פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ברוכים הבאים !
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג אפריל 25, 2023 11:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפא באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אום אקטאבער 27 2018 למספרם האט א מאן מיטן נאמען מעט באוערס אריינגעשטורעמט מיטן א מיליטערישע סטיל ביקס אין די עץ חיים טעמפל אום שב"ק אין פיסבורג פענסילוועניע ווען מען האט געהאלטן אינמיטן דורכפירן א ברית און דורכגעפירט א מאסן שיסעריי אומברענגנדיג 11 ר"ל און איבערלאזנדיג 6 פארוואונדעטע אריינגערעכנט 4 פאליציי אפיצירן וועלכע האבן רעאגירט צו די היסטערישע הילפס רופן

באוערס איז געווארן אנגעקלאגט מיט 63 קאונטס אריינגערעכנט 11 קאונטס איבער שטערן די רעכט צו פראקטיצירן רעליגיעזע פונקציעס אין א פארזוך וואס האבן געפירט מיט מארד און 11 קאונטס פון האסע פראברעכנס וואס האבן געפירט צו מארד

פראקורארן האבן פארלאנגט אים צו פאראורטיילן צו טויט שטראף און האבן אפגעווארפן אן אנבאט פון באוערס זיך צו דערקלערן שולדיג אין אויסטויש צו באקומען בלויז לעבנסלענגליכע טורמע

די באטראפענע פאמיליעס זענען צוטיילט איבער די פראגע אויב מען זאל פארלאנגען טויט שטראף אבער מער זענען גענויגט אין יענע ריכטונג

זיינע אדוואקאטן זאגן אז באוערס ליידט אויף סקיצאפריניע, עפילעפסיע און אנדערע סטרוקטואלע און פונקציאנאלע מח פראבלעמען

נעכטן מאנטאג האט פעדעראלע דיסטריקט ריכטער ראבערט קאלוויל אנגעהויבן די פראצעדור פון אויסקלויבן א דזשורי אין די שטארק נאכגעפאלגטע טויט שטראף פראצעס

ריכטער קאלוויל איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא אבער דאן סענאט מאיאריטעט פירער מיטש מעקאנעל האט געלאזט די נאמינאציע אויסלויפן

ווען פרעזידענט טראמפ איז אריינגעקומען אין ווייסן הויז האט ער רענאמינירט קאלוויל וועלכע איז עווענטועל געווארן באשטעטיגט מיט 27-66

ביים עפענונג פונעם פראצעס איז געווען רעלאטיוו שטיל אינדרויסן פון די געריכט געביידע אין דאונטאון פיטבסורג און ריכטער קאלוויל האט זיך באדאנקט פאר די דזשורי קאנדידאטן אין די צייט וואס באוערס איז רואיג געזיצן אינאיינעם מיט זיינע אדוואקאטן פארטיפט אין דאקומענטן

די פראקורארן פלאנען פארצושטעלן סטעיטמענטס וועלכע באוערס האט געזאגט פאר אויספארשער וואס קענען אנגעבליך זיין אן הודאה פון זיין שולד

זיי פלאנען אויך צו צייגן אין געריכט זיינע אנטיסעמיטישע העצערייען אנליין צו איבערצייגן אז די אטאקע איז געווען ראסע מאטיווירט

צוריק אין 2021 למספרם איז שוין פארגעקומען א פארהער אין צוגרייטונג צום פראצעס און צוויי אפיצירן האבן ציטירט פון באוערס וועלכע האט געזאגט פאר ביידע באזונדער אז ער האט שוין געהאט גענוג פון די אידן וועלכע מארדן אונזערע קינדער און אז ער זוכט אומצוברענגן אידן ר"ל
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג אפריל 25, 2023 11:33 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אפיציעל ארבעט די ביידען אדמיניסטראציע צו שטופן דאס ענדיגן די איינפיר פון סטעיט הינריכטונגען אין אזעלכע סטעיטס וואס ערלויבן עס נאך און אטוירני דזשענעראל האט אויף דערווייל איינגעפרוירן דאס אויספירן שוין באשטימטע פעדעראלע הינריכטונגען אבער פעדעראלע פראקורארן טוען נאך אלץ זוכן אין געוויסע קעיסעס טויט שטראף אורטיילן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג אפריל 25, 2023 11:53 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נעכטן אין געריכט זענען די דזשורי קאנדידאטן געווארן אויסגעפרעגט פאר ארום א האלבע שטונדע פער דזשורי איבער זייער מיינונג איבער טויט שטראף

מען דארף אין אכט נעמען אז אין א טויט שטראף פראצעס קען געדויערן עטליכע וואכן צו זעצן א דזשורי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

באוערס אדוואקאטן גרופע נעמט אריין דזשודי קלארק וועלכע האט אויך פארטיידיגט די באסטאן מאראטאן אטאקירער און דער מאן וועלכע האט דורכגעפירט א מאסן שיסעריי אין אריזאנא וועלכע האט איבערגעלאזט 6 פאטאליטעטן און 13 פארוואנדעטע אריינגערעכנט די געוועזענע קאנגרעספרוי גיפארדס (פרוי פון סענאטאר מארק קעלי)
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג אפריל 25, 2023 11:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די אדוואקאטן האבן נאכאנאד אויפגעברענגט די אנטי טויט שטראף שטעלונג פון די אדמיניסטראציע אין א פארזוך אפצושטעלן זייער פארלאנג אבער די יוסטיץ דעפארטמענט האט ערקלערט אז די פאקטארן אין די איצטיגע קעיס, אריינגערעכנט די אפענע אנטיסעמיטיזם פון באוערס מאכט עס אנדערש פון אנדערע מאסן שיסער
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג אפריל 25, 2023 11:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

15 קאנדידאטן זענען נעכטן געווארן אויסגעפרעגט און 7 פון זיי זענען שוין געווארן באפרייט
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 11:30 am
אפיציעל ארבעט די ביידען אדמיניסטראציע צו שטופן צו די איינפיר פון סטעיט הינריכטונגען אין אזלעכע סטעיטס וואס ערלויבן עס נאך און אטוירני דזשענעראל האט אויף דערווייל איינגעפרוירן דאס אויספירן שוין באשטימטע פעדעראלע הינריכטונגען אבער פעדעראלע פראקורארן טוען נאך אלץ זוכן אין געוויסע קעיסעס טויט שטראף אורטיילן
איינפיר אדער איינפריר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צד תמות האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 11:46 am
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 11:30 am
אפיציעל ארבעט די ביידען אדמיניסטראציע צו שטופן צו די איינפיר פון סטעיט הינריכטונגען אין אזלעכע סטעיטס וואס ערלויבן עס נאך און אטוירני דזשענעראל האט אויף דערווייל איינגעפרוירן דאס אויספירן שוין באשטימטע פעדעראלע הינריכטונגען אבער פעדעראלע פראקורארן טוען נאך אלץ זוכן אין געוויסע קעיסעס טויט שטראף אורטיילן
איינפיר אדער איינפריר
פארראכטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נעכטן האט די ריכטער נישט געאורטיילט אויף קיין איין מאושען נאר רעאגירט אז ער נעמט אלע טענות אקעגן קאנדידאטן אין באטראכט

ער האט ערשט איצט גע'פסל'ט די 7 קאנדידאטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איינע פון די דזשורי קאנדידאטן האט געזאגט פארן ריכטער אז זיין פרוי איז א איד און ארבעט פאר א אידישע ארגאנאזאציע אבער ער האט איר נישט מיטגעטיילט פאר וועלכע קעיס מען האט אים גערופן און ער ווייסט נישט אירע שטעלונגען איבער טויט שטראף
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פראקורארן באקעמפן די ערשטע אידישע מעגליכע דזשוראר קאנדידאט זאגנדיג אז זי איז געווען צו עמאציאנאל ביים ענטפערן אויפן פראגן

זיי אנערקענען אז אנדערע קאנדידאטן האבן אויך ארויסגעצייגט עמאציעס אבער זי איז געווען פיל מער ווי אנדערע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 11:37 am
די אדוואקאטן האבן נאכאנאד אויפגעברענגט די אנטי טויט שטראף שטעלונג פון די אדמיניסטראציע אין א פארזוך אפצושטעלן זייער פארלאנג אבער די יוסטיץ דעפארטמענט האט ערקלערט אז די פאקטארן אין די איצטיגע קעיס, אריינגערעכנט די אפענע אנטיסעמיטיזם פון באוערס מאכט עס אנדערש פון אנדערע מאסן שיסער
די מאושען פון די אדוואקאטן אז דער ריכטער זאל באזייטיגן די טויט שטראף אפציע צוליב וואס די רעגירונג פארלאנגט עס נישט אין אנדערע (לויט די אדוואקאטן) ענליכע קעיסעס איז געווען פענדינג פאר עטליכע וואכן

אצינד האט עס דער ריכטער ארויסגעווארפן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

היינט איז די עלפטע טאג פון דזשורי קלויבעריי דערווייל האט מען פארהערט 143 קאנדידאטן פון וועלכע 42 האבן איבערגעלעבט אלץ פאטענציאלע דזשורארס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

היינט איז די פופצנטע טאג פון דזשורי קלויבעריי דערווייל האט מען פארהערט 196 קאנדידאטן פון וועלכע 61 האבן איבערגעלעבט אלץ פאטענציאלע דזשורארס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אפדעיט:


מען האט איצט ענדליך געענדיגט באשטימען א דזשורי פול פון 69 מעגליכע דזשורי קאנדידאטן (איך האב אייך געווארנט ביים אנהויב פונעם פראצעדור אז עס גייט געדויערן עטליכע וואכן)

אלעס אינאיינעם האבן 1500 מענטשן באקומען איינלאדענונגען זיך צו לאזן אויספרעגן

214 מענטשן זענען עווענטועל אנגעקומען און דורכאויס 17 טאג זענען אוועקגעפאלן מער און מער ביז מען האט זיך דערזעהן מיט די גרופע פון 69

אצינד גייט מען דארפן אויסקלייבן 12 דזשורארס און נאך 6 אלטערנאטיוון פון די 69
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פראצעס הויבט זיך איצט אן מיט עפענונג קאמענטארן פון פראקורארן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נעכטן דינסטאג איז געווען די ערשטע טאג אינעם היסטארישן טויט שטראף פראצעס פון ראבערט באוערס

פראקוראר געהילף יו עס אטוירני סו סאנג האט אנגעהויבן אירע עפענונג קאמענטארן מיטן דעטאלירן די רוטינע פריה מארגן סקעדזשועל פון די אומגעקומענע און פארציילט ווי טייל האבן שטייגערליך צוגעגרייט פרישטאג און אנדערע זענען שוין געקומען פריה זיך צוצוגרייטן צו די טעמפל סערוויסעס יענעם שבת אינדערפרי

זי האט ברייט ארומגערעדט איבער די ברידער סעסיל און דוד ראזנטאהל וועלכע פלעגן אלעמאהל אנטפאנגען די מיטגלידער וועלכע פלעגן זיי אנרופן די אינגלעך

ביים אדרעסירן דעם באשולדיגטן האט סאנג פארציילט איבער זיינן אנליין היסטאריע וואו פלעגט שפייען האסע אנליין אקעגן אידן און קורצליך בעפאר די שיסעריי האט ער געשריבן אז ער גלויבט אז די הייאס פלטים ארגאנאזאציע אימפארטירן אימיגראנטן און אינוואדירער וועלכע מארדן אונזערע מענטשן אויספיהרנדיג אז ער קען נישט זיצן גלייכגילטיג און אז ער גייט אריין..

סאנג האט געשילדערט די אטאקע זעלבסט און פארציילט ווי אזוי באוערס איז ערשינען אנגעלאדנט מיט עטליכע רייפלס אריינגערעכנט א סעמי מיליטערישע און ווילד ארומגעלאפן צווישן די דריי צענטערן (אור לשמחה, דור חדש און אור חדש) און געגאנגען פון צימער צו צימער זוכנדיג נאך זיינע ציהלן וועם ער האט קאלטבלוטיג געשאסן פון א נאנטע דיסטאנץ

נאך די אטאקע האבן אפיצירן פארהאלטן באוערס און ווי סאנג זאגט האט ער ארויסגעמורמלט פאר אן אפיציר וועלכע האט אים אויסגעפרעגט איבער זיינע מאטיוון אז אלע אידן דארפן שטארבן ר"ל און אז אידן שלאכטן אויס אונזערע קינדער און אז אידן זענען קינדער פונעם שטן

דערנאך האט פארטיידיגונג אדוואקאט דזשודי קלארק געמאכט עפעענונג קאמענטארן פאר ארום 20 מינוט און אנערקענט אז באוערס האט דורכגעפירט די שיסעריי און נישט געשפארט קיינע אויסדרוקן צו פארדאמען די גרויליגע אקט אבער קלארגעשטעלט אז איר סטראטעגיע גייט זיין אויפצוברענגן צווייפלען אין זיינע מאטיוון און גייסטישע צושטאנד

זי גייט פרובירן אפצואווארפן די טעאריע אז באוערס איז געטריבן געווארן דורך ראציאנאלע פיינטשאפט צו אידן און א דראנג אפצושטעלן זייערע רעליגיעזע סערוויסעס און מאכן די קעיס אז האט בלויז געזוכט אפצושטעלן שטיצע פאר הייאס

דאן האט זיך אנגעהויבן די פרעזענטאציע פון עדות'שאפט און באווייזן ווען די פרארקוראר האט אויפגעשפילט א 911 רעקארדירונג פון א רוף וועלכע איז אריינגעקומען צו די פאלציי דורך פרוי בערניס סימאן וועלכע איז געווען פארכאפט אין די טעמפל און האט אלארמירט פאר הילף נאך וואס איר מאן סילוואן איז געשאסן געווארן

די אפארעיטאר וועלכע האט באהאנדלט יענע טעלעפאן רוף איז שענאן באסא-סעבאל און האט אויפגעטראטן אלס די ערשטע עד אינעם פראצעס

אין די רעקארדירונג הערט מען פרוי סימאן זאגן אז שיסער זענען דא און אז איר מן איז געשאסן געווארן

זי האט גענוצט איר ספעציעלע אויברראק דעזיגנירט פאר די טעמפל סערוויסעס צו באנדאזשירן איר מאן'ס קוילן וואונדן און געשריגן אוי באשעפער און זיך געבעהטן צו איר מאן אויפצושטיין

די אפארעיטאר האט פרובירט צו גיבן אנווייזונגען פאר פרוי סימאן אבער די געשפרעך האט זיך אפגעהאקט ווען פרוי סימאן'ס לעצטע אומפארשטענדליכע האלבע ווארט איז געווען סיל..

די אפארעיטאר האט איר זאפארט צוריקגערופן און סימאן האט אויפגעהויבן און געזאגט אז מיינט אז איר מאן האט פארלוירן דעם אטעם

סימאן ווערט געהערט: אוי באשעפער, אוי באשעפער, איך קען נישט זעהן גארנישט, איך זעה בלויז מיין מאן זיך טונקן אין א קאלוזשע בלוט, ביטע איילט אייך אונטער (מיט הילף) איך בין דערשראקן צום טויט

די אפארעיטאר וועלכע האט בעפאר געארבעט אלס ערשטע הילף אפיציר האט אנגעוויזן פאר סימאן צו לייגן דרוק אויף איר מאן'ס וואונד אבער זיך גלייכצייטיג האלטן שטיהל און ליגן אויף דער ערד

דורכאויס די רעקארדירונג הערט מען נאכאנאנדע שיסערייען אינעם הונטערגרונד און סימאן ווערט געהערט זאגן אז זי מיינט אז איר מאן איז מער נישט ביים לעבן

מען הערט ווי די שיסערייען פארשטארקן זיך און די אפארעיטאר זאגט אן פאר סימאן (הערנדיג ווי די ארומיגע רעדן) אז מען זאל זיין שטיהל

דאן הערט מען פרוי סימאן זאגן: איך האב איצט געכאפט...

די אפארעיטאר פרעגט איר אויב זי איז נאך מיט איר אבער אנשטאט אן ענטפער הערט מען בלויז שווערע אטעמען

די אפארעיטאר האט איר געבעהטן אז אויב זי קען נישט רעדן זאל זי כאטש דרוקן סיי וועלכע קנעפל אויפן טעלעפאן צו סיגנאליזירן אז זי איז נאך ביים באוואוסטזיין אבער עס איז מער נישט געקומען קיין רעאקציע

נאך א מיטאג איבעררייס איז ארויפגעקומען אויפן עדות שטוהל די צווייטע עד וועלכע האט געמאכט א גאר עמאציאנאלע אויפטריט

דער פירער און חזן פונעם טעמפל דזשעפרי מייערס האט געשילדערט די כראנאלאגיע פון ווען ער איז אנגעקומען אינעם צענטער ביזן פארלאזן דאס פלאץ טונקן אין בלוט

מייערס פארציילט אז מינוטן נאך וואס ער איז ערשינען האט ער געהערט א גערודער וועלכע האט אויסגעקוקט צו קומען פון די רוקעדיגע מאנטל הענגער אינדרויסן אינעם פארצימער וועלכע האט זיך איבערגעדרייט

נאך איידער ער האט זיך געקענט אריענטירן צו גיין קוקן וואס עס האט פאסירט האט ער געהערט א קלאנגען וואס האט זיך געהערט ווי גאן שיסערייען

מייערס האט גלייך באגריפן אין וועלכע סיטואציע ער געפונט זיך און פארארדנט די אנוועזנדע זיך אנידערצולייגן אויף די בענק אדער פאדלאגע און זיך פארהאלטן שטיהל

ער ערקלערט אז אפשאצנדיג די צושטאנד און נעמענדיג אין רעכענונג אז מיינסטנס מיטגלידער זענען עלטערע מענטשן האט ער געהאלטן אז זיי וועלן נישט באווייזן זיך ארויסצוגליטשן אזוי לייכט אונטער א האגל פון קוילן און געהאפט אז אויב וועלן זיי ליגן שטיהל אויף דער ערד וועט די שיסער מיינען אז דאס פלאץ איז לעהר

די שיסערייען זענען געווארן נענטער און שטארקער און מייערס איז פלינק אריבערגעשפרונגען די בימה און ארויפגעלאפן די טרעפ צום פריוואטן צימער און זיך באוויזן אריינצובאקומען הערנדיג אונטער זיך געשרייען און שיסערייען אבער צו זיין אנטוישונג האט זיך די שלאס נישט געהאלטן ביים שפארן

מייערס שילדערט דראמאטיש ווי אזוי ער האט גענוצט איין האנט פעסט אנצוהאלטן די הענטל פונעם טיהר און מיט די צווייטע האנט גענוצט זיין טעלעפאן צו קלונגען פאר הילף

אין די רעקארדירונג הערט מען מייערס רעדן צו די פאליציי זאנגדיג אז ער האט שוין געהערט ארום 30 שאסן

יעדע עטליכע סעקונדן הערט מען פרישע אפדעיטס פון מייערס: נאך פינף שאסן.. נאך פינף..איצט איז געווען פרישע צעהן..

מייערס זאגט אז ער האט געקלערט אויב אויב וועט ער הערן עימיצן זיך שפילן מיט די הענטל פונעם צווייטן זיט טיהר וועט ער האבן די אויבערהאנט פון די עלעמענט פון איבערראשן דעם שיסער און ארויסשפרונגען און אים פיזיש באקעמפן

ביי איין פונקט האט ער געהערט טריט ארויפקומענדיג די טרעפ אין ריכטונג פונעם צימער און זיך געגרייט אויף די ענדע פון זיין לעבן

ער האט שפעקולירט אויב ער זאל אראפלייגן די טעלעפאן מיט די פאליציי און אנרופן זיין פרוי זיך צו געזעגענען אדער גאר רעקארדירן א ווידעא אבער עווענטועל באשלאסן נישט צו פייניגן זיין פרוי מיט א רוף אונטער אזעכלע אומשטענדן און ער איז געבליבן אויפן טרייבל

ווען אפיצירן זענען ערשינען האבן זיי באוויזן צו שאפן קאנטאקט מיט מייערס און אים געפונען און ארומגענומען צו באשוצן און אין איילעניש ארויסגעפירט פונעם טעמפל

מייערס האט נאך עספיעט צו זעהן די אומגעקומענע אויסגעלייגט אויף דער ערד און געבעטן פאר פארצייאונג פארן נישט קענען טוהן מער זיי צו ראטעווען

ביים ענדע פון זיין אויפטריט האט געהילף יו עס אטוירני עריק אלשען אהינגעגעבן פאר מייערס א געבעהט בוך וואס מען האט ארויסגעראטעוועט פון די טעמפל און עס איז געווען געלעכערט פון א קויל

מייערס האט געזאגט פאר די דזשורי אז אין די אידשיע טראדיציע טאר מען נישט לאזן א ספר זיך וואלגערן אויף דער ערד און געשעדיגטע ספרים דארף מען בארערדיגן אבער דאס האט ער באשלאסן צו האלטן פאר זיך צו פרעזערווירן אן אנדענק צו די טראגעדיע וואס ער האט מיטגעלעבט יענע טאג

צו ענדיגן אזא טראגישע ארטיקל מיט עפעס מער קאמישע קרישקעלע קען זיין אינטערסאנט צו פארציילן אז די דאזיגע באריכט איז שוין געווען גרייט צום דרוק און געהאלטן סעקונדן איידער דאס ווערן פובליצירט אויף די שפאלטנס פון אייוועלט אבער דאן האט זיך עס פארמעקט און מען האט געדארפט אנהויבן פון אנהויב

דעריבער ביטע אנטשולדיגן פאר שפעטיגן מיטן באריכט און מיר קוקן ארויס אויף פארשטענדעניש
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

Wow! שכוח @הכל הבל פאר די באריכט.

און א עקסטערע שכוח פארן עס איבערשרייבן מיט געדולד!
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 1:51 pm

צו ענדיגן אזא טראגישע ארטיקל מיט עפעס מער קאמישע קרישקעלע קען זיין אינטערסאנט צו פארציילן אז די דאזיגע באריכט איז שוין געווען גרייט צום דרוק און געהאלטן סעקונדן איידער דאס ווערן פובליצירט אויף די שפאלטנס פון אייוועלט אבער דאן האט זיך עס פארמעקט און מען האט געדארפט אנהויבן פון אנהויב

דעריבער ביטע אנטשולדיגן פאר שפעטיגן מיטן באריכט און מיר קוקן ארויס אויף פארשטענדעניש

WOW WOW!!! מאסיוו!!

א עקסטערע דאנק פארן נעמען די מיה און איבערשרייבן!!

;l;p- ;l;p- ;l;p-
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
גרויס בריטאניע
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:47 pm
לאקאציע: אונטערן באנק

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס בריטאניע »

שכח @הכל הבל . די ביזט פיינע נייעס. גיי אן!!
viewtopic.php?p=4435004#p4435004
איך בין געגאנגן. אפשר איין טאג העלעך זיין צוריק, אויף דערווייל ענדזשויטס..
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

א לייק פאר די ארטיקעל און אן עקסטערע תגובה פאר'ן איבערשרייבן.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

שוין גארנישט אזוי קאמיש די קרישקעלע, גאר ווייטאגליך.

א ריזן דאנק @הכל הבל פארן נעמען די עקסטערע מיה און איבערשרייבן די גאנצע זאך פון אנהויב, נישטא די ווערטער צו באדאנקען.

און אוודאי א דאנק פאר אלע דיינע געשמאקע באריכטן וועלכע פליסן אן אויפהער.

ישלם ד' פעלך ותהי משכורתך שלמה!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
עפעס אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 3:10 pm
פארבינד זיך:

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אזוי »

@הכל הבל

א גרויסן דאנק פאר דיינע שרייבעריי
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

@הכל הבל שכח פאר שרייבן דא און איבעראל! און עקסטער פארן נעמען די מי פון איבער שרייבן! שכח שכח.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”