\\\העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- עכבר
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 251
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 3:12 pm
- לאקאציע: ביי דיר אין נאש שענקל
\\\העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
"און וויאזוי מאכט מען פסח'דיג די ספרים? ברענגען מיר דא ארויף דעם לעגענדארן ספרים סוחר פון בית הסרכז אין וויליאמספארק... בלא בלא בלא...."
יעדע יאר בין הזמנים צופירט זיך דער דרעזנער די שטימע, אין א פריוו צו אונטערהאלטן קלאצ-געשלאגענע בחורי חמד, וועלן גייען אויס פון דעפרעסיע, און דערהייבן נישט די בת קול פונעם מוטער, וואס קלינגט יעדע שעה וויאמאל העכער און שטרענגער...
יעדע אינטערוויא – וואס ווערט במזיד אפגעהאלטן אדער מיט א חב"ד שליח, אדער מיט איינער וואס רעדט סתם אזוי נישט קלאר [קרעדיט: ראטנפארבאנדשטרייך] – יעדע אינטערוויא פרובירט ער צו שטופן מיט עצות, סגולות, ברכות און קללות, תורה און שטותים, אינטערסאנטע און נמאס'דיגע אינפארמאציע...
האב איך געטראכט, אז איך קען פרובירן צו גרינגער מאכן דעם ציבור מיט איין וויכטיגע פארזעעניש.
די ציפעדיגע פראבלעם פון "פסח'דיג מאכן ספרים"
דאס וועט סיי פארגרינגערן אין די שווערע קשרקישע עבודת פרך, און בעיקר אראפנעמען א געוואלדיגע עול פון די שטוב-באשעפעניש...
אבער צום ערשט אן אויסקלארונג: מיר לאזן זיך נישט אריין אין די פאלעמיק, צו מען דארף בכלל פסח'דיג מאכן די ספרים, עספעשעלי אז מ'האט נאר געגעסן דערויף מזונות-ראלס... דאס איז א שאלה וואס באלאנגט אויסשליסלעך פאר די 'גליוני' הדור...
מיר באציען זיך בלויז צו די טאלס וואס מיר האבן געקלעקט דורך יארן פון ערפארונג, און מיר זענען גרייט דאס צו מיטטיילן פאר די ציבור ביי אונזער ספעשל קורס.
*
און יעצט צום פינטל:
ג-ט ברוך הוא האט אריינגעלייגט אין די בריאה – אפשר מיט די יארן וועלן נאך די פארשער דערגיין די סיבה דערצו, אבער דערווייל איז דאס א חק בלי טעם – אז די נשים צדקניות מוזן אויספאקן אלע שאפעס, קלאזעטס, שענק, קעבינעטס, לעדלעך און קנעפל-שאכטלעך, יעדע יאר בעפאר די הייליגע יו"ט פסח.
כמה כבר צווחו קדמאי, קעגן דעם נארישן איינפיר... אבער דאס איז א פאקט וואס וועט זיך כוירע נישט טוישן ביז...
אבער דא עקא... די פולע פאליצעס ספרים וואס באשיינט די דיינונג רום און ווערט נישט ח"ו געעפענט מיום כפורים זה ועד יום כפורים הבא ועד בכלל – די אלע ספרים, קען זי נישט די אויסשטעל דערפון. זי ווייסט נישט צו די "משנה ברורה" ליגט דווקא נעבן די "ששה סדרי משנה", ווייל ביידע זענען "משנה", און די "ערוך השלחן" ליגט במכוון אונטער די "שלחן ערוך" ווייל ס'איז פשוט שלחן ערוך נאר איבערגעדרייט....
זי מוטשעט זיך שוין יארן מיט ספיקות, וואס פאר דיך פאלט נישט איין. ס'איז א טייל פון די פרויערישע או. סי. די. וואס מאכט זיי שרעקליך מסופק, צו דו גייסט טאקע זיין אינדערהיים פאר צענע, אפי' האסט עס קלאר פארזיכערט מינומים 10 מאל....
זי וואלט לדוגמא געלייגט אויף איין שעלף די "באר מים חיים", צוזאמען מיט די "חיים שיש בהם", די "חידושי ר' נחום" קומט נעבן די "חידושי תורה שלי" וואס פארמאגט ליידיגע ליניעס, און דער פעטער מיט די קנאבל-בארד קויפט עס צום בר מצוה....
די "שיעורי ר' שמואל" איז א ערענסטע ספק. לייגט מען דאס נעבן די "שיעורים ומדות בימינו אלה", אדער נעבן די "מעדני שמואל"? אבער דאס איז פשוט אז "תורת רבית" קומט צוזאמען מיט "תורת משה על התורה", און "דרשות חתם סופר" קומט נעבן "רשות הרבים בהלכה" אויף די עירוב... ביידע האבן "רשות"....
יעצט, "תלמוד בבלי" איז גאנץ א גרויסע סעט, אבער ס'בלייבט איבער אביסל ספעיס נאך די לעצטע באנד, און די דיקע באנד "דיני ומנהגי אבל" איז מסתמא עפעס וואס האט מיט "בבל"...
אבער עט סאם פוינט, ווערט זי זייער צומישט... ווייל "אמרות טהורות", קען קומען אדער אויפן שעלף פון אלע "אמרי'ס", "אמרי חיים", "אור המאיר" "מאמרים יקרים" און "יביע אומר" פון רבינו עובדיה יוסף. [הגם דאס לעצטע קען גיין צוזאמען מיט "טובך יביעו" פון הגאון ר' יצחק זילבערשטיין...]. מצד שלשלת, קען אבער זיין [דריי מיט די פינגער ווי א ליטוואדע חסיד:] אז אמרות טהורות דארף גיין אויף די אויבנדערמאנטע "טורות" שעלף, צוזאמען מיט "תורת רבית", "תורת משה" און "תואר כלה"....
און "נועם אלימלך" קען ליגן נעבן "נועם מגדים" אדער נעבן "הדרת מלך" א בילדער-אויסגאבע פון שנות חייו פון רבי'ן זכוינעוואכע....
און אויך נאך א פראבלעם: די רויטע רב שלחן ערוך, מעטשט נישט מיט די שווארצע חיי אדם..... פאר צוויי סיבות.... זי ווייסט אבער נאר איינס... [האסט נישט געכאפט – איז נישט!].
**
איז ממילא, דערישע קשיירע, קען נישט אליין אויספאקן די ספרים און פון פריש אויסשטעלן, ווי די מנהג קדמוניות'טעס צו מסדר זיין אלע שאפעס לכבוד פסח...
און "מ'מוז" עס מאכן פסח'דיג.
איז פארהאן איין עצה. דו מאך עס!
און דא איז די פראבלעם.... דו ווייסט דאך יא, אז כמעט קייניין ספר האט ניטאמאל ארויסגעקוקט פון שראנק דורכ'ן יאר-צירקל, צו קענען בכלל טראכטן פון חמץ....
און אפי' אויב ס'איז דא א צד ספק אז יא – אבער דאס איז זיכער אז גאנץ פסח וועלן די אלע ספרים רוען זייער רוהיג במקום מנוחתם....
און אויב נאך א מצה'מועד [מ'זאגט נישט 'חלה' אין פסח. הי הי הי.] פרישטאג וועסטו ווילן צייגן ס'ידענע אז דו לערנסט א אידיש ווארט, פארט איז גאראנטירט אז וועסט איינשלאפן דערויף פאר קענסט בכלל טרעפן א שטיקל חמץ... און אויב דו שלאפסט נישט, באדייט דאס אז דו האסט ארויפגעלייגט אויף די גמרא א "מאמענט", און דאס איז נאך אזא גוטע צוגעדעקאכץ ווי העווי-דאטי-סילווער-פויעל...
אבער דאס אלעס איז נישט קיין תי' פאר דיין דאסטענץ... זי דארף אז די ספרים זאלן זיין "פסח'דיג"!
***
וואס טוט מען טאקע?
ליין דורך די אינסטרוקציעס, פאלג עס אויס אן קיין שום שינוי:
• קום אהיים מיט א שמייכל, גיי אריין אין קיטשן און זאג הויעך די פאלגענדע לחש:
"איך גיי יעצט מאכן די ספרים!"
קודם האסטו משמח געווען א צובראכענע אידענע... און האסט אויך פראווענטעט א ברעיק-אוט פון אלעס וואס זי חלומ'ט נאך צו ערלעדיגן פאר יאמטעוו.
• יעצט, נעם צוויי שמאטעס, א שיסל וואסער, א פלעשל ווינדעקס, א סטעפ-סטאל [ווייל זי דארף מיינען אז ביזט מקפיד נישט צו שטיין אויף א דיינונג-רום-בענקל מיט שיך...], און טאקע די אויבנדערמאנטע מאמענט, און די טעלעפאון.
• אויך נעם מיט קעיק מיט א קאווע.
• מאך צו די טיר. שטעל דיך ארויף אויף א בענקל מיט דיין שיך. פאק אויס דריי פאליצעס ספרים, און א פערטע פאק אויס האלב. שטעל אויף פארשידנארטיגע הויפענעס אויפן טיש.
• איין שמאטע מאך נאס. קוועטש אויס און לייג ארויף אויף איין נידריגערע פייעל ספרים.
• די אנדערע שמאטע לאז טרוקן.
• די סטעפ-סטאל שטעל אוועק ביי די ספרים שאנק, די זייט וואס האסט נישט אויסגעפאקט.
• עפן די פענסטער, און שפריץ ארויס פינף און צוואנציג קוועטשעס פון די 'ווינדעקס' [זי ווייסט פונקטליך ווי הויעך ס'האט געהאלטן....]
• זעץ זיך אוועק אויף א בענקל, אויף א וועג וואס ווען מ'קוקט אריין פון די טיר, ווערסטו פארשטעלט פון די הויפענעס ספרים.
• טרינק די קאווע, עס צו די לקח, ליין די מאמענט אי. טי. סי.
• ווען דו ענדיגסט אלע ארטיקלען, לייג אראפ דיין קאפ און רוף קול מבצרות.
• נעם די טריקענע שמאטע. וויש איבער אלעס ספרים וואס ליגן אין די שאנק פונדרויסן, אזוי אויך די שעלף, אז די שטויב וואס ליגט דארט זאל זיין חוזר וניעור...
• קוק אויפן זייגער. כאפ דיין רעקל, לויף ארויס, און אויפן וועג ארויס גיי צום לעבנס-שותף און זאג שנעל און אפגעהאקט:
"געענדיגט כמעט....! כ'כאפן מנחה....! נאך דריי אהאלב שעלפס...!! שוין פסח'דיג – עה, כ'דארף נאר צוריקפאקן!..... כ'האף ס'דיך געווען א העלפ....!!!"
• געדענק צו באזייטיגן דיין קאווע קאפ.
וויכטיג: די נעפקין מיט די שיריים פון אן ערליכע איד צוקנייטש און לייג אין קעשענע.
געדענק! והכיסין צריכין בדיקה!!!
ווען קומסט אהיים 'יאג דיך נישט' צוריק צו די ספרים.
ביינאכט פארן גיין שלאפן, זאג "אוי, די ספרים".
"נע, וועסט עס שוין ענדיגן מארגען..."
"ס'גוט איך קען עס ענדיגן היינט"
• פאק צוריק די דריי אהאלב פאליצעס וואס האסט אויסגעפאקט
• זאג דעם לעצטן לחש:
"ליסן: ס'נישט געווען אזוי גרינג, אבער כ'האב ליב צו העלפן אביסל פאר יום טוב!"
• און גיב אזא קלאטש מיט דיין הענט. "ברוך השם". "לשנה הבאה בירושלים"
פרובירט אויס דעם מעטאד, און זייט מוחל, גיבט מיר די פידבעק. האט עס געארבעט? וויאזוי שפירט איר אז מיר קענען פארבעסערן דעם קורס?
און יעצט א סוד: דיין טאטע, און איר טאטע, ביידע האבן אזוי פסח'דיג געמאכט די ספרים....
אייער פריינט: מייזל גאנעוו

לעצט פארראכטן דורך עכבר אום מיטוואך מארטש 29, 2023 2:20 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
לאו עכברא גנב... אלא חורא גנב!
Re: העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
כביניש מאסקים
כאבאבער זייערהנאעה געהאט
כאבאבער זייערהנאעה געהאט
- עכבר
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 251
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 3:12 pm
- לאקאציע: ביי דיר אין נאש שענקל
Re: העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
נישט מסכים מיט וואס?
מיט די מזונות ראלס?!
מיט די מזונות ראלס?!
לאו עכברא גנב... אלא חורא גנב!
- פלטיאל
- שר האלפיים
- תגובות: 2465
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
- לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...
Re: העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
צוקער…
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
- עכבר
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 251
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 3:12 pm
- לאקאציע: ביי דיר אין נאש שענקל
Re: העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
יא. מ'קען אויך צוטרינקען צום קאווע, צוקער.
לאו עכברא גנב... אלא חורא גנב!
-
- שר האלף
- תגובות: 1857
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm
Re: \\\העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
Re: \\\העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
בוסט גוטע נייעס דו!!!!!!!!
געלייענט געלאכט געלייקט הנאה געהאט
געלייענט געלאכט געלייקט הנאה געהאט
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח

- שמעון ישראל
- שר חמש מאות
- תגובות: 625
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am
Re: \\\העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
זייער גוט! נקסט לעוועל שרייבער! דו ניצט א גאנצע צייט פרישע ווערטער, א מחיה!
דאס בעסטע ביי מיר איז געווען ''אז זי ווייסט וואו די ווינדעקס האלט"...
איך שוין נאר דיין שלום בית סיטואציא, אבער ביי יעדעם איזעס די זעלבע...

א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
- טעוועליך
- שר האלף
- תגובות: 1356
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
- לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט
Re: \\\העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
געלייקט טראץ וואס איך מאך יא אליינס מיינע ספרים
ווי אויך אלץ בחור מיט מיין טאטע אינאיינעם

- היסטאריש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3985
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: \\\העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
דו ביזט גאר גוט! זייער הנאה געהאט, ש'כח.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3773
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
- לאקאציע: איבערגעלייגט
Re: \\\העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
כ'פלעג האבן א מגי"ש וואס מ'פלעגט אים מגדיר זיין 'ער שעלט א שעה אין א ציה אבער זאגט נישט איבער קיין קללה צוויי מאל'.
דו מייזל, זאגסט גוט, און האסט גארנישט איבערגענוצט. מלא חידושים!
וועל דאן!

געשטימט פאר ראשעק הול
- עכבר
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 251
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 3:12 pm
- לאקאציע: ביי דיר אין נאש שענקל
Re: \\\העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
ש'כח אלע מגיבים און לייקערס.
איך דארף גיין פסח'דיג מאכן מיינע ספרים. איך מאך נאר א קאווע און איך גיי.
סי יו נעקסט טיים.
איך דארף גיין פסח'דיג מאכן מיינע ספרים. איך מאך נאר א קאווע און איך גיי.
סי יו נעקסט טיים.
לאו עכברא גנב... אלא חורא גנב!
Re: \\\העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
ביי מיר ליגט דער ׳ערוך השולחן׳ מיטן ׳ערוך לנר׳ נעבן דעם ׳סדר הערוך׳. ממילא דארף איך עס נישט פסח דיג מאכן...
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17017
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: \\\העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
מכסין המצות.. די ספרים וואס האבן קיין ברעקל חמץ נישט געזעהן..
ומגביהין הכוס.. ס'גלעזל קאווע..
ואומרים והיא שעמדה.. ווייל זי שטייט אויפ'ן קאפ..
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: \\\העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
ביי אונז פירט מען זיך צו נוצן דעם וואקיום קלינער. מ'צינדט עס אן און מ'לאזט עס לויפן ביז מ'דארף שוין נעמען א ברעיק...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: \\\העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
חחח... א שיינעם ספרים שאפע האט איר, ווייזט אויס...
אבער הא תינח ווען מ'האט א ספרים צימער...
יאך האב אן אנדערע מנהג... מ'נעמט די אלע ספרים וואס ליגן פלאך פון אויבן.. צוזאמען מיט אלע שאלות צעטלעך און ארטס און קרעפטס... פלאס אלע ספרים וואס זי האט פאר'שדכנ'ט ערגעץ וואו, און יעצט געדענקט מען שוין נישט וואו ס'קומט... מ'נעמט דאס אלעס און מ'לייגט עס אויפן טיש... און "מ'גייט עס שוין צוריק פאקן"...
פון יעצט און ווייטער, איז מען דיר שוין אלעס מוחל.. אבי פאק אוועק...

- תגובות: 450
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am
Re: \\\העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
אט אזוי ! זייער גיט אראפגעלייגט
בערך אזוי פלעג מיר טוהן אלע יאר א חוץ די קעיק
די יאר אבער האבעך איר געזאגט אז די דייען האט פארגעלערנט א שיעור אז ספרים דארף מען נישט פסחדיג מאכן
זאגט זי אז זי ווייסט איך וויל נאר אז די ספרים זאלן זיין שיין מסודר
Re: \\\העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)want to hear
- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15321
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
Re: \\\העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
סארא ארבעט דא ליגט אריינגעלייגט, וואף.
געשמאקע צוזאמשטעלאכטצער, פליסיג געגאסן און מיט הומער פאפוצט...
שכוח מייזעלע פארן שיעור כללי און פארן שמייכל...
געשמאקע צוזאמשטעלאכטצער, פליסיג געגאסן און מיט הומער פאפוצט...
שכוח מייזעלע פארן שיעור כללי און פארן שמייכל...
- עכבר
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 251
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 3:12 pm
- לאקאציע: ביי דיר אין נאש שענקל
Re: \\\העווי דאטי סילווער פויעל? העלפט דאס פאר די "תלמוד בבלי"?
די וואקיום קלינער איז גוט פארן אלטן דור, וואס האט נאכנישט געהאט קיין האטליינס...יצחק אייזיק האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 26, 2023 5:58 pm
ביי אונז פירט מען זיך צו נוצן דעם וואקיום קלינער. מ'צינדט עס אן און מ'לאזט עס לויפן ביז מ'דארף שוין נעמען א ברעיק...
כהיום, איז פונקט גוט אז זי הערט קול מבשר אדער בחצרות אדער מבצרות רעדט...!
לאו עכברא גנב... אלא חורא גנב!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 825
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6449
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
- צוויי גילדען
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8863
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
- לאקאציע: מלפנים @שמעון משה