אלעס ארום טאקער קארלסאן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4320
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 3:51 pm
גראז האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:23 pm
און יא, ביי דיפאלט האט ער רעכט צו פיינט האבן דעיע מענטשן שנאת מות עטליעסט אזויפיל וויפיל זיי האבן פיינט דאס לאנד אמעריקא בכלל און די רעכטע בפרט.
און די רעכט נעמט זיך פון וואו?
פון די רעכט פון פיינט האבן דיינע פיינט און די פיינט פון דיין לאנד.

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
אלס א פרעדיגער פאר לאנגע יארן אויף די גרעסטע אזויגערופענע-נייעס אגענטור, מעג מען און מען דארף אים טאדלען פארן פארשפרייטן העסע און בילבולים קעגן מערערע גרופעס און אינדיווידועלן. און ווען יוגנטליכע וועלכע לעבן אין דעם פאררוקטן מידיע-באבל וואס ער און זיינס גלייכן האבן אויסגעבויט גייען ארום אויסקוילן אנשים נשים וטף פון די געצילטע גרופעס טראגט ער דירעקט א גרויסע שולד דערין, אלס דער גרעסטער מוילמאכער אין די רייען.
בעצם וואלט איך דיר בכלל נישט געדארפט ענטפערן פארן מיר טרייען צו נעמען אויף דיין דעמאגאגישע רייד, אבער יעצט איינמאל וועל איך עס נאך טוהן..

טאקער קארלסאן האט נישט פארשפרייט נישט קיין העסע און בילבולים קעגן גרופעס און אינדערווידואלן. ער האט ארויסגערעדט קעגן די אלע קולטן און גרופעס אינערהאלב די לינקע לאגער וואס פארקויפן אזוינע אגענדע'ס וואס זענען קעגן דאס מענשטהייט און קעגן אמעריקע, און זייער גוט האט ער געטוהן - על אף דו און דיין פארטיי גלייכן דעיס נישט און קענען באשטיין צו אפשטילן און קענסלען טאלק פון דעי סארט.

ווי מ'הערט יא האסע און בילבולים איז איז אין דיין פאררוקטע לינקע מידיע באבל, האסע קעגן סיי וועם ס'איז נישט גרייט צו מיטגיין מיט די לינקע אנטי אמעריקע און אנטי מענשהייט משוגע'תן, פראטעסטן און ווילדע סטארשעכץ קעגן יעדע מויל מאכער און אקטיוויסט אויף די רעכטע זייט, יעדן פון זיי טרייט מען צו משתיק זיין, פארוואס?! פארן ארויסרעדן קעגן פשוטע מענטשליכע און אמעריקאנער ווירדן.

ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין ווי אזוי דו אלץ מענטש און נאכדערצו אלץ יודישער מענטש קען נאך גאר זיין ברוגז אויף דעי מענטשן וואס שטעלן זיך ארויס קעגן דעי אלע גרופעס און אגענדע'ס למיניהם, דו זאלסט זיי גאר אנרופן העצער און בילבולים טרייבער, דו וואלטסט ווען געדארפט זיין זייער גרעסטע פען.

איך וואונדער זיך ווי און ווען ס'געשעט אז דער לינקער ברייטער טראכטער ווערט פלוצים סטאק און פארלירט זיין סענץ אוו לאגיק.

#גיי פארשטיי
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

רעגנדיג האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:31 pm
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 11:40 am
די שאדנס וואס די העצע פון רעכטע מידיע דעמאגאגן –מיט טאקער בראש, ביז נישט לאנג צוריק– ברענגען צו מיין איך דאס viewtopic.php?p=4289211#p4289211 און דאס https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 1#p4292371
און ווער האט צוגעברענגט די שאדנס?
viewtopic.php?p=3150582#p3150582
אדרבה, זאג דו, און איך קען דיר פארזיכערן אז איך וועל נישט בארעכטיגן אנטי קריסטליכע/ווייסע/קאנסערוואטיווע/רעפובליקאנער העצע וואס ברענגט אזעלכע אטאקעס.
קוקט אויס ווי די צוויי האבן געהאט א היציגע פאליטישע געפעכט פארן אטאקע, סאו, עס איז נישט ריכטיג צו פארגלייכן צו די ערשטע אטאקע, אדער די צוויי לעצטיגע אטאקעס וואס איך האב צוגעברענגט, וואו דער אטאקירער צילט אלגעמיינע מענטשן באזירט אויף עטנישע/רעליגיעזע שטריכן.

פארשטייט זיך אז יענער איז א פאלנע מערדער און די אטאקע איז ווערד צו פארדאמען, און אנקלאגן כדבעי. איבער די ספעציפישע בעיל רעגולאציעס אין נארט דעקאטע בין איך נישט באקאנט.
צו ווייניג דעטאלן (אפשר איז די פאל ענליך צום צווייטן לינק, אז דער אקטיוויסט האט דערקוטשעט אים/זיין ווייב. פארשטייט זיך אז דאס איז מארד און פארדאם און קלאג-ווערדיג, פארט נישט גלייך צום ערשטן ביישפיל), אבער יעדע פראגראם וואס ענדיגט זיך מיט אומשולדיגע וואס ווערן ערמארדעט בלויז פארן געהערן צו אן עטנישע אדער רעליגיעזע גרופע איז ווערד פארדאמט צו ווערן.

@גראז, ס'איז מיין פאטריאטישן פליכט פיינט צו האבן אימיגראנטן אדער אנטיפא? איי דיסעגרי. סארי.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4320
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 4:28 pm

דעיס האב איך געשריבן?

ס'איז דיין פאטריאטישער פליכט (נישט דיינ'ס, טאקער'ס) צו פיינט האבן די פיינט פון דיין לאנד.

און איך בין זיכער אז דו וואס דו לעבסט נישט אין די מידיע באבל ווייסט וואס די אנטיפא חברה האבן צו זאגן וועגן אמעריקע, און וואס די LGBT חברה האבן צו זאגן אויף מענטשן וואס ווילן פשוט מ'זאל נישט צוווארפן די געזעצן פון יומעניטי, און וואס די פרא אבארציע חברה האבן צו זאגן אויף דעיע וואס ווילן נישט צולאזן רציחה (וואס קומט צו פארגרינגערן די שוין ביז יעצטיגע אן א מאס הפקירות).

אלץ א מענטש און אלץ א יוד וואלטסטו ווען געדארפט זיין אויף די אנדערע זייט פון די מטבע.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 4:28 pm
רעגנדיג האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:31 pm
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 11:40 am
די שאדנס וואס די העצע פון רעכטע מידיע דעמאגאגן –מיט טאקער בראש, ביז נישט לאנג צוריק– ברענגען צו מיין איך דאס viewtopic.php?p=4289211#p4289211 און דאס https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 1#p4292371
און ווער האט צוגעברענגט די שאדנס?
viewtopic.php?p=3150582#p3150582
אדרבה, זאג דו, און איך קען דיר פארזיכערן אז איך וועל נישט בארעכטיגן אנטי קריסטליכע/ווייסע/קאנסערוואטיווע/רעפובליקאנער העצע וואס ברענגט אזעלכע אטאקעס.
קוקט אויס ווי די צוויי האבן געהאט א היציגע פאליטישע געפעכט פארן אטאקע, סאו, עס איז נישט ריכטיג צו פארגלייכן צו די ערשטע אטאקע, אדער די צוויי לעצטיגע אטאקעס וואס איך האב צוגעברענגט, וואו דער אטאקירער צילט אלגעמיינע מענטשן באזירט אויף עטנישע/רעליגיעזע שטריכן.

פארשטייט זיך אז יענער איז א פאלנע מערדער און די אטאקע איז ווערד צו פארדאמען, און אנקלאגן כדבעי. איבער די ספעציפישע בעיל רעגולאציעס אין נארט דעקאטע בין איך נישט באקאנט.
צו ווייניג דעטאלן (אפשר איז די פאל ענליך צום צווייטן לינק, אז דער אקטיוויסט האט דערקוטשעט אים/זיין ווייב. פארשטייט זיך אז דאס איז מארד און פארדאם און קלאג-ווערדיג, פארט נישט גלייך צום ערשטן ביישפיל), אבער יעדע פראגראם וואס ענדיגט זיך מיט אומשולדיגע וואס ווערן ערמארדעט בלויז פארן געהערן צו אן עטנישע אדער רעליגיעזע גרופע איז ווערד פארדאמט צו ווערן.

@גראז, ס'איז מיין פאטריאטישן פליכט פיינט צו האבן אימיגראנטן אדער אנטיפא? איי דיסעגרי. סארי.
צוקער זיס דו...

ביי די צוויי פעלער וואס דו ברענגסט ווייסטו פונקטליך ווער ס'איז שולדיג, אבער ביי די דריי מעשיות וואס איז קלאר אין דירעקטן רעזולטאט פון לינקע פראפאגאנדע ביסטו עפעס זייער פארנומען צו שפעקולירן אלע מעגליכע צדדים און אפילו מסכים זיין עס צו פארדאמען, שיין פון דיר.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אנטשולדיגט, די צווייטע מעשה איז דירעקט נישט ריכטיג וואס דו זאגסט.
ליין די צווייטע סקרינשאט, און אז דו קענסט נישט פארשטיין די אונטערשייד צווישן דיין ערשטע און מיינע צוויי מעשיות צו דיין צווייטע ביישפיל, איז ארויסגעווארפן יעדעס ווארט פון מיין זייט.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

נו נו, איך בין מוחל דיינע ארויסגעווארפענע לופטיגע דעמאגאגיע.

איך פארשטיי אז דו האסט שוין פראגראמירט דיין מח אז נאר פון די רעכטע זייט פארשפרייט מען העצע און דו קענסט נישט פארדייען עפעס אנדערש, אבער זינט מיין מח לויפט נישט אויף די וועג פארשטיי איך נישט אויטאמאטיש די ספינס וואס קומען.

חוץ פון דעם פארשטייט זיך אז די דריי זענען נאר קליינע משלים וואס זענען מיר יעצט ארויפגעקומען, קענסט צולייגן די אטענטאט פרואוו אויף ריכטער קעווענאו און נאך פילע אינצידענטן.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 3:51 pm

דיין ערשטע ביישפיל איז פון אן אימיגראנט א פארברעכער, האט גארנישט מיט אנטי אימיגראציע, אדער אנטי אנטי אימיגראציע (ווען ער זאל ווען צילן ווייסע). אגב, דארט וואו עס איז אריגינאל באריכטעט געווארן איז אויך דא א שטיקל אנטי אימיגראנטן בייעס. העמיר עס לאזן פאר א צווייטן מאל.

די צוויי אנדערע זענען גאנץ ווארשיינליך יא מאסן מארד באזירט אויף אנטי אימיגראנטן האס. פונקט ווי די עץ חיים שול מאסן מארד בשעתו.

סיטיס אין טעקסאס זענען אלע רעלאטיוו ליבעראל, און קאליפארניע איז אויך אזוי אנגעפילט מיט אימיגראנטן ווי טעקסאס. ניו יארק סיטי מאנגלט אויך נישט אין אימיגראנטן פון צענטראל און דרום אמעריקע. דאס בארעכטיגט נישט די האס, ליגנט און בילבולים וועלכע רעכטע מידיע פיטערט אירע צוהערער מיט טויטליכע רעזולטאטן.

קיינער אויף סי ען ען, עם עס ען בי סי, אדער סיי וואו איבער די מעינסטריעם צי ליבעראלע צי לינקע צי וואטעווער מידיע רופט נישט פאר טויט אדער אנארכיע, אדער נקמה קעגן רעכטע אמעריקאנער. סארי. קיינער העצט נישט קעגן ווייסע קריסטליכע אמעריקאנער אדער אייראפעער (כ'על דיר אויסזאגן א סוד, זיי זענען אלע אליינס ווייסע קריסטליכע אייראפעישע אמעריקאנער).
פארדאמען געזעצן און געזעצגעבער מיט וועלכע דו ביזט אומאיינשטימיג איז א חלק פון דעמאקראטיע, און איז אלץ געווען די נארם אין אונזער לאנד אויף ביידע זייטן. העצן אומאויפהערליך קעגן פארשידענע גרופעס און מינאריטעטן, ווי עס איז די סדר דורכאויס די רעכטע מידיע קאנאלן אין די לעצטע אכט יאר, איז נישט נארמאל אין א דעמאקראטיע און איז קיינמאל נישט געווען די נארם אין די פאראייניגטע שטאַטן פאר פאקס ניוז, און אויף א ערגערע שטאפל זינט טראמפ איז ארויף אויפן מאפע און טאקער ספעציפיש האט דאס גענומען אויף נאך א ווייטערע שטאפל.
(נעם דעם אלטער העניטי וואס פרעדיגט שוין דרייסיג יארן איבערן גארן לאנד, און ער ווערט נישט באשולדיגט אויף פארשפרייטן העצע דורכאויס זיינע שאוס.)

איבער טאקער אנרופן דעם אנטיפא יוגנטליכן אלס creep, האסטו דורכאויס פארפאסט מיין פונקט. איך וויל ארויסברענגען אז טאקער האט אים נישט באשולדיגט אין שלעגעריי. ער האט אים אנגערופן אנטיפא קריעפ און נישט אנטיפא טהאָג, אדער מאב אדער טעראריסט אד"ג.
די מעשה מיטן אימיגראנט, און די פאקט וואס דו שטעלסט אראפ אומבארעכטיגט אז ניו יארק מוטשעט זיך פונקט ווי טעקסעס (וואס איז א גרויסע ליגנט) ברענגט מיר צום זעלבן פונקט, די אלע שיסערייען וואס דו האסט אראפגעברענגט האט מיט אימיגראנטן און איז שוין א סיבה זיי פיינט צו באקומען, אויב דו האלטסט נישט מיט זיי דרייען איבער דעם שטאט.

די נעא נאצי האבן זיי געפילט פאר וויכטיג צו באטאנען אבער דאס אז ער איז א אימיגראנט נישט און מיר פארשטייען שוין אלע פארוואס טעקסיקאנער אריינגערעכנט ליבעראלן זענען קעגן די אימיגראנטן שטראם.

פליז אבער, לייקן נישט די העצע פון לינקע מידיע אנקעגן פרא לייף רעכטע און אלע אטאקעס אנטקעגן זיי, שווארצע ערמארדען ווייסע פונקט אזוי, ראסיזם? קען זיין.

נישטטא וואס צוצולייגן, אבער עס איז ווערט ארויסצוברענגן די פאקט אז ביי די שיסעריי ווייסט מען גלייך אז דער איז א ראסיסט און נעא נאצי אבער די שיסעריי אויף א קריסטליכע שולע האלט מען שוין וואכן דערנאך אבער די מאטיוו איז עפעס געבליבן אומבאקאנט. אבער מיר ווייסן יא, זי איז געווען אנגעהעצט מיט אנטי רעכטע אנטי רעליגיע העצע פון די לינקע מידיע.

לגבי creep נישט דאס האסטו געזאגט פון אנפאנג, קענסט עס נאך גיין פארעכטן.

דאס אז טאקער איז באשמוצט אלס העצער און הענעטי נישט ווייסמיר אלע, דו אויך. אנטי עסטעבלישמענט, און ער פארמאגט שיטות וואס ברענגט ארויף בייז בלוט, ער איז נישט אלעקס זשאונס און נישט וואפי גאלדבערג וואס רופט אויף הענגען רעכטע אקטיוויסטן (אבער די לינקע זענען וואויל).

איך עגרי זייער ווייניג מיט טאקער אבער איך האב רעספעקט פאר אים מיטן זאגן זאכן וואס קיינער דערוואגט זיך נישט, ער ברענגט מיר אויך ארויף בייז בלוט פון מאל צו מאל אבער מען ברויך וויסן ווי אפצוטיילן צווישן גוט און שלעכט, נישט זיין בלינד לטובת איין זייט.

דאס האבן זיי סוקסעסירט, אנצורופן טאקער רוסישע שפיאן און העצער פאר די אלע וואס הערן אים קיינמאל נישט אויס בכלל. און דאס איז פארוואס יעדע נארמאלע רעכטער האט אין אים געטראפן א געשמאקע רעדנער, און דאס איז פארוואס ער איז עקסטרעם פאפולער, איי קענט העלפ יו.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2245
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

תגובה דורך אבזערווירער »

רעגנדיג האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:06 pm
ווער רעדט נאך פון דעם גראבן שקר אז לינקע פראפאגאנדיסטן זענען מער איינגעהאלטן ווי די רעכטע.

עה, זיי העצן נישט יומם ולילה קעגן די מאגא עקסטרעמיסטן וואס ברענגען אונטער דאס לאנד אדער קעגן די ראסיסטו וואס נעמען צו פרויען רעכטן, חלילה. זיי זענען נאר מעורר מיט גאר איידעלע דברי מוסר אז מ'זאל זיך אכטונג געבן.

מיט א בלעכענעם פנים, ניטאמאל ווערט ער רויט.
עס נייגערט מיר צו הרב הילדעסהיימער שלאפט יעצט רוהיגער ביינאכט וויבאלד דאן לעמאן פארשפרייט שוין נישט זיין שעדליכע מסוכנ'דיגע האס איבער אמעריקע...
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אבזערוואציע האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 5:16 pm

איינער וואס קען נישט אנערקענען די פאקט אז טאג טעגליך רעדט מען זיך אפ אויף ווייסע מענטשן ספעציעל אויף MSNBC איז סתם א לץ.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גראז האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 4:09 pm
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 3:51 pm
גראז האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:23 pm
און יא, ביי דיפאלט האט ער רעכט צו פיינט האבן דעיע מענטשן שנאת מות עטליעסט אזויפיל וויפיל זיי האבן פיינט דאס לאנד אמעריקא בכלל און די רעכטע בפרט.
און די רעכט נעמט זיך פון וואו?
פון די רעכט פון פיינט האבן דיינע פיינט און די פיינט פון דיין לאנד.
קודם זאל ער פיינט האבן פוטין און אים וואונטשן דעם טויט..

-------

@שלמה, אלע זאכן וואס דו שרייבסט דא זענען צו עדווענסד עדזשוקעישן מאטעריאל פאר דאהי.
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

צל עובר האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 5:47 pm
גראז האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 4:09 pm
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 3:51 pm
גראז האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:23 pm
און יא, ביי דיפאלט האט ער רעכט צו פיינט האבן דעיע מענטשן שנאת מות עטליעסט אזויפיל וויפיל זיי האבן פיינט דאס לאנד אמעריקא בכלל און די רעכטע בפרט.
און די רעכט נעמט זיך פון וואו?
פון די רעכט פון פיינט האבן דיינע פיינט און די פיינט פון דיין לאנד.
קודם זאל ער פיינט האבן פוטין און אים וואונטשן דעם טויט..

-------

@שלמה, אלע זאכן וואס דו שרייבסט דא זענען צו עדווענסד עדזשוקעישן מאטעריאל פאר דאהי.
חחח…

אויב דו האסט נישט וואס צו שרייבן, שרייב נישט דאס. זייער קינדיש.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4320
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

צל עובר האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 5:47 pm
גראז האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 4:09 pm
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 3:51 pm
גראז האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:23 pm
און יא, ביי דיפאלט האט ער רעכט צו פיינט האבן דעיע מענטשן שנאת מות עטליעסט אזויפיל וויפיל זיי האבן פיינט דאס לאנד אמעריקא בכלל און די רעכטע בפרט.
און די רעכט נעמט זיך פון וואו?
פון די רעכט פון פיינט האבן דיינע פיינט און די פיינט פון דיין לאנד.
קודם זאל ער פיינט האבן פוטין און אים וואונטשן דעם טויט..
ער האט מיט פוטין קיינמאל נישט חתונה געהאט. ער איז אן אמעריקאנער, און ער באפאסט זיך מיט זאכן וואס זענען אים נוגע. האט פיינט זיינע פיינט, און האט פיינט דעי וואס טוען זאכן וואס ער האט פיינט.

דעט'ס איט, סימפל מעט.

צל עובר האט געשריבן:
@שלמה, אלע זאכן וואס דו שרייבסט דא זענען צו עדווענסד עדזשוקעישן מאטעריאל פאר דאהי.
יעפ, דער עולם דאהי כאפט נישט, זיי זענען זייער אנעדווענסד. זיי כאפן נישט אז ווי מער עדווענדסד מ'ווערט אלץ מער עדיוקעיטעד ווערט מען, אזש מ'הייבט אן כאפן אז ס'הייבט זיך גארנישט אן די גאנצע מעשה, מ'דארף גארנישט זיין עדיוקעיטעד, לא דובים ולא יער, שכל איז א אומווירקזאמע דזשעלי בטעות אנגעקומען דארט דורך די ביג בענג, ס'ברענג'ט נאר פראבלעמען, ס'בעסער ווי ווייניגער מ'נוצט עס.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2230
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 3:51 pm
ליבי ובשרי האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:18 pm
צל עובר האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:04 pm
איך האב גראדע נישט געשריבן די גאנצע אויף אידיש, לאמיר עס דא צולייגן.

"אבער פלוצלינג, האב איך זיך געטראפן ברענען פאר די באנדע קעגן יענעם מענטש, האפענדיג אז זיי וועלן אים שלאגן שטערקער, אים אומברענגען, איך האב באמת געוואלט אז זיי זאלן שעדיגן/וויי טאן דאס קינד, איך האב עס געקענט טעיסטן ".

פאסט פאר יאזעף געבעלס, פאר מענגעלע'ן, סטאלין אויך.
השמטה:

”אבער נאכדעם קומט מיר ארויף אין מחשבה: דאס איז נישט גוט פאר מיר! איך ווער עפעס וואס איך וויל נישט זיין! דער פארוקטן אניטפא פארשוין איז אויך א מענטש, אזויפיל ווי איך בין מתנגד אויף וואס ער זאגט און טוט, אזוי סאך ווי איך וואלט אים פיינט געהאט פערזענליך ווען איך וואלט אים געקענט, אזוי טאר איך זיך נישט פרייען מיט זיין פיין, עס דארף מיך באדערן! איך דארף געדענקען אז ערגעץ איז ווארשיינליך דא איינער וואס ליבט דעם קינד, און וואלט געווען צושוידערט מיט זיין טויט, אויב ס’וואלט מיך ווען נישט אנגעגאנגען די אויבנדערמאנטע, אויב איך בין דן מענטשן מיט זייער פאליטיק, מיט וואס בין איך בעסער ווי אים?”

~טאקער קארלסאן,
ווי געזאגט, א האבלוועגס מענטשליכע געפיל איבער נישט מארדעווען אומשולדיגע יונגטליכע קריעפס.
נאכן אויס'משל'ן וויאזוי ער האט געקענט שפירן די טעם פון רציחה אין זיין מויל.
גראז האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:23 pm
ליבי ובשרי האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:18 pm
צל עובר האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:04 pm
איך האב גראדע נישט געשריבן די גאנצע אויף אידיש, לאמיר עס דא צולייגן.

"אבער פלוצלינג, האב איך זיך געטראפן ברענען פאר די באנדע קעגן יענעם מענטש, האפענדיג אז זיי וועלן אים שלאגן שטערקער, אים אומברענגען, איך האב באמת געוואלט אז זיי זאלן שעדיגן/וויי טאן דאס קינד, איך האב עס געקענט טעיסטן ".

פאסט פאר יאזעף געבעלס, פאר מענגעלע'ן, סטאלין אויך.
השמטה:

”אבער נאכדעם קומט מיר ארויף אין מחשבה: דאס איז נישט גוט פאר מיר! איך ווער עפעס וואס איך וויל נישט זיין! דער פארוקטן אניטפא פארשוין איז אויך א מענטש, אזויפיל ווי איך בין מתנגד אויף וואס ער זאגט און טוט, אזוי סאך ווי איך וואלט אים פיינט געהאט פערזענליך ווען איך וואלט אים געקענט, אזוי טאר איך זיך נישט פרייען מיט זיין פיין, עס דארף מיך באדערן! איך דארף געדענקען אז ערגעץ איז ווארשיינליך דא איינער וואס ליבט דעם קינד, און וואלט געווען צושוידערט מיט זיין טויט, אויב ס’וואלט מיך ווען נישט אנגעגאנגען די אויבנדערמאנטע, אויב איך בין דן מענטשן מיט זייער פאליטיק, מיט וואס בין איך בעסער ווי אים?”

~טאקער קארלסאן
און יא, ביי דיפאלט האט ער רעכט צו פיינט האבן דעיע מענטשן שנאת מות עטליעסט אזויפיל וויפיל זיי האבן פיינט דאס לאנד אמעריקא בכלל און די רעכטע בפרט.
און די רעכט נעמט זיך פון וואו? אלס א פרעדיגער פאר לאנגע יארן אויף די גרעסטע אזויגערופענע-נייעס אגענטור, מעג מען און מען דארף אים טאדלען פארן פארשפרייטן העסע און בילבולים קעגן מערערע גרופעס און אינדיווידועלן. און ווען יוגנטליכע וועלכע לעבן אין דעם פאררוקטן מידיע-באבל וואס ער און זיינס גלייכן האבן אויסגעבויט גייען ארום אויסקוילן אנשים נשים וטף פון די געצילטע גרופעס טראגט ער דירעקט א גרויסע שולד דערין, אלס דער גרעסטער מוילמאכער אין די רייען.
ליבי ובשרי האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:21 pm
צום באצייכענען, אפילו די לינקע מידיע האט געברענגט די פולע קאנטעקסט, פאר סאם ריזאן מיינט מען אז מקען רייטן אויף די געפילטערטע היימישע מוחות.
וואס מיינט דאס אפילו לינקע מידיע? כאילו זיי פירן זיך נישט צו ברענגען די קאנטעקסט ווען עס איז עוועיליבל, עפעס וואס איז כמעט אומדערהערט ביי רעכטע העץ-מידיע.
דאס אז ער דרוקט אויס חרטה פאר א שעה, מאכט נישט זיין אריגינעלע בלוטדארשטיגע געדאנקען פאר אויס. און זיכער נישט זיין רעגלמעסיגע העצערייען אויף זיין פראגראם אין די צוויי יאר זינט דאן.
איך, צל, און מיליאנען אנדערע לייענער האבן געזען די גאנצע טעקסט אין קאנ"טעקסט."

ס'ארא סארט סטעיטמענט איז דאס אז "פאר סאם ריזאן מיינט מען אז מקען רייטן אויף די געפילטערטע היימישע מוחות," ?

וואס געפילטערט ווען געפילטערט? די אריגינעלע תגובה ברענגט שוין די שטיקל וואס דו שפילסט כאילו דאס איז געפילטערט. צל, ביים ברענגען די מערסט עקסטרעמע ציטאט וואס איז נישט געברענגט געווארן דא האט דירעקט יא ציטירט די אזוי גערופענע "געפילטערטע שטיקל."

דו, איך און צל, און אלע לייענער דא האבן שוין געהאט די מעגליכקייט צו זען די "צענזורירטע" שטיקל. אדער אין די אריגינעלע באריכט אדער אין צל'ס ציטאט, און עס איז גארנישט אויפפאלנד, אומאויפריכטיג אדער אומעטיש אין וואס צל האט געטון. און פאדערן נאכאמאל און נאכאמאל אז מען מוז ליינען די לעצטע שטיקל גייט נישט טוישן זיינע אריגינעלע געדאנקען.

קודאס @רעגנדיג פארן ארויסשרייבן אז די פראבלעם איז לכאורה נישט געווען צל'ס.
אבזערוואציע האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:01 pm
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 11:40 am
אבזערוואציע האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 11:08 am
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 10:59 am
חס ושלום מודה זיין אז די העצע וואס דעמאגאגן אויף רעכטע מידיע קאנאלן קארמען זייערערע צוהערער מאכט אן גרויסע שאדן מיט ערנסטע קאנסעקווענצן.
האסט געזאגט זילטש.

די טוויט ווייזט אויף עפעס? ניין. נאר דו ווילסט דא פראווען א אלטע פוינט אז רעכטע ׳דעמעגאגן׳ העצן אן די באפעלקערונג. (אבער ווען א לינקער העצט אויף טאקער אדער העצט אנצוזייען כאאס אין ניו יארק ווייל א שווארצער איז געשטארבן זענען זיי לשוט וואוילע מענטשן.)

ווען דו זאגסט ערענסטע קאנסעקווענצען מיינסטו צו זאגן אז ער האלט אנדערש ווי דיר און ער אטאקירט וועם דו שעצט, גארנישט מער ווי דעם, ער האלט אנדערש ווי דיר און פארטיג.

א רעכטער גוי וואס ליגט אין פאליטיק האט פיינט אנטיפא ביזן טויט פארן חרוב לייגן דאס לאנד צוויי יאר צוריק און פארן הרגענען א רעכטער ביי א פראטעסט אין די סי, די רוסישע סאלדאט איז א גוטע ביישפיל.

בדוו, איך גלייך ווי דו מאכסט שוין אפ אז ער איז געווען פערצן יאר אלט… דו ווייסט וואס די געשיכטע איז געווען דארט? מעיבי א געפעכט איז דארט אנגעגאנגן ביז די טראמפ סעפארטערס האבן געזיגט.
מעיבי דער קריעפ איז אויסגעוואקסן אלס א שלעגער אין באכמוט מיט א גרויסן זי ארעמבאנד. קענסט לאזן דיין דמיון שפאצירן וואו דו ווילסט.

אים נעם פשוט טאקער'ס שילדערונג און איך פראביר דערפון צו דרינגען וואס די ווידעא צייגט.
ער רופט אים קיד דריי אדער פיר מאל, און ער באצייכנט אים אלס א creep, (עפעס פון וואס דו דארפסט זיך עקלען און האבן אפשיי), נישט אלס א שלעגער.

אז דו ווילסט זיך מאכן כאילו איך האב געשריבן אז יענער איז געווען פערצן יאר, (און נישט ווי איך האב געשריבן, ערגעץ צווישן 13-14 און 17-18) בי מיי געסט. איך קען דיר נישט צוריקהאלטן.

די שאדנס וואס די העצע פון רעכטע מידיע דעמאגאגן –מיט טאקער בראש, ביז נישט לאנג צוריק– ברענגען צו מיין איך דאס viewtopic.php?p=4289211#p4289211 און דאס https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 1#p4292371

א רעכטער גוי וואס ליגט פארזונקען אין די רעכטע מידיע עקא-סיסטעם האט פיינט א רייע אינדיווידועלן, גרופעס, אינסטיטוציעס און פירמעס. אריינגערעכנט שפאנישע פרויען און קינדער מיגראנטן אין טעקסאס אזש ער באטראכט זיי ווי וואגנער אינוואדירער וואס זענען לעגעטימע צילן וואס ער מעג קאלטבלוטיג ערמארדן.

_____

@רעגנדיג, צל האט ציטירט די אריגינעלע תגובה איבער טאקער'ס טיפע תשובה געפילן. צל האט נאר צוגעלייגט די ערגסטע ליניע וואס איז נישט געווען אין די אריגינעלע קאמענטאר.
דו האסט אויסגעשניטן די איין ליניע וואס צל האט צוגעברענגט –ווייל עס האט געפעלט– און אים פארגעהאלטן פארוואס ער ברענגט נישט די לעצטע שטיקל, וואס דאס איז יא געווען אין צל'ס ציטירטע תגובה.

אז דו ווילסט אים פארהאלטן פאר אויסלאזן א פונקט וואס דו האלסט איז וויכטיג, מאך זיכער אז דו ביזט נישט דער וואס האט דאס אויסגעשניטן. פארשטייסט?

______
האקט
.
ביטע בארואיגט אייך, איך מיין אז להבדיל טאקער נעמט פאליטיק ווייניגער פערזענליך....
צל האט געשריבן האלבע זאכן שלא כדרכו, דהיינו די נ”י טיימס ארטיקל אויף די נושא האט בעיקר ארויסגעברענגט די ראסיזם פון טאקער, משא”כ דא האט מען אים צוגעשטעלט צו אלע מאסן מערדער ווייל מהאט ארויסגענומען צו איבערטייטשן בעיקר די בארבארישע ווערטער וואס ער איז קלאר מגנה.
איך האף דאס פארענטפערט אלעס.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אבזערוואציע האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 5:16 pm
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 3:51 pm

דיין ערשטע ביישפיל איז פון אן אימיגראנט א פארברעכער, האט גארנישט מיט אנטי אימיגראציע, אדער אנטי אנטי אימיגראציע (ווען ער זאל ווען צילן ווייסע). אגב, דארט וואו עס איז אריגינאל באריכטעט געווארן איז אויך דא א שטיקל אנטי אימיגראנטן בייעס. העמיר עס לאזן פאר א צווייטן מאל.

די צוויי אנדערע זענען גאנץ ווארשיינליך יא מאסן מארד באזירט אויף אנטי אימיגראנטן האס. פונקט ווי די עץ חיים שול מאסן מארד בשעתו.

סיטיס אין טעקסאס זענען אלע רעלאטיוו ליבעראל, און קאליפארניע איז אויך אזוי אנגעפילט מיט אימיגראנטן ווי טעקסאס. ניו יארק סיטי מאנגלט אויך נישט אין אימיגראנטן פון צענטראל און דרום אמעריקע. דאס בארעכטיגט נישט די האס, ליגנט און בילבולים וועלכע רעכטע מידיע פיטערט אירע צוהערער מיט טויטליכע רעזולטאטן.

קיינער אויף סי ען ען, עם עס ען בי סי, אדער סיי וואו איבער די מעינסטריעם צי ליבעראלע צי לינקע צי וואטעווער מידיע רופט נישט פאר טויט אדער אנארכיע, אדער נקמה קעגן רעכטע אמעריקאנער. סארי. קיינער העצט נישט קעגן ווייסע קריסטליכע אמעריקאנער אדער אייראפעער (כ'על דיר אויסזאגן א סוד, זיי זענען אלע אליינס ווייסע קריסטליכע אייראפעישע אמעריקאנער).
פארדאמען געזעצן און געזעצגעבער מיט וועלכע דו ביזט אומאיינשטימיג איז א חלק פון דעמאקראטיע, און איז אלץ געווען די נארם אין אונזער לאנד אויף ביידע זייטן. העצן אומאויפהערליך קעגן פארשידענע גרופעס און מינאריטעטן, ווי עס איז די סדר דורכאויס די רעכטע מידיע קאנאלן אין די לעצטע אכט יאר, איז נישט נארמאל אין א דעמאקראטיע און איז קיינמאל נישט געווען די נארם אין די פאראייניגטע שטאַטן פאר פאקס ניוז, און אויף א ערגערע שטאפל זינט טראמפ איז ארויף אויפן מאפע און טאקער ספעציפיש האט דאס גענומען אויף נאך א ווייטערע שטאפל.
(נעם דעם אלטער העניטי וואס פרעדיגט שוין דרייסיג יארן איבערן גארן לאנד, און ער ווערט נישט באשולדיגט אויף פארשפרייטן העצע דורכאויס זיינע שאוס.)

איבער טאקער אנרופן דעם אנטיפא יוגנטליכן אלס creep, האסטו דורכאויס פארפאסט מיין פונקט. איך וויל ארויסברענגען אז טאקער האט אים נישט באשולדיגט אין שלעגעריי. ער האט אים אנגערופן אנטיפא קריעפ און נישט אנטיפא טהאָג, אדער מאב אדער טעראריסט אד"ג.
די מעשה מיטן אימיגראנט, און די פאקט וואס דו שטעלסט אראפ אומבארעכטיגט אז ניו יארק מוטשעט זיך פונקט ווי טעקסעס (וואס איז א גרויסע ליגנט) ברענגט מיר צום זעלבן פונקט, די אלע שיסערייען וואס דו האסט אראפגעברענגט האט מיט אימיגראנטן און איז שוין א סיבה זיי פיינט צו באקומען, אויב דו האלטסט נישט מיט זיי דרייען איבער דעם שטאט.

די נעא נאצי האבן זיי געפילט פאר וויכטיג צו באטאנען אבער דאס אז ער איז א אימיגראנט נישט און מיר פארשטייען שוין אלע פארוואס טעקסיקאנער אריינגערעכנט ליבעראלן זענען קעגן די אימיגראנטן שטראם.

פליז אבער, לייקן נישט די העצע פון לינקע מידיע אנקעגן פרא לייף רעכטע און אלע אטאקעס אנטקעגן זיי, שווארצע ערמארדען ווייסע פונקט אזוי, ראסיזם? קען זיין.

נישטטא וואס צוצולייגן, אבער עס איז ווערט ארויסצוברענגן די פאקט אז ביי די שיסעריי ווייסט מען גלייך אז דער איז א ראסיסט און נעא נאצי אבער די שיסעריי אויף א קריסטליכע שולע האלט מען שוין וואכן דערנאך אבער די מאטיוו איז עפעס געבליבן אומבאקאנט. אבער מיר ווייסן יא, זי איז געווען אנגעהעצט מיט אנטי רעכטע אנטי רעליגיע העצע פון די לינקע מידיע.

לגבי creep נישט דאס האסטו געזאגט פון אנפאנג, קענסט עס נאך גיין פארעכטן.

דאס אז טאקער איז באשמוצט אלס העצער און הענעטי נישט ווייסמיר אלע, דו אויך. אנטי עסטעבלישמענט, און ער פארמאגט שיטות וואס ברענגט ארויף בייז בלוט, ער איז נישט אלעקס זשאונס און נישט וואפי גאלדבערג וואס רופט אויף הענגען רעכטע אקטיוויסטן (אבער די לינקע זענען וואויל).

איך עגרי זייער ווייניג מיט טאקער אבער איך האב רעספעקט פאר אים מיטן זאגן זאכן וואס קיינער דערוואגט זיך נישט, ער ברענגט מיר אויך ארויף בייז בלוט פון מאל צו מאל אבער מען ברויך וויסן ווי אפצוטיילן צווישן גוט און שלעכט, נישט זיין בלינד לטובת איין זייט.

דאס האבן זיי סוקסעסירט, אנצורופן טאקער רוסישע שפיאן און העצער פאר די אלע וואס הערן אים קיינמאל נישט אויס בכלל. און דאס איז פארוואס יעדע נארמאלע רעכטער האט אין אים געטראפן א געשמאקע רעדנער, און דאס איז פארוואס ער איז עקסטרעם פאפולער, איי קענט העלפ יו.
סאו דאס אז די אימיגראנטן געמיינדע האט געליטן פון צוויי טויטליכע אנטי אימיגראנטן אטאקעס אין א קורצע צייט איז גענוג א גוט סיבה פארוואס זיי פיינט צו באקומען?
און די רוסישע פאגראמטשיקעס צעבליטיגן אידן אין קעשינעוו איז גענוג א גוטע סיבה פאר וואס? און אז נאציס שיסן אידן?

מען טאר נישט פארגעסן אז דיינע זיידעס און באבעס אדער זייערע עלטערן האבן פארלוירן קרובים און געשוויסטער אויף א אינדוסטריאלע פארנעם קוים אכציג יאר צוריק. שרייב נישט אזא סטעיטמענט אין א אידישע פארום.

איך האב נישט געשריבן אז ניו יארק סיטי האט די זעלבע צאל דרום אמעריקאנער מיגראנטן ווי טעקסאס, נאר אז די סיטיס אין טעקסאס זענען אלע רעלאטיוו ליבעראל, אז קאליפארניע האט אן ענליכן צאל צו טעקסאס, און אז ניו יארק סיטי האט אויך א ריזיגע באפעלקערונג פון מיגראנטן. די קאליפארניע בירגער און די ליבעראלע מאיארטיטעטן אין טעקסאס שטעט האבן נישט די זעלבע סארט שנאה צו מיגראנטן ווי אסאך קאנסערוואטיוון, כאטש זיי זענען אסאך מער אויסגעשטעלט זיך צו באגעגענען מיט מיגראנטן פון דרום, ווייל זיי הערן זיך נישט אן מיט רעכטע אנטי-מיגראציע העצע אויף פאקס און פון זייערע ערוויילטע באאמטע.

בכלל, אין דיינע ערשטע דריי פאראגראפן זענען דיינע ערשטע זאצן נישט גענצליך פארשטענדליך וואס זיי האבן מיט די אויספיר.

אז מיין ניו יארק סיטי סיטי סטעיטמענט איז נישט ריכטיג, וועגן דעם איז פארשטענדליך פיינט צו האבן מיגראנטן?

הייבסט אן אז זיי האבן באטאנט נעא נאצי און נישט אימיגראנט איז געדרינגען פארוואס אפילו ליבעראלע טעקסיקאנער האסן די מיגראנטן שטראם?

לינקע העצע קעגן פרא לייף איז אומפארלייקנבאר = שווארצע מארדן ווייסע, ראסיזם?

מעגסט ווען שרייבן קלארער.

מען ווייסט יא, בערך. יענע האט געלערנט אין די קריסטליכע שולע אלס קינד און געמארדעוועט ארטיגע אנוועזנדע פאר אנגעבליכע קריוודעס. איך געדענק נישט די איינצלהייטן, אבער אויב דו ווילסט וועל איך אפילו נאכגעבן אז מידיע קען האבן געהאט אן איינפלוס אויף די אטאקע. פארט נישט גלייך צו די צוויי אטאקעס קעגן מיגראנטן.

איבער טאקער'ס באנוץ פון די ווארט קריעפ. קענסט מיר אנצייגן וואו איך שרייב דאס אין אנפאנג, וואו איך שרייב אנגעבליך אנדערש?

@רעגנדיג, האסט אייביג די אפציע צו קליקן אויפן צווייטן לינק, ליינען די צווייטע סקרינשאט און פירן די שמועס ווייטער ווי א מענטש. אבער ס'איז נישט קיין מאסט.

פאר אנדערע.

אן איינוואוינער אין טעקסאס, אן אימיגראנט גראדע, האט אויסגע'שחט'ן א פאמיליע נאכדעם וואס מען האט אים געבעטן זיך צו האלטן אין די ראמען און נישט עקסערסייזן זיין פאלשע צווייטע עמנדמענט רעכט ווען א קליין קינד שלאפט אין די געגנט.
דאס איז א, ווי מען זאגט, quintessential אמעריקאנער פענאמענאן. האנדלט זיך איין וואפן אומלעגאל, ווערט גערעגט ווען איינער טוט אים א קריוודעלע און נוצט די געווער זיך צו פארטיידיגן קעגן זיינע באקריוודירער.

צייגט דאס אז די אמעריקאנער באציאונגען צו וואפן איז קראנק? ניין. דאס צייגט נאר אז מעקסיקאנער זענען פארברעכער. איי, ענליכע געשיכטעס פאסירן אין אמעריקע אפט, געווענליך דורך אמעריקאנער געבוירענע מענער, און פראפארציאנעל ווייניגער אין אנדערע לענדער אריינגערעכנט אין דרום און אין צענטראל אמעריקע וואו צוטריט צו וואפן איז אסאך מער באגרעניצט. ניין, דאס איז א געלעגנהייט צו באשמוצן אימיגראנטן אין אלגעמיין, אנשטאט קוקן אויפן עכטן פראבלעם אז פארברעכער און אומסטאבילע פארשוינען האבן צו גרינגע צוטריט צו וואפן.

א מענטש אין נארט דעקאטע האט געהאט א היציגע פאליטישע געפעכט מיט א צווייטן און יענעם דערנאך אומגעברענגט. איז דאס די זעלבע ווי אן אנטי מיגראציע עקסטרעמיסט וואס האט אויפגעזוכט מעקסיקאנער מיט וועלכע ער האט קיינמאל נישט אויסגעטוישט קיין ווארט, און אומגעברענגט א האלבע טוץ מענטשן? ניין, אבער צו מינימיזירן די געפאר פון אנטי מיגראציע העצע איז דאס מער ווי גענוג.
אבזערווירער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 5:17 pm
רעגנדיג האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 2:06 pm
ווער רעדט נאך פון דעם גראבן שקר אז לינקע פראפאגאנדיסטן זענען מער איינגעהאלטן ווי די רעכטע.

עה, זיי העצן נישט יומם ולילה קעגן די מאגא עקסטרעמיסטן וואס ברענגען אונטער דאס לאנד אדער קעגן די ראסיסטו וואס נעמען צו פרויען רעכטן, חלילה. זיי זענען נאר מעורר מיט גאר איידעלע דברי מוסר אז מ'זאל זיך אכטונג געבן.

מיט א בלעכענעם פנים, ניטאמאל ווערט ער רויט.
עס נייגערט מיר צו הרב הילדעסהיימער שלאפט יעצט רוהיגער ביינאכט וויבאלד דאן לעמאן פארשפרייט שוין נישט זיין שעדליכע מסוכנ'דיגע האס איבער אמעריקע...
איך האב דעם לעמאן קיינמאל פארזוכט, אבער אז דו זאגסט אז ער פלעגט פארשפרייטן שעדליכע האס קעגן אמעריקא/נער, נו נו. עס איז אלץ גוט אז די מידיע געט נישט א פרייע האנט פאר פרעדיגער צו פארשפרייטן האס קעגן אנדערע.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 6:41 pm
@רעגנדיג, האסט אייביג די אפציע צו קליקן אויפן צווייטן לינק, ליינען די צווייטע סקרינשאט און פירן די שמועס ווייטער ווי א מענטש. אבער ס'איז נישט קיין מאסט.
זייער א שיינע ספין ביסטו אויפגעקומען צו מינימיזירן די שוידער פון דעם אינצידענט, אבער דו קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואס די גיהנם קומט צו א מענטש צו דערמארדן א צווייטן צוליב וואס ער דיסעגריעט מיט אים אין פאליטיק?? איז דען בכלל א ספק אז אזא געמיינע און נידריגע אקט קען נאר קומען אין דירעקטן רעזולטאט פון וויסטע העצע וואס מען הערט זיך צוזאם טאג און נאכט?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רעגנדיג האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 8:18 pm
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 6:41 pm
@רעגנדיג, האסט אייביג די אפציע צו קליקן אויפן צווייטן לינק, ליינען די צווייטע סקרינשאט און פירן די שמועס ווייטער ווי א מענטש. אבער ס'איז נישט קיין מאסט.
זייער א שיינע ספין ביסטו אויפגעקומען צו מינימיזירן די שוידער פון דעם אינצידענט, אבער דו קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואס די גיהנם קומט צו א מענטש צו דערמארדן א צווייטן צוליב וואס ער דיסעגריעט מיט אים אין פאליטיק?? איז דען בכלל א ספק אז אזא געמיינע און נידריגע אקט קען נאר קומען אין דירעקטן רעזולטאט פון וויסטע העצע וואס מען הערט זיך צוזאם טאג און נאכט?
פרעג טאקער פון וואנעט עס קומט צו אים.

ביי יענעם אין טענעסי, איז עס לכאורה נישט געווען צוליב דיסעגריען עס איז לכאורה געווען צוליב ווי אזוי מען האט יענעם געטריט אין שולע דארט.

--------

אז מען רעדט שוין, א פאוסט פון דעם ספאנישן נאצי וואס האט געשאסן אין טעקסאס.

פתח ואמר "אינספייערד ביי די ליבס אף טיקטאק", און ליינט דעם המשך.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג מאי 08, 2023 8:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

איך רעד נישט פון טענעסי, איך האב געלינקט צו עפעס א אלטע מעשה וואס האט באקומען זירא דעקונג בשעתו.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

רעגנדיג האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 8:18 pm
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מאנטאג מאי 08, 2023 6:41 pm
@רעגנדיג, האסט אייביג די אפציע צו קליקן אויפן צווייטן לינק, ליינען די צווייטע סקרינשאט און פירן די שמועס ווייטער ווי א מענטש. אבער ס'איז נישט קיין מאסט.
זייער א שיינע ספין ביסטו אויפגעקומען צו מינימיזירן די שוידער פון דעם אינצידענט, אבער דו קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואס די גיהנם קומט צו א מענטש צו דערמארדן א צווייטן צוליב וואס ער דיסעגריעט מיט אים אין פאליטיק?? איז דען בכלל א ספק אז אזא געמיינע און נידריגע אקט קען נאר קומען אין דירעקטן רעזולטאט פון וויסטע העצע וואס מען הערט זיך צוזאם טאג און נאכט?
איך זאג דען אז די אלגעמיינע פאליטישע אטמאספערע האט זיכער נישט געהאט אן איינפלוס?
איך זאג אז וועט איינער האט א געפעכט מיט אנדערע, צי ווייל יענע האבן אים געבעטן צו פראווענען זיין פאלשע צווייטע אמענדמענט רעכט אביסל שטילער אינעם אנוועזנהייט פון א שלאפענדע בעיבי, צי ווייל זיי האבן געהאט א היציגע אויסטויש איבער פאליטיק, איז דאס נישט גלייך צו א פון-פאראויס פלאנירטע מאסן מארד אויף א גרופע פון אן עטנישע אדער רעליגיעזע געמיינדע מיט וועלכע דער אטאקירער האט נישט געהאט קיין שום דירעקטע קאנטאקט פון פריער.

פארשטייסט?

איינס איז א קאלטבלוטיגע מארד אויף פרעמדע, דער אנדערע איז א היציגע מארד אויף א ספעציפישע פערזאן/פאמיליע.

לאמיר גיין ווייטער.
די שיסעריי פון אן אלטע פרא לייף אקטיוויסטקע אין מישיגען. איך האב געלייענט די דעטאלן אינעם קעיס. יענע האט אריינגעקלאפט צו די צוויי און געהאט א אויסטויש איבער דעם נושא. די פרוי האט געהאט א עקטאפיק פרעגנענסי, און די צוויי האבן געוואלט אז די אקטיוויסט זאל אפטראגן.

ער איז געגאנגען צו זיין שייער נעמען זיין לאנגען שיסער, צוריקגעקומען און איר געשאסן אין אקסל. זי זאגט אז זי איז געווען אויפן וועג ארויס און נישט געהאט א געפעכט אדער געווען פיינטליך ווען ער האט איר געשאסן אין רוקן. ער זאגט אז זי איז געווען ווילד, האט נישט געפאלגט ווען מען האט איר געהייסן פארלאזן די פראפערטי, ער האט געשאסן א ווארענונג שאס און די שאס וואס האט איר באטראפן איז געווען א טעות.

די ארטיגע באאמטע האבן אנגעקלאגט דעם שיסער נאך אן אויספארשונג און אין אלגעמיין, מיין איך, ריכטיג באהאנדלט דעם אינצידענט.

(אינטערעסאנט, אז לויט די רעכטע גאן נאטס איז גענצליך לאגיש אז דער מאן האט געשאסן די אקטיוויסטן פאר טרעספעסינג, בשעת איך וואלט געזאגט אז אויב איז נישט דא א רעאליסטישע געפאר פאר זיין לעבן און וואוילזיין, וואס איז קלאר נישט געווען אין דעם פאל, איז דאס א פשוטע מארד, און דאס האבן א גאן אין יעדן צווייטן הויז –אדער צוויי אין יעדן הויז– אן קיין סיבה און אן קיין נויטיגע טרענירונג איז א חורבן וואס קאסט אסאך מער לעבנס ווי עס ראטעוועט אין זעלבסט-פארטיידיגונג).

עניוועי, איך מיין אז דו וועסט מודה זיין אז די אויבנדערמאנטע געשיכטע איז היפש אנדערש צו ווען א פרא אבארשן אקטיוויסט גייט צו א פרא לייף דעמאנסטראציע און נעמט זיך שיסן אומשולדיגע באטייליגטע, ר"ל, וואס דאס וואלט געווען גלייך צו אינצידענטן אין טעקסאס אין די לעצטע וואך.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

בקיצור האסט אויסגעקליבן זיך צו באציען צו צוויי מעשיות און זיך פארהוילן פון די דריטע.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

רבי, איך האב בעיסיקלי מודא געווען צו דיר און געבעטן זאלסט מיר אנווייזן א לינקע/ליבעראלע/מעינסטריעם/וואטעווער פרעדיגער וואס העצט קעגן ווייסע קריסטן און מיר וועלן אים אינאיינעם פארדאמען. וואס נאך ווילסטו איז זאל טון אז עס זאל נישט ווערן פאררעכנט פארהוילן פון מיין זייט?
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מאנטאג מאי 08, 2023 9:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

זאלסט מיר נישט פארקויפן קיין לאקשן אז די רעכטע פראפאגאנדיסטן העצן אן די מאסן בעת די לינקע זיצן רואיג און מיט איידעלע געלאסענע ווערטער זענען זיי מעורר דעם ציבור.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

איך האב געגעבן א ביישפיל פונעם אלטן העניטי וועלכער קארמעט זיינע צוהערער מיט זיינע נארישקייטן אבער גייט געווענליך נישט אריבער דעם ליניע פון העצן קעגן מינאריטעטן.
איך בין נישט באקאנט מיט לינקע/ליבעראלע/מעינסטריעם/וואטעווער פרעדיגער וואס זענען מער העצעריש ווי העניטי. איך בין זיכער אז עס זענען דא אזעלכע, אבער נישט אויף קיין גרויסע מידיע נעצן וואס האבן א אן אויער ביי מיליאנען אמעריקאנער אויף א טעגליכן פארנעם.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

דיין מיינונג אז העצע איז נאר דא ביי די רעכטע האב איך שוין פריער געהערט אין דיינע לאנגע דעמאגאגישע רעדעס וואס האבן זיך מיטן אמת קיינמאל געזען, ס'איז א שאד די צייט דאס איבערצו'חזר'ן.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
משגיח תמידי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:45 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח תמידי »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:

איך האב דעם לעמאן קיינמאל פארזוכט, אבער אז דו זאגסט אז ער פלעגט פארשפרייטן שעדליכע האס קעגן אמעריקא/נער, נו נו. עס איז אלץ גוט אז די מידיע געט נישט א פרייע האנט פאר פרעדיגער צו פארשפרייטן האס קעגן אנדערע.
אונטרעסאנס, איינער וואס הערט נאהר שלעכטס אויף די רעכטע זייט און וואס מען קען נאהר דרייט ער אויס שלעכט אויף די רעכטע זייט, קען שרייבן אז ער האט דעים לעמאן קיינמאהל פארזוכט
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2245
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טאקער קארלסאן - טעלעוויזיע שאו האוסט - אראפ פון פאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

ס'איז ממש א שאד די גאנצע אמפעריי דא.

פארשפרייטן העצע איז א חלק פון די נאטור פון פאליטיק , פאליטיק גייט שוין אן כמעט זינט די וועלט באשאף, נאר ביז 300 יאר צוריק איז נאר געליגען פאליטישע מאכט ביי איינצעלע דערפאר איז די העצע בלויז געווען א מלחמה צווישן די עליטע , שפעטער איז עס אויסגעשפרייט געווארן אין הייזער פון רעפרעזענטיוון און צו די מאסן וויבאלד פאליטישע מאכט האט זיך אויסגעשפּרייט.
ביז אפי' פערציג יאר צוריק איז נישט געווען אזוי שייך גלייך צו וויסן פונקטליך וואס מיין רעפרעזענטעטיוו האט געוויילט פאר אויף יעדע קליינע ביל דערפאר איז איינפלוס אין די געזעץ הייזער געווען וויכטיגער, היינט זענען זיי מער געבינדן צו די וויילער דערפאר איז מער פון די איינפלוס וויכטיגקייט אריבער צו די מאסן.

כדי צו פאראויס שטופן א פאליטישע אגענדע/וויזיע גוטע צו שלעכטע דארף מען סיי ארויסברענגן מעלות פון די אגענדע און סיי העצן אויף די חסרונות און חרבן פון די צד שכנגד.

יעצט צו אויפווייזן ווער עס העצט מער דארף מען א גרינטליכע אנאליז אויף מיליאנען שעות פון ווידעא אודיא און מיליאנען ארטיקלען, דערנאך דארף מען לייגן א לעוועל נומער אויף יעדע סטעיטמענטס ווי שטארק עס העצט און ווי סאך איז עס ווערט קעגן א מינוט אדער פאראגראף אויף א נידעריגערע שטאפל , דערנאך קענסטו אפשר זאגן אז דער העצט מער אבער עס איז א קלענערע פראצענט פון זיין קאנטענט... ואין לדבר סוף .

אנעקדאטן איז נוצלאז און וועט קיינעם נישט איבערצייגן.

לסיכום העצע איז א חלק פון פאליטיק און פאליטיק איז א חלק פון די וועלט'ס נאטור.

א רויטע ליניע איז רופן פאר פיזישע וויילנס, וואס דאס איז א פארברעך און קען באשטראפט ווערן דורך די געזעץ.
מ'קען נישט איינם באשילדיגן אז ער האט געהעצט צו געוואלטאטן וויבאלד ער האט געהעצט פאליטיש- זעלבסט פארשטענדליך וויבאלד עס איז א חלק פון לעבן. און דערפאר איז די געזעץ אזוי געווארן אויסגעשטעלט.

דשאסט מיי אפיניאן..
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”