כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

קשורה בנפשו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 9:29 am
דאס זעלביגע איז מיטן לאוו האשעם מאוומענט, מעגליך איז אמת אז איר לאווט האשעם, אבער איר זענט קראנק, פון וואנעט נעמט איר די חוצפה צו עס אויספויקן ברבים?
וועלכע חלק איז חוצפה?
דאס אז מען ליבט השם, אדער דאס אז מען איז קראנק?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8350
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

צ/ק

קאנסט קאנעקטן וויפיל דו ווילסט, וועסט אבער נישט טרעפן גא-ט דארטן
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3647
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

hoipt1 האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 12:43 pm
מענין לענין איז ארויפגעגאנגען די וואך מאנטאג אויף קול יושבי אהל שע"י כוללי סאטמאר א מוראדיגע דרשה פון הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א בענין אהבת השם
נומער איז 718-303-0110 1-1-6-6 123#
מענין לענין? דאס איז די ענין!!! אויסצוהערן דעם דרשה איז א יסוד אין דעם נושא! גאר גאר שטארק!

נישט קיין חילוק וואס דו האלטסט גיי הער אויס דעם דרשה, וועסט טרעפן דארט אבנארמאלע חיזוק, זייט ביי זייט מיט דורכזיכטיגע קלארקייט איבער דעם נושא אן קיין פשרות.
אבינו אתה
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:28 am

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבינו אתה »

עדות ביהוסף האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 11:28 pm
דער מענעדזשער האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 11:19 pm
מוישי: מאמי! כ'האב דיר אזוי ליב!!!! דו ווייסט ווי שטארק כ'האב דיך ליב????!!!! ממש אהבת נפש!!!!!!
מאמי: אזוי? געוואלדיג שעפעלע! נו! יאנקי דארף מען טוישן אפשר פעמפערסטו אים?
מוישי: וועם גייט עס אן??? זאל זיך יאנקי טונקען אין שמוץ!!! אבער כ'האב דיר אזוי ליב!!!!!!!
מאמי: אזוי? כ'האב זייער הנאה צו הערן!!! אפשר טראגסטו אראפ די גארביטש?
מוישי: וואס איז א חילוק ווי די גארביטש ליגט??? אבער מאמי! כ'האב דיר אזוי לי-י-י-י-י-י-י-ב!!!!!
מאמי: ברוך השם אז דו האסט אזוי ליב דיין מאמע - אפשר טוסטו מיר א טובה און דו פאקסט צאם די קליקס?
מוישי: זאל זיך גיסן קליקס ווי סעלצער אונטער די פארענטשעס! דער עיקר איך האב דיך אזוי שטארק ל-י-י-י-י-י-י-י-י-ב!!!!!
-------------------------------
דער נמשל איז פארשטענדליך:
(מפי הר"ר אברהם מרדכי מלאך שליט"א - כ'האב געשריבן תוכן דבריו, נישט ווארט ביי ווארט)
מאמי:Maybe its time to stop loving me and start listening to me.
אה: יעצט פארשטיי מיר שוין דעם מדרש, אמר הקב"ה הלואי אותי עזבו ותורתי שמרי
אבינו אתה
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:28 am

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבינו אתה »

גראז האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 12:03 am
עדות ביהוסף האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 11:52 pm
גראז האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 11:45 pm
עדות ביהוסף האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 11:39 pm
גראז האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 11:30 pm


יאפ. און ביידע זענען גערעכט.

יראה צו קאנטראלירן די אהבה, און אהבה צו קאנטראלירן די יראה.
No way.
They are not both right.
He doesn't love her. He is just saying so.
?Oh, Does he really not feel that way

?He has no emotion what so ever
Did someone say that?

I said he doesn't love her.
?So What does he feel
ווי א בן סורר ומורה, וואס וויל איר נאך מצער זיין אויף א סארקאשטישן אופן.
ער פילט א געפיל פון פריקת עול, וואס ער גיט עס ארויס מיט די ווערטער. און ער פארשטאפט איר נאך דאס מויל.
והנמשל מובן
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע: אין באשעפער'ס הענט

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

פרידן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:57 am
קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:45 am
יהודה אריה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:37 am
גראז האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 3:30 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 3:29 pm

רעפ איז אסור
איך וואלט נישט אדאפטירט די רעפ סטייל, אבער וואס איז די בסיס פון דעי איסור פון וואס דו רעדסט?
איך ווייס נישט אויב עס איז דא א קלארע הלכה אויף דעם, אבער דער וועג וויאזוי דער שלחן ערוך לייגט אראפ אז א איד דארף זיך פירן (אראפגעבויגענע קאפ, אנדערש ווי דער גוי, וכו,) מיט דער געפילן וואס רעפ ברענגט אריין אינעם מענטש, גייען נישט צוזאמען. זוי מייניך...


צו דער אינגערמאן, בחור וואס דער באשעפער האט געגעבן שווערע נסיונות און ער זינגט אויף רעפ Hashem I love you טוט א נחת רוח פארן באשעפער?! מסתם אויך.
סא ממעג מער נישט טאנצן ביי חתונות ווייל די קאפ הייבט זיך אויף
פאברעציר מיר נישט דא קיין נייע אסורים
ער האט דעס נישט געזאגט אין די ווייסט עס
לייגסט צו ווערטער כדי אים צו קענען אוועק מאכן
ער האט געזאגט רעפ שטימט נישט מיט ווי אזוי אידיש קינד דארף זיך אויפירען, שטימט נישט מיט בכל דרכך דעהו, מיט ווי זיין התנהגות דארף זיין אין אלגעמיין לויט די שלחון ערוך, אויבן אויף ווי אזוי אונז קען מיר די שלחן ערוך איז ער לכאורה גערעכט, האלסט אז ער איז נישט גערעכט קענסט מסביר פארוואס נישט אדרבא כל הכבוד

אבער צו שרייבן כאילו ער האט געזאגט מען טאר נישט אויפהייבן די קאפ ביים טאנצן איז סתם געהאקט און חוזק געמאכט
א דאנק @פרידן

@קיינמאל אסאך מאל דארף מען זיין זייער ברייט צו וויסן ווען צו זיין מצומצם.
אלעס טוהן און זיך ריפן ברייט און אפענמיינדעט, ווייסט אויף דאס פארקערטע.

רעפ איז עקלדיג, עס ברענגט ארויס עקלדיגע געפילן און מידות. פינטל.
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

יהודה אריה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:08 pm
פרידן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:57 am
קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:45 am
יהודה אריה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:37 am
גראז האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 3:30 pm


איך וואלט נישט אדאפטירט די רעפ סטייל, אבער וואס איז די בסיס פון דעי איסור פון וואס דו רעדסט?
איך ווייס נישט אויב עס איז דא א קלארע הלכה אויף דעם, אבער דער וועג וויאזוי דער שלחן ערוך לייגט אראפ אז א איד דארף זיך פירן (אראפגעבויגענע קאפ, אנדערש ווי דער גוי, וכו,) מיט דער געפילן וואס רעפ ברענגט אריין אינעם מענטש, גייען נישט צוזאמען. זוי מייניך...


צו דער אינגערמאן, בחור וואס דער באשעפער האט געגעבן שווערע נסיונות און ער זינגט אויף רעפ Hashem I love you טוט א נחת רוח פארן באשעפער?! מסתם אויך.
סא ממעג מער נישט טאנצן ביי חתונות ווייל די קאפ הייבט זיך אויף
פאברעציר מיר נישט דא קיין נייע אסורים
ער האט דעס נישט געזאגט אין די ווייסט עס
לייגסט צו ווערטער כדי אים צו קענען אוועק מאכן
ער האט געזאגט רעפ שטימט נישט מיט ווי אזוי אידיש קינד דארף זיך אויפירען, שטימט נישט מיט בכל דרכך דעהו, מיט ווי זיין התנהגות דארף זיין אין אלגעמיין לויט די שלחון ערוך, אויבן אויף ווי אזוי אונז קען מיר די שלחן ערוך איז ער לכאורה גערעכט, האלסט אז ער איז נישט גערעכט קענסט מסביר פארוואס נישט אדרבא כל הכבוד

אבער צו שרייבן כאילו ער האט געזאגט מען טאר נישט אויפהייבן די קאפ ביים טאנצן איז סתם געהאקט און חוזק געמאכט
א דאנק @פרידן

@קיינמאל אסאך מאל דארף מען זיין זייער ברייט צו וויסן ווען צו זיין מצומצם.
אלעס טוהן און זיך ריפן ברייט און אפענמיינדעט, ווייסט אויף דאס פארקערטע.

רעפ איז עקלדיג, עס ברענגט ארויס עקלדיגע געפילן און מידות. פינטל.
נישט אייביג איז רעפ עקעלדיג
עס ווענדט זיך ווער ווי אין ווען
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע: אין באשעפער'ס הענט

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

קשורה בנפשו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 9:29 am
די אשכול פארט אין רונדעס יעדע בלאט מיט די זעלבע אינהאלט אויף אן אנדערע וועג געשריבן.

יא ליב, נישט ליב, שגץ ארויס, שגץ אריין, יא אהבה, נישט אהבה, לאווט יא, לאווט נישט.

איימעניט וואס באדייט דאס ווארט לאוו? וואס איז די קאנצעפט פון אהבה? פון ווי ווייס איך אז איינער ליבט איינעם באמת?

אלזא, ניתי ספר ונחזי, וואס האט א נארמאלער פארשוין דאס מערסטע ליב? רוב רובם וואלטן ג'ענטפערט, זייערע קינדער, זיי זענען גרייט צו טוהן כל דבר שבעולם פאר זייער קינד צו פאר די בני בית.

א מענטש וועט גיין אסאך איבעריגע מיילן לטובת די זאך וואס ער ליבט.

יעדער פארשטייט אז אויב וועט איינער שטויסן זיין ווייב טעגליך אפילו ער וועט שרייען און וויינען און טאנצן אויף רעפ ווי שטארק ער לאווט איר און עכט וויל ער איר נישט וויי טאן וועט מען אים זאגן, ביטע פירט אייך אויף ווי א נארמאלער פארשוין סטאפ שטויסן און הייב אן לעבן מיט איר ווי א נארמאלע ציווילער פארשוין, איי ער וועט שרייען כ'וויל עס עכט עכט עכט נישט טוהן, אהה ווילסט עס נישט טוהן, אקעי, גיי צו איר בעהט פון איר מחילה זאג איר ביסט דורכגעפאלן גייסט ארבעטן אויף דיר און באמת מיינסטו עס נישט.

אבער ווי פיינפול איז דאס ווען זיין ווייב טרעפט זיך א חודש שפעטער און אודך דער שור המועד שטויסט ווייטער אבער דאס איז נישט דער עיקר זי ווערט נאך געוואר פון אנדערע אז דער פארציילט אין בית המדרש ווי שטארק ער האט הנאה פון איר שטויסן ער פארשפרייט ברבים בילדער ווי ער שטויסט איר וכ'ו, דאס איז געווען דער שטרוי וואס האט צובראכן דעם עלעפאנדס ריקן, איך בין נישט קיין נאר מיר וועסטו נישט פארקויפן קיין שטותים, ווי אזוי קענסטו זאגן אז דו לאווסט מיר?!

אהבה צו ה' איז צום ווייניגסטענס נישט אנדערש ווי אהבה צו א בשר ודם עס פעלן נישט אויס קיינע הסברים.

@עירין קדישין האט געברענגט א פאסיגע משל פון אן אורח וואס צוברעכט די חפצים פון זיין ברייטהארציגע גאסט געבער און עס איז נישט קיין סתירה צו זיין ליבשאפט צום גאסט געבער.

מעגליך אז דער אורח האט טאקע שטארק ליב דעם גאסט געבער אבער דעס איז כו"ע מודה אז דער פארשוין איז ערענסט משוגה און מען ברויך אים פיטערן די כדורים.

דאס זעלביגע איז מיטן לאוו האשעם מאוומענט, מעגליך איז אמת אז איר לאווט האשעם, אבער איר זענט קראנק, פון וואנעט נעמט איר די חוצפה צו עס אויספויקן ברבים?
אנדערש ווי ביי דער ווייב/ גאסט געבער, איז דער באשעפער דער וואס האט איהם געמאכט קראנק! ווייסט פארוואס?! טאקע צו זעהן אויב ער וועט שרייען פון זיין צופיצלט הארץ '' האשעם איי לאוו יו''

אנדערש ווי ביי א בשר ודם ווי מען קען נישט לעבן מיט א מענטש וואס שטויסט און זאגט דערנאך ''איך האב דיר ליב'' אפילו ער מיינט עס ערענסט, איז דער באשעפער איינער וואס איז ''בוחן כליות ולב'' און זעהט ווען דער מענטש מיינט עס ערנסט.

@קשורה בנפשו איך מיין עס איז צייט צו זעהן צו קוקען אביסל טיפער וואס ליגט באהאלטן אונטער די קאלטע אויפפירונג פון געוויסע.
דאס אליינס וועט זיי העלפן וואקסן בס''ד
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע: אין באשעפער'ס הענט

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:10 pm
יהודה אריה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:08 pm
פרידן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:57 am
קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:45 am
יהודה אריה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:37 am

איך ווייס נישט אויב עס איז דא א קלארע הלכה אויף דעם, אבער דער וועג וויאזוי דער שלחן ערוך לייגט אראפ אז א איד דארף זיך פירן (אראפגעבויגענע קאפ, אנדערש ווי דער גוי, וכו,) מיט דער געפילן וואס רעפ ברענגט אריין אינעם מענטש, גייען נישט צוזאמען. זוי מייניך...


צו דער אינגערמאן, בחור וואס דער באשעפער האט געגעבן שווערע נסיונות און ער זינגט אויף רעפ Hashem I love you טוט א נחת רוח פארן באשעפער?! מסתם אויך.
סא ממעג מער נישט טאנצן ביי חתונות ווייל די קאפ הייבט זיך אויף
פאברעציר מיר נישט דא קיין נייע אסורים
ער האט דעס נישט געזאגט אין די ווייסט עס
לייגסט צו ווערטער כדי אים צו קענען אוועק מאכן
ער האט געזאגט רעפ שטימט נישט מיט ווי אזוי אידיש קינד דארף זיך אויפירען, שטימט נישט מיט בכל דרכך דעהו, מיט ווי זיין התנהגות דארף זיין אין אלגעמיין לויט די שלחון ערוך, אויבן אויף ווי אזוי אונז קען מיר די שלחן ערוך איז ער לכאורה גערעכט, האלסט אז ער איז נישט גערעכט קענסט מסביר פארוואס נישט אדרבא כל הכבוד

אבער צו שרייבן כאילו ער האט געזאגט מען טאר נישט אויפהייבן די קאפ ביים טאנצן איז סתם געהאקט און חוזק געמאכט
א דאנק @פרידן

@קיינמאל אסאך מאל דארף מען זיין זייער ברייט צו וויסן ווען צו זיין מצומצם.
אלעס טוהן און זיך ריפן ברייט און אפענמיינדעט, ווייסט אויף דאס פארקערטע.

רעפ איז עקלדיג, עס ברענגט ארויס עקלדיגע געפילן און מידות. פינטל.
נישט אייביג איז רעפ עקעלדיג
עס ווענדט זיך ווער ווי אין ווען
רעפ איז עקלדיג, עס איז אפשר וויכטיג צו ניצן געוויסע מאל פאר געוויסע מענטשן? קען זיין. עס ווערט אבער נישט אויס ''רעפ''

ווען מען דארף טרינקן בלאטע פאר די געזונט ווערט עס נישט אויס בלאטע.
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
שטארקע אור
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

יהודה אריה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:22 pm
קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:10 pm
יהודה אריה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:08 pm
פרידן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:57 am
קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:45 am

סא ממעג מער נישט טאנצן ביי חתונות ווייל די קאפ הייבט זיך אויף
פאברעציר מיר נישט דא קיין נייע אסורים
ער האט דעס נישט געזאגט אין די ווייסט עס
לייגסט צו ווערטער כדי אים צו קענען אוועק מאכן
ער האט געזאגט רעפ שטימט נישט מיט ווי אזוי אידיש קינד דארף זיך אויפירען, שטימט נישט מיט בכל דרכך דעהו, מיט ווי זיין התנהגות דארף זיין אין אלגעמיין לויט די שלחון ערוך, אויבן אויף ווי אזוי אונז קען מיר די שלחן ערוך איז ער לכאורה גערעכט, האלסט אז ער איז נישט גערעכט קענסט מסביר פארוואס נישט אדרבא כל הכבוד

אבער צו שרייבן כאילו ער האט געזאגט מען טאר נישט אויפהייבן די קאפ ביים טאנצן איז סתם געהאקט און חוזק געמאכט
א דאנק @פרידן

@קיינמאל אסאך מאל דארף מען זיין זייער ברייט צו וויסן ווען צו זיין מצומצם.
אלעס טוהן און זיך ריפן ברייט און אפענמיינדעט, ווייסט אויף דאס פארקערטע.

רעפ איז עקלדיג, עס ברענגט ארויס עקלדיגע געפילן און מידות. פינטל.
נישט אייביג איז רעפ עקעלדיג
עס ווענדט זיך ווער ווי אין ווען
רעפ איז עקלדיג, עס איז אפשר וויכטיג צו ניצן געוויסע מאל פאר געוויסע מענטשן? קען זיין. עס ווערט אבער נישט אויס ''רעפ''

ווען מען דארף טרינקן בלאטע פאר די געזונט ווערט עס נישט אויס בלאטע.
אז דו עקלסט דיר פון רעפ ווערט עס נאכנישט אסור
עדות ביהוסף
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדות ביהוסף »

אבינו אתה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 11:43 am
עדות ביהוסף האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 11:28 pm
דער מענעדזשער האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 11:19 pm
מוישי: מאמי! כ'האב דיר אזוי ליב!!!! דו ווייסט ווי שטארק כ'האב דיך ליב????!!!! ממש אהבת נפש!!!!!!
מאמי: אזוי? געוואלדיג שעפעלע! נו! יאנקי דארף מען טוישן אפשר פעמפערסטו אים?
מוישי: וועם גייט עס אן??? זאל זיך יאנקי טונקען אין שמוץ!!! אבער כ'האב דיר אזוי ליב!!!!!!!
מאמי: אזוי? כ'האב זייער הנאה צו הערן!!! אפשר טראגסטו אראפ די גארביטש?
מוישי: וואס איז א חילוק ווי די גארביטש ליגט??? אבער מאמי! כ'האב דיר אזוי לי-י-י-י-י-י-י-ב!!!!!
מאמי: ברוך השם אז דו האסט אזוי ליב דיין מאמע - אפשר טוסטו מיר א טובה און דו פאקסט צאם די קליקס?
מוישי: זאל זיך גיסן קליקס ווי סעלצער אונטער די פארענטשעס! דער עיקר איך האב דיך אזוי שטארק ל-י-י-י-י-י-י-י-י-ב!!!!!
-------------------------------
דער נמשל איז פארשטענדליך:
(מפי הר"ר אברהם מרדכי מלאך שליט"א - כ'האב געשריבן תוכן דבריו, נישט ווארט ביי ווארט)
מאמי:Maybe its time to stop loving me and start listening to me.
אה: יעצט פארשטיי מיר שוין דעם מדרש, אמר הקב"ה הלואי אותי עזבו ותורתי שמרי
Exactly!
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

מוחמד סעוד האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:52 am
צ''ק.

אהבת ה' און יראת ה' זענען תרין גדפין דלא מתפרשין כידוע אויף אראביש ווערט דאס אנגערופן جناحان لا ينفصلان.

זאל קומען איינער און זאגן איך האב ליב דעם אויבערשטן און אלע זיינע מצוות זאלן גיין קראכן רח''ל - דאס איז גרעבער ווי גראב, אין די היינטיגע וועלט איז די גראבע מהלך צו רעדן כמעט אינגאנצן אויסגעראטן, מאנכע וועלן זאגן אז דאס איז גוט אבער מאנכע טענה'ן אז דבר זה בעכרנו עומד.

אמאל פלעגט מען יא רעדן גראב -

אין די תרצ''ח יאר האט דער צורר היהודים ימ''ש נישט געהאט קיין פראבלעם צו אויסרופן קבל עם ועדה ''איך בין דא זיכער צו מאכן להשמיד ולהרוג ולאבד את כל היהודים'' עפ''ל! - און די אלע אומות העולם זענען געשטאנען און געשוויגן און זיך ערוועקט ערשט נאכן זיכער מאכן אז די ארבעט איז מער ווייניגער געטון געווארן און די שארית הפליטה איז נישט גענוג שטארק זיך צוריק אויפבויען... מה גם זיי האבן שוין געציטערט פאר זייער אייגענע וואויל זיין אלזא האבן זיי באשלאסן צו זיך שלאגן מיט נאצי'שן מאנסטער, אבער לאמיר סטיקן צ''ק.

אין די היינטיגע וועלט רעדט מען שיין, פאזיטיוו, די אומות העולם וואס זיצן סרוחים על ערשותם אין די יו ען בנין, מאכן זיכער אז די שונאי ישראל היושבים באיראן זאלן נישט ח''ו ווערן געשטערט פון זייער ארבעט להשמיד ולהרוג את כל היהודים היל''ת, (און ווער עס מיינט אז זיי צילן נאר די ציונים אין מדינת ישראל טעות בידו ואכמ''ל) זיי קענען באשטיין אז כלל ישראל זאל גיין קיין עזאזאל רח''ל אבער אפן און גראב וועט עס היינט קיינער נישט זאגן, די עשו שונא ליעקב חברה וועלן גיין סחור סחור אבער זיכער מאכן אז זיי וועלן גרייכן די כרם ישראל השם ישמרנו ויצילינו מידם וזממם לא תופק.

לענינינו, די מצב החינוך לדאבונינו האט צוגעברענגט אז היינט צו טאג'ס קען מען שוין נישט מחנך זיין על דרך מקל ישראל סבא. ניין, די קלעפ און שלעק וואס מיר עלטערע האבן באקומען אין חידר דאס באקומען שוין נישט אונזער גדיים ותיישים, היינט איז אלעס מער באלאנסירט און אזוי אויך די גאנצע צוגאנג צו די נערי ישראל פורקי העול לדאבון לב הוריהם ומוריהם.

רבי גרשון אדלשטיין זצ''ל וואס איז אין די פריערדיגע טעג אוועק איז געווען באוואוסט מיט זיין ווייעכע צוגאנג צו די נעבעכיגע נוער הנושר, ער בחמלתו האט באוויזן צו ראטעווען צענדליגע הונדערטע צובראכענע נשמות וואס האבן נישט באקומען די ריכטיגע ווארימקייט אינדערהיים, פראבירן האבן זיי צו טרעפן בשדות זרים, און ר' גרשון האט אויסגעלערנט די צובראכענע עלטערן אז יעבור עליהם מה די קינדער דארפן אייביג געדענקען אז די ווארימע ווינקל אינדערהיים וועט אייביג בלייבן נישט קיין חילוק ווי שפל זיי האלטן! אזוי האבן אסאך קינדער זיך צוריק געקערט איינמאל זיי האבן שוין גענישטערט די גאנצע גלאוב נישט טרעפנדיג די ריכטיגע אור און די לעצטע דעסטינאציע איז געווען אין די אלטע דיינינג ראם זיך ארויף ווארפנדיג אויף די טאטע מאמע'ס הענט ''מאמי איך בין צוריק אהיים".

דאס איז אויך א נושא פאר זיך וואס מ'קען אסאך מאריך זיין און לאמיר זיך פארריקן ווייטער.

די צוגאנג ווי ערווענט פריער, דאס האט פארפלייצט די היימישע גאסן מיט אסאך נערים פורקים ופורקים במקצת, אלע מיני נייע געזיכטן האבן אנגעהויבן מער צו באווייזן זייער פנים אינעם היימישן קווארטל, אויב אמאל פלעגן זיי לובש זיין שחורים און אנטלויפן למקום אשר אין איש מכירם, היינט צו טאגס דרייען זיי זיך אינדערהיים, זיי קומען דאווענען אין ביהמ''ד, די רב/דיין איז זיי מקרב, עטליכע פון זיי וועלן אפי'האבן זייערע אייגענע שטיבל! די גאנצע אטמוספערע האט זיך געטוישט יש שיאמרו לטוב ויש שיטענו למוטב ולא נאריך.

איינע פון די הויפט וועגן צו מקרב זיין די חבורה איז דורך די מיטל פון אריין ווארפן אידישקייט און ווארימקייט פון די הינטער טיהר - פון מיינע יארן לערנענדיג אין ארץ ישראל געדענק איך כסדר די צעקות ''נהג!! דלת אחורית"!! - מ'ווארפט זיי אריין אהבת ה' דורך קומזיצעס פארברענגען, נסיעות צו מקומות הק', צלי אש וכל מיני מטעמים, דא און דארט שעירט מען שטיקלעך מוסר און חסידישע ספרים אויף סאשעל מידיע, א יעדע צווייטע טאג וועט איר זען א צווייטע פאזיטיווע סטיקער צוגעקלעבט צו די ראסערישע קאר טראנק, זיי וועלן זאגן מזמור לתודה אפי' אויב זיי האבן נישט געדאווענט קיין שחרית יענע טאג (ח''ו אין בכוונתי אוועק צו מאכן די ענין, איך זאג אויך כסדר די מזמור אבער לא לקנטר באתי) הכלל - זיי זענען קאנעקטעט צו גט דורך די קירוב מיטלען ענד איטס אקעי.

וואס איז אבער געשען, די שאור שבעיסה די שטן העומד לשטננו האט זיך געטראפן מיט א ערנסטע פראבלעם, די עולם קערט זיך צוריק אין די מאסן, אויב האט ער אמאל מצליח געווען להבאיש ריח היהדות בקרב נערי ישראל, דא איז אים אינטערגעוואקסן א נייע דור וואס האט אמת'דיג ליב גאט ב''ה, די עולם לערנט טאקע נישט קיין 24 מעת לעת אבער די עולם לעבט! אונז זעמער אידן! שטאלץ צו זיין א איד! איך גיי אפי' מיט א שיינע גאלדענע רינגל וואס שטייט ארויפגעקריצט ''יהודי אנוכי".

וואס טוהט מען דא?

איז מיודענו הידוע לשמצה געגאנגען און געעפנט די יוצרות לפר' פרה און געטראפן את אשר אוותה נפשו '' לטהר טמאים לטמא טהורים באומר קדוש''

ער האט גענומען די אפר הפרה קירוב מיטל און זיך גענומען מיט דעם אראפ צו שלעפן די ערליכע נערי בני ישראל מיט די ריכטיגע טענה ''קוק! מ'קען זיין אן ערליכער איד אויך אן די גאנצע חסיד'ישע טראגע! מ'קען זיין אן ערליכער איד דורך זינגען געשמאקע ווארימע ניגונים, מ'דארף נישט האבן קיין פילטער אויפן פאון מ'דארף בלויז אויסשרייען ה' הוא האלוקים!
ער האט זיך גענומען פאמפען די פסוק ''לאהבה את ה' אלוקיך'' אבער דעם ''את ה' אלהיך תירא ואותו תעבוד'' דאס האט ער גענצליך אויסגעלאזט. עס קען אפשר זיין אז די ימין מקרבת דארף אמאל פארקוקן און באזייטיגן די שמאל דוחה אבער דאס איז א מיטל! נישט קיין שיטה!! נישט א יעדע בדיעבד'יגע קולא ווערט א לכתחילה'דיגע מצווה!

עס קען זיין אז סליחות באגלייט מיט מוזיק און פליישיגס אין די זייט איז א גוטע מיטל צו מקרב ליבות נשברות, אבער מכאן עד לדינען דעם אויבערשטן?! שעם דיך צו פארשפרייטן אזא צעטיל בחוצות בעיר, שיק א פריוואטע איינלאדענונג פאר די געאייגענטע געלאדענטע און מאך נישט קיין פרהסיה פון די עווענטס, וואס ס'איז גוט פאר דיר איז סם המוות פאר מיר און פאר מיינע קינדער!

שני צדדים למטבע אזוי ווי די רמב''ם ברענגט, מ'דארף נוצן א יעדע זייט למקומו הראוי לו, די מקובל זאל דאווענען אין די רש''ש סידור און די סקווערע חסיד אין זיין של''ה סידור, די בעלזער
אין די עבודת ה' סידור און אזוי ווייטער און ווייטער, א יעדער האט זיך זיין דרך און אל נא תרעה בשדות זרים.

די גאנצע פראבלעם אין די לעצטע יארן פאנגט זיך אן ווען א יעדער פראבירט צו מתקן זיין די צווייטער, און דאס איז ליידער די שולד פון די ערבוביה וואס דער שטן האט אריין געברענגט, ״בא השטן ועירבב את העולם, והראה דמות חושך ואפלה וערבוביה'' - דאס איז א נסיון ככל הנסיונות וואס מיר דארפן אסאך ס''ד צו וויסן וויאזוי צו מחנך זיין אונזערע דורות.

יעצט למעשה:
איך האב שוין געשריבן אן ענליכע תגובה אין די ליפא אשכול, די קאנצעפט איז דאס זעלביגע, אם ישנו ענין לכאן תנהו גם לכאן:


מוחמד סעוד האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 12:23 pm
לענ''ד
ווען צד א' זאל נאר אויסעהערן די מעסידזשעס פון זיינע מנהיגים און צד ב' זאל אויסעהערן נאר זיינע משפיעים, וואלט געווען שלום ושלוה.
הא לן והא להו איז א כלל פון חז''ל, די בראך פאנגט זיך אן ווען צד א' 'מוז' פאר וויכטיג קאמאנטירן אויף די צד ב' מנהיג'ס שמועסן, און די צד ב' אוהדים שפירן גאר וויכטיג ווען זיי רייסן אראפ די דרשות פון די מנהיגי ומשפיעי צד א',
די צד א' ניקעס וניקיהם עמם שעפן חיות צו פארשפרייטן העיט אויף די צד וואס שטאלצירט מיט די לאוו מהלך, און צד ב' חברה טענה'ן בתוקף אז זיי זענען גאר די וואס לאוון, נאר וואסזשע זאלן זיי טוהן אז מ'לאווט זיי ניט.....

יעצט געפונט אויס ווער איז צד א'און ווער איז צד ב'......

כללו של דבר לענ''ד,
א היימישע חסידישע איד ברויכט צו דאווענען בנוסח ספרד און עסן די היימישע השגחות, אויב טרעפט ער זיך בארץ נכריה און מ'סערווירט דארט נאר מחפוד זאל ער מאכן א שאלת חכם.
כולנו בני איש אחד נחנו אבער א יעדער דארף פאשען אין זיין פעלד לויט ווי ער האט באקומען פון זיינע עלטערן, ואל תטוש תורת אמך דאס איז א יסוד מונח ביי אונז אידן.

והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר "מה זאת"? [גארנישט, ער האט דזשאסט געליינט אין עפעס א גיליון א באשרייבונג פון א רב פון א צווייטע קרייז און ער האט באמערקט ציטאטן וואס שטימען נישט מיט די שיטה וואס ער איז נתחנך געווארן לאורה]
אויב האט די טאטע אביסל שכל בקדקדו וועט ער אים ענטפערן "מיין קינד זיס, די רב/רבי/מנהיג/זינגער/עקטאר איז גאר א חשובע איד, ער איז א חלק אלו-ה ממעל, אבער פאר דיין וואויל זיין נעם נישט אן וואס דו האסט דארטן געליינט, ביי אונז האט מען זיך אנדערש געפירט, זיידי און עלטער זיידי האבן אונז מחנך געווען אנדערש.

פון דא און ווייטער קען די טאטע אריין גיין אין לענגערע פירושים און פשטים, ער קען מסביר זיין אויף די י"ב שבטים, ער קען מרחיב זיין אין די אידישע היסטאריע על עדותיהן וחוגיהן, ער קען און זאל פראבירן זיכער מאכן אז דאס קינד איז גענוג קלאר וואס ער האט צו טוהן, ח"ו נישט אוועק מאכן יענעם אדער מאכן די אנדערע מנהיג אויסזען ווי א מאנסטער, מ'קען א וועק מאכן בדרכי נועם, "לא זו דרכנו" - אין א פאל וואס מ'רעדט פון א סעלעברעטי וואס איז אומאויסגעהאלטן קען מען זיין שטרענגער און זאגן "השמר לך פן יפתה"... און אויב האט דער יעניגער אן עדה נאכשלעפער מסוגו קענט איר קלאר מאכן אז זיי זענען פון די "יתמו חטאים ולא חוטאים" חבורה, [איי פארוואס קומען זיי אין שוהל דאווענען? איר קענט פארענטפערן אז זיי זענען ב"ה נישט אזוי פארפאלן אבער דאך זענען זיי נישט די עידית שבעדה]

אראפ רייסן יענעם אלס אן האבי דאס לאזט זיך אויס ווי א זייפן בלאז! א רעדיקאלע נעגעטיווע חינוך מהלך איז א קלארע רעסעפי פאר פירות ביאושים, אבער דא קומט א גרויסע אבער! - א רעדיקאלע פאזעטיווע חינוך מהלך איז אויך נישט קיין ריכטיגע מהלך,
די באלאנס איז קלאר געשטעלט געווארן דורך חז"ל שמאל דוח וימין מקרבת, די פונקטליכע מאס דארף געמאסטן ווערן הכל כפי המחנך והמתחנך, דור דור ומנהיגיו, אבער די וועג פון אראפ רייסן יענעם בלויז לשם תאווה ולשם תאוות הפרומקייט - די קייט קען זיך ציען און ציען לעולמי עד וכמאמה"ח ןבגדיו לא יפרום - דאס איז די איבעריגע פרום'קייט וואס קען צומאל צובאדזשעווען דאס מענטשהייט.

זיצן אויף אייוועלט און שימפן און כעסן על כל עץ רענן - דאס איז נישט קיין לעזונג צו די עצם פראבלעם, אויב דו האלסט צב"ש אז עפעס א געוויסע גליון וואס ווערט ע"פ רוב געטראפן צווישן די סידור בלעטער - איך גראדע ליין בשקיקה די אלע גליונות, אבער אויב האלטסט אז דאס קען שעדיגן דיין קינד, קום נישט ארויף אויף אייוועלט שעלטן אדער דעמאנסטרירן, ניין, מאך דיר א גוטע חשבון הנפש פארוואס דו האלסט טאקע אזוי, דערנאך טראכט גוט אריין וויאזוי דו גייסט מסביר זיין פארן קינד פארוואס ער זאל זיך האלטן ווייט פון די גיליונות אדער מהלכים.

אויב זענט איר צומישט אין די וועג וויאזוי דאס מנחיל צו זיין פאר דיינע קינדער - איר קענט כאפן א שמועס מיט די רבי/מנהל/מג"ש/ראש ישיבה - פרעג זיי וואס זיי וואלטן געטוהן אין אזא פאל.
הכלל, קודם זיי זיכער ביי דיר וואס איז די ריכטיגע וועג, זוך דיין אמת כפי שהוריך הנחילוך און נישט משדות זרים וואס קענען דיר נאר פארבלענדערן די מח, נישט א יעדע מחשבה זרה וואס לויפט אדורך דיין מח מיינט דאס אן הארה מן שמיה, דעת תורה איז היפך דעת בע"ב, און אויב מיינט איר אז איר זענט געווארן בין לילה א דעת תורה'ניק ברענג מיר ביטע פון די דאזיגע געווירצן....

איך קען גיין סחור סחור אבער לאמיר צוריק דיין צום אנהייב - בוי דיין חינוך אויף וואס יא. דערנאך ווארף אריין אלע ניין'ס כפי הצורך ובמדה ובמשורה, [איי וועט איר פרעגן די שס"ה זענען דאך מער ווי די רמ"ח - די ענטפער איז אה"נ אבער דאך פאנגט מען אייביג אן מיט די רמ"ח מצוות עשה און דערנאך דערמאנט מען די שס"ה לא תעשה]

אויף די עקבתא דמשיחא תקופה שטייט "וְהָאֱמֶת תְּהֵא נֶעְדֶּרֶת" - נעדרת איז מלשון עדר עדר לבדו, א יעדע עדר און ציבור טענה'ט "האמת בידי"....
ויה"ר שנזכה בב"א
געבטס אריין א פאזעטיווע ווארימע השקפה אין אייערע קינדער, ברענגט ארויס גענוג קלאר די ''ראה מה בין בני לבן חמי'' אן צו עקסטרימלי אוועק מאכן די שואכערע זייט, און בתפילה לשוכן במרומים זאלן אלע דורות גיין ווייטער לאור החינוך בדרך הישר אכי''ר.
-----------




און יעצט א ווארט צו די צוויי אייוועלט ניקס, הן די רעפרעזענטיוון פון צד א' און הן פון צד ב'
איר קענט עפענען אשכולות כפי אוות נפשם ווילאנג עס שטימט מיט תקנות המקום.
מאכט נאר זיכער אז ענק ברענגען גענוג קלאר ארויס פאר וועלעכע צד איז די ארטיקל געאייגענט, די 'בעסערער' בעיני עצמו זאל שרייבן קלאר אז ער רעדט כפי מהלך מחשבתו און די 'שוואכערער' בעיני אחרים זאל קלאר ארויס ברענגען אז ער רעדט צו זיין טיפ קהל,
סתם צו פראבירן מחנך זיין דעם צווייטן דאס העלפט נישט קיין מאום, דאס קען אפשר פארמערן בלעטער און תגובות אבער ע''פ רוב ברענגט דאס צו צוגעשפארטע אשכולות וחבל.

זייטס מיר געבענטשט אידן - מחמוד
יעקב לעהמאן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 2:18 pm
למשל אזא קליפ וואס ווערט געזען דורך די נישט ריכטיגע צד קען ברענגען נאך גאנצעטע בלעטער דא אויף אייוועלט...
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 11:09 am
hoipt1 האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 12:43 pm
מענין לענין איז ארויפגעגאנגען די וואך מאנטאג אויף קול יושבי אהל שע"י כוללי סאטמאר א מוראדיגע דרשה פון הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א בענין אהבת השם
נומער איז 718-303-0110 1-1-6-6 123#
מענין לענין? דאס איז די ענין!!! אויסצוהערן דעם דרשה איז א יסוד אין דעם נושא! גאר גאר שטארק!

נישט קיין חילוק וואס דו האלטסט גיי הער אויס דעם דרשה, וועסט טרעפן דארט אבנארמאלע חיזוק, זייט ביי זייט מיט דורכזיכטיגע קלארקייט איבער דעם נושא אן קיין פשרות.
איך האב אויך אויסעגעהערט די דרשה
שטארקע יסודות
שטארק ארויסגעברענגט
שטארקע חיזוק
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15462
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

@פראקטיש
איין זאך בינעך זיכער, איי לאוו וואט יו ווראטה!
אוועטאר
עירין קדישין
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:12 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירין קדישין »

קשורה בנפשו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 9:29 am
.

@עירין קדישין האט געברענגט א פאסיגע משל פון אן אורח וואס צוברעכט די חפצים פון זיין ברייטהארציגע גאסט געבער און עס איז נישט קיין סתירה צו זיין ליבשאפט צום גאסט געבער.

מעגליך אז דער אורח האט טאקע שטארק ליב דעם גאסט געבער אבער דעס איז כו"ע מודה אז דער פארשוין איז ערענסט משוגה און מען ברויך אים פיטערן די כדורים.

דאס זעלביגע איז מיטן לאוו האשעם מאוומענט, מעגליך איז אמת אז איר לאווט האשעם, אבער איר זענט קראנק, פון וואנעט נעמט איר די חוצפה צו עס אויספויקן ברבים?
דער גאסט דארף דעפענעטלי פילן.

אבער וואס וועסטו זאגן ווען דו ווייסט אז זיין שטויסעריי איז גאר געטריגערט דורכ'ן בעה'ב צוליב א אומפארשטענדליכע סיבה?

וועסטו זאגן אז דער גאסט איז משוגע? ננין.

וועסט זאגן אז א מיסטעריזעז געשיכטע שפילט זיך דא אפ.

אין אז דער גאסט שרייט שרייט אז ער האט ליב דעם בעה'ב. וועלן מיר אננעמען אז ס'איז אמת.
כ'זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט וויסן מיין אנדערע ניק!
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

נאכנישט געלייענט אלע תגובות דאהי,
אבער עס איז א הערליכע אשכול.

@פראקטיש ווען די קעפל וואלט געווען:
איך בין מיך מחבר צום בורא מיט נגינה, מיט די זעלבע ערשטע תגובה, וואלט די אשכול נישט אנגעצויגן מער ווי איין בלאט..
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5617
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 3:51 pm
נאכנישט געלייענט אלע תגובות דאהי,
אבער עס איז א הערליכע אשכול.

@פראקטיש ווען די קעפל וואלט געווען:
איך בין מיך מחבר צום בורא מיט נגינה, מיט די זעלבע ערשטע תגובה, וואלט די אשכול נישט אנגעצויגן מער ווי איין בלאט..
ועל זה קא בכי רבי
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

וואסע זיכער איז זיכער אז די דאזיגע אשכולות ברענגען ארויס הערליכע באשרייבונגען, מלאי תוכן, צו באלעק'ן די אצבעות.
מ'דארף עס נאר ארויס פרינטן, מסדר זיין א יעדע תגובה לויט זיין קאטעגאריע אנטי אדער פראו, און מ'האט צו ליינען פאר א גאנצע חוה''מ.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5617
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 11:09 am
hoipt1 האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 12:43 pm
מענין לענין איז ארויפגעגאנגען די וואך מאנטאג אויף קול יושבי אהל שע"י כוללי סאטמאר א מוראדיגע דרשה פון הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א בענין אהבת השם
נומער איז 718-303-0110 1-1-6-6 123#
מענין לענין? דאס איז די ענין!!! אויסצוהערן דעם דרשה איז א יסוד אין דעם נושא! גאר גאר שטארק!

נישט קיין חילוק וואס דו האלטסט גיי הער אויס דעם דרשה, וועסט טרעפן דארט אבנארמאלע חיזוק, זייט ביי זייט מיט דורכזיכטיגע קלארקייט איבער דעם נושא אן קיין פשרות.
אקארשט אויסגעהערט, ער איז מורא'דיג.

די אשכול האט זיך מיר אויסגעצאלט אז איך בין צוגעקומען צו די דרשה, שכח שכח @hoipt1

עימיצער האט א לינק דערפון?
hoipt1
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 4:31 pm
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 11:09 am
hoipt1 האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 12:43 pm
מענין לענין איז ארויפגעגאנגען די וואך מאנטאג אויף קול יושבי אהל שע"י כוללי סאטמאר א מוראדיגע דרשה פון הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א בענין אהבת השם
נומער איז 718-303-0110 1-1-6-6 123#
מענין לענין? דאס איז די ענין!!! אויסצוהערן דעם דרשה איז א יסוד אין דעם נושא! גאר גאר שטארק!

נישט קיין חילוק וואס דו האלטסט גיי הער אויס דעם דרשה, וועסט טרעפן דארט אבנארמאלע חיזוק, זייט ביי זייט מיט דורכזיכטיגע קלארקייט איבער דעם נושא אן קיין פשרות.
אקארשט אויסגעהערט, ער איז מורא'דיג.

די אשכול האט זיך מיר אויסגעצאלט אז איך בין צוגעקומען צו די דרשה, שכח שכח @hoipt1

עימיצער האט א לינק דערפון?
יישר כח יהא זה חלקי
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 10:59 am
צ/ק

קאנסט קאנעקטן וויפיל דו ווילסט, וועסט אבער נישט טרעפן גא-ט דארטן
מעיבי גא-ט יא,
דעם אייבירשטען זיכער נישט....
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

עס וועט זיין גוט האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 11:39 pm
קשורה בנפשו האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 11:37 pm
עירין קדישין האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 9:59 pm
אין די לעצטע שטיק צייט הערט מען מער אין מער צווישנרופן ביים אלגעמיינעם היימישן ציבור, וועגן דער פאקט אז געוויסע צווישן אונז האבן אנגעהויבן ליבן גא-ט אויף גאר א הויכע שטאפל. צו זיי האבן אים באמת ליב ווייסעך נישט. מ'הערט אבער זייער אפט פון זייער מויל, זייער ליבע, זייער קאנעקשן, וועלכע זיי שפירן צום איין איינציגן גא-ט.

זייער אסאך פון צווישן אונז, האט עס ממש דערצערנט, געברענגט בייז בלוט. האלאו! קענסט סטאפן אזוי צו לאוון גא-ט?! טו דיר אן א הוט אין רעקל! דאוון מיט מנין! הערויף ליב צו האבן!

אדער א אנדערע נוסח. האלאו! האסט ליב גא-ט? ווייסט וואס גא-ט מיינט? האסטוך אליינסט ליב. סטאפ רעדן פון גא-ט! טרינק אויס דיין טאקילע. עס אויף דיינע דשערקיס, אין אריין אין בעט.

דער פאקט איז. גא-ט האט אונז אויסגעקליבן אלס זיין פאלק. ער האט אונז ליב. דערפאר האט ער אונז געגעבן זעקס הונדרעט אין דרייצן מצוות. מיר זאלן אים דינען, אין די מצוות זאלן אונז הייליגן. אשר קדשנו במצוותיו.

איינער פון די מצוות איז אהבת ה'.

איי וואס דארף עס גא-ט? וואס פעלט אים אויס אז אונז נארישע מענטשן וועלכע זענען טאטאל אנגעהאנגען אויף אים זאלן אים ליב האבן? איך ווייס נישט. ס'איז א מצווה. פינטל.

די שאלה שטעלט זיך אבער. וויאזוי קען מען פארלאנגען פון א מענטש ער זאל ליב האבן גא-ט? ליבע איז א געפיל, קענסט נישט צווינגען א מענטש צו פילן א געוויסע פילינג. פונקט ווי דו קענסט אים נישט צווינגען ליב צו האבן א מאכל.

גאר א שווערע שאלה. די שאלה געפינט מען איבעראל. די תירוצים זענען פארשידנארטיגע. דער סוף פסוק פון אלע תירוצים איז. אז דער מענטש איז מחיוב. אויף א געוויסע וועג, צו אנטוויקלען א ליבשאפט אין זיין הארץ צו גא-ט. וויאזוי? די וועג וויאזוי זיין הארץ שפירט.

דאס הייסט, יעדער מענטש האט אנדערע הרגשים, יעדער האט א הרגש פון אהבה, אבער ביי יעדן ווערט עס געטריגערט אויף א צווייטע וועג. אלזא, יעדער מענטש איז מחיוב צו טרעפן די וועג אין זיך אליינס. וויזאוי ער קען מקיים זיין די דאזיגע הייליגע מצווה.

אלזא, דער מצווה איז א מצווה תמידית, עס גייט אן יעדע רגע פון טאג. דער הייליגער ר'ר אלימלך שרייבט שוין, אז ווען א איד האט ליידיג צייט, זאל ער עוסק זיין אין אנטוויקלען אין זיך אהבת ה'. ווי באקאנט.

יעצט קומט דער יונגערמאן אין פארפירט, מיינסט ער קען ליב האבן גא-ט אין זיך אויפפירן ווי אזא כ'ווילניש זאגן וואס?

ניין. אויסדרוקליך. אבער ווער ס'האט נישט קיין מזוזה דארף נאכאץ לייגן תפילין. אין ווער עס רעדט אים אפ דערפון איז א מסית.

יעצט איז דא וואס טענה'ן אז ער שפירט ווי ער פטר'ט זיך פון אלע מצוות מיטן ליב האבן גא-ט.

ס'איז דא הונדערטער אידן היבשע פויערן וועלכע פארטיילן ריזיגע געלטער פאר צדקה. אויך צו באקומען אזא פילינג אז ער איז מסודר. זאל ער אויפהערן? ניין! סאו דער לאוו פריק אויך נישט.

כ'וועל גיין נאך ווייטער. יעדער מענטש האט אין זיך ליבשאפט. ער מוז עס געבן ערגעץ. אויב נישט פאר גא-ט, ווי מיינסטו גייט ער געבן?

אין קורצן מיין נקודה, מיר האבן נישט ליב גא-ט ווייל מיר פארשטייען צו אים, אויך נישט ווייל ער דארף עס. ער האט אונז געבען א אפערטונעטי פאר נאך א מצווה, דאס אים ליב האבן. נישט ווייל מיר זענען ראוי אים ליב צו האבן, פלעין ווייל ער האט געהייסן.

סאו דער באם וואס רעפט מיט געטליכע ליבע איז מקיים א ריזיגע מצווה. איך שעץ אים שטארק דערפאר!

צום שלוס: איך האב ליב דעם באשעפער. אז ס'געפעלט דיר נישט, דאן גיי ווי די שווארצע פעפער וואקסט!

ביי!..
העי בראו! יו לאוו האשעם? גאָט פאר יו!

לאז מיר דיר מסביר זיין וואס מיינט אהבת השם.

וואס באדייט דאס געוויקס ליבע? אהה עלעך דיר מסביר'ן אהבה באדייט לדוגמה אז דו האסט אזוי שטארק ליב דיין קינד אזש דו וועסט זיך אריינווארפן אין פייער פאר אים! וועסט זיך אריינשטעלן אינמיטן א פארנומענע הייוועי אז ער זאל נישט געשעדיגט ווערן!

יעצט קומען די געהויבענע חכמים די צדיקי הדור און שרייען האַלאו, איך גלייך דעם באשעפער אזש כ'גיי פאר אים ניסלעך... ווען ער איז ווען אויף פעיסבוק באקומט ער פייערדיגע לייקס פון מיר ממש ווי די רעפ סטאַר!

ברודער'ל האסט ליב דעם באשעפער? דאן פאלג זיינע פארלאנגען! לייגן תפילין איז א סטאַרט.
יא אזוי עס שטטיט אין קרי"ש
ואהבת את ה' בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך
מסתם פארגעסן די אויספיר פון והיה הדברים האלה אשר אנכי מצוך היום על לבבך ושננתם לבניך ודברת בם בשבתך בביתך ובלכתך בדרך ובשכבך ובקומך .....
ס'דא 613 כלים ווי אריינצילייגען די אהבה...
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 1:00 am
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 10:36 am
שטייט טאקע אין באר מים חיים אז אנע יראת השם איז נישטא קיין אהבת השם,
וכלשונו "וכל עוד שאין באדם יראה ופחד ממלכו של עולם לא הסחיל להכנס כלל בעבודה, ואף שידמה לאדם כי יש בו אהבה לה', טועה הוא כי אם לא היה התחלתו ביראת ה' שהוא השער ליכנס שיפול היראה בעצמו עליו מאימת המלך, לא התחיל להביט בכבוד שמו כלל וכלל"
און ער זעצט פאר אז מיט יראת ה' אנע אהבה קען מען שוין דינען דעם אויבערשטן, אבער די ציל דארף זיין אהבה.
כי אם יהיה אהבתו שלא ביראה אין זה כבוד גדולת המלך וזה קרוב להוללות, לא אהבה, ואהבה הוא כשהוא ביראה האמיתית.
שטייט אסאך אין הייליגען בני יששכר אין דברי חיים ועוד
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

נעמטאָדאָם האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 1:12 am
שאול ידידיה האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 11:15 pm
Mr. President האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:33 pm
וואס איז די שאלה?? איינער וואס האט ליב דעם באשעפער אודאי זאל מען אים נישט שטיל מאכן, ווער זענען אונז צו זאגן ”דו” מעגסט נישט ליב האבן השי”ת ווייל א. ב. ג. קיינער האט דיך נישט געפרעגט, און אז ס’געפעלט דיך נישט גיי דריטוס...
---
די פראבלעם איז אבער... (גמרא ניגון אלערט) אז זייער סאך מאל זעט עס אויס פאלש. ווייל אויב האסטע ליב גא-ט האו קאם דו פירסט זיך אזוי אויף???.....
שטייסט? און דאס איז וואס באדערט.
איך האב מורא עס צו זאגן אבער דאך, די אוה''ח הק' ביי פרשת מתן תורה שרייבט מפורש אז א איד וואס האט אהבת ה' קען זיך מקיל זיין אין זאכן צוליב גרויס קורבה וואס ער שפירט מיט גא-ט ב''ה.

וזלש''ק כי יאמר שמצד קרבתו לבורא וחביבותו לא יקפיד עליו כמנהג וסדר הרגיל בין הנבראים וכו', כי העושה מאהבה לפעמים לא ידקדק בפרט אחד מהתורה כדרך האב עם בנו המגעגעו והמשעשעו כיון שאין עליו בחינת המורא וכו'.

דער הייליגער אוה''ח הק' זאגט אז מ'דארף טאקע באלאנסירן די יראה מיט די אהבה, אבער ער זאגט נישט אז ס'איז פאלש דורכאויס.
איך גיי שרייען זייער הויך! ליגנער! דער אור החיים הקדוש שרייבט דאס נישט! שאול ידידי׳ שרייבט דאס! דער אוהחה״ק שרייבט מפורש אז א איד וואס האט אהבת ה׳ קען ״חלילה״ זיך מקיל זיין וכו׳

דער אור החיים הקדוש שרייבט, אז היות איינער וואס איז נאר עובד מאהבה קען זיך חלילה מקיל זיין אין געוויסע מצוות כמו שמצינו וכו׳, און איינער וואס איז נאר עובד מיראה וועט נאר באקומען האלב שכר. לזה נתחכם וכו׳

[quote="ר׳ חיים בן עטר״]
אכן כוונת דברי ה' הוא על זה הדרך וקודם אקדים המושג אצלינו מכל התורה כי האדון אלהי ישראל מדותיו הם להטיב ויותר מחשק המקבל חשקו להטיב, וזה לגודל הפלגת בחינת טובו, ויותר מהמה לבני ישראל, ומתחכם הוא יתברך להרבות שכרנו וטובתנו כי זה הוא אשר יחפוץ ה'. והנה מצינו לו שגילה דעתו כי שכר המקיים תורת ה' ומצותיו מיראה הוא מחצה מהעושה מאהבה מב' כתובים הבאים בהודעת שכר המצות באחד אמר (דברים ז ט) לאלף דור ובאחד אמר (לקמן כ' ו') לאלפים ודקדק בשר האלף שהוא השומר מיראה ושר האלפים שהוא לעושה מאהבה. והנה יש בבחינת האהבה צד גורם רעה כי לא תספיק לבעליה להשמר בתמידות לבל עבור איזה פעם באקראי כי יאמר שמצד קורבתו לבורא וחביבותו לא יקפיד עליו על זה כמנהג וסדר הרגיל בין הנבראים, ולהשכילך בענין ממשה אתה למד כי לצד רוב קורבתו וחיבתו עם ה' שגג ודבר אליו (לעיל ד' י"ג) שלח נא ביד תשלח, למה הרעתה וגו' (ה' כ"ב), לא הצלת וגו', וזה היה סיבה גודל קריבתו לפני ה' נתקררה היראה כי פשיטא שאדם אחר כשלא יהיה קרב כל כך תפול עליו אימתה ופחד. והנה האדון ה' צבאות לא כן יחשוב כמו שאמר הכתוב (דברים י' י"ז) אשר לא ישא פנים ולא וגו' ויקפיד אדרבה ביותר על אהובו ליסרו בתוספת מרובה על עוברו אפילו פעם אחת ואפילו על הקלה שבקלים כאומרו (תהלים נ') וסביביו נשערה מאוד ואמרו ז"ל (ב"ק נ'.) שמדקדק עם חסידיו כחוט השערה, ואשר על כן בעת נתינת התורה חשב ה' מחשבות טובות להועיל בקבלת התורה ולפניו ב' דרכים, א' לדבר דברי אהבה וחיבה ויש בזה תכלית דבר טוב כשיקבלוה מאהבה שקל הקודש כפול הוא בשכרם, ויש בזה צד אחר כי העושה מאהבה לפעמים לא ידקדק בפרט אחד מהתורה כדרך האב עם בנו המגעגעו והמשעשעו כיון שאין עליו בחינת המורא מה שאין כן כשתהיה קבלת התורה מחמת יראה מדרך הירא לפחד על דקדוק אחד כעבד מרבו ונמצא תמיד עומד לשמור עץ החיים וכן הוא בדבריהם ז"ל. (ירושלמי ברכות). ודרך ב' הוא לדבר דברים קשים כמלך שגוזר על עבדו בזריקת מרה ואימת מלכות, ויש בזה תכלית טוב שלא יזלזלו באחת מכל מצות התורה ואפילו באקראי ועראי אלא שמגיעם מחצית שכר משכר המגיעם בעשותם מאהבה:
אשר על כן נתחכם ה' לצוות בב' אופנים בדרך אהבה ודרך שררה והפחדה ואמר גם שניהם במתק לשון צדיק בנושא אחד, והוא מה שהתחיל לומר כה תאמר על זה הדרך כה פירוש כסדר זה שאני אומר לך תאמר לבית יעקב ותגיד וגו' פירוש יש בו אמירה רכה שהיא דרך אהבה וחיבה ותגיד פירוש יש בו גם כן דברים קשים כגידים שהוא דרך הפחדה ויראה. ודקדק לומר בית יעקב באמירה ובני ישראל בקושי, לומר חלק החסר לכל אחד משניהם על זה הדרך כי בית יעקב הם מדריגה הקטנה שבאומתנו הקדושה אשר לא ישיגו עבוד ה' מאהבה אלא מיראה לזה המצוה להם שצריכין להוסיף עבוד מאהבה הרמוזה באמירה רכה כנזכר, ולבני ישראל שהם מדרגה הנבחרת והמעולה אשר ישיגו בחינת האהבה אמר כנגדם ותגיד שלא יספיק להם בחינת האהבה לגבי פרט אחד וצריכין הם ליראה ולאהבה מטעם שכתבנו, נמצאת אומר כי טובים השנים וצורך בהם לקיום התורה וצריך כל איש מישראל לקנות שניהם אהבה ויראה ושניהם יחד אמרם אל עליון בנעימות דבריו באומרו אתם ראיתם אשר עשיתי וגו' כאשר אבאר בסמוך בעזרת השם ודברי רבותינו ז"ל שאמרו (מכילתא) אלו הנשים ואלו האנשים הם דרך דרש:
[/quote]

בכלל די הייליגער אוה"ח הקדוש ברענגט פאר א משל ווער 'סאיז מחמת גרויס אהבה קען חלילה נכשל געווארן בדקה מן הדקה וסביבו נשערה מאוד ברענגט ער משה רבינו, וואס איז אנגעקומען די העכסטע וואס א ילוד אשה קען אנקומען, פה אל פה אדבר בו, פשט איז אהבה איז אסאך אסאך העכער און ריינער פארט מוז מען נאך האבן יראה פאר די טעם,
אבער וואספארע שטות ושגעון איז דאס ארויפצולייגען אויף מענטשען וואס האלטען אין בעסטען פאל ביי אלף אז 'הער אויס' ער דינט דעם אייבערשטען בחחינת אהבה... בבחינת וואס?!
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

בילל האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 11:27 am
א יעדע איד האט און זיך אהבת השם בטבע, דאס איז די מציאות פון א איד, נישט האבן אהבת השם איז אומנאטירלעך.
די רמב''ם זאגט שוין אויף ואהבת ווי איז שייך א ציווי אויף אהבה. נאר אהבת ה' האט א איד נאטירלעך פון בארג סיני די ציווי איז ער זאל נישט טוהן זאכען וואס נעמען עס אוועק (וועלעכע זאכען? אסאך זאכען וואס די וואס טענה'ן אז זיי לאוון ה' טוהען..)
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”