ריעל עסטעיט - אינפלאציע

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

ריעל עסטעיט - אינפלאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

יא דיין דירה איז היינט ווערט %$%%^&$#!!
אבער אז אלעס איז ארויפגעגאנגען, פון ביבער הוטן ביז אייער (חוץ מיין פעי-טשעק שטייצעך), מיינט דאך דאס אז געלט איז פשוט ביליגער געווארן, נישט מיין דירה טייערער.
איז דא א סיסטעם, א מהלך א וועב-סייט וואס מאכט סדר דא? וואס וועט מיר ווייזן צו מיין דירה איז באמת געשטיגן, אדער פשוט אלעס איז ארויפגעגאנגען דהיינו געלט איז אראפ?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
בן נחום
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 2:03 pm

Re: ריעל עסטעיט - אינפלאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נחום »

פארגלייך צו אנדערע געגנטער' אדער רעכן לויט GDP
ווי אויך ווענדט זיך עס בנוגע וואס די שאלה איז...
מיר נעמען אן סיי וועלכע ארבעט פון מלקט זיין/טייפן/איבערטיישטן אויף אידיש/לשון קודש
ווי אויך דרשות, פשט'לעך, און גראמען.
שטארקע רעפערענס און עקספעריענס.
(אישי ביטע)
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: ריעל עסטעיט - אינפלאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

יידישע קהילות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 8:58 pm
יא דיין דירה איז היינט ווערט %$%%^&$#!!
אבער אז אלעס איז ארויפגעגאנגען, פון ביבער הוטן ביז אייער (חוץ מיין פעי-טשעק שטייצעך), מיינט דאך דאס אז געלט איז פשוט ביליגער געווארן, נישט מיין דירה טייערער.
איז דא א סיסטעם, א מהלך א וועב-סייט וואס מאכט סדר דא? וואס וועט מיר ווייזן צו מיין דירה איז באמת געשטיגן, אדער פשוט אלעס איז ארויפגעגאנגען דהיינו געלט איז אראפ?
אויב דיין דירה איז ארויף מיט א גרעסערע פראצענט ווי אינפלעישאן, איז דיין געלט ארויפגעגאנגען. אויב די זעלבע אדער ווייניגער, איז עס געבליבן די זעלבע ווערד אדער געפאלן.

אויב איז עס דיין פריימערי הויז, איז עס לכאורה ממילא ווינציג נוגע, ווייל וואס האסטו דערפון? אז דו ווילסט פארקויפן און קויפן א נייע הויז, דארפסטו דאך צאלן פארן נייעם הויז די טייערע פרייז. חוץ אויב דו וועסט מופן אין אן אנדערע געגענט וואס דארט איז די פרייזן פון הייזער נישט ארויף אזוי סאך. חוץ מזה קען עס נוגע זיין צו קענען ארויסנעמען א גרעסערע מארטגעדזש, און לגבי וויסן ביי זיך וויפיל דיין נעט Wארטה איז...
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: ריעל עסטעיט - אינפלאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

"$10,000 בימים ההם איז געווען א הון תועפות", הערט מען אסאך מאל זאגן. דער עולם האט נישט קיין אנונג וואס די אמת'ע ציפערן זענען און אזוי ארום קען מען עס נישט ריכטיג לייגן אין קאנטעקסט. איך גלייב אז אסאך מענטשן וועלן זיין סורפרייזט.

אלזא האב איך געמאכט א סורטש אויפן געוועב, און אט זענען די רעזולטאטן. צום באטוינען, אז פארשידענע וועבזייטלעך גיבן אנדערע רעזולטאטן. איך האב געמאכט א בערך'דיגע עווריזש.

$1,000 אין 1950 וואלט היינט געווען $12,600

$1,000 אין 1960 וואלט היינט געווען $10,200

$1,000 אין 1970 וואלט היינט געווען $8,100

$1,000 אין 1980 וואלט היינט געווען $3,900

$1,000 אין 1990 וואלט היינט געווען $2,300

$1,000 אין 2000 וואלט היינט געווען $1,800

$1,000 אין 2010 וואלט היינט געווען $1,400

$1,000 אין 2020 וואלט היינט געווען $1,200
וקול התור נשמע בארצנו
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

Re: ריעל עסטעיט - אינפלאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

קומט אויס אז אין זיבעציגער יארן איז געווען גרויס אינפלאציע, וואר?
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”