בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

סערוויסעס, געשעפטן און פראדוקטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הרים סביב האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 2:10 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 2:07 pm
נישטא אזא זאך ווי גערעכט פארן דיספיוטן א טשארדש צוליב שלעכטע סערוויס
דער מעשה מיט די גארטל הייסט נישט שלעכטע סעריוויס. עס הייסט מען האט עם נישט געגעבען די פראדאקט וואס ער האב באשטעלט. לעולם קען ער גלייך דיספיוטן. לפנים משורת הדין איז ער אראפגעקומען, וואלט דער שולידגע געשפעטסמאן עם געדארפט קעגן קומען און צופרידן שטעלן. אויב נישט, גייט מען צוריק צום דיספוט.
אויך ווען דער גראסערי שיקט נישט די פעקל צוקער אינעם ארדער מעג מען דיספיוטן....

זאג נאר, אין וועלכע אינדוסטרי ארבעט איר?
גאליציאנע פרעזידענט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 08, 2023 4:18 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנע פרעזידענט »

הייסע פעפער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 11:19 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 11:38 am
הייסע פעפער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:47 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:13 pm
כוועל דיר זאגן נאך בעסער, ווען איך מאך אן ארדער פון דריי הונדערט דאלאר, זענען דא דארט ביליגע זאכן פאר א דאלאר אדער אפילו פופציג צענט.

למשל א סופער סנעקס פאר'ן קליינעם אין די וועגעלע. וואס קאסט עס, זיבעציג צענט? פארוואס אינעם גרויסן ארדער נעמט ער עס יא אויפ'ן קארטל? ווייל עס גייט צוזאמען מיט די גרויסע ארדער.

נו, איך קאסטומער בין פערזענליך דער גרויסער ארדער. יעצט נעם איך א קליינע קאווע, מארגן א ריזיגע ארדער, עס גייט צוזאמען. אז דו רעכנסט "עקסטער" די קליינע קאפי אדער קאפ סעלערי וואס מיין ווייב דארף יעצט עמערדזשענסי, איז טייטש אז דו "ברעכסט אויף" מיין גרויסע ארדער צו שפארן א ניקל אדער א קוואדער, און איך קען נישט האבן יעצט וואס איך דארף יעצט. נו, כל טוב, סי יע.
ניין, ווען די סווייפסט איז די קק פי 3 אדער 4 פראצענט, מיט א מינימום פון 25 אדער 35 סענט, איז אויב קויפסטו א גרויסע ארדער איז די פי אויף די סאפער סנעק פונקט ווי אלע אנדערע, ווייל די טשארדש איז גענוג גרויס, אבער אויב קויפט מען נאר די סאפער סנעק איז די טשארדש מער ווי די פראפיט ווייל עס האט א מינימום.
סא די גראסערי גייט זיך שטעלן אויף א קוואדער פארלוסט אויף א סופער סנעקס אפילו פאר'ן פרייז פון פארשעמען און פארטרייבן גוטע קאסטומערס וואס קויפן אנדערע צייטן גרויסע ארדערס.
ניין, זיי גייען נישט פארטרייבן גוטע קאסטומערס אזוי, א גוטע קאסטומער מיינט איינערמוואס פארשטייט אז איך דארף נישט דערלייגן קיין געלט אויף דיר ווייל די ווילסט יעצט באצאלן א סופער סנעק מיט א קק, (איך רעד נישט פון א 10$ מינימום, איך רעד יעצט פון דווקא אונטער איין דאלאר) און אויב גייסטו אוועק וועגן די סופער סנעק, קען מען אננעמען אז די הייסט נישט קיין גוטע קאסטומער ווייל די וואלסט ווען געהאט טענות אויף נאך 100 זאכן..
אפשר איז כדי צו מאכן אז א קאסטומער וואס קויפט איין פאר אונטער 20$ איז נישט בארעכטיגט צו פרעגן א ארבעטער ווי עפעס ליגט וכדו', הלמאי אויף די נערישע סעיל האלט איך דען אויף ארבעטער ועוד ועוד
ווילסט האבן א גוט לעבן בגשמיות ?
לעב מיט אמונה
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

גדל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:59 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 10:57 am
הייב מיר אן צו דערציילן אביסל קאסטומער סערוויס עקספיריענס, אבער פליז נישט מיט קיין נעמען אפילו ווייט ווייט חלילה, נאר לתועלת אן קיין שום בושות אדער נעמען.

פאזיטיוו:
א קאמפאני אין קרית יואל האט מיך אנגעקאלט נעכטן נאכמיטאג, אויב איך האב נאך די רעסיט פון עפעס א סערוויס א טאג פריער. גראדע האב איך עס נאך געהאט. פארוואס?
ווייל סוף טאג ביים איבערגיין(!) די חשבונות האבן זיי געזען אז מען האט מיר גערעכנט הונדערט דאלאר צופיל!
אונז גרייטן אייך אן די הונדערט דאלאר אין אן ענוועלאפ און איר קענט עס אויפפיקן סיי ווען.

דאס איז בעסער ווי מיליאן דאלאר עדס, אבער נישט ווי מארקעטינג, ווייל "דאס" איז אויך מארקעטינג. עס קומט נישט פון זיך אליינס.
גערעכט
נעגאטיוו:
אנטשולדיגט, ביי אזא קליינע אייטעם קען מען נישט צאלן מיט קרעדיט קארט. איר האט נישט קיין קעש? יא, איר קענט עס צוריקלייגן.

דאס איז אזוי ביטער אז עס זינקט איין אין וואסער אפילו מיליאן דאלאר עדס, און יא, דאס איז אויך מארקעטינג, עס רופט אויס אין די גאנצע גאס וואספארא ------- די קאמפאני איז.

הייסט מיין קארטל איז ענק נאר גוט פאר הונדערט פופציג דאלאר? כל טוב, ביי 150 דאלאר וועל איך אויך גיין צו דעם וואס מיינע דאלאר פופציג אייטעם איז יא חשוב.
פאר די סטאר לוינט נישט די charge ביי א קליינע סכום. דארף ער באשליסען וואס עס איז עם ענדשער

אכטונג,
ווען א קאמפאני מאכט א סעיל, זאל מען פליז נישט פייניגן מיט די קליינע ווערטער, דאס איז נישט אינקלאדעד, דאס אויך נישט, אה, יענץ אויך נישט, נאר אויב איר נעמט אכציג באקסעס. דעליווערי? ניין, ספעשלס האבן נישט קיין דעליווערי, סארי, עכט סארי, אבער דאס איז די פאליסי.

דאס איז א דיזעסטער, און די קאמפאני וועט דערלייגן יעדן קאסטומער וואס קומט מיט די טרעפ פון סעיל-דיסקאונט וואטעווער און בלייבן שארט-סטאפ מיט אלע נאכווייען וואס קומען אין די זייט. מאכט נישט קיין סעיל און געטס די מינימאלע רעספעקט מיט שכל.
גערעכט
וואס לוינט נישט? ער צאלט מער פאר די ק"ק קאמפאני ביי א דאלער פופציג? ס'קאסט אים בערך 5 סענט, וואס פונקטליך האט ער שאדן?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

חבר האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 2:05 pm
Ozd האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 6:01 pm
נאכן זיך צוקריגן מיט 2 חסידישע מלבושים סענטערס, איז מיר געווען באגריסענד אז ס'עפענט זיך א 3טע.
שוין, קויף אין א טיש בעקיטשע, ער פרעגט מיך צו איך גיי א שלייף אדער קנעפלעך? קנעפלעך, פיין.
גיי איך צוריק, פיק איך אויף די נייע בעקיטשע, ס'איז שבת נאכמיטאג, איך טו אן די נייע בעקיטשע, והנה, נישטא קיין קנעפלעך אויף שוין-אפגעשניטע בעלט!
שוין, זיצט די בעקיטשע אינדערהיים, 3 וואכן, ווען האב איך דען צייט צו גיין א 3טע מאל צום געשעפט?
מאכט זיך א זונטאג מיט פריי מינוטן, גיי איך אריבער צום געשעפט, און כ'פרעג אים צו ער קען מיר ארויפלייגן 2 קנעפלעך while I wait.
ניין, זאגט ער, ס'וועט נעמען נאך א שעה.
זאג איך דעם אינגערמאן, קוק אהער, ס'איז מיר נישט לייכט קומען צו פארן יעדעס מאל דא, ענדליך בין איך דא א 3טע מאל וועגן א בעקיטשע, פארקינג דא איז משוגע, אלזא, כ'בין גרייט צו ווארטן א שעה דא אין געגענט, דא האסטו מיין סעל נוממער, רוף מיך ווען ס'פערטיג, און ביטע קום ארויס צו מיין קאר ווען כ'פאר אריבער נאכאמאל.
ניין, כ'קען נישט ארויסברענגען.

מה עשה הקב"ה, כ'האב איבערגעלאזט דעם בעקיטשע, אהיים געקומען און dispute דעם ק"ק.

בין איך גערעכט?
סך הכל האסטו אנגע'מעסט מיט נישט לייגן קנעפלעך, באמת וואלסטו געדארפט קומען צו מיר אהיים אויפפיקען און צוריק ברענגען... שוין, איז נישט, אבער א קלייניקייט פון ארויסברענגען צום גאס קענסטו אויך נישט???

(אל תדין את חברך עד שתגיע ל13'נטע עוו, און שפירן וואס מיינט פארקינג)
אנטשלודיגט עס קען זיין איר זענט גערעכט מיט אייער ספעציפישע מעשה, אבער אייער אנהייב טוישט אביסל די מעשה...

נאכן זיך צוקריגן מיט 2 חסידישע מלבושים סענטערס... אהא
ביי מיר האט די סוף געטוישט די מעשה.

אויב די ענדגילטיגע מאוו איז געווען דארט צו לאזן די בעקיטשע און דיספיוטן די טשארדזשעס קען איך זיך פארשטעלן וויאזוי די אנפאנג שמועס איז צוגעגאנגען.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

פעטער שמואל האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 1:56 pm
איך דערמאן זיך יעצט א מעשה וואס איז א שפיץ עקזעמפל וויאזוי צו פארטרייבן קאסטומערס.

איך האב זיך אמאל גענויטיגט אין א הענדימען. א חבר האט מיר געגעבן א נאמבער פון זיין שכן איינער מר. ג****.
איך רוף אים אן און איך פרעג ’איז דאס מר. ג. די הענדימען? און יענער אויפן טרייבל ענפערט מיר מיט אזא אומגעדולדיגע אויסגעצויגענע ’ניייייין’.
שוין, איך אנטשולדיג מיך ’סאררי ראנג נומבער’ און איך לייג אראפ.

איך רוף צוריק מיין חבר און איך זאג אים האסט מיר געגעבן א ראנג נומבער. ער טשעקט נאכאמאל און זאגט מיר אז עס איז יא די ריכטיגע נומבער.

רוף איך צוריק די נומבער. די שמועס איז געווען אזוי מיט די זעלבע קינדערישע אומגעדולדיגע טאן:
איך: א גוטן, אי דאס מר. ג. די הענדימען?
מר. ג.: נייייין
איך: אקעי, איז דאס מר. ג.?
מר. ג.: יאאאא
איך: איר זענט א הענדימען?
מר. ג.: ניייין
איך: איך האב באקומען אייער נומבער אז איר טוט הענדי ווארק, איר וואלט געקענט טוהן א דזשאב פאר מיר?
מר. ג.: נייייין, איך בין נישט קיין הענדימען.
איך: פארוואס זאגט מיר מיין חבר וואס איז אייער שכן אז איר טוט הענדי ווארק?
מר. ג: איך בין געווען אמאל א הענדימען, היינט בין איך אן עלעקטרישאן, איך טוה נאר עלעקטריק.

ר’ איד, פארוואס קענסטו מיר נישט זאגן איידלערהייט גלייך ביים ערשטן פאון קאלל ”אנטשולדיגט אבער איך טוה שוין נישט קיין הענדי ווארק. איך טוה היינט עלעקטריק”?
איך וואלט דאן אראפגעלייגט די פאון אין געסעיווט דיין נומבער אויף ווען איך דארף אן עלעקטרישאן.

אבער מיט דיין פארשטינקענע עטיטוד און מיך סתם פארדרייען א קאפ און מיך מאכן פילן ווי צוויי צענט האסטו זיכער געמאכט אז איך רוף דיר נישט פאר מיינע עלעקטריק ארבעט, און אזוי אויך ווען א חבר פרעגט מיך צו רעקאמענדירן אן עלעקטרישאן ביזטו נישט אויפן ליסט.
איך קען דעם מר. ג.
א זיס אידל, ער לעבט אין זיין באבעל, און מיינט טאקע אז די וועלט דרייט זיך ארום זיין פושקע הערינג וואס ער ברענגט ביי שלשסעודות.
ער איז נישט צו קלוג, ער מאכט קארני וויצלעך, ער טיילט קענדיס פאר קינדער אין שול, אבער נישט פאר ער מאכט זיי משוגע רעכטע הענט לינקע הענט וכו'.
לעצטענס האט ער וואצעפפ, און ער שיקט ארום קליפס וואס זענען געווען פאפולער נאך פאר כינוס כלל ישראל וכו'
בקיצור, ער באקומט סיפוק ווען ער קען זאגן "ניייין, כ'בין נישט קיין הענדימען"... ווען דו האסט אים געקאלט האט ער ערווארטעט פון דיר אז זאלסט כאפן א שמועס מיט אים פאר א מינוט צוויי.

גראדע, איז ער זייער טראסטבאר, און זייער איבערגעגבן פאר זיינע קאסטומערס, ער איז ביליג אויך.

בקיצור, איר זענט צי judgmental און professional, איר דארפט פארשטיין אנדערע מענטשן אויך.
א שאד איר האט נישט געמאכט קיין קשר מיט מיט מר. ג.
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

איך גלייך זייער דעם אשכול און אלס איינער וואס האט שוין געארבעט אין א געשעפט קען איך מעיד זיין אויף אסאך נקודות וואס מען האט דא אויסגעשמיעסט
אבער
אויף געוויסע וואס שרייבן דא קען מען זעהן א געוויסע נקודה וואס קענסט פרעגן ביי יעדן וואס טוט אין קאסטומער סערוויס אז זיי זענען הייס מתפלל יעדען טאג א די קאסטימער זאל ביטע נישט אריינקומען אין געשעפט
עס זענען דא קאסטמיער וואס זיי האבן אין זייער טבע די נאטור וואס ווערט געברענגט ביי די מענטש וואס האט אויספראבירט הילל הזקן און זיי פראבירן עס אויס אויף די קאסטימער סערוויס מאן אין געשעפט און ניט אייביג געלונגט עס אז די ארבעטער הייסט הילל
איך וועל נישט פארגעסן די קאסטימערס וואס נאכן שניידן פאר זיי האבן זיי זיך דערמאנט אז זיי דארפן מיט צוויי אינטשעס מער און זיי ווילן נישט באצאלן נאר אויב מען געט זיי א נייע זיי האבן געהאלטן און איין צוריקברענגען וכדו' איך רעד שוין בכלל נישט פון די דערנערווירענדע טעלעפאון קאללס אויפצוהאלטן פאר א נישטיגע 5 דאללער איבער א האלבע שעה מסביר צו זיין די קאליר אויפן טעלעפאון די ליסט גייט און גייט ....
נאר וואס עס פעלט זיך צומאל אויס א אפענקייט פונעם סערוויס מאן וואס ער זאל זאגן פארן קאסטימער איר זענט מיר א גוטע קאסטימער איך וויל אייך זייער צופרידנשטעלן אבער יעצט האב איך פשוט נישט קיין צייט אדער וויפעל איך וויל אייך צופרידנשטעלן גייט עס קען די סטאר פאליסי עס ליגט נישט אין מיינע הענט
אין איין ווארט יענעם צו באזידלען איז נישט קיין וועג פארשיקען א קאסטימער איז נישט קיין וועג(הגם איך וועל מיר זייער פרייען ווען מיין קאמפעטישן וועט זיך מיטשענען מיט אים)ווייל אפי' ער ווערט אויס דיין קאסטטימער האט ער אויך ברידערס און געשוויסטער וכדו'
נאך א נקודה
אסאך מאל ווערט א דין דברים וואס איז נישט ווערט איך וועל געבן א משל פון א מעשה שהי'
איך בין געוועהן אין א זילבער געשעפט וואס איך האב גראדע זייער הנאה אריינצוגיין דארטן קומט צי צו מיר א חבר מיינער און פרעגט מיר די קויפסט דא זאג איך אים יא איך האב זייער הנאה פון זייער סערוויס זאג ער מיר וואס הייבט זיי געבן נישט קיין ברעקל סערוויס
פארציילט ער מיר ער האט באקומען א לייכטער ביי זיי חתונה און די סעט איז נישט ממש געוועהן די זעלבע איז ער צוצוריגעגאנגעןטוישן האט ער שוין געזעהן אין געשעפט א שענערע האט ער געפרעגט אויב ער קען באצן די חילוקי אין פרייז וואס די חילוקי איז געוועהן ארים 300 דאללער געבן זיי א קוק נאך אין קאמפיוטער זאגן זיי אים אז דער וואס האט אים געקויפט די לייכטער האט עס געקויפט אויף א סעיל מיט 300 דיסקאונט סא אויב ער וויל עס טוישן דארף ער צוצאלן 600 האט ער געטענעט וואס איז א חילוק פאר וויפל יענער האט עס געקויפט יעצט איז די חילוק 300 למעשה האבן זיי נישט געוואלט אראפלאזן די פרייז
וואס מיינט איר פארציילט ער מיר די מתנה האב איך באקומען פון מיין זיידע און און ער איז געגאנגען וויינען צו זיין זיידע איבער די מעשה האב אים זיין זיידע געזאגט אויב אזוי קויפט ער מער נשישט אין די געשעפט
די איד פלעגט יעדע יאר קויפן אפאר מאל לייכטערס פאר זיינע אייניקלעך יעצ צוליעב א נישטעיגע 300 דאללער איז ער אוועקגעגאנגען
אוועטאר
שפעטער נישט יעצט
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:15 am

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער נישט יעצט »

גוט פאריקט האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 9:43 am

כ'פארשטיי נישט פונקטליך וואס איר רעדט
איר רעדט פון משוגעים וואס די גאנצע וועלט איז משוגע ביי זיי

דא רעדט מען פון נארמאלע מענטשן פשוט זיי זעהן זיך נישט אריין גיין אין א געשעפט וועגן א מעשה שהיה און ס'נישט עכט ביז יעצט געווען מיט א הסבר
נאר דא ברענגט מען עס ארויס פ"וו א מענטש פילט זיך אומבאקוועם און יענע געשעפט
פארשטאנען איז גוט און אויב נישט איז אויך גוט
אוועטאר
שטרענגע מענטש
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 06, 2021 12:06 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרענגע מענטש »

הרים סביב האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 2:10 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 2:07 pm
נישטא אזא זאך ווי גערעכט פארן דיספיוטן א טשארדש צוליב שלעכטע סערוויס
דער מעשה מיט די גארטל הייסט נישט שלעכטע סעריוויס. עס הייסט מען האט עם נישט געגעבען די פראדאקט וואס ער האב באשטעלט. לעולם קען ער גלייך דיספיוטן. לפנים משורת הדין איז ער אראפגעקומען, וואלט דער שולידגע געשפעטסמאן עם געדארפט קעגן קומען און צופרידן שטעלן. אויב נישט, גייט מען צוריק צום דיספוט.
עס איז יא דא אזא זאך מען דארףף לערנען די היימישע סוחרים אויף זייער שפראך
זיי שוין שטיל דארטן!
נודניק
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

איך האב געדארפט א נייע ליעס פאר א קאר, איך האב געהאט געניצט איינעם בעפאר, איך בין געווען זייער צופרידען, דערנאך ביים נעקסטע קאר האב איך באקימען א קנאקעדיגע אפפער פין ראדא איך האב עס אים אריינעשיקט פשוט צו געבן א טשענס זאגט ער אז ער קען ניטאמאל קומען נאנט צי זייער פרייז,

יעצט האב איך נאכאמאל געדארפט א ליעס, אים געטעקסט איבער פרייזען אויף דעם וואס איך זיך,וואס אזוי פלעג מיר קאומיוניקעטן, ער ענטפערט נישט, קאל איך אים דריי וואכן שפעטער הייבט ער אויף מיט א אנגעצויגענע קול ווי ער האט מיר נאר וואס געטון די וועלטס טובה פארן אויפהייבן די טעלעפאן, פרעג איך אים צו ער האט געהאט געזען מיין מעסעדז איך זיך די קאר, ״איך בין זייער ביזי איך האב נישט קיין צייט יעצט״,

איך בין אים דן לכף זכות אבער מיר אויך… געפרעגט אפאר חבירים אין פינף מינוט שפעטער שוין געהאט פרייזען פין א צווייטען,

דעם ערשטענס קאנטאקט האב איך שוין דעליטעד,
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

נודניק האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 12:07 am
איך האב געדארפט א נייע ליעס פאר א קאר, איך האב געהאט געניצט איינעם בעפאר, איך בין געווען זייער צופרידען, דערנאך ביים נעקסטע קאר האב איך באקימען א קנאקעדיגע אפפער פין ראדא איך האב עס אים אריינעשיקט פשוט צו געבן א טשענס זאגט ער אז ער קען ניטאמאל קומען נאנט צי זייער פרייז,

יעצט האב איך נאכאמאל געדארפט א ליעס, אים געטעקסט איבער פרייזען אויף דעם וואס איך זיך,וואס אזוי פלעג מיר קאומיוניקעטן, ער ענטפערט נישט, קאל איך אים דריי וואכן שפעטער הייבט ער אויף מיט א אנגעצויגענע קול ווי ער האט מיר נאר וואס געטון די וועלטס טובה פארן אויפהייבן די טעלעפאן, פרעג איך אים צו ער האט געהאט געזען מיין מעסעדז איך זיך די קאר, ״איך בין זייער ביזי איך האב נישט קיין צייט יעצט״,

איך בין אים דן לכף זכות אבער מיר אויך… געפרעגט אפאר חבירים אין פינף מינוט שפעטער שוין געהאט פרייזען פין א צווייטען,

דעם ערשטענס קאנטאקט האב איך שוין דעליטעד,
ווען א נודניק קאלט מיר ענטפער איך עים אויך נישט....
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 2:07 pm
נישטא אזא זאך ווי גערעכט פארן דיספיוטן א טשארדש צוליב שלעכטע סערוויס
מיין בני בית האט עפעס געקויפט אין סטאר. אין געבעטן אז זי וויל עס אויספראבירן זאגן זיי קענסט עס אהיים נעמען האסט 7 טעג צירוק צו ברענגען, ביים צירוק ברענגען זאגן זיי ס'איז אפען אינז קען מער עס נישט צירוק נעמען,

האסט עס געדארפט זאגן ווען כ'האב דיך געזאגט איך וויל עס אויספראבירן, כ'האב עס דארט געלאזט מען גייט עס דיספיאטן.
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
askan1
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:31 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך askan1 »

latter האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 2:40 am
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 2:07 pm
נישטא אזא זאך ווי גערעכט פארן דיספיוטן א טשארדש צוליב שלעכטע סערוויס
מיין בני בית האט עפעס געקויפט אין סטאר. אין געבעטן אז זי וויל עס אויספראבירן זאגן זיי קענסט עס אהיים נעמען האסט 7 טעג צירוק צו ברענגען, ביים צירוק ברענגען זאגן זיי ס'איז אפען אינז קען מער עס נישט צירוק נעמען,

האסט עס געדארפט זאגן ווען כ'האב דיך געזאגט איך וויל עס אויספראבירן, כ'האב עס דארט געלאזט מען גייט עס דיספיאטן.
עס קען זיין גניבה פרעג א דיין.
אוועטאר
זושא פון לייפציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2022 6:37 pm
לאקאציע: צווישן תענית אסתר און פורים

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא פון לייפציג »

האמער זיך איינגעהאנדלט אזא ערב פסח'דיגע סענדוויטש פאר סאפער אין א ד' על ד' סטאר.

כ'סווייפ די קארטעל, ער געט מיר די סענדוויטש.

פארשטייט זיך כ'גיי שוין אויס פאר הונגער נאך א לאנגע טאג פון נישט אריין נעמען עפעס נארמאל אין מויל, האבעך געטראכט כ'וועל מיך וואשן נטילת ידים אין סטאר אין עסען די סענדוויטש אין קאר.

פרעג איך די איד וואס שטייט דארט, נישטא קיין סינק? ענפערט ער מיר - ניין.
פרעג'עך עם וואס איז מיט די סינק אינטער דיר? (דארט ווי די גוי ארבעט אריין)
ענפערט ער מיר קענסט נישט אריין קומען דא!
אויב ווילט איר זיך וואשן קענט איר קויפן א וואסער באטל פאר צוויי דאלער.(יעצט גיי אויף די גאס גיייססס וואסער... אזוי ווי נאך א לוי' רח"ל...)

עד כאן המעשה!

(כ'בין אהיים זעך'געוואשן ווי א מענטש, געבענטש און שוין).

אזוי פארן'דיג אהיים, טראכט איך צו מיר:

1. פארקויפט איינער המוציא סענדוויטשס אין פאלט עם נישט ביי צו לייגען א בעיסיק סינק? וואס בעהטעך שוין? אביסעלע וואסער?!

2. איינער קויפט ביי דיר 18 דאלער'דיגע סענדוויטש די ווילסט ער זאל צוריק קומען א'יא? לאז'עם אריין אין די בעק זעך א וואש געבען.

3. יעצט על צד די מעגסט עם נישט אריין לאזן אין די בעק, זאג עם די ווערטער:
אונז האבן נישט קיין סינק אבער דא האסטע א באטל וואסער מיט א קאפ 'איי רילי הויפ דיס וויל העלפ'!

כ'זאגדער צו כ'וואלט צוריק געקומען!

האסט זיך געשפארט אפאר סענט אויף א וואסער באטל, האסטע פארלוירן אסססאך 18'ער סענדוויטשס!
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

זינט ווען דארף דיך א סטאר צושטעלן א סינק זיך צו וואשן? פארשטייט זיך א מילכיגע רעסטעראונט מאכט סענס, ווייל מענטשן עסן דארטן פת שחרית, אבער סתם איינער וואס פארקויפט סענדוויטשעס? זאלסט מיך אנטשולדיגן, אבער דו קריכסט דא אויף גראדע ווענט.
וועגן שטעגן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועגן שטעגן »

קארן האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 7:48 am
זינט ווען דארף דיך א סטאר צושטעלן א סינק זיך צו וואשן? פארשטייט זיך א מילכיגע רעסטעראונט מאכט סענס, ווייל מענטשן עסן דארטן פת שחרית, אבער סתם איינער וואס פארקויפט סענדוויטשעס? זאלסט מיך אנטשולדיגן, אבער דו קריכסט דא אויף גראדע ווענט.
א אידישע כשר'ע סטאר זיכער יא,נאכדערצו טאמער ער פארקויפט המוציא ראללס וכדומה,
אנטשולדיגט, דארפן דארף מען עכט גארנישט,איין זאך וואס א מענטש מוז טין איז שטארבען! דא רעדט מען פון צושטעלן קאסטומער סערוויס , צו סאיז קאסטעמער סערוויס? זיכער אז יא
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

אקעי, סא מיין גראסערי וואס פארקויפט המוציא סענדוויטשעס, דארף מיך יעצט צושטעלן א סינק? קריך נישט אויף קיין גראדע ווענט, נישט דא אזא זאך, און ווייז מיר איין גראסערי/סענדוויטש פארקויפער נישט קיין רעסטעראונט, וואס שטעלט צו א סינק.

על זה הכתוב אומר.
Everyone brings joy to this business, some when they enter and others when they leave!!
וועגן שטעגן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועגן שטעגן »

קארן האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 8:05 am

1.
א גראסערי איז אנדערש ווי א סענדוויטש סטאר
2.
א גראסערי/סענדוויטש סטאר וואס לאזט דיר נישט וואשען די הענט אין די בעק ווען א איד בעט ,זאלסטו מיר מוחל ; איז נישט אין אנקלאנג מיט קאסטעמער סערוויס, איך רעדט שוין נישט דערפון אז ער איז שלעכטע מענטש! איך זע כסדר מענטשן בעטן ,נאך קיינמאל געזען א נארמאלע מענטש אפצוזאגן ,נאר א בהמה וואס פארשטייט נישט צו ביזנעס,
היינט צוטאגס ב"ה ווערט טאקע יעדע נייע סופערמארקעט טאקע שוין געבויט מיט שיינע שמעקעדיגע טוילעטס מיט סינקס ,עקסטער פאר מענער און פרויען פאר קאסטעמער סערוויס,
נאך איינמאל די אשכול איז איבער "קאסטומער סערוויס"נישט וואס מען מוז (קאסטומער סערוויס קען אריין גיין אין די גדר פון לפנים משורת הדין,דאס מיינט קאסטומער סערוויס ,סאיז א סערוויס נישט די אייטעם אליין זעלבסט ) ודו"ק

און אלץ קאסטומער סערוויס , איז ער נישט מחוייב דיך צו לאזן נוצן די סינק וואס איז געמאכט דייקא פאר די ארבעטערס וואס מאכן די סענדוויטשעס, אך און וויי אויב א קאסטומער וואשט זיך די הענט דארטן, און פונקט שפאצירט אריין אן אינספעקטער, סא יענע סענדוויטש סטאר, האט גארנישט געטוהן ראנג, מענטשן מיינען נאר אז אלעס קומט זיך זיי, און אויב מגיבט זיי עס נישט, לויפט מען אויף אייוועלט שרייבן וואספארא שלעכטע קאסטומער סערוויס יענער האט געגעבן, און נאכדערצו אז ער האט נישט געגעבן קיין באטל וואסער פאר בחינם, דאס איז דאך די ארגסטע פון אלעם.....
וועגן שטעגן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועגן שטעגן »

קארן האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 8:20 am

די ביזט ווייטער ביזי אז ער איז נישט "מחוייב" דא רעדט מען בכלל נישט פון קיין חיוב, מען רעדט פון קאסטומער סערוויס!
לעצט פארראכטן דורך וועגן שטעגן אום זונטאג אפריל 02, 2023 8:25 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

וועגן שטעגן האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 8:10 am
קארן האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 8:05 am
אקעי, סא מיין גראסערי וואס פארקויפט המוציא סענדוויטשעס, דארף מיך יעצט צושטעלן א סינק? קריך נישט אויף קיין גראדע ווענט, נישט דא אזא זאך, און ווייז מיר איין גראסערי/סענדוויטש פארקויפער נישט קיין רעסטעראונט, וואס שטעלט צו א סינק.

על זה הכתוב אומר.
Everyone brings joy to this business, some when they enter and others when they leave!!
1.
א גראסערי איז אנדערש ווי א סענדוויטש סטאר
2.
א גראסערי/סענדוויטש סטאר וואס לאזט דיר נישט וואשען די הענט אין די בעק ווען א איד בעט ,זאלסטו מיר מוחל ; איז נישט אין אנקלאנג מיט קאסטעמער סערוויס, איך רעדט שוין נישט דערפון אז ער איז שלעכטע מענטש! איך זע כסדר מענטשן בעטן ,נאך קיינמאל געזען א נארמאלע מענטש אפצוזאגן ,נאר א בהמה וואס פארשטייט נישט צו ביזנעס,
היינט צוטאגס ב"ה ווערט טאקע יעדע נייע סופערמארקעט טאקע שוין געבויט מיט שיינע שמעקעדיגע טוילעטס מיט סינקס ,עקסטער פאר מענער און פרויען פאר קאסטעמער סערוויס,
נאך איינמאל די אשכול איז איבער "קאסטומער סערוויס"נישט וואס מען מוז (קאסטומער סערוויס קען אריין גיין אין די גדר פון לפנים משורת הדין,דאס מיינט קאסטומער סערוויס ,סאיז א סערוויס נישט די אייטעם אליין זעלבסט ) ודו"ק
איך וואלט נישט אנגענומען פון א הינגעריגע אינגערמאן....

נישט לטב און זיכער נישט לרע...

דער אינגערמאן קוקט מיר אויס איז געווען זייער הינגעריג און אויב עפעס איז נישט געגאנגען זיין וועג איז שוין די גאנצע וועלט שילדיג...

אויפ'ן וועג צום סטאר האט ער שוין אפגעמאכט וויאזוי ער גייט עס עסן ס'האט זיך אים נישט אויסגעארבעט...

הצלחה ברכה...

נ.ב.
פאר דיר אינגערמאן קענסט צירוק קומען קויפן נאך סענדוויטשעס ווען וועסט זיין מער זאט וועסטו זעהן אז די סינק און בעק האט אפילו נישט קיין טעפל זיך צו וואשן און ס'איז פיל מיט שמיציגע כלים וואס דער גוי וואשט דארט מיט זייף
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

קומט נישט אריין קיין קאסטומער סערוויס בכלל דא, און ער האט גארנישט געטוהן ראנג, יעצט ביסטו גענוג קלאר?

האקט...
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

וועגן שטעגן האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 8:22 am
קארן האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 8:20 am
און אלץ קאסטומער סערוויס , איז ער נישט מחוייב דיך צו לאזן נוצן די סינק וואס איז געמאכט דייקא פאר די ארבעטערס וואס מאכן די סענדוויטשעס, אך און וויי אויב א קאסטומער וואשט זיך די הענט דארטן, און פונקט שפאצירט אריין אן אינספעקטער, סא יענע סענדוויטש סטאר, האט גארנישט געטוהן ראנג, מענטשן מיינען נאר אז אלעס קומט זיך זיי, און אויב מגיבט זיי עס נישט, לויפט מען אויף אייוועלט שרייבן וואספארא שלעכטע קאסטומער סערוויס יענער האט געגעבן, און נאכדערצו אז ער האט נישט געגעבן קיין באטל וואסער פאר בחינם, דאס איז דאך די ארגסטע פון אלעם.....
די ביזט ווייטער ביזי אז ער איז נישט "מחוייב" דא רעדט מען בכלל נישט פון קיין חיוב, מען רעדט פון קאסטומער סערוויס! איך האב נאכנישט געזען א סטאר אפזאגן פון זיך וואשען דארט, נאר איינער וואס איז נישט אין ביזנעס וועט עס טין , אבער וויבאלד ער שרייבט פסח סטאר ,זעט אויס ווי סאיז עפעס א טעמפארערי סטאר צו וואס, וואס יענער נעמט עדווענטעזש פון די מצב און ער פארשטייט בכלל נישט צו קיין ביזנעס
אנטשולדיגט מיר...

אבער אפשר געט ער דיר א דרינק פון די פרידז וואס ער טשארדזט 2.75 צו מאכן נאך א שנעלע דאלאר ווייל די ביסט דארשטעריג...

ווילסט טרינקן צאל, ער איז א סטאר צו מאכן געלט... ווילסט זיך ואשן פאר המוציא, קויף א באטל וואסער
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

קארן האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 8:25 am
קומט נישט אריין קיין קאסטומער סערוויס בכלל דא, און ער האט גארנישט געטוהן ראנג, יעצט ביסטו גענוג קלאר?

האקט...
גא"מ
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

און ער דארף אים אפשר אויך לאזן נוצן זיין וויי פיי....
וועגן שטעגן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועגן שטעגן »

קארן האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 8:25 am
קומט נישט אריין קיין קאסטומער סערוויס בכלל דא, און ער האט גארנישט געטוהן ראנג, יעצט ביסטו גענוג קלאר?

האקט...
ניין , וועגן איך זע טעגליך ווי מענטשן בעטן זיך צו וואשען און אפילו ווען סאיז דא דארט נאר א גוי וועט ער דיר אריין לאזן , דאס איז וואס מיינע אויגן זעען כמעט טעגליך , סא זעט אויס קלוגערע ביזנעס לייט פארשטייען אז א מענטש בעט זיך צו וואשן , דעס מיינט אז ער זייער הונגעריג, און טאקע וועגן דעם האט ער געקויפט א סענדוויטש צו עסן, און נישט צו סעיווען , און טאקע וועט ער אים געבן די מינאמאלסטע קאסטומער סערוויס זיך צו געבן א וואש טאן
שרייב תגובה

צוריק צו “משא ומתן”