שלח תשלח את האב?

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

מיין הארץ רוישט,
בענקעניש נאגט,
אזוי אנטוישט,
אזוי פארפלאגט.

ליבע געקוועלט,
דיר געברענגט,
אויף דער וועלט,
זיך אנגעשטרענגט.

אוי ס׳שווארץ,
געפילן בלוטן,
פון מיין הארץ,
דיר אפגעשניטן.

די מרעין בישין,
בארבאריש ברעטשען,
און מיין קושן,
טרערן קוועטשן.

ווי די טויבן,
טו איך בוכה׳ן,
דיר בארויבן,
מיינע אפרוחים.

אין גאטפארכטיגן שם,
מיין נפש׳ס רציחה,
מיין קינד מיין קלעם,
פסיק רישא דלא ניחא.

כ׳וויין במסתרים,
כ׳שלאג זיך בגלוי,
איפה הנערים?
ראה עניי ועמלי.

קינד מיינס נעם,
ביסט מיין בראך,
בשם השם,
הבנים תיקח לך?

מיין קינד אוי ס׳שווער,
ס׳פאלט מיר א טרער
מאך אויף דיינע אויגעלעך און זע
כ׳האב דיר ליב אן א מאס
אן א שיעור אן א צאל
הלוואי כ׳וועל דיר קענען צייגן נאך אמאל.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

געשריבן לכבוד א חשובער ידיד וואס ווערט שוין נישט ערלויבט צו זען זיינע קינדערלעך פאר אריבער פיר יאר.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

השם ירחם.

מיט אלע תירוצים, באשיינט מיט אלע עסקנים, איז עס קיינמאל קיין תירוץ.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

הארצרייסענד :cry:

אבער הערליך געשריבן.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ס׳איז שוין צייט צו עפענען די נושא. הערצער פון עלטערן ווערן צעטרויטן טעגליך. אידישע טרערן פארפלייצן די גאסן. בלוט רינט אין אונזערע רחובות.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

100% מען דארף עס עפענען.
די גאנצע דורכגאנג פון א גירושין דארף ווערן אדורכגעאקערט. עס איז ליידער לעצטנס א נחלת הכלל... איך האב שוין געעפנט א אשכול פאר טשיילד סופפארט, און מען דארף נאך צולייגן אשכולות פאר אלע אנדערע הינזיכטן. עס איז א פחד וואס גייט פאר.

אבער די דאזיגע צער איז עולה על כולנה. מען איז נאך מחייב דעם טאטן צו צאלן געלט, אבער קען נישט זעהן די קינדער! א מין ווייטאג וואס לאזט זיך נישט באשרייבן.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ווי זאגט ווייווייוויי?
#ער_לעבט_נאך
געשטימט פאר ראשעק הול
joelivelt74
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 23, 2022 12:16 pm

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך joelivelt74 »

:-( :-( :-(
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

הארצ הארצ רייסנד!!!
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 9:53 pm
100% מען דארף עס עפענען.
די גאנצע דורכגאנג פון א גירושין דארף ווערן אדורכגעאקערט. עס איז ליידער לעצטנס א נחלת הכלל... איך האב שוין געעפנט א אשכול פאר טשיילד סופפארט, און מען דארף נאך צולייגן אשכולות פאר אלע אנדערע הינזיכטן. עס איז א פחד וואס גייט פאר.

אבער די דאזיגע צער איז עולה על כולנה. מען איז נאך מחייב דעם טאטן צו צאלן געלט, אבער קען נישט זעהן די קינדער! א מין ווייטאג וואס לאזט זיך נישט באשרייבן.
דער טאטע צאלט און זעט נישט די קינדער? אויב אזוי פארוואס צאלט ער?
Something doesn't add up.
מסתמא צאלט ער נישט, במילא זעט ער נישט.
(איך געב ח"ו נישט גערעכט פאר קיינעם איך זאג נאר די פאקטן וויאזוי עס איז געווענטליך)

איך ווייס פון אינגעלייט וואס אנטזאגן זיך פון זען די קינדער ווייל זיי ווילן נישט צאלן.
הארציגע סטרונעס
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2022 12:52 am

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארציגע סטרונעס »

Porfavor האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 10:41 am
דניאל אויערבאך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 9:53 pm
100% מען דארף עס עפענען.
די גאנצע דורכגאנג פון א גירושין דארף ווערן אדורכגעאקערט. עס איז ליידער לעצטנס א נחלת הכלל... איך האב שוין געעפנט א אשכול פאר טשיילד סופפארט, און מען דארף נאך צולייגן אשכולות פאר אלע אנדערע הינזיכטן. עס איז א פחד וואס גייט פאר.

אבער די דאזיגע צער איז עולה על כולנה. מען איז נאך מחייב דעם טאטן צו צאלן געלט, אבער קען נישט זעהן די קינדער! א מין ווייטאג וואס לאזט זיך נישט באשרייבן.
דער טאטע צאלט און זעט נישט די קינדער? אויב אזוי פארוואס צאלט ער?
Something doesn't add up.
מסתמא צאלט ער נישט, במילא זעט ער נישט.
(איך געב ח"ו נישט גערעכט פאר קיינעם איך זאג נאר די פאקטן וויאזוי עס איז געווענטליך)

איך ווייס פון אינגעלייט וואס אנטזאגן זיך פון זען די קינדער ווייל זיי ווילן נישט צאלן.
הרב יואל קליין האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 4:36 am
וואס אין די בלויע לבנה גייט דא פאר?????
ווער עס ווייסט נישט דעם נושא פורסט הענד, זאל ביטע נישט קומען ליינען "נייעס" דא און פרעגן פראגעס.

סינגל לעבן קאסט זייער טייער. נאך די חתונה (סעקאנד מערידש) נאך נאך נאך טייערער. ועכמ"ל.
נאך אזא דורכגאנג איז מען געווענליך מיט אזא 100 + אין חובות. (אפילו אן פייטן אין קארט) ועכמ"ל
טשיילד סופארט מיט וויזיטעישאן האט נישט קיין שייכות. ביידע מוזן געשעהן פארן טובה פינעם קינד. פינטל

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3209
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

געזעץ לויטעט אויך אז דער וואס האט פיזיקעל קאסטעדי איז עס זיין/איר אחריות צו געבן וויזיטעישאן, אז נישט איז מען עובר אויף טשייל עבּיוז.
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

אוי טאטע... איך קען עס נישט גלייבן וואס איך ליין דא...
א טאטע מוז צאלן געלט כדאי צו זען זיינע קינדער???
:-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/
צי ווער זענען מיר אנגעקומען???
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

ניין ער מוז נישט. אבער פרוביר אריינצוגיין אין די הארץ פון די מאמע, זי מוטשעט זיך צו ערציען די קינדער, פיזיש און גייסטיש. אנדערש ווי רוב מענטשן, דארף זי אליינס ארבעטן צו קענען שפייזן די קינדער. זי צורייסט זיך טאג טעגליך צו קענען לייגן ברויט אויפן טיש.
ווידער דער טאטע האקט א לעבן, (נישט אז ס'איז אזוי, אבער אזוי טראכט זי), דארף נישט ספענדן קיין פעני פאר זיינע קינדער, אבער קען פארלאנגען וויזיטעישאנס וויפיהל ס'גייט. און קען נאך ארומגיין באשולדיגן יעדעם אין זיינע פראבלעמען, צומאל רייצט ער אן די קינדער קעגן די מאמע, און די מאמע דארף דאס אלעס אראפשלינגען.

נישט אז איך האלט אזוי, אבער יעדע מטבע האט צוויי זייטן.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

רויע הייליגע הייסע געפילן!
אוועטאר
איי אה וועלט!
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 16, 2022 4:03 pm
לאקאציע: צווישן ניו יורק און לעיקפראנט

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איי אה וועלט! »

ווערעצקי האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 6:06 pm
ניין ער מוז נישט. אבער פרוביר אריינצוגיין אין די הארץ פון די מאמע, זי מוטשעט זיך צו ערציען די קינדער, פיזיש און גייסטיש. אנדערש ווי רוב מענטשן, דארף זי אליינס ארבעטן צו קענען שפייזן די קינדער. זי צורייסט זיך טאג טעגליך צו קענען לייגן ברויט אויפן טיש.
ווידער דער טאטע האקט א לעבן, (נישט אז ס'איז אזוי, אבער אזוי טראכט זי), דארף נישט ספענדן קיין פעני פאר זיינע קינדער, אבער קען פארלאנגען וויזיטעישאנס וויפיהל ס'גייט. און קען נאך ארומגיין באשולדיגן יעדעם אין זיינע פראבלעמען, צומאל רייצט ער אן די קינדער קעגן די מאמע, און די מאמע דארף דאס אלעס אראפשלינגען.

נישט אז איך האלט אזוי, אבער יעדע מטבע האט צוויי זייטן.
איך האף אז איך בין נישט עובר אויף גילוי, אויב יא ביטע מעקן.

הרב ווערעצקי, איך וואלט פארגעשלאגן אז מען זאל עפענען א סאפפארט גרופ פאר אלע ברודערס פון גרושות וואס זענען באמת דא ארויסצוהעלפן זייער צובראכענע שוועסטערס דורך אנדרייען א קאשע און אונטערהעצן די גאנצע שטאט.

יעצט צוריק צו אונזער נושא.

אוי! די הארץ פון א אידישע מאמע! ווער קען זי פארשטיין... נאכדערצו אן עלענדע פרוי וואס מוטשעט זיך איינער אליינס צו פירן די שטוב פינאנציעל און מיט ערציען אירע קינדערלעך... אחחח! ווער רעדט נאך פון די עמאציאנלע שוועריקייטן וואס זי גייט ליידער דורך אין די תקופה וואס זי איז אליינס, ס'רייסט די הארץ!

אממ.. וואס רעדט מען דא נאכאמאל? ווי האט מען געהאלטן?

אה! אויב מענטשליכע נפשות זענען די פריוואטע אייגענטום פון געוויסע אנדערע מענטשען (יא, איך מיין דא אויך בילאגישע עלטערן), דאכצעך אז נישט. עלטערן (יאפ, ביידע) האבן די זכות און פריוויליגע אויפצוציען זייער קינדער און אזוי אויך די חוב און אבליגאציע זיך אפצוגעבן מיט זיי, זיי מחנך זיין און זיך זארגן פאר זייערו ואוילזיין.

דער זכות און חוב ווערט אוועקגענומען פון עלטערן קיינמאל! עס איז קיין נפקא מיניה צו די פארפאלק וואס האבן אראפגעברענגט די קינדער אויף אונזער וועלטל זענען נאך געהייראט אדער נישט, עס איז קיין נפקא מינה ווער עס איז א רחמנות און ווער נישט, גארנישט אין די וועלט קען אוועקנעמען פון טאטע/מאמע די פריוויליגיע און אבלעגיאציע צו זיין מיט זייערע קינדער, פינטל!

אויב איין זייט לויפט ארום באשמיצן די צווייטע זייט, איז דא צוויי ברירות: איינס, מען זאל פראבירן זיך אויסצוגראדן (יא, ס'שייך -פרעג מיך) אה, אויך קען דער באשמיצטער זייט פראבירן עס זאל נישט זיין אויף וואס איהם צו בארעדן...

אגב, אויב מוטשעט זיך די ווייבל מיט'ן ערציען די קינדער אליינס און צוליב דעם ווייל מען אוועקנעמען די קינדער פון די טאטע, איז דא פאר דער פראבלעם א מורא'דיגע לעזונג! מען קען זיך ווענדן צו די טאטע פון די קינדער, איך בין זיכער אז ער וועט זיין גרייט צו טוהן סיי וואס ארויסצוהלפן דערמיט, ער וועט זיי אפילו ארייננעמען ביי זיך אין שטוב פאר עטליכע טעג, אדרבא, פרעג איהם.

@ווערעצקי , אויב ווילסטו זען א קלארערע באהאנדלונג איבער דעם, זעה דער תגובה (ניין, דאס איז נישט מיך מיט א צווייטע ניק, נאר אז ער זאגט גוט, זאגט ער גוט)
אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע: אין בעקעריי

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

הארצרייסענדע שורות פון א טיפע לעכל אין הארץ
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יאוי, איך בין נאך סטאק ביי די קעפל
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בהערצה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 1:12 pm

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בהערצה »

טיפע געפיהלן, הארצרייסענדע געוויין.

אין לי מילים.

די באשעפער זאל העלפן אייער חבר זאל אויפגעראכטן ווערן במהרה.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

איי אה וועלט! האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 11:42 pm
ווערעצקי האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 6:06 pm
ניין ער מוז נישט. אבער פרוביר אריינצוגיין אין די הארץ פון די מאמע, זי מוטשעט זיך צו ערציען די קינדער, פיזיש און גייסטיש. אנדערש ווי רוב מענטשן, דארף זי אליינס ארבעטן צו קענען שפייזן די קינדער. זי צורייסט זיך טאג טעגליך צו קענען לייגן ברויט אויפן טיש.
ווידער דער טאטע האקט א לעבן, (נישט אז ס'איז אזוי, אבער אזוי טראכט זי), דארף נישט ספענדן קיין פעני פאר זיינע קינדער, אבער קען פארלאנגען וויזיטעישאנס וויפיהל ס'גייט. און קען נאך ארומגיין באשולדיגן יעדעם אין זיינע פראבלעמען, צומאל רייצט ער אן די קינדער קעגן די מאמע, און די מאמע דארף דאס אלעס אראפשלינגען.

נישט אז איך האלט אזוי, אבער יעדע מטבע האט צוויי זייטן.
איך האף אז איך בין נישט עובר אויף גילוי, אויב יא ביטע מעקן.

הרב ווערעצקי, איך וואלט פארגעשלאגן אז מען זאל עפענען א סאפפארט גרופ פאר אלע ברודערס פון גרושות וואס זענען באמת דא ארויסצוהעלפן זייער צובראכענע שוועסטערס דורך אנדרייען א קאשע און אונטערהעצן די גאנצע שטאט.

יעצט צוריק צו אונזער נושא.

אוי! די הארץ פון א אידישע מאמע! ווער קען זי פארשטיין... נאכדערצו אן עלענדע פרוי וואס מוטשעט זיך איינער אליינס צו פירן די שטוב פינאנציעל און מיט ערציען אירע קינדערלעך... אחחח! ווער רעדט נאך פון די עמאציאנלע שוועריקייטן וואס זי גייט ליידער דורך אין די תקופה וואס זי איז אליינס, ס'רייסט די הארץ!

אממ.. וואס רעדט מען דא נאכאמאל? ווי האט מען געהאלטן?

אה! אויב מענטשליכע נפשות זענען די פריוואטע אייגענטום פון געוויסע אנדערע מענטשען (יא, איך מיין דא אויך בילאגישע עלטערן), דאכצעך אז נישט. עלטערן (יאפ, ביידע) האבן די זכות און פריוויליגע אויפצוציען זייער קינדער און אזוי אויך די חוב און אבליגאציע זיך אפצוגעבן מיט זיי, זיי מחנך זיין און זיך זארגן פאר זייערו ואוילזיין.

דער זכות און חוב ווערט אוועקגענומען פון עלטערן קיינמאל! עס איז קיין נפקא מיניה צו די פארפאלק וואס האבן אראפגעברענגט די קינדער אויף אונזער וועלטל זענען נאך געהייראט אדער נישט, עס איז קיין נפקא מינה ווער עס איז א רחמנות און ווער נישט, גארנישט אין די וועלט קען אוועקנעמען פון טאטע/מאמע די פריוויליגיע און אבלעגיאציע צו זיין מיט זייערע קינדער, פינטל!

אויב איין זייט לויפט ארום באשמיצן די צווייטע זייט, איז דא צוויי ברירות: איינס, מען זאל פראבירן זיך אויסצוגראדן (יא, ס'שייך -פרעג מיך) אה, אויך קען דער באשמיצטער זייט פראבירן עס זאל נישט זיין אויף וואס איהם צו בארעדן...

אגב, אויב מוטשעט זיך די ווייבל מיט'ן ערציען די קינדער אליינס און צוליב דעם ווייל מען אוועקנעמען די קינדער פון די טאטע, איז דא פאר דער פראבלעם א מורא'דיגע לעזונג! מען קען זיך ווענדן צו די טאטע פון די קינדער, איך בין זיכער אז ער וועט זיין גרייט צו טוהן סיי וואס ארויסצוהלפן דערמיט, ער וועט זיי אפילו ארייננעמען ביי זיך אין שטוב פאר עטליכע טעג, אדרבא, פרעג איהם.
איך זוך נישט אריינצוגיין אין קיין פערזענליכע וויכוחים, [וואס פאר סאם ריזען שיינט עס מיר אז דו זוכסט עס יא], איך בין ב"ה נישט קיין ברודער און נישט קיין שוואגער פון קיין גרושה, ממילא בין איך נישט דא אין קיין פערזענליכע מלחמה, און איך ווייס נישט אויף וואס ארויף דו אטאקירסט מיך. עפעס זעה איך אז די נושא פון גרושים, טשיילד סופארט, וויזיטעישאנס, אינטערסירט דיך זייער שטארק.

איז לאמיר דיר זאגן מיין בליק אויף די נושא, דו מעגסט מחולק זיין, אבער כדי עס זאל נישט ווערן דא קיין פערזענליכע געפעכט, וועל איך בל"נ מער נישט מגיב זיין אויף אזא סארט שפראך.

לאמיר קוקן אויף די אנגענומענע פאקטן.
א'. נאך א גט ל"ע, בלייבן די קינדער וואוינען ביי די מאמע.
אזוי איז אנגענומען איבעראל, סיי ע"פ תורה און סיי להבדיל ע"פ חוקי המדינה. און ס'איז א פשוטע שכל'דיגע זאך, אז דער בוכ"ע האט אזוי באשאפן די מענטשהייט, אז נאר א מאמע קען אויפציען די קינדער טאג טעגליך, און נישט קיין טאטע. אין גאר אויסנאם פאלן, ווען די מאמע איז ל"ע נישט געזונט וכדו', קען זיין די קינדער זאלן וואוינען ביי די טאטע [אויב ער האט שוין נאכאמאל חתונה געהאט, און ס'דא א פרוי אין שטוב זיך צו אפגעבן מיט די קינדער]. דאס רעדט מען אפילו ווען ס'איז נישטא קיין מלחמה צווישן די צוויי זייטן, וועט די פשוטע מהלך זיין אז די קינדער גייען וואוינען ביי די מאמע.

ב'. די קינדער גייען באזוכן וועכנטליך דעם טאטן.
אבער היות דער טאטע איז דאך די טאטע פון די קינדער, איז דא א אנגענומענע מהלך, אז די קינדער גייען צום טאטען גאר אפט, געווענליך יעדע צווייטע שבת, און ווי אויך אינמיטן די וואך אויף איין נאכמיטאג מיט א נאכטמאל. אפשר איז דא אפילו וואס גייען צוויי מאל א וואך, עס איז נישט קיין נפק"מ יעצט פונקטליך וויפיהל. מיר רעדן יעצט אין פרינציפ. די מהלך וואס איז אנגענומען איבעראל, סיי ביי אידן און סיי להבדיל ביי גוים, כדי די קינדער זאלן קענען וואקסן ווייטער, ווי ווייט מעגליך נארמאל, איז אז זיי זאלן וואוינען בקביעות ביי די מאמע, און גייען כסדר באזוכן דעם טאטן. עס איז זייער ווייטאגליך פארן טאטן, אז צוליב דאס וואס איז ער איז גע'גט, קען ער נישט וואוינען מיט זיינע קינדער א גאנצע צייט, אבער עס איז פשוט נישט שייך אז די קינדער זאלן וואוינען אין ביידע פלעצער. ממילא פאר די געזונט פון די קינדער, איז פארשטענדליך אז די קינדער וואוינען ביי די מאמע, און גייען באזוכן דעם טאטן.

ג'. מ'טאר נישט אויסנוצען די וויזיטעישאנס פון די קינדער פאר קריגעריי.
ליידער מאכט זיך זייער אפט, אז א גט ווערט געענדיגט אין א וועלט מלחמה, עס איז נישט יעצט קיין נפק"מ ווער ס'איז שולדיג, אבער אזוי פאסירט ליידער זייער אסאך מאל. הלואי ווען מ'האט ווען שכל, און מ'פרובירט נאכדעם פארגעסן פון די קריגערייען, און אנגיין מיט א נארמאלע לעבן. אבער ליידער איז דער יצה"ר נישט שטיל, און רייצט אן די באטרעפענדע, צו זעהן וויאזוי מ'קען זיך אפרעכענן מיט די צווייטע זייט. די איינציגסטע זאך וואס איז געווענליך פארהאן צווישן זיי ביידע, איז די קינדער. און ליידער נוצט מען זיי אויס אויף קריגערייען.

און דאס קען מען זעהן פון ביידע זייטן. עס קען קומען פון די מאמעס זייט, פרובירן אפצוהאלטן די קינדער פון גיין, שניידן פון די אפגעשמועסטע צייטן וכדו'. דאס זעלבע פון דעם טאטנס זייט, ברענגט נישט צוריק די קינדער אין צייט, כסדר פארלאנגען אז עס קומט אים נאך צייט וכדו'. [און איך רעד נישט ווען מ'רייצט אן די קינדער קעגן די אנדערע, דאס איז פשוט א עון בל יכופר]. מ'קען שפילן די געים זייער אומשולדיג, דער טאטע קען קרעכצן איך וויל זעהן מיינע קינדער, אבער טיף אין הארץ מיינט ער נישט די קינדער, ער וויל נאר צופיקסן די מאמע. דאס זעלבע די מאמע קען קרעכצן אז די קינדער ווילן נישט גיין, זיי קומען צוריק שמוציג וכו', אבער טיף אין הארץ מיינט זי עפעס אנדערש, זי וויל צופיקסן דעם טאטן.

אבער ווי לאנג דאס פאסירט נישט, ד"ה די קינדער וואוינען ביי די מאמע, און גייען באזוכן דעם טאטן וועכנטליך ווי אפגעשמועסט, איז נישטא קיין שום סיבה צו פארפירן. נאכאמאל, דער טאטע איז א רחמנות אז ער האט נישט זיינע קינדער מיט זיך, אבער פארפאלן, ער קען נישט, דער בוכ"ע האט אזוי באשאפן די בריאה אז דער טאטע קען נישט. און ע"פ רוב וויל אפילו נישט דער טאטע אז די קינדער זאלן וואוינען ביי אים, ער קען נישט קאכן, באקן, וואשן געשיר, באדן די קינדער וכו' וכו'.

אזוי אויך, מיט אביסל שכל, פארשטייט יעדער אז פארלאנגן וויזיטעישאנס מער ווי נארמאל, איז נישט געזונט פאר די קינדער. די קינדער דארפן וואקסן אין א נארמאלע סטרוקטשור, און נישט לויפן אהער און אהין. וואו שטארק דער טאטע האט ליב זיינע קינדער, דארף ער אבער אריינעמען אין קאפ, אז ער שעדיגט נאר זיינע קינדער ווען ער שלעפט זיי אוועק פון זייער הויז צו אפט.

דאס זעלבע פארקערט, אויב די מאמע האלט אפ די קינדער פון גיין צום טאטן, שעדיגט זי די קינדער. און רוב פעלער, ווען די מאמע האט אפגעהאלטן די קינדער, האט עס שפעטער בעק-פייערד, און ווען די קינדער זענען געווארן ערוואקסן זענען זיי געלאפן צום טאטן, און נישט געוואלט קוקן אויף די מאמע.

ד'. דער טאטע איז מחוייב צו שפייזן זיינע קינדער.
יעצט לאמיר רעדן א מינוט איבער טשיילד סופארט. א טאטע איז מחוייב ע"פ תורה וע"פ חוקי המדינה צו שפייזן זיינע קינדער. נישט קיין חילוק וואו די קינדער וואוינען. אויב ח"ו די קינדער וואוינען אין א האום, איז עס אויך דעם טאטענס אחריות. ניין, די מאמע איז נישט מחוייב צו שפייזן די קינדער, זי דארף זיי נאר פיזיש אויפציען, די פינאנציעלע חלק ליגט אויף די טאטע.

דערפאר, אפילו נאכן גט ווען די קינדער וואוינען ביי די מאמע, האט דער טאטע נישט פארלוירן זיין חיוב. ער איז ווייטער מחויב ע"פ תורה וע"פ חוקי המדינה, צו שפייזן זיינע קינדער. באצאלן זייער שכר לימוד, זייער קעמפ וכו' וכו'. אויב ער טוט עס נישט, האט ער בארויבט זיינע אייגענע קינדער, נישט זיין ווייב האט ער בארויבט, נאר זיינע אייגענע קינדער.

ליידער פאסירט פילע מאל אז דער טאטע איגנארירט דאס גענצליך, מיט די חשבון אז די מאמע זאל באצאלן. זי האט דאך די קינדער, און זי איז דאך שולדיג אין די גאנצע גט וכו' וכו'. ער מיינט אז ער רעכנט זיך אפ מיט די מאמע מיט דעם. יא, אויף די מינוט וועט די מאמע וועט נישט האבן קיין ברירה, און וועט מוזן ארבעטן, בארגען, שנארן, כדי די קינדער זאלן האבן וואס צו לעבן, און דער טאטע וועט פילן א זיסע נקמה. אבער עס בלייבט נישט אזוי אויף אייביג, די קינדער ווערן עלטער, און פארשטייען זייער גוט אז דער טאטע האט זיי געלאזט אויף הפקר.

יעצט לאמיר מאכן א סך הכל:
א'. די טאטע איז בארעכטיגט צו זעהן די קינדער וועכנטליך, אויב די מאמע האלט דאס אפ, טוט זי א געפערליכע עולה קעגן דעם טאטן, און אויך קעגן די קינדער.
ב'. דער טאטע איז מחוייב צו שפייזן זיינע קינדער. אויב האלט ער דאס אפ, טוט ער א געפערליכע עולה קעגן די מאמע, און אויך קעגן די קינדער.

יעצט איז די שאלה ווער האט קודם אנגעהויבן. אויב די מאמע לאזט נישט זעהן די קינדער, איז פארשטענדליך אז דער טאטע ווערט אויפגערעגט, און שפייזט נישט די קינדער. כאטשיג מיט דעם בא'עולה'ט ער די קינדער. אבער אויף די מינוט טראכט ער נאר פון צוריק אפטוהן די מאמע. - און די געפיהל שרייט, פארוואס זאל איך איר געבן געלט, ווען זי לאזט מיר נישט זעהן די קינדער. די זעלבע קינדער וואס זי שרייט אז עס איז מיינע, און איך דארף זיי שפייזן, די זעלבע קינדער לאזט זי מיך נישט זעהן.

דאס זעלבע איז פארקערט. אויב דער טאטע שפייזט נישט די קינדער, איז פארשטענדליך אז די מאמע ווערט אויפגעברויזט, און שיקט נישט די קינדער. כאטשיג מיט דעם בא'עולה'ט זי די קינדער, אבער אויף די מינוט טראכט זיך נאר פון צוריק אפטוהן דעם טאטען. - און די געפיהל שרייט, פארוואס זאל איך אים לאזן זעהן די קינדער, ווען ער געבט נישט קיין געלט פאר "זיינע קינדער". די זעלבע קינדער וואס ער שרייט אז עס איז זיינע, און ער דארף זיי זעהן, די זעלבע קינדער לאזט ער הונגערן.

גענוג פארשטענדליך?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

טישטוך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 9:40 pm
געשריבן לכבוד א חשובער ידיד וואס ווערט שוין נישט ערלויבט צו זען זיינע קינדערלעך פאר אריבער פיר יאר.
:-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מר. ווערעצקי, איך האב אן אנדערע מיינונג!

קאן זיין אז ביי אייך אין די משפחה פלאגט זיך א פרוי מיט קינדער וואס דער טאטע גיבט גארנישט. אבער לאמיר עס קוקען פון אנאנדערע קוק ווינקל.

די קריגעריי האציך ווארשיינליך נישט אנגעהויבן נאך דעם גט! צומאל איז שוין דער טאטע אויסגעגעסן פון די מאמעס שיקאנירונגען (מיר רעדן דא פון א ספעציפישע זייט, וואס דאס איז נאר די טאטעס זייט ביי אונזער שמועס) און טאקע פארענט פון די קינדער, און אפשר נאך מיט א גוטע טעראפיסט... וואס האט איר צוגעזאגט אז זי וועט איר אלעס ערלעדיגן נאך דעם גט...

איז אזוי. COPING SKILLS - איינער זאל ביטע איבערטייטשען - איז נישט א ONE SIZE FITS ALL און לאמיר געבן איין ביישפיל: איינער זעהט אז ער ווערט די שמאטע פון די מאמע, און טאקע פארענט פון די קינדער, און דאן פערשפארט ער זיינע פילינגס פאר די קינדער, יא, זיינע אייגענע נאטורליכע פילינג וואס א טאטע דארף האבען פאר זיינע קינדער. ער וויל נישט צוזעהן וואס זיי גייען דורך ווען די מאמע דערנידערט אים, און ער וויל נישט רעדן צו די קינדער דערפונען, און ער לייגט א שלאס און האקט אפ מיט זיי אז אזוי אום שיסט ער נישט אויס פון צער, ווייל זיי זיינען פרעמד פאר אים. דאן קומט די גט, און ער וויל נישט קיין קאסטאדי, ווייל ער ווייסט וויאזוי די מאמע רעדט פון אים פארענט פון די קינדער. נו, קאסטאדי? פאר וועם? ווער זיינען זיי?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

צו געזונט האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 10:48 pm
מר. ווערעצקי, איך האב אן אנדערע מיינונג!

קאן זיין אז ביי אייך אין די משפחה פלאגט זיך א פרוי מיט קינדער וואס דער טאטע גיבט גארנישט. אבער לאמיר עס קוקען פון אנאנדערע קוק ווינקל.

די קריגעריי האציך ווארשיינליך נישט אנגעהויבן נאך דעם גט! צומאל איז שוין דער טאטע אויסגעגעסן פון די מאמעס שיקאנירונגען (מיר רעדן דא פון א ספעציפישע זייט, וואס דאס איז נאר די טאטעס זייט ביי אונזער שמועס) און טאקע פארענט פון די קינדער, און אפשר נאך מיט א גוטע טעראפיסט... וואס האט איר צוגעזאגט אז זי וועט איר אלעס ערלעדיגן נאך דעם גט...

איז אזוי. COPING SKILLS - איינער זאל ביטע איבערטייטשען - איז נישט א ONE SIZE FITS ALL און לאמיר געבן איין ביישפיל: איינער זעהט אז ער ווערט די שמאטע פון די מאמע, און טאקע פארענט פון די קינדער, און דאן פערשפארט ער זיינע פילינגס פאר די קינדער, יא, זיינע אייגענע נאטורליכע פילינג וואס א טאטע דארף האבען פאר זיינע קינדער. ער וויל נישט צוזעהן וואס זיי גייען דורך ווען די מאמע דערנידערט אים, און ער וויל נישט רעדן צו די קינדער דערפונען, און ער לייגט א שלאס און האקט אפ מיט זיי אז אזוי אום שיסט ער נישט אויס פון צער, ווייל זיי זיינען פרעמד פאר אים. דאן קומט די גט, און ער וויל נישט קיין קאסטאדי, ווייל ער ווייסט וויאזוי די מאמע רעדט פון אים פארענט פון די קינדער. נו, קאסטאדי? פאר וועם? ווער זיינען זיי?
איך זעה אז איר האט נישט פארשטאנען וואס איך וויל ארויסברענגן.

לאמיר עס זאגן אין איין ווארט. דער טאטע האט רעכט צו זעהן זיינע קינדער, און די מאמע טאר דאס נישט אפהאלטן. דער טאטע האט א צו שפייזן זיינע קינדער, און איז נישט בארעכטיגט דאס צו אפהאלטן.

אויב דער געבט ער נישט קיין טשיילד סופארט, זאל ער ערווארטן אז די מאמע זאל צוריקשיסן מיט נישט שיקן די קינדער, און מיט א זאכליכע טענה, אז אויב איז עס נישט דיינע קינדער זיי צו שפייזן, דאן איז עס נישט דיינע קינדער זיי צו זעהן.

דאס זעלבע גייט אויף די פארקערטע וועג. אויב די מאמע האלט צוריק די קינדער פון דעם טאטן, זאל זי ערווארטן אז זי וועט מער נישט זעהן פון אים קיין רויטע גרייצער. און מיט די זעלבע טענה אויף פארקערט, אויב איז עס נישט זיינע קינדער אויף זיי צו זעהן, דאן איז עס נישט זיינע קינדער זיי צו שפייזן.

דאס איז די גאנצע וואס איך האב צו זאגן. מער פון דעם האב איך נישט קיין מיינונג.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: שלח תשלח את האב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

ווערעצקי האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 11:35 pm
צו געזונט האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 10:48 pm
מר. ווערעצקי, איך האב אן אנדערע מיינונג!

קאן זיין אז ביי אייך אין די משפחה פלאגט זיך א פרוי מיט קינדער וואס דער טאטע גיבט גארנישט. אבער לאמיר עס קוקען פון אנאנדערע קוק ווינקל.

די קריגעריי האציך ווארשיינליך נישט אנגעהויבן נאך דעם גט! צומאל איז שוין דער טאטע אויסגעגעסן פון די מאמעס שיקאנירונגען (מיר רעדן דא פון א ספעציפישע זייט, וואס דאס איז נאר די טאטעס זייט ביי אונזער שמועס) און טאקע פארענט פון די קינדער, און אפשר נאך מיט א גוטע טעראפיסט... וואס האט איר צוגעזאגט אז זי וועט איר אלעס ערלעדיגן נאך דעם גט...

איז אזוי. COPING SKILLS - איינער זאל ביטע איבערטייטשען - איז נישט א ONE SIZE FITS ALL און לאמיר געבן איין ביישפיל: איינער זעהט אז ער ווערט די שמאטע פון די מאמע, און טאקע פארענט פון די קינדער, און דאן פערשפארט ער זיינע פילינגס פאר די קינדער, יא, זיינע אייגענע נאטורליכע פילינג וואס א טאטע דארף האבען פאר זיינע קינדער. ער וויל נישט צוזעהן וואס זיי גייען דורך ווען די מאמע דערנידערט אים, און ער וויל נישט רעדן צו די קינדער דערפונען, און ער לייגט א שלאס און האקט אפ מיט זיי אז אזוי אום שיסט ער נישט אויס פון צער, ווייל זיי זיינען פרעמד פאר אים. דאן קומט די גט, און ער וויל נישט קיין קאסטאדי, ווייל ער ווייסט וויאזוי די מאמע רעדט פון אים פארענט פון די קינדער. נו, קאסטאדי? פאר וועם? ווער זיינען זיי?
איך זעה אז איר האט נישט פארשטאנען וואס איך וויל ארויסברענגן.

לאמיר עס זאגן אין איין ווארט. דער טאטע האט רעכט צו זעהן זיינע קינדער, און די מאמע טאר דאס נישט אפהאלטן. דער טאטע האט א צו שפייזן זיינע קינדער, און איז נישט בארעכטיגט דאס צו אפהאלטן.

אויב דער געבט ער נישט קיין טשיילד סופארט, זאל ער ערווארטן אז די מאמע זאל צוריקשיסן מיט נישט שיקן די קינדער, און מיט א זאכליכע טענה, אז אויב איז עס נישט דיינע קינדער זיי צו שפייזן, דאן איז עס נישט דיינע קינדער זיי צו זעהן.

דאס זעלבע גייט אויף די פארקערטע וועג. אויב די מאמע האלט צוריק די קינדער פון דעם טאטן, זאל זי ערווארטן אז זי וועט מער נישט זעהן פון אים קיין רויטע גרייצער. און מיט די זעלבע טענה אויף פארקערט, אויב איז עס נישט זיינע קינדער אויף זיי צו זעהן, דאן איז עס נישט זיינע קינדער זיי צו שפייזן.

דאס איז די גאנצע וואס איך האב צו זאגן. מער פון דעם האב איך נישט קיין מיינונג.
די טאטע מוז זען די קינדער. און די טאטע מוז באצאלן. אבער די 2 האבן נישט קיין שייכות. מ'נוצט די וויזיטעשען צו באצווינגן צו באצאלן? און אסאך פעלער. איז עס געזונט פאר די קינדער?

די גרעסטע פראבלעם דא איז. אז די קינדער זענען די קרבנות. און ווערן נעבעך אסאך מאל פארגעסן. נוצן וויזיטעשען צו צווינגן די טאטע צו באצאלן זיין התחייבת קען זיין א גוטע טאָל ער זאל באצאלן. אבער נוצן די קינדער פאר א טאל איז שחיטה אויפן קינד!!!

פאר געלט, וויזיטעשען, אדער סיי וואסארא טענות. איז דא עפעס וויכטיגערס. דאס קינד אליינס!

לוינט זיך צו צימישן דעם קינד?
לוינט זיך צו ווייזן אומרעספעקט פארן קינד אויף צד שכנגד?

דאס איז דעמעדזש פארן קינד'ס גאנץ לעבן.

הער אויף רעדן פון טשיילד סופארט אדער וויזיטעשען ווילאנג די קינד אליינס ליידט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”