כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עירין קדישין
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:12 pm

כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירין קדישין »

אין די לעצטע שטיק צייט הערט מען מער אין מער צווישנרופן ביים אלגעמיינעם היימישן ציבור, וועגן דער פאקט אז געוויסע צווישן אונז האבן אנגעהויבן ליבן גא-ט אויף גאר א הויכע שטאפל. צו זיי האבן אים באמת ליב ווייסעך נישט. מ'הערט אבער זייער אפט פון זייער מויל, זייער ליבע, זייער קאנעקשן, וועלכע זיי שפירן צום איין איינציגן גא-ט.

זייער אסאך פון צווישן אונז, האט עס ממש דערצערנט, געברענגט בייז בלוט. האלאו! קענסט סטאפן אזוי צו לאוון גא-ט?! טו דיר אן א הוט אין רעקל! דאוון מיט מנין! הערויף ליב צו האבן!

אדער א אנדערע נוסח. האלאו! האסט ליב גא-ט? ווייסט וואס גא-ט מיינט? האסטוך אליינסט ליב. סטאפ רעדן פון גא-ט! טרינק אויס דיין טאקילע. עס אויף דיינע דשערקיס, אין אריין אין בעט.

דער פאקט איז. גא-ט האט אונז אויסגעקליבן אלס זיין פאלק. ער האט אונז ליב. דערפאר האט ער אונז געגעבן זעקס הונדרעט אין דרייצן מצוות. מיר זאלן אים דינען, אין די מצוות זאלן אונז הייליגן. אשר קדשנו במצוותיו.

איינער פון די מצוות איז אהבת ה'.

איי וואס דארף עס גא-ט? וואס פעלט אים אויס אז אונז נארישע מענטשן וועלכע זענען טאטאל אנגעהאנגען אויף אים זאלן אים ליב האבן? איך ווייס נישט. ס'איז א מצווה. פינטל.

די שאלה שטעלט זיך אבער. וויאזוי קען מען פארלאנגען פון א מענטש ער זאל ליב האבן גא-ט? ליבע איז א געפיל, קענסט נישט צווינגען א מענטש צו פילן א געוויסע פילינג. פונקט ווי דו קענסט אים נישט צווינגען ליב צו האבן א מאכל.

גאר א שווערע שאלה. די שאלה געפינט מען איבעראל. די תירוצים זענען פארשידנארטיגע. דער סוף פסוק פון אלע תירוצים איז. אז דער מענטש איז מחיוב. אויף א געוויסע וועג, צו אנטוויקלען א ליבשאפט אין זיין הארץ צו גא-ט. וויאזוי? די וועג וויאזוי זיין הארץ שפירט.

דאס הייסט, יעדער מענטש האט אנדערע הרגשים, יעדער האט א הרגש פון אהבה, אבער ביי יעדן ווערט עס געטריגערט אויף א צווייטע וועג. אלזא, יעדער מענטש איז מחיוב צו טרעפן די וועג אין זיך אליינס. וויזאוי ער קען מקיים זיין די דאזיגע הייליגע מצווה.

אלזא, דער מצווה איז א מצווה תמידית, עס גייט אן יעדע רגע פון טאג. דער הייליגער ר'ר אלימלך שרייבט שוין, אז ווען א איד האט ליידיג צייט, זאל ער עוסק זיין אין אנטוויקלען אין זיך אהבת ה'. ווי באקאנט.

יעצט קומט דער יונגערמאן אין פארפירט, מיינסט ער קען ליב האבן גא-ט אין זיך אויפפירן ווי אזא כ'ווילניש זאגן וואס?

ניין. אויסדרוקליך. אבער ווער ס'האט נישט קיין מזוזה דארף נאכאץ לייגן תפילין. אין ווער עס רעדט אים אפ דערפון איז א מסית.

יעצט איז דא וואס טענה'ן אז ער שפירט ווי ער פטר'ט זיך פון אלע מצוות מיטן ליב האבן גא-ט.

ס'איז דא הונדערטער אידן היבשע פויערן וועלכע פארטיילן ריזיגע געלטער פאר צדקה. אויך צו באקומען אזא פילינג אז ער איז מסודר. זאל ער אויפהערן? ניין! סאו דער לאוו פריק אויך נישט.

כ'וועל גיין נאך ווייטער. יעדער מענטש האט אין זיך ליבשאפט. ער מוז עס געבן ערגעץ. אויב נישט פאר גא-ט, ווי מיינסטו גייט ער געבן?

אין קורצן מיין נקודה, מיר האבן נישט ליב גא-ט ווייל מיר פארשטייען צו אים, אויך נישט ווייל ער דארף עס. ער האט אונז געבען א אפערטונעטי פאר נאך א מצווה, דאס אים ליב האבן. נישט ווייל מיר זענען ראוי אים ליב צו האבן, פלעין ווייל ער האט געהייסן.

סאו דער באם וואס רעפט מיט געטליכע ליבע איז מקיים א ריזיגע מצווה. איך שעץ אים שטארק דערפאר!

צום שלוס: איך האב ליב דעם באשעפער. אז ס'געפעלט דיר נישט, דאן גיי ווי די שווארצע פעפער וואקסט!

ביי!..
כ'זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט וויסן מיין אנדערע ניק!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

וואו איז מיין זיידע געווען? א שאד ער האט נישט געליינט זאנע ארטיקלען בימיו, וואלטער זעכער מקיים געווען אזא הייליגע מצוה.. ער האט נעבעך געמיינט אז ליעב האבן גא-ט מיינט מחנך זיין קינדער בדרך הישר און זיך פירן בדרכי התורה.. האטער נישט געוויסט אז מדארף אויסזוכן די חלק אהבה וואס די וויזויהייסטעס מיט וואס משטעמט זיך גלייכט... נעבעך מיין זיידע
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
קליינע חיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2023 4:40 pm

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע חיה »

מען זאגט נאך אז אהבת השם איז פון די שווערסטע מצוות

עכ"פ אן עבודה איז עס זיכער, עבודה מיינט אז מען דארף ארבעטן דעראויף.

עס איז נישט עפעס וואס שרייט פון זיך אליין ארויס מיט א געפאקטע מויל פון זשערקי אין פאלאוד נאך מיט א גרעפס!
אוועטאר
עירין קדישין
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:12 pm

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירין קדישין »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:08 pm

ווען אלע ספרים וועלכע פלאגן זיך ארום וויאזוי מען קען מקיים זיין אהבת ה' וואלטן ווען גערעדט צו דיין זיידע..
כ'זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט וויסן מיין אנדערע ניק!
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:08 pm
וואו איז מיין זיידע געווען? א שאד ער האט נישט געליינט זאנע ארטיקלען בימיו, וואלטער זעכער מקיים געווען אזא הייליגע מצוה.. ער האט נעבעך געמיינט אז ליעב האבן גא-ט מיינט מחנך זיין קינדער בדרך הישר און זיך פירן בדרכי התורה.. האטער נישט געוויסט אז מדארף אויסזוכן די חלק אהבה וואס די וויזויהייסטעס מיט וואס משטעמט זיך גלייכט... נעבעך מיין זיידע
נעבעך דער וואס האט דיר איינגערעדט אז דיין זיידע האט נישט ליעב געהאט די אייבערשטער
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
עדות ביהוסף
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדות ביהוסף »

עירין קדישין האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 9:59 pm
אין די לעצטע שטיק צייט הערט מען מער אין מער צווישנרופן ביים אלגעמיינעם היימישן ציבור, וועגן דער פאקט אז געוויסע צווישן אונז האבן אנגעהויבן ליבן גאט אויף גאר א הויכע שטאפל. צו זיי האבן אים באמת ליב ווייסעך נישט. מ'הערט אבער זייער אפט פון זייער מויל, זייער ליבע, זייער קאנעקשן, וועלכע זיי שפירן צום איין איינציגן גאט.

זייער אסאך פון צווישן אונז, האט עס ממש דערצערנט, געברענגט בייז בלוט. האלאו! קענסט סטאפן אזוי צו לאוון גאט?! טו דיר אן א הוט אין רעקל! דאוון מיט מנין! הערויף ליב צו האבן!

אדער א אנדערע נוסח. האלאו! האסט ליב גאט? ווייסט וואס גאט מיינט? האסטוך אליינסט ליב. סטאפ רעדן פון גאט! טרינק אויס דיין טאקילע. עס אויף דיינע דשערקיס, אין אריין אין בעט.

דער פאקט איז. גאט האט אונז אויסגעקליבן אלס זיין פאלק. ער האט אונז ליב. דערפאר האט ער אונז געגעבן זעקס הונדרעט אין דרייצן מצוות. מיר זאלן אים דינען, אין די מצוות זאלן אונז הייליגן. אשר קדשנו במצוותיו.

איינער פון די מצוות איז אהבת ה'.

איי וואס דארף עס גאט? וואס פעלט אים אויס אז אונז נארישע מענטשן וועלכע זענען טאטאל אנגעהאנגען אויף אים זאלן אים ליב האבן? איך ווייס נישט. ס'איז א מצווה. פינטל.

די שאלה שטעלט זיך אבער. וויאזוי קען מען פארלאנגען פון א מענטש ער זאל ליב האבן גאט? ליבע איז א געפיל, קענסט נישט צווינגען א מענטש צו פילן א געוויסע פילינג. פונקט ווי דו קענסט אים נישט צווינגען ליב צו האבן א מאכל.

גאר א שווערע שאלה. די שאלה געפינט מען איבעראל. די תירוצים זענען פארשידנארטיגע. דער סוף פסוק פון אלע תירוצים איז. אז דער מענטש איז מחיוב. אויף א געוויסע וועג, צו אנטוויקלען א ליבשאפט אין זיין הארץ צו גאט. וויאזוי? די וועג וויאזוי זיין הארץ שפירט.

דאס הייסט, יעדער מענטש האט אנדערע הרגשים, יעדער האט א הרגש פון אהבה, אבער ביי יעדן ווערט עס געטריגערט אויף א צווייטע וועג. אלזא, יעדער מענטש איז מחיוב צו טרעפן די וועג אין זיך אליינס. וויזאוי ער קען מקיים זיין די דאזיגע הייליגע מצווה.

אלזא, דער מצווה איז א מצווה תמידית, עס גייט אן יעדע רגע פון טאג. דער הייליגער ר'ר אלימלך שרייבט שוין, אז ווען א איד האט ליידיג צייט, זאל ער עוסק זיין אין אנטוויקלען אין זיך אהבת ה'. ווי באקאנט.

יעצט קומט דער יונגערמאן אין פארפירט, מיינסט ער קען ליב האבן גאט אין זיך אויפפירן ווי אזא כ'ווילניש זאגן וואס?

ניין. אויסדרוקליך. אבער ווער ס'האט נישט קיין מזוזה דארף נאכאץ לייגן תפילין. אין ווער עס רעדט אים אפ דערפון איז א מסית.

יעצט איז דא וואס טענה'ן אז ער שפירט ווי ער פטר'ט זיך פון אלע מצוות מיטן ליב האבן גאט.

ס'איז דא הונדערטער אידן היבשע פויערן וועלכע פארטיילן ריזיגע געלטער פאר צדקה. אויך צו באקומען אזא פילינג אז ער איז מסודר. זאל ער אויפהערן? ניין! סאו דער לאוו פריק אויך נישט.

כ'וועל גיין נאך ווייטער. יעדער מענטש האט אין זיך ליבשאפט. ער מוז עס געבן ערגעץ. אויב נישט פאר גאט, ווי מיינסטו גייט ער געבן?

אין קורצן מיין נקודה, מיר האבן נישט ליב גאט ווייל מיר פארשטייען צו אים, אויך נישט ווייל ער דארף עס. ער האט אונז געבען א אפערטונעטי פאר נאך א מצווה, דאס אים ליב האבן. נישט ווייל מיר זענען ראוי אים ליב צו האבן, פלעין ווייל ער האט געהייסן.

סאו דער באם וואס רעפט מיט געטליכע ליבע איז מקיים א ריזיגע מצווה. איך שעץ אים שטארק דערפאר!

צום שלוס: איך האב ליב דעם באשעפער. אז ס'געפעלט דיר נישט, דאן גיי ווי די שווארצע פעפער וואקסט!

ביי!..

גארנישט קיין נייעס.
דוד המלך רעדט שוין פון דעם.
וַיְפַתּוּהוּ בְּפִיהֶם וּבִלְשׁוֹנָם יְכַזְּבוּ לוֹ(תהלים עח לו)
אוועטאר
עירין קדישין
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:12 pm

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירין קדישין »

קליינע חיה האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:11 pm
מען זאגט נאך אז אהבת השם איז פון די שווערסטע מצוות

עכ"פ אן עבודה איז עס זיכער, עבודה מיינט אז מען דארף ארבעטן דעראויף.

עס איז נישט עפעס וואס שרייט פון זיך אליין ארויס מיט א געפאקטע מויל פון זשערקי אין פאלאוד נאך מיט א גרעפס!
מען זאגט נאך פון?

פארוואס ביסטו אזוי זיכער אז ס'איז א עבודה?

טעות: אהבה שרייט יא ארויס פון זיך אליינס.
כ'זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט וויסן מיין אנדערע ניק!
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:08 pm
וואו איז מיין זיידע געווען? א שאד ער האט נישט געליינט זאנע ארטיקלען בימיו, וואלטער זעכער מקיים געווען אזא הייליגע מצוה.. ער האט נעבעך געמיינט אז ליעב האבן גא-ט מיינט מחנך זיין קינדער בדרך הישר און זיך פירן בדרכי התורה.. האטער נישט געוויסט אז מדארף אויסזוכן די חלק אהבה וואס די וויזויהייסטעס מיט וואס משטעמט זיך גלייכט... נעבעך מיין זיידע
ברוך השם דיין זיידעס אייניקלעך זענען נאך אידן, און אפילו זיי זענען פארגרעבט קענען זיי נאך אלץ ליב האבן גאט.
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

;l;p- געטרייט צו לייקן עס גייט נישט געב איך דא א לייק
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
אינגעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2022 1:33 am

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגעלע »

איך מוז דיר זאגן כ'האב שוין לאנג נישט געזען אזא ארטיקל מיט א קלארקייט צום פוינט אן קיין לאנגע הקדמה'ס

און שכח פארן מיר עפענען די קאפ צו האבן א בעסערע בליק אויף די דאזיגע מינע מענטשן
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

א איד וואס איז ביזי צו ליעבן דעם אויבערשטן לשם ליעב האבן דעם אויבערשטן מילא.. אנדערע קלאפן פשוט איין מיט גא-ט סאו אזוי איז ער אויף די סעיף סייד ריגארדלעס וואס ער טוט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:23 pm
א איד וואס איז ביזי צו ליעבן דעם אויבערשטן לשם ליעב האבן דעם אויבערשטן מילא.. אנדערע קלאפן פשוט איין מיט גא-ט סאו אזוי איז ער אויף די סעיף סייד ריגארדלעס וואס ער טוט
יעדער דינט די אייבערשטער אויף זיין וועג
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
עירין קדישין
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:12 pm

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירין קדישין »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:23 pm
א איד וואס איז ביזי צו ליעבן דעם אויבערשטן לשם ליעב האבן דעם אויבערשטן מילא.. אנדערע קלאפן פשוט איין מיט גא-ט סאו אזוי איז ער אויף די סעיף סייד ריגארדלעס וואס ער טוט
גערעדט דערוועגן אין ארטיקל.

אויב האסטעס נישט געליינט, דאן גיי אין מאמענט אשכול.. :wink:
כ'זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט וויסן מיין אנדערע ניק!
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

פעפער האב איך ליב?! דעים ארטיקל האב איך ליב!!!
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
משגיח תמידי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:45 pm

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח תמידי »

איך וואלט געשריבען דע גאנצע זאך און איין שורה

ליעב האבן גא-ט וויאזוי דיין הארץ באגערט, נישט וויאזוי מעכל און רעכל האבן מחליט געווען
אוועטאר
Mr. President
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 12, 2023 8:58 am

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mr. President »

וואס איז די שאלה?? איינער וואס האט ליב דעם באשעפער אודאי זאל מען אים נישט שטיל מאכן, ווער זענען אונז צו זאגן ”דו” מעגסט נישט ליב האבן השי”ת ווייל א. ב. ג. קיינער האט דיך נישט געפרעגט, און אז ס’געפעלט דיך נישט גיי דריטוס...
---
די פראבלעם איז אבער... (גמרא ניגון אלערט) אז זייער סאך מאל זעט עס אויס פאלש. ווייל אויב האסטע ליב גא-ט האו קאם דו פירסט זיך אזוי אויף???.....
שטייסט? און דאס איז וואס באדערט.
(ביי געוויסע עכ”פ, אזעלכע וואס פארליידן נישט קיין פאלשקייט. אנדערע זענען פשוט מקנא!! אפי’ זיי ווילן נישט...)

די אמת איז אבער אז דו האסט נישט די רעכט צו אפמאכן צו ס’איז אמת אדער נישט ממילא שטיי און א זייט ביטע, און אויב האסטו א עקסטערע סקונדע, טראכט מי כעמך ישראל ווי אידן אין אזא מצב טראכטן פון אונזער גרויסע טאטע א גאנצן טאג.

TYH
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

גוט געזאגט!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

אפילו עס איז פאלש מתוך שלא לשמה בא לשמה
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
עירין קדישין
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:12 pm

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירין קדישין »

Mr. President האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:33 pm

---
די פראבלעם איז אבער... (גמרא ניגון אלערט) אז זייער סאך מאל זעט עס אויס פאלש. ווייל אויב האסטע ליב גא-ט האו קאם דו פירסט זיך אזוי אויף???.....
שטייסט? און דאס איז וואס באדערט.
(ביי געוויסע עכ”פ, אזעלכע וואס פארליידן נישט קיין פאלשקייט. אנדערע זענען פשוט מקנא!! אפי’ זיי ווילן נישט...)

TYH
נישט קיין סתירה. ס'איז א תביעה. אין ס'איז טאקע ליידער. אויף יעדן.
כ'זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט וויסן מיין אנדערע ניק!
קליינע חיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2023 4:40 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע חיה »

איי לאוו יו זשערקי!
איי לאוו יו וויסקי!
איי לאוו יו מיי בעט!
איי לאוו יו מיכאל!
איי לאוו יו ליפא!
איי לאוו יו ר' ישיע!
איי לאוו יו השעם!

יור אלל מיי בראדער! יו אר אלל סא קלאז טא מיי הארט! ווי אר קאנעקטעט פארעוווווועווועעער!!!
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1782
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

קאמפלעצירטע נושא
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

די כור המובחן פון יעדע סארט ליבע איז ווען עס קומט אן עת נסיון, דעמאלטס קומט ארויס וואס דער מענטש האט באמת ליב און וואס נישט

ווי די ספרים טייטשן וויאזוי איז שייך צו מקיים ואהבת את השם....בכל נפשך? אז מ'רייסט זיך ארויס פארטאגס פון בעט פאר עבודת הבורא דאס צייגט ווי דעם איד'ס לעוועל פון ליבע צו גאט האלט, ביסט געווען גרייט אויפצוגעבן דיין פעדערנע קאלדערע פאר גאט, דאס צייגט ווי ווייט דיין ליבע צו גאט גרייכט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
עדות ביהוסף
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדות ביהוסף »

קליינע חיה האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:50 pm
איי לאוו יו זשערקי!
איי לאוו יו וויסקי!
איי לאוו יו מיי בעט!
איי לאוו יו מיכאל!
איי לאוו יו ליפא!
איי לאוו יו ר' ישיע!
איי לאוו יו השעם!

יור אלל מיי בראדער! יו אר אלל סא קלאז טא מיי הארט! ווי אר קאנעקטעט פארעוווווועווועעער!!!
This says it all.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

די אלע וואס קריגן מיט דעם קריגן סך הכל אויפן ראשית חכמה.

יא יא, די זעלבע ספר וואס דו ווילסט נוצן אפצושרעקן אנדערע אז אית דין און ס’דא א גהינום זאגט דאס אויך. ער גייט נאך פיל פיל ווייטער ואכמ”ל
אני הוא הנער, נער המדבר
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4499
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: כ'קאנעקט צו גאט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

משגיח תמידי האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:30 pm
איך וואלט געשריבען דע גאנצע זאך און איין שורה

ליעב האבן גא-ט וויאזוי דיין הארץ באגערט, נישט וויאזוי מעכל און רעכל האבן מחליט געווען
אההה
הייסט קענסט שטויסן דעם אייבערשטן מיט אלע עבירות חמורות און ליב האבן האשעם ווי אזוי עס קומט דיר אויס באקוועם..

גאונות און אהבת השם!
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”