יצחק אייזיק האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 30, 2023 1:57 pm
פנימחדשות האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 30, 2023 11:38 am
moishy56 האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 30, 2023 11:28 am
מענטשאלע האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 30, 2023 11:16 am
ס'איז טאקע ווייטאגליך, אבער ביי א לויה וואס קומט פאר פון איין מינוט צום צווייטן איז עס נישט אייביג מעגליך. ביי חסידים קען מען זיך בעסער אנגרייטן צו א לויה פון פריער, ווייל די עסקנים פון די קהילה רעכענען עס אויס, ביי די ליטאים איז נישטא קיין קהילה, בפרט אז מ'רעדט פון דעם סאמע גרעסטן מנהיג בזמננו איז נישט שייך צו זיין צוגעגרייט מיט סדרנים און א פונקטליכע פלאן איבערצונעמען די פאליציי, אויף אזוי ווייט, אז די פאליציי זאל אויף איין מינוט אויפגעבען די אחריות פון די לויה צו עטליכע עסקנים, ודו"ק.
זייער קלאר געשריבן
דאס איז די פשוטע מציאות
די ליטאים האבן נישט דורכן יאר קיין מעמדים וכדומה אזוי ווי אלע גרויסע חסידות'ן
און זיי האבן באמת נישט די man power און פלענער פאר אזא ריזן מעמד.
און בכלל איז זייער שווער אז די משטרה זאל טראסטן איינעם און אויפגעבן.
טאקע ביי חסידות'ן מישט זיך די משטרה סאך ווייניגער אריין.
ווייל זיי האבן זייער טראסט, אז זיי מאכן א גאנצן יאר ריזיגע מעמדים און ס'גייט דורך כשורה.
משא"כ ביי די ליטאים.
עס איז טאקע א ווייטאג צו זען די אופן ווי אזוי די גדול הדור ווערט ארוםגענומען דורך פרייע חברה.
אבער, איך וויל נישט דערמאנען די נאמען פון די גדול הדור וואס איז לעצטענס אוועק און ביי זיין לויה איז די מטה געשטיפט געווארן, און די נפטר איז כמעט אראפגעפלויגן.
בלייבט מען מיט א שאלה וועלכע איז מער בכבוד'יג?
הרים סביב האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 30, 2023 2:52 pm

אן סדר איז זיכער נישט קיין אפציע, אבער איך בין זיכער מען קען עס טון מיט היימישע עסקנים מען דארף נישט קיין פרייע פאר דעם.

כמעט נישט פארהאן אזא מציאות ביי אזא גרויסע לויה בפרט ווען ס'נישטא קיין קהילה אונטער דעם.
ביי די לויה פון סקולענער רבי איז אויך נישט מעגליך געווען אן די מחנות פאליציאנטן ארום די מטה
וואסארא תירוץ איז דאס אויף דער שרעקליכע פגיעה בכבוד התורה?????????????
מ'דארף נעמען היימישע סדרנים, אזויווי אין מירון, העכסטענס מיט א דרויסענדיגע "מעטפת" פון די פאליציי, נישט אז זיי, און נאר זיי, זענען ארום די מיטה.
א שרעקליכע בזיון התורה פון דגל, וואס האט זיך שוין אזוי אנגעפאנגען ביים לוויה פון הגראי"ל זצ"ל און ממשיך געווען בפטירת הגרח"ק זצ"ל בעוד בזיונות שאכהמ"ל.
אלס לימוד זכות קען מען זאגען אז די פאליציי איז נישט מסכים אויף היימישע סדרנים, ואין דרכם במלחמות כידוע.
ס'איז טאקע ווייטאגליך, אבער ביי א לויה וואס קומט פאר פון איין מינוט צום צווייטן איז עס נישט אייביג מעגליך. ביי חסידים קען מען זיך בעסער אנגרייטן צו א לויה פון פריער, ווייל די עסקנים פון די קהילה רעכענען עס אויס, ביי די ליטאים איז נישטא קיין קהילה, בפרט אז מ'רעדט פון דעם סאמע גרעסטן מנהיג בזמננו איז נישט שייך צו זיין צוגעגרייט מיט סדרנים און א פונקטליכע פלאן איבערצונעמען די פאליציי, אויף אזוי ווייט, אז די פאליציי זאל אויף איין מינוט אויפגעבען די אחריות פון די לויה צו עטליכע עסקנים, ודו"ק.
דגל התורה פארטיי וואלט געקענט דינען ווי א קהילה פאר אזוינע מעמדים. זיי דארפן האבן א גרופע וואלונטירן ווי שומרים/שמירה וואס קענען זיך צושטעלן צו האלטן ארדענונג ווען ס'פעלט אויס. גרויסע לויות איז נישט קיין זעלטענע פאסירונג, און זיי וואלטן זיך געקענט בעסער מסדר זיין.
zugurnish האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 30, 2023 6:58 am
הרה"ג ר' גרשון האט געלערנט אין זיין יונגע יארן ביי החסיד החבדי בעל מסירת נפש הרב זלמן לייב אסטולין. און ער האט געהאלטן קשר מיט עם.
אויך שפעטער וועט זיין מאמע איז געווערן קראנק מיט טיפוס ל"ע האט מען עם געשיקט אין קלימווויץ און דארטן האט ער געלערנט באהאלטענעהייט מיט החסיד החבדי רב מוניא שניאור . נאך הרב שניאור איז אוועק איז ער געקומען אין כפר חבד אויף דעם לויה און מנחם אבל זייו
ער האט אויך געהאט חבד קרובים.
דער טאטע פון הרב גרשון איז געווען דער רבי פון הרב זלמן לייב אסטולין, און פאר דעם האט ער געלערנט מיט די קינדער פון זיין רבי'ן. בכלל, איז הרב גרשון'ס טאטע געווען א מסירות נפש איד, זיך קעגן געשטעלט די קאמוניסטן מיט א זעלטענם דרייסטקייט.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
נאך די אויסברוך פון די מחלוקת, האט דער גרויסע נפטר מחליט געווען זיך אפצוזאגן פון די אלטע בית המדרש און ער איז אריין אין אן אנדערן ביהמ"ד וואס רופט זיך 'אהל קדושים'. דעריבער זעט מען נישט די היסטארישע ארון הקודש אין די ערשטע בילדער, ווייל דאס איז נישט יענער בית המדרש.
הרב א. דויטש איז אין די אנדערע ישיבה, פון הרב שמואל מרקוביץ.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
שמחה ונחת האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 30, 2023 2:22 pm
יצחק אייזיק האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 30, 2023 1:57 pm
פנימחדשות האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 30, 2023 11:38 am
moishy56 האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 30, 2023 11:28 am
מענטשאלע האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 30, 2023 11:16 am
ס'איז טאקע ווייטאגליך, אבער ביי א לויה וואס קומט פאר פון איין מינוט צום צווייטן איז עס נישט אייביג מעגליך. ביי חסידים קען מען זיך בעסער אנגרייטן צו א לויה פון פריער, ווייל די עסקנים פון די קהילה רעכענען עס אויס, ביי די ליטאים איז נישטא קיין קהילה, בפרט אז מ'רעדט פון דעם סאמע גרעסטן מנהיג בזמננו איז נישט שייך צו זיין צוגעגרייט מיט סדרנים און א פונקטליכע פלאן איבערצונעמען די פאליציי, אויף אזוי ווייט, אז די פאליציי זאל אויף איין מינוט אויפגעבען די אחריות פון די לויה צו עטליכע עסקנים, ודו"ק.
זייער קלאר געשריבן
דאס איז די פשוטע מציאות
די ליטאים האבן נישט דורכן יאר קיין מעמדים וכדומה אזוי ווי אלע גרויסע חסידות'ן
און זיי האבן באמת נישט די man power און פלענער פאר אזא ריזן מעמד.
און בכלל איז זייער שווער אז די משטרה זאל טראסטן איינעם און אויפגעבן.
טאקע ביי חסידות'ן מישט זיך די משטרה סאך ווייניגער אריין.
ווייל זיי האבן זייער טראסט, אז זיי מאכן א גאנצן יאר ריזיגע מעמדים און ס'גייט דורך כשורה.
משא"כ ביי די ליטאים.
פאר אפאר דאלער, איז דא קאמפניס וואס קענען אין אפאר שעה אהערשטעלן, פאסיגע בחורים, גוטע רמקולים, און פלעשער וואסער.
אינטערסאנט ווער האט געוואלט שפארן אויפן חשבון פון די כבוד פון די לוויה, און א כמעט אומגליק צווישן די ציבור.