אן אופן אז עס וועט לאזן ברייט פלאץ פאר א צווייטן, אזוי אז מען זאל נישט אנקומען צו צוקראצן זיין קאר אפילו בטעות.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”