רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 942
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
כ'קום אזוי אריין אין ס'מעדריש כ'געב אזא גראבע לאך צו מיין שכן וואס כ'האב נעכטן גוט אריינגעפארן געבט ער מיר אזא זאג, הע האסט אויך געליינט @יצחק אייזיק'ס ארטיקל?
דער שרייבט פיין פארפאלן.
ענטפער מיר נישט יצחק אייזיק כ'בין נישט אין די גוסטע פאר א טשעפע.
דער שרייבט פיין פארפאלן.
ענטפער מיר נישט יצחק אייזיק כ'בין נישט אין די גוסטע פאר א טשעפע.
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
קשורה בנפשו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:11 pmכ'קום אזוי אריין אין ס'מעדריש כ'געב אזא גראבע לאך צו מיין שכן וואס כ'האב נעכטן גוט אריינגעפארן געבט ער מיר אזא זאג, הע האסט אויך געליינט @יצחק אייזיק'ס ארטיקל?
דער שרייבט פיין פארפאלן.
ענטפער מיר נישט יצחק אייזיק כ'בין נישט אין די גוסטע פאר א טשעפע.
אני הוא הנער, נער המדבר
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
יצחק אייזיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:54 amהונדערטער רינועל העלדן האבן זיך שוין געלאזט שניידן אוועקצוגעבן א ניר פאר א צווייטן איד. אשרי להם ואשרי חלקם. וואויל איז זיי בעולם הזה ובעולם הבא. אבער נישט יעדער איז אומשטאנד אוועקגעבן א ניר פאר א צווייטן איד וואס דארף דאס האבן. נישט יעדער האט די כוחות הנפש זיך צו לאזן שניידן פאר א צווייטן. נישט יעדער קען דאס באווייזן.
עס איז דא עפעס וואס איר קענט יא, איר האט קע"ה א צוויי-צענדליג ציינער אין מויל, דארפט איר דען אלע ציינער? עס זענען פארהאן הונדערטער עלטערע אידן וואס קענען ליידער נישט עסן געהעריג נאר מיט פאלשע ציינער, יעדער האט איבריגע ציינער אין מויל, עס איז א שאד דאס נישט אוועקצוגעבן פאר א איד וואס קען עס נוצן.
האט איר געוואוסט אז איר קענט שוין מנדב זיין ציינער פאר עלטערע אידן וואס זייערע ציינער פאלן שוין ארויס? איך גלייב אז די ענטפער איז ניין, ווייל איך האב דאס אויך נישט געוואוסט, אבער דאס וועלן מיר איבערלאזן פאר די ארגאניזאציע 'ושן... אשלח בם'.
איר דארפט נישט ארויסנעמען אייערע ציינער דאס צו געבן פאר א צוויייטן. איר קענט עס לאזן וואו עס איז און זיי ווייטער פוצן יעדע נאכט. אבער מיט דעם אלעם קענט איר זיין א העלד און דאס שענקן פאר א צווייטן. האיך יתקיימו שניהם?
אין יעדן בית המדרש, אויף יעדן גאס, דרייען זיך ארום היימישע אידן, אחינו בשרינו וואס דאס לעבן גייט נישט אזוי גוט. זיי לעכצן נאך א שמייכל. נאך א גוט ווארט. איינער זאל זיך נאכפרעגן אויף זיי, איינער זאל זיך אומקוקן אויף זיי. די אידן לויפן צו די ארבעט צופרי און קומען אהיים ביינאכט אומעטיג און מוטלאז. נישט יעדעם גייט דער טאג אזוי גוט און געשמירט. אידן מאכן מיט פארשידענע פראבלעמען, אמאל ווייסן אנדערע דערפון און אמאל איז דא וואס קיין צווייטער ווייסט נישט.
ביי איינעם איז דער באנק קאנטע ליידיג און די לעקטער קאמפעני וויל אפהאקן די לעקטער, איינער האט נישט צו צאלן די גראסערי בילל, איינער האט נישט קיין שלום בית און די שטוב פארט אויף רעדער, איינער מוטשעט זיך מיט א קינד וואס די חדר קען מער נישט דולדן, איינער האט נישט קיין מוסד פאר זיין טאכטער, נאך איינער ווארט אויף א דאקטער'ס רעפארט, איינעם גייט נישט קיין שידוך און איינער זעט נישט קיין גרויס נחת.
דאס זענען נישט קיין גרויסע סודות, יעדער ווייסט אז כלל ישראל מוטשעט זיך, נאר מ'שטעלט נישט צוזאם איינס פלאס איינס אז יענער קען זיין דיין שכן אויפ'ן גאס, דיין שכן אין שול, דיין שכן אין מקוה און דיין שכן ביי די ארבעט.
הייב אן עפענען די אויגן, און אויך דיין מויל. האסט ציינער? ברוך ה'! נוץ עס, געב יענעם א שמייכל! לאז יענעם הערן א גוט מארגן! מ'טרעפט זיך יעדן טאג אין שול מיט צענדליגער מענטשן, וויפיל פון זיי גריסט מען? יא, ווייל יענער דארף מיך גריסן... רבי איד, יענער קען זיך נויטיגן אין דיין שמייכל פונקט ווי דו וואלסט זיך געפריידט מיט א מיליאן טאלער! פאר יענעם קען דיין גוט מארגן מיינען ווי ביי דיר א בילדינג אין מאנהעטן!
מ'דאוונט שבת אין שול מיט עטליכע מנינים אידן, פארוואס זאל מען זיך נישט באקענען? פארוואס זאלסטו נישט ארומגיין שבת נאכן דאווענען און כאטש גריסן א ברייטן גוט שבת פאר עטליכע אידן וואס קענען דאס נוצן? ס'קאסט נישט קיין געלט, קיין געזונט, קיין כוחות, גארנישט. בלויז אפאר ווארימע ווערטער.
האט איר שוין אמאל באקומען א גוט ווארט פון עפעס א שכן אין שול? איך גלייב אז יא. א שמייכל פון א חבר? איך גלייב אז יא. איר געדענקט אויך ווי גוט איר האט געשפירט נאכדעם? יענעמ'ס שלום בית קען זיך טוישן אויף אייביג פון איין גוט ווארט. יענעמ'ס אידישקייט קען זיך טוישן צום גוטן, און מען קען דערמיט בויען דורות.
מ'דארף האלטן די מחשבה פאר די אויגן. דו ווייסט קיינמאל נישט וואס א צווייטער גייט אריבער, דיין שכן קען זיין דער וואס איז אויף נעכט ווייל ער האט נישט קיין שלום בית אדער נחת רח"ל. דו קענסט אים טאקע נישט העלפן ארויסקריכן פון זיין צרה, אבער דיין שמייכל קען זיין ווי א גארטל ער זאל נישט אריינפאלן טיפער אין זומפ, ער זאל זיך כאטש קענען דערהאלטן ביזן אריבערגיין דעם צרה.
אפילו דער איד וואס אלעס גייט אים גוט, ער מאכט פרנסה, ער האט פיינע קינדער, ער רעדט אין שול אויף אלע באקן, יענער קען אויך נוצן דיין גוט ווארט. קענסט אויפרעכטן א איד מיט א פרייליך ווארט, מיטן ווייזן אז דו ביסט אים מחשיב, אפילו יענער האט שוין טויזנט חברים.
טייערע ברידער געדענקט: איין גוט מארגן אדער גוט שבת פון דיר קען מאכן א איד זאל וועלן ארויסקומען פון בעט מארגן. איין גוט ווארט פון דיר קען פארמיידן די נעקסטע טראגעדיע. איין שמייכל קען אויפטון וועלטן.
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
גוט איז גוט..... שכוח.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455
אקווה לנוד ואין...
https://abcharity.org/campaign.php?id=437
viewtopic.php?f=3&t=59455
אקווה לנוד ואין...
https://abcharity.org/campaign.php?id=437
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
יצחק אייזיק הייסט אויף די פאמיליע נאמען לייקזאמלער... פארפאלן, דער איז גוט
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
אמר רבי יוחנן: טוב המלבין שיניים לחברו יותר ממשקהו חלב, שנאמר: 'ולבן שנים מחלב' - אל תקרי ולבן שנים אלא וליבון שיניים
– (כתובות קיא, ב)
– (כתובות קיא, ב)
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
איינער זאל ביטע איבערגעבן פאר דרעזשמעלץ די נייע פאני נאמען...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
פארוואס האסטו אזוי מורא? דו קענסט דאך יא צוריקגעבן...קשורה בנפשו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:11 pmענטפער מיר נישט יצחק אייזיק כ'בין נישט אין די גוסטע פאר א טשעפע.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
-
- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
מוראדיג מוראדיג!
איין זאך נאר, ווען דו גיבסט פאר יענעם 'דיינע ציינער' זאלסטו וויסן אז דו באקומסט פונקט אזוי צוריק, דו אליין ווערסט אסאך מער העפפי, און באקומסט סיפוק פון דעם, און דו ווערסט אטאמאטיש א פרייליכע מענטש, סאו ס'איז ממש א זה וזה נהנה.

נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
שטארק און ריכטיג!טעמפל שירה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 2:20 pmאיין זאך נאר, ווען דו גיבסט פאר יענעם 'דיינע ציינער' זאלסטו וויסן אז דו באקומסט פונקט אזוי צוריק, דו אליין ווערסט אסאך מער העפפי, און באקומסט סיפוק פון דעם, און דו ווערסט אטאמאטיש א פרייליכע מענטש, סאו ס'איז ממש א זה וזה נהנה.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- איך בין מיט דיר
- שר מאה
- תגובות: 160
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 30, 2023 7:44 pm
- לאקאציע: אידישע וועלט פארומס
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
געב אים אויך א שמייכל.תרמב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:59 amאיך טריי צו טון ווי דו הייסט, איך קום אן שוהל, איך שמייכל צו דעם, א ווינק צו יענעם, א בלינק מיט די אויג, און איך שמועס מיט דעם און יענעם, אבער אלס קוקט די רב אויף מיר מיט א שלעכט אויג.. ער וויל מיר אויסהאקן די ציינער... ער געבט מיר אזא ווינק.. איך זאל אים נישט איבערדרייען דעם בית מדרש.. וואס איז די עצה?
לאז נישט די וועלט טוישן דיין שמייכל,
נוץ דיין שמייכל צו טוישן די וועלט.
נוץ דיין שמייכל צו טוישן די וועלט.
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
שטארק!
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
- דרייטצעך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6156
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
- לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
יצחק אייזיק, גאר פיין!
דאף מען זיך נאר קענען שטארקן ווען מען שטייט אויף אויפן לינקן זייט...
(אדער נאכן כאפן א פליק פון יצחק אייזיק...)
דאף מען זיך נאר קענען שטארקן ווען מען שטייט אויף אויפן לינקן זייט...
(אדער נאכן כאפן א פליק פון יצחק אייזיק...)
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
ולבן שיניים מחלב, טוב המלבין שיניים לחברו יותר ממשקהו חלב.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- טעוועליך
- שר האלף
- תגובות: 1356
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
- לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
לייק פאר די קליינע ווערטער
- טעוועליך
- שר האלף
- תגובות: 1356
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
- לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט
השבת אבידה
כטריי צי זיכן@אייזיק'נס ציינער אין איך טרעף עס נישט
עני וואון וויט העלפ?
Re: השבת אבידה
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
Re: השבת אבידה
נו, שוין דאך דא א גאנצער ניגון: אייזיק, צעשמייכל דיך א טראפ!
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
יצחק אייזיק
יוש בוסטו גיט, קומסט אריין זייער קלאר
10 לייקס פאר אזא ארטיקל
יוש בוסטו גיט, קומסט אריין זייער קלאר
10 לייקס פאר אזא ארטיקל
- איך נוץ מיין JELLY
- שר חמש מאות
- תגובות: 567
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:17 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 877
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 9:09 pm
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
שלח 'לאכ'מך על פני המים...
אייזיק'ל, איך האב דיר שוין לאנג געוואלט זאגן אז איך האב זייער הנאה פון דיינע תגובות אויף אייוועלט. ביזט א שטארקע עסיט פאר דעם פארום.
האסט שוין פאר פיל אידן ארויסגעברענגט זייערע ציינדלען.
אייזיק'ל, איך האב דיר שוין לאנג געוואלט זאגן אז איך האב זייער הנאה פון דיינע תגובות אויף אייוועלט. ביזט א שטארקע עסיט פאר דעם פארום.
האסט שוין פאר פיל אידן ארויסגעברענגט זייערע ציינדלען.
אין צום לעצט, וואס איז דיין מעסידטש פאר כלל ישראל?
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
-
- שר העשר
- תגובות: 49
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 11, 2023 9:09 pm
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
מ'בעט דער גאנצע עולם אז פארן זיך ארויפסיינען אויף די ארגעניזאציע זאל יעדער איינער אזוי גוט זיין אין זיך גוט אויספיצן די ציין כדי ס'זאל ח''ו נישט ברענגען קיין פארקערטע רעזולטאטן.....
יישר כח למפרע
יישר כח למפרע
לעצט פארראכטן דורך אביגדור פינק אום דאנערשטאג יוני 01, 2023 11:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- טעוועליך
- שר האלף
- תגובות: 1356
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
- לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
דעס איז די סיבה פארוואס מען זעט נישט @אייזיקס ציינעראביגדור פינק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 9:36 pm................זאל יעדער איינער אזוי גוט זיין אין זיך גוט אויספיצן די ציין כדי ס'זאל ח''ו נישט ברענגען קיין פארקערטע רעזולטאטן.....
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 942
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
אונזער יצחק אייזיק האט אזא טאלאנט אז ער ברענגט ארויס די ציינדלען דיקא דורך מויל פארביסענע תגובות...טעוועליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 11:07 pmדעס איז די סיבה פארוואס מען זעט נישט @אייזיקס ציינעראביגדור פינק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 9:36 pm................זאל יעדער איינער אזוי גוט זיין אין זיך גוט אויספיצן די ציין כדי ס'זאל ח''ו נישט ברענגען קיין פארקערטע רעזולטאטן.....
- עקסידענט
- שר מאה
- תגובות: 167
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2023 10:17 pm
- לאקאציע: אין עלעפאנט חדר
- פארבינד זיך:
Re: רינויעל טיילט נירן, אידן דארפן אויך ציינער, ווער וויל געבן?
נאדיר די גרעסטע שמייכעל וואס איך האב געטראפן ר' יצחק אייזיק, גאר קלאר!
ווען א קאר קראכט איז עס א עקסידענט, ווען א חיה קראכט איז ער א חיה, ווען א מענטש קראכט איז ער "בלויז א מענטש".
הק' עקסי מיט זיין טעקסי