נארמאלע טיש בעקיטשעס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
נארמאלע טיש בעקיטשעס
איך ווייס נישט אויב סאיז שוין דא א אשכול אויף דעים
אבער ווער סהאט נאר געעפענט סיי וועלעכע אויסגאבע דעי וואך האט געטראפען א עדוועטייזמענט פין 6 זייטען פין סטיילס טיש בעקעטשעס
די עצם זאך פין טוישען די לבוש מהלך פין ביז יעצט וועל איך שוין לאזען פאר די אידישקייט גיליון
וואס מיך באדערט איז אז ווען איך גיי אריין אין קלוידינג זיכען א נארמאלע טיש בעקיטשע איז נישט דא צום געפונען
אין איך בין נישט די איינציגסטער וואס זיכט נאך די נארמאלע טיש בעקיטשעס איך הער אסאך פין מענטשען אז זיי דארפען אסאך מאל גיין צו 3 סטארס ביז זיי קענען טרעפען א נארמאלע טיש בעקיטשע
וויל איך בעטען אז ווער סווייסט ווי מקען נאך קויפען נאמאלע טיש בעקיטשעס זאל לאזען דא וויסען
ישר כח

Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
אפשר קענט איר מסביר זיין וואס עס מיינט אין אייער בליק א נארמאלע טיש בעקיטשע?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2849
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
- לאקאציע: אין די אידישע וועלט
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
די דיקע גארטלעך איז עפעס סתם צודרייט
-
- שר חמישים
- תגובות: 86
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 10:23 pm
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
ביי יעדעם איז נארמאל א צווייטע זאך
-
- שר חמישים
- תגובות: 86
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 10:23 pm
- הערינג מיט ברוינפען
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3578
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
פרעג דעי מענטשן וואס איז געווען די דריטע סטאר...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
G&G איז די איינציגסטע וואס האט נאך עפעס א אויסוואל
טיש בעקיטשעס וואס איך האב ליב ...
צ/ק
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 20743
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
סאיז מיר אויך געווען פאני צו זעהן די נייע ריזיגע צאנזע גארטלעך אלטס א טיש בעקיטשע גארטל. אבער נאכן זעהן אז מרעדט נאר פון די געקנעפעלטע, האב איך געטראכט, נו מהאט דאך געהאט פארפירט ווען קנעפלעך זענען אויך אריינגעקומען......
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
באלאנגט די אשכול נישט אין איש את רעהו יעזורו?
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
פארוואס מאכן זיי נישט די דיקע גארטליך מיט וועלקראו אזוי ווי די געהעריגע צאנזע גארטליך? יענס וועט גיין אסאך בעסער...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4102
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
איך האב געזאגט פארן store manager איבער די פראבלעם אז סנישטא קיין איידעלע / נארמאלע דעזיינס
ער האט מיך געוויזן עפעס און ער זאגט מיר אז סדר נאך אסאך מענטשן וואס זיכן די נארמאלע דעזיינס
למעשה דארף זיך די עולם לאזן הערן פאר די געשעפטן אייגענטומער
ער האט מיך געוויזן עפעס און ער זאגט מיר אז סדר נאך אסאך מענטשן וואס זיכן די נארמאלע דעזיינס
למעשה דארף זיך די עולם לאזן הערן פאר די געשעפטן אייגענטומער
- הערינג מיט ברוינפען
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3578
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
לעצטע מאל איך האב געקוקט האבן זיי געהאט א צוויי דריי סטיילס פון די אלטע סארט בעקיטשעס, די וואס זוכן דאס דארפן נישט אזוי גרויסע אויסוואל.וואס עפעס? האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 12, 2023 12:50 amאיך האב געזאגט פארן store manager איבער די פראבלעם אז סנישטא קיין איידעלע / נארמאלע דעזיינס
ער האט מיך געוויזן עפעס און ער זאגט מיר אז סדר נאך אסאך מענטשן וואס זיכן די נארמאלע דעזיינס
למעשה דארף זיך די עולם לאזן הערן פאר די געשעפטן אייגענטומער
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
- מאנדל ברויט
- שר האלף
- תגובות: 1874
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 7:36 pm
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
גא"מ
איך האב דאנערשטאג ארומגעקלעטערט צו אלע דריי סטארס, און כ'זוך נאך יעצט..
אמר"ש, האט דזשי ענד דזשי געהאט די גרעסטע אויסוואהל
איך האב דאנערשטאג ארומגעקלעטערט צו אלע דריי סטארס, און כ'זוך נאך יעצט..
אמר"ש, האט דזשי ענד דזשי געהאט די גרעסטע אויסוואהל
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
וועמען גייט אן די אלטע אדער נייע, נארמאלע אדער נישט נארמאלע? ביי ערליכע אידן האט מען נישט געקלויבט נאר גענומען וואס ס'איז געווען צו באקומען. אונזערע זיידעס האבן קיינמאל נישט געמאכט אזא עסק פון טיש בעקיטשעס. ס'איז א א שאלה פון לא תלבש צו זוכן און קלויבן דעזיינס און סטיילס. מ'נעמט וואס ס'איז דא און מ'גייט ווייטער.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
גייסט נישט צופעליג מיט היי היל'ס?יצחק אייזיק האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 12, 2023 1:02 amוועמען גייט אן די אלטע אדער נייע, נארמאלע אדער נישט נארמאלע? ביי ערליכע אידן האט מען נישט געקלויבט נאר גענומען וואס ס'איז געווען צו באקומען. אונזערע זיידעס האבן קיינמאל נישט געמאכט אזא עסק פון טיש בעקיטשעס. ס'איז א א שאלה פון לא תלבש צו זוכן און קלויבן דעזיינס און סטיילס. מ'נעמט וואס ס'איז דא און מ'גייט ווייטער.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
מאדנע פראגע.
פארוואס לויפט איר ארום צו דריי סטאר'ס זוכן א ספעציפישע מין טיש בעקיטשע? וואס גייט אייך אן צו נעמען איינס מיט גרויסע בלומען? כ'רעדט נישט פון עפעס מאדנע גרויס-גארטלדיגע אדער בליטשקעדיגע, כ'רעדט פון עפעס אנדערש חוץ פון פינטל דא טרייענגעל דארט אא''וו...
יעדע סטאר האט אלע מינע טיש בעקיטשעס. מאדנע, זייער מאדנע, גאנץ נארמאלע און נארמאלע. אלזא, פארוואס מוזטו האבן דעם ספעציפישן מין פון א פינטל דא א פינטל דארט? מיר קוקט עס אויס ווי די לויפסט גאר נאך עפעס א סטייל. דיר פאסט נישט צו טראגן א מאט טיש בעקיטשע אנגעפולט מיט בלומען, די מוזט האבן עפעס דייקא וואס די זוכסט. וואס ווילסטו צייגן דערמיט? כ'טראכט נאר, ביסטו נישט אנדערש ווי דער וואס לויפט ארום צו אלע דריי סטאר'ס זוכן די בעקיטשע מיט די מערסטע גליטער?
א בעקיטשע איז און וועט אלץ בלייבן א אידישע מלבוש, ווי מאדנע מען וועט עס נאר מאכן וועט עס נאכאלץ בלייבן א אידישע מלבוש און דער גוי וועט קיינמאל כאפן א חילוק צווישן די גרויסע בלומען אדער קליינע. איז לויף נישט נאך די סטייל פון נישט נאכלויפן סטיילס... נעם דיר א בעקיטשע און הער אויף זוכן צו צייגן אז די ביסט פון די וואס לויפן נישט נאך די סטיילס.

אבער שוין!!!!!נאטיצן האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 12, 2023 1:11 amמאדנע פראגע.

- פיצי מוח
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 355
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:55 am
- לאקאציע: וויין גארטן
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
די פראבלעם איז אז ביז יעצט האט מען געקענט באשטעלן אזא דיקע גארטל פאר ווער פון די משוגעים וואס האבן עס געדארפט יעצט קומען זיי און ווילן עס אריינברענגן געהעריג צום עולם טוה מיר א מצוה ס'גייען זיך אנהייבן ארומדרייען נארמאלע מענטשן מיט דיע גראבע גארטליך?
רח"ל...
אז די ווילסט אריינברענגן נייע זאכן קום אריין מיט הערליכע דעזיינס נישט מיט גראבע גארטליך סאיז מיאוס...
רח"ל...
אז די ווילסט אריינברענגן נייע זאכן קום אריין מיט הערליכע דעזיינס נישט מיט גראבע גארטליך סאיז מיאוס...
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
איינער האט דיר עס געהייסן קויפן?פיצי מוח האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 12, 2023 1:16 amדי פראבלעם איז אז ביז יעצט האט מען געקענט באשטעלן אזא דיקע גארטל פאר ווער פון די משוגעים וואס האבן עס געדארפט יעצט קומען זיי און ווילן עס אריינברענגן געהעריג צום עולם טוה מיר א מצוה ס'גייען זיך אנהייבן ארומדרייען נארמאלע מענטשן מיט דיע גראבע גארטליך?
רח"ל...
אז די ווילסט אריינברענגן נייע זאכן קום אריין מיט הערליכע דעזיינס נישט מיט גראבע גארטליך סאיז מיס...
איך קויף עס נישט אפילו זיי גייען מיר הייסן... פשוט ווייל איך גלייך עס נישט. אין 'מיינע' און אין 'דיינע' אויגן איז עס מיאוס, נעקסט. מענטשן טראגן צאללאזע דאגות.
וואס איז יא מיאוס - אידישקייט גליון אלערט - איז די פרויענישע סטייל עד'ס פון עדווערטייזן די טיש בעקיטשע 2023 קאלעקשען, אבער די בעקיטשע אליין? ווער עס האט עס ליב זאל עס קויפן און ווער נישט נישט, וואס איז דער אשכול בכלל?
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
אייזיק ברענגט ארויס א גוטע געדאנק, וואס ענטפערסטו??sheetrock האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 12, 2023 1:09 amגייסט נישט צופעליג מיט היי היל'ס?יצחק אייזיק האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 12, 2023 1:02 amוועמען גייט אן די אלטע אדער נייע, נארמאלע אדער נישט נארמאלע? ביי ערליכע אידן האט מען נישט געקלויבט נאר גענומען וואס ס'איז געווען צו באקומען. אונזערע זיידעס האבן קיינמאל נישט געמאכט אזא עסק פון טיש בעקיטשעס. ס'איז א א שאלה פון לא תלבש צו זוכן און קלויבן דעזיינס און סטיילס. מ'נעמט וואס ס'איז דא און מ'גייט ווייטער.
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
זיי הייסן אונז קויפן די טיש בעקיטשעס אויף א שיינע וועג,נאטיצן האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 12, 2023 1:21 amאיינער האט דיר עס געהייסן קויפן?פיצי מוח האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 12, 2023 1:16 amדי פראבלעם איז אז ביז יעצט האט מען געקענט באשטעלן אזא דיקע גארטל פאר ווער פון די משוגעים וואס האבן עס געדארפט יעצט קומען זיי און ווילן עס אריינברענגן געהעריג צום עולם טוה מיר א מצוה ס'גייען זיך אנהייבן ארומדרייען נארמאלע מענטשן מיט דיע גראבע גארטליך?
רח"ל...
אז די ווילסט אריינברענגן נייע זאכן קום אריין מיט הערליכע דעזיינס נישט מיט גראבע גארטליך סאיז מיס...
איך קויף עס נישט אפילו זיי גייען מיר הייסן... פשוט ווייל איך גלייך עס נישט. אין 'מיינע' און אין 'דיינע' אויגן איז עס מיאוס, נעקסט. מענטשן טראגן צאללאזע דאגות.
וואס איז יא מיאוס - אידישקייט גליון אלערט - איז די פרויענישע סטייל עד'ס פון עדווערטייזן די טיש בעקיטשע 2023 קאלעקשען, אבער די בעקיטשע אליין? ווער עס האט עס ליב זאל עס קויפן און ווער נישט נישט, וואס איז דער אשכול בכלל?
פשוט ווייל די סעלעקשן פון נארמאלע דיזיינס ווערן ווייניגער, אנשטאט זיי זאלן זיך צושטעלן צו אונז און אריינברענגן סחורה וואס 'נארמאלע' מענטשן וואלטן אנגעטוהן, דארף איך יעצט גיין און אנטוהן עפעס וואס 'ער' האט דיסיידעט אז ס'שיין
אז דו פארשטייסט נישט יענעם, כאטש האלט אייך ס'מויל.
--
דאס לעבן איז אסאך גרינגער ווען מ'פארשטייט א צווייטן. מ'פארשפאָרט זיך אסאך!
--
דאס לעבן איז אסאך גרינגער ווען מ'פארשטייט א צווייטן. מ'פארשפאָרט זיך אסאך!
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
אייזיק מאכט א ווערטל און שיטראק אויך...Wow a1 האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 12, 2023 1:25 amאייזיק ברענגט ארויס א גוטע געדאנק, וואס ענטפערסטו??sheetrock האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 12, 2023 1:09 amגייסט נישט צופעליג מיט היי היל'ס?יצחק אייזיק האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 12, 2023 1:02 amוועמען גייט אן די אלטע אדער נייע, נארמאלע אדער נישט נארמאלע? ביי ערליכע אידן האט מען נישט געקלויבט נאר גענומען וואס ס'איז געווען צו באקומען. אונזערע זיידעס האבן קיינמאל נישט געמאכט אזא עסק פון טיש בעקיטשעס. ס'איז א א שאלה פון לא תלבש צו זוכן און קלויבן דעזיינס און סטיילס. מ'נעמט וואס ס'איז דא און מ'גייט ווייטער.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: נארמאלע טיש בעקיטשעס
זעה איך אז די מאכט נאר א ווערטל.. כ'דארף נאר וויסן וועלכע חלק..יצחק אייזיק האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 12, 2023 1:02 amוועמען גייט אן די אלטע אדער נייע, נארמאלע אדער נישט נארמאלע? ביי ערליכע אידן האט מען נישט געקלויבט נאר גענומען וואס ס'איז געווען צו באקומען. אונזערע זיידעס האבן קיינמאל נישט געמאכט אזא עסק פון טיש בעקיטשעס. ס'איז א א שאלה פון לא תלבש צו זוכן און קלויבן דעזיינס און סטיילס. מ'נעמט וואס ס'איז דא און מ'גייט ווייטער.
קודם כל, איידעלע מענטשן וועלן זוכן איידעלע דעזיינס. די אלע רוישיגע דעזיינס זענען נישט גענוג איידל פאר אסאך פון אונז.
נאכדעם, ס'איז סתם אבי געזונט, אוודאי האט מען גענומען וואס מ'האט געגליכן. נאר מ'האט נישט געזוכט סטיילס כדי צו זיין 'שיין'. און זיך צו אהערשטעלן.
און ר"ר מענדעלע האט שוין גערעדט קעגן די מאדעס.