משפטי טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

סטיוו בענאן מיט ראזשער סטאון האט ער דען יא געפארדאנט? ער האט זיך דאך נישט געראכטן אז ער גייט פארלירן די עלעקשאנס, און לכאורה איז זיין פלאן געווען, אז ביי זיין צווייטע טערמין וועט ער זיי אלע פארדאנען.
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

קארן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:29 am

הייסט די אלע אוחספארשונגען אנטקעגן אים, איז בלויז ווייל ער האט געטשעפעט אנדערע? יא יא.....
די אויספארשונגען זענען ווייל ער איז מעגליך באגאנגען עוולות.

אבער דאס וואס מאנכע זאגן אז אלס 'געוועזענער פרעזידענט' וואלט מען געדארפט האבן רעספעקט, דאס האט ער פארלוירן מיט זיין אייגענע געפירעכטס וויאזוי ער איז באגאנגען מיט אנדערע. ער האט אויך פאר 'קיינעם' נישט געהאט קיין רעספעקט, אזש ביזן אטאקירן אנדערע רעפאבליקאנער פרעזידענטן פאר אים. דערפאר ביי 'אים' איז דא אנדערע כללים.
פ''ס געניסער
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 11:27 am

תגובה דורך פ''ס געניסער »

קארן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:26 am
World Champion האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:20 am
פ''ס געניסער האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:14 am
פ''וו ווען מייקל קאהן האט אפגעשימעלט 3 יאר (בעיקר) פאר'ן בלויזן חטא פון זיין טראמפ'ס שיק יונגעל אויף אט די עבירה וואס מ'באשולדיגט יעצט טראמפ זענט איר אלע שטיל געוועהן? פ''וו האט דעמאלטס טראמפ נישט אפגעשטעלט דעם שרעקליכן וויט''ש האנ''ט? (ביטע האלטן פאר די אויגן: קאהן האט די פעדעאלער רעגירונג געפירט דעם קעיס, טראמפ וואלט אים געקענט פארדאנירן און אן אויגן בליק)
לאמי'ר חזר'ן אינאיינעם NO ONE IS ABOVE THE LAW, די פרעצעדענט אויף דעם חטא איז גאנץ קלאר: 3 יאר אויטעסוויל
די קורצע תירוץ איז אז טראמפ איז נאר דא פאר זיך.
טראמפ האט אים נישט געפארדאנט, ווייל ער האט אויסגעדרייט זיין רוקן און געווארן אן עדות אנטקעגן טראמפ.
טראמפ האט גלייך ביים אנהייב געוויזן זיין ריקן צו ברעג...
על דאטפת אטפתיך
ס'איז צייט ארויס צו שטויסן דעם עגאיסט פונעם פובליק ארענע
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

World Champion האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:19 am
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:10 am
נישט קיין ספק האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 10:20 am
קושטא האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 10:16 am
יהק האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 9:29 am
ס'טוט זייער וויי מקען שעלטן שרייען זיין און כעס וכו' אבער למעשה האט ברעג געמאכט שאך מאט פון טראמפ איך זע נישט קיין שום וועג אז טראמפ זאל נישט געפונען ווערן שולדיג און מענהעטן דזשורי קאורט . איטס אויווער
ער קען בלייבן אין פלארידע, דיסענטיס איז איהם גרייט צו שיצן. דאס זיך איבערגעבן פרייוויליג קיין נ''י, איז א טיפשות שאין כמוהו
האט טאקע א גאווערנער פון א סטעיט די פאוער, נישט ארויסצוליפערן א איינוואוינער פון זיין סטעיט פאר א צווייטע סטעיט ?
איז עס שוין אמאל געשען?
א גאווערנער מוז אויסליפערן

עס איז אינעם קאנסטיטוציע
אזוי ווי די סענקטוערי סיטיס ווי נ"י סיטי מיט אימעגראנטן, לחיים טובים ולשלום.
טראמפ האט נכסים אין ניו יארק - אויב קאפערירט נישט קאן מען דאס קאנפיסקירן
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
פ''ס געניסער
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 11:27 am

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ''ס געניסער »

קארן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:26 am
World Champion האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:20 am
פ''ס געניסער האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:14 am
פ''וו ווען מייקל קאהן האט אפגעשימעלט 3 יאר (בעיקר) פאר'ן בלויזן חטא פון זיין טראמפ'ס שיק יונגעל אויף אט די עבירה וואס מ'באשולדיגט יעצט טראמפ זענט איר אלע שטיל געוועהן? פ''וו האט דעמאלטס טראמפ נישט אפגעשטעלט דעם שרעקליכן וויט''ש האנ''ט? (ביטע האלטן פאר די אויגן: קאהן האט די פעדעאלער רעגירונג געפירט דעם קעיס, טראמפ וואלט אים געקענט פארדאנירן און אן אויגן בליק)
לאמי'ר חזר'ן אינאיינעם NO ONE IS ABOVE THE LAW, די פרעצעדענט אויף דעם חטא איז גאנץ קלאר: 3 יאר אויטעסוויל
די קורצע תירוץ איז אז טראמפ איז נאר דא פאר זיך.
טראמפ האט אים נישט געפארדאנט, ווייל ער האט אויסגעדרייט זיין רוקן און געווארן אן עדות אנטקעגן טראמפ.
טראמפ האט גלייך ביים אנהייב געוויזן זיין ריקן צו ברעג...
על דאטפת אטפתיך
ס'איז צייט ארויס צו שטויסן דעם עגאיסט פונעם פובליק ארענע
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

World Champion האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:35 am
קארן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:33 am
World Champion האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:28 am
קארן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:26 am
World Champion האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:20 am

די קורצע תירוץ איז אז טראמפ איז נאר דא פאר זיך.
טראמפ האט אים נישט געפארדאנט, ווייל ער האט אויסגעדרייט זיין רוקן און געווארן אן עדות אנטקעגן טראמפ.
ער האט אויסגעדרייט די רוקן ווען מען האט איהם געסטראשעט מיט די ארגסטע און פון די אנדערע זייט האט טראמפ זיך אפגעשאקלט פון איהם.

מייקל פלין האט אויך געדרייט די רוקן?

פאטשי?
מייקל פלין, אויב געדענק איך גוט, איז טראמפ נישט געווען אמבעסטן מיט אים, עפעס האט טראמפ געהאט טענות אויף אים אז ער האט ארומגעחושט מיט אים, איך געדענק נישט פונקטליך וואס, און דאס איז טראמפ, יא גערעכט צו נישט, א נידריגע און ביליגע גוי, וואס פארלאנגט Loyalty עד הסוף, און נאר דעמאלטס וועט ער דיך העלפן.

און ווער איז פאטשי?
ער האט געלאזט מען זאל אויספארשן און ארעסטירן זיינע אלע חברה, ער איז זיך ווערד זיין געלט!
ער האט גארנישט געקענט טוהן, מען וואלט אים ערשט דאן אנגעקלאגט פארן זיך אריינמישן, אדער שטערן א אויספארשונג.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

זבולון ווייס האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:36 am
קארן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:29 am

הייסט די אלע אוחספארשונגען אנטקעגן אים, איז בלויז ווייל ער האט געטשעפעט אנדערע? יא יא.....
די אויספארשונגען זענען ווייל ער איז מעגליך באגאנגען עוולות.

אבער דאס וואס מאנכע זאגן אז אלס 'געוועזענער פרעזידענט' וואלט מען געדארפט האבן רעספעקט, דאס האט ער פארלוירן מיט זיין אייגענע געפירעכטס וויאזוי ער איז באגאנגען מיט אנדערע. ער האט אויך פאר 'קיינעם' נישט געהאט קיין רעספעקט, אזש ביזן אטאקירן אנדערע רעפאבליקאנער פרעזידענטן פאר אים. דערפאר ביי 'אים' איז דא אנדערע כללים.
קענסט עס דרייען ווי אזוי דו ווילסט נאר, יא רעספעקט נישט רעספעקט, אלעס נערישע תירוצים, זיי פרובירן אים אפצושטילן, פשוט ווייל ער לויפט יעצט קעגן ביידן, און ווייל ער איז א רעפובליקאנער.
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

דאס איז א געפיל? א פאקט? אדער א טעאריע?
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

קארן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:40 am

מיר רעדן פון 2 אנדערע זאכן, לאמיר עס לאזן דא.
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

היער ווי גאו עגען, ליבעראלע טאלקינג פוינטס זיך צו בארואיגן דעם געוויסן. אינגערמאן! דאס איז א פאליטישע רדיפה אין פולן זין פון ווארט. האקט נישט אין קאפ מיט די אויבער חכמה'דיגע סלאגאנען, אז איר רעדט זיך איין אז דאס וועט זיך אפשטעלן ביי טראמפ לעבט איר אין א גרויסן באבל, מען פייניגט טראמפ ווייל ער האט זיך נאכנישט געבראכן צו די ליבעראלע אגענדע. טראכט איין גוט איבער אין וועלכע אמעריקע איר ווילט וואוינען.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

כאלעט'ל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:45 am
זבולון ווייס האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:36 am
קארן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:29 am

הייסט די אלע אוחספארשונגען אנטקעגן אים, איז בלויז ווייל ער האט געטשעפעט אנדערע? יא יא.....
די אויספארשונגען זענען ווייל ער איז מעגליך באגאנגען עוולות.

אבער דאס וואס מאנכע זאגן אז אלס 'געוועזענער פרעזידענט' וואלט מען געדארפט האבן רעספעקט, דאס האט ער פארלוירן מיט זיין אייגענע געפירעכטס וויאזוי ער איז באגאנגען מיט אנדערע. ער האט אויך פאר 'קיינעם' נישט געהאט קיין רעספעקט, אזש ביזן אטאקירן אנדערע רעפאבליקאנער פרעזידענטן פאר אים. דערפאר ביי 'אים' איז דא אנדערע כללים.
היער ווי גאו עגען, ליבעראלע טאלקינג פוינטס זיך צו בארואיגן דעם געוויסן. אינגערמאן! דאס איז א פאליטישע רדיפה אין פולן זין פון ווארט. האקט נישט אין קאפ מיט די אויבער חכמה'דיגע סלאגאנען, אז איר רעדט זיך איין אז דאס וועט זיך אפשטעלן ביי טראמפ לעבט איר אין א גרויסן באבל, מען פייניגט טראמפ ווייל ער האט זיך נאכנישט געבראכן צו די ליבעראלע אגענדע. טראכט איין גוט איבער אין וועלכע אמעריקע איר ווילט וואוינען.
איך וויל נישט וואוינען אין אמעריקע בכלל, איך וואלט געוואלט וואוינען אין ארה"ק מיט משיח אינאיינעם.

אבער אז איך וואוין יא אין אמעריקא, וואלט איך געוואלט וואוינען אין א רואיג לאנד וואס פירט זיך בשלום, און דער פירער פון לאנד איז א רואיגער מענטש וואס טרייבט נישט קיין האס יעדע פאר מינוט.
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

זבולון ווייס האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:47 am

איז וועגן דעם קען מען ארעסטירן א פאליטישע קעגנער...דברים של טעם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

כאלעט'ל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:47 am
לפי עניות דעתי האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:43 am
קארן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:29 am
קענסט עס דרייען ווי אזוי דו ווילסט נאר, יא רעספעקט נישט רעספעקט, אלעס נערישע תירוצים, זיי פרובירן אים אפצושטילן, פשוט ווייל ער לויפט יעצט קעגן ביידן, און ווייל ער איז א רעפובליקאנער.
דאס איז א געפיל? א פאקט? אדער א טעאריע?
א פאקט.
באזירט אויף?
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

פאקטן.

א טוויט פון איינע פון די דעמאקראטן.

הגם קיינער האט נישט געדארפט צוקומען צו די טוויט, ער האט געשריבן הויך, וואס יעדע דעמאקראט טראכט שטיל.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

לפי עניות דעתי האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:51 am
כאלעט'ל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:47 am
לפי עניות דעתי האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:43 am
קארן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:29 am
קענסט עס דרייען ווי אזוי דו ווילסט נאר, יא רעספעקט נישט רעספעקט, אלעס נערישע תירוצים, זיי פרובירן אים אפצושטילן, פשוט ווייל ער לויפט יעצט קעגן ביידן, און ווייל ער איז א רעפובליקאנער.
דאס איז א געפיל? א פאקט? אדער א טעאריע?
א פאקט.
באזירט אויף?
פאקטן.
רצונינו לעשות רצוניך.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

קענסט אויף אויפזוכן אלע סטעיטמענטס פון ברעג ווען ער איז געלאפן פאר די עי.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

World Champion האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:20 am
פ''ס געניסער האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:14 am
פ''וו ווען מייקל קאהן האט אפגעשימעלט 3 יאר (בעיקר) פאר'ן בלויזן חטא פון זיין טראמפ'ס שיק יונגעל אויף אט די עבירה וואס מ'באשולדיגט יעצט טראמפ זענט איר אלע שטיל געוועהן? פ''וו האט דעמאלטס טראמפ נישט אפגעשטעלט דעם שרעקליכן וויט''ש האנ''ט? (ביטע האלטן פאר די אויגן: קאהן האט די פעדעאלער רעגירונג געפירט דעם קעיס, טראמפ וואלט אים געקענט פארדאנירן און אן אויגן בליק)
לאמי'ר חזר'ן אינאיינעם NO ONE IS ABOVE THE LAW, די פרעצעדענט אויף דעם חטא איז גאנץ קלאר: 3 יאר אויטעסוויל
די קורצע תירוץ איז אז טראמפ איז נאר דא פאר זיך.

די קורצע תירוץ איז אז איר זענט נישט באקאנט מיט א פשוט און וויכיטיגע שטיקל אינפארמאציע.

זייט ווען איז מייקל קאעהן טראמפ׳ס שונא? ער איז געווען פון זיינע נאענסטע פריינט. זיין פערזענליכע לויער. אין פאל דו ווייסט נישט.

ווען טראמפ איז געווארן ערוועלט אין 2016, האבן דעמעקראטן (נישט די פארטיי, נאר די סאמע טאפ אין וואשינגטאן, אריינגערעכענט דער היינטיגער פרעזידענט יר״ה) געווען אנטשלאסן אינטערצוווארפן טראמפ׳ס פרעזידענטשאפט. נישט ממש מיט א קעפיטאל ראיאט, נאר מיטן געזעץ אליינס. אויף אונזער שפראך הייסט דאס ״וועפענייזט די גאווערמענט״ קעגן א פאליטישע קעגנער. (אדער אנדערע רופן עס שוין פאוקעסן.)

די רוסלאנד מכשיפה האט איינגעשטעלט אמעריקא׳ס עקזעקאטיוו ברענטש אין א טאטאלע סטענדסטיל.

דער ספעציעלער פראוואקאר געשטעלט דורך די וועפאנעזירטע גאווערמענט האט געהייסן ראבערט מוללער. ער מיט זיין טיעם זענען געווען אנטשלאסן צו טרעפן קאלוזשן, וואס אלע, אלע אלע, אין די העכסטע אינערהאלב די אינטעליגענט קאמיוניטיס האבן געוואוסט אז עס עקזעסטירט נישט. און אויב נישט קאלוזשן, וועט פונקט אזוי גוט זיין עפעס אן אנדערע פעלאני, מ׳זאל קענען לפחות צייגן אז טראמפ איז געווען א פאברעכער.

יעצט געב איך דיר 5 סקונדעס און טראכט פון 5 פון פרעזידענט ביידענס נאנסטע מענטשן. אקעי. למשל ביידען איז טראמפ. מוללער האט ארעסטירט ביידענס נאנסטע מענטשן און געריסן שטיקער פון זיי, געמאכט א חשבון הנפש אויף יעדע טריט און שריט מיום עמדם על דעתם עד היום.

ווען איינער האט געפרעגט קשיות, היתכן אזאנס פאסירט אין אמעריקא, איז דער תירוץ געווען איינס פון די פאלדענע: אדער אז ער פארשטייט נישט די וויכטיגקייט פון עלעקשאן אינטעגריטי. אדער אז ״אויב איז ער קלין, דאן פארוואס האט ער מורא?״ אדער אז ״דו גלייבסט נישט אין די אינטעליגענט קאמיוניטי, רח״ל!״ וכו׳ וכו׳.

למעשה האט מען פארשטייט זיך נישט געטראפן נישט דאס וואס מען האט געזוכט. און גארנישט אנדערש אויכנישט! יעדער איז געווען סופרייזט! אבער טראמפ׳ס פריינט זענען געבליבן פארשמירט און עביוזט. פאול מענעפארט אין תפיסה. און מייקל קאעהן אין טראבל. (מיט אייגענע מינדערע סארט קלאגעס, אדער פראצעדור עבירות.)

ביסט קלאר ביז אהער?

די חילוק פון מייקל קאהען, פאול מענעפארט, מייקל פלין און ראדזשער סטאון לדוגמא איז געווען אז מייקל קאהען איז א שוואכער. אנשטאטס זיך האלטן פעסט, קאאפארירן געהעריג מיט די פראסיקיוטער, אבער פון די אנדערע זייט זיך האלטן שטאלץ מיט זייער פאליטישע זייט. האט ער, מייקל קאהען, מחמת איזה סיבה געמיינט אז מיט דעם וואס ער גייט פליפן אויף טראמפ, וועט די מוללער טיעם רחמנות האבן אויף אים. ווייל ער איז שוין א ״אונזעריגער״ אזוי צו זאגן..

למעשה האט עס אים געהאלפן א מכה. ער איז פארט טראמפ׳ס געוועזערנע אדוואקאט.

אויפן לענגערע טערמין, ווער האט פארדינט און ווער דערלייגט? זייער פשוט. נאך אלעם, ווען טראמפ האט פארלוירן די וואלן האט ער פארדענירט די אלע וועם די רעגירונג האט אומבארעכטיגט געפייניגט. אויסער וועם? אוואדי אויסער מייקל קאהען.

קאהען האט אין יענע צייט אפן געזאגט אז ער איז אנטוישט טראמפ האט אים נישט געפארדאנט, ער איז פארט אויך געווען א פשוטע נרדף. ער פארשטייט אבער נישט זעהט אויס אז פאר איינער וואס פירט זיך אויף אזוי (אפילו מ׳קען אים נישט בלעימען) פארדינט נישט קיין פארדאן.

יעצט ליין איבער דיין תגובה. זאג מיר אויב דו פארשטייסט עס.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

לפי עניות דעתי האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:51 am
כאלעט'ל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:47 am
לפי עניות דעתי האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:43 am
קארן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:29 am
קענסט עס דרייען ווי אזוי דו ווילסט נאר, יא רעספעקט נישט רעספעקט, אלעס נערישע תירוצים, זיי פרובירן אים אפצושטילן, פשוט ווייל ער לויפט יעצט קעגן ביידן, און ווייל ער איז א רעפובליקאנער.
דאס איז א געפיל? א פאקט? אדער א טעאריע?
א פאקט.
באזירט אויף?
די היסטאריע פון די לעצטע זיבן יאר. די היסטאריע פון די סאוויעטישע פאראיין. יעצט קום נאכאמאל אריין טאמעוואטע סאיז שטארק בייהילפיג צום שמועס.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

לפי עניות דעתי האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:43 am
קארן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:29 am
קענסט עס דרייען ווי אזוי דו ווילסט נאר, יא רעספעקט נישט רעספעקט, אלעס נערישע תירוצים, זיי פרובירן אים אפצושטילן, פשוט ווייל ער לויפט יעצט קעגן ביידן, און ווייל ער איז א רעפובליקאנער.
דאס איז א געפיל? א פאקט? אדער א טעאריע?
דאס אז נעוואלני זיצט אין רוסלאנד צוליב פאליטיק מאטיווירטע קלאגעס איז א געפיל, פאקט אדער טעאריע?
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

קארן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:54 am
פאקטן.

א טוויט פון איינע פון די דעמאקראטן.

הגם קיינער האט נישט געדארפט צוקומען צו די טוויט, ער האט געשריבן הויך, וואס יעדע דעמאקראט טראכט שטיל.
יענער דעמאקראט קלאגט?
לפענ"ד וואלט ברעג’ס שנאה צו טראמפ, איהם געמאכט ברענגן קלאגעס אפילו ווען טראמפ לויפט נישט יעצט.
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:11 am
רעגנדיג האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 10:30 am
מסתבר אז נישט.

צו ווייזן אז זיי זענען נישט פאליטיש.

כדרכם של רעפובליקאנער מאז ומקדם.
עס איז פעדעראלע קלאגעס? אדער סטעיט?
סטעיט קלאגעס
100% זיכער נישט קיין שום ספק
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

לפי עניות דעתי האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:59 am
קארן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:54 am
פאקטן.

א טוויט פון איינע פון די דעמאקראטן.

הגם קיינער האט נישט געדארפט צוקומען צו די טוויט, ער האט געשריבן הויך, וואס יעדע דעמאקראט טראכט שטיל.
יענער דעמאקראט קלאגט?
לפענ"ד וואלט ברעג’ס שנאה צו טראמפ, איהם געמאכט ברענגן קלאגעס אפילו ווען טראמפ לויפט נישט יעצט.
🤣🤣🤣🤣🤣🤣🤣
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

פ''ס געניסער האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:37 am
קארן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:26 am
World Champion האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:20 am
פ''ס געניסער האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:14 am
פ''וו ווען מייקל קאהן האט אפגעשימעלט 3 יאר (בעיקר) פאר'ן בלויזן חטא פון זיין טראמפ'ס שיק יונגעל אויף אט די עבירה וואס מ'באשולדיגט יעצט טראמפ זענט איר אלע שטיל געוועהן? פ''וו האט דעמאלטס טראמפ נישט אפגעשטעלט דעם שרעקליכן וויט''ש האנ''ט? (ביטע האלטן פאר די אויגן: קאהן האט די פעדעאלער רעגירונג געפירט דעם קעיס, טראמפ וואלט אים געקענט פארדאנירן און אן אויגן בליק)
לאמי'ר חזר'ן אינאיינעם NO ONE IS ABOVE THE LAW, די פרעצעדענט אויף דעם חטא איז גאנץ קלאר: 3 יאר אויטעסוויל
די קורצע תירוץ איז אז טראמפ איז נאר דא פאר זיך.
טראמפ האט אים נישט געפארדאנט, ווייל ער האט אויסגעדרייט זיין רוקן און געווארן אן עדות אנטקעגן טראמפ.
טראמפ האט גלייך ביים אנהייב געוויזן זיין ריקן צו ברעג...
על דאטפת אטפתיך
ס'איז צייט ארויס צו שטויסן דעם עגאיסט פונעם פובליק ארענע
די וועג וויאזוי משטויסט ארויס א מענטש פון פאבליק ארענע אין א פרייע לאנד איז דורך וואלן
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
מעין המתגבר
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2022 4:21 pm

Re: משפט טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעין המתגבר »

פ''ס געניסער האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:37 am
קארן האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:26 am
World Champion האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:20 am
פ''ס געניסער האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 11:14 am
פ''וו ווען מייקל קאהן האט אפגעשימעלט 3 יאר (בעיקר) פאר'ן בלויזן חטא פון זיין טראמפ'ס שיק יונגעל אויף אט די עבירה וואס מ'באשולדיגט יעצט טראמפ זענט איר אלע שטיל געוועהן? פ''וו האט דעמאלטס טראמפ נישט אפגעשטעלט דעם שרעקליכן וויט''ש האנ''ט? (ביטע האלטן פאר די אויגן: קאהן האט די פעדעאלער רעגירונג געפירט דעם קעיס, טראמפ וואלט אים געקענט פארדאנירן און אן אויגן בליק)
לאמי'ר חזר'ן אינאיינעם NO ONE IS ABOVE THE LAW, די פרעצעדענט אויף דעם חטא איז גאנץ קלאר: 3 יאר אויטעסוויל
די קורצע תירוץ איז אז טראמפ איז נאר דא פאר זיך.
טראמפ האט אים נישט געפארדאנט, ווייל ער האט אויסגעדרייט זיין רוקן און געווארן אן עדות אנטקעגן טראמפ.
טראמפ האט גלייך ביים אנהייב געוויזן זיין ריקן צו ברעג...
על דאטפת אטפתיך
ס'איז צייט ארויס צו שטויסן דעם עגאיסט פונעם פובליק ארענע
דו ווילסט נישט וואוינען אין א לאנד וואס שטויסט ארויס עגאיסטן פון פובליק ארענע, פשוט צוליב דו האסט אים נישט ליב

--------
זאג נישט יעצט איך וויל וואוינען אין ארה"ק מיט משיח וכדו'
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”