ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

אזוי ווי איר הערט, ניו יארק סיטי פארט און די דירעקציע אויסציזעהן ווי ווארשע נאכ'ן קריג.

עס איז נישט קיין סוד אז ניו יארק סיטי האט די לעצטע פאר יאר פארלוירען די גלאנץ, אלס די פינאנציעלע הויפטשטאט פון די וועלט. מיט די אויפשטייג פון די אינטערנעט איז די וועלט געווארען ווייניגער און ווייניגער אנגעוואנדען און די זאך וואס הייסט לאקאציע.

אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט אויב האט מען געוואלט טון ביזנעס האט מען געדארפט גיין צן א פינאנציעלע צענטער און האנדלען אין וואנדלען, זיצען מיט סטאק בראויקער'ס, באנקירען, סוחרים וכד'ו.

מיט די אויפשטייג פון די געוועב איז לאקעישען געווארען אסאך ווייניגער רעלעוואנט, ובפרט זייט קאוויד ווען מען האט זיך צוגעוויינט צי ארבעטן רימאויטלי, היינט קען מען מאכן די גרעסטע ביזנעס מיטינג'ס אויף זאאם ווען אלע באטייליגטע זיצען צוטיילט און אנדערע קאנטינענטען.

קאוויד איז געווען די מכה בפטיש פון פינאנציעדע דיסטריקט'ס, און די גרעסטע מעטראפאליטאן עריע'ס און אמעריקע, ווי ניו יארק, על עי, און אין יוסטאן, שטייען שווערע טויזענטער היי קלעס סקיי סקרעיפער אפיס בילדינג'ס און דאוינטאוין ביזנעס דיסטריקט'ס פוסט און לער. מען רעדט פון הערליכע היי רייז בילדינג'ס.

די אינוועסטער'ס וואס האבן געקויפט/געבויעט די בילדינג'ס פאר שווערע מיליאנען קענען נישט מאכן מער קיין פעימענט'ס און זיי לאזן די בילדינג'ס פאלן פאר פארקלויזשער'ס, ווי פרישע אינוועסטער'ס קויפן זיך איין די בנינים פאר בחינם ממש.

פרי קאוויד האט א דאוינטאוין אויסגע'קוקט ווי א דאויטאוין, פאויסט קאוויד קוקען די דאוינטאוינ'ס אויס ענדערש ווי א גאויסט טאוין, שטייען ריזיגע פינאנציעלע דיסטריקט'ס מיט ריזיגע בנינים ואין עובר ושב.

די לאקאלע גאווערמענט'ס און די אלע שטעט האבן זיך דערזעהן מיט די פראבלעם, האבן זיי אנגעהויבען אומאפיציעל איינצוליידאנען אינוועסטאר'ס זאלן אפקויפן די בנינים פאר ליטערלי פעני'ס, און קאנווערטן די אפיס בילדינג'ס צו שיינע גרויסע פענסי אפארטמענט'ס בילדינג'ס, און עקסטשעינדזש פאר ריזיגע טעקס ברעיק'ס וכד'ו, אזוי וועלן די שטעט צוריק אויפבליען.

אלע שטעט האב איך געזאגט? ניין נישט ממש אלע, אלע אויסער ניו יארק סיטי.

לאויער און מידטאוין מענהעטען וואס פלעגן זיין די פינאנציעלע הויפטקווארטיר פון די וועלט, זיצען מיט איבער 50% אפיס וועקענסי, ריזיגע אפיס בילדינג'ס וואס און די נישט ווייטע פארגאנגענהייט האבן זיך פארקויפט פאר איטליכע אלפים א סקווער פיס פארקויפען זיך יעצט פאר אינטער $400 א ס''פ, זענען דא אויך אנגעקומען אינוועסטער'ס און איינגעקויפט מציאות, אבער זיי האבן זיך ביטער טועה געווען.

ניו יארק סטעיט איז גע'בענטשט מיט א סטעיט קעפיטאל און אלבעני, וואס באשטייט פון מענטשן וואס צי זאגן אז א פערד איז שוין קליגער פון זיי איז א אנדער'סטעיטמענט, געוויסע פון זיי ריפען זיך סתם ליבעראל'ס געוויסע רופען זיך וואויק און געוויסען ריפען זיך (סארי אנדערע) אלטרא מאגא.

הכלל, די ליבעראלע רוחות און וואשינגטאן האבן אפגעמאכט אז צו זיין א רעזידענשאל לענדלארד און ניו יארק סיטי איז א קריים, זיי מאלן אראפ א בילד אז לענדלארדס זענען שילדיג און די הויכע רענט פרייזן וכדו'
ביז היינט ווען אלבעני האט נאך פארמאגט עפעס שכל און זיך, האבן זיי געוואויסט וויאזוי צו לויפן צווישען די טראפן, ד''ה פון איין זייט האט מען זיך געשטעלט אויף די זייט פון טענענט'ס, מען האט איינגעפירט כל ערליי אפערדעבעל האויזינג פראויגרעמ'ס וכדו', אבער מען האט גע'לאזט די לענדלארד'ס מער ווייניגער לעבן, און ווי אויך האט מען סופארטעד דיוועלאויפער זאלן אינטערנעמען נייע דיוועלאויפמענט'ס אזוי זאל די סופליי פון אפארטמענט'ס מער ווייניגער מיטלויפען מיט די דימענד

איז אבער ויקם מלך חדש, אלבעני איז געווארען איבערגענימען דורך די וואויק אלטרא משוגעים, וואס פארשטייען נישט די קאנצעפט אז כדי עס זאל זיין דירות ברויך זיין לענדלארד'ס, זיי פארשטייען אז אפארטמענט בילדינג'ס וואקסט דורכן איינפלאנצען, און אויב גייט מען ארויסשיקען אלע לענדלארד'ס פון ניו יארק סיטי גייען פרייזן פאלן ווייל עס גייט נישט ציקומען קיין נייע סופליי.

עטץ פארשטייטס נישט די קאנצעפט ווייל עטס זענץ נישט און אלבעני, אבער די געלערנטע אלבעני חברה פארשטייען עקאנאמיק'ס, אז ווי גרעסער די סופליי פון אפארטמענט'ס אלץ טייערער איז די רענט, און ווי קלענער די סופליי אלץ ביליגער איז די רענט

ממש אזוי שרייען זיי, עס איז דא א געפערליכע האויזינג קריזיס און ניו יארק סיטי, פרייזן סקיי ראקן, און שולדיג זענען די לענדלארדס וואס בויען דירות און זיי לייגען צו סופליי, אוטאמאטיש ווערט גרעסער די דימענד.

האסט נישט פארשטאנען? איך אויך נישט!

אזוי האבן זיי די לעצטע 5 יאר אנגעהויבען דורכציפירען ממש חוקי סדום אקעגן לענדלארד'ס און דיוועלאפער'ס, ווייל מען דארף דאך סאלווען די האויזינג קריזיס וואס שולדיג זענען די לענדלארד'ס און דיוועלאפער'ס וואס שטעלן צו די סופליי.

די גרעסטע געזעץ וואס זיי האבן דורכגעפירט איז געווען און 2019 ווען זיי האבן געמאכט די רענט סטעיבעלעזעישען לאוי פערמענענט, און אוועקגענימען אלע לאפ-האויל'ס (וואס זייערע פאראויסגייער און אלבעני האבן דירעקט איבער געלאזט) וויאזוי מען קען דיסטעיבעלייזען א אפארטמענט.

די פאזיטיווע רעזאלטאטען פון די געזעץ האט נישט געשפעטיגט צו קומען, לענדלארד'ס האבן אויפגעהערט צו מעינטעינען די רענט סטעיבעלייזד בילדינג'ס, בענק האבן אויפגעהערט בארגען געלט אויף רענט סטעיבעלייזד עסעט'ס, און אפילו בענק וואס האבן נאך יא געבארגט האבן נישט גע'האלטן ביים בארגען אויף די וועליו פון די פריערדיגע לאוינ'ס, לענדלארד'ס האבן אוועקגעוואקט פון זייערע רענט סטעיבעלייזד עססעט'ס, די DHCR וואס ריקארדעד די רעדזשיסטערד רענט פון די רענט סטעיבעלייזד עססעט'ס, באריכטן אז זייט 2019 האבן 100ער טויזענטער ר''ס אפארטמענט'ס וואס פלעגן פיילען רענט אויפגעהערט צי פיילען, פשוט די אפארטמענט'ס זענען ארויס פון באנוץ.

ווי עקספעקטעד האט די געזעץ טאקע בארואיגט די האויזינג קריזיס, זייט 2019 איז די רענט און ניו יארק סיטי ארויפגעפארן מיט א נישטיגע 30% א יאר, אנדערש ווי פאר די געזעץ ווען עס פלעגט ארויפפארן מיט אסטראנאמישע 5-6% א יאר.

איין מינוט! וואס האט דאס געהאלפן פאר טענענט'ס? נעה, איך קען מן הסתם נישט אזוי גוט רעכענען ווי אלבעני. ווייל און אלבעני ווייסט מען אז ווי העכער די סופליי אלץ העכער איז די רענט און ווי קלענער די סופליי אלץ נידריגער איז די רענט.

לאמיר איבערחזר'ן נאכאמאל די אלבעני אקענאמיקס: סופליי און דימענד, ווי שטערקער די סופליי אלץ שטערקער די דימענד, ווי קלענער די סופליי אלץ קלענער די דימענד.

זעהט אויס אז די חברה וואס קענען מהפך זיין סדרי בראשית מיטן פראדוצירען 5 נייע דזשענרדער'ס, קענען אויך מהפך זיין סדרי עקאנאמיק'ס. ווער ווייסט.

זעהענדיג די גרויסע הצלחה וואס זיי האבן געהאט מיט די 2019 געזעצן, און די פאזיטיווע רעזאלטאטן וואס עס האט איבערגעלאזט אויף די האויזינג קריזיס, האבן די חברה באשלאסן צו גיין אלל די וועי און די וואנט אריין. זיי האבן אנגעהויבען דורכצופירען פיל מיט קרומע געזעצן קעגן לענדלארד'ס, ווייל אז מען גייט ארויסטרייבן די לענדלארד'ס פון ניו יארק און זיי גייען מער נישט מעינטעינען די אפארטמענט'ס, און דיוועלאפער'ס גייען נישט בויען קיין נייע אפארטמענט'ס, גייט דאך די סופליי ווערן טייטער און די רענט גייט אראפקומען.

אזוי איז עס געפארן פון נישט קענען עוויקטן קיין טענענט'ס און ניו יארק סיטי דורינג קאוויד, ביז די רשעות פון נישט קענען עוויקטן ביז א יאר נאכן באקומען ERAP, לענדלארד'ס טארן נישט מאכן קיין בעקגראוינד טשעק'ס אויף טענענט'ס וכו'

אזוי קימען די חברה אויף יעדע שטיק צייט מיט נאך איידיע'ס וויאזוי צו לעזן די האויזינג קריזיס.

א האלבע יאר צוריק האט אבער אלבעני געכאפט א גוטע פראסק, און די נאוועמבער אלעקשענ'ס זענען די וואויטער'ס אריינגעקומען און די מאסן וואויטן קעגן די וואויק חברה און אלבעני, אויף אזוי ווייט אז די ריפאבליקאנער ליע זעלדין האט כמעט באזיגט רעביצין האויקעל.

איינצעלע און אלבעני אריינגערעכענט האויקעל האבן געכאפט די מעסעדזש, אז די וויילער זענען ענדערש אינטערסירט און א בליענדע סיטי, מיט לאוי קריים, ווי א סיטי און דיקליין מיט נאוי ניו קאנסטראקשען פערמיט'ס, און ווי פארברעכער פארמערן זיך ווי שוואמען נאך א רעגן. אבער רוב אלבעני האט באקומען די מעסעדזש אז די לינקע האבן פארלוירען ווייל זיי זענען נישט געווען געניג וואויק.

רעביצין האויקעל האט פרעפאויזד א נייע בודזשעט ווי זי האט פרובירט אביסל צי פאררעכטן וואס מען האט פארדארבען, זי האט געוואלט ריניוען די 421A פראגראם, וואס אנדעם איז נישט מעגליך צו בויען און די סיטי.

זי האט געוואלט ריזאוינען לאויער מאנהעטן אז מען זאל קענען קאנווערטן די אלע ליידיגע אפיס בילדינג'ס פאר פרישע אפארטמענט'ס, הייבן די FAR לימיט'ס וכד''ו.

אבער זי טאפט א וואנט און אלבעני, די וואויק זענען ביזי וויינען וועגן דענסיטי, ווי קען מען צולאזן אזא טייטע דענסיטי, עס שאדט דאך פאר די ענוויירעמענט,

אפיס בילדינג'ס און קאמיוניטי פאסלילטי'ס קען מען בויען עד לב השמים, אבער רעזידענשעל אפארטמענט'ס איז א פראבלעם מיט דענסיטי, און ווי אויך גייט עס שאטן פאר די האויזינג קריזיס, ווייל אז מען לאזט דיוועלאויפער'ס בויען נייע אפארטמענט'ס גייט דאך ווערן גרעסער די סופליי וואס הייבט די דימענד מיט די פרייזען.

די רעזולטאטען: אינוועסטער'ס האבן זייט קאוויד אנגעהויבען איינזעהן אז עס לוינט זיך שוין מער נישט צי פייטן סיטי האלל, ניו יארק סיטי פארקויפט שוין נישט גארנישט אז עס זאל זיך דא לוינען צו בויען, זיי לויפן אלע אוועק צי רויטע סטעיט'ס ווי פלארידע און טעקסעס ווי זי נעמען איבער אפיס בילדינג'ס פאר ביליג, קאנווערטן עס פאר אפארטמענט'ס, אא''וו

אז די האויזינג קריזיס איז געווארען גרעסער, און מען בויעט נישט קיין נייע אפארטמענט'ס, און קריים איז סקיי ראקינג, לאזן צענדליגער טויזענטער איינוואוינער איבער די סיטי און לויפען קיין יונייטעד רעד סטעיט'ס אף אמעריקע.

מיט די ליידיגע סקיי סקרעיפער'ס און מאנהעטען, און די דיקליינינג נעישען, האלט ניו יארק סיטי אויפן וועג אויסצוקוקען ווי ווארשע נאכן קריג.

פארשטייט זיך אז די אלע פראבלעמען זענעו שולדיג די לענדלארד'ס… לחיים…
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

זייער שיין!!

די מצב איז טאקע שרעקלעך
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3600
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

די erap און די 421a דאס איז יא גיט...
וויין ווילסטו טרינקן באט נישט ווערן שיכור...
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
די גוטע פעטער
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:02 pm

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גוטע פעטער »

גאר גוט ארויסגעברענגט מברויך דאס איבער טייטשן אויף אלע 70 לשונות און ארים שיקן אל אוויער
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

שטותים והבלים אויסגעזויגן פון די רעכטע פאקס שקרים.

ניו יארק סיטי איז די סענטער און לייב פון ריעל עסטעיט, רבי איד דו לעבסט אין א חלום.

מיר געפעלט נאר ווי אלע חברה זאגן אז ניו יארק סיטי איז ליידיג און א שורה דערויף שרייבט מען אז טרעפיק און צושטופטקייט איז אומדערטרעגליך, נעבעך שטא ווער סאל לאכן.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

איך זוך צו קויפן א ניו יארק סיטי בילדינג מיט א 7 קעפ רעיט, לשיטתך איז דא א צווייטער דיטראוט, קענסט פארדינען בראקערעזש ברענג מיר א בילדינג.

latter
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

Wow you are massive
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

ייש"כ פאר דיין זאפטיגע אנאליז פון די מציאות, זייער שוין ארפגעלייגט די טרוקענע מציאות פון דעם געווארענעם סדום, וואס פלעגט אמאל הייסן ניו יארק.
100% זיכער נישט קיין שום ספק
בויען פרייליכערהייט
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2023 12:23 pm

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויען פרייליכערהייט »

בעריש'ל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 8:43 am
איך זוך צו קויפן א ניו יארק סיטי בילדינג מיט א 7 קעפ רעיט, לשיטתך איז דא א צווייטער דיטראוט, קענסט פארדינען בראקערעזש ברענג מיר א בילדינג.
נישט אריינגיענדיג צי ער איז באמת גרעכט.וואס ער זאגט איז אז די נוי יארק סיטי הויז איז מער נישט ווערט צי האלטן פאר א 3 קעפ רעיט,צוליב וואס עס מאכט ציפיל קאפוויי,ממילה לאזן עס באלעבאטים שוואך ווערן.איז עס שוין נישט קיין 7 קעפ די נעכטיגע 3קעפ ווייל די רענט פארט אראפ
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 8557
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

זייער גוט געשריבען!!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
ווארען באפעט
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2023 3:09 pm

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארען באפעט »

בעריש'ל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 8:39 am
שטותים והבלים אויסגעזויגן פון די רעכטע פאקס שקרים.

ניו יארק סיטי איז די סענטער און לייב פון ריעל עסטעיט, רבי איד דו לעבסט אין א חלום.

מיר געפעלט נאר ווי אלע חברה זאגן אז ניו יארק סיטי איז ליידיג און א שורה דערויף שרייבט מען אז טרעפיק און צושטופטקייט איז אומדערטרעגליך, נעבעך שטא ווער סאל לאכן.
איר האט ווארשיינדלעך נישט געלעזט זיין ארטיקל

ער האט נישט געשריבען אז ניו יארק סיטי איז ליידיג, אדרבה ער האט געשריבען אז עס איז דא א האויזינג קריזיס,

ער האט געשריבען אז די ניו יארק סיטי אפיס בילדינג'ס שטייען ליידיג, וואס דאס איז די מציאות

איך ווייס נישט צי איר ווייסט, אבער עס טוט זיך א מאסן ארויסוואנדערינג פון ניו יארק סיטי, וואס ווערט נאך נישט ריפלעקטעד אויף די האויזינג מארקעט ווי @פאסט טרעגער האט זייער שיין ארויסגעברענגט, וויבאלד עס איז דא לאוי סופליי, וואס לויפט נישט נאך די נאטירליכע וואויקס טראץ די ארויסוואנדערונג

טאקע צוליב די ארויסוואנדערונג האבן ניו יארק און קאליפארניע פארלוירען קאנגרעסיאנאלע זיצען צו פלארידע און טעקסעס
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

בעריש'ל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 8:43 am
איך זוך צו קויפן א ניו יארק סיטי בילדינג מיט א 7 קעפ רעיט, לשיטתך איז דא א צווייטער דיטראוט, קענסט פארדינען בראקערעזש ברענג מיר א בילדינג.
בעריש'ל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 8:39 am
שטותים והבלים אויסגעזויגן פון די רעכטע פאקס שקרים.

ניו יארק סיטי איז די סענטער און לייב פון ריעל עסטעיט, רבי איד דו לעבסט אין א חלום.

מיר געפעלט נאר ווי אלע חברה זאגן אז ניו יארק סיטי איז ליידיג און א שורה דערויף שרייבט מען אז טרעפיק און צושטופטקייט איז אומדערטרעגליך, נעבעך שטא ווער סאל לאכן.
אז ער איז גערעכט ווייסטו אויך, ימים בילדינגס שטייען כמעט ליידיג און אסאך האבן עס שוין געגעבן פאר די באנק (אויפגעהערט צאלן) אבער אז די פרעגסט אזוי תמימותדיג (ווייל די ביסט א דעמאקראט) זעה דא איינס פון וואס האלט אין איין אנקומען.
Screenshot 2023-03-28 094328.jpg
Screenshot 2023-03-28 094328.jpg (95.67 KiB) געזען 4112 מאל
נ.ב. עס איז זיכער אז די ביסט נישט קיין לענדלארד.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

KMW האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 9:47 am

איך האלט דיר נישט ביים ענטפערן ווען דו אטאקירסט פערזענליך, דעמאקראט איז א שפעט נאמען ביינונז. איך בין נישט קיין דעמאקראט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6206
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

תגובה דורך בניהו »

דו ביסט עוסק אין ריעל עסטעיט? ביטע ענטפערן יא אדער ניין.
אני הוא הנער, נער המדבר
קשורה בנפשו
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am

תגובה דורך קשורה בנפשו »

ניו יארק סיטי קוקט אויס ווי ווארשע נאכן קריג?

א בוידעם! גאנץ ניו יארק קוקט אויס ווי פוילן נאכן קריג!

וואספארא שבעה מדורי גהנום מען דארף דורכגיין ביז מען זעהט ארויס א נארישע בהמה אין ניובערג וואס איז שולדיג צום ווייניגסטנס צען אלפים.

און זי צאלן נישט ווייל די אפארטמענט האט א לעכל נעבן די ווינדאו און די הייצונג האט זיך איינמאל אויסגעלאשן אינמיטן ווינטער

דו בהמה צאלסט דאך פעניס פאר די אפארטמענט!

די ביוקראטיע וואס מען דארף דורכגיין ביז מען זעהט ארויס א טענעט איז אנבעליוועבל.

די גאווערנמענט ווייזט פשוט פאר לענדלארס גייטס ענק פון דא, ווי דער פותח האשכול האט ארויסגעברענגט וועט דאס דאך לעזן דעם פראבלעם פון הויכע רענט.

עס איז א הארץ ווייטאג ווען מען זעהט ווי אינגעלייט זיצן מיט לאונ'ס אויף א דירה'לע וואס זיי האבן געקויפט פאר אינוועסטמענט אבער דער טענענט צאלט נישט און ביז מען קען יענעם ארויסזעהן איז ער שוין אונטער חבות.
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

בעריש'ל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 10:43 am
KMW האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 9:47 am
בעריש'ל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 8:43 am
איך זוך צו קויפן א ניו יארק סיטי בילדינג מיט א 7 קעפ רעיט, לשיטתך איז דא א צווייטער דיטראוט, קענסט פארדינען בראקערעזש ברענג מיר א בילדינג.
בעריש'ל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 8:39 am
שטותים והבלים אויסגעזויגן פון די רעכטע פאקס שקרים.

ניו יארק סיטי איז די סענטער און לייב פון ריעל עסטעיט, רבי איד דו לעבסט אין א חלום.

מיר געפעלט נאר ווי אלע חברה זאגן אז ניו יארק סיטי איז ליידיג און א שורה דערויף שרייבט מען אז טרעפיק און צושטופטקייט איז אומדערטרעגליך, נעבעך שטא ווער סאל לאכן.
אז ער איז גערעכט ווייסטו אויך, ימים בילדינגס שטייען כמעט ליידיג און אסאך האבן עס שוין געגעבן פאר די באנק (אויפגעהערט צאלן) אבער אז די פרעגסט אזוי תמימותדיג (ווייל די ביסט א דעמאקראט) זעה דא איינס פון וואס האלט אין איין אנקומען.

Screenshot 2023-03-28 094328.jpg

נ.ב. עס איז זיכער אז די ביסט נישט קיין לענדלארד.
איך האלט דיר נישט ביים ענטפערן ווען דו אטאקירסט פערזענליך, דעמאקראט איז א שפעט נאמען ביינונז. איך בין נישט קיין דעמאקראט.
אנטשולדיגט.. איי געס א RINO
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

געוואלדיג גוט געשריבן, ברויך מען דאס איבערטייטשן און אריינלייגן און נ״י טיימס פאר באצאלט אויפן פראנט פעידש
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

יישר כח פאר אלע באדאנקער'ס

נישט קיין גרויסע חידושים, פשוט אנגערירט א טיפה מן הים פון די טיפשות פון די ליבעראלען און ניו יארק, און ווי זיי שיסען זיך אליין און די פיס און ברענגען זיך אינטער בידים

מען קען נאך אריינגיין אסאך טיפער, ואי''ה עוד חזון למועד
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

קשורה בנפשו האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 11:01 am
ניו יארק סיטי קוקט אויס ווי ווארשע נאכן קריג?

א בוידעם! גאנץ ניו יארק קוקט אויס ווי פוילן נאכן קריג!

וואספארא שבעה מדורי גהנום מען דארף דורכגיין ביז מען זעהט ארויס א נארישע בהמה אין ניובערג וואס איז שולדיג צום ווייניגסטנס צען אלפים.

און זי צאלן נישט ווייל די אפארטמענט האט א לעכל נעבן די ווינדאו און די הייצונג האט זיך איינמאל אויסגעלאשן אינמיטן ווינטער

דו בהמה צאלסט דאך פעניס פאר די אפארטמענט!

די ביוקראטיע וואס מען דארף דורכגיין ביז מען זעהט ארויס א טענעט איז אנבעליוועבל.

די גאווערנמענט ווייזט פשוט פאר לענדלארס גייטס ענק פון דא, ווי דער פותח האשכול האט ארויסגעברענגט וועט דאס דאך לעזן דעם פראבלעם פון הויכע רענט.
ריכטיג,אגב איינע פון די פראפאויזעל'ס וואס האויקעל האט געהאט אריינגעשטעלט און די בודזשעט איז, אז מען זאל מאכן א נייע 421A פראגרעם ספעציעל פאר אפסטעיט ניו יארק (ראטשעסטער, באפעלא און סיריקיוס וכד'ו) אבער אלבעני האט עס אויך אפגעווארפען.

איך האב באמת רחמנות אויף האויקעל, זי פרובירט צו פאררעכטן אבער זי האט נישט מיט וועם צו גיין צום טיש
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

קשורה בנפשו האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 11:01 am
ניו יארק סיטי קוקט אויס ווי ווארשע נאכן קריג?

א בוידעם! גאנץ ניו יארק קוקט אויס ווי פוילן נאכן קריג!

וואספארא שבעה מדורי גהנום מען דארף דורכגיין ביז מען זעהט ארויס א נארישע בהמה אין ניובערג וואס איז שולדיג צום ווייניגסטנס צען אלפים.

און זי צאלן נישט ווייל די אפארטמענט האט א לעכל נעבן די ווינדאו און די הייצונג האט זיך איינמאל אויסגעלאשן אינמיטן ווינטער

דו בהמה צאלסט דאך פעניס פאר די אפארטמענט!

די ביוקראטיע וואס מען דארף דורכגיין ביז מען זעהט ארויס א טענעט איז אנבעליוועבל.

די גאווערנמענט ווייזט פשוט פאר לענדלארס גייטס ענק פון דא, ווי דער פותח האשכול האט ארויסגעברענגט וועט דאס דאך לעזן דעם פראבלעם פון הויכע רענט.
לויט דיין חשבון וואלטן די לענלארד געדארפט וועלן פארקויפן די עקלדיגע אפארטמענט בילדינגס, נו? גיי טרעף מיר א בילדינג.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6206
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

בניהו האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 10:53 am
בעריש'ל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 8:39 am
שטותים והבלים אויסגעזויגן פון די רעכטע פאקס שקרים.

ניו יארק סיטי איז די סענטער און לייב פון ריעל עסטעיט, רבי איד דו לעבסט אין א חלום.

מיר געפעלט נאר ווי אלע חברה זאגן אז ניו יארק סיטי איז ליידיג און א שורה דערויף שרייבט מען אז טרעפיק און צושטופטקייט איז אומדערטרעגליך, נעבעך שטא ווער סאל לאכן.
דו ביסט עוסק אין ריעל עסטעיט? ביטע ענטפערן יא אדער ניין.
ביטע ענטפערן.

עט ליעסט אויב איר האט לעצטנס געזעהן א P&L פון א ריעל עסטעיט פירמע
אני הוא הנער, נער המדבר
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

בעריש'ל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 4:24 pm
קשורה בנפשו האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 11:01 am
ניו יארק סיטי קוקט אויס ווי ווארשע נאכן קריג?

א בוידעם! גאנץ ניו יארק קוקט אויס ווי פוילן נאכן קריג!

וואספארא שבעה מדורי גהנום מען דארף דורכגיין ביז מען זעהט ארויס א נארישע בהמה אין ניובערג וואס איז שולדיג צום ווייניגסטנס צען אלפים.

און זי צאלן נישט ווייל די אפארטמענט האט א לעכל נעבן די ווינדאו און די הייצונג האט זיך איינמאל אויסגעלאשן אינמיטן ווינטער

דו בהמה צאלסט דאך פעניס פאר די אפארטמענט!

די ביוקראטיע וואס מען דארף דורכגיין ביז מען זעהט ארויס א טענעט איז אנבעליוועבל.

די גאווערנמענט ווייזט פשוט פאר לענדלארס גייטס ענק פון דא, ווי דער פותח האשכול האט ארויסגעברענגט וועט דאס דאך לעזן דעם פראבלעם פון הויכע רענט.
לויט דיין חשבון וואלטן די לענלארד געדארפט וועלן פארקויפן די עקלדיגע אפארטמענט בילדינגס, נו? גיי טרעף מיר א בילדינג.
דו וועסט קויפן א בילדונג יעצט? אויב יא, וואס גייסטו מיט דעים אז עס קומט נישט אריין קיין פראפיט? די גייסט אנזעצן?

די אלע לענדלארדס וואס זיצן מיט ליידיגע בנינים, זוכן מיט לעכט ווער עס זאל עס קויפן, אבער אוודאי איז נישט דא קיין קונים, וועלכע נער גייט עפעס קויפן וואס ער קען נישט פארדינען פון דעים?

סלאווא ניו יארקע!!!
וועגן שטעגן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועגן שטעגן »

בעריש'ל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 4:24 pm
קשורה בנפשו האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 11:01 am
ניו יארק סיטי קוקט אויס ווי ווארשע נאכן קריג?

א בוידעם! גאנץ ניו יארק קוקט אויס ווי פוילן נאכן קריג!

וואספארא שבעה מדורי גהנום מען דארף דורכגיין ביז מען זעהט ארויס א נארישע בהמה אין ניובערג וואס איז שולדיג צום ווייניגסטנס צען אלפים.

און זי צאלן נישט ווייל די אפארטמענט האט א לעכל נעבן די ווינדאו און די הייצונג האט זיך איינמאל אויסגעלאשן אינמיטן ווינטער

דו בהמה צאלסט דאך פעניס פאר די אפארטמענט!

די ביוקראטיע וואס מען דארף דורכגיין ביז מען זעהט ארויס א טענעט איז אנבעליוועבל.

די גאווערנמענט ווייזט פשוט פאר לענדלארס גייטס ענק פון דא, ווי דער פותח האשכול האט ארויסגעברענגט וועט דאס דאך לעזן דעם פראבלעם פון הויכע רענט.
לויט דיין חשבון וואלטן די לענלארד געדארפט וועלן פארקויפן די עקלדיגע אפארטמענט בילדינגס, נו? גיי טרעף מיר א בילדינג.
איינער האט דיר געברענגט בילדינגס דא אויבן , אפשר לאמיר עס צונעמען און זען טאמער עס איז גוט פאר דיר, וואס איז שלעכט מיט יענס?
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

בניהו האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 4:25 pm
בניהו האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 10:53 am
בעריש'ל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 8:39 am
שטותים והבלים אויסגעזויגן פון די רעכטע פאקס שקרים.

ניו יארק סיטי איז די סענטער און לייב פון ריעל עסטעיט, רבי איד דו לעבסט אין א חלום.

מיר געפעלט נאר ווי אלע חברה זאגן אז ניו יארק סיטי איז ליידיג און א שורה דערויף שרייבט מען אז טרעפיק און צושטופטקייט איז אומדערטרעגליך, נעבעך שטא ווער סאל לאכן.
דו ביסט עוסק אין ריעל עסטעיט? ביטע ענטפערן יא אדער ניין.
ביטע ענטפערן.

עט ליעסט אויב איר האט לעצטנס געזעהן א P&L פון א ריעל עסטעיט פירמע
יא איך האב געזעהן די פיילס פון די נאנט, און רוב מענטשן צאלן די רענט אין צייט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”