די וועג ווי סארבעט אין קרימינאל לעגאלע פראצעדור, איז אז מ'באטראכט דעם קאנטעקסט, די כוונה, דעם עבר, די סכנה, אאז"וו.אבנר בן-נר האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 12:04 amפאר אלעם,יידישע קהילות האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 4:47 pmדער טראמפ דארף ווערן ארעסטירט פאר זיינע לעצטיגע "טרוטהס".
ס'איז קלאר אז עס איז א סכנה פאר די יוניאן. גערעכט צו נישט גערעכט, א גאוו"ט קען נישט און דארף נישט דולדן איינעם וואס רייצט אן א רעוואלוציע.
איי וועסטו וועלן פרעגן, די קאנסטיטוציע מיט די פרידאם אוו ספיעטש וכולי?
זייער גוט געפרעגט, אבער נאכן ווערן ארעסטירט זאל ער דאס אויפברענגען פאר די דזשאדזש, זאל דער ריכטער מיט דעם שווארצן כאלאטל פסק'ן צו אזוינע טוויטס זענען אויסגעהאלטן צו נישט. בין כך ובין כך זאל ער יושב'ן אין חד-גדיא.
וואו פונקטליך האט טראמפ אנגעדרייט א רעוואלוציע? וואס ער האט געזאגט איז פראטעסטירן, דעטס איט!
אין אונזער פאל: קאנטעקסט - ער רעד פון א ריזן חלק פון דעם פאלק, ער רעדט פון "צוריקנעמען דאס לאנד". די כוונה - נישט סתם צו שרייען נאר צו טוישן די גאווערמענט. דעם עבר - יאנואר 6 (כאטש איך פערזענליך האלט אז טראמפ איז אומשולדיג, און ווער עס זאגט אז עס איז געווען א אויפשטאנד אינסארעקשאן בלע"ז איז סתם א לינקער דעמאקראטישער בעל דמיון, אבער פארט זאג איך אז לעגאל קען מען דא זאגן אז דאס איז א המשך). די סכנה - אז אזוינע פראטעסטן גייען ארויס פון קאנטראל.
געדענקט, דער געזעץ זאגט אז שרייען "פייער" אין א אנגפולטער טיאטער איז א קרימינאלער אקט. כאטש עס איז פאראן פרייהייט פון שפראך.