אדווערטייזמענט: דערטראנקן אין ים פון חובות? פארפלייצט מיט כוואליעס פון ריזיגע אינטרעסט? געשטראנדעט אין מינימום פעימענט?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: דערטראנקן אין ים פון חובות? פארפלייצט מיט כוואליעס פון ריזיגע אינטרעסט? געשטראנדעט אין מינימום פעימענט?

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

בס"ד

דערטראנקן אין א ים פון חובות? פארפלייצט מיט כוואליעס פון ריזיגע אינטרעסט? געשטראנדעט אין מינימום פעימענטס?


'טו-פוינט-זירא' קען אייך באפרייען! אט לייענט וויאזוי...



כ'בין בטבע נישט איינער וואס פאלט פאר יעדע איינרעדעניש, כ'קויף נישט קיין לאקשן (אפילו ס'געבאקן נאך פסח), די אלע שיינע אןו זיסע גערעדעכצער רעדט פשוט נישט צו מיר, כ'בין צי אמת'דיג צו גלייבן יעדע נייע המצאה פון יעדן מאן דהוא.

ממילא, ווען כ'האב זיך אנגעשטויסן לעצטענס אין די סעריע עדס איבער א קאמפאני וואס קען נידערן קרעדיט קארד חובות און אינטרעסט רעיטס, האב איך זיך אונטערגעשמייכלט צו מיר אליינס. שוין, דא האסטו, א פרישע חברה וואס מאכן א שטורעם אין א גלאז וואסער... יעדן שני וחמישי זעה איך אזעלכע הבטחות "אונז ברענגן אראפ דיין חוב", אונז סעטלען דיין באלאנס, מיר קענען אפווישן דיין אינטרעסט",

האלאו? וואס נאך קענט עטס? ס'מאכט נישט קיין סענס, נאו נאו, נישט מיט מיר...

וואס זאל איך אייך זאגן, ס'מיר שווער מודה צו זיין, אבער געקומען איז דער טאג וואס מיין גאנצע טעאריע און אויפגעבויטע שיטה איז צופאלן ווי א פיראמיד פון פלעסטיק קאפס. כ'זיץ מיט מיין חבר ביי א שמחה, ער קומט אריין מיט א גאנצע געשיכטע איבער זיינע ריזיגע חובות פון קרעדיט קארדס, און מיט איין גרויסע אויסגעצויגענע שמייכל טיילט ער מיט זיין עקספיריענס ווי ער איז פטור געווארן פון אלע פראבלעמען, און איז היינט א נייע מענטש אדאנק עפעס א פירמע "טו-פוינט-זערא"!

אוטש!!! כ'האב שוין נישט געקענט מער טענה'ן מיט ויכוחים, המציאות יוכיח, דא שטייט פאר מיר א "עכטע" מענטש מיט "עכטע" חובות וואס איז "עכט" ארויסגעקראכן דערפון... מה נאמר ומה נדבר...

שוין כ'וועל אליינס טון די פארש ארבעט, כ'מוז דאס נאכגיין, האב איך באשלאסן קלאר און דייטליך. א געשפרעך מיט די בעלי בתים האט מיר אויפגעקלערט איבער אומגלויבליכע פאקטן, און געשאנקן א שפאגל נייע פערספעקטיוו. לתועלת הרבים טייל איך עס מיט דא אויפ'ן וועלטל, כ'בין זיכער אז מ'קען געניסן דערפון, אבער נישט יעדער ווייסט, בעסער געזאגט "גלייבט" אז ס'דא א מעגליכקייט זיך צו באפרייען פון קרעדיט קארד חובות און אינטרעסט...


א"א: א גוט יאר, כ'פאלג נאך לעצטענס די סעריע עדס מיט די שיינע מעשה'לעך פון זעליג וחבריו, ווי זיי זענען אויפגעראכטן געווארן נאכ'ן זיך ווענדן צו טו-פוינט-זערא, אויב קענט איר קודם זאגן אויפן שפיץ גאפל מי הוא זה טו-פוינט-זערא, ומה מעשיכם?


טו-פוינט-זערא: יישר כח פארן זיך אינטרעסירן איבער אונז. צו קענען מסביר זיין וואס אונז טוען אין איין סענטענס, דארף מען מקדים זיין די ווייטאגליכע מציאות: יעדער וואס באנוצט זיך מיט קרעדיט קארדס ווייסט, אז די וועג וויאזוי די חברה מאכן זייער געלט, איז בעיקר דורך די ריזיגע אינטרעסטס וואס מ'דארף זיי צאלן, בפרט ווען די באלאנס ווערט זייער גרויס, און די אינטרעסט העכערט זיך נאך און נאך, וואס דאן איז באצאלן די חוב זעלבסט מאן דכר שמי', גיסט מען אריין פעימענטס וואס דעקט קוים די אינטרעסט, און אזוי עסט עס אויף די גאנצע געלט, ביז מ'קומט אן צו א דעד-ענד. אונז זענען מסדר מיט די קארד קאמפאניס צו סעטלען סיי די עצם חוב, און ווי אויך אראפברענגן די גרויסע רעיטס צו קלענערע פעימענטס".

א"א: ס'הערט זיך מורא'דיג גוט, אבער ווי איז מעגליך צו באווייזן אזא זאך, פארוואס אין די וועלט זאלן זיי מסכים זיין נאכצולאזן פונעם חוב?

טו-פוינט-זערא: גוט געפרעגט, אבער אזוי ארבעט עס אין די קרעדיט וועלט. טאקע פאר דעם האבן מיר א געלונגענע טיעם פון עקספערטן, וואס געבן זיך אפ מיט קאמיוניקירן מיט די קאמפאני און מיט די בענק, אז זיי זאלן באוויליגן ארפצונידערן די באלאנס. מ'האט שוין באוויזן ב"ה דורכדעם צו שפארן פארן ציבור שווערע שווערע געלטער פשוטו כמשמעו!

א"א: איך הער, אבער לויט וויפיל איך ווייס, טוט די אלע מהלכים וואס מ'נוצט צו סעטלען די קארדס, אפשחט'ן די קרעדיט לעולם ועד, נו, אויב אזוי וואס טוט מען אויף? פארוואס זאל איינער דאס וועלן טון און זיך חרוב מאכן בידים?

טו-פוינט-זערא:
דא קומט די באמבע חידוש! מיט אונזער סיסטעם זענט איר פארזיכערט אז די קרעדיט גייט ארויס אומבאשעדיגט, ניטאמאל די מינדעסטע קראץ, יא גענוי ווי איר הערט! דיין קרעדיט בלייבט, און נישט נאר דאס, נאר אונז קענען העלפן דאס צוריק אויפבויען כבתחילה און נאך בעסער.

א"א: ווואו!! טאקע געוואלדיגע נייעס! נישט געוואוסט אז ס'אפילו דא א מעגליכקייט צו קענען פארמיידן די קרעדיט פון געשעדיגט ווערן. פארוואס איז אנגענומען ביי אלעמען אלס א זיכערע זאך אז ס'מוז עפעקטירן די קרעדיט סקאור?

טו-פוינט-זערא: די סיבה איז סימפל, היות געוויסע וועגן וואס סעטלמענט קאמפאניס נוצן איז טאקע שעדליך, און מענטשן האבן בלית ברירה גענוצט די סארט אופנים, אן זיך געטראפן שפעטער מיט שלעכטע קרעדיט. מיט אונזער מעטאד איז די מעשה גאר אנדערש, מיר פארהאנדלען מיט זיי אויף א ספעציעלע אופן וואס רירט נישט אן די סקאור.

א"א: לאמיר זיין אפען, זאגטס מיר דעם אמת, כ'זעה אויף ענקערע עדס פארשידענע נומבערס, למשל מ'האט גענידערט פון 26 פראצענט אינטרעסט צו זערא, אפגעווישט איבער א מיליאן דאללאר באלאנס, איז דאס קראנטע ציפערן, אדער האט מען אביסל מגזם געווען לשבר את האוזן?

טו-פוינט-זערא: דאס אלעס איז הונדערט פראצענט אמת'ע געשיכטעס, און איז בלויז עטליכע ביישפילן פון די הונדערטע סוקספעלע פעלער ווי מיר האבן געהאלפן מענטשן, מיר האבן אנגעכעפט געציילטע משלים וואס על הכלל כולו יצא, ואידך פירושא זיל גמור!

א"א: לאמיר אייך זאגן דעם אמת, כאטש וואס ס'זעהט אויס צו זיין די ריכטיגע לעזונג, אבער ס'דא מענטשן וואס פילן אביסל אומבאקוועם ווען ס'קומט דורכרעדן פערזענליכע פינאנציעלע ענינים מיט א פרעמדע קאמפאני, בכלל זענען מאנכע נערוועז פון האנדלען מיט א פארמאלע אפיס, וואס זאגט איר צו דעם?

טו-פוינט-זערא: ר' איד, איר זענט אנגעקומען צום ריכטיגן אדרעס! אונזער אפיס איז דירעקט אויסגעשטעלט אויף א היימישע פארנעם, מ'געט זיך אפ מיט יעדע קליענט אויף א פריוואטע און העפליכע אופן, דארפסט נישט זארגן דערוועגן, אונז נעמען איבער די גאנצע קעיס און פארזיכערן אז ס'ווערט מסודר עצהיו"ט. און בנוגע דיין זארג וועגן פערזענליכע אינפארמאציע, איז אונזער שטאב סטריקטלי קאנפידענטשעל, אלעס וואס ווערט מיטגעטיילט בלייבט צווישן פיר אויגן און פיר ווענט.

ולא עוד, נאר די היימישע סערוויס גייט נישט אויפן חשבון פון פראפעסיאנעליזם. יעדע ארבעטער איז אן עקספערט אין די סוגיא פון קארטלעך, און וועט דיר באגלייטן אויף טריט און שריט דורכאויס די גאנצע פראצעדור (וואס מיר ערלעדיגן גאר שנעל און פלינק), און דעליווערן אומגלויבליכע רעזאלטס בעז"ה!

א"א: סאו בעיסיקלי טוט עטס נידערן אינטרעסט און סעטלען חובות, דאס אלעס?

טו-פוינט-זערא: אויסער דעם שטעלן מיר צו א רייע סערוויסעס אלעס וואס אנבאלאנגט צו אייער קרעדיט, ווי פאררעכטן, באקעמפן די קאלעקטארס, איידענטיטי שווינדלערייען, און נאך.

א"א: א גרויסן דאנק פאר די אינפארמאטיווע שמועס, און פאר די טייערע צייט.

ווייסט וואס כ'האב זיך געלערנט פון די גאנצע שמועס אונזערע, איין וויכטיגע לעסען, מ'טאר נישט אוועקמאכן אלסדינג, ווייל איינמאל מ'הערט וואס יענער האט צו זאגן טוישט זיך די בילד דראסטיש. ביז היינט האב איך געהאט אסאך אבעזערוואציעס, דיעות, און אפשאצונגען. נאכ'ן זיך דורכרעדן ביים יעצטיגן שמועס, בין איך געווארן איבערצייגט אז יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל! טו-פוינט-זערא איז פארלעסליך, פראפעסיאנאל, און קראנט! טו-פוינט-זערא איז די וועי טו גאו!


טו-פוינט-זערא: בכבוד גדול, און אדרבה, אויב ווילט איר אויסגעפונען מער מיט וואס מיר קענען אייך ארויסהעלפן, געט אונז א קלינג אויף: 718-287-1515 און איבערצייגט אייך אליין!




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
פארשפארט

צוריק צו “פינאנץ”