א גוטען אווענט,
א שטורם וואס טוט פארטימלען כמעט אלע וועטער באריכטערס און וועטער מאדעלס קומט צו גיין. די שווערסטע חלק זעהט אויס פון שפעט היינט נאכט מיט שווערע רעגן, שטארקע ווינטען און א טויש צו שווערע נאסע שניי וואס רוקט זיך פון די קעטסקילס און צענטרעל נאו יארק סטעיט און צו די סאוטאיסט, עס וועט טוישען צו שניי ארום 11-12 היינט נאכט אין מאנרא, 2-4 אזייגער אין מאנסי אבער דערנאך וועט זיך די ליין פון שניי רעגן זיך אפשטעלען. עס קען אנקומען אין שטאט ספעציעל די בראנקס, העכער מענהעטען, ארום 8-10 דינסטאג צופרי. אויב עס איז נאך דא וואס צו פאלען וועט זיך עס טוישען אויף שניי אין אלע 5 באראס ווי אויך לאנג איילענד.
לגבי שניי אמונטס בלייב איך מיט מיין פראדיקטשענס פון נעכטען-די קעטסקיל בערג קענען באקומען אזוי פול ווי א פוס און העכער, מאנרא 6-12 אינטשעס, מאנסי 4-8. אין די שטאט איז נאך זייער אומקלאר אבער עס קען זיין ווייסע רעגן -שניי וואס קלעבט זיך נישט, דאס זעהט צו בלייבען אזוי. אבער עס איז דא א קליינע טשענס אז אונז אין די שטאט באקומען א סערפרייז 3-6 אינטשעס אויב דער חלקים פון די שטורם דעוועלאפט זיך אין די ריכטיגע פלאץ. סיי ווי סיי ביי מיטוואך ווערט זוניג און קאלט מיט מילדע וועטער פון דאנערשטאג ביז שבת. זונטאג און מאנטאג ווערט קיהלער און זוניג.
Wow די נעמסט גאטס צו זאגן אנדערש ווי כמעט אלע וועטער עפפס און אנדערע עקספערטן אריין גערעכענט אויף היימישע פלאטפארמעס.
איך האב הנאה פון דעם אז די זאגסט וואס די האלטס און בויעסט עס מן הסתם אויף עפעס און מיר וועלן דארפן אויס ווארטן צו זעהן וואס וועט זיך למעשה אויסלאזן.
איך בין סתם נייגעריג אויף וואס בויעסטו אז די גיבסט אזוי סאך פאר קרית יואל און מאנסי בפרט (און די מעגליעכקייט אויף די סיטי)??
זיי אביסל מסביר עס איז מיר און אנדערע אינטערעסאנט.
יישר כח פאר דיין ארבעט.
אקעי, למעשה בין איך געווען גערעכט וועגען די צייטען וואס עס וועט זיך איבערטוישען ממש פונקטליך , אויסער מאנסי ווי עס האט געטוישט א שעה צוויי פאר מיין אויסקוק. די סיטי האט געטוישט ארום 8 דאס איז אויך געווען אקיוראט.
לגבי די שניי אמוינטס בין איך געווען גערעכט מיט די 6-12 אינטשעס פאר ק״י ,מיט מאנסי נישט, איך ווייס נישט וויפיל עס האט געמעלט ציווישען די נאכט און די היינטיגע שניי. די סורפרייז איז יא אנגעקומען אבער מער איסט אויף לאנג איילענד, אין חלקים פון נאו דזערסי אריינגערעכנט לעיקוואוד ( דאס האב איך נישט באקומען גערעכט) אבער די קעטסקילס און מאנרא, מאנסי איז עס נישט שלעכט פאר צוויי דריי טעג פאר די שטורם.
איך אפרישיעט אייער ארבעט. בעיקר די באשרייבונג פאר די סקרינשאטס (די סקרינשטאטס וואס זענען געווענליך גאנץ ענליך צו די אנדערע סייטס).
איך וואלט נאר געבעטן נישט צו שרייבן מיט אזעלכע ריזיגע אותיות, און אפשר אויך נישט מיט רויט.
קנ"א פלעגט שרייבן געהעריגע אותיות און בלוי, אפשר נעם דיר אן אנדער (בא'טעמ'טע - נישט שרעקעדיג רויט) קאליר און שרייב אזוי.
מיינונג פון איין מאן.
איך האב נישט געשריבען אין רויט נאר מיט דער פונקט וועגען די צימישעניש.
געווענטליך שרייב איך מיט גרעסערע שווארצע אותיות , איך קען נישט לייענען די קלענערע אותיות.
די ווילדע ווינטן ברענגן אראפ די טעמפוטשער שטארק און די נאסע ערד ווערט פארפרוירן עס קיין זיין א סכנה׳דיגע גליטש פאר שווארצע אייז
און מאנסי איז יעצט אריין געקומען א קאל צו די פייער די פארטמענט פאר אן עקסטרקעישאן אזוי אויך איז שוין געפלויגן און חלקים פון די קאונטי עלעקטריק ווייערס און ביימער
די ווילדע ווינטן ברענגן אראפ די טעמפוטשער שטארק און די נאסע ערד ווערט פארפרוירן עס קיין זיין א סכנה׳דיגע גליטש פאר שווארצע אייז
און מאנסי איז יעצט אריין געקומען א קאל צו די פייער די פארטמענט פאר אן עקסטרקעישאן אזוי אויך איז שוין געפלויגן און חלקים פון די קאונטי עלעקטריק ווייערס און ביימער
USE CAUTION ALL OVER
איך האב אויך געזעהן פון יקיר ביגלאייזן שרעקעדיגע בילדער און ווידיאויס וואס ער האט ארויסגעלייגט פון היימישע וואס האבן געהאט ערנסטע עקסידענטן גרויסע דעמעדזש און אויך לכאורה אפאר טאטעל לאססעס