אנקעטע~ווער האלט איר האט מער "טשענסעס" צו געווינען די 2024 וואלן? '2'

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווער האלט איר האט מער "טשענסעס" צו געווינען די 2024 וואלן?

די וואלן האבן זיך געשלאסן זונטאג יולי 02, 2023 6:06 am

טראמפ
9
39%
ביידן
7
30%
דעסאנטיס
5
22%
מייק פענס
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
א אנדערע קאנדידאט-איך שרייב ארויס
2
9%
 
סך הכל שטימען: 23

אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: אנקעטע~ווער האלט איר האט מער "טשענסעס" צו געווינען די 2024 וואלן? '2'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

צל עובר האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 9:29 pm
גיי פארשטיי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 9:12 pm
צל עובר האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 9:04 pm
ער האט איבערגעדרייט די פרעזידענשל טוירנאוט עדווענטעדזש אין יענע סטעיטס פון בלוי צו רויט, קוק אן די וויסקאנסין סופרים קאורט מעפ, אדער די גאווערנאר מעפס פון איווערס ביידן געווינסן, צו אפילו ראן דזשאנסאן'ס נעבעכדיגע געווינס אן טראמפ אויפן בעלאט, צו פענסילוועניע מידטערם קעגן פרעזידענשל אויב מען איגנארירט די שווארצע פילי, און עס ווערט קלאר אז גאנצעטע ימ'ן מענטשן שטימען נאר פאר טראמפ, וזה הוא. מלבד וואס ער האט געביט די אנקעטעס ביידע מאל אין יענע סטעיטס אויף א געפערליכן פארנעם.
יא איך האב געקוקט אויף די וויסקאנסין סופרים קואארט מעפ, און וואס דארף איך זעהן דארט? א רעפובליקען געווינס אין וואקושע קאונטי פון 16% קעגן ראמני'ס 37% און דזשאנסאן'ס 2016 37% 2022 25% אדער גאהר טראמפ'ס 20% האט ער נישט געקענט מאכן.

איז א ראי' אז די עולם שטימט נאר וועגן טראמפ?
קוק אויף די רורעלס, די ירידה קעגן טראמפ'ס ציפערן, איז פשוט שרעקליך. און דאס איז נישט געווען אין 2020 און טו סאם עקסטענט אפילו נישט אין 2016, פשט אז עס קומט פון טוירנאוט.
איך זעה נישט אז די מציאות זאל זיין פראצענטואל א שוואכערע רורעל טורנאוט וואו שי שטאט אינאלגעמיין. (קען זיין איך בין נישט גערעכט אבער אזוי קוקט עס מיר אויס)
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטע~ווער האלט איר האט מער "טשענסעס" צו געווינען די 2024 וואלן? '2'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אז מען האט געברענגט לכאורה טראמפ'ס גרינגסטע וועג, ברויך מען דאך ברענגן די אנדערע זייט, דאס איז לכאורה ביידן'ס גרינגסטע וועג.
אטעטשמענטס
Dgwpd.png
Dgwpd.png (300.93 KiB) געזען 320 מאל
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: אנקעטע~ווער האלט איר האט מער "טשענסעס" צו געווינען די 2024 וואלן? '2'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

גיי פארשטיי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 9:16 pm
קיינמאל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 9:08 pm
איך אליין קען אסאך מענטשן וואס גייען קיינמאל נישט וואויטן
ליגן נישט אין פאליטיק אבער פאר טראמפ גייען זיי וואטון
און אויך פאר זעלדין?
ניין דירעקט נישט
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
twin towers
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 22, 2023 7:54 pm

Re: אנקעטע~ווער האלט איר האט מער "טשענסעס" צו געווינען די 2024 וואלן? '2'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך twin towers »

צל עובר האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 10:16 pm
אז מען האט געברענגט לכאורה טראמפ'ס גרינגסטע וועג, ברויך מען דאך ברענגן די אנדערע זייט, דאס איז לכאורה ביידן'ס גרינגסטע וועג.
אין אנדערע ווערטער פאר קיינעם איז די וועג נישט גרינג...
אוועטאר
twin towers
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 22, 2023 7:54 pm

Re: אנקעטע~ווער האלט איר האט מער "טשענסעס" צו געווינען די 2024 וואלן? '2'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך twin towers »

פרעזידענט טראמפ געניסט ווייטער פון א גאר ברייטע אויבערהאנט צווישן ריפובליקאנער פריימערי וויילער, לויט א 'יו-גאוו' אנקעטע
זייטיגע נאטיץ
61 פראצענט אויסגעפרעגטע זאגן אז זיי גייען שטימען פאר טראמפ אין די פריימעריס, 23 פראצענט ראן דיסענטיס, און טים סקאט מיט מייק פענס באקומען ביידע 4 פראצענט. אויף די פראגע ביי פריימערי וויילער וועם אלץ זיי זענען גרייט צו שטיצן האבן 71 פראצענט דערמאנט טראמפ'ס נאמען, 51 פראצענט דיסענטיס, 21 פראצענט סקאט, 16 פראצענט פענס און 15 פראצענט פרוי העילי. (קרעדיט-אידיש 24)
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

Re: אנקעטע~ווער האלט איר האט מער "טשענסעס" צו געווינען די 2024 וואלן? '2'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

איך האלט אז ''העילי'' אדער ''סקאט'' האבען די מערסטע טשענסעס אין א דשענערעל,,,, אבער די ווייניגסטע טשענסעס אין א פריימערי,
(ווייל זי איז א פרוי און ער איז א מינארעטי) ביידע נישט קיין אויסגעשפראכענע מעגא שטריכען אבער שטארק קאנסערוועטיוו,
ווידער טראמפ אדער דיסענטעס מיט די מערסטע טשענסעס אין א פריימערי, אבער זייער שוואכע טשענסעס אין דעשנערעל, ליידער לאור המצב,

ווען די דעמאקראטען וואלטען ווען אפגעלאזט טראמפ וואלט ער זיך אליינס באגראבען מיט זיין בעבישקייט און נארסיסיס'טישקייט,
וואלט געווען א מעגליכקייט פאר א ערוואקסענער אריינצוקומען אין די רעיס,
אבער אזוי ווי זיי טרינקען אים דאס בלוט באקומט ער סימפאטיע, לכבוד דעם וועט ער לכאורה געווינען די פריימערי,
קען זיין דאס איז טאקע זייער חשבון,
אבער סאיז יתכן אז מיט נאך אביסל רדיפה איבער די מאס וועט ער שוין קענען מאכען די דשענערעל אויך,,
ימים ידברו,,
לשוני עט סופר מהיר
אוועטאר
twin towers
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 22, 2023 7:54 pm

Re: אנקעטע~ווער האלט איר האט מער "טשענסעס" צו געווינען די 2024 וואלן? '2'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך twin towers »

נאכאמאל אנגעהויבן פון פריש!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”