מקובל אלוקי האט געשריבן: ↑פרייטאג מארטש 31, 2023 2:40 pm
קיסריה האט געשריבן: ↑פרייטאג מארטש 31, 2023 2:36 pm
ראובן איש מהעם האט געשריבן: ↑פרייטאג מארטש 31, 2023 1:41 pm
קיסריה האט געשריבן: ↑פרייטאג מארטש 31, 2023 1:26 pm
ס׳פעלט מיר קלארקייט אין די ענינים:
1) אז א נשמה ווערט מגלגל כמ״פ - וועלכע גוף וועט אויפשטיין ביי תחיית המתים?
דברים נפלאים! הפלא ופלא!
קדושת לוי סו"פ ואתחנן.
Screenshot 2023-03-31 133850.png
עי"ש עוד ביתר ביאור עני"ז, צילמתי רק חלק קטן.
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=173
איז טייטש אז די נשמה וועט אויפשטיין בתה״מ. די אויגן מגלגול ראשון, דאס מויל מגלגול שלישי, די אויערן מגלגול שני.
און יעדער וועט זעהן אויפן פנים וויפיל מאל ער איז מגלגול געווארן, און וועלכע איברים ס׳האט אויסגעפעלט די מערסטע מאל אראפצוקומען נאכאמאל.
יא עפעס אזוי,
ואגב הרב קוק ימ”ש האט אויך געהאלטן אז עס איז דא גולגול אויף די עצם גוף,
אז די גופות ווערן אויך נתברר,
איך מיין אזוי קען מען בעסער פארשטיין דעם ענין,
ע"פ הפשוט איז דאס פשט אין קדו"ל,
און איך ווייס נישט וואס דאס האט מיט הר' קוק,
די שאלה איז פשוט:
מיר אלע גלייבען באמונה שלימה, אין גלגול, כמבו',
די שאלה איז אויב אזוי וועלעכע גוף וועט זוכה זיין אויפצושטיין?
אויף דעם זאגט די הייליגער בארדיטשובער, אז ס'איז דא א מח',
די מקובלים האלטען אז די ערשטע גוף,
און די מחקרים זאגען די לעצטע,
[ס'האט גארנישט מיט הר' קוק, כנ"ל],
זאגט די קדו"ל, אז נ"ל א צווישען וועג,
דהיינו היות מ'ווערט מגולגל צוליב דעם אז מ'האט נישט מתקן געווען די אברים,
וועט מען אויפשטיין מיט די מתוקן'דיגע אברים,
דהיינו א צירוף פון אפאר גופות,
אזוי ווי @קיסריה האט געשריבען.
דא האט איר די גאנצע:
- קדושת לוי ואתחנן.png (93.4 KiB) געזען 563 מאל