פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

אן אריינגיין אינעם דעבאטע

לויט ווי איך פארשטיי די פראבלעם וואס געוויסע ברענגען ארויס איז דאס אז די פרויען נעמען איין די איילס און די מענער קענען נישט צוקומען צו וואס זיי ווילן.

אפילו פרויען גייען שוין 50 יאר אין סוט סטארס אמאל האבן זיי געהאט די קלאס און רעספעקט זיך צו ריקן פארן מאן.

היינט פילן נישט די נשים פאר וויכטיג זיך צו ריקן פאר די מענער אין א מענער געשעפט.

עגעין איך נעם נישט קיין שטעלונג איך קען נישט די מציאות

איך ברענג נאר ארויס קלארער א פוינט וואס געוויסע זאגן דא
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

אגב, מיין פארשלאג וואלט ענדערש געווען ”מענער שעות” ווען די געשעפט איז אפן בלויז פאר מענער, איידער ווי פרויען שעות.

ספעציעל אין די נאכט שעות, ווען עס איז גרינגער פאר מענער און שווערער פאר די פרויען (בדרך כלל) ארויסצוגיין איינקויפן, איז עס ווארשיינליך א זאך וואס וואלט געווען א גוטע געדאנק.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

מצב כללי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 1:35 pm
א

היינט פילן נישט די נשים פאר וויכטיג זיך צו ריקן פאר די מענער אין א מענער געשעפט.
דאס איז נישט נאר אין מענער געשעפט. אויב פיל די נשים נישט פאר וויכטיג זי צו ריקן פאר די מענער, איז דאס זעלבע אין די גאס, סטעפס אין די בילדינג, גראסערי, דאקטארס אפיס וכו' וכו'.

איך גלייב נישט אז איבעראל קען מען איינפירן מענער שעות און פרויען שעות, אפשר דארף מען פשוט מעורר זיין פאר די נשים צדקניות זיך צו רעכענען מיט די מענער, און נישט פארשטעלן די דורכגענג.

ובזה יצאתי ידי חובתי
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

וועגן שטעגן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 9:52 am
אז א אינגערמאן קען נישט אריינגיין מיט זיין ווייב קויפן אין א פרויען קליידער סטאר אין וויליאמסבורג,בארא פארק,קרית יואל, אדער מאנסי צו העלפן טשוזען פאר זיין ווייב א קלייד אדער ראוב, נאר זי דארף ארויסברענגען די קלייד צו די קאר וכדומה צו ווייזען פאר די מאן אדער שיקן א פיקטשער
וועגן שטעגן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 1:34 pm
וואס די פראבלעם אז די פרוי זיכט א א קלייד וואס די מאן האט ליב אין א סטאר פון בגדי נשים וואס זענען פול מיט צניעות'דיגע נשים, איך זע נישט קיין שום חילוק דערינען, עס איז נישט דא קיין איסור פון א מאן צו אריינגיין אין געשעפט פון בגדי נשים
איך קוק עס אן ווי א דרייסטע שריט, אבער אפשר טאקע דארף עס גיין ווי ונתנו אהין און צוריק, מענער מעגן און זאלן אריינגיין אין פרויען געשעפטן! דער מאן וויל זעהן וואס די פרוי קויפט, ער וויל האבן א השגחה דערויף סיי ברוחניות און סיי בגשמיות וד"ל, פארוואס דארף די פרוי ארויסלויפן און אריינלויפן משוגע מאכן זיך און דעם מאן (און די געשעפט), צו סאיז א קליידער געשעפט, שיך געשעפט, שייטל געשעפט, וואטעווער... און אזוי אויך זאלן פרויען מעגן אריינקומען אין מענער געשעפטן...

איך טראכט ביי מיר אסאך מאל די קאנטראסט, ווי אפגעהיטן מיר זענען ביי געוויסע פלעצער, ווי אין ביהמ"ד, אדער א שמחה, צו פארמאכן די מחיצות אויף א אויסטערלישע פארנעם אז אפילו א האר זאל מען נישט קענען אדורכזעהן, און נאכדעם גייט מען אין גראסערי, אין הארדווער סטאר, אין פארמעסי, און אפילו אין ספרים סטאר, און די תערובות דארט איז איום ונורא.

עכ"פ געווענליך דארף זיין א מיטל וועג, ווי כמה ניקס האבן שוין ארויסגעברענגט צווישן די שורות, ביידע זייטן דארפן טון השתדלות און זיין רעספעקטפול צו די אנדערע, פרויען דארפן זיך פירן בצניעות און איידל און האלטן א אויג נישט בלאקירן איילס אדער א דורכגאגנג פאר מענער אדער א בחור'ל, מענער דארפן זיך היטן די אויגן וויפיל עס איז מעגליך, און אויב א פרוי שטייט אין וועג מעג מען זאגן איידל "אנטשולדיג איך קען אפשר אדורכגיין?", אז ביידע וועלן פרובירן דאס בעסטע וועט האפענטליך גרינגער ווערן. אבער דאס איז זיכער אז מען קען ממש נישט טוישן די מציאות בעולם, עס איז א וועלט ווי מענער און פרויען לעבן צוזאמען, כך גזרה חכמתו יתברך!
another chuchem
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2022 8:31 pm

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך another chuchem »

מניעות האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 12:04 am
(אגב פארן ווייב צו קומען קלייבן א שיינע בעקיטשע פארן מאן זאלן זיי פארן קיין בארא פארק קויפן)
:cry:
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

מענין לענין, Envision האט לעצטנס געמאלדן באזונדערע מענער בחורים שעות.
אפשר וואלט געווען כדאי זאל אויך זיין א צייט פאר א פרוי ארבייטער צו ארויסהעלפן פרויען און מיידלעך (כמדומה אז איז געווען לעצטנס א מחאה אויף די לוח המחאות וועגן מענער ארבייטער זאגן מבינות אויף פרויען גלעזער)
לעצט פארראכטן דורך shalsheles אום דאנערשטאג מארטש 23, 2023 8:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבן גמליאל
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:13 pm

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבן גמליאל »

האסט א פראבלעם אז סאיז פיל מיט פרויען? "איכא דרכא אחרינא" גיי ווען סאיז ליידיגער! גיי גענוג פרי פאר יום טוב, גיי צופרי, געב דיך א עצה! פונקט ווי די פרובירסט נישט אריינצוגיין און גראסערי פרייטאג נאכמיטאג א שעה פארן זמן ווייל סאיז געפאקט וכו וכו געב דיך א עצה יעצט אויך, יא סאיז דא מאמעס וואס ווילען זעהן וואס זייערע קינדער קויפען, און סאיז אויך דא פרויען וואס ווילן יא זעהן וואס זייערע מענער קויפן, און אויב דיר שטערט עס גיי אנדערע צייטען, די סטאר איז נישט א גאנצען טאג פיל!
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 1:52 pm




איך טראכט ביי מיר אסאך מאל די קאנטראסט, ווי אפגעהיטן מיר זענען ביי געוויסע פלעצער, ווי אין ביהמ"ד, אדער א שמחה, צו פארמאכן די מחיצות אויף א אויסטערלישע פארנעם אז אפילו א האר זאל מען נישט קענען אדורכזעהן, און נאכדעם גייט מען אין גראסערי, אין הארדווער סטאר, אין פארמעסי, און אפילו אין ספרים סטאר, און די תערובות דארט איז איום ונורא.

אז ביידע וועלן פרובירן דאס בעסטע וועט האפענטליך גרינגער ווערן. אבער דאס איז זיכער אז מען קען ממש נישט טוישן די מציאות בעולם, עס איז א וועלט ווי מענער און פרויען לעבן צוזאמען, כך גזרה חכמתו יתברך!
ברענגסט ארויס א נקודה וואס קען העלפן - מענטשן וואס מוטשענען זיך - צו טוען וואס מען דארף מיט ווייניגער סטרעס.

ווען מען פארברענגט צוזאמען דארף מען זיין אפגעטיילט בכל החומר, ווייל דאס איז מען אויסגעשטעלט צו התקרב ווערן.

עס איז נישטא קיין איסור אריבערצוגיין נעבן א פרוי. און עס איז אויך זייער וויכטיג, אז א מאנס פערזאן זאל זיך אויסדריקן מיט מונדליכע אוסדריקן ווען ער וויל עפעס פון א פרעמדע פרוי וואס שטייט אים אין וועג, אויף א נארמאלע אופן ווטס ברענגט נישט קיין קירוב.

ווען א אינגערמאן גייט איינקויפן, גייט ער נישט זיך טרעפן מיט מענטשן, ער גייט איינקויפן, פינטל.
מען טוט וואס מען דארף און מען היט זיך די אויגן, און די מחשבה.

אה, נפל פיתא בבירא, מען קען זיך נישט היטן די מחשבה ווען מען איז ביזי דערמיט.

עס איז נישט קיין תערובות איום ונורא, עס איז א בילבול המוחות איום ונורא

דאס וואס איך האב געשריבן, איז פשוט וברור אין אלע ספרים ווטס רעדן בשמירת המחשבה
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

shalsheles האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 2:04 pm
מענין לענין, Envision האט לעצטנס געמאלדן באזונדערע מענער בחורים שעות.
אפשר וואלט געווען כדאי זאל אויך זיין א צייט פאר א פרוי ארבייטער צו ארויסהעלפן פרויען און מיידלעך (כמדומה אז איז געווען לעצטנס א מחאה אויף די לוח המודעות וועגן מענער ארבייטער זאגן מבינות אויף פרויען גלעזער)
ברם יזכר לטוב אז אין די נייע געשעפט איז טאקע דא א פרוי וואס העלפט קלויבן און עדזשאסטן פאר די פרויען.
(ווי נאכגעהערט אמאל בשם דעם אייגנטומער וויל ער שוין לאנג האבן פרויען ארבייטער אבער ס'שווער צו טרעפן, אדרבה אויב ווייסט איר פון איינע וועלכע וויל זיין א סעילספרוי אין ברילן-געשעפט, מעלדט אים איין)
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

shalsheles האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 2:04 pm
מענין לענין, Envision האט לעצטנס געמאלדן באזונדערע מענער בחורים שעות.
אפשר וואלט געווען כדאי זאל אויך זיין א צייט פאר א פרוי ארבייטער צו ארויסהעלפן פרויען און מיידלעך (כמדומה אז איז געווען לעצטנס א מחאה אויף די לוח המודעות וועגן מענער ארבייטער זאגן מבינות אויף פרויען גלעזער)
וואס זענען די מענער שעות?
גאליציאנע פרעזידענט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 08, 2023 4:18 pm

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנע פרעזידענט »

עס וואלט אויך געוועהן כדי אז די גרסערי'ס וכו' זאלן איינשטעלן עקסטערע שעות פאר בחורים און יונגערלייט

און בכלל ווער ווייסט איך האלט שוין לאנג אז אונז וועלן קענען פארציילן פאר אונזער אייניקלעך אז מיר געדענקען נאך ווען און געשעפטען זענען געגאנגען מענער און פרויען און ס'איז נישט געוועהן קיין עקסטערע געשעפט / שעות
ווילסט האבן א גוט לעבן בגשמיות ?
לעב מיט אמונה
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

וועגן שטעגן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 1:34 pm
איך זע נישט קיין שום חילוק דערינען, עס איז נישט דא קיין איסור פון א מאן צו אריינגיין אין געשעפט פון בגדי נשים
האסט פרובירט אמאל אריינצוגיין אין א געשעפט פון בגדי נשים?, איך האב אמאל געדארפט עפעס אויפפיקן און אלע סעילס לעידיס און אויך דער בעל בית (א מאן, שטעלן דיך פאהר...) זענען געקומען צו לויפן וואס מ'קען מיך העלפן...

מיין ברודער האט אמאל געדארפט טוהן א געוויסע ארבעט אין אן אנדער געשעפט און די געשעפט האבן באקומען אפאר רופן אז א מאן דרייט זיך אין געשעפט...

סאו די נשים ביי זייערע געשעפטן פארשטייען זיך זייער עסק
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

יצחק ברוך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 7:04 pm
וועגן שטעגן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 1:34 pm
איך זע נישט קיין שום חילוק דערינען, עס איז נישט דא קיין איסור פון א מאן צו אריינגיין אין געשעפט פון בגדי נשים
האסט פרובירט אמאל אריינצוגיין אין א געשעפט פון בגדי נשים?, איך האב אמאל געדארפט עפעס אויפפיקן און אלע סעילס לעידיס און אויך דער בעל בית (א מאן, שטעלן דיך פאהר...) זענען געקומען צו לויפן וואס מ'קען מיך העלפן...

מיין ברודער האט אמאל געדארפט טוהן א געוויסע ארבעט אין אן אנדער געשעפט און די געשעפט האבן באקומען אפאר רופן אז א מאן דרייט זיך אין געשעפט...

סאו די נשים ביי זייערע געשעפטן פארשטייען זיך זייער עסק
איך קען דיין ברודער... ווען ער קומט אויף מיין גאס פארשפאר איך אלע טירן....


נאר א ווערטל...
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

ער'ז גראדע א וואוילער יונגערמאן ער'ט פונקט געדארפט פאררעכטן עפעס א קאנסטרוקציאלע ארבייט אין א געשעפט וואו עס גייען כמעט נישט אריין קיין מענער.
בקע לגלגולת
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

גאליציאנע פרעזידענט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:52 pm
עס וואלט אויך געוועהן כדי אז די גרסערי'ס וכו' זאלן איינשטעלן עקסטערע שעות פאר בחורים און יונגערלייט

און בכלל ווער ווייסט איך האלט שוין לאנג אז אונז וועלן קענען פארציילן פאר אונזער אייניקלעך אז מיר געדענקען נאך ווען און געשעפטען זענען געגאנגען מענער און פרויען און ס'איז נישט געוועהן קיין עקסטערע געשעפט / שעות
מיר יעצט טאקע בייגעפאלן אז מען דארף מאכן אויף בעדפארד און ליע מענער שעות און פרויען שעות...

וואס מאכסטו זיך נאריש?!
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

איך שטיי און איך שטוין אויף דעם אשכול.

מענטשן זענען טאטאל פאריקט, פיריעד.
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

מקובל אלוקי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 2:30 am

נא וועי!!!

נישט ביי אונז אין בארא פארק!!

ער זאל פארן אויף מאנסי.....
וואס איז שלעכט פון וו"ס?
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
יין רב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:19 pm

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין רב »

אויב איר ריקט זיך נישט ביז איין מינוט גייט מען אנהייבן מפרסם זיין נעמען מרס........ ביטע רוקט אייך אין א זייט
אוועטאר
כ'קעניש דיסיידן
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2023 3:41 pm

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'קעניש דיסיידן »

בינעך נעכטן אריין אין א טייטס/עקסעסארי געשפט צו מאכן א ריטורן, אזאנע קעלבערנע בליקן באקומען אזש כ'האב געפילט ווי זאב אחד בין שבעים כבשים.

"וואס זיכט דער אינגערמאן ביי אונז אין ווייבער שול, ער דרריט זיך דא ווי ביים מאמען אין קינדערגארטן" האבעך געהערט ווי איין פאר אויגן זאגט צום אנדערען.

שוין, פיץ איך ארויס פון דארט, קום איך אן צום קלינערס.

זעה איך א רייע פון צען מענער אריינגעשטופט אינעם קליינעם געשעפט, און א פרוי ווארט נעבעך אליינס אינדרויסן מיטן קערידזש אז דער מענער שול זאל זיך אויסליידיגן..

האב איך מיך בארואיגט, ס'דא יושר אויפן וועלט!
My comments are for illustration purposes only, they do not reflect the opinions of the author
נעגא נעגא נעגא-טיוויטי איז א נגע נגע נגע צרעת
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

יצחק ברוך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 7:04 pm
איך האב אמאל געדארפט עפעס אויפפיקן און אלע סעילס לעידיס און אויך דער בעל בית (א מאן, שטעלן דיך פאהר...) זענען געקומען צו לויפן וואס מ'קען מיך העלפן...
איך האב אויך דאס אמאל געזען אין א געוויסע פרויען געשעפט, קיין מאן גייט נישט אהין אריין, אבער דער בעה"ב דרייעט זיך ארום ווי ביי.... זיך אין געשעפט!

פרעג איך אייך, מאי שנא??
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

כ'קעניש דיסיידן האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:11 pm
בינעך נעכטן אריין אין א טייטס/עקסעסארי געשפט צו מאכן א ריטורן, אזאנע קעלבערנע בליקן באקומען אזש כ'האב געפילט ווי זאב אחד בין שבעים כבשים.
האסט זיי געדארפט זאגן אז דו @קענסט נישט דעסיידן, ממילא באלאנגסטו יא דארט....
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

איך וואלט רעקאמענדירט צו צוזאמשמעלצן דיעזע אשכול מיט די לאכן ביים סדר אשכול
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: פרויען שעות אין די מענער קלאדינג סטארס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

קרייסלער האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 9:50 pm
איך וואלט רעקאמענדירט צו צוזאמשמעלצן דיעזע אשכול מיט די לאכן ביים סדר אשכול

;l;p- :lol: ;l;p- :lol:
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”