די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטאלץ צו זיין א איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 9:37 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלץ צו זיין א איד »

פאראויס האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 6:18 pm
שטאלץ צו זיין א איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 10:52 am
נעטפרי וויל וויסן ווער איז אחאראי אויף די סייט, איינער ווייסט?
א מענטש קומט ארויס לאנ’’ש פאר ערליכע חסיד’שע אידן און וויל ווערן אנ-בלאקט ביי פילטער קאמפעניס, מיין איך אז ס’האט נישט קיין פשט אז קיינער ווייסט נישט ווער דער משפיע איז.

כ’האף אז די פילטער קאמפעניס אדער אנדערע אידן, ווייסן.
קוק דא
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

נכד האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 8:14 pm
פאר א אידישע סייט פאסט נישט לייגן א בילד פון א מערדער.
ווער פאסט? ווי האסטו געזען איינעם פאסטן?

שובבי"ם תענית אסתר און להבדיל ראמאדאן זענען שוין פאריבער, שבעה עשר בתמוז און תשעה באב איז נאכנישט געווען. סאו וואס שרייסטו פאסטן יעצט?
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

ברעיקינג:

נאך א גרויסע באנק האלט זיך ביים צוזאמלייגן.

און דאס מאל רעדט זיך עס פון די 'פאסיפיק וועסט באנק' וואס האט 44 ביליאן דאלאר אין נכסים איז היינט געפאלן 58% פון איר מארקעט ווערט, דאס איז 72% אראפ פון אנפאנג יאר דערנאך וואס בלומבערג האט באריכטעט אז זיי באטראכטן זיך צו פארקויפן.

די לאס אנדשעלעס באזירטע באנק איז די 59'סטע גרעסטע באנק אין אמעריקע, און האט א מארקעט קעפ פון 750 מיליאן.

די SVB איז געווען #18 מיט 212B$ אין נכסים.
די פירסט ריפאבליק איז געווען #22 מיט 197B$ אין נכסים.
די סיגניטשער באנק איז געווען #36 מיט 115B$ אין נכסים.
און פאסיפיק וועסט איז #59 מיט 44B$ אין נכסים.
אטעטשמענטס
IMG_20230504_111254_352.jpg
IMG_20230504_111254_352.jpg (48.82 KiB) געזען 2722 מאל
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

לויט א נייע געזעץ וואס גאווערנער ברייען קעמפ פון דשארדזשיע האט אונטערגעשריבן וועלן לאקאלע גאווערמענט און וויילונג אדמיניסטראציעס פארבאטן ווערן פון נעמען און אקצעפטירן געלט פון פריוואטע מענטשן אדער ארגענעזאציעס ארויסצוהעלפן מיט די וויילונג אפעראציעס.

דאס קומט נאך באשולדיגונגען פון רעכטע אז מארק זאקערבערג די אייגענטימער פון מעטא האט אריינגעגאסן אזויפיל ווי 400 מיליאן דאלאר אין לאקאלע וויילונג מוניציפאלן ארויסצוהעלפן מיט די אפעראציעס אין לינקערע געגנטער אזוי צו מאכן גרינגער די סיסטעם אין די ספעציפישע ערטער.

איך לייג דא בלויז איין צוויי נייעס פון די וועבסייט א טאג.
אטעטשמענטס
IMG-20230504-WA0001.jpg
IMG-20230504-WA0001.jpg (6.96 KiB) געזען 2547 מאל
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
כ'קעניש דיסיידן
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2023 3:41 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'קעניש דיסיידן »

גראז האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 10:21 pm
נכד האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 8:14 pm
פאר א אידישע סייט פאסט נישט לייגן א בילד פון א מערדער.
ווער פאסט? ווי האסטו געזען איינעם פאסטן?

שובבי"ם תענית אסתר און להבדיל ראמאדאן זענען שוין פאריבער, שבעה עשר בתמוז און תשעה באב איז נאכנישט געווען. סאו וואס שרייסטו פאסטן יעצט?
בה'ב
My comments are for illustration purposes only, they do not reflect the opinions of the author
נעגא נעגא נעגא-טיוויטי איז א נגע נגע נגע צרעת
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

אמעריקאנע סטודענטן ווייסן די ווייניגסטע איבער היסטאריע ווי סיי ווען.

בלויז 13% פון אכטע קלאס סטודענטן גרייכן די 'פראפישענסי' סטאנדארט אויף היסטאריע און סיוויקס לויט א רעפארט מיטוואך פון די עדוקאציע דעפארטמענט.

די נאציאנאלע צענטער פאר עדוקאציע זאגט אז די גאנצע פארשריט וואס מ'האט געמאכט אין די ניינציגער יארן איז אפגעווישט געווארן ציווישן 18' און 22' און אויף א ראטע פון איין ביז פינף הונדערט פונקטן זענען די אכטע קלאס אריינגעבראכן געקומען ביי 258 פינף פונקטן ווייניגער ווי אין 18'.

פאר נאך נייעס און ווידיאס גייט צום סייט.
אטעטשמענטס
IMG-20230505-WA0004.jpg
IMG-20230505-WA0004.jpg (23.96 KiB) געזען 2435 מאל
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

אבזערווירער האט געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2023 12:56 pm
אמעריקאנע סטודענטן ווייסן די ווייניגסטע איבער היסטאריע ווי סיי ווען.

בלויז 13% פון אכטע קלאס סטודענטן גרייכן די 'פראפישענסי' סטאנדארט אויף היסטאריע און סיוויקס לויט א רעפארט מיטוואך פון די עדוקאציע דעפארטמענט.
דעיס דערמאנט מיר א ווידיאו וואס איך האב געזען אמאל ווי איינער א רעכטער גייט ארום פרעגן כל מיני שאלות פון רענדאם יאנגסטער'ס אויף די אמעריקאנער גאסן, און פארשטייט זיך ס'איז געווען צום לאכן און צום וויינען...

איינס פון די שאלות וואס ער האט א פרעג געטון צוויי יאנגסטער'ס איז געווען: זאגט, ווער איז ערגער, אדאלף היטלער אדער דאנאלד טראמפ?

ביידע ענטפערן ווי אין א כאר: דאנאלד טראמפ.

פרעגט ער זיי: פארוואס?

ענטפערן זיי וועגן עפעס א גאווערמענט געלט פראגראם וואס טראמפ וויל מבטל זיין (איך געדענקט שוין נישט פונקט וואס).

פרעגט ער זיי: ענק האלטן אז צונעמען דעי פראגראם איז ערגער ווי מארדענען זעקס מיליאן ציווילע יודן?

דעי צוויי עפענען פיר ריזיגע אויגן פון שאק: הי דיד דעט??? :shock: :shock:
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אבימלך האט געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2023 7:42 am
ביידן זאגט אפ איינלאדענונג צום בריטישען קעניגלעכע קרוינונג'ס צערעמאניע .

די אפיציעלע קרוינונג'ס צערעמאניע וועט פארקומען דעם שבת אין וועסטמינסטער לאנדאן וואו מ'וועט קעניגן קעניג טשארלס פון גרויס בריטאניע פאר קעניג אויף די גאנצע בריטישע מלוכה אריינגערעכנט ענגלאנד און נאך פילע לענדער ַ

קוועלער באקאנט זאגן אז די פרעזידענט איז שוין אכציג יאר אלט און טרעוולען איז שוין נישט גרינג און די פרעזידענט זעהט די גיין צו קעניגן עליזאבעט'ס באגרעבעניש אלס גענוג.

די בריטישע פארלאמענט מיטגלידער באב שעלי וואס זיצט אויף די אויסערן איינגעלעגנהייטן רופט דאס אן א נערישע אפמאך.

געוועזענע פרעזידענט טראמפ האט זיך אויך געלאזט הערן דערויף זאגנדיג אז עס איז שטארק דיס-רעספעקטפול.
IMG_2418.jpeg
ווער האט עס גענומען פון וועם?

אבימליך פון אידיש טעגליך? אדער אידיש טעגליך פון אבימלך?
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 8575
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2023 2:22 pm
אבימלך האט געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2023 7:42 am
ביידן זאגט אפ איינלאדענונג צום בריטישען קעניגלעכע קרוינונג'ס צערעמאניע .

די אפיציעלע קרוינונג'ס צערעמאניע וועט פארקומען דעם שבת אין וועסטמינסטער לאנדאן וואו מ'וועט קעניגן קעניג טשארלס פון גרויס בריטאניע פאר קעניג אויף די גאנצע בריטישע מלוכה אריינגערעכנט ענגלאנד און נאך פילע לענדער ַ

קוועלער באקאנט זאגן אז די פרעזידענט איז שוין אכציג יאר אלט און טרעוולען איז שוין נישט גרינג און די פרעזידענט זעהט די גיין צו קעניגן עליזאבעט'ס באגרעבעניש אלס גענוג.

די בריטישע פארלאמענט מיטגלידער באב שעלי וואס זיצט אויף די אויסערן איינגעלעגנהייטן רופט דאס אן א נערישע אפמאך.

געוועזענע פרעזידענט טראמפ האט זיך אויך געלאזט הערן דערויף זאגנדיג אז עס איז שטארק דיס-רעספעקטפול.
IMG_2418.jpeg
ווער האט עס גענומען פון וועם?

אבימליך פון אידיש טעגליך? אדער אידיש טעגליך פון אבימלך?
איך האב עס גענימען פון וואטס עפפ….
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2023 2:22 pm
אבימלך האט געשריבן: פרייטאג מאי 05, 2023 7:42 am
ביידן זאגט אפ איינלאדענונג צום בריטישען קעניגלעכע קרוינונג'ס צערעמאניע .

די אפיציעלע קרוינונג'ס צערעמאניע וועט פארקומען דעם שבת אין וועסטמינסטער לאנדאן וואו מ'וועט קעניגן קעניג טשארלס פון גרויס בריטאניע פאר קעניג אויף די גאנצע בריטישע מלוכה אריינגערעכנט ענגלאנד און נאך פילע לענדער ַ

קוועלער באקאנט זאגן אז די פרעזידענט איז שוין אכציג יאר אלט און טרעוולען איז שוין נישט גרינג און די פרעזידענט זעהט די גיין צו קעניגן עליזאבעט'ס באגרעבעניש אלס גענוג.

די בריטישע פארלאמענט מיטגלידער באב שעלי וואס זיצט אויף די אויסערן איינגעלעגנהייטן רופט דאס אן א נערישע אפמאך.

געוועזענע פרעזידענט טראמפ האט זיך אויך געלאזט הערן דערויף זאגנדיג אז עס איז שטארק דיס-רעספעקטפול.
IMG_2418.jpeg
ווער האט עס גענומען פון וועם?

אבימליך פון אידיש טעגליך? אדער אידיש טעגליך פון אבימלך?
ס'איז געשריבן געווארן פאר אידיש טעגליך.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

פרעזידענט ראסיפ ערדאן פון טערקיי האט אפגעהאלטן א מאסיווע ראלי אין איסטאנבול די גרעסטע שטאט אין טערקיי אין ביפארברייטונג צו זיין עלעקשאן א וואך ארום אויף מאי 14 וואו עס האבן אנטיילגענומען אפאר הונדערט טויזנט מענטשן.

ערדאן שטייט יעצט אויס זיין שווערסטע ווידערוויילונג קאמפיין אין צוואנציג יאר וואס ער שטייט שוין ביים רודער מיט די ברייטסטע קאליציע פון אפאזיציע פארטייען א בלאק פון זעקס פארטייען , ערדואן פאר זיך האט זיך צוזאמגעפארט מיט צװײ קלענערע איבלאמיסטישע פארטייען.

זיין יוסטיץ און דעוואלאפמענט פארטיי שטייט יעצט אויס שוועריקייטן איבער קריטיק אויף די הויכע קאסטן פון לעבן מיט הויכע אינפלאציע וועלכע האט אין פאריגע אקטאבער דערגרייכט די שטוינענד הויכע ציפער פון 85% און שטייט נאך יעצט ביי 50% און אויף וויאזוי ער האט באהאנדלט די קאטאסטראפישע טויטליכע ערדציטערניש בלויז א קורצע וויילע צוריק אין פעברואר וועלכע האט אומגעברענגט צענדליגע טויזענטע טערקן.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

.
אטעטשמענטס
IMG_20230507_170022_683.jpg
IMG_20230507_170022_683.jpg (37.82 KiB) געזען 2116 מאל
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

IMG_20230510_153515_212.jpg
IMG_20230510_153515_212.jpg (174.66 KiB) געזען 1942 מאל
דינסטאג האט דיפענס מיניסטער פארארדנט א דשענערעל רעזערוו מאביליזאציע פון צען טויזנט רעזערוויסטן.
מד"י האט אויך עלימינירט די הויפט פון די מיסל יוניט אין דרום עזה קהאלעד על פארא.

די לעבאנעזע ארמיי האט געהעכערט די אלערט שטאפל ביי די צפון גרעניץ.

די מד"י מיליטער האט פלאצירט טאנקען נעבן די גרעניץ מיט עזה.

נתניהו האט געזאגט אז מ'זאל זיך גרייטן פאר אפאר טעג פון אפעראציעס.

זאיאד על נקאלא די סעקרעטאר גענעראל פאר איסלאמיק דשיהאד איז געווען אין קאירא פאר אומסוקסעספולע געשפרעכן, חאמאס האט אויך געווארנט אז זיי וועלן אנטיילנעמען אין די אפענטפערונג.
דינסטאג אינדערפרי האט די מיליטער ווייטער אדורכגעפירט באמבאדירונגען אין עזה און אויך פארניכטעט א טונעל.

דינסטאג

שולע קינדער אין דרום זענען פארארדנט געווארן צו אהיימגעשיקט ווערן פרי.

אײנס אזייגער ארטיגער צייט זענען די ערשטע טוץ פון צען ראקעטן אריינגעשאסן געווארן צו דרום, צו די צייט וואס ווייטערדיגע באמבאדירונגען זענען פארגעקומען.

דערנאך זענען געפלויגן נאך א באראזש פון בערך 250 ראקעטן און איין איז געפאלן אויף א הויז אין אשקלון ב"ה עס איז געווען ליידיג.

דערנאך האט תל אביב אויך אנגעהויבן אריינהייבן ראקעטן, א זאך וואס מאכט זיך נישט אזוי אפט, די בן גוריון לופטפעלד האט געדארפט אפגעשפארט ווערן.

ראקעטן זענען אויך געפלויגן אין ריכטונג פון בני ברק און גוש עציון אבער עס איז אראפגעברענגט געווארן דורך די אייראן דאום, די גוטע נייעס איז אז די סיסטעם האט היינט א סוקסעס ראטע פון 94%, עס איז געווען זארגן איבער פראבלעמען מיט די סיסטעם דערנאך וואס ער אין די לעצטיגע קלענערע אטאקע האט עס בלויז געהאט א ראטע פון עטליכע זעכציג פראצענט.

די מיליטער שאצט אז ארום א דריטל פון די ראקעטן זענען געפאלן אין עזה, די פאלעסטינע מיניסטעריום אף העלט זאגט אז 19 זענען שוין אומגעברענגט געווארן אין די באמבאדירונג אטאקע.

א סטעיט אוו עמערדשענסי איז אין קראפט ביז פרייטאג.

אין טאטאל זענען געשאסן געווארן 270 ראקעטן ביז 7 אזייגער ארטיגער צייט איבער 200 זענען געפאלן אין ליידיגע שטחים 63 זענען אראפגעשאסן געווארן 65 זענען געפאלן אין עזה און דריי זענען געפאלן אין באוואוינטע געגענטער, 53 טעראר צילן זענען באמבאדירט געווארן.

שפעטער נאכמיטאג איז געקומען נאך א באראזש פון בערך 100 ראקעטן זענען געקומען צו פליען איבער דרום פון די לאנד און איבער תל אביב, אין נתיבות זענען געפאלן צוויי ראקעטן, איין אין די באר התלמיד ישיבה עס זאל, און איין אויף א ליידיגע הויז, ב"ה אן קיין געשעדיגטע.
לעצט פארראכטן דורך אבזערווירער אום מיטוואך מאי 10, 2023 4:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

וויבאלד עס איז דא פראבלעמען מיט די אפלאדן , וועל איך לייגן דא.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

IMG_20230510_153807_226.jpg
IMG_20230510_153807_226.jpg (162.44 KiB) געזען 1945 מאל
.די קאנגרעס איבערזיכט קאמיטעי האט געהאלטן א פרעסע קאנפערענץ איבער זייער געפינסן איבער אויספארשונגען אויף די ביידן פאמיליע אויסלענדישע געלט זאמלעריי אין די יארן פון זיין וויצע פרעזידענטשאפט.

די טשערמאן פון די הויז איבערזיכט קאמיטעי דשעימס קאמער ר. פון קאנטאקי זאגט אז די ביידן פאמיליע האט אויפגעמאכט צוואנציג קארפעראציעס צו קענען ערהאלטן געלט , און זיי האבן טאקע ערהאלטן 10 מיליאן דאלאר אן קיין קענטליכע ביזנעס סיבה.

טייל פון די אינפארמאציע האבן זיי ערהאלטן דורך סובפענעס צו פיר בענק אין וועלכע זיי האבן ערהאלטן טויזנטער דאקומענטן, אויך איז מעגליך אז אזוי סאך ווי זעקס ביידן משפּחה מיטגלידער האבן בענעפיטירט פון די טונקעלע האנטער געשעפטן.

די קאמפאניס זענען מיינסטענס געווען באזירט אין וואשינגטאן און אין דעלאווער און איז אויפגעשטעלט געווארן מיט די הילף פון האנטערס צוויי שותפים ראב וואקער און דשעימס גילער.

טייל פון די אקאנטס האבן באקומען גרעסטע סכומים און דערנאך געשיקט א טייל דערפון צו פרעזידענט ביידן.

טייל פירמעס וועלכע האבן געגעבן געלט האבן נאנטע פארבינדונגען מיט כינעזע אינטעליגענץ אגענטורן.

איין פון די פירמעס פון וועלכע זיי האבן ערהאלטן א מיליאן דאלאר באלאנגט צו גבריעל פאפונאוו א ראמענישער אונטער קורופציע קלאגעס אין ראמעניע , א צייט דערויף האט זיך ביידן געטראפן מיט ראמענישע באמטע צו דיסקוסירן קורופציע.
לעצט פארראכטן דורך אבזערווירער אום מיטוואך מאי 10, 2023 4:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

20230510_160035.jpg
20230510_160035.jpg (9.77 KiB) געזען 1950 מאל
מאי 9 האט טעסלא געמאלדן אז זייער נייסטע פעקטארי "גיגא טעקסאס" האט דערגרייכט די ארויפשרויפן פרודוקציע ציל צו פרודוצירן פינעף טויזנט מאדל Y קארס א וואך.

טעסלא האט אין איין צייט געארבעט ארויפצוברענגען פרודוקציע ביי צוויי רעלאטיוו נייע פעקטאריס איינס אין בערלין דייטשלאנד "גיגא בערלין" און די צווייטע אין טעקסאס.

דאס האט געמאכט א פריינטליכע פארמעסט פון ווער עס קען שנעלער אנקומען צום 5 טויזנט ציל וואס טעסלא זעהט אלץ מייל-שטיין פאר נייע פעקטאריס און באטראכט דאס אלץ די פונקט וואו א פאקטארי גייט ארויס פון די אויפשטעלן די סטרוקטור פאזע צו די געהעריגע פאזע ווי פון דארט קען מען אויך הייבן פרודוקציע מיט אפאר הונדערט פראצענט.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

.
.
IMG_20230511_115726_310.jpg (118.27 KiB) געזען 1866 מאל
אוקריינע האט געהאט גאר א גוטע וואך פאר זייער וואפן ארסאנעל.

פוילן האט באשטעטיגט אז זיי האבן באקומען 10 מיג-31 פליגער וואס זיי האבן פארשפראכן אין מערץ, וואס אין יענע צייט זענען זיי געווען די ערשטע צו צוזאגן די סאוויעטישע פליגער פאר אוקריינע.

אויך האבן זיי באקומען די ענגלישע storm shadow לאנג שטרעקיגע לופט צו ערד קרוז מיסלס וואס גייט ביז א ווייטקייט פון 250 קילאמעטער, דאס איז די לענגסטע שטרעקע פון סיי וועלכע מיסלס זיי פארמאגן יעצט.

(די אמעריקאנע היימערס גייען נאר 80 קילאמעטער, און אמעריקע האט זיך צוריקגעהאלטן פון שיקן די (ATCOM) מיסלס מיט א רעינדש פון 297 קילאמעטער.)

די באמבע קעפל אליינס וועגט 990 פונט, און פליעט מיט א שנעלקייט פון 0.8 מארק, איין אזא מיסל קאסט 850 טויזנט יורא.

אוקריינע האט געדארפט צוזאגן פאר ענגלאנד אז זיי וועלן נישט אטאקירן אין רוסישע טעריטאריע .

דאס קען זיין גאר הילפבאר פאר די אוקריינער צו אטאקירן די קריימיע ראיאן.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
האק אפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2022 2:53 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האק אפ »

איך קען נישט זען זייערע ווידיא'ס

העלפ??
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

IMG_20230511_105037_736.jpg
IMG_20230511_105037_736.jpg (31.33 KiB) געזען 1683 מאל
נעכטן האט CNN אפגעהאלטן א טאון האל סטייל אינטערוויו מיט פרעזידענט טראמפ און די CNN רעפארטער קעיטלען קאלינס.

די טאון האל האט געארבייט אזוי, עס זענען געווען בערך 25 פארזאמלטע מענטשן וואס האבן זיך איינגעשריבן און איז זיי געלונגען צו אויסגעקליבן ווערן, רוב פון די איינגעלאדנטע זענען געווען אומבאשטימטע רעפאבליקאנע וויילער און האבן געהאט א שאנס צו פרעגן א פאליטישע שאלה וואס איז אנגעבליך נוגע פאר זיי פערזענליך און אויף דאס וועט טראמפ דארפן געבן זיין שטעלע און א צופרידנשטעלנדע ענפער כדי יענער זאל איבערצייגט ווערן צו שטימען פאר אים.

די ראלע פון די רעפארטער איז געווען צו שטעלן א פאלאו-אפ שאלה נאך די פרעזידענט'ס ענפער צו פארברייטערן אין די נושא, אדער צו טשעלענדזשן די ענפער וואס ער גיבט.

טייל פון די הויעכפונקטן זענען געווען ווען טראמפ האט געזאגט אז די רעפאבליקאנער זאלן דיפאלטן אויב פרעזידענט ביידן איז נישט איינשטימונג מיט זייער פלאן צו עטוואס רעדוצירן די איבער-שפענדונג, און זאגט מ'וועט סייווי נישט דארפן צוקומען דערצו ווייל ביידן וועט זיך ברעכן, וויבאלד די עיקר איז די מח שפיל, און אויב מ'וועט יא דארפן דיפאלטן זאל עס זיין יעצט ענדערש ווי שפעטער ווען זאכן וועלן זיין ערגער.

אויך האט ער איבערגע'חזר'ט אז ער וואלט געקענט ענדיגן די מלחמה אין אוקריינע זייער שנעל, און זאגט אז וואשינגטאן טוט גארנישט צו שלום מאכן און אז ער וואלט געטאן עפעס אז די טויט און פארניכטונג זאל זיך אפשטעלן .

נאך א אינטערעסאנטע מאמעט איז געווען ווען די רעפארטער האט אים בטעות גערופן די יעצטיגע פרעזידענט.

אויך האט טראמפ ארויסגענומען א צעטל און פארגעליינט ווארט ביי ווארט יעדע סטעיטמענט ווי ער האט געזאגט אז מ'זאל פרידליך פראטעסטירן.

איבעריג צו זאגן אז א חוץ פון די פאר פונקטן האט מען קיין סאך פראגן אדער ענטפערס נישט געהערט, די אוונט האט עכט רעפרעזענטירט א "ווער קען בעסער" געשלעג שפיל פון טראמפ vs. די מידיא בכלל און CNN בפרט.
און דאס האט געלוינט פאר ביידע וויבאלד ביידע וועלן באקומען א טוץ פון פרייע אויפמערקזאמקייט.

לויט ווי עס קוקט אויס האט טראמפ געזיגט אבער  מרת קאלנס האט דאך נישט נעכטן גראדואירט חדר נאר זי איז א ערפארענע יארן לאנג לינקע רעפארטער און האט אויך נישט געמאכט קיין שלעכטע ארבייט.

באלד נאך די אינטערוויו האבן זיך אלע 'פעקט טשעקערס' דערוועקט פון זייער בערן שלאף און ארויסגעשפראצט ווי שוואמען נאך א רעגן.

די אלגעמיינע מידיע איז געגאנגען מיט די פראזע אז טראמפ איז געווען "unhinged" ד.ה. נישט מיט די ריאליטעט.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

IMG_20230514_131600_812.jpg
IMG_20230514_131600_812.jpg (21.25 KiB) געזען 1048 מאל
נאך דריי יאר פון ערנסטע פארשונגען דורך א פריוואטע פארש פירמע אויפגענומען ביי די לאס אנדשעלעס סיטי קאנסיל זענען זיי געקומען צום אויספיר אז מ'זאל ענדערש איבערגעבן טראפיק קאנטראל פאר ציווילע ארבייטער פון די טראנספארטאציע דעפארטמענט אנשטאט פון די פאליציי.

דאס איז א פרודוקט פון די אנטי פאליציי סענטימענט וואס הערשט אין די לעצטערע יארן אין לאס אנדשעלעס, אויך א פראדוקט פון ענדלאזע יארן לאנגע פארשונגען צו די מסקנה וואס מ'וויל סייווי אנקומען...
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

טעקסאס קאנטראלירט איר אייגענעם גרעניץ אין ליכט פון די טייטל 42 אויסלויף דאנערשטאג מיטל נאכט.

פיר מיליטערישע c-130 טראנספארט פליגער זענען געזעצן אויף די טארמאק אין די צייט וואס גאווערנער גרעג אבבאט האט געגעבן א פרעסע קאנפערענץ מאנטאג איבער די גרעניץ קריזיס.

אבבאט איז געזעצן מאנטאג ביי א שטענדער מיט א גרויסן טאוול דערויף וועלכע האט זיך געליינט "פארזיכער דעם גרעניץ". און צו דעם צייט זענען 200 טעקסאס נאציאנאלע גארט טרופן אריין אין די עראפלאנען.

אנדערש ווי די 1,500 טרופן וועלכע פרעזידענט ביידן האט געשיקט וואס וועלן העלפן פראצעסירן די אימיגראנטן און דערביי העלפן פארשנעלערן זייער אומלעגאלע וועג אריין, וועלן די טרופן אויפשטעלן באריקאדעס און בלאקירן די אינוואדירער פון ברעכן פעדעראלע און סטעיט געזעץ.

טעקסאס וועט אויך אדורכפירן אין די צייט געזעצן צו קענען באשטראפן אריינדרינגער און שמוגלער, זיי וועלן אויך אויפשטעלן א נייע גרעניץ איינהייט און א גרעניץ געריכט צו קענען אויסהערן אסיילעם קלאגעס און קענען דעפארטירן שנעלער.
אבבאט לייגט שולד אויף ביידן זאגנדיג מיר זענען אליין, מיר טוען אלץ מעגליך אז מ'זאל נישט ברעכן די געזעץ און צו פארזיכערן די גרעניץ און די סטעיט, אבער ביידן לייגט זיי אויס א וועלקאם טעפיך.

טייל פון די נייע לעגוסלאציע איז ערווארטעט צו מאכן איר וועג אין די טעקסאס געזעץ הייזער נאך די וואך, די פעקל געזעצן איז טייל פון א פלאן וואס אבבאט האט פארגעשטעלט נאך אין מערץ פון יאר 2021 וואס ער רופט אינטערן נאמען "אפעראציע לאון סטאר" (טעקסאס הייסט די לאון סטאר סטעיט) אין וואס עס וועט געבן מער מאכט פאר די גאווערנער איבער די גרעניץ, אריינגערעכנט נייע https://www.yiddisht.com/post/%D7%98%D7 ... 0%D7%90%D7%
afb968_10e19cc5ad024bef87e60ece88937f83_mv2.jpg
afb968_10e19cc5ad024bef87e60ece88937f83_mv2.jpg (2.75 KiB) געזען 977 מאל
[attachment=1]
אטעטשמענטס
afb968_10e19cc5ad024bef87e60ece88937f83_mv2.jpg
afb968_10e19cc5ad024bef87e60ece88937f83_mv2.jpg (2.75 KiB) געזען 977 מאל
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

IMG_20230515_191254_314.jpg
IMG_20230515_191254_314.jpg (21.88 KiB) געזען 829 מאל
IMG_20230515_191254_314.jpg
IMG_20230515_191254_314.jpg (21.88 KiB) געזען 829 מאל
פרעזידענט מאקרון פון פראנקרייך האט זיך געטראפן מיט אילאן מאסק איבער ביזנעס אינוועסטירונגען אין א צייט וואס מאקרון זיכט צו צוציען אינוועסטמענטס פון ביליאנען.

די מיטינג אין די עליסי פאלאץ קימט בלויז זעקס מאנאטן נאך זייער לעצטע באגעגעניש אין אמעריקע.

מיר האבן גערעדט איבער די פארשריט פון עלעקטראנישע קארס און ריינע ענערגיע און די בענעפיטן פון פראנקרייך דערפאר מיר האבן אויך דיסקוסירט דיגיטאלע רעגולאציע זאגט מאקרון, מאסק האט נישט געגעבן קיין קאמענטארן .

פינאנץ מיניסטער לא מארי זאגט אז פארהאנדלונגען זענען אנגייענד.

די יעצטיגע מיטינג איז א טייל פון א 'קלייב פראנקרייך' סאמיט פאר 200 אויסלענדישע אינוועסטירער וואס די מאקרון אדמיניסטראציע האפט צו ברענגען 13 ביליאן אין פרישע אינוועסטירונגען און 8,000 נייע דשאבס.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

פעלט דאטומען אויף די נייעס
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

IMG_20230517_210710_066.jpg
IMG_20230517_210710_066.jpg (25.11 KiB) געזען 455 מאל
דעמאקראט דענא דעיגן האט געוואונען די דשעקסענוויל פלארידא מעיאר אמט קעגן רעפאבליקאנער דעניאל דעיוויס צו ערזעצן די טורם לימעטיד רעפאבליקאנע לערי קורי.

דשעקסענוויל איז די גרעסטע שטאט אין פלארידא און געווען די גרעסטע שטאט אין אמעריקע צו האבן א רעפאבליקאנע מעיאר, דעיגן האט געוואונען 52% קעגן 48% פאר דעיוויס.

דיגען האט געהאט א שטארקע נאמען באקאנטשאפט זייענדיג יארן לאנג א נייעס אנקער אויף א לאקאלע טעלעוויזיע סטאַנציע, דערנאך האט זי פארלאזט איר פאזיציע און געעפנט א ארגענעזאציע פאר פרויען וואס ליידן פון יענע מחלה.

די שטאט איז מיינסטנס אין דאוואל קאונטי וועלכע דיסענטיס האט געוואונען מיט 12 פונקטן אבער צוויי יאר פריער איז ביידן געווען די ערשטע דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאט עס צו געווינען זייט קארטער אין '76, אין יאר 2018 איז עס געגאנגן פאר די גאווערנער קאנדידאט דעמאקראט ענדרו גילאם.

דאס איז א פינק פון האפענונג פאר די פלארידע דעמאקראטישע פארטיי אין א סטעיט וואס איז ביז פינעף יאר צוריק געזען געווארן אלץ סווינג שטאט אבער געטוישט געווארן נאך די רויטע צונאמי אין די 2022 מידטורמס.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: די נייע אידישע נייעס וועבסייט "אידיש טעגליך".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

IMG_20230517_213611_247.jpg
IMG_20230517_213611_247.jpg (42.24 KiB) געזען 990 מאל
די CIA האט געעפנט א טעלעגראם טשענל מיט ציל צו רעקרוטירן רוסישע בירגער צו דיפעקטירן און קאמיוניקירן מיט זיי.

זיי האבן ארויסגעלייגט א ווידיאו ווי א מכלומרשט רוסישע בירגער מוטשעט זיך צווישן זיין געשוואוירענע געטריישאפט צו זיין לאנד און די אוממאראלישע אקציעס פון זיין לאנד.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”