בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5254
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: בד''א חזן ר' משה שמעון קרויס ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

בן בוזי האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:22 pm
בארדיטשוב'ער אייניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 10:00 pm
מיר האבן פארלוירן א פארצייטישע חן א דמות פין א ערליכע יוד וואס מיר קענען זיך אפ לערנען
:roll:
ער מיינט ווארשיינליך א זיסער אידל.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

הארזים האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:50 pm

אדער איז ער א בארדישטוב׳ער אייניקל
ווייסעך נישט
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5254
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: בד''א חזן ר' משה שמעון קרויס ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

נעמטאָדאָם האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:51 pm
הארזים האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:50 pm
בן בוזי האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:22 pm
בארדיטשוב'ער אייניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 10:00 pm
מיר האבן פארלוירן א פארצייטישע חן א דמות פין א ערליכע יוד וואס מיר קענען זיך אפ לערנען
:roll:
ער מיינט ווארשיינליך א זיסער אידל.
אדער איז ער א בארדיטשוב׳ער אייניקל
עס איז דא אגב וויאזוי ער זינגט די בארדיטשוב׳ער קדיש, איינער קען דאס אפירזיכן.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

חבר_1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 26, 2009 3:43 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר_1 »

געווען זענען מיר אין אטאווא אסאך, אנהייבענדיג אומגעפער מיט א 20 יאר צוריק און זיך באקאנט געמאכט מיט אים, שמועסנדיג מיט אים און שטוב ווי אויך אין בית המדרש אויף Carling Ave, אמאל אין יונג איזרעל ווי אויך צומאל אין כולל.

אוי ווי הייבט מען אן שרייבן אויף ר' משה, נאך דערצו וואס יעך בין ניט קיין שרייבער, אבער מען וועט פראבירען.

מיינע שמוסען זענען ניט געווען קיין אינטערוויו מיט ספּעציפישע שאלות אויף א געוויסע נושא, נאר אים געלאזט דערציילן ווי א מאמע דערציילט פאר א קינד, זעלטן האבען מיר איבערגעהאקט מיט א פראגע.

יעך וועל שרייבן לויט ווי עס קומט אין זכרון, ניט לויט די יארן פון די פאסירונגען.

ווער האט געזאגט ברכה אחריתא ביים וויזניץ- סקווערע חתונה

נאכן קריג איז ר' משה געווען חזן אין בוקארעשט, וואוינענדיג נעבן די מלבים שול אין א דירה פון קהל, ויהי היום און א איד קלאפט אויפן טיר און זאגט די רבי'ס ווילן אייך זען, ר' משה זעט א פערד און וואגן און 2 רביים קומען אראפ און אריין צו אים אין שטוב, און איך משהלע כאפ וואס גייט פאר און הייב אן זאגען איך בין אלס מוחל איך דארף גארנישט.

געווען זענען דאס דער אמרי חיים וויזניצער רבי מיט ר' יעקב יוסף סקווערער רבי וועלכע האבן זיך משדך געווען, ווי די תקנה אין דער מלבים שול איז יאמלט געווען אז דער חזן זאגט ברכה אחריתא אונטערן חופה. דעראויף האט ר' משה געזאגט אז ער איז דאס מוחל, איין רבי האט זיך אנגערופן (ר' משה האט געזאגט וועלכע רבי, אבער מיר געדענקען ניט) דאס איז א תקנה פונעם מלבים וואס מען קאן ניט ענדערן, נאר מיר האבן געוואלט וויסן ווער איז דער חזן, דער אמרי חיים האט זיך אנגערופן צום מחותן איך קאן אים און נאך געקאנט זיין טאטע און ער זעלבסט האט געזינגען ביי מיין טאטע אויפן טיש.

מיט עטליכע יאר שפעטער איז ר' משה געווען אין ניו יארק ווי ער איז אריין מיט א קוויטל צום סקווערער רבי זצ''ל, פלוצלינג לויפט אריין א יונגל - דער היינטיקער סקווערע רבי - און דער רבי זאגט אים מיט א שטרענגע טאן איך האב דיר שוין געזאגט אז ווען א איד זיצט דא קומט מען ניט אריין, האט דאס יונגל געזאגט כ'האב געוואלט נאכאמאל זען די קליינע איד וואס האט אזוי הויך געזינגען ביי די שוועסטערס חופה.
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

קען איינער מאכן א טיימליין פון זיינע יארן. מען הערט איבעראל אז ער איז געווען צענדליגע יארן דא און צענדליגע יארן דארט, לויט דעם איז ער געווען עטליכע הונדערט יאר אלט…. קען איינער מאכן א בערכ׳דיגע סדר פון זיינע יארן און שטעלעס זייט תרפ״ג?
ווייסעך נישט
מייןקינד
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 12:30 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייןקינד »

איך האב אפאר יאר ציריק געליינט.געזעין זיינע זאכען, א געוואלדיגע הארציגע בעל מספר אבער א געוואלדיגע חולם חלום! סאיז דא אינטערוויוס פין שעות ווער סהאט עס געזין ווייסט וואס איך מיין! בקיצור א זיסער הארציגע בעל דמיון! איך מיין דאס לשבח! ער האט אלעס אראפ געלייגט זיס! מיט הארץ! ווי ער איז יעצט ממש דארט! דאס איז טאלאנט!
חבר_1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 26, 2009 3:43 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר_1 »

נאכן קריג אנקומענדיג קיין ארץ ישראל האט מען גענומען ר' משה אין צבא, ווי ער איז געווארן א טאנקיסט - ר' משה זאגט מיט א שמייכל, עפעס אן אלט טרעקלע מיט א גרויסער שיסער דעראויף - איין טאג זיצענדיג אויפן טאנק האט ער זיך צוזינגען עפעס א חזנות שטיקל, איז פונקט אדורך א הויכראנגיקער פון צבא און זאגט אים טאנקיסטן האב איך גענוג אבער א חזן פארן צבא האב איך נישט, אזוי איז ער געווארן דער ערשטער חזן פון צבא.

ר' משה האט זיך אויסגעדריקט, געמיינט אז איך וועל עפעס פארדינען דערפון נישט דארפן זיין אויפן פראנט, אבער דארפן קוקן יעדע מאמע אין די אויגן בעת מאכן דעם קל מלא רחמים אויף איר זין, האב איך חרטה געהאט.

ווען דער סאטמארער רבי איז געקומען אויף א באזיך קיין ארץ ישראל איז ר' משה ערשינען מיטן גאנצען חזנישע יוניפארם פון צבא, כדי זיך קאנען אריינכאפן לפני ולפנים ביים פארט כאילו ער איז אויף באשטימטע מיסיע, זאגט ר' משה דער רבי האט מיר דערקאנט און געגעבן א צי מיין אנצוג ביי די אקסל און געזאגט וואס וואלט דיין רבי - דער מנחת אלעזר - געזאגט אויף דעם.
חבר_1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 26, 2009 3:43 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר_1 »

יארן איז ר' משה געווען חזן אין יאהאנעסבורג (דאכט זיך אז ער האט געזאגט 15 יאר), קיין סאך צו טאן איבערן טאג האט ער נישט געהאט, האט ער זיך געלערנט קאנסלינג (counseling) מיט וואס ער האט דארט עוסק געווען אין שלום בית, אויסער איין פארפאלק האט ער געהאט הצלחה מיט די אלע אנדערע, עס האט אים אבער אייביג וויי געטאן פארוואס דאס האט זיך געענדיקט אין א גט.

ווי אויך פלעגט ער ארומגיין מיט רבנים, ראשי ישיבות און אנשים מכובדים וואס זענען אהונגעקומען נאך געלט, גייענדיג מיטן פאנאוויטשער רב עטליכע טעג צו מאדערנע אידן מיט ווייניג פארשטאנד אפצושאצן אזא רב און זיין צוועק האט ר' משה געזאגט פארן רב אז עס איז געבליבן נאך איין אדרעס וועלכער איז נישט געווען דאהי ביז איצט, האבנדיג אן אפוינמענט דעם נעקסטן צופרי פארן אפפארן, דער איד איז אנדערש ווי ביז איצטיקע אדרעסן, ער איז א מוקיר רבנן, לאזט זיך קאסטן פאר תורה אין זעלבסט א תלמיד חכם.

אריינקומענדיג צו דעם איד האט מען גלייך געזען אז ער האלט ניט דערביי און טאקע געגעבן א גליינע סכום, ארויסגייענדיג איז ר' משה געווען זייער פארשעמט אז ער האט אהערגעשלעפט דעם רב מיט גרויסע האפענונגען, רופט זיך אן פאנאוויטשער רב עס איז מיין שולד, ווי נאר דער בעל הבית האט דאס געהערט לויפט ער נאך דעם רב און זאגט זייט מיר מסבר אייערע ווערטער.

מען קומט צוריק אריין אין שטוב זאגט דער רב יעדען טאג וואס איך גיי נאך געלט זאג איך צוויי תפילות ביי שמע קולינו, איינס ניט צו פארשעמט ווערן, צווייטנס ער זאל האבן הצלחה, היינט האב איך דאס נישט געזאגט ווייל עס איז געבליבן צו גיין נאר צו איינעם וואס שטיצט תורה, דער איד איז זייער נתפעל געווארן און טאקע געגבען א סכום לפי כבודו פון פאנאוויטשער רב.
חבר_1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 26, 2009 3:43 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר_1 »

ר' משה האט מיר פארציילט, ער איז געווען דערביי ווען ר' איסר זלמן מעלצר האט געמאכט א קבלת פנים ביי זיך אין שטוב לכבוד זיין איידעם ר' אהרן קוטלר וואס איז געקומען פון אמעריקע, ר' אהרן האט פארגעהאלטן זיין שווער אז ער איז געגאנגען ערב יום כיפור זיך אנווינטשן ביים בעלזער רב. ר' איסר זלמן האט אים געענטפערט ווער עס קאן א בלאט גמרא אדער מער ביסטו דער מבין, ווער עס איז אן ערליכער איד בין איך דער מבין.
לעצט פארראכטן דורך חבר_1 אום דאנערשטאג יוני 01, 2023 3:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
choc
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:34 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך choc »

אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

נעמטאָדאָם האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 11:10 am
קען איינער מאכן א טיימליין פון זיינע יארן. מען הערט איבעראל אז ער איז געווען צענדליגע יארן דא און צענדליגע יארן דארט, לויט דעם איז ער געווען עטליכע הונדערט יאר אלט…. קען איינער מאכן א בערכ׳דיגע סדר פון זיינע יארן און שטעלעס זייט תרפ״ג?
חבר_1 האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 2:21 pm
יארן איז ר' משה געווען חזן אין יאהאנעסבורג (דאכט זיך אז ער האט געזאגט 15 יאר),
האב איך שוין אזוי
15 יאר אין ס. אפריקע
די ערשטע פינף און לעצטע צען יאר פון זיין לעבן איז ער נישט געווען אקטיוו. בלייבט איבער 70 יאר צו קאווערן. ווער קען אריינפילן מיט א סדר?
ווייסעך נישט
חבר_1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 26, 2009 3:43 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר_1 »

איינמאל זענען מיר געפארן ספעציעל קיין אטאווא מאכענדיג א סופרייס (surprise) פאר ר' משה, די קאנאדער רעגירונג האט אפגעהאלטן עפעס א Holocaust Memorial Day ווי מען האט באערט ר' משה זייענדיג דער עלצטער איבערלעבער פון בערגן בעלזן, עס איז אפגעהאלטן געווארן אין א War Museum אין אטאווא, צווישן די רעדנערס איז געווען פרעמיער מיניסטער Justin Trudeau וועלכער האט געזאגט, איך בין צופרידן ( glad) צו זיין דער צווייטער פרעמיער מיניסטער מיטן נאמען טרודעאו וואס איז באפריינדעט מיט חזן משה קראוס, (ווי באקאנט איז זיין טאטע Pierre Elliott Trudeau אויך געווען פרעמיער מיניסטער).

שפעטער האב יעך געפרעגט ר' משה צו ער האט זיך געקאנט מיטן פריערדיקן פרעמיער מיניסטער Pierre Elliott Trudeau, זאגט מיר ר' משה ער איז געווען מערערע מאל ביי מיר אין שטוב שבת נאכמיטאג פאר טשאלנט, זעענדיג אז איך גלויב נישט אט די מעשה גיט ער א זאג גיי פרעג רבקה - זיין ווייב - זי איז געשטאנען ביים עק פון זאל שמועסנדיג מיט עטליכע הויכע רעגירונג באאמטע, ווי זי האט באשטעטיקט די מעשה. דערנאך האב איך זיך דערוויסט (פון זיין ספעציעלע בגדים, עפעס א באצירטע לאנגער שווארץ חלאטעל) אז איינער וואס איז דארט געשטאנען מיט איר איז גאר דער Speaker of the Canadian Parliament.
חבר_1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 26, 2009 3:43 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר_1 »

האב איך שוין אזוי
15 יאר אין ס. אפריקע
די ערשטע פינף און לעצטע צען יאר פון זיין לעבן איז ער נישט געווען אקטיוו. בלייבט איבער 70 יאר צו קאווערן. ווער קען אריינפילן מיט א סדר?
[/quote]

ר' משה איז געווען גאר אקטיוו ביז קאוויד, געגאנגען מיט א זעלטענער שנעלקייט אז מאנכע העלפט זיין יארגאנג וואלטן נישט געקאנט מיטהאלטן.
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

חבר_1 האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 3:51 pm
האב איך שוין אזוי
15 יאר אין ס. אפריקע
די ערשטע פינף און לעצטע צען יאר פון זיין לעבן איז ער נישט געווען אקטיוו. בלייבט איבער 70 יאר צו קאווערן. ווער קען אריינפילן מיט א סדר?

ר' משה איז געווען גאר אקטיוו ביז קאוויד, געגאנגען מיט א זעלטענער שנעלקייט אז מאנכע העלפט זיין יארגאנג וואלטן נישט געקאנט מיטהאלטן.
[/quote]

אקטיוו, האב איך געמיינט אין חזנות.

קוקט אויס ווי איר זענט באמת זיין ״חבר #1״ אפשר ווייסט איר מער.

איך בין באמת נייגעריג צו זעהן א טיימליין ווי ער איז געווען און ווען.
ווייסעך נישט
choc
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:34 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך choc »

חבר_1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 26, 2009 3:43 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר_1 »

נעמטאָדאָם האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 11:10 am
קען איינער מאכן א טיימליין פון זיינע יארן. מען הערט איבעראל אז ער איז געווען צענדליגע יארן דא און צענדליגע יארן דארט, לויט דעם איז ער געווען עטליכע הונדערט יאר אלט…. קען איינער מאכן א בערכ׳דיגע סדר פון זיינע יארן און שטעלעס זייט תרפ״ג?

וויס ניט וואזשע פינקטלעך איר האט געהערט און פון ווי איר האט אנגעזאמלט הונדערטער יארן פאר דעם דאזיקן איינעם קליינעם אידל.

יעך וויס נאר פון פיר (4) אפיציעלע פלעצער ווי ער האט געדינט אלס חזן נאכן קריג. 1) צבא, 2) אנטווערפן, 3) יאהאַנעסבורג, 4)אטאווא.

לאמיר דאס צונעמען שטייט

1) צבא, לכל הפחות עטליכע יאר ביז ווען דער סאטמאר רבי איז געקומען פון אמעריקע דאס ערשטע מאל, ווי יעך האב געשריבן אז ער האט זיך געטראפן מיטן רבי ביים שיף אין חיפה. נא ווער עס ווייסט וועלכע יאר דאס איז געווען זאל אריינקומען קלאר.

2)אנטווערפן, א קורצע שטיק צייט, ר' משה האט מיר פארציילט אז זיין פרוי האט ניט געגליכן דאס ארט, זי איז אויך קראנק געווארן דארט און זיי האבן מחליט געווען צו פארלאזן דעם שטאט, (פארשטייט זיך אז ער האט גוטע מעשיות פון אנטווערפן אבער עס איז אין א קאטעגאריע שלא ניתן להעלות על הכתב.)

3) יאהאנעסבורג, 15 יאר

4) אטאווא, לכל הפחות +40 יאר, ווי יעך האב געשריבן איז ער געווען באפריינדעט מיטן פרעמיער מיניסטער
Pierre Trudeau וועלכער האט געדינט ביז יארע 1984.

אז מען האלט 78 יאר נאכן קריג, וואלט יעך ענדערש געזאגט אז עס פעלט יארן פונעם חשבון. די איבריגע הונדערטע יארן וואס איר האט ערגעץ געפונען קאנט איר נעמען פאר אריכת ימים.

לכבוד הרב נעמדאדאם יעך וויל אייך ניט באלעסטוגען (אפילו איר זענט אן אונגערישער...), יעך וויל ניצן מיין צייט צו פארשרייבן איבער וואס כ'האב געהארכט פון ר' משה קרויס ע''ה, און אז איר האט קראנטע פראגעס און יעך קאן זיין צו הילף איז גוט, אבער אז איר ווילט סתם שיסן פאלווער אן קיין חשבון יאמלט וועט איר מוזן טרעפן א צווייטער וואס זאל אייך ענפערן.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

ישר כח @חבר_1 פארן מיטטיילן אייערע אינטערסאנטע שמועסן מיא דעם נפטר ז״ל, קיפ איט קאמינג.
אפשר קענט איר (אדער איינער פון די קאנאדישע חברים דא) מיטטיילן איבער די אידישע קהילה אין אטאווא? וויפיל אידן וואוינען דארט ? וויפיל שולן איז דא דארט? וכו׳
אויסער זיין שטעלע אלץ חזן וואס נאך האט ר׳ משה ע״ה געטון דארט פאר 40! יאר ?
אוועטאר
אברהם אלבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:45 am

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אלבוים »

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5254
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

חבר_1 האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 12:55 am
נעמטאָדאָם האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 11:10 am
קען איינער מאכן א טיימליין פון זיינע יארן. מען הערט איבעראל אז ער איז געווען צענדליגע יארן דא און צענדליגע יארן דארט, לויט דעם איז ער געווען עטליכע הונדערט יאר אלט…. קען איינער מאכן א בערכ׳דיגע סדר פון זיינע יארן און שטעלעס זייט תרפ״ג?

וויס ניט וואזשע פינקטלעך איר האט געהערט און פון ווי איר האט אנגעזאמלט הונדערטער יארן פאר דעם דאזיקן איינעם קליינעם אידל.

יעך וויס נאר פון פיר (4) אפיציעלע פלעצער ווי ער האט געדינט אלס חזן נאכן קריג. 1) צבא, 2) אנטווערפן, 3) יאהאַנעסבורג, 4)אטאווא.

לאמיר דאס צונעמען שטייט

1) צבא, לכל הפחות עטליכע יאר ביז ווען דער סאטמאר רבי איז געקומען פון אמעריקע דאס ערשטע מאל, ווי יעך האב געשריבן אז ער האט זיך געטראפן מיטן רבי ביים שיף אין חיפה. נא ווער עס ווייסט וועלכע יאר דאס איז געווען זאל אריינקומען קלאר.

2)אנטווערפן, א קורצע שטיק צייט, ר' משה האט מיר פארציילט אז זיין פרוי האט ניט געגליכן דאס ארט, זי איז אויך קראנק געווארן דארט און זיי האבן מחליט געווען צו פארלאזן דעם שטאט, (פארשטייט זיך אז ער האט גוטע מעשיות פון אנטווערפן אבער עס איז אין א קאטעגאריע שלא ניתן להעלות על הכתב.)

3) יאהאנעסבורג, 15 יאר

4) אטאווא, לכל הפחות +40 יאר, ווי יעך האב געשריבן איז ער געווען באפריינדעט מיטן פרעמיער מיניסטער
Pierre Trudeau וועלכער האט געדינט ביז יארע 1984.

אז מען האלט 78 יאר נאכן קריג, וואלט יעך ענדערש געזאגט אז עס פעלט יארן פונעם חשבון. די איבריגע הונדערטע יארן וואס איר האט ערגעץ געפונען קאנט איר נעמען פאר אריכת ימים.

לכבוד הרב נעמדאדאם יעך וויל אייך ניט באלעסטוגען (אפילו איר זענט אן אונגערישער...), יעך וויל ניצן מיין צייט צו פארשרייבן איבער וואס כ'האב געהארכט פון ר' משה קרויס ע''ה, און אז איר האט קראנטע פראגעס און יעך קאן זיין צו הילף איז גוט, אבער אז איר ווילט סתם שיסן פאלווער אן קיין חשבון יאמלט וועט איר מוזן טרעפן א צווייטער וואס זאל אייך ענפערן.
בוקארעסט פון ווען ביז ווען?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

חבר_1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 26, 2009 3:43 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר_1 »

הארזים האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 8:48 am

יעך כ'האב ניט אריין גערעכנט בוקארעשט, דאס איז געווען א קורצע תקופה, זיכער וועט איינער וויסן ווען עס איז געווען דער ערשטער חתונה פונעם מאנסי וויזניצער רבי.
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7405
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

חבר_1 האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 9:20 am

הזמנה מחתונת הראשון - ח''י סיון תש''ה.pdf
ח"י סיון תש"ה
(142.77 KiB) געווארן דאונלאודעד 89 מאל
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
חבר_1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 26, 2009 3:43 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר_1 »

א דאנק א שיינער, אט וויסט מען שוין אז אין יארע 1945 איז ר' משה געווען חזן אין בוקארעשט. איצטער דארף מען וויסן ווען דער סאטמאר רבי איז געקומען אויף ארץ ישראל פון אמעריקע דאס ערשטע מאל.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

חבר_1 האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 10:43 am
א דאנק א שיינער, אט וויסט מען שוין אז אין יארע 1945 איז ר' משה געווען חזן אין בוקארעשט. איצטער דארף מען וויסן ווען דער סאטמאר רבי איז געקומען אויף ארץ ישראל פון אמעריקע דאס ערשטע מאל.
תשי"ב
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אחרון של פסח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחרון של פסח »

עס איז אינטרעסאנט צו פארציילן וואס איך האב געהערט פון א עלטערע פרוי מרת העלינגער ע"ה א טאכטער פון ר' יעקב אליעזר פעלדמאן ז"ל פון אונגוואר:
דער חזן משה'לע קרויס האט געוואוינט נישט ווייט פון אונז אין די שטאט אונגוואר, ער פלעגט זיך דרייען ביי מיין טאטע'ן אינדערהיים מיין טאטע האט באמערקט אז דער קליינער משה'לע האט א גוטע שטומע - און משה'לע טאטע האט נישט געהאט קיין געלט צו צאלן פאר איינעם זאל אים אויסלערנען ווי אזוי צו נוצן זיין שטומע - מיין טאטע איז געווען א פארמעגליכע איד האט ער געדינגן איינעם זאל אים אויסלערנען ווי אזוי צו נוצן זיין שטומע.
חבר_1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 26, 2009 3:43 pm

Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר_1 »

shalsheles האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 1:20 am
ישר כח @חבר_1 פארן מיטטיילן אייערע אינטערסאנטע שמועסן מיא דעם נפטר ז״ל, קיפ איט קאמינג.
אפשר קענט איר (אדער איינער פון די קאנאדישע חברים דא) מיטטיילן איבער די אידישע קהילה אין אטאווא? וויפיל אידן וואוינען דארט ? וויפיל שולן איז דא דארט? וכו׳
אויסער זיין שטעלע אלץ חזן וואס נאך האט ר׳ משה ע״ה געטון דארט פאר 40! יאר ?
יעך וויל ניט פארדרייען דעם אשכול איבער אטאווא, אבער אז מען פרעגט וועלען מיר שרייבן עטליכע זאצען, חב''ד האט א שיינע קהילה צוטיילט אין 2 געגענטער, אויך פלעגט זיין א כולל פון ליטוויש - לעיקוואד תלמידים - וואס מען האט געבראכט, דאס האט אסאך צוגעגעבן וויבאלט יעדער כולל יונגערמאן פלעגט ביינאכט אדער שבת לערנען מיט עלטערע קינדער פון שטאט. אלס כשרע פראדוקטן קומען פון מאנטריאל, ווי אויך קומען די אטאווא איינוווינער קיין מאנטריאל פון מאל צו מאל איינקויפן אין די כשרע געשעפטן.

רעדנדיג פון אטאווא און וואס ר' משה האט דארט געטאן 40 יאר דערמאנט זיך א מעשה, ר' משה האט מיר דארט אנגעוויזן אויף א אידל 'דער איז מיינס', ר' משה האט אים געמאכט פאר א בעל תשובה, געלערנט מיט אים אלף בית, עברי און הלכות, שפעטער איז יענער געווארן א וועלטס עושר, ווען דער דינוב'ער רבי - מיט וועם ר' משה איז געווען זייער נאענט - האט געבויט זיין בית המדרש אין וויליאמסבורג האט ר' משה גערופן דעם דינוב'ער רבי קיין אטאווא צו דעם איד און באקומען - בלשונו פון ר' משה - גרויס געלט. איינע פון די דינוב'ער רבי'ס זון האט מיר באשטעטיקט די מעשה
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”