כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טרעף דיך
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 12:49 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעף דיך »

פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 11:38 am
טרעף דיך האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 11:30 am
מיינע צוויי סענט,

די סוגיא פון אהבה איז אביסל ארויס פון קאנטעקסט, סיי בין אדם למקום, בין אדם לחבירו און בין איש לאשתו וכו׳.

ליב האבן איז נישט קיין פעולה, ס׳איז א מציאות! א מציאות פון זיין איינס מיט, דהיינו, די העכסטע מאס ליבשאפט נאטירלעך אין די בריאה האט א מענטש צו זיך אליין, דער מציאות, דער געפיל, דאס איז אהבה, פינטל.

ליב האבן קען מען באקומען/געבן ״דורך״ פעולות, אבער נישט די פעולה איז די אהבה, די פעולות קענען ברענגען אהבה, כידוע די ווארט פון רב דסלר אז אהבה אז מלשון הב, געבן, נישט אז געבן ״איז״ אהבה, דורך געבן קען מען בויען די ״מציאות״ פון אהבה.

צוריק צום זיך אליין, דער מציאות און געפיל וואס א מענטש האט צו זיך איז אהבה, ס׳כמעט נישט מעגליך מסביר זיין די מציאות, אבער יעדער קען זיך פאר׳דמיונ׳ן מיט אן אמת, וואס פיל איך פאר מיר? דאס איז די מציאות פון אהבה! ער וועט זיך באשוצן, זיך בויען, זיך פארענטפערן, זיך ריספעקטירן וכו וכו וכו.

אהבה איז ״זיך״, אהבה פאר אנדערע מיינט, די נעמסט אים אריין צו זיין א חלק פון דיין דיך! ואהבת לרעך ״כמוך״, וועגן דעים ביי א פרוי שטייט אוהבה כגופו ומכבדה יותר מגופו, אהבה קען נישט גיין העכער פון ״כגופו״, כבוד קען זיין מער ווייל כבוד איז א פעולה, די פעולה פון מכבד זיין זאל זיין יותר מגופו.

זיך אליין האט ע מענטש ליב מיט אלע זיינע חסרונות צוזאמען, ער קען אלעס פארנעמען און אלעס פארענטפערן, זעלבע ביי די אייגענע קינדער נאטירלעך האט דער באשעפער באשאפן אז מ׳האט זיי אזוי ליב מיט אלע חסרונות צוזאמען! דעיס איז די עבודה פון ליב האבן א חבר, זעה אז ער איז א חלק פון דיך! (כלל ישראל איז איין גוף, איין משפחה) ממילא וועט דיר בכלל נישט שטערן זיינע חסרונות וכו׳ וה״ה בין איש וביתו.

נישט ״זאגן״ איך האב ליב מיינט ליבן, אונזערע זיידעס האבן קיינמאל נישט געזאגט פאר א קינד ״איך האב דיר ליב״… (איך עגרי אז ס׳וויכטיגער היינט צו בעסער קאמיוניקעיטן, באזונדערע שמעוס, צו מיין נקודה) קיינער האלט נישט אז זיי האבן ווייניגער ליב געהאט, ס׳איז א הארץ זאך וואס מ׳שפירט, מ׳רעדט היינט אסאך פון גוטע קאמיוניקאציע (וואס איז וויכטיג) מיט קינדער און מיט די שטוב וכו׳ ווי כאילו קאמיוניקירן פאר זיך איז די תכלית… קאמיוניקירן איז א tool, און זייער א נוצבארע, אבער צו קאמיוניקירן וואס טוט זיך ביי מיר אין הארץ! אויב ביי דיר אין הארץ איז לער קענסטו קאמיוניקירן וואס דארט זיך… אבער אוי ואבוי… מיין זיידע האט נישט אזוי גוט קאמיוניקירט אביר כ׳האב געקענט דורך קוקן ביז טיף אין זיין הארץ און זעהן אז ער ליבט מיך!… אן דאס דארפן קאמיוניקירן!!…

ליבע איז א ״מציאות״ און א הארץ זאך, נישט קיין פעולה און נישט קיין דיבור!

לענינינו, ס׳דא א מציאות אז זיין הארץ האט ליב און ער טוט נישט ריכטיגע זאכן? יא, פונקט ווי א מענטש קען אמאל טוהן א נישט ריכטיגע זיך צו זיך אליין אדער צו א קינד זיינ׳ס און קיינער וועט נישט האלטן אז ער האט אים נישט ליב… אבער זיכער אז ס׳האט א גבול וואס ווייזט א קלארע מציאות אז די ליבע איז פארלאשן… אבער ס׳זיכער נישט שווארץ און ווייס… א הארץ זאך קען נישט זיין שווארץ און ווייס.

שיק!
די מיינסט צו זאגן אז די וואס רעפן צו זיך, צו זייער ב"ב, צו זייערע קינדער, צו זייערע חברים, זיי זאלן אויף רעפן צו גא-ט.

כ'האב עס ארויס?
קענסט נישט בעסער פראווען מיין נקודה!!…
איך רעדט פון ליבשאפט און די רעדסט פון רעפ… סך הכל וואס איך זאג איז אז לאז ארויס ליבשאפט שמעוס פון רעפ… מאך א שמעוס צו רעפ איז ריכטיג צו נישט… איך וואוט אז ס׳איז געמיין!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובה דורך יאנאש »

פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 10:51 am
@אורח הכבוד

קענסטו דיך נישט העלפן, דו פארסט אריין אין די דעטאלען פון די ארגומענטן האפנדיג אז דו גייסט איינעם משכנע זיין, ס'גייט נישט געשען.

יעדער וואס האט שוין אביסל דורכגעטוהן די נושא ווייסט אז ס'איז דא יראת העונש און יראת הרוממות, אהבת השכר און אהבת הרוממות.

אין סאטמאר און אין ענליכע קרייזן האט מען געפילעוועט אז יראה ואהבת הרוממות איז עפעס העכערס, בלויז נאכדעם וואס א איד רייסט זיך ארום מיט זיך און מיט זיינע נסיונות צוליב יראה העונש ואהבת השכר, מיט אסאך תורה ותפילה. דאס וועט אויטאמאטיש עפענען זיין נשמה און געפיל צו די אומפארשטענדלעכע קאנצעפט פון אהבת ויראת הרוממות. ווי מער א איד זינדיגט נישט און איז מרבה במצוות ומעשים טובים וועט דאס הייבן דעם מענטש העכער און העכער עד אין שיעור וערך, ס'וועטט אריינשיינען אין אים א בחינה פון אהבה וואס מ'קען נישט מסביר זיין אדער באשטעלן.

אין די זעלבע צייט האט די רבי געזאגט אן א שיעור מאל אז יעדע קליינע נטיה צום אמת, יעדע עבודה היינטיגע צייטן איז חשוב ביים אויבערשטען נאך אפשר מער ווי אמאל צוליב דעם חשכות און דער שפלות הדור, ער מחזק געווען דעם עולם צו וויסן אז יעדע קלייניקייט שאקלט וועלטן און דער אויבערשטער האט ליב יעדן עבודה פון יעדן איד, אבער אז אונז האב מיר ליב דעם אויבערשטען האט ער נישט גערעדט

דע רבי איז אוועק געשטאנען גאר ווייט פון זיך פאפן אפילו אויב ס'וואלט אריינגעברענגט דעם עולם אין א גוטע vibe.

ס' איז ידוע אז סוכות ביי די חוה"מ טישן האט א רב זיך אנגערופן די גרויסקייט פון די טעג אז איצט האלט מען שוין ביי תשובה מאהבה (כידוע פון ספרי חסידות) און די רבי ז"ל האט געזאגט : "איר מיינט אז תשובה מיראה ציהט זיך עפעס ארויס פון די ארבל?". ווי איינער זאגט, אונז זעמיר נאכנישט פערטיג מיט תשובה מיראה, ס'אהבה'ט זיך נישט אזוי.

און ס' איז לאו דוקא אין סאטמאר, און אנדערע מקומות האט מען אויך נישט א גאנצן צייט פארקויפט אז האבן מיר ליבן דעם אויבערשטען און אויב יא איז דורך לערנען דאווענען און זיך ברעכן די תאוואות רעות ו דות רעות, כאטשיג מ'דארף ליב האבן און ס'איז איינע פון די מצוות כמבואר בחובת הלבבות און אנדערע ספרים אבער זיך צו טינקען דערין אז מיר זענען שוין דארט האט מען ביי אונז נישט געזעהן.

ביי די מלאכים (חב"ד) טאקע ווי זיי האבן זיך געווייקט מיט עכט חסידות פונעם הייליגן בעל התניא האבן זיי כסדר געחזרט אז די לימודים זענען בלויז לידיעה בעלמא צו וויסן ווי מ'וויל אנקומען אבער ווי לאנג דו האסט נאך די מינדסטע תאוות האכילה אפילו, שטייסטו ווייט די דערהויבענע מושגים, דו באגרייפסט אפילו נישט וואס דארט שטייט.

בקצה המוזלג איז דאס געווען דעם רבינס פחד פון זיך אריינרעדן אז מ' האב מיר ארויס די וואס שטייט פון תלמידי בעל שם אז ווען מ'האט א נפילה אדער א מחשבה זרה דארף מען דאס תיכף מהפך זיין צו אהבת הבורא. די רבי ווי אנדערע צדיקים בעפאר אים האבן געהאלטן אז דאס איז בלויז שייך פאר בני עליה וואס זענען שוין אויס געטוהן פון עולם הגשמי, סתם אידן דארפן זיך שלאגן און רייסן במחשבה ודיבור ומעשה און בעטו דען אויבערשטען בתפילה ובתחנונים, וכולי האי ואולי.

כידוע האט מען אין סאטמאר נישט געאסרט לערנען קיין ברסלבע ספרים, די רבי האט געזאגט קלאר מ'זאל דאס לערנען פונקט ווי אלע אנדערע ספריי חסידות, אריינקוקן דערין צו נעמען חיזוק צו דינען דעם אויבערשטען און ווייטער געגאנגען. אבער ער האט יא געזאגט פאר הרה"ק מספינקא זצ"ל אז עס קען זיין א סכנה ווי אויב באפריינד מען זיך מיטן אויבערשטן קען מען ווערן צו נאנט ווי מ'פארלירט די מורא. כמובן האט ער נישט געמיינט ספינקא רבין אליין, נאר אויסגעשמועסט פארוואס דער עולם מ'זאל זיך נישט טינקען דערין.

די סקולענע וטהר ליבנו האט מען געזינגען אין סאטמאר איך ווייס נישט צו אים רבינס צייטן אבער נאכדעם זיכער. ווען ער הערט ווען ווי מ'זינגט דערויף: "הייליגע באשעפער מיר האבן דיר אזוי ליב", וואלט ער עס נישט אויסגעהאלטן.

למעשה, איך ווייס נישט פארוואס, אבער א גרויסע חלק פון אונזער עולם האט געשנאפט פון רבינס תורות און פון די בכיות (איך מיין צו זאגן פון די וועג וויאזוי די תלמידים האבן עס פארקויפט פאר'ן אינגע דור) בלויז שרעק און פחד פון תורה ומצוות, א טייל פון די שוואכע דור האט דאס אויפגענומען כאילו זיי קענען סיי ווי נישט מצליח זיין אין דעם שווערן געראנגל, איך בין א פראבלעם פאר'ן אויבערשטען, דער אויבערשטען איז ברוגז אויף מיר, דאס איז נישט א ענין ווי איך בין א טייל דערפון אדער איך קען מצליח זיין.

קוק די ספר וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק "חזק ויאמץ לבך" וואָס נעמי צוזאם חיזוק געדאנקן וואס די רבי האט געזאגט פון צווישן זיינע תורות, ס'איז מחיה נפשות דאס צו לערנען, איך קען אידן אסאך עלטער פון מיר וואס אטאמען דערמיט.

נו, פארוואס האט מען דאס פארדעם נישט ארויסגעגעבן? פארוואס האט דאס בכלל געדארפט ארויסגעבן? די מציאות אז די רבינס תורות איז געבויט אויף טיפע דרוש און מוסר מפחד ה' וגאונו, די דברי חיזוק איז א קליינע טייל פון די תורות. ס'איז עפעס נישט געהעריג איבערגעגעבן געווארן וואס דאס האט גורם געווען אז א גרויסע פראצענט שפירט אז זיי זענען אויסן פאר א דורכפאל. די ערווארטוגען מיט זייער מעגלעכקייטן שטימען נישט.

ס'איז ברור אז די דור איז געפאלן אין דערמיט פארלאנגט זיך אביסל אנדערע צוגאנג צו א היבשע פראצענט פונעם עולם.

דאס האט פארשטייט זיך גורם געווען אז מ'האט געזוכט אנדערע גליקן ווי מ'הערט אז די באשעפער האט דיך ליב און דו ליב דעם אייבערשטן. ס' טוט זיך א געליבעכטץ מיט גיטאר און רעפ אז ס'איז ממש א פחד. (אנשטאט יראה ופחד זאל צוברענגען אהבה, איז פשוט א פחד צי זעהן די אהבה וואס דא גייט פאר...)

איך זעה מענטשן וואס אין זייער לעוועל האט זיי עס געהאלפן, ס'מאכט אים שפירן א חלק פון כלל ישראל און אז ער האט א מקום, דאס גיבט אים כח און חיזוק זיך צו שטארקן אויף נסיונות און צוביסלעך נארמאליזירן זיך און די שטוב. ס' איז קלאר א שוואך דור און א היבשע פראצענט דארף דאס מער ווי אמאל.

די פראבלעם ווערט ווען יענער טוט דאס נישט נאר פאר זיך נאר ער וויל מאכן הפצה דערמיט. זיי זענען איבערצייגט אז נישט נאר איז ג
דאס ריכטיג פאר אים נאר ער מוז מיך מיט מיינע קינדער דרייען א קאפ מיט מושגים וואס מ'נוצט אים צו היילן.

ועוד נוסף, שרייט ער אז די גאנצע דור אדער גאר רוב דור דארף דאס האבן, דאס איז ריכטיג און וויכטיג פאר יעדעם איינעם, זאלן זיך די פאר פארקוועטשטע ערליכע אידן זיך מחזק זיין מיט סופארט גרופעס אין ווינקל שולן אבער די אלגעמיינע ציבור זאל זיין אויפן "ליב באן".

די א.ג. אויפקלערטע זענען אזוי נאאיו אז ס'איז נישט פשוט. ס'איז דא שווערע טויזנטער אנשים נשים וטף וואָס ווערן נתחנך מיט זייער אויסגעבויטע שיטות וואס מ'האט מקבל געווען פון אמאל. נישט בלויז אין סאטמאר נאר אין אלע ערליכע קרייזן ווי מלייגט אפילו מער דגוש אויף חסידות אבער נישט מיט קאנעקעשן, גיטאר אדער רעפ. מ'איז מדקדק בקלה ובחמורה, מ'ציטערט משנה צו זיין ווי מ'האט געזען ביי די רביס, יעדער חצר לפי וואס זיי האבן מקבל געווען. די ציבור החשוב וואקסט ווי אויף הייוון כן ירבו.

יא, געוויסע שינוים ווערן געמאכט אבער דאס ווערט געטאהן בבפחד ומורא ווייסנדיג אז יעדע קליינע שינוי דארף מען זיצן דערויף שבעה נקיים זיכער צו מאכן אז ס'איז נישט קיין יסודותדיקע שינוים נאר שינוים וואָס רעכנט זיך טאקע מיט די היינטיגע מציאות אבער ס'איז אנצוהאלטן די הייליגע מסורה מדור דור.

מ'קען מרוגש ווערן פון זעהן ווי די קהילות ומוסדות בליען און שיינען, ווי מ'פירט שווערע טויזנטער חסידישע שטובער אווי אמאל, וכמאמר החכם "די באן פאר ווייטער".

די פראבלעם איז ווען די "ליב איד" וואס קען זיין פאר אים כשלעצמו איז ריכטיג וואס ער טוט, אבער פארוואס וויל ער מיך איבערמאכן? די סיסטעם איז נישט גוט, איך בין נישט גוט, די ביסט נישט גוט, די רבנים זענען נישט גוט, ער האט ארויס די ריכטיגע דרך אין עבדות השם און אלעס אנדערש איז אפגעפרעגט.

אינגערמאן, איך גיי מיט דיר נישט טענה'ן ווייל איך האלט פאר דיין היילונג איז אפשר גוט אז דו האלטס וואס דו האלטסט און טוהסט וואס דו טוסט אבער שטופ נישט אריין דיין מעדיצין אין מיר אדער אין אונזער ציבור אן קיין פערסקריפשן, לאז געמאך.

איך קען מיך נישט עפארדן דיר מסביר צו זיין ווי ווייט רעפ'ן איז ווייט פון אידישקייט ווייל אין די מצב ווי דו ביסט קען זיין דו דארפסט עס האבן אבער פארוואס' זשע שטופסט עס אריין אין מיין נאז? רעפ די ארום מיט רעפינג פאפיר און רעפ אריין ביי דיר אינדערהיים, דמיון דיר אויס געטליכע ליבע עד צאת הנשמה אבער מיר לאז אפ, איך בין פיין.

אבער דו @אורח הכבוד ,דו ווילסט נאך עפעס מסביר זיין פאר די אידן, עפעס קומסטו יעדע רגע מיט באווייזן און פאקטן זיי אויפצוקלערן אז זיי זענען זיך טועה.

און איך זאג דיר, ס'איז א שאד די צייט, זיי האלטן וואס זיי האלטן פאר סורווייועל, ער מוז אזוי האלטן פאר זיין קאופינג מעכאניזם, אנע דעם ציפאלט ער, דו גייסט אים נישט אויפקלערן.

וואס פרובירסטו צו עררייכן?
שפתיים יושק, יעדעס ווארט פון אלף ביז תיו.

יו ברויך איך א פראקטישער ליל שישי...

שכוח פאר די שווערע קאפ ארבעט און הארעוואניע, איטס אפפרישיעטעד.
אוועטאר
הצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:07 am

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלחה »

שוין אביסעל שפעט אפשר אבער אפשר נאכאלס דא א תועלת אין צוזאמען נעמען די זאך אביסעל.

מקען ציטיילן די מאמר פונעם פוה"א אין צוויי חלקים
איינס, אז עס איז דא מצווה פון אהבת השם וואס יעדער איז מחיוב אין יעדן צייט, ווי ער ברענגט שטארק ארויס אין די ערשטע תגובה, די מצווה האט נישט א פאוזע קנעפעל ווי די קענסט עס לייגן אויף האלד, נאר א מענטש איז מחיוב יעדע מנוט אין יעדע צייט צו געדענקען און אונזין האבן צי ליב האבן השי"ת, אין אונז זאגן דאס יעדן טאג דריי מאל א טאג ביי קריאת שמע.
דאס אז מען איז מחיוב מאכט עס נישט פאר קיין גרינגע מצווה, אדרבא עס איז פון די שווערסטע מצוות אין טאקע ווייל מען איז שטענדיג מחיוב דערמיט.
איך קלער אבער נישט אז איינער האלט אנדערש אדער פראבירט צי זאגן אנדערע פשטים.

די צווייטע חלק וואס די פוה"א רעדט וויאזוי איך האב פארשטאנען איז נעמען א גשמיותדיגע אהבה נעמען א זאך וואס די האסט ליב פון דיין יסוד העפר אין דאס ארום דרייען צו אהבת השם, וויאזוי דרייט מען עס ארום צי אהבת השם? איך ווייס נישט פונקטליך אבער בערך לכורא דורכן אויסדריקן הכרת הטוב אין ארויסזאגן מיטן מויל פאר א דוגמא בשעתן עסן א גוטן מאלצייט זאגט ער ארויס מיטן מויל איך האב דיך ליב השי"ת!

בעצם די געדאנק איז אויך א געוואלדיגע זאך, דאס הייסט בשעתן עסן טראכט ער פון השי"ת, ער האט הכרת הטוב פאר די גוטס וואס השם טוט מיט אים, אין ער טוט אנערקענען אז אלעס וואס ער האט קומט פון השי"ת. אין דאס צו טוען קען נישט יעדער נאכדערצו זיכער ביי יעדן מאלצייט וואס מען עסט, די עצם געדאנק פון לעבן אזוי אויף יעדע טריט איז א געוואלדיגע מדרגה אין אשרי לו ווער עס קען עס באווייזן.

אבער דא קומט אריין די אנדערע חלק וואס די פוה"א רעדט וואס ווערט שטארק ארויסגעברענגט אין די קעפעל
דאס איז די חלק פון מאכן די הכרות הטוב אויף גשמיות מאכן דאס פאר אן עצם עבודת השם, ווי ער זאגט אונעם קעפעל "איך קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ!" דאס הייסט אין אנדערע ווערטטער מיין קרבת אלוקים מיין נאנטשאפט צום מלך מלכי המלכים איז ווען איך רעפ, אויב זאל איך מיך דארפן אויסבעטן עפעס אדער אויב איך וויל אמאל א קבלה טובה איז אלעס אויף רעפ ווייל דארט ליגט מיין נאנטשאפט צום השם אחד, אין דאס איז מיין רוחניותדיגע עבודה אויף די וועלט.

די געדאנק קען קומען פון גאר א טיפע יואש געפיל, דאס הייסט ער דרייט זיך ארום א גאנצע טאג ער דאווענט ער לערנט אבער ער האט נישט קיין שום געפיל ער טוט אלעס- אלס מצוות אנשים מלומדה, אזוי איז ער אויף געוואקסן אזוי טוט יעדער אין אזוי טוט ער, אבער די הארץ איז טויט.
קומט יעצט א גוטע מנוט ער זיצט ביי א רייכע סעודה ער האט אונ-פארנט פון זיך א פלייש טעלער וואס פארשעמט סעודת אחשוורוש, אדער ער איז מיט זיינע חבירום ביי א שומחה די מוזיק צינד אן אזאלאכע רעפ מיט די לייטס און רויעך ביי די זייטן אז עס פאקט איין די שווארצע, ער פילט גוט ער פילט א צפרידנקייט ער הייבט אויף זיינע אויגן צום הימעל אין ער זאגט יישר כוח הייליגע באשעפער פאר אלעס וואס די טוסט.
אה! דא איז געשעהן א מורדיגע זאך, ענדליך די ערשטע מאל אין טאג ער טוט עפעס פארן אויבערשטען אין די הארץ איז דא, די הארץ ארבעט מיט. ער האט עס געזאגט מיט געפיל אין ער האט עס געמיינט אמתדיג, אין דאס מאכט אים טראכטן אז פון יעצט איז אלעס א געהויבענע געפיל א געפיל פון העכערקייט.

אבער דא ליגט א סכנה גדולה. טאקע ווי די פוה"א שרייבט אין די קעפעל. די מענטש פון יעצט אין ווייטער האלט אז ער איז אנגעקומען צו אן אמת ער איז אנגעקומען צו אן הכרה אין קרבת השם ממילא דאס איז זיין תכלית, אין דא שטעקט זיין רוחניותדיגע הצלחה. ביז יעצט האט ער געמיינט אז די וועג ארויף צו השי"ת איז נאר דורך תורה עבודה אין תפילה, יעצט איז ער געוואר געווארן אז ניין עס איז דא נאך א לייטער וואס מקען ארויף קריכען צי אנקומען נאנט צי השם אין דאס איז זיין וועג ארויף געמאכט פאר אים. אין דעס רעדט ער זיך איין ווייל זיין יואשדיגע געפיל זאגט אז נאר דארט האט ער געשפירט ווי זיין הארץ ארבעט מיט.

די מענטש זאל זיך אבער פרעגן א שטארקע קשיא, לאמיר זאגן אז גערעכט דאס איז דיין עבודה דא שטעקט דיין הצלחה. וואס ווייטער? ווי נעמסטו די עבודה צו די נעקסטן שטאפל?
אין עבודת השם איז נישטא אזא זאך אז מען איז שוין אנגעקומען האסט מעקסט אויט אלע דיינע פאטענשעל.. עס איז נישטא אזא זאך. א יעדע יוד דארף וויסן אז ער קען גיין העכער ער קען גיין מער מקען קיינמאל נישט זאגן איך בין שוין אנגעקומען. פאר אן ערליכע יוד איז זיין לייטער ארויף צו קריכן צו ווערן נענטער צו השי"ת די תורה, דיין לייטער איז צו עסן זשערקי אבער דיין לייטער האט נאר איין טרעפל אמת אז עס איז דאך נענטער מיט טרעפ'ל אבער דארט שטעלט זיך עס אפ די האסט נישט מער ווי ארויף צו גיין.

אין צי זאגן אז די לייגסט דיין גאנצע עבודה אריין אין דאס איינע טרעפ'ל איז א שרעקליכע יואש געפיל, סיי די האסט אויף געגעבן צו פראבירן אריין צו לייגן דיין הארץ און תורה און תפילה, ווייל די האסט א נייע אור ווי צי לייגן דיין הארץ. אין נאכמער די האסט געהאלטן אז דיין דאווענען אן געפיל לערנען אן געפיל האט נישט קיין חשיבות דאס ברענגט דיך נישט נאנט דאס טוט נישט גארנישט אויף, ממילא האסטו געזיכט וואס ארבעט יא, אין דיין מיינד האלטסטו אז דאס ארבעט והא ראיה אז די פילסט דיין הארץ. אין דאס איז א שרעקליכע יואש.

אבער די דארפסט וויסן אין געדענקען אז דאס איז מעשה שטן, ער געט דיך דווקה די גוטע געפיל אין קענסט עס אפילו אנרופן געהויבענע געפיל בשעתן טוען אלע דברים מגושמים ער וויל די זאלסט לייגן דיין גאנצע געוויכט אויף יעדן איינציגסטן זאך וואס איז ווי די גוי אין די תורה האט נישט גאסרט.

ווען די ביסט אויף געוואקסן האסטו פון אלס קליין קינד געקענט מבחין צווישן אן ערליכע יוד אין נישט ערליכע, אפילו נאך סאך פאר דיין בר מצווה וואלסטו שוין געקענט אנצייגן ווער איז אן עובד השם אין ווער איז פארקערט, די הבחנה וואס די האסט געהאט די קלארקייט און חילוק וואס די האסט פארשטאנען פון ווען די ביסט געווען א קליין קונד דאס וויל דיין יצר הרע צוברעכן פון דיר ער וויל דאס ארויסרייסן פון דיך, דורך דאס אויסרייסן צוברעכט ער דיין גאנצע יסוד, ער צוברעכט דיין שורש מיטן דיך איינרעדן אז נאך לויפן תאוות איז בעצם א חלק פון עבודת השם אין קוק דיך אן ווי די פילסט מער קאנעקטעד דורך בשר ווי ווען די זאלסט לערנען, אזוי שלעפט ער דיך אריין ביז איין טאג וועסטו זיך כאפן אוי וויי ווי שטיי איך אויפן וועלט אין די וועסט פילן אז די האסט שון ממש נישט קיין וועג צירוק, אין דיין יצר הרע וועט זאגן מישען עקאמפלישט (אוודאי האט א מענטש אייביג א ווג צירוק נאר דאס די קונץ פונעם זקן וכסיל אז ער דרייעט דיך אריין אזוי טיעף מיט זיינע מצוות ביז די באקומסט די געפיל כאילי נישטא מער א וועג צירוק)

אבער די טארסט דיך נישט לאזן, טיעף אין דיין הארץ ווייסטו אז דאס טראגט דיך נישט אין ערגעץ, אין דיין הארץ ווייסטו אז דאס גייט אקעגן יעדע געפיל וואס די האסט אמאל געוויסט אין פארשטאנען וואס א ערליכע יוד מיינט. די וויסט ביי דיך אז יו"כ ווען די גייסט האבן אן התעוררות ביים דאווענען גייסטו זיך נישט נעמן אויסרעכנען הייליגע באשעפער איך האב דיך ליב געהאט ביי זשערקי, ביי נייט סווימינג, ביים ביעטש, ביי רעפ, א.א.וו. ממילא געב מיך יעצט גזונט, געב מיך פרנסה, געב מיך נחת.. טיעף ביי דיך ליגט באגראבן דעם אמת אין די שטן טרייעט עס נאר צי קאווערן מיט ליערס אין ליערס ווי מער.

די דארפסט נוצען דיין אלטע תמימות זיך צי העלפן ארויסדרייען פון דעם יצר, טראכט פון מענטשען עובדי השם וואס די קוקסט באמת ארויף אפילו מענטשען וואס לעבן מער נישט אין טראכט וואלטן זיי געטון אזא זאך? וואלטן זיי אויסגעשטוגען ווען זיי זענען ווען עוסק בקביעות אין אזאלעכע זאכן? וויאזוי וואלטן זיי רעאגירט צי אזא זאך? נאכמער ווען זיי וואלטן דא געשטאנען פאר מיך וואלט איך מיך אזוי אויפגעפירט. טראכט אריין נמשל ווען הרב וואיזנער זי"ע זאל ווען קומען זיך טרעפען פראזענדליך מיט דיך, וואלסטו געטאנצען רעפ אין פארנט פון אים בשעת ער איז דארט נאר פאר דיך? אויב נישט קומט זיך נישט פארן מלך מלכי המלכים די עילת העילות קומט זיך דען נישט כאטש די זעלבע רעספעקט ווי הרב וואזנער? מיט אזאלעכע מחשבות קענסטו זיך העלפן צי שטעלן זאכן אין פלאץ אין וויסן וואס איז ערליך וואס איז באמת קרבת אלוקים אין וואס איז נאר אן עלוזשען פונעם שטן.

צו מיין לעצטע פאוינט דאס אלעס איז גוט אין וואויל אבער לב יודע מרת נפשו. אוודאי אויב די ווייסט אז די קענסט אויפהערן טאנצען רעפ, ליגן אין אכילה מה טוב ומה נעים, אבער אויב די קענסט נישט דאס איז וואס די ביסט, דאס איז דיין מצב יעצט, איז טאקע אמת אז די עסן אדער טאנצען איז נישט קיין עצם עבודת השם אבער א מיטל צי עבודת השם קען עס יא זיין אזוי ווי מען געבט א קענדי פאר א קינד ער זאל זיך אויפירן גוט. ניץ אויס די געלעגענהייטן וואס השם געט דיך טאקע אויף א וועג פון געבען גוטס. נמשל א טאג וואס די ווייסט אז די גייסט האבן גאר א גוטע מיעל עס ווארט דיך אפ אזאנס אין אזאלעכס, מאך אפ פאר דיך אליין אלס הכרות הטוב וואס השי"ת געט מיך אזאנע גוטע זאכן, גיי איך זיכער מאכן צו האבן געלערנט פארדעם, גיי איך דאווענען בעסער היינט מנחה, גיי איך נישט אויסרעדן היינט ביים לערנען. א.א.וו יעדער אויף זיינע שוואכקייטן, די זעלבע איז מיט רעפ אויב די האסט באמת הנאה דערפון די גייסט באמת אינזשויען, געב עפעס אוועק פון דיך לכבוד דעם, עס דארף נישט זיין צו א שווערע זאך אבער מיט דעם ווייזסטו ארויס אן אמתן הכרות הטוב פארן אויבירשטען אין מיט דעם טוסטו פארקערט פון וואס די שטן וואלט געוואלט אז די זאלסט טון.

מיין נישט אז פאר אנדערע איז עס גרינגער יעדער האט זיין יצר הרע אין לאז דיך נישט זיך אריינזעצן אין א ווילטשער אין דיך איינרעדן אז די קענסט נישט גיין. די קענסט שוין איינמאל גיין די קענסט לויפן אויף ביידע פיס!

אין געדענקט נישט קיין חילוק צי די פילסט יא צי די פילסט נישט די ביסעל תורה אין א עבודה וואס די טוסט קענען מיר זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב דאס איז!
אין געדענק אייביג צי דאנקען אין לויבען אויף יעדע קליינעקייט אפילו זאכן וואס די ביסט שוין ציגעוואוינט, כל הנשמה תהלל קה!
הצלחה
טרעף דיך
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 12:49 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעף דיך »

ווען איינער הייבט אן איך קאנעקט צו גאט דורך רעפ… די ריספאנס איז נישט די האסט נישט ליב גאט… בכלל נישט… זיין רעפ האט גארנישט נישט מיט ליב האבן גאט, קארעקט.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 10:51 am
קוק די ספר וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק "חזק ויאמץ לבך" וואָס נעמי צוזאם חיזוק געדאנקן וואס די רבי האט געזאגט פון צווישן זיינע תורות, ס'איז מחיה נפשות דאס צו לערנען, איך קען אידן אסאך עלטער פון מיר וואס אטאמען דערמיט.
צו עררייכן?
שפתיים ישק צו דיין גאנצע אינהאלסטרייכע תגובה
איין קליינע הערה'לע נאר, די רבי האט דאך געזאגט די גאנצע תורה אויף דעים אויפן פחד ה' און ציטער פאר יעדע עבירה אבער חלילה נישט אריינפאלן און קיין יואש און וויסען מחשיב צו זיין יעדע קליינע עבודה בימנו אלה, און כידוע האט ער דייקא געוואלט מ'זאל דריקען זיין ספר אויף דעים אויפן, איז פינקט וווי די פארשטייסט אז איינער מאכט א ליקוט פון די אלע שובבים תורות נאר די הארבקייט מיטן זוהר אויף תשובה עילאה וכ''ו קען מען זאגען ער האט פאדרייט דעם רבינ'ס ווערטער ווייל די רבי האט דאס געזאגט מטובל מיט בעפאר און דערנאך, ה''ה מיט חזק ויאמץ ס'גוט אפשר מ'זאל עס האבן בפונדק אחד צו זעהן וויפיל חיזוק אין עבדות ה' ס'ליגט באמת אינעם רבינ'ס תורות, אבער לערנען נאר דאס (איך רעדט נישט אין א מצב ווען א איד ברויך דאס) איז נישט דאס וואס די רבי האט געזאגט, והבן
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 10:51 am
@אורח הכבוד

קענסטו דיך נישט העלפן, דו פארסט אריין אין די דעטאלען פון די ארגומענטן האפנדיג אז דו גייסט איינעם משכנע זיין, ס'גייט נישט געשען.

אבער דו @אורח הכבוד ,דו ווילסט נאך עפעס מסביר זיין פאר די אידן, עפעס קומסטו יעדע רגע מיט באווייזן און פאקטן זיי אויפצוקלערן אז זיי זענען זיך טועה.

און איך זאג דיר, ס'איז א שאד די צייט, זיי האלטן וואס זיי האלטן פאר סורווייועל, ער מוז אזוי האלטן פאר זיין קאופינג מעכאניזם, אנע דעם ציפאלט ער, דו גייסט אים נישט אויפקלערן.

וואס פרובירסטו צו עררייכן?
איבער דיין עצם נקודה ביזסט 100% גערעכט, ס'איז א שאד צו טענה'ן און יתכן ס'איז זיי שטארק נייטיג, אבער איך מיין דירעקט נישט צו רעדן 'צו זיי' איך רעדט 'איבער זיי' בבחינת אז נדברו איש על רעהו ווי די רבי זאגט טאקע די וואך אין די באקאנטע נשא תורה תשכ"ז וזל"ק: "נאר צווישן זיך, ס'שטייט אז נדברו איש אל רעהו".
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

הצלחה האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 11:48 am

הערליך!
אוועטאר
הצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:07 am

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלחה »

פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 10:51 am
הערליכע מאמר!
אן נאך א ;l;p- פאר דאס (אנשטאט יראה ופחד זאל צוברענגען אהבה, איז פשוט א פחד צי זעהן די אהבה וואס דא גייט פאר...)

הערשט יעצט געזעהן, ווען איך זעה ווען פריער וואלט איך אפשר שוין נישט געשריבן..
הצלחה
אוועטאר
הצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:07 am

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלחה »

אורח הכבוד האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 11:50 am
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 10:51 am
קוק די ספר וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק "חזק ויאמץ לבך" וואָס נעמי צוזאם חיזוק געדאנקן וואס די רבי האט געזאגט פון צווישן זיינע תורות, ס'איז מחיה נפשות דאס צו לערנען, איך קען אידן אסאך עלטער פון מיר וואס אטאמען דערמיט.
צו עררייכן?
שפתיים ישק צו דיין גאנצע אינהאלסטרייכע תגובה
איין קליינע הערה'לע נאר, די רבי האט דאך געזאגט די גאנצע תורה אויף דעים אויפן פחד ה' און ציטער פאר יעדע עבירה אבער חלילה נישט אריינפאלן און קיין יואש און וויסען מחשיב צו זיין יעדע קליינע עבודה בימנו אלה, און כידוע האט ער דייקא געוואלט מ'זאל דריקען זיין ספר אויף דעים אויפן, איז פינקט וווי די פארשטייסט אז איינער מאכט א ליקוט פון די אלע שובבים תורות נאר די הארבקייט מיטן זוהר אויף תשובה עילאה וכ''ו קען מען זאגען ער האט פאדרייט דעם רבינ'ס ווערטער ווייל די רבי האט דאס געזאגט מטובל מיט בעפאר און דערנאך, ה''ה מיט חזק ויאמץ ס'גוט אפשר מ'זאל עס האבן בפונדק אחד צו זעהן וויפיל חיזוק אין עבדות ה' ס'ליגט באמת אינעם רבינ'ס תורות, אבער לערנען נאר דאס (איך רעדט נישט אין א מצב ווען א איד ברויך דאס) איז נישט דאס וואס די רבי האט געזאגט, והבן
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 10:51 am
@אורח הכבוד

קענסטו דיך נישט העלפן, דו פארסט אריין אין די דעטאלען פון די ארגומענטן האפנדיג אז דו גייסט איינעם משכנע זיין, ס'גייט נישט געשען.

אבער דו @אורח הכבוד ,דו ווילסט נאך עפעס מסביר זיין פאר די אידן, עפעס קומסטו יעדע רגע מיט באווייזן און פאקטן זיי אויפצוקלערן אז זיי זענען זיך טועה.

און איך זאג דיר, ס'איז א שאד די צייט, זיי האלטן וואס זיי האלטן פאר סורווייועל, ער מוז אזוי האלטן פאר זיין קאופינג מעכאניזם, אנע דעם ציפאלט ער, דו גייסט אים נישט אויפקלערן.

וואס פרובירסטו צו עררייכן?
איבער דיין עצם נקודה ביזסט 100% גערעכט, ס'איז א שאד צו טענה'ן און יתכן ס'איז זיי שטארק נייטיג, אבער איך מיין דירעקט נישט צו רעדן 'צו זיי' איך רעדט 'איבער זיי' בבחינת אז נדברו איש על רעהו ווי די רבי זאגט טאקע די וואך אין די באקאנטע נשא תורה תשכ"ז וזל"ק: "נאר צווישן זיך, ס'שטייט אז נדברו איש אל רעהו".
בכלל איז וויכטיג אויב איינער שרייבט עפעס פארקערט פונעם אמת זאל מען צירוק שטעלן די אמת אין פלאץ נישט דווקה פאר דער וואס וויל זעהן פארקערט נאר פאר אלע אנדערע וואס זעהן די אשכול זאלן חלילה נישט האבן א טעות

שכוח @אורח הכבוד פארן ברענגן דברים קלרין לעיניים

שכוח @פראקטיש פארן אראפ שטעלן א קלארע ליין צוווישן אונז אין זיי
הצלחה
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

טרעף דיך האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 11:43 am
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 11:38 am
טרעף דיך האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 11:30 am
מיינע צוויי סענט,

די סוגיא פון אהבה איז אביסל ארויס פון קאנטעקסט, סיי בין אדם למקום, בין אדם לחבירו און בין איש לאשתו וכו׳.

ליב האבן איז נישט קיין פעולה, ס׳איז א מציאות! א מציאות פון זיין איינס מיט, דהיינו, די העכסטע מאס ליבשאפט נאטירלעך אין די בריאה האט א מענטש צו זיך אליין, דער מציאות, דער געפיל, דאס איז אהבה, פינטל.

ליב האבן קען מען באקומען/געבן ״דורך״ פעולות, אבער נישט די פעולה איז די אהבה, די פעולות קענען ברענגען אהבה, כידוע די ווארט פון רב דסלר אז אהבה אז מלשון הב, געבן, נישט אז געבן ״איז״ אהבה, דורך געבן קען מען בויען די ״מציאות״ פון אהבה.

צוריק צום זיך אליין, דער מציאות און געפיל וואס א מענטש האט צו זיך איז אהבה, ס׳כמעט נישט מעגליך מסביר זיין די מציאות, אבער יעדער קען זיך פאר׳דמיונ׳ן מיט אן אמת, וואס פיל איך פאר מיר? דאס איז די מציאות פון אהבה! ער וועט זיך באשוצן, זיך בויען, זיך פארענטפערן, זיך ריספעקטירן וכו וכו וכו.

אהבה איז ״זיך״, אהבה פאר אנדערע מיינט, די נעמסט אים אריין צו זיין א חלק פון דיין דיך! ואהבת לרעך ״כמוך״, וועגן דעים ביי א פרוי שטייט אוהבה כגופו ומכבדה יותר מגופו, אהבה קען נישט גיין העכער פון ״כגופו״, כבוד קען זיין מער ווייל כבוד איז א פעולה, די פעולה פון מכבד זיין זאל זיין יותר מגופו.

זיך אליין האט ע מענטש ליב מיט אלע זיינע חסרונות צוזאמען, ער קען אלעס פארנעמען און אלעס פארענטפערן, זעלבע ביי די אייגענע קינדער נאטירלעך האט דער באשעפער באשאפן אז מ׳האט זיי אזוי ליב מיט אלע חסרונות צוזאמען! דעיס איז די עבודה פון ליב האבן א חבר, זעה אז ער איז א חלק פון דיך! (כלל ישראל איז איין גוף, איין משפחה) ממילא וועט דיר בכלל נישט שטערן זיינע חסרונות וכו׳ וה״ה בין איש וביתו.

נישט ״זאגן״ איך האב ליב מיינט ליבן, אונזערע זיידעס האבן קיינמאל נישט געזאגט פאר א קינד ״איך האב דיר ליב״… (איך עגרי אז ס׳וויכטיגער היינט צו בעסער קאמיוניקעיטן, באזונדערע שמעוס, צו מיין נקודה) קיינער האלט נישט אז זיי האבן ווייניגער ליב געהאט, ס׳איז א הארץ זאך וואס מ׳שפירט, מ׳רעדט היינט אסאך פון גוטע קאמיוניקאציע (וואס איז וויכטיג) מיט קינדער און מיט די שטוב וכו׳ ווי כאילו קאמיוניקירן פאר זיך איז די תכלית… קאמיוניקירן איז א tool, און זייער א נוצבארע, אבער צו קאמיוניקירן וואס טוט זיך ביי מיר אין הארץ! אויב ביי דיר אין הארץ איז לער קענסטו קאמיוניקירן וואס דארט זיך… אבער אוי ואבוי… מיין זיידע האט נישט אזוי גוט קאמיוניקירט אביר כ׳האב געקענט דורך קוקן ביז טיף אין זיין הארץ און זעהן אז ער ליבט מיך!… אן דאס דארפן קאמיוניקירן!!…

ליבע איז א ״מציאות״ און א הארץ זאך, נישט קיין פעולה און נישט קיין דיבור!

לענינינו, ס׳דא א מציאות אז זיין הארץ האט ליב און ער טוט נישט ריכטיגע זאכן? יא, פונקט ווי א מענטש קען אמאל טוהן א נישט ריכטיגע זיך צו זיך אליין אדער צו א קינד זיינ׳ס און קיינער וועט נישט האלטן אז ער האט אים נישט ליב… אבער זיכער אז ס׳האט א גבול וואס ווייזט א קלארע מציאות אז די ליבע איז פארלאשן… אבער ס׳זיכער נישט שווארץ און ווייס… א הארץ זאך קען נישט זיין שווארץ און ווייס.

שיק!
די מיינסט צו זאגן אז די וואס רעפן צו זיך, צו זייער ב"ב, צו זייערע קינדער, צו זייערע חברים, זיי זאלן אויף רעפן צו גא-ט.

כ'האב עס ארויס?
קענסט נישט בעסער פראווען מיין נקודה!!…
איך רעדט פון ליבשאפט און די רעדסט פון רעפ… סך הכל וואס איך זאג איז אז לאז ארויס ליבשאפט שמעוס פון רעפ… מאך א שמעוס צו רעפ איז ריכטיג צו נישט… איך וואוט אז ס׳איז געמיין!
איך פרוביר מיך צו האלטן צום קעפל.

אויב דו שמועסט וועגן אהבת השם כאפ איך נישט וואס די שמועס איז, ווער איז דען מסופק אין מצוות אהבת השם?
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ב”ה הצלחתי עס צו ציען צום אנדערען עקסטרעם אזוי אז נאך צוועלף בלעטער האב מיר ארויסגעקוועטשט די צוויי שיינע תגובות פון @פראקטיש און @הצלחה

איך קלאפ זיך אין רוקן
אני הוא הנער, נער המדבר

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 11:26 am
עירין קדישין האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 11:22 am
נאכאמאל זייער קלאר.

א איד באקומט פון גאט, איז ער איז זיך מעמיק דערין, דארף אים עס ברענגען צו אהבה.

ס'איז אזוי סימפל! כ'זעה בכלל נישט וואס מען קען זיך קריגן אויף דעם.

איי די אוטקאם? גראבע יצר הרע נעבעך.

הצלחה.
טיפיקל דעת בעל הבית. דעציט.

מיט מיין אייגענע סטופיד שכל וואלט איך אויך אזוי געטראכט. אבער וואס זאל איך טון אז דעת תורה זאגט מיר אז ס'שטימט נישט?!.
איגנארירסט בדווקא מיין ענטפער?
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

בניהו האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 12:37 pm
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 11:26 am
עירין קדישין האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 11:22 am
נאכאמאל זייער קלאר.

א איד באקומט פון גאט, איז ער איז זיך מעמיק דערין, דארף אים עס ברענגען צו אהבה.

ס'איז אזוי סימפל! כ'זעה בכלל נישט וואס מען קען זיך קריגן אויף דעם.

איי די אוטקאם? גראבע יצר הרע נעבעך.

הצלחה.
טיפיקל דעת בעל הבית. דעציט.

מיט מיין אייגענע סטופיד שכל וואלט איך אויך אזוי געטראכט. אבער וואס זאל איך טון אז דעת תורה זאגט מיר אז ס'שטימט נישט?!.
איגנארירסט בדווקא מיין ענטפער?
גענטפערט אין אישי היות איך בין נישטא אריינצוגיין אין טענה'רייען.
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

תיתי ליה פאר פותח האשכול דנן! וויפיל תוכן מ'ווארפט דא צאם הנני נבהל ונשתומם!
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 10:51 am
אין די זעלבע צייט האט די רבי געזאגט אן א שיעור מאל אז יעדע קליינע נטיה צום אמת, יעדע עבודה היינטיגע צייטן איז חשוב ביים אויבערשטען נאך אפשר מער ווי אמאל צוליב דעם חשכות און דער שפלות הדור, ער מחזק געווען דעם עולם צו וויסן אז יעדע קלייניקייט שאקלט וועלטן און דער אויבערשטער האט ליב יעדן עבודה פון יעדן איד, אבער אז אונז האב מיר ליב דעם אויבערשטען האט ער נישט גערעדט
ער האט אבער שטארק גערעדט פון הרגש/אש וואס יעדע איד דארף האבן צום אייבערשטן
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 10:51 am
דע רבי איז אוועק געשטאנען גאר ווייט פון זיך פאפן אפילו אויב ס'וואלט אריינגעברענגט דעם עולם אין א גוטע vibe.
IMG_20230602_121001_873.jpg1.jpg
IMG_20230602_121001_873.jpg1.jpg (336.68 KiB) געזען 398 מאל
IMG_20230602_121038_860.jpg2.jpg
IMG_20230602_121038_860.jpg2.jpg (387.85 KiB) געזען 398 מאל
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 10:51 am
כידוע האט מען אין סאטמאר נישט געאסרט לערנען קיין ברסלבע ספרים, די רבי האט געזאגט קלאר מ'זאל דאס לערנען פונקט ווי אלע אנדערע ספריי חסידות, אריינקוקן דערין צו נעמען חיזוק צו דינען דעם אויבערשטען און ווייטער געגאנגען. אבער ער האט יא געזאגט פאר הרה"ק מספינקא זצ"ל אז עס קען זיין א סכנה ווי אויב באפריינד מען זיך מיטן אויבערשטן קען מען ווערן צו נאנט ווי מ'פארלירט די מורא. כמובן האט ער נישט געמיינט ספינקא רבין אליין, נאר אויסגעשמועסט פארוואס דער עולם מ'זאל זיך נישט טינקען דערין.
ביטע ברענגען א מקור קיינמאל געהערט
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 10:51 am
למעשה, איך ווייס נישט פארוואס, אבער א גרויסע חלק פון אונזער עולם האט געשנאפט פון רבינס תורות און פון די בכיות (איך מיין צו זאגן פון די וועג וויאזוי די תלמידים האבן עס פארקויפט פאר'ן אינגע דור) בלויז שרעק און פחד פון תורה ומצוות, א טייל פון די שוואכע דור האט דאס אויפגענומען כאילו זיי קענען סיי ווי נישט מצליח זיין אין דעם שווערן געראנגל, איך בין א פראבלעם פאר'ן אויבערשטען, דער אויבערשטען איז ברוגז אויף מיר, דאס איז נישט א ענין ווי איך בין א טייל דערפון אדער איך קען מצליח זיין.
דאס האט זיך לענ"ד שטארק געטוישט זייט די לשון קדשו האט אנגעהויבן ארויסצוקומען
די אהבה, די השתוקקות, צום אייבערשטן וואס מען זעהט און די תורות, איז עד אין לשער
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
אוועטאר
בית רבי
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2023 3:25 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית רבי »

פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 10:51 am
@אורח הכבוד

קענסטו דיך נישט העלפן, דו פארסט אריין אין די דעטאלען פון די ארגומענטן האפנדיג אז דו גייסט איינעם משכנע זיין, ס'גייט נישט געשען.

יעדער וואס האט שוין אביסל דורכגעטוהן די נושא ווייסט אז ס'איז דא יראת העונש און יראת הרוממות, אהבת השכר און אהבת הרוממות.

אין סאטמאר און אין ענליכע קרייזן האט מען געפילעוועט אז יראה ואהבת הרוממות איז עפעס העכערס, בלויז נאכדעם וואס א איד רייסט זיך ארום מיט זיך און מיט זיינע נסיונות צוליב יראה העונש ואהבת השכר, מיט אסאך תורה ותפילה. דאס וועט אויטאמאטיש עפענען זיין נשמה און געפיל צו די אומפארשטענדלעכע קאנצעפט פון אהבת ויראת הרוממות. ווי מער א איד זינדיגט נישט און איז מרבה במצוות ומעשים טובים וועט דאס הייבן דעם מענטש העכער און העכער עד אין שיעור וערך, ס'וועטט אריינשיינען אין אים א בחינה פון אהבה וואס מ'קען נישט מסביר זיין אדער באשטעלן.

אין די זעלבע צייט האט די רבי געזאגט אן א שיעור מאל אז יעדע קליינע נטיה צום אמת, יעדע עבודה היינטיגע צייטן איז חשוב ביים אויבערשטען נאך אפשר מער ווי אמאל צוליב דעם חשכות און דער שפלות הדור, ער מחזק געווען דעם עולם צו וויסן אז יעדע קלייניקייט שאקלט וועלטן און דער אויבערשטער האט ליב יעדן עבודה פון יעדן איד, אבער אז אונז האב מיר ליב דעם אויבערשטען האט ער נישט גערעדט

דע רבי איז אוועק געשטאנען גאר ווייט פון זיך פאפן אפילו אויב ס'וואלט אריינגעברענגט דעם עולם אין א גוטע vibe.

ס' איז ידוע אז סוכות ביי די חוה"מ טישן האט א רב זיך אנגערופן די גרויסקייט פון די טעג אז איצט האלט מען שוין ביי תשובה מאהבה (כידוע פון ספרי חסידות) און די רבי ז"ל האט געזאגט : "איר מיינט אז תשובה מיראה ציהט זיך עפעס ארויס פון די ארבל?". ווי איינער זאגט, אונז זעמיר נאכנישט פערטיג מיט תשובה מיראה, ס'אהבה'ט זיך נישט אזוי.

און ס' איז לאו דוקא אין סאטמאר, און אנדערע מקומות האט מען אויך נישט א גאנצן צייט פארקויפט אז האבן מיר ליבן דעם אויבערשטען און אויב יא איז דורך לערנען דאווענען און זיך ברעכן די תאוואות רעות ו דות רעות, כאטשיג מ'דארף ליב האבן און ס'איז איינע פון די מצוות כמבואר בחובת הלבבות און אנדערע ספרים אבער זיך צו טינקען דערין אז מיר זענען שוין דארט האט מען ביי אונז נישט געזעהן.

ביי די מלאכים (חב"ד) טאקע ווי זיי האבן זיך געווייקט מיט עכט חסידות פונעם הייליגן בעל התניא האבן זיי כסדר געחזרט אז די לימודים זענען בלויז לידיעה בעלמא צו וויסן ווי מ'וויל אנקומען אבער ווי לאנג דו האסט נאך די מינדסטע תאוות האכילה אפילו, שטייסטו ווייט די דערהויבענע מושגים, דו באגרייפסט אפילו נישט וואס דארט שטייט.

בקצה המוזלג איז דאס געווען דעם רבינס פחד פון זיך אריינרעדן אז מ' האב מיר ארויס די וואס שטייט פון תלמידי בעל שם אז ווען מ'האט א נפילה אדער א מחשבה זרה דארף מען דאס תיכף מהפך זיין צו אהבת הבורא. די רבי ווי אנדערע צדיקים בעפאר אים האבן געהאלטן אז דאס איז בלויז שייך פאר בני עליה וואס זענען שוין אויס געטוהן פון עולם הגשמי, סתם אידן דארפן זיך שלאגן און רייסן במחשבה ודיבור ומעשה און בעטו דען אויבערשטען בתפילה ובתחנונים, וכולי האי ואולי.

כידוע האט מען אין סאטמאר נישט געאסרט לערנען קיין ברסלבע ספרים, די רבי האט געזאגט קלאר מ'זאל דאס לערנען פונקט ווי אלע אנדערע ספריי חסידות, אריינקוקן דערין צו נעמען חיזוק צו דינען דעם אויבערשטען און ווייטער געגאנגען. אבער ער האט יא געזאגט פאר הרה"ק מספינקא זצ"ל אז עס קען זיין א סכנה ווי אויב באפריינד מען זיך מיטן אויבערשטן קען מען ווערן צו נאנט ווי מ'פארלירט די מורא. כמובן האט ער נישט געמיינט ספינקא רבין אליין, נאר אויסגעשמועסט פארוואס דער עולם מ'זאל זיך נישט טינקען דערין.

די סקולענע וטהר ליבנו האט מען געזינגען אין סאטמאר איך ווייס נישט צו אים רבינס צייטן אבער נאכדעם זיכער. ווען ער הערט ווען ווי מ'זינגט דערויף: "הייליגע באשעפער מיר האבן דיר אזוי ליב", וואלט ער עס נישט אויסגעהאלטן.

למעשה, איך ווייס נישט פארוואס, אבער א גרויסע חלק פון אונזער עולם האט געשנאפט פון רבינס תורות און פון די בכיות (איך מיין צו זאגן פון די וועג וויאזוי די תלמידים האבן עס פארקויפט פאר'ן אינגע דור) בלויז שרעק און פחד פון תורה ומצוות, א טייל פון די שוואכע דור האט דאס אויפגענומען כאילו זיי קענען סיי ווי נישט מצליח זיין אין דעם שווערן געראנגל, איך בין א פראבלעם פאר'ן אויבערשטען, דער אויבערשטען איז ברוגז אויף מיר, דאס איז נישט א ענין ווי איך בין א טייל דערפון אדער איך קען מצליח זיין.

קוק די ספר וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק "חזק ויאמץ לבך" וואָס נעמי צוזאם חיזוק געדאנקן וואס די רבי האט געזאגט פון צווישן זיינע תורות, ס'איז מחיה נפשות דאס צו לערנען, איך קען אידן אסאך עלטער פון מיר וואס אטאמען דערמיט.

נו, פארוואס האט מען דאס פארדעם נישט ארויסגעגעבן? פארוואס האט דאס בכלל געדארפט ארויסגעבן? די מציאות אז די רבינס תורות איז געבויט אויף טיפע דרוש און מוסר מפחד ה' וגאונו, די דברי חיזוק איז א קליינע טייל פון די תורות. ס'איז עפעס נישט געהעריג איבערגעגעבן געווארן וואס דאס האט גורם געווען אז א גרויסע פראצענט שפירט אז זיי זענען אויסן פאר א דורכפאל. די ערווארטוגען מיט זייער מעגלעכקייטן שטימען נישט.

ס'איז ברור אז די דור איז געפאלן אין דערמיט פארלאנגט זיך אביסל אנדערע צוגאנג צו א היבשע פראצענט פונעם עולם.

דאס האט פארשטייט זיך גורם געווען אז מ'האט געזוכט אנדערע גליקן ווי מ'הערט אז די באשעפער האט דיך ליב און דו ליב דעם אייבערשטן. ס' טוט זיך א געליבעכטץ מיט גיטאר און רעפ אז ס'איז ממש א פחד. (אנשטאט יראה ופחד זאל צוברענגען אהבה, איז פשוט א פחד צי זעהן די אהבה וואס דא גייט פאר...)

איך זעה מענטשן וואס אין זייער לעוועל האט זיי עס געהאלפן, ס'מאכט אים שפירן א חלק פון כלל ישראל און אז ער האט א מקום, דאס גיבט אים כח און חיזוק זיך צו שטארקן אויף נסיונות און צוביסלעך נארמאליזירן זיך און די שטוב. ס' איז קלאר א שוואך דור און א היבשע פראצענט דארף דאס מער ווי אמאל.

די פראבלעם ווערט ווען יענער טוט דאס נישט נאר פאר זיך נאר ער וויל מאכן הפצה דערמיט. זיי זענען איבערצייגט אז נישט נאר איז ג
דאס ריכטיג פאר אים נאר ער מוז מיך מיט מיינע קינדער דרייען א קאפ מיט מושגים וואס מ'נוצט אים צו היילן.

ועוד נוסף, שרייט ער אז די גאנצע דור אדער גאר רוב דור דארף דאס האבן, דאס איז ריכטיג און וויכטיג פאר יעדעם איינעם, זאלן זיך די פאר פארקוועטשטע ערליכע אידן זיך מחזק זיין מיט סופארט גרופעס אין ווינקל שולן אבער די אלגעמיינע ציבור זאל זיין אויפן "ליב באן".

די א.ג. אויפקלערטע זענען אזוי נאאיו אז ס'איז נישט פשוט. ס'איז דא שווערע טויזנטער אנשים נשים וטף וואָס ווערן נתחנך מיט זייער אויסגעבויטע שיטות וואס מ'האט מקבל געווען פון אמאל. נישט בלויז אין סאטמאר נאר אין אלע ערליכע קרייזן ווי מלייגט אפילו מער דגוש אויף חסידות אבער נישט מיט קאנעקעשן, גיטאר אדער רעפ. מ'איז מדקדק בקלה ובחמורה, מ'ציטערט משנה צו זיין ווי מ'האט געזען ביי די רביס, יעדער חצר לפי וואס זיי האבן מקבל געווען. די ציבור החשוב וואקסט ווי אויף הייוון כן ירבו.

יא, געוויסע שינוים ווערן געמאכט אבער דאס ווערט געטאהן בבפחד ומורא ווייסנדיג אז יעדע קליינע שינוי דארף מען זיצן דערויף שבעה נקיים זיכער צו מאכן אז ס'איז נישט קיין יסודותדיקע שינוים נאר שינוים וואָס רעכנט זיך טאקע מיט די היינטיגע מציאות אבער ס'איז אנצוהאלטן די הייליגע מסורה מדור דור.

מ'קען מרוגש ווערן פון זעהן ווי די קהילות ומוסדות בליען און שיינען, ווי מ'פירט שווערע טויזנטער חסידישע שטובער אווי אמאל, וכמאמר החכם "די באן פאר ווייטער".

די פראבלעם איז ווען די "ליב איד" וואס קען זיין פאר אים כשלעצמו איז ריכטיג וואס ער טוט, אבער פארוואס וויל ער מיך איבערמאכן? די סיסטעם איז נישט גוט, איך בין נישט גוט, די ביסט נישט גוט, די רבנים זענען נישט גוט, ער האט ארויס די ריכטיגע דרך אין עבדות השם און אלעס אנדערש איז אפגעפרעגט.

אינגערמאן, איך גיי מיט דיר נישט טענה'ן ווייל איך האלט פאר דיין היילונג איז אפשר גוט אז דו האלטס וואס דו האלטסט און טוהסט וואס דו טוסט אבער שטופ נישט אריין דיין מעדיצין אין מיר אדער אין אונזער ציבור אן קיין פערסקריפשן, לאז געמאך.

איך קען מיך נישט עפארדן דיר מסביר צו זיין ווי ווייט רעפ'ן איז ווייט פון אידישקייט ווייל אין די מצב ווי דו ביסט קען זיין דו דארפסט עס האבן אבער פארוואס' זשע שטופסט עס אריין אין מיין נאז? רעפ די ארום מיט רעפינג פאפיר און רעפ אריין ביי דיר אינדערהיים, דמיון דיר אויס געטליכע ליבע עד צאת הנשמה אבער מיר לאז אפ, איך בין פיין.

אבער דו @אורח הכבוד ,דו ווילסט נאך עפעס מסביר זיין פאר די אידן, עפעס קומסטו יעדע רגע מיט באווייזן און פאקטן זיי אויפצוקלערן אז זיי זענען זיך טועה.

און איך זאג דיר, ס'איז א שאד די צייט, זיי האלטן וואס זיי האלטן פאר סורווייועל, ער מוז אזוי האלטן פאר זיין קאופינג מעכאניזם, אנע דעם ציפאלט ער, דו גייסט אים נישט אויפקלערן.

וואס פרובירסטו צו עררייכן?
אייזן שטארק !!!!
איך גיי פאטעיטאס פאר דיין תגובה
תוכן'דיג און גוט געשריבן

אגב קוק אביסל (חוץ אויב די האסט שוין געקוקט) און די קונטרס פון אב"ד וואודרידזש שנו מדותי און די הקדמה וואס ער שרייבט אויף די ספר משכיל אל דל וואס זיין זון ר' יעקב משה האט ארויסגעגעבן ותמצא נחת
נאך א מראה מקום - יסודות של בית יהודי מהרב משה דוב בעק ז"ל
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הייליגע טאטע האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 12:47 pm

פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 10:51 am
כידוע האט מען אין סאטמאר נישט געאסרט לערנען קיין ברסלבע ספרים, די רבי האט געזאגט קלאר מ'זאל דאס לערנען פונקט ווי אלע אנדערע ספריי חסידות, אריינקוקן דערין צו נעמען חיזוק צו דינען דעם אויבערשטען און ווייטער געגאנגען. אבער ער האט יא געזאגט פאר הרה"ק מספינקא זצ"ל אז עס קען זיין א סכנה ווי אויב באפריינד מען זיך מיטן אויבערשטן קען מען ווערן צו נאנט ווי מ'פארלירט די מורא. כמובן האט ער נישט געמיינט ספינקא רבין אליין, נאר אויסגעשמועסט פארוואס דער עולם מ'זאל זיך נישט טינקען דערין.
ביטע ברענגען א מקור קיינמאל געהערט
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 10:51 am
למעשה, איך ווייס נישט פארוואס, אבער א גרויסע חלק פון אונזער עולם האט געשנאפט פון רבינס תורות און פון די בכיות (איך מיין צו זאגן פון די וועג וויאזוי די תלמידים האבן עס פארקויפט פאר'ן אינגע דור) בלויז שרעק און פחד פון תורה ומצוות, א טייל פון די שוואכע דור האט דאס אויפגענומען כאילו זיי קענען סיי ווי נישט מצליח זיין אין דעם שווערן געראנגל, איך בין א פראבלעם פאר'ן אויבערשטען, דער אויבערשטען איז ברוגז אויף מיר, דאס איז נישט א ענין ווי איך בין א טייל דערפון אדער איך קען מצליח זיין.
דאס האט זיך לענ"ד שטארק געטוישט זייט די לשון קדשו האט אנגעהויבן ארויסצוקומען
די אהבה, די השתוקקות, צום אייבערשטן וואס מען זעהט און די תורות, איז עד אין לשער
די מקור איז א שמועס אין 'דער איד' דעס יאר אדער פאראיאר מיט איינע פון ספינקא רבינס קינדער (דאכטס זיך דער קרולער) ווי ער האט פארציילט שיינע זאכן וואס זיין טאטע האט געהאט מיט'ן רבין.

מיט לשון קדשו עגרי איך מיט דיר, אבער נישט יעדער לערנט עס.

אפילו ווער יא, די חלק החיזוק איז נישט די עיקר ווי @אורח האט פריער דערמאנט, כאטש וואס איך וועל מיך דארט אסאך מאל אפשטעלן און עס אפילו איבערזאגן צו מיר אליין, טייל מאל אין שטוב ביי די סעודות שב"ק, ס'איז לעכטיגע, הייליגע וואראמע דברי חיזוק.

ס' איז א לענגערע שמועס און איך גלייב נישט דאס קומט אהער, כ'האב גערעדט מער פון סאטמאר ווי פון אנדערע ווייל @אורח האט געברענגט תורות פון דארט צו פרוואון זיין פונקט און ווייל דאס קען איך מער ווי אנדערע.

אבער די נקודות איז גילטיג אפילו דארט ווי מ'האט געזינגען צום אויבערשטן ביי טישן און פארברענגען איז עס געווען בבחינת וגילו ברעדה, מ'האט אין אלע היימישע מקומות געלייגט דגוש מורא צו האבן פון אן עבירה און זיין אפגעזונדערט פון תאוות הגוף.

רעפ? קאנעקעשן?

נישט געווען אזוינס.

הצלחה האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 12:10 pm

בכלל איז וויכטיג אויב איינער שרייבט עפעס פארקערט פונעם אמת זאל מען צירוק שטעלן די אמת אין פלאץ נישט דווקה פאר דער וואס וויל זעהן פארקערט נאר פאר אלע אנדערע וואס זעהן די אשכול זאלן חלילה נישט האבן א טעות

שכוח @אורח הכבוד פארן ברענגן דברים קלרין לעיניים

שכוח @פראקטיש פארן אראפ שטעלן א קלארע ליין צוווישן אונז אין זיי
אמתע נקודה בנוגע אז אנדערע זאלן זיך נישט אפלערנען.

בנוגע די "אונז און זיי" איז זעהר האקל ווייל מ'דארף זייער אכטונג געבן. מצד אחד קלארע ליניעס, די צעמישעניש איז א חורבן. אבער דאס טאר נישט קומען פון שנאה חלילה, יעדע איד איז באמת טייער און אזא אזוי שוואך דור מיט אזויפיל נסיונות און מרי לב דארף מען פון א אמתע פלאץ יעדעם מחשיב זיין אלץ יחיד.

מחשיב זיין און ליב האבן יא, אבער געבן יעדן דאס לעצטן ווארט וואס זאל האבן אן השפעה אויף אונזער עולם, דאס שוין נישט.
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע: אין באשעפער'ס הענט

תגובה דורך יהודה אריה »

בניהו האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 12:35 pm
ב”ה הצלחתי עס צו ציען צום אנדערען עקסטרעם אזוי אז נאך צוועלף בלעטער האב מיר ארויסגעקוועטשט די צוויי שיינע תגובות פון @פראקטיש און @הצלחה

איך קלאפ זיך אין רוקן
די און @נקודה למחשבה קענען פיין נעמען קרעדיט.

הערליך וואס דא גייט נישט פאר.
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
קיינערניש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 31, 2023 12:48 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינערניש »

לעני"ד, ליב האבן מיינט נישט זאגן "איך האב דיך ליב", זאגן איך האב דיך ליב דארף זיין א תוצאה פון ליב האבן,
סתם שרייען כאדעך ליב כאדעך ליב ליב ליב לייגט נאר אריין און עפעס א מאדנע פאזיציע פון איך וויל עפעס ליב האבן און עפעס פעלט מיר און הארץ סאו שריי איך, אבער ס'איז נישט אמתע ליבשאפט,
ווען איינער האט איינעם באמת ליב וועט ער זיין גרייט אלעס אויפצוגעבן פאר יענעם.
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע: אין באשעפער'ס הענט

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 1:26 pm
הצלחה האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 12:10 pm

בכלל איז וויכטיג אויב איינער שרייבט עפעס פארקערט פונעם אמת זאל מען צירוק שטעלן די אמת אין פלאץ נישט דווקה פאר דער וואס וויל זעהן פארקערט נאר פאר אלע אנדערע וואס זעהן די אשכול זאלן חלילה נישט האבן א טעות

שכוח @אורח הכבוד פארן ברענגן דברים קלרין לעיניים

שכוח @פראקטיש פארן אראפ שטעלן א קלארע ליין צוווישן אונז אין זיי
אמתע נקודה בנוגע אז אנדערע זאלן זיך נישט אפלערנען.

בנוגע די "אונז און זיי" איז זעהר האקל ווייל מ'דארף זייער אכטונג געבן. מצד אחד קלארע ליניעס, די צעמישעניש איז א חורבן. אבער דאס טאר נישט קומען פון שנאה חלילה, יעדע איד איז באמת טייער און אזא אזוי שוואך דור מיט אזויפיל נסיונות און מרי לב דארף מען פון א אמתע פלאץ יעדעם מחשיב זיין אלץ יחיד.

מחשיב זיין און ליב האבן יא, אבער געבן יעדן דאס לעצטן ווארט וואס זאל האבן אן השפעה אויף אונזער עולם, דאס שוין נישט.
שיק אריין דיין אדרעס, גיי מיר דיר שיקן בלומען לכבוד שבת.
ב''ה אז מען האלט דא.
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 1:26 pm
הצלחה האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 12:10 pm

בכלל איז וויכטיג אויב איינער שרייבט עפעס פארקערט פונעם אמת זאל מען צירוק שטעלן די אמת אין פלאץ נישט דווקה פאר דער וואס וויל זעהן פארקערט נאר פאר אלע אנדערע וואס זעהן די אשכול זאלן חלילה נישט האבן א טעות

שכוח @אורח הכבוד פארן ברענגן דברים קלרין לעיניים

שכוח @פראקטיש פארן אראפ שטעלן א קלארע ליין צוווישן אונז אין זיי
אמתע נקודה בנוגע אז אנדערע זאלן זיך נישט אפלערנען.

בנוגע די "אונז און זיי" איז זעהר האקל ווייל מ'דארף זייער אכטונג געבן. מצד אחד קלארע ליניעס, די צעמישעניש איז א חורבן. אבער דאס טאר נישט קומען פון שנאה חלילה, יעדע איד איז באמת טייער און אזא אזוי שוואך דור מיט אזויפיל נסיונות און מרי לב דארף מען פון א אמתע פלאץ יעדעם מחשיב זיין אלץ יחיד.

מחשיב זיין און ליב האבן יא, אבער געבן יעדן דאס לעצטן ווארט וואס זאל האבן אן השפעה אויף אונזער עולם, דאס שוין נישט.
אמת ויציב!
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הצלחה האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 11:48 am
שוין אביסעל שפעט אפשר אבער אפשר נאכאלס דא א תועלת אין צוזאמען נעמען די זאך אביסעל.

מקען ציטיילן די מאמר פונעם פוה"א אין צוויי חלקים
איינס, אז עס איז דא מצווה פון אהבת השם וואס יעדער איז מחיוב אין יעדן צייט, ווי ער ברענגט שטארק ארויס אין די ערשטע תגובה, די מצווה האט נישט א פאוזע קנעפעל ווי די קענסט עס לייגן אויף האלד, נאר א מענטש איז מחיוב יעדע מנוט אין יעדע צייט צו געדענקען און אונזין האבן צי ליב האבן השי"ת, אין אונז זאגן דאס יעדן טאג דריי מאל א טאג ביי קריאת שמע.
דאס אז מען איז מחיוב מאכט עס נישט פאר קיין גרינגע מצווה, אדרבא עס איז פון די שווערסטע מצוות אין טאקע ווייל מען איז שטענדיג מחיוב דערמיט.
איך קלער אבער נישט אז איינער האלט אנדערש אדער פראבירט צי זאגן אנדערע פשטים.

די צווייטע חלק וואס די פוה"א רעדט וויאזוי איך האב פארשטאנען איז נעמען א גשמיותדיגע אהבה נעמען א זאך וואס די האסט ליב פון דיין יסוד העפר אין דאס ארום דרייען צו אהבת השם, וויאזוי דרייט מען עס ארום צי אהבת השם? איך ווייס נישט פונקטליך אבער בערך לכורא דורכן אויסדריקן הכרת הטוב אין ארויסזאגן מיטן מויל פאר א דוגמא בשעתן עסן א גוטן מאלצייט זאגט ער ארויס מיטן מויל איך האב דיך ליב השי"ת!

בעצם די געדאנק איז אויך א געוואלדיגע זאך, דאס הייסט בשעתן עסן טראכט ער פון השי"ת, ער האט הכרת הטוב פאר די גוטס וואס השם טוט מיט אים, אין ער טוט אנערקענען אז אלעס וואס ער האט קומט פון השי"ת. אין דאס צו טוען קען נישט יעדער נאכדערצו זיכער ביי יעדן מאלצייט וואס מען עסט, די עצם געדאנק פון לעבן אזוי אויף יעדע טריט איז א געוואלדיגע מדרגה אין אשרי לו ווער עס קען עס באווייזן.

אבער דא קומט אריין די אנדערע חלק וואס די פוה"א רעדט וואס ווערט שטארק ארויסגעברענגט אין די קעפעל
דאס איז די חלק פון מאכן די הכרות הטוב אויף גשמיות מאכן דאס פאר אן עצם עבודת השם, ווי ער זאגט אונעם קעפעל "איך קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ!" דאס הייסט אין אנדערע ווערטטער מיין קרבת אלוקים מיין נאנטשאפט צום מלך מלכי המלכים איז ווען איך רעפ, אויב זאל איך מיך דארפן אויסבעטן עפעס אדער אויב איך וויל אמאל א קבלה טובה איז אלעס אויף רעפ ווייל דארט ליגט מיין נאנטשאפט צום השם אחד, אין דאס איז מיין רוחניותדיגע עבודה אויף די וועלט.

די געדאנק קען קומען פון גאר א טיפע יואש געפיל, דאס הייסט ער דרייט זיך ארום א גאנצע טאג ער דאווענט ער לערנט אבער ער האט נישט קיין שום געפיל ער טוט אלעס- אלס מצוות אנשים מלומדה, אזוי איז ער אויף געוואקסן אזוי טוט יעדער אין אזוי טוט ער, אבער די הארץ איז טויט.
קומט יעצט א גוטע מנוט ער זיצט ביי א רייכע סעודה ער האט אונ-פארנט פון זיך א פלייש טעלער וואס פארשעמט סעודת אחשוורוש, אדער ער איז מיט זיינע חבירום ביי א שומחה די מוזיק צינד אן אזאלאכע רעפ מיט די לייטס און רויעך ביי די זייטן אז עס פאקט איין די שווארצע, ער פילט גוט ער פילט א צפרידנקייט ער הייבט אויף זיינע אויגן צום הימעל אין ער זאגט יישר כוח הייליגע באשעפער פאר אלעס וואס די טוסט.
אה! דא איז געשעהן א מורדיגע זאך, ענדליך די ערשטע מאל אין טאג ער טוט עפעס פארן אויבערשטען אין די הארץ איז דא, די הארץ ארבעט מיט. ער האט עס געזאגט מיט געפיל אין ער האט עס געמיינט אמתדיג, אין דאס מאכט אים טראכטן אז פון יעצט איז אלעס א געהויבענע געפיל א געפיל פון העכערקייט.

אבער דא ליגט א סכנה גדולה. טאקע ווי די פוה"א שרייבט אין די קעפעל. די מענטש פון יעצט אין ווייטער האלט אז ער איז אנגעקומען צו אן אמת ער איז אנגעקומען צו אן הכרה אין קרבת השם ממילא דאס איז זיין תכלית, אין דא שטעקט זיין רוחניותדיגע הצלחה. ביז יעצט האט ער געמיינט אז די וועג ארויף צו השי"ת איז נאר דורך תורה עבודה אין תפילה, יעצט איז ער געוואר געווארן אז ניין עס איז דא נאך א לייטער וואס מקען ארויף קריכען צי אנקומען נאנט צי השם אין דאס איז זיין וועג ארויף געמאכט פאר אים. אין דעס רעדט ער זיך איין ווייל זיין יואשדיגע געפיל זאגט אז נאר דארט האט ער געשפירט ווי זיין הארץ ארבעט מיט.

די מענטש זאל זיך אבער פרעגן א שטארקע קשיא, לאמיר זאגן אז גערעכט דאס איז דיין עבודה דא שטעקט דיין הצלחה. וואס ווייטער? ווי נעמסטו די עבודה צו די נעקסטן שטאפל?
אין עבודת השם איז נישטא אזא זאך אז מען איז שוין אנגעקומען האסט מעקסט אויט אלע דיינע פאטענשעל.. עס איז נישטא אזא זאך. א יעדע יוד דארף וויסן אז ער קען גיין העכער ער קען גיין מער מקען קיינמאל נישט זאגן איך בין שוין אנגעקומען. פאר אן ערליכע יוד איז זיין לייטער ארויף צו קריכן צו ווערן נענטער צו השי"ת די תורה, דיין לייטער איז צו עסן זשערקי אבער דיין לייטער האט נאר איין טרעפל אמת אז עס איז דאך נענטער מיט טרעפ'ל אבער דארט שטעלט זיך עס אפ די האסט נישט מער ווי ארויף צו גיין.

אין צי זאגן אז די לייגסט דיין גאנצע עבודה אריין אין דאס איינע טרעפ'ל איז א שרעקליכע יואש געפיל, סיי די האסט אויף געגעבן צו פראבירן אריין צו לייגן דיין הארץ און תורה און תפילה, ווייל די האסט א נייע אור ווי צי לייגן דיין הארץ. אין נאכמער די האסט געהאלטן אז דיין דאווענען אן געפיל לערנען אן געפיל האט נישט קיין חשיבות דאס ברענגט דיך נישט נאנט דאס טוט נישט גארנישט אויף, ממילא האסטו געזיכט וואס ארבעט יא, אין דיין מיינד האלטסטו אז דאס ארבעט והא ראיה אז די פילסט דיין הארץ. אין דאס איז א שרעקליכע יואש.

אבער די דארפסט וויסן אין געדענקען אז דאס איז מעשה שטן, ער געט דיך דווקה די גוטע געפיל אין קענסט עס אפילו אנרופן געהויבענע געפיל בשעתן טוען אלע דברים מגושמים ער וויל די זאלסט לייגן דיין גאנצע געוויכט אויף יעדן איינציגסטן זאך וואס איז ווי די גוי אין די תורה האט נישט גאסרט.

ווען די ביסט אויף געוואקסן האסטו פון אלס קליין קינד געקענט מבחין צווישן אן ערליכע יוד אין נישט ערליכע, אפילו נאך סאך פאר דיין בר מצווה וואלסטו שוין געקענט אנצייגן ווער איז אן עובד השם אין ווער איז פארקערט, די הבחנה וואס די האסט געהאט די קלארקייט און חילוק וואס די האסט פארשטאנען פון ווען די ביסט געווען א קליין קונד דאס וויל דיין יצר הרע צוברעכן פון דיר ער וויל דאס ארויסרייסן פון דיך, דורך דאס אויסרייסן צוברעכט ער דיין גאנצע יסוד, ער צוברעכט דיין שורש מיטן דיך איינרעדן אז נאך לויפן תאוות איז בעצם א חלק פון עבודת השם אין קוק דיך אן ווי די פילסט מער קאנעקטעד דורך בשר ווי ווען די זאלסט לערנען, אזוי שלעפט ער דיך אריין ביז איין טאג וועסטו זיך כאפן אוי וויי ווי שטיי איך אויפן וועלט אין די וועסט פילן אז די האסט שון ממש נישט קיין וועג צירוק, אין דיין יצר הרע וועט זאגן מישען עקאמפלישט (אוודאי האט א מענטש אייביג א ווג צירוק נאר דאס די קונץ פונעם זקן וכסיל אז ער דרייעט דיך אריין אזוי טיעף מיט זיינע מצוות ביז די באקומסט די געפיל כאילי נישטא מער א וועג צירוק)

אבער די טארסט דיך נישט לאזן, טיעף אין דיין הארץ ווייסטו אז דאס טראגט דיך נישט אין ערגעץ, אין דיין הארץ ווייסטו אז דאס גייט אקעגן יעדע געפיל וואס די האסט אמאל געוויסט אין פארשטאנען וואס א ערליכע יוד מיינט. די וויסט ביי דיך אז יו"כ ווען די גייסט האבן אן התעוררות ביים דאווענען גייסטו זיך נישט נעמן אויסרעכנען הייליגע באשעפער איך האב דיך ליב געהאט ביי זשערקי, ביי נייט סווימינג, ביים ביעטש, ביי רעפ, א.א.וו. ממילא געב מיך יעצט גזונט, געב מיך פרנסה, געב מיך נחת.. טיעף ביי דיך ליגט באגראבן דעם אמת אין די שטן טרייעט עס נאר צי קאווערן מיט ליערס אין ליערס ווי מער.

די דארפסט נוצען דיין אלטע תמימות זיך צי העלפן ארויסדרייען פון דעם יצר, טראכט פון מענטשען עובדי השם וואס די קוקסט באמת ארויף אפילו מענטשען וואס לעבן מער נישט אין טראכט וואלטן זיי געטון אזא זאך? וואלטן זיי אויסגעשטוגען ווען זיי זענען ווען עוסק בקביעות אין אזאלעכע זאכן? וויאזוי וואלטן זיי רעאגירט צי אזא זאך? נאכמער ווען זיי וואלטן דא געשטאנען פאר מיך וואלט איך מיך אזוי אויפגעפירט. טראכט אריין נמשל ווען הרב וואיזנער זי"ע זאל ווען קומען זיך טרעפען פראזענדליך מיט דיך, וואלסטו געטאנצען רעפ אין פארנט פון אים בשעת ער איז דארט נאר פאר דיך? אויב נישט קומט זיך נישט פארן מלך מלכי המלכים די עילת העילות קומט זיך דען נישט כאטש די זעלבע רעספעקט ווי הרב וואזנער? מיט אזאלעכע מחשבות קענסטו זיך העלפן צי שטעלן זאכן אין פלאץ אין וויסן וואס איז ערליך וואס איז באמת קרבת אלוקים אין וואס איז נאר אן עלוזשען פונעם שטן.

צו מיין לעצטע פאוינט דאס אלעס איז גוט אין וואויל אבער לב יודע מרת נפשו. אוודאי אויב די ווייסט אז די קענסט אויפהערן טאנצען רעפ, ליגן אין אכילה מה טוב ומה נעים, אבער אויב די קענסט נישט דאס איז וואס די ביסט, דאס איז דיין מצב יעצט, איז טאקע אמת אז די עסן אדער טאנצען איז נישט קיין עצם עבודת השם אבער א מיטל צי עבודת השם קען עס יא זיין אזוי ווי מען געבט א קענדי פאר א קינד ער זאל זיך אויפירן גוט. ניץ אויס די געלעגענהייטן וואס השם געט דיך טאקע אויף א וועג פון געבען גוטס. נמשל א טאג וואס די ווייסט אז די גייסט האבן גאר א גוטע מיעל עס ווארט דיך אפ אזאנס אין אזאלעכס, מאך אפ פאר דיך אליין אלס הכרות הטוב וואס השי"ת געט מיך אזאנע גוטע זאכן, גיי איך זיכער מאכן צו האבן געלערנט פארדעם, גיי איך דאווענען בעסער היינט מנחה, גיי איך נישט אויסרעדן היינט ביים לערנען. א.א.וו יעדער אויף זיינע שוואכקייטן, די זעלבע איז מיט רעפ אויב די האסט באמת הנאה דערפון די גייסט באמת אינזשויען, געב עפעס אוועק פון דיך לכבוד דעם, עס דארף נישט זיין צו א שווערע זאך אבער מיט דעם ווייזסטו ארויס אן אמתן הכרות הטוב פארן אויבירשטען אין מיט דעם טוסטו פארקערט פון וואס די שטן וואלט געוואלט אז די זאלסט טון.

מיין נישט אז פאר אנדערע איז עס גרינגער יעדער האט זיין יצר הרע אין לאז דיך נישט זיך אריינזעצן אין א ווילטשער אין דיך איינרעדן אז די קענסט נישט גיין. די קענסט שוין איינמאל גיין די קענסט לויפן אויף ביידע פיס!

אין געדענקט נישט קיין חילוק צי די פילסט יא צי די פילסט נישט די ביסעל תורה אין א עבודה וואס די טוסט קענען מיר זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב דאס איז!
אין געדענק אייביג צי דאנקען אין לויבען אויף יעדע קליינעקייט אפילו זאכן וואס די ביסט שוין ציגעוואוינט, כל הנשמה תהלל קה!
זייער שיין.

איך האף אז יעדער פארשטייט אז די מצווה פון אהבת השם און הכרת הטוב אויף די חלק איז נישטא קיין דעבאטע, דאס איז די אלף בית פון א איד.

די אופן וויאזוי מ'ווייזט דאס ארויס איז די ארגומענט, ווער רעדט נאך די זיכערקייט מיט וואס א איד זאגט אז ער איז שוין דארטן.

די אהבת השם, דאנקען דעם אויבערשטען, זעהן גוטס אין יעדע זאך איז די יסוד פון אנהייבן דינען דעם אויבערשטען.

טאקע די סאטמארער רבי וואס האט קיינמאל נישט געהייסן לערנען ספעציפישע ספרי מוסר וחסידות האט אבער געהייסן לערנען ספה"ק חובת הלבבות וואס איז מיוסד אויף די נושא.

נישט בלויז צו לערנען שער הבטחון זיך צו בארואיגן נאר ווייל דאס איז א חלק פונעם בנין וואס פירט צו כניעה, תשובה, חשבון הנפש, פרישות און הערשט דערנאך דאס לעצטע איז שער אהבת ה'.

פון מאנכע קוקט אויס אז ווען אין די אראבישע מקומות ווי ער האט געוואוינט וואלט שוין געווען רעפ ניגונים וואלט ער געמאכט א שארט קאט און מיר וואלטן קיינמאל געהאט דעם הייליגן ספר, ר"ל מהאי דעתא, ניטאמאל פאר א דזאוק.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

יהודה אריה האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 1:28 pm
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 1:26 pm
הצלחה האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 12:10 pm

בכלל איז וויכטיג אויב איינער שרייבט עפעס פארקערט פונעם אמת זאל מען צירוק שטעלן די אמת אין פלאץ נישט דווקה פאר דער וואס וויל זעהן פארקערט נאר פאר אלע אנדערע וואס זעהן די אשכול זאלן חלילה נישט האבן א טעות

שכוח @אורח הכבוד פארן ברענגן דברים קלרין לעיניים

שכוח @פראקטיש פארן אראפ שטעלן א קלארע ליין צוווישן אונז אין זיי
אמתע נקודה בנוגע אז אנדערע זאלן זיך נישט אפלערנען.

בנוגע די "אונז און זיי" איז זעהר האקל ווייל מ'דארף זייער אכטונג געבן. מצד אחד קלארע ליניעס, די צעמישעניש איז א חורבן. אבער דאס טאר נישט קומען פון שנאה חלילה, יעדע איד איז באמת טייער און אזא אזוי שוואך דור מיט אזויפיל נסיונות און מרי לב דארף מען פון א אמתע פלאץ יעדעם מחשיב זיין אלץ יחיד.

מחשיב זיין און ליב האבן יא, אבער געבן יעדן דאס לעצטן ווארט וואס זאל האבן אן השפעה אויף אונזער עולם, דאס שוין נישט.
שיק אריין דיין אדרעס, גיי מיר דיר שיקן בלומען לכבוד שבת.
ב''ה אז מען האלט דא.
א שמייכל...

גוט שבת
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 1:17 pm
הייליגע טאטע האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 12:47 pm

פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 10:51 am
כידוע האט מען אין סאטמאר נישט געאסרט לערנען קיין ברסלבע ספרים, די רבי האט געזאגט קלאר מ'זאל דאס לערנען פונקט ווי אלע אנדערע ספריי חסידות, אריינקוקן דערין צו נעמען חיזוק צו דינען דעם אויבערשטען און ווייטער געגאנגען. אבער ער האט יא געזאגט פאר הרה"ק מספינקא זצ"ל אז עס קען זיין א סכנה ווי אויב באפריינד מען זיך מיטן אויבערשטן קען מען ווערן צו נאנט ווי מ'פארלירט די מורא. כמובן האט ער נישט געמיינט ספינקא רבין אליין, נאר אויסגעשמועסט פארוואס דער עולם מ'זאל זיך נישט טינקען דערין.
ביטע ברענגען א מקור קיינמאל געהערט
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 10:51 am
למעשה, איך ווייס נישט פארוואס, אבער א גרויסע חלק פון אונזער עולם האט געשנאפט פון רבינס תורות און פון די בכיות (איך מיין צו זאגן פון די וועג וויאזוי די תלמידים האבן עס פארקויפט פאר'ן אינגע דור) בלויז שרעק און פחד פון תורה ומצוות, א טייל פון די שוואכע דור האט דאס אויפגענומען כאילו זיי קענען סיי ווי נישט מצליח זיין אין דעם שווערן געראנגל, איך בין א פראבלעם פאר'ן אויבערשטען, דער אויבערשטען איז ברוגז אויף מיר, דאס איז נישט א ענין ווי איך בין א טייל דערפון אדער איך קען מצליח זיין.
דאס האט זיך לענ"ד שטארק געטוישט זייט די לשון קדשו האט אנגעהויבן ארויסצוקומען
די אהבה, די השתוקקות, צום אייבערשטן וואס מען זעהט און די תורות, איז עד אין לשער
די מקור איז א שמועס אין 'דער איד' דעס יאר אדער פאראיאר מיט איינע פון ספינקא רבינס קינדער (דאכטס זיך דער קרולער) ווי ער האט פארציילט שיינע זאכן וואס זיין טאטע האט געהאט מיט'ן רבין.

מיט לשון קדשו עגרי איך מיט דיר, אבער נישט יעדער לערנט עס.

אפילו ווער יא, די חלק החיזוק איז נישט די עיקר ווי @אורח האט פריער דערמאנט, כאטש וואס איך וועל מיך דארט אסאך מאל אפשטעלן און עס אפילו איבערזאגן צו מיר אליין, טייל מאל אין שטוב ביי די סעודות שב"ק, ס'איז לעכטיגע, הייליגע וואראמע דברי חיזוק.

ס' איז א לענגערע שמועס און איך גלייב נישט דאס קומט אהער, כ'האב גערעדט מער פון סאטמאר ווי פון אנדערע ווייל @אורח האט געברענגט תורות פון דארט צו פרוואון זיין פונקט און ווייל דאס קען איך מער ווי אנדערע.

אבער די נקודות איז גילטיג אפילו דארט ווי מ'האט געזינגען צום אויבערשטן ביי טישן און פארברענגען איז עס געווען בבחינת וגילו ברעדה, מ'האט אין אלע היימישע מקומות געלייגט דגוש מורא צו האבן פון אן עבירה און זיין אפגעזונדערט פון תאוות הגוף.

רעפ? קאנעקעשן?

נישט געווען אזוינס.
איך בין מיט דיר הונדערט פראצענט
וואס איך זאג אז וויפיל די רבי ז"ל האט גערעדט פון מורא האבן פון אן עבירה און ווי שטארק ער האט געלייגט א דגוש אויף יראה
זעהט מען אבער שטארק די חלק אהבה וואס רביה"ק האט געהאט צום אייבערשטן
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
אוועטאר
קרעמניצער חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2132
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 10, 2023 10:29 pm
לאקאציע: שכונת זרע קודש

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמניצער חסיד »

@עירין קדישין האט 64 לייקס
@מסתמא האט 71 לייקס
ס’איז אולי א געוויסע וואויט....

עכ”פ, דעיס איז די אלטע אויסגעדראשענע ויכוח צווישן די פרומע בחור און קילע בחור (יעדער זאל זיך פארשטעלן זיין ישיבה מיט זיין קאווע שטיבל...)

קילער: ענק פרומאקעס מעגן רעספעקטן די וועג פון זיין נאנט צו גאט מיט זינגען און גיטאר וכו’...
פרומער: כ’קען נישט רעספעקטן אזאנע סארט אויפפירונגען...
קילער(שוין אביסל מער שטרענג!): אהא! סאוי ענק האבן אפגעקויפט דעם באשעפער...
פרומער: אפשר זאלסטו רעספעקטן מיין וועג?
קילער: מיט all your respect אבער ענק האבן נישט די real connection...

וחוזר הדבר...
אנהייב יאר קען מען זיך בעסער אוועקשטעלן! (שפת אמת)
טיף ווארט: עס קומט א צייט אין לעבן וואס מען אנערקענט, אז ”ענוה” איז נישט קיין מידה, נאר א מציאות!
(לעצט פארראכטן (דורך מיר) ה’ תשרי תשפ”ד)
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”