גאנצהאלץ האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 12:42 pm
Pomegranate האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 11:50 am
איינער קען זיר אויס אין די הצלה דיספעטשינג סיסטעם? און בכלל וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן מער איבער זייער סיסטעם, די קאמפיוטערס וכדומה…
גא׳מ
נישטא צופיל וואס צו וויסען. יעדע רעדיאו איז געפראגרעמד מיט א פיר דיטשעט קאוד, און ווען א מעמבער קוועטשט אריין זיין רעדיאו קומט ארויף זיין ינוט נומבער אויף די דיספעטשערס סקרין.
יעדע קאטיגאריע פון מעמבערס קומט ארויף און א צווייטע קאליר. בי-על-עס, עי-על-עס, קארדינעטארס. און אזוי ווייטער.
ווען מען קאלט הצלה פון א היים טעלעפאון קומט ארויף די אדרעס מיטן נאמען ביים דיספעטשערס קאמפיאטער, ער וועט קאנפערמען אז עס איז ריכטיג, און טוישן אויב מען דארף. נאכדעם וועט ער פרעגען וואס איז געשען אין עס אריינלייגן אין די סיסטעם. אויב איז דא עפעס הילף וואס מען קען געבען ביז די ערשטע מעמבער איז אויפן סצענע וועט עס די דיספעטשער אויך טאן.
די דיספעטשער וואס לייגט ארויס די קאל אויף די רעדיאו וועט זעהן די אלע אינפארמאציע אויך אויף זיין סקרין.
ווען א מעמבער ווערט געדיספעטשט לייגט עם די דיספעטשער אריין צו די קאל. ער באקימט א לאג. אויך וועט די מעמבער באקומען א טעקסט מעסעדש מיט די ריפערס נאמען אדרעס נומער און די קאוד פאר די בילדינג אויב עס איז דא.
הצלה האט אנטענעס אויסגעשפרייט לענגויס די גאנצע ניו יארק ניו דשערזי אימגעגענט ממילא קען יעדעמס רעדיאו ארבעטען.
זיי האבן אויך אים געוויסע געגענטער א ריפיטער וואס דאס העלפט אז די דיספעטשער זאל קענען בעסער הערן ווען איינער רעדט.
דא איז וויכטיג די דערמאנען, אז אויב מען הערט אויס די הצלה רעדיאו זאל מען קיינמאל קיינמאל נישט אריינקוועטשען צום דיספעטשער, אפילו עז איז שטיל אין מיום די נאכט. עס קען זיך גרעניצען מיט פקיח נפש ממש. אזוי איך איז וויכטיג נישט אריינצו ריפן דורך די רעדיאו און פאל פין אן עכטע קאל אפילו איינער שטארבט. אויס איז וויכטיג צו דערמאנען אז אויב אייער קינד האט א טשענעל רעדיאו דאן מאכט זיכער אז עס קען נישט האבן דעראויף הצלה. די מציאות איז אז א קינד וואס זיין רעדיאו קען האבן הצלה רעדט אריין דעראין. זיי אלע געפונען אויס די פריקיענסי.
הצלה ארבעט צו טוישען זייער סיטטעם אז מען זאל נישט קענען אויסהערן די רעדיאו נאר אויב מען איז א מעמבער. מאנסי, קרית יואל, און נאך, האבן שוין דעם סיסטעם. גראדע ארבעט מי ען-וויי-פי-די אויך יעצט אויף אזא סיסטעם.