דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג פארענדיגט ב”ה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3503
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

באשיינפערליך האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 9:25 am
Jhon האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 2:18 am
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 12:56 am
@רעגנדיג
מהאמיר א שאנס צו האבן נאך א 'רעגן' פאר יו"ט???
ביסט אייזן גוט... קופער פעסט... זילבער מעכטיג... און גאלד פרעכטיג... (גענוג? אממ ניין! נישט פאר רעגנדיג!! אקעי) דיאמאנט נארהאפטיג... און בריליאנט דויערהאפטיג...
פליז פליז לאז אונז נישט ווארטן א גאנצע וואך.

צום אנאליז:
פארוואס אין גיהנום (וויי דע העל בלע"ז) האט מאיר נישט געשאסן דעם פארשאלטענעם אבדול ווען ער איז געווען אין קעלער??? קומצעך אים מזאל אים חושד זיין! נעקסט טיים האב די קאפ אויפן פלייצע (דאונט ווארי ער'ט עניוועי געהאט... סיז נאר א שפריך ווארט) עניהאו יעצט זעמער טאטעלי קאנפיוזט ווער די פאררעטער איז!!!

#וועיטינג פאר דע קאנטיניועישן!
פארוואס אזוי קאנפיוסד? מייק האט איבערגעלאזט עפעס אינטער הער אפעראטן, ניין? וואס איז די גרויסע חכמה דא?
אה די ביסט נישט קאנפיוזט??? נו אפשר זאגסט מיר ווער די פאררעטער איז....
באמת איז די צייט פארברענגען דער פאררעטער,
דיר צו מאכן גרינגער, זיץ און הכנסות צומער, און חלום אליין אויף ווער ס'איז די פאררעטער, אויב ס'וועט דיר מאכן גרינגער דאס הארץ! :wink: :lol:
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - ניינצטע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

מאיר זיצט אויפן בענקל אנגעצויגן און דערציטערט, ער קען זיך נישט בארואיגן פון דעם שאק וואס ער האט געכאפט הערנדיג מיט וואס ראבערט באשולדיגט אים. עס רינט פון אים שווייס, ער פרובירט זיך צו קאנצעטרירן און טרעפן די ריכטיגע ווערטער זיך צו פארטיידיגן, אבער עס גייט נישט, זיין מח איז נישט דאהי. ער הייבט אויף זיינע אויגן און ארום זיך זעט ער בלויז טונקעלע שטערנס דרייען זיך ארום אים אין א ראד, ער שפירט ווי די גאנצע וועלט האט זיך צוזאמגענומען קעגן אים מיט אויסגעשטרעקטע באשולדיגונגס פינגער, ווי די מענטשהייט האט אים פארראטן. ראבערט באטראכט אים געמיטליך, עס זעט נישט אויס ווי ער איז אין א געיעג, ער נעמט נישט אראפ קיין אויג פון מאיר און לערנט גרינטליך אפ זיין רעאקציע צום באשולדיגונג. ענדליך נאך א לענגערע וויילע האט זיך מאיר באוויזן עטוואס צוזאמצוקלויבן און מיט א צובראכענעם שטימע האט ער פרובירט אפצושלאגן דעם בלבול וואס מ'האט אויף אים ארויפגעלייגט, ראבערט איז אבער געווען גאר שטרענג און האט אים קלארגעשטעלט אז ער קויפט נישט זיינע באבקעס, ער ברויך א געהעריגע ערקלערונג אויף זיין באזוך אין אבדול'ס וואוינונג, און אויב באקומט ער דאס נישט וועט ער מוזן אננעמען אז ער איז נישט מער ווי א נידערטרעכטיגער פאררעטער. מאיר האט ערקלערט איינמאל און נאכאמאל ווי ווייט שמעון'ס מצב האט אים צוגעטרעטן צום הארצן און וויפיל חדשים ער האט אריינגעלייגט אויפצוקומען מיט א רעטונגס פלאן, און טראץ וואס ער פארשטייט אז ס'הערט זיך לעכערליך וויבאלד עס איז טאקע געווען א גרויס געפאר דאס אונטערצונעמען, אבער זיין גרויס זארג און מיטגעפיל האט אים נישט געלאזט רוען און האט אים געשטופט צו אונטערנעמען פאקטישע שריט טראץ די גרויסע סכנה מיט וואס עס איז פארבינדן.

ראבערט האט נאך אלץ אויסגעזען שטארק סקעפטיש, אבער פאר מאיר האט זיך געדאכט אז ער קוקט שוין אויס צו זיין עטוואס ווייכער, ווי עס שיינט האט זיך עפעס גערירט אין אים נאך מאיר'ס לענגערע הארציגע רעדע. ער האט באשלאסן אריינצוכאפן און שמידן די אייזן ווילאנג עס איז הייס, און מיט א זיכערע שטימע האט ער פארגעשלאגן פאר ראבערט אז ער קען אים אונטערזוכן פון קאפ ביז פיס, אונטערזוכן זיין טעלעפאן און דורכגיין זיינע קאמיוניקאציעס און געשפרעכן וואס ער האט געפירט, וועט ער זיך איבערצייגן אז ער האט מיט אבדול קיין שום פארבינדונג נישט געהאט. ער זעט ווי ראבערט קווענקלט, ער פריידט זיך אז ער האט עס נישט גלייך אפגעווארפן און ער פרובירט ווייטער. ער שלאגט פאר אז ראבערט זאל האבן די מעגליכקייט אים נאכצוקוקן אויף טריט און שריט, ער זאל קענען שפיאנירן אויף אים, און ער זאל באקומען צוטריט צו סיי וואס ער וועט נאר בעטן, ער וועט אים אפילו לאזן דורכנישטערן זיין הויז, אויף אלעם איז ער גרייט כדי מען זאל זיך איבערצייגן אז ער איז גענצליך אומשולדיג. ראבערט האט נישט געענטפערט, ער איז געזעצן שטיל און פארטראכט און ס'האט זיך אנגעזען אויף אים אז ער איז שטארק מסופק אויב ער זאל אננעמען דעם פארשלאג. אין די זעלבע צייט איז מאיר געזיצן שטיל און פארציטערט האפנדיג אז ראבערט זאל מסכים זיין, שטילערהייט האט ער געשעפשעט קאפיטלעך תהילים און געבעטן אויף א באלדיגע ישועה.

ענדליך נאך עטליכע לאנגע מינוטן האט ראבערט זיך געלאזט הערן אז ער וועט אריינקוקן אין זיין פארשלאג, און ער וועט פארארדענען א פולע אויספארשונג אויף אים ווי מ'וועט דורכנישטערן אלעס וואס קען מעגליך האבן א שייכות דערצו, און אויב וועט מען זיך איבערצייגן אז ער איז טאקע ריין פון אלעם וועט מען דאן באשליסן אויב דאס איז גענוג אים צו ריינוואשן. מיט א קלאפנדיג הארץ האט מאיר פארלאזט דעם אפיס, ער האט געוואוסט אויף זיכער אז מען וועט ביי אים נישט געפינען קיין שום פארדעכטיגטע פארבינדונגען, זינט ער האט אזוינס קיינמאל נישט געהאט, אבער ער האט געהאפט אז מ'וועט אים טאקע ריינוואשן און נישט חלילה אריינווארפן אין תפיסה אויף לאנגע יארן אויף קלאגעס פון פארראט. ראבערט האט זיך נישט געזוימט און האט טאקע תיכף פארארדענט א מאסיוון אויספארשונג אויף מאיר וואס זאל פעסטשטעלן דעם פארדאכט, אין די זעלבע צייט האט ער אנגעזאגט פאר די אגענטן זאלן שטענדיג האלטן אן אויג אויף אים פון דער נאנט צו פארזיכערן אז ער פרובירט נישט צו אנטלויפן דורכאויס די צייט וואס די אויספארשונג ווערט דורכגעפירט.

ווי ערווארטעט האט מען טאקע נישט געפינען ביי אים עפעס ספעציעל פארדעכטיגט, און נאך א לענגערע דיסקוסיע צווישן ראבערט מיט די הויפט פירער פונעם טיעם זענען זיי געקומען צום אויספיר אז אויף יעצט וועט מען אים לאזן גיין פריי, אבער צו די זעלבע צייט וועט מען זיכער מאכן אז פון היינט און ווייטער וועט מער נישט דערגרייכן צו אים קיין שום סענסיטיווע אינפארמאציע, און מען וועט ווייטער האלטן א נאנטן אויג אויף אלע זיינע אקטיוויטעטן. פארשטייט זיך אז פאר אים וועט מען דאס נישט זאגן, אים וועט מען בלויז לאזן וויסן אז ער איז ריינגעוואשן, אבער פון הונטער זיין רוקן וועט מען אים שטארק נאכקוקן און שטארק אכטונג געבן וועלכע אינפארמאציע עס דערגרייכט צו זיינע אויערן.




***



"א גוטן פריינט" האט זיך אבדול געפרייט צו הערן זיין שטימע, "אוי איז דאס געווען א ביטערע קאמף דא מיט די עף בי איי אגענטן, האסט נישט געקענט טרעפן א וועג צו פארמיידן דעם גאנצן אקציע?" האט ער געפרעגט עטוואס סארקאסטיש. 'מעגליך אז כ'וואלט עס געקענט באווייזן, אבער דאן וואלט איך נישט באקומען באצאלט דערפאר אזא פעטן סכום ווי יעצט ווען כ'האב דיר איינגעמאלדן די לעצטע מינוט אז דו ביסט אין געפאר און דו האסט עס געשפירט אויף די אייגענע הויט' האט דער פריינט געקלערט צו זיך מיט א שמייכל. ער האט זיך אבער נישט געוואגט עס אויפצוברענגען אויף זיינע ליפן, נאר אנשטאט האט ער פארקירעוועט דעם שמועס. "אקעי, מען מוז זיך פאראויסרוקן מיט די פלענער. אז מ'רעדט שוין, זאג מיר נאר איין זאך, וויאזוי גייט עס מיט דזשאן? האסט הנאה פון זיין ארבעט?" אבדול איז געבליבן שטיל פאר עטליכע סעקונדעס, און דאן געפרעגט מיט וואונדער, "דזשאן? כ'האב שוין לאנג נישט געהערט פון אים, זעט אויס אז ער איז פארנומען מיט אנדערע זאכן". דער פריינט איז אבער נישט געווען צופרידן, "ס'איז א גרויסע שאד, ער וואלט דיר געקענט שטארק ארויסהעלפן אין די יעצטיגע שטאפלען". ער האט זיך פארטראכט פאר א מינוט און דאן זיך אנגערופן, "ווייסטו וואס? כ'וועל דיר פארבינדן מיט א צווייטן, אויך גאר א טויגליכער און ער וועט זיכער האבן גענוג צייט פאר דיר, זיין נאמען איז דזשעק, און כ'וועל דיר באלד געבן די נויטיגע אנווייזונגען וויאזוי דו זאלסט זיך פארבינדן מיט אים".

דאן זענען זיי אריין אין א לענגערע שמועס איבער די ווייטערדיגע פלענער, דער פריינט האט שטארק צוגעדרוקט אבדול צום וואנט פארלאנגנדיג מיט א שטייפקייט אז מען מוז שוין יעצט ליפערן די פארבליבענע סחורה איידער עס איז צו שפעט. מיר זענען שוין יעצט אינעם שטאפל פון א אפענע קאמף און די ערד ברענט אונטער אונזערע פיס, יעדע מינוט איז קריטיש און ווי א טאג שפעטער ווערט אלץ שווערער צו אויספירן די פלענער אויף למעשה. אויב וויל מען מצליח זיין ברויך מען זיך אונטעריאגן און מ'דארף זעהן אז אלעס זאל זיין גרייט ווי שנעלער אז ביז אפאר טעג זאל מען קענען זיך ארויסלאזן אויף די ענדגילטיגע מיסיע און אויספירן די מאסיווע אטאקעס מיט סוקסעס. אבדול האט צוגעזאגט זיך אונטערצואיילן און פארזיכערן אז אלעס פארט געשמירט, אינאיינעם האבן זיי אויסגעארבעט די דעטאלן וויאזוי מען וועט אפפליפערן די פארבליבענע טיילן וואס פעלן זיך נאך אויס צו קענען צוזאמשטעלן די פילע באמבעס, און די שווערע רונדעס קוילן וואס מען וועט דארפן אנצופילן די ביקסן. דאס מאל וועט די ליפערונג פראצעדור שוין זיין פיל שווערער וויבאלד זיך צו באנוצן מיט די אפיציעלע שיפינג פירמעס איז אוממעגליך אין דעם יעצטיגן סיטואציע, אלזא ברויך מען דאס ערלעדיגן אויף אן אלטערנאטיוון אופן, וואס איז טאקע פיל שווערער אבער איז די איינציגסטע אפציע אין דעם יעצטיגן שטאפל. זיי האבן געענדיגט אויסהאמערן אלע פלענער ביז צום לעצטן דעטאל און האבן פארענדיגט דעם שמועס מיט א צוזאג צו זיין אין שטענדיגע פארבינדונג.




***



מאיר איז ווייט נישט געווען קיין נאַר, ער האט גאנץ שנעל באוויזן אויפצוכאפן אז טראץ וואס מ'האט אים טאקע אפיציעל ריינגעוואשן פון די באשולדיגונג אויף פארראט, האט מען אבער פארלוירן צוטרוי אין אים און מען טיילט אים שוין נישט מיט די פרישע אנטוויקלונגען אינעם מיסיע אפצושטעלן די טעראר אטאקעס. ער האט זיך געשפירט זייער געטראפן דערפון און עס האט אים געברענט צו וויסן מער אינפארמאציע איבער די ווייטערדיגע פלענער, אבער ער האט זיך נישט געטרויט זיך אפצורעדן צו איינעם דערוועגן, נאר אנשטאט האט ער זיך ארומגעדרייט מיט א גלייכגילטיגן פנים נישט ארויסווייזנדיג זיין אנטריסטונג אויף די וועג וויאזוי מען באהאנדלט אים, און ער האט אפגעשטאט אפטע באזוכן אין הויפטקווארטיר זיך ארומדרייענדיג דארטן מיט אנגעשפיצטע אויערן פרובירנדיג אויפצוכאפן פון הונטער די קוליסן וואס מען רעדט און פלאנט. און טאקע נישט לאנג האט גענומען ביז צו זיינע אויערן האט דערגרייכט א ווערטפול שטיקל אינפארמאציע, עס איז אים געלונגען אונטערצוהערן א זיצונג צווישן עדווארד מיט עטליכע פון זיינע געהילפן ווי ער האט אויפגעכאפט צווישן די האלבע ווערטער וואס ער האט געהערט אז עדווארד האט נארוואס אויפגעדעקט א פרישע פלאן פון די טעראריסטן צו ליפערן מאסיווע קוואנטומען פון מאטריאל וואס וועט גענוצט ווערן דורכצופירן די אטאקעס, און אז די ליפערונג איז געפלאנט אויף מארגן ביינאכט ווי אבדול וועט פערזענליך אראפפארן צו א באשטימטע לאקאציע איבערצונעמען די סחורה און עס טראגן ווייטער צו זיך אין קעלער, און פון דארט וועט ער עס גלייך אויסטיילן צו די פירער פון די אוועקגעשטעלטע גרופעס וועלכע וועלן עס קומען אפנעמען פון דארטן. גלייך נאכן הערן די אינפארמאציע האט ער געהערט ווי איינער שטעלט זיך אויף און גייט צום ריכטונג פונעם טיר, ער האט שנעל געהויבן פיס און פארלאזט דאס ארט. די זיצונג וואס איז פארגעקומען באלד דערויף צו באהאנדלען דעם פרישן אנטוויקלונג האט ער נישט באוויזן מיטצוהאלטן, און האט דעריבער נישט געהאט דעם מינדעסטן אנונג וואס זענען די שריט וואס ווערט אונטערגענומען אפצושטעלן דעם ליפערונג.

נישט לאנג דערויף איז פאררופן געווארן אן עמערזשענסי זיצונג הונטער פארמאכטע טירן, וואו עס האבן זיך באטייליגט ראבערט, ענדרו, קארל, עדווארד, מארק, און נאך א געקליבענע צאל הויכראנגיגע אגענטן וועלכע האבן מיטגעהאלטן יעדן דעטאל פון די באשלוסן וואס ווערן געמאכט אינעם קאמף אפצושטעלן די טעראר אטאקעס. עדווארד האט פארגעשטעלט זיינע פרישע געפינסן און די אנוועזנדע זענען געכאפט געווארן אין שאק, עס איז קיינעם נישט בייגעפאלן צו פרעגן עדווארד פון וואו ער נעמט די אינפארמאציע, זיי זענען אלע געווען שטארק צוטראגן און אונטער גרױס דרוק דאס אפצושטעלן, אז זיי האבן נישט צוגעלייגט קיין קאפ צו דעם דעטאל. א העפטיגע דיסקוסיע האט אויסגעבראכן אויפן ארט וואו מען האט אויפגעברענגט און אפגעווארפן פארשידענע מעגליכע געדאנקען, און נאכן אויסשמועסן אלע צדדים זענען אלע געקומען צום זעלבן מסקנא אז מ'קען נישט לאזן דעם שימפענט צושטאנד קומען און זיך פארלאזן אז מ'וועט האלטן אן אויג דערויף פון דער נאנט צו פארזיכערן אז די טעראריסטן פירן נישט אויס זייערע פלענער. עס איז קלאר אז זיי שטייען שוין גאר נאנט צו פאקטיש דורכפירן די טעראר אטאקעס און ס'איז צו שפעט זיך ארומצושפילן, מען מוז עס אפשטעלן שוין יעצט, מען קען מער נישט צעגערן קיין איין איבעריגע מינוט. עס איז באשלאסן געווארן אז מען וועט אנגרייטן א ספעציעל אויסגערעכנטע אקציע מיט די מערסט פראפעסיאנאלע קעמפער און די שטערקסטע כוחות וואס די עף בי איי פארמאגט, און ווי נאר אבדול וועט אנקומען צום אפגעשמועסטן ארט וואו ער דארף איבערנעמען די סחורה, וועט מען אים קאנפראנטירן און אויפן פלאץ ארעסטירן און קאנפיסקירן דעם גאנצן שיפמענט. מען וועט פארשטייט זיך אנגרייטן ספעציעלע כוחות ארום דעם פלאץ צו זיין גרייט אויף סיי וועלכע איבערראשונג און צו קענען געווינען דעם קאמף און גרינגערהייט בייקומען אבדול אן קיין איבריגע שוועריגקייטן. ווי נאר דאס איז ערלעדיגט און אבדול געפינט זיך אין זייערע הענט וועט תיכף געלאזט ווערן אין גאנג א מאסיווע אפעראציע ווי טויזנטער עף בי איי אגענטן וועלן זיך אראפלאזן אויף די לענג און ברייט פון דאס לאנד און ארעסטירן אלע וועלכע זענען געווען אנגעשלאסן אין דעם טעראר גרופע און האבן געפלאנט אנטיילצונעמען אין די גרויסארטיגע אטאקעס. ראבערט האט געשטעלט מארק אז ער זאל אנפירן מיט די צוגרייטונגען צום אקציע, און האט אים באפוילן אז ער זאל אים האלטן אינפארמירט מיט אלע אנטוויקלונגען.

מאיר האט אבער נישט געהאט די מינדעסטע אנונג איבער די אקציע וואס ווערט געפלאנט און דורכאויס דעם גאנצן טאג האט ער זיך ארומגעדרייט אינגאנצן צוטראגן, די האלבע זאצן וואס ער האט באוויזן אויפצוכאפן פון עדווארד האט אים אינגאנצן צוטרייסלט, דאס וויסן אז די טעראריסטן פלאנירן דורכצופירן די שרעקליכע אטאקעס אין די קומענדיגע טעג האט אים נישט געלאזט מנוחה. אט פאלט שוין צו די נאכט און מ'ברויך גיין דאווענען מעריב, מיט א פארקלעמט הארץ שטעלט ער זיך דאווענען, ער לאדנט אפ דאס פעקל פארן אויבערשטן און ער רייסט איין ביים באשעפער אז ער זאל זיך אומקוקן אויף זיינע קינדער און זיי ראטעווען פון די ביטערע צרה וואס לויערט אויף זיי. ער ענדיגט דאווענען און שוין זייענדיג אין א פיל רואיגערן געמיט נאכן זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן באשעפער, שפאצירט ער געמיטליך ארויס פון ביהמ"ד. פון ווינקל פון אויג באמערקט ער אבדול שטייט נעבן זיין קאר און גרייט זיך אוועקצופארן, די לעצטע פאר וואכן זינט די הכנות צו די אטאקעס זענען אריין אין זייערע לעצטע פאזעס האט ער זיך ווייניג באוויזן צו די ארבעט אין שול, אבער ער האט זיכער געמאכט אנצוקומען יעדן איינציגן טאג אפילו אויף בלויז א קורצע צייט, אבער פארלאזן דאס פלאץ פלעגט ער יעדן טאג די זעלבע צייט, און מאיר פלעגט אים געווענליך זען אהיימגיין, אלזא האט זיין יעצטיגע אנוועזנהייט נישט געצויגן ביי אים קיין ספעציעלע אויפמערקזאמקייט, אבער דאך האט ער אים דאסמאל באטראכט מיט גרונטליכע בליקן בשעת אין זיין מח שפילט זיך איבער די ווערטער וואס ער האט היינט געהערט פון עדווארד און א סקרוך גייט אים אריבער אין אלע ביינער בלויז פון דעם פאקט אז ער שטייט יעצט אזוי נאנט צו דעם מאסן מערדער. ער דערנענטערט זיך אביסל און זעט ווי אבדול רעדט צו איינעם אויפן טעלעפאן, עס דערקענט זיך אז די רעדע איז פון עפעס געהיים, ער רעדט גאר שטיל און ווארפט בליקן צו אלע זייטן, ווארשיינליך צו פארזיכערן אז קיינער הערט אים נישט אונטער, נאך א מינוט צוויי ענדיגט ער דעם שמועס און זעצט זיך אריין אין קאר. מאיר באטראכט אים דורכאויס די גאנצע צייט מיט פארגלייזטע בליקן, און ווי נאר אבדול פארלאזט דעם פארקינג לאַט כאפט זיך מאיר אז ער איז געפארן אין דעם פארקערטן ריכטונג ווי ער פארט געווענליך ווען ער גייט אהיים, ער וואונדערט זיך אויב דאס האט עפעס שייכות מיט די היינטיגע אנטוויקלונגען, די ליפערונג דארף דאך פארקומען הערשט מארגן. 'נע' קלערט ער צו זיך 'סתם דמיונות, וואס איז דען אז ער גייט דעם אנדערן ריכטונג? דאס דארף בכלל נישט אנדייטן אויף עפעס אויסטערליש, ס'איז בלויז מיינע פאנטאזיעס אונטערן איינפלוס פון מיינע פחדים וואס מאכט מיך טראכטן אז דאס איז פארדעכטיגט'. אבער א ווארענונג לעמפל האט זיך אנגעצינדן אין זיין מח און א אינערליכע געפיל האט אים פארגעזאגט אז עפעס ערנסט שפילט זיך דא אפ, למעשה האט ער באשלאסן נישט צו נעמען קיין שאנסן און פרובירן פארזיכטיגערהייט נאכצופאלגן אבדול אויף אן אופן אז ער זאל אים נישט באמערקן, אבער גלייכצייטיג זאל ער קענען פונדערווייטנס מיטהאלטן זיינע אקטיוויטעטן דאס בעסטע וואס שייך, אזוי אז אין פאל ער איז יעצט אויפן וועג דורכצופירן עפעס ערנסטע שריט אין בעפארברייטונג צו די אטאקעס, זאל עס נישט דורכגיין אומבאמערקט. אלזא זעצט ער זיך בליץ שנעל אריין אין קאר און לאזט זיך ארויס אינעם זעלבן ריכטונג ווי אבדול איז געגאנגען האפנדיג אז ער האט אים נאך נישט פארפאסט, נאך א מינוט פארן זעט ער זיין קאר פונדערווייטנס און ער אטעמט אפ, ער פארשטייטערט דעם ספיד און מאכט זיכער זיך צו האלטן גענוג ווייט אפגערוקט אז אבדול זאל נישט באמערקן ווי ער פאלגט אים נאך.

ער נעמט נישט אראפ קיין אויג פון אבדול'ס קאר און ער באמערקט ווי ער מאכט כסדר ספעציעל קונצליכע מאנעווערעס וואס מען נוצט געווענליך זיך אפצושאקלען פון מעגליכע נאכפאלגער, דאס האט געהויבן זיינע פארדאכטן אז ער איז נישט אויף אן אומשולדיגע רייזע, און ער האט אנגעהויבן קלערן אויב ער זאל מיטטיילן מיט די עף בי איי אגענטן וואס עס שפילט זיך דא אפ. ער האט שטארק געקווענקלט אויב ער זאל עס טון, פון איין זייט האט ער זיך שטארק געפארכט צו זיין איינער אליין אין די אומגעגנט פון דעם מאנסטער, זיין איבערלעבעניש וואס ער איז דורך ביי אים אין קעלער איז אים נאך געליגן פאר די אויגן, און ער וואלט געווען פיל רואיגער ווען ער ווייסט אז די עף בי איי נעמט איבער קאנטראל אויף די סיטואציע. אבער ער האט זיך נישט געקענט ברענגען זיך צו פארבינדן מיט זיי, די קאלטע באציאונגען און די שוואכע צוטרוי וואס מ'האט אים געשאנקען האט אים געמאכט גאר אומבאקוועם אויפצוהייבן א טעלעפאן און זיי איינמעלדן זיינע פארדאכטן. אלזא האט ער באשלאסן אז ער וועט אים אליינס ווייטער נאכפאלגן און אויב וועט עס קומען צו א מאמענט וואס ער וועט פילן אז ס'איז נישט דא קיין צווייטע ברירה וועט ער דאן איינמעלדן פאר די עף בי איי. אט זעט ער ווי אבדול מאכט אין די לעצטע מינוט א שארפן דריי אריין צום טראוועי, טראץ וואס יעדן דריי וואס אבדול האט געמאכט איז אלץ געקומען פלוצלינג און אומאויסגערעכנט האט ער אבער צוליב די ווייטקייט צווישן זיי געהאט די מעגליכקייט עס צו כאפן באצייטנס און זיך איינדרייען אויפן זעלבן ארט, ספעציעל אז ער איז געווען געלערנט דערפאר און האט געוואוסט וויאזוי מען באגייט זיך מיט אזעלכע טאקטיקן. ווען אבדול האט זיך איינגעדרייט צום הייוועי האט זיין הארץ אנגעפאנגען צו באכענען, אלע סארט שרעקליכע פאנטאזיעס האבן זיך אנגעהויבן צו וועבן ביי אים אין מח, יעצט איז שוין געווען ביי אים קלאר אז ער פארט נישט סתם ערלעדיגן עפעס א קלייניגקייט אדער זיך אויסלופטערן אביסל, אז ער לאזט זיך ארויס אויף א לענגערן וועג באדייט דאס עפעס מער. ער האט זיך אנגעשטרענגט צו האלטן אן אויג פונדערווייטנס און נישט פארלירן דאס קאר פאר קיין רגע, ער האט שווער געארבעט נישט צו ווערן איבערגענומען פון זיינע זארגן און פחדים און האלטן זיינע אויגן קאנצעטרירט אויפן ראוד.

נאך א לענגערע וויילע האט אבדול אפגענויגט פונעם וועג און זיך ארויסגעלאזט צום עקזיט, אין די לעצטע מינוט איז געלונגען פאר מאיר צו כאפן דעם עקזיט, אבער פון דארט און ווייטער איז שוין געווארן היבש שווערער אים נאכצופאלגן, ער איז געפארן דורך קליינע פארשטופטע געסלעך און עס איז געווען זייער שווער זיך צו באהאלטן אז ער זאל אים נישט באמערקן, האט ער געמוזט אנהאלטן א שטארקע ווייטקייט און גלייכצייטיג האלטן קאפ אים נישט צו פארלירן צווישן די געסלעך. עס איז גאר שווער געווען, עטליכע מאל האט ער אים שיער נישט פארלוירן, אבער די לעצטע מינוט איז אים געלונגען צו כאפן וואו ער געפינט זיך, און אזוי האט ער אים נאכגעפאלגט פאר א לענגערע צייט. נאכן ארומפארן א היבשע וויילע האט ער ענדליך געזען ווי אבדול שטעלט זיך אפ און דרייט זיך אריין אין א פארקינג לאַט, מיט א איינגעהאלטענעם אטעם האט ער זיך פאמעליך דערנענטערט צו דעם פלאץ ביז ער איז שוין געווען גענוג נאנט צו כאפן א בליק דערויף. ער האט אנגעשטרענגט זיינע אויגן אפצוליינען דעם שילד וואס איז געשטאנען ביים אריינגאנג צום פארקינג לאַט, און זיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ. דער שילד האט אים איינגעמאלדן אז דא געפינט זיך א 'יוהעל' צענטער וואו מען פארדינגט טראקס. זיין קאפ האט אנגעהויבן שווינדלען, ער האט נישט געברויכט זיין צו קלוג צו צוזאמשטעלן איינס מיט איינס, דא פלאנט ער א שימפענט און דא גייט ער דינגען א טראק, איז דאך זייער קלאר וואו אהין ער גייט יעצט. און דער פאקט אז ער האט באוויזן אויסצושפילן די עף בי איי און ערלעדיגן דעם שימפענט אויף היינט בשעת וואס אין די עף בי איי הויפטקווארטירן רישט מען זיך אז ס'וועט הערשט פארקומען מארגן, האט אים שטארק דערשראקן. "אוי רבונו של עולם" הייבט ער אויף זיינע אויגן צום הימל, "וויפיל מען פרובירט אים אפצושטעלן גייט דער רשע פאראויס מיט זיינע פלענער אומגעשטערט, וואס וועט דא זיין?".


פארזעצונג קומט אי"ה
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
שווארצע פאות
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2023 3:04 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארצע פאות »

יוש ס'איז שרעקעדיג,
אבער ציענד און געשמאק!!!
"יהי רצון שמדינת ישראל תתבטל בלי שום צער ונזק ליהודי"
אוועטאר
2 אידן 3 מיינונגען!
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 2:29 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 2 אידן 3 מיינונגען! »

טענק יוא השם פאר אז געלונגענע שרייבער ווי @רעגנדיג
די דריטע מיינונג איז פארקערט ווי יענעם!
וואס זענען די ערשטע צוויי???
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

איך האב נישט קיינאנונג פאר וועכע סיבה די וועטער שרייבט אז סגייט נישט זיין @רעגנדיג א גאנצע וואך, ביי אונז האט גאר גערעגנט צוויי מאל....
אמר"ש איך האף נאר אז נאכ'ן אונז ארויפטראגן אזוי הויעך אויפן ראולערקאוסטער גייסטו נאך געדענקן די וועג אראפ.. באט איך פארלאז מיך אויפ'ן עקספערט!!
------
צום אנאליז:
נאכאמאל נאכאמאל סאו מייק איז אונטער גראטעס, מאיר איז אומשולדיג, אבער 'דער פריינט' לעבט און לאכט און טרייבט ליצנות פון כלל ישראל..! אאפס האלטסט אז סיז עדווארד??
רעגנדיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 12:03 pm
עדווארד האט פארגעשטעלט זיינע פרישע געפינסן און די אנוועזנדע זענען געכאפט געווארן אין שאק, עס איז קיינעם נישט בייגעפאלן צו פרעגן עדווארד פון וואו ער נעמט די אינפארמאציע, זיי זענען אלע געווען שטארק צוטראגן און אונטער גרױס דרוק דאס אפצושטעלן, אז זיי האבן נישט צוגעלייגט קיין קאפ צו דעם דעטאל.

פארזעצונג קומט אי"ה
אויב יא הייב איך שוין אן צו גלייבן אין טראמפ'ס דיעפ סטעיט!!...!

עניוועי יעצט קומט א יו"ט און אנשטאט ליידיגגיין נאכ'ן ענדיגן תיקון קענסטו ווייטער שפינען די מעשה.
א כשרן פרייליכן יו"ט, סי יו סאנדעי!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
זלמי זאלמענאוויטש
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 9:56 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זלמי זאלמענאוויטש »

@רעגנדיג סיז בכלל נישט קיין יושר, די לאזט אונז אזוי דערשראקן איבער יום טוב.
'ז'למי 'ז'למענאוויטש 'ז'אגט 'ז'ייער 'ז'יס
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3503
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

פארשטייסט, באלד גייסטו געוואיר ווערן אז מייק איז באמת נישט געווען א פאררעטער, ער האט געוואלט ראטעווען שמעון אדער געוואר ווערן ווער ס'איז דער פאררעטער און זיך ארויסגעריקט פון באהעלטעניש צוזאמען מיט יעדעם אז מען זאל אים נישט באמערקן, און דא האט אים מאיר באמערקט, בו בשעה וואס דע אמת'דיגער פאררעטער זיצט זיך וואטער געמיטליך און גוט ארויס סודות...

באלד וועלן זיי חושד זיין מאיר פארן גייט מיט אבדול דינגען א יועל טראק....
הישר והטוב
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 14, 2021 4:19 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הישר והטוב »

איז דא א PDF ביז אהער?
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - צוואנציגסטע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

זיין הארץ צאפלט אין אים, ער ווייסט נישט וואס צו טון ווייטער, זאל ער יא רופן? זאל ער נישט רופן? די מצב איז קריטיש, ער מוז זיך פארבינדן מיט זיינע אויבערהארן אין די עף בי איי, אבער ער קען זיך נישט ברענגען דאס צו טאן, ביים ענדע באשליסט ער צו ווארטן און זען אויב זיינע פארדאכטן שטעלן זיך טאקע ארויס צו זיין ריכטיג, און אויב יא וועט ער דאן אונטערנעמען די נויטיגע שריט. ער זוכט אפיר א גוטע באהעלטעניש ארט וואו ער קען זיך פארשטעקן אז אבדול זאל אים נישט באמערקן אבער צו די זעלבע צייט זאל ער קענען האלטן א נאנטן אויג אויף אלעס וואס שפילט זיך אפ אינעם ארום, און ער פארקירט דארט אריין פארשטעקט הונטער עטליכע גרויסע ביימער, בשעת ער נעמט נישט אראפ קיין אויג פונעם ארויסגאנג פון דעם יוהעל פארקינג לאַט. נאך עטליכע מינוט זעט ער א גרויסן טראק דערנענטערט זיך צום ארויסגאנג, ער שטרענגט אן זיינע אויגן און פרובירט אויפצוכאפן ווער עס זיצט ביים רעדל, און יא, אזוי ווי ער האט זיך פארגעשטעלט, אבדול פירט דעם טראק. ביי דעם שטאפל האט ער זיך שוין נישט ערלויבט צו צעגערן, ער נעמט ארויס דעם טעלעפאן און גרייט זיך צו רופן, ער קווענקלט אבער וועמען צו רופן, מיט אלע פון זיי וועט ער זיך פילן זייער אומבאקוועם, אבער מיט מארק וועט זיין די געשמאקסטע, פון צווישן אלע איז ער די מערסטע העפליך צו אים.

אלזא, ער רופט אים שנעל אן בשעת ער פאלגט ווייטער נאך דעם טראק פונדערווייטנס, און אין עטליכע קורצע זאצן טיילט ער אים מיט וואס עס גייט דא פאר, פרובירנדיג צו איגנארירן די קעלט וואס האט געבלאזן פון מארק'ס זייט. מארק האט נישט גלייך געענטפערט, און מאיר האט פארשטאנען אז ער איז היבש סקעפטיש איבער די געשיכטע וואס ער פארקויפט אים, ער האט נישט אויסגעזען ספעציעל איבערגענומען פון וואס ער האט נארוואס געהערט, מאיר האט זיך צואוויינט און זיך געבעטן ביי מארק זאל אים נישט איגנארירן, די מצב איז קריטיש און יעדע מינוט שפילט א ראלע. מארק האט נאך געשוויגן פאר א מינוט און דאן האט ער געבעטן פון מאיר זיין פונקטליכע לאקאציע, ער האט אים עס גלייך איבערגעגעבן און זיך נאכאמאל געבעטן אז ער זאל עס נישט נעמען פאר לייכט, מארק האט אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט א צוזאג אז ער וועט זען וואס ער קען טון, און מאיר האט געהאפט אז ער טרייבט נישט קיין שפאס פון אים.

קורצליך נאכן פארענדיגן דעם שמועס מיט מארק האט זיין הארץ אויפגעצאפלט פון פריש, ווען ער האט באמערקט ווי אבדול דרייט זיך אריין אין א פארשטופטן געסל צווישן געדעכטע ביימער און פארלאזטע געוויקסן, זיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, ער האט זיך געיאגט אין יענעם ריכטונג וועלנדיג זען פון די נאנט וואס דאס פלאץ איז, און קומענדיג נענטער האט ער באמערקט אן אלטן אפגעריבן שילד ביים אריינגאנג וועלכע האט איינגעמאלדן אז דא געפינט זיך א פארק. פון דעם צושטאנד פון דאס שילד און די וועג אריין האט ער פארשטאנען אז דאס איז א אלטע פארלאזטע פארק, וואס איז ממש די פאסיגע פלאץ דורכצופירן אזעלכע סארט געהיימע סחורה ליפערונגען. ער האט זיך גלייך נאכאמאל פארבינדן מיט מארק אים איינצומעלדן די פרישע אנטוויקלונגען, און מארק האט אים פארזיכערט אז זייערע קרעפטן זענען אונטערוועגנס.

מאיר כאפט א שנעלן בליק אריין אין דעם וועג, ער זעט אז דאס איז גאר א לאנגע וועג אריין, עס דאכט זיך אים אז ער זעט נאך אפילו דעם טראק פונדערווייטנס. ער ווארט ביז זי ווערט פארשוואונדן פון זיינע אויגן און דאן הייבט ער אן אריינפארן, מיט א קלאפנדיג הארץ און פיל מיט זארג און פחדים מאכט ער דעם לאנגן וועג אריין האפנדיג אז עס ווארט אים נישט אפ קיין אומערווארטעטע איבערראשונגען. ווען ער זעט שוין ענדליך דעם ענדע פונעם לאנגן וועג באמערקט ער אין שפיגל אז פון הונטער אים קומט איינער צו פארן אויף א בייק, ער אטעמט אפ, ווארשיינליך איז ער פון די עף בי איי און ער קומט אויסשפיאנירן דאס פלאץ בעפאר זיי ברענגען אהער די פולע קרעפטן און מאסיווע כוחות צו באקעמפן די טעראריסטן. ער פארט ווייטער אין ריכטונג פונעם פארק, און אט זעט ער שוין דעם טראק פונדערווייטנס, אינסטיקטיוו שטעלט ער זיך אפ, די לעצטע זאך וואס ער וויל יעצט איז זיך טרעפן מיט אבדול פנים אל פנים, ער שטעלט זיך אין די זייט און קוקט זיך צו מיט אנגסט בשעת זיין הארץ ווערט צוזאמגעצויגן פאר שרעק.

ער שטרענגט אן זיינע אויגן צו קענען מיטהאלטן וואס עס קומט דארט פאר, און ער באמערקט עטליכע קארן שטייען נעבן דעם טראק און עטליכע מענטשן גייען כסדר אהין און צוריק, ווי עס זעט אויס ארבעטן זיי העפטיג אנצופילן דעם טראק. אינסטיקטיוו פארמאכט ער זיינע אויגן, ער קען דאס נישט צוקוקן. ער האפט אז די עף בי איי וועט נישט שפעטיגן אנצוקומען אהער, ער ווייסט זייער גוט אז ער אליינס האט נישט קיין שום מעגליכקייט דאס אפצושטעלן, די רשעים וועלן דאך אים צומאלן נאך איידער ער באווייזט זיי צו מאכן סיי וועלכע שאדן. ער נעמט ארויס דעם טעלעפאן וועלנדיג נאכאמאל אנרופן מארק, אבער דאן באמערקט ער ווי עס קומען צו מארשירן א גאנצע רייע פון געפאנצערטע טרעקלעך, אנגעפילט מיט אגענטן וועלכע האלטן אין זייערע הענט אויסגעשטרעקטע ביקסן. ער קוקט זיך צו מיט אינטערעסע און האפענונג ביינעזאם, אין א בליץ שנעלקייט באווייזן די אגענטן ארומצונעמען דאס ארט, פילע פון זיי נעמען פאזיציעס אויף די ביימער ארום בשעת זיי ריכטן די ביקסן אין ריכטונג פון אבדול און זיינע ארומיגע. תיכף דערנאך באווייזן זיך עטליכע העליקאפטערס אין די לופטן, און דאן הערט זיך א באסאווע שטימע וועלכע הילכט אפ איבערן גאנצן שטח: "הענט ארויף! ווער עס פאלגט נישט, ווערט תיכף געשאסן!".

אבדול דרייט זיך אויס אין ריכטונג פונעם הויכהילכער, און דאן, אנשטאט אויפצוהייבן די הענט, דרייט ער זיך צוריק מיט א שמייכל אויף די ליפן. מאיר קוקט אים נאך מיט אנגסט, ער זעט בכלל נישט אויס צו זיין דערשראקן און ווייזט נישט קיין צייכענעס פון זיך אונטערגעבן. מיט פעסטע טריט טרעט אבדול צו צום הונטערשטן חלק פונעם טראק, און אין פארנט פון אלעמענס שאקירטע אויגן שלעפט ער ארויס פון דארט דעם נעבעכדיגן שמעון און שטעלט אים אראפ נעבן זיך. מאיר האט געפילט ווי ער פאלט אוועק, ער טראגט עס נישט איבער, ווער ווייסט וואס אזוינס פלאנירט דא דער רשע. אבער אבדול האט אים נישט צו לאנג געלאזט ווארטן, ער ציט ארויס א לאנגן ביקס, און מיט א קאלטבלוטיגן שמייכל לייגט ער איר צו צו שמעון'ס קאפ, און דאן דרייט ער זיך צוריק און מיט א זיגרייכן שמייכל קוקט ער זיך ארום אויף די צענדליגע אגענטן. די מעסעדזש איז געווען זייער קלאר: שמעון איז יעצט זיין משכון, אויב וואגט מען זיך אים שלעכטס צו טון באקומט שמעון א קויל אין קאפ.


פארזעצונג קומט אי"ה
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

יווושששש.... לאז אונז נישט ווארטן....!!!!!!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

הוי הוי הוי ניין ניין ניין. כ’קען נישט מער.

מיין הארץ קלאפט!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3503
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

א גרויסן ישר כח @רעגנדיג

אבער כ'מיין אז ביים דריקן דעם מעשה דארף עס אביסל א פארבעסערונג, ס'זאל מאכן סענס

1. וועלכער ווינט האט אריינגעבלאזן שמעון פון צווישן דעם ביהמ"ד און דעם טראק?
2. פארוואס האט מען נישט דערשאסן אבדול ווען ער האט נישט אויסגעפאלגט צו הייבן הענט, וואלט מען זיך פארשפארט די טראמא
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

Jhon האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 10:22 am
א גרויסן ישר כח @רעגנדיג
יישר!

אבער כ'מיין אז ביים דריקן דעם מעשה דארף עס אביסל א פארבעסערונג, ס'זאל מאכן סענס

1. וועלכער ווינט האט אריינגעבלאזן שמעון פון צווישן דעם ביהמ"ד און דעם טראק?
אבדול האט אים געהאלטן מיט זיך די גאנצע צייט, קודם אין די קאר און דערנאך האט ער אים אריבערגעפירט אינעם טראק.

2. פארוואס האט מען נישט דערשאסן אבדול ווען ער האט נישט אויסגעפאלגט צו הייבן הענט, וואלט מען זיך פארשפארט די טראמא
ס'גייט נישט אזוי.. מ'שיסט נישט אויף די סעקונדע, ספעציעל ווען מ'רעדט פון א ווערטפולע קרבן וועמען מ'וויל ארעסטירן לעבעדיגערהייט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

@רעגנדיג !!!!!!! מאסיוו!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
שווארצע פאות
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2023 3:04 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארצע פאות »

@רעגענדיג,

פיינע נייעס!!!!
"יהי רצון שמדינת ישראל תתבטל בלי שום צער ונזק ליהודי"
אוועטאר
2 אידן 3 מיינונגען!
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 2:29 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 2 אידן 3 מיינונגען! »

Wאףףף יוא איך קען שוין נישט מער
די דריטע מיינונג איז פארקערט ווי יענעם!
וואס זענען די ערשטע צוויי???
אוועטאר
קאנספיראציע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 09, 2021 12:46 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנספיראציע »

יישר כח!
הערליך און שפאנענד
כ'בין ווערטערלאז...
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

איין זאך נאר, דאס אז ס'איז אזוי קליין מיינט אז ס'קומט נאך איינס היינט?


איך האף אז יא...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

@רעגנדיג
הפלא ופלא
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

איך האב מער נישט קיין שפאנונג.... איך ווארט שפאנונגלאז...
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

@רעגנדיג דו שפילסט מיר אויס יעדן מאל מיט דיינע פאנטאזיעס, יעדעס מאל איך רעד מיר איין אז כ'האב ארויס די זאך קומסטו מיר איבעראשן פון די צווייטע זײט...
אגב, וויאזוי שרייבט מען אזעלכע לאנגע תגובות אן קיין איין גראמאטיק אדער אויסשטעלן טעות?
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

כאלעט'ל האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 5:07 pm
@רעגנדיג דו שפילסט מיר אויס יעדן מאל מיט דיינע פאנטאזיעס, יעדעס מאל איך רעד מיר איין אז כ'האב ארויס די זאך קומסטו מיר איבעראשן פון די צווייטע זײט...
אגב, וויאזוי שרייבט מען אזעלכע לאנגע תגובות אן קיין איין גראמאטיק אדער אויסשטעלן טעות?
מ'קוקט עס איבער פארן ארויסלייגן..

א דאנק פאר די פידבעק!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

קאנספיראציע האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:02 pm
יישר כח!
הערליך און שפאנענד
כ'בין ווערטערלאז...
זלמי זאלמענאוויטש
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 9:56 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זלמי זאלמענאוויטש »

@רעגנדיג דו קענסט דעיס נישט טוהן מיט אונז, לייג ארויס די גאנצע מעשה און שלום על ישראל.
'ז'למי 'ז'למענאוויטש 'ז'אגט 'ז'ייער 'ז'יס
אוועטאר
קאנספיראציע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 09, 2021 12:46 pm

Re: דער מיסטעריעזער פאררעטער - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנספיראציע »

@רעגנדיג פּליז גיי ווייטער,
ווייל כ'הויב שוין אן חושד זיין די גוי אין מיין ביהמ"ד (דער מיט די פּאָוני) אז ארבעט פאר אבדול..
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”