א גרויסער דאנק, אצינד אז מען וויסט אז דער סאטמאר רבי האט באזיכט ארץ ישראל אין יארע 1952, 71 יאר צוריק איז פארהאנדיק געניג יארן פארן קורצע תקופה אין אנטווערפן, 15 יאר אין דרום אפריקע אין 40+ יארן אין קאנאדע. אויסער אז 'נעמטאדאם' האט עפעס אן אונגארישע calculator וואזשע שפייט אויס נומערן פון Egy, kettő, három, négy, öt
בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש

6 יארחבר_1 האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 02, 2023 12:55 am
2)אנטווערפן, א קורצע שטיק צייט, ר' משה האט מיר פארציילט אז זיין פרוי האט ניט געגליכן דאס ארט, זי איז אויך קראנק געווארן דארט און זיי האבן מחליט געווען צו פארלאזן דעם שטאט, (פארשטייט זיך אז ער האט גוטע מעשיות פון אנטווערפן אבער עס איז אין א קאטעגאריע שלא ניתן להעלות על הכתב.)
- נעמטאָדאָם
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 443
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm
Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש
זאכן ווערן ב״ה קלארער.חבר_1 האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 02, 2023 11:46 amא גרויסער דאנק, אצינד אז מען וויסט אז דער סאטמאר רבי האט באזיכט ארץ ישראל אין יארע 1952, 71 יאר צוריק איז פארהאנדיק געניג יארן פארן קורצע תקופה אין אנטווערפן, 15 יאר אין דרום אפריקע אין 40+ יארן אין קאנאדע. אויסער אז 'נעמטאדאם' האט עפעס אן אונגארישע calculator וואזשע שפייט אויס נומערן פון Egy, kettő, három, négy, öt
כבוד הרב חבר, איך ווייס נישט ווי איר האט געזעהן אז איך מיין בקשה אז איך בין דא לקנטר. איר זענט פארנומען מאכן א דעפענסיווע, ונסתם ואין רודף. איך האב געבעטן פאר קלארקייט, היות איך בין געווען (און איך בין נאכאלץ) היבש פארנעפלט אין זיין היסטאריע.
למשל: לפי דבריו, איז ער גאר געווען דער וואס זאל פארזאגן דעם קאפיטל תהלים ביים מנחת אלעזר׳ס לוי׳ (געמאכט די לוי׳, כלשונו). ער איז געווען א אינג בחור׳ל בזמנו. עס מוז זיין אז ער זאל שוין האבן געווען שטארק מפורסם, אז ביי אזא לוי׳ זאל מען נעמען א אינג חזנ׳דל אנשטאט אן עלטערן חזן, אדער גאר איינע פון די אנוועזנדע רבנים. איז יעצט, וואס איז געווען זיין שטעלע אין זיינע גאר אינגע יארן, אז דאס זאל מאכן סענס?
דער אמת איז, אז ביי אסאך עלטערע אידן וואס פארציילן זייער אסאך, ברויך מען מאכן א קלארע טיימליין, ווייל עטליכע יארן סיפורים קענען האבן פארגעקומען אין איין ישיבה זמן, וכו׳
אשר על כן, איך טוה אייך חלילה באלעסטיגן, און איך נוץ קיין אונגארישע קאלקולעטאר נישט. איך פראביר פשוט צו מאכן סדר פון פילע סיפורים.
א גוט שבת.
ווייסעך נישט
Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש
"געמאכט די לו׳" קען זיין מיינט ער אנגעקומען אין צייט.
Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש
יע דאס ביסעלע וואזשע יעך וויס איבער די יארן אין שטעלעס פון ר' משה איז פון צונויפשטעלן די געשיכטעס וואס ער האט מיר פארציילט, ווי יעך האב געשריבן אין מיין ערשטע תגובה אינעם אשכול, איך האב אים קיינמאל ניט interviewed, אדער געשטעלט פראגעס און כמעט ניט איבערגעהאקט אינמיטן רעדן.נעמטאָדאָם האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 02, 2023 1:36 pmזאכן ווערן ב״ה קלארער.חבר_1 האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 02, 2023 11:46 amא גרויסער דאנק, אצינד אז מען וויסט אז דער סאטמאר רבי האט באזיכט ארץ ישראל אין יארע 1952, 71 יאר צוריק איז פארהאנדיק געניג יארן פארן קורצע תקופה אין אנטווערפן, 15 יאר אין דרום אפריקע אין 40+ יארן אין קאנאדע. אויסער אז 'נעמטאדאם' האט עפעס אן אונגארישע calculator וואזשע שפייט אויס נומערן פון Egy, kettő, három, négy, öt
כבוד הרב חבר, איך ווייס נישט ווי איר האט געזעהן אז איך מיין בקשה אז איך בין דא לקנטר. איר זענט פארנומען מאכן א דעפענסיווע, ונסתם ואין רודף. איך האב געבעטן פאר קלארקייט, היות איך בין געווען (און איך בין נאכאלץ) היבש פארנעפלט אין זיין היסטאריע.
למשל: לפי דבריו, איז ער גאר געווען דער וואס זאל פארזאגן דעם קאפיטל תהלים ביים מנחת אלעזר׳ס לוי׳ (געמאכט די לוי׳, כלשונו). ער איז געווען א אינג בחור׳ל בזמנו. עס מוז זיין אז ער זאל שוין האבן געווען שטארק מפורסם, אז ביי אזא לוי׳ זאל מען נעמען א אינג חזנ׳דל אנשטאט אן עלטערן חזן, אדער גאר איינע פון די אנוועזנדע רבנים. איז יעצט, וואס איז געווען זיין שטעלע אין זיינע גאר אינגע יארן, אז דאס זאל מאכן סענס?
דער אמת איז, אז ביי אסאך עלטערע אידן וואס פארציילן זייער אסאך, ברויך מען מאכן א קלארע טיימליין, ווייל עטליכע יארן סיפורים קענען האבן פארגעקומען אין איין ישיבה זמן, וכו׳
אשר על כן, איך טוה אייך חלילה באלעסטיגן, און איך נוץ קיין אונגארישע קאלקולעטאר נישט. איך פראביר פשוט צו מאכן סדר פון פילע סיפורים.
א גוט שבת.
מיר האט ער קיינמאל ניט פארציילט אז ער האט געהאט עפעס א ראלע ביים מנחת אלעזר'ס לוי', יא ער האט פארציילט די צובראכענקייט אין שטאט, און שטארק געבלאזן פון ר' ברוכ'ל וועמענס שטארקע חסיד ער איז געבליבן א גאנץ לעבען. אבער ניט עפעס אן אויסטערלישע געשעעניש וואס איז אונטערעסאנט צו שרייבן.
יא עס איז פארהאנדיק אט דיע וואס גלויבן ניט אלע זיינע מעשיות, מען קאן דאס דערהערן. יעך פארצייל וואס ער האט מיר דערציילט. יעך בין ניט העלפט די יארן פון ר' משה, בין ניט געווען דארט בשעת מעשה און ניט קיין עדות צו די געשעענישן.
Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש
אז מען דערמאנט דעם מנחת אלעזר קומט אין געדאנק וואס ר' משה האט מיר געזאגט, מען האט געזאגט פארן מנחת אלעזר אז עס קומט יעצט פאר א געמישטע חתונה, דער רבי(אדער רב, יעך געדענק ניט גענוי דאס לשון) האט געכאפט זיין שטעקן אריינגעלאפן אין זאל אנגעהויבן האקן שטיקער רעכטס און לינקס, דער עולם איז ארויסגעשפרונגען פון די פענסטערס. שפעטער האט ער געהאט צרות מיט פון די פאליציי.
Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש
@נעמטאָדאָם ווי ר' משה'לע פלעגט פארציילן איז ער אלס קינד געווען א וואונדער קינד, מען האט אים גערופן זינגען איבעראל, ער האט פארציילט אפילו איינמאל געפירט א קאנצערט אין א גרויסע שטאט (אפשר פוילין), אלס בחור'ל ווען געלערנט אין מונקאטש געווען א שטיקל משמש ביים מנחת אלעזר, ער פלעגט ביינאכט צוריק פאקן די ספרים פונעם מנחת אלעזר ניצנדיג דעם לייטער פאר די הויכע ספרים שענק, פלעגט פארציילן מעשיות וואס ער האט געזעהן ביים מנחת אלעזר אינדערהיים, (און דער פסק וואס ער האט געכאפט פון נישט לייגן עפעס א ספר אויפן פלאץ?)
אויך עפעס א קרוב מיטן טאהשער רבין זצ"ל, די פעלבערבוים'ס זענען דאך אויך טאהש'ער קרוב'ים, כ'מיין אויף איין אינטערוויאו אויף 'קול מבשר' זאגט ער וויאזוי ער איז א קרוב מיט טאהש
אויך עפעס א קרוב מיטן טאהשער רבין זצ"ל, די פעלבערבוים'ס זענען דאך אויך טאהש'ער קרוב'ים, כ'מיין אויף איין אינטערוויאו אויף 'קול מבשר' זאגט ער וויאזוי ער איז א קרוב מיט טאהש
Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש
@חבר_1 שכח פאר די שיינע זכרונות מיר האבן שטראק הנאה
Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש
יע א מעשה פונעם מנחת אלעזר'ס ספרים שטוב, ר' משה האט דאס פארציילט מיטן נאמען פון שטאט, רב אין ראש הקהל, נאר אז מיר האבען עס ניט פארצייכנט...Jhon האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 02, 2023 2:49 pm@נעמטאָדאָם ווי ר' משה'לע פלעגט פארציילן איז ער אלס קינד געווען א וואונדער קינד, מען האט אים גערופן זינגען איבעראל, ער האט פארציילט אפילו איינמאל געפירט א קאנצערט אין א גרויסע שטאט (אפשר פוילין), אלס בחור'ל ווען געלערנט אין מונקאטש געווען א שטיקל משמש ביים מנחת אלעזר, ער פלעגט ביינאכט צוריק פאקן די ספרים פונעם מנחת אלעזר ניצנדיג דעם לייטער פאר די הויכע ספרים שענק, פלעגט פארציילן מעשיות וואס ער האט געזעהן ביים מנחת אלעזר אינדערהיים, (און דער פסק וואס ער האט געכאפט פון נישט לייגן עפעס א ספר אויפן פלאץ?)
אויך עפעס א קרוב מיטן טאהשער רבין זצ"ל, די פעלבערבוים'ס זענען דאך אויך טאהש'ער קרוב'ים, כ'מיין אויף איין אינטערוויאו אויף 'קול מבשר' זאגט ער וויאזוי ער איז א קרוב מיט טאהש
א ראש הקהל א גרויסער תלמיד חכם אין א שטאט ניט ווייט פון מונקאטש האט אנגעזאגט זיין אידענע ניט צו פרעגן שאלות ביים רב ווייל ער איז א גרויסער מקיל, און אויך שטענדיק האט די ראש הקהל זיך געאמפערט מיטן רב אויפווייזענדיק אז ער פסקנט ניט גוט.
מאכט זיך אז דער ראש הקהל איז ניט געווען אין שטאט און די דינסט האט געטראגן א הינדל צום שוחט און עס איז געווען א שאלה, בלית ברירה האט די ראש הקהל'ס ווייב עס גענומען צום רב וואס האט באשטעטיקט אז עס איז כשר, מען האט אפגעקאכט דאס הינדל, און דער ראש הקהל קומט אהיים.
ווי נאר ער האט ער הערט די מעשה כאפט ער דעם טאפ מיטן הינדל, זיין שמש מאכט גרייט דאס פערד אין וואגן, באפעלט דעם רב ארויף דערויף און מען פארט קיין מונקאטש.
איך משהלע פאק דעם רבינס ספרים און הער א געשריי, דער רב מיטן ראש הקהל קומען אריין און שטעלען פאר טענות, די רבי הערט אויס אביסל זאגט גארנישט כאפט דעם טאפ מאכט א שהכל און עסט, דער ראש הקהל רעדט הויך צום רבי עס איז טריפה פלייש ווי מעג מען עס עסן, פרעגט אים די רבי מענטשן פלייש מעג מען יא עסען?
Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש
ר' משה מויזקאף ז"ל פון מאנטריאל פלעג אלס פארציילט ווי משה'לע אלס קינד פלעגט זיצן ביים טיש פון מונקאטשער רב פרייטאג צונאכט זיין פלאץ איז געווען אינעם פענסטער פלעגט ער זינגען כל מקדש דער גאנצער עולם איז געווען שטיל אין זיין זיסער קול האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ"ד אין קיינער האט אים ניטאמאל געקענט זען ווייל ער איז געווען א פיצל אינגעל באהאלטן אינעם פענסטער.
Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש
און ר' משה'ס צייטן האט מען נאך און מונקאטש גערעדט פון די מחלוקה מיט בעלז אזוי אז עס האט זיך אים פארגליסט צו זען וואס בעלז איז, ניט טראכטנדיק אסאך האט ער זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג, געגאנגען צופיס כאפנדיק א וואגן ווי נאר מעגליך און אין יעדער גרעסער שטעטל האט ער געזינגן צווישן מנחה מעריב געמאכט אפאר גרשען און געגאנגען ווייטער, דער וועג האט גענומען א וואך/וואכן.
נאך זיין צוריק אין מונקאטש האט מיר די רבי געוויזן נא נא מיטן פינגער, דער עולם האט מיר גערופן משהלע בהמה, געמיינט אז עס איז סתם א טשעפע ביז איינער האט מיר מסביר געווען, בהמה איז ראשי תיבות האלב בעלז האלב מונקאטש.
אין בעלז האט ר' משה געזען א מעמד וואס האט געלאזט אויף אים א רושם פאר א גאנץ לעבען, געווען דער מנהג אין בעלז אז פאר א חולה מסוכן זענען די פרויען אריין אין בית המדרש און געעפנט דעם ארון קודש מיט מוראדיקע קולות און געשרייען, אז ער האט כמעט אוועקגעחלישט.

א גוטע מעשהלע פון ר' משה, מען וואלט געדארפט א פראפעסיאנעלע שרייבער פאר דעם, ווי אויך דארף מען דערמאנען אז ר' משה האט פארציילט אלס מיט יעדען פרט, אפילו דאס איז ניט געווען פארבונדן מיטן עצם מעשה, ווי למשל יעדער נאמען, זאל עס זיין פון א מענטש, שטאט, גאס און באן סטאנציע. יאר, טאג, לאנד. פרעזידענט און ווען ער איז געווארן פרעזידענט, ווער איז געווען פארדעם און ווער נאכדעם. ווי אזוי דער רב פון שטאט האט געהייסן און ווער אין יענער שטעטעלע איז אים געווען א קרוב און ווי אזוי.
נאר אז מען האט ניט פארצייכנט איז עס אצינד פארלוירן אויף אייביג.
זייענדיג א חזן אין א שטאט (דאכט זיך ער האט געזאגט סיגעט) ווי ער האט געדאווענט פארן עמוד ימים טובים און שבת מברכים, די איבעריקע וואכן האט זיך אפט געמאכט אז קלענערע שטעט וואס האבן זיך ניט ערלויבט א חזן האבן באצאלט ער זאל קומען אויף א שטילע שבת.
געווען א שבת וואס א קליין שטעטל האט אים געלאזט רופן, כדי אנצוקומען צו יענער שטעטל האט מען געדארפט איבערשטייגן די באן, טוישן באן אינמיטן וועג אבער דער צווייטער באן איז נאר געפארן דעם אנדערן טאג, וויסנדיק אז דארט האט ער א קרוב האט ער געהאפט אז ער וועט דארט קענען איבערנעכטיקן.
אנקומענדיג אין שטעטל און קלאפט אויפן קרוב'ס טיר אין קול ואין עונה, גייט פארביי א אידל אנגעטאן אין פויערישע קליידער מיט מער לאטעס ווי סחורה און זאגט אים אז זיין קרוב וועט ניט זיין דא עטליכע טעג און אז ער זאל קומען צו אים אויפן נאכט. ר' משה שלעפט זיך מיט זיין קיפערט נאך דעם אידל אויסערן שטאט ווי דער האט געוואוינט אין א האלב איינגעפאלן בודקע.
אריינקומענדיק אין דעם פויערישע חאדקעלע זעט ר' משה דעם טיש דיק א פיס מיט אויס-געשניצטע טעלערס, אזוי האט מען געגעסן א גאנצער וואך אבער שבת ווען מען האט געגעסן פליישיג האט איבערגעדרייט דעם קלאטץ און געגעסן פון די אויס-געשניצטע טעלערס פון די אנדערע זייט.
דער אידל געט א שריי אז זיין זון זאל אריינקומען פון הויף ווייל א רבי איז דא, מיינענדיק אז ר' משה אנגעטאן מיט א ביבער הוט אין דריי-פערטל רעקל איז גאר א רבי, אט אנטפלעקט זיך א 12 יעריקע יונג, דיק פעט און גראב, ברייט ווי א טיר און געגאסן ווי א סטאלב, און דער זעצט זיך אראפ ביים טיש.
דער טאטע זאגט פאר ר' משה, רבי פארהער מיין זון, די לערענסט שוין גמרא פרעגט ר' משה, ניין ענפערט דאס קינד, משניות? ניין, חומש? ניין, עברי? ניין, וואס יא? אלף בית. יאמאלט זאג די אלף בית, דאס קינד הייבט אן מיט א פעסטקייט און זאגט אפ דאס גאנצער אלף בית, זאגט דער טאטע פארהערט אים נאך עפעס, טראכט ר' משה וואס נאך קאן מען אים פארהערן, אבער ער פרעגט באלד דאס קינד צוריק-צו-וועגס קענסטו אויך די אלף בית, יא זאגט ער, און דאס קינד הייבט זיך אויף פון בענקל דרייט זיך ארום צום וואנט און זאגט א ב ג...

ווי איז דאס?
Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש
ענדליך איז דער גוף פון ר' משה געבראכט געווארן היינט לקבירה.
עטליכע פראגעס פון אישי
ר' משה זייענדיק נאך א בחור פארן קריג האט געהאט א צעטל פון ר' שאול בראך אב''ד קאשוי זצ''ל אז ער קאן דאווענען פארן עמוד.
פון ווי האט ער זיך געקאנט מיט סאטמאר רבי פארן קריג, נאכן לערנען 3 זמנים ביי ר' ברוכ'ל און מונקאטש האט זיין טאטע געזאגט פון א רבי דארף מען מורא האבן, און אזוי ווי ער איז צו באפריינדעט מיט זיין רבי איז כדי צו גיין לערנען אויף א צווייטער ארט. געפארן קיין סאטמאר אנקומענדיג פאר שבת אריין צום רבין נעמען שלום, שבת ביים טיש זיך געשטעלט אונטערן רבי, אט קומט א איד זאגט דאס איז זיין ארט פעטש האט אנגעהויבן גיין, נאך שבת זיך געזעגנט מיט רבין, די רבי האט אים געזאגט איך האב פארשטאנען (נאך אזא קבלת פנים) אז די וועסט נישט דא בלייבן.

אוי געוואלד בדרך לא דרך
ווערט איינער געוואר אז יעך בין דער עורך
פארבונד זיך מיט עלעקטראנישע מיטלען
ווארפט ארויף אויף מיר טיטלען
זאגט עס איז אין א בחינה פון א מת מצווה
און איך בין דער גאנצער תקווה
עפעס טאן פאר ר' משה'ס נשמה
כדי עס זאל האבן א נחמה
לערנען משניות ארגענאזירן
לאמיר קיין צייט פארלירן
את אחי מבקש אנכי
ממש מיט א בכי
יעך מסכת מכות גענומען
האף אנדערע וועלען אפירקומען
שרייבט שוין אריין אייער אויסווייל
פאר ר' משה שמעון בן ר' מאיר גיין אן איבריג מייל
און ווען די צייט וועט ערלויבן
נאך מעשיות פון ר' משה פארקויפן
א דאנק אלע פון פארויס
כוח האייוועלט איז גרויס

אינטערוויו: א געדאנק איז איינגעפאלן פאר א חשובער ת"ח, צו פאראייביגן די נאמען פונעם חזן ר' משה'לע קרויס, אז מען זאל לערנען משניות לעילו נשמתו
ה' בהעלתך פ״ג
הרב אברהם ישעי' קובאלסקי
https://www.yiddish24.com/interviews/12/85246

דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 383
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2023 8:41 pm
Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש
איך נעם בל"נ מסכת שביעית (זרעים)
די עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען ווארעם

רבותי טוט א חסד של אמת פאר א טייערע איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט זש"ק דרוקט דא
viewtopic.php?t=63021
viewtopic.php?t=63021
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 383
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2023 8:41 pm
Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש
מ'דארף א עקסטרע אשכול ?

שביעית - אני לא יודע
מכות - חבר_1
מכות - חבר_1
רבותי טוט א חסד של אמת פאר א טייערע איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט זש"ק דרוקט דא
viewtopic.php?t=63021
viewtopic.php?t=63021
Re: בד"ה הרה"ח הישיש חזן משה'לע קרויס ע"ה ממונקאטש
ממה אנו האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 31, 2023 1:43 pm
choc האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 31, 2023 12:14 pm
איז דא פון אים גיטע שטיקלעך ארויפצולייגן?
אדער דאווענען
דאס איז וואס כ'האב געטראפן דערווייל, ווער ס'האט נאך ווערט געבעטן צו ברענגען.
מנוחה ושמחה
ביי אונז זעצט מען די ווערטער לענגער, און עס פעלט נישט אויס די איי איי איי איי.
איך קען נישט קומען צו מיר ווי שיין און זיס ער זינגט עס אראפ, נאכן איבערבערן עטליכע מאל, ער נעמט א פשוטע באקאנטע ניגון און ער מאכט עס פאר א מייסטער ווערק, פונקט פארקערט מיטן זעצן די ווערטער לענגער און די צוגעלייגטע איי איי איי מאכט עס א גאנץ אנדערע שיינע ניגון. און אויב איך מאך נישט קיין טעות שטאמט די ניגון פון הרה"ק רבי מענדעלע מרימנוב זי"ע

ווער האט באשלאסן אז ער איז די לעצטע תלמיד?
ס׳איז נאך דא לאויט״א
ס׳איז נאך דא לאויט״א