וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

איך וואלט געזאגט אז מ'קען עס צוטיילן אין צוויי
דיע וואס קומען צו ר' שרגה איז מיט א געוויסע אייגענע גרייטקייט פון ארבעטן אויף זיך (ער ארבעט אסאך מיט די מח), און דיע וואס דארפן נעמען מעדיקעישאן און דארפן טעראפי האלטן זיי נאכנישט אויף דער דרגא

אזוי ווי א משל איינער וואס האט א צובראכען פיס קען מען נאכנישט מאכן קיין פיזיקיל טעראפי ווייל ער גייט עס מער צוברעכן, אבער נאך ער האט געהאט א קעסט פאר א שטיק צייט קען ער מאכן טעראפי

די זעלבע דא, געווויסע זענען אין אזא תפיסה אז די מח איז פשוט צובראכן, נאוי וואן הוים... מ'דארף קודם סטאבאלאזירן די ווייטעל'ס
איין מאל ער איז א מענטש צו וועם מ'קען רעדן - ער קען זיך אבזערווירען פון אינדערויסען - ס'נישט איהם, ס'איז א נאטור אדער געשעהניש וואס האט זיך צוגעקלעבט צו איהם, יעמולט קען ער ארבעטן אויפצוגעבן יכולת, אדער גיין מיט טעראפי אויב פיעלט ער אז דאס רעדט צו איהם
אוועטאר
צופלאטשעט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צופלאטשעט »

וועןרענטל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 26, 2023 2:18 pm
הענדימען האט געשריבן: זונטאג פעברואר 26, 2023 2:12 pm
וועןרענטל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 26, 2023 2:10 pm
צופלאטשעט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 26, 2023 10:09 am
הענדימען האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 25, 2023 11:59 pm


נו למעשה?
מען דארף גיין שלאפן 9- 10, אדער געזונטערהייט נעמען פילעכלעך
די האסט עפעס א מקור צו דיינע ווערטער?
קענענדיג מענטשן (נישט איינס נאר אפאר) וואס לייגן זיך פרי און שטייען אויף פרי און ברויכן צוקומען צו מעדיקעישן
איך האב געפרעגט פון @צופלאטשעט נישט פון דיר

די ערשטע מאל איך הער אז לייגן פרי קען פארשפארן פילעכלעך
אוודאי איז דא וואס שלאפן פרי אין דארפן פילעכלעך, אבער ע"פ רוב איז עס ממש די רפואה, דאקטער ווערצבערגער האט עס געזאגט אין איך האב עס געסירטשט, די פילעכלעך וואס רוב עולם נעמט קומט צו ריפלעסן א חלק וואס ווערט נאטורליך אנגעפילט נאר אין די פריע נאכט שעות

די פאקט אז מען גייט שלאפן סך שפעטער ווי אמאל שרייט פון זיך אליינס.
“Amazon and the Amazon logo are trademarks of Amazon.com, Inc. or its affiliates.”

As an Amazon Associate, I earn from qualifying purchases
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

צופלאטשעט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 12:04 pm
וועןרענטל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 26, 2023 2:18 pm
הענדימען האט געשריבן: זונטאג פעברואר 26, 2023 2:12 pm
וועןרענטל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 26, 2023 2:10 pm
צופלאטשעט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 26, 2023 10:09 am

מען דארף גיין שלאפן 9- 10, אדער געזונטערהייט נעמען פילעכלעך
די האסט עפעס א מקור צו דיינע ווערטער?
קענענדיג מענטשן (נישט איינס נאר אפאר) וואס לייגן זיך פרי און שטייען אויף פרי און ברויכן צוקומען צו מעדיקעישן
איך האב געפרעגט פון @צופלאטשעט נישט פון דיר

די ערשטע מאל איך הער אז לייגן פרי קען פארשפארן פילעכלעך
אוודאי איז דא וואס שלאפן פרי אין דארפן פילעכלעך, אבער ע"פ רוב איז עס ממש די רפואה, דאקטער ווערצבערגער האט עס געזאגט אין איך האב עס געסירטשט, די פילעכלעך וואס רוב עולם נעמט קומט צו ריפלעסן א חלק וואס ווערט נאטורליך אנגעפילט נאר אין די פריע נאכט שעות

די פאקט אז מען גייט שלאפן סך שפעטער ווי אמאל שרייט פון זיך אליינס.
אוי איז ציפלאטשקעט גערעכט. פון די ערשטע קשיות ביים פסיכיאטער איז איבער דאס שלאפן, די צייטן, די מאס, און די קוואליטעט.

אויב שלאפט מען געהעריג איז מען כמעט ווי גאראנטירט פון ערנסטע גייסטישע עפיזאדן.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

זייער ריכטיג @מסתמא. ר' אביגדור מיללער ז"ל האט אסאך געהאמערט דערוועגן, ער פלעגט זאגן אז שלאפן באצייטנס און גענוג, איז נאך וויכטיגער ווי עסן. ווען מ'האט אים געפרעגט פאר עצות צו ענקזייעטי וכדו', ער האט געזאגט "גיי שלאפן פאר 2 וואכן גאר פרי, און קום דעמאלטס צוריק... " כ'מיין אז ס'איז א גוטע מהלך פאר אסאך וואס וועיסטען די ערשטע פאר נאכט שעות, (זייער א גרויסע פראצענט :-( ) ווייל די עיקר געזונטע שלאף איז אויך 'וועלכע' שעות מ'שלאפט. איינער וואס שלאפט פון 10:00 ביז 6:00 האט אסאך מער אויסגערוט זיין קערפער ווי דער וואס שלאפט פון 12:00 ביז 9:00. און אזוי ווייטער.
פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געזאגט געווארן ווען מ'מוטשעט זיך מיטן שלאף - וואס אסאך וואס ליידן פון מענטאל העלט איז שלאף פראבלעמען פון די ערשטע פלעצער ווי ס'קלאפט אויס. דער וואס דארף דארף. מ'רעדט פון די וואס האבן סטרעס און אנדערע אישוס וואס מיט א וואך צוויי 'פריע' און 'גענוג' שלאף (און אביסל עקסערסייז אויכעט) קען מען אסאאך פארשפארן און טיילמאל פארמיידן פון דארפן ארויפגיין אויף מעדיקעישאנס.
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
טעראפיע
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 29, 2023 1:39 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעראפיע »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 2:09 pm
זייער ריכטיג @מסתמא. ר' אביגדור מיללער ז"ל האט אסאך געהאמערט דערוועגן, ער פלעגט זאגן אז שלאפן באצייטנס און גענוג, איז נאך וויכטיגער ווי עסן. ווען מ'האט אים געפרעגט פאר עצות צו ענקזייעטי וכדו', ער האט געזאגט "גיי שלאפן פאר 2 וואכן גאר פרי, און קום דעמאלטס צוריק... " כ'מיין אז ס'איז א גוטע מהלך פאר אסאך וואס וועיסטען די ערשטע פאר נאכט שעות, (זייער א גרויסע פראצענט :-( ) ווייל די עיקר געזונטע שלאף איז אויך 'וועלכע' שעות מ'שלאפט. איינער וואס שלאפט פון 10:00 ביז 6:00 האט אסאך מער אויסגערוט זיין קערפער ווי דער וואס שלאפט פון 12:00 ביז 9:00. און אזוי ווייטער.
פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געזאגט געווארן ווען מ'מוטשעט זיך מיטן שלאף - וואס אסאך וואס ליידן פון מענטאל העלט איז שלאף פראבלעמען פון די ערשטע פלעצער ווי ס'קלאפט אויס. דער וואס דארף דארף. מ'רעדט פון די וואס האבן סטרעס און אנדערע אישוס וואס מיט א וואך צוויי 'פריע' און 'גענוג' שלאף (און אביסל עקסערסייז אויכעט) קען מען אסאאך פארשפארן און טיילמאל פארמיידן פון דארפן ארויפגיין אויף מעדיקעישאנס.
שלאף איז איינע פון די וויכסטיסטע זאכן פארן מח. און דאס איז פון די ערשטע זאכן וואס מען וועט עוועליועיטן. זייער אסאך מאל דארף מען מעדעצין צו קענען לייגן א מענטש שלאפן.
א מענטש וואס שלאפט נישט און שפירט נישט די מידיקייט איז דער מח אין א סכנה און מען ברויך דעם מענטש לייגן שלאפן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ר' שרגא העלפט זיכער פאר א חלק פונעם ציבור און פאר א חלק פון די פראבלעמען. אבער אויסצושמועסן זיינע מהלכים אויף א ברייטערע אופן וועט מסתמא העלפן פאר מער מענטשן אז זיי זאלן נישט אנקומען דארט. למעשה איז ער ביזדערווייל א יחיד, און מ'דארף אביסל אויסשמועסן מער אלס א דיאלאג צווישן זיין שיטה און די פשוט'ע שיטה.
מושי דענדעראוויטש
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 2:21 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושי דענדעראוויטש »

טישטוך האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 5:56 pm
כ׳שרייב בכוונה אביסל פארהוילן, אז דעם וואס עס איז נוגע זאל ליינען, אינספירירט ווערן און אויב מעגליך, מגיב זיין:

היינטיגע צייטן ווען דער עולם איז אביסל מער וואכזאם צו מענטל העלט, זענען אפירגעקומען אינאיינעם מיט די הונדערטע טעראפיסטן אויך אזעלכע וואס זענען נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים. אין די צייט וואס א געהעריגער טעראפיסט האט געלערנט און ער ווייסט וויאזוי צו באהאנדלען קליענטן, און אין דער צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט האט אין זיין קעשענע א ווערדפולער קארטל וואס הייסט ׳לייסענס׳ וואס ער איז אומשטאנד צו פארלירן אויב זעצט ער אן א קעיס, און אין די צייט וואס א געהעריגע טעראפיסט ארבעט על פי רוב לויט די ביכער און פארגעשריבענע מהלכים פון טעראפי, זענען אונטערגעוואקסן אזעלכע פוילע רוחות וואס האבן באשלאסן צו כאפן א רייד אויף דעם אויפוואכונג, און אויך אנהייבן מאכן געלט אויפן גרינגן אופן פון זיצן אויפן שטול און הערן גאסיפ.

ימים פון טרערן און טינט האבן נאכנישט פארפלייצט זייערע אפיסעס, טיפע גריבער אנגעפילט מיט ווארעמע בלוט האט זיי נישט איבערגענומען. די רייץ צו קאנטראל און שליטה, און די תאווה פון מאכט און כבוד, און אזוי אויך דאס געלט וואס מען מאכט, האט זיי נאכנישט גענומען אין א זייט און געגעבן אביסל צייט פאר א חשבון הנפש.

מען דיעלט דא מיט אידישע נשמות, מיט איידעלע אידישע קינדער וואס ווענדן זיך מיט א פראבלעם און ווילן ווערן געהאלפן. זיי ווילן נישט אז זייערע פראבלעמען זאלן זיין א מקור הכנסה פאר די רשעים וואס זעטיגן זיך פון אידישע פלייש און בלוט. זיי ווילן דירעקט נישט ווערן אנגעהאנגען אין א דריטן וואס זאל זיי פארפירן די חתונה צוזאמענלעבן, זיי ווילן דירעקט נישט האבן עמיצן צווישן זיי און די עלטערן, און זיי ווילן אויך נישט זיין געצווינגען צו בלייבן באהאפטן אויפן לעבן.

די אלע אומפראפעסיאנאלן זענען גאר אויסגעצייכנט אין מהרס זיין שטיבער, און אין מחריב זיין אידישע נשמות און דורות אויף שטענדיג. זיי גלייכן צו אויסהערן די קעיס און עס נעמען צו א לעוול וואס עס זאל צעשמירט ווערן איבעראל, און אלע זאלן זיין פארנומען באנעבעכן זייערע קעיסעס און באלויבן זייער ארבעט. זיי באוואפענען זיך מיטן אויסגעדראשענעם טענה אז ״אויף יעדן עסקן איז דא טענות״ און זיי זענען עקספערטן צו דערשנאפן וואוילטעטיגע תמימים וואס זאלן זיי בּעקן, אמאל אונטערן טיטל ׳רב׳ און אמאל אונטערן טיטל ׳עסקן׳.

ריהעב צענטערן זענען פיל מיט דעפרעסטע אידישע טאטעס און מאמעס וואס זענען נעבעך באעוול׳ט געווארן דורך אזעלכע אנשי בליעל. אני הקטן ראה עני, איך זעלבסט האב אמאל וואלונטירט אריינצוגיין אין אזא צענטער צוליב א געוויסע סיבה, און איך האב דארט געזען א היימישע ווייבל וואס איז געזיצן אן קיין לעבנסלוסט, זי איז דארטן אריינגעפירט געווארן נאכן ווערן געצווינגענערהייט אפגעריסן פון איר באליבטן קינד, אין זכות פון אזא ׳טעראפיסט׳ וואס האט ׳פארשטאנען פאר ריכטיג׳ דאס צו טון. יא, זי האט נישט געוואלט זיין אין א וועלט וואס מען לאזט איר נישט זען איר קינד, זי איז נישט גע׳גט, עס איז נישטא קיין פאמיליע פאליטיק, נאר עס איז געווען א קליינע מיסטפארשטענדעניש צווישן זי און דעם קינד, זי האט געטראפן דעם ׳טעראפיסט׳ און געצאלט בלוטיגע געלטער פון איר קעשענע, און דער גרויליגער גונב נפשות האט גענומען דאס קינד און נישט אומגעקערט.

א ברודער דערציילט מיר: קענסט די גרויסע באקאנטע עסקנ׳טע מרת געדערים (פיקטיווער נאמען)? איז אזוי. זי האט גענומען מיין שוועסטער אלס א פראיעקט איר אויסצומענטשלען בעפארן חתונה, דאס קינד איז אצינד גע׳גט, און ער רעדט נישט מיט די פאמיליע, נאר מיט מרת געדערים, זי שלאפט דארטן און עסט דארט, זי וויל נישט הערן פון צוריקקומען אהיים צום נעסט פון אירע באליבטע עלטערן וואס האבן נאר געוואלט זיין גוטס.

א טאטע דערציילט מיר: מיין טאכטער האט נישט גערעדט מיט מיר פאר פיר גאנצע יאר! אן אזויגערופענער ׳פארשטייער׳ האט גוזר געווען אויף מיין טאכטער אז זי טאר נישט מיט מיר רעדן ווייל איך פאראורזאך איר טראומע, און דערפאר איז אויף מיר געפאלן די לאסט פון בענקעניש צו מיין אייגן בלוט און פלייש וואס פאשעט אין פרעמדע פעלדער ביי היימישע.

א מאמע בוכה׳ט צו מיר: מיינע דריי זין ווילן נישט מיט מיר פארטוישן א ווארט! זיי אלע האבן שיינע ערליכע אידישע שטיבער, און איך באבע טאר נישט שעפן דעם נחת פון מיינע אייניקלעך. אן אומגעלייסענסטער טעראפיסט וואס איך האב זיי צוגעשטעלט און געצאלט געלט, האט משדל געווען אחד מגדולי דורינו זצ״ל וואס האט זיי מסביר געווען נאכן ווערן געשטאפט פון דעם רשע - אז מיט מיר טארן זיי נישט האבן קיין שייכות.

א זיידע פארציילט מיר: אויב וואלט דאס פארגעקומען ביי יענעם אין שטוב וואלט איך לכאורה נישט געהאלטן אז דער ׳עסקן׳ איז אומגערעכט, אבער היות איך ווייס אז מיין טאכטער איז אומשולדיג, וויאזוי קען איך שלאפן ביינאכט ווען איך זעה ווי מען פארגיסט איר בלוט? ווען איך זעה ווי מען רייסט פון איר אוועק איר בר מצוה בחור׳ל און זי קען זיך נישט אנרופן א ווארט?

א גרוש דערציילט מיר: איך האב זיך בכלל נישט געוואלט גט׳ן. אלס האט זיך אנגעהויבן ווען איך האב געוואלט ׳אימפראוון׳ מיין שלום ביח, און די פרוי וואס האט אונז אנגעהויבן ׳העלפן׳ האט מיר ליידער געפירט ביז א פולקאמער גט. מיין ווייב איז אנטלאפן פון מיר און געוואוינט ביי איר אין בעיסמענט ביז איך האב זיך געבראכן און געגעבן א גט, און אויב איז דאס נישט גענוג האט זי נאך מסביר געווען פאר מיין אינגעלע אז ער דארף נישט מכבד זיין א טאטע ווייל ער האט נישט א נארמאלע טאטע.

א באם דערציילט מיר: איך בין ליידער פארשוועכט געווארן אלס קינד און געליטן אסאך טראומע, אבער די סיבה פארוואס איך בין ארויס לתרבות רעה איז וויבאלד מען האט מיר איבערגערעדט אלס בחור צו גיין קעגן מיינע עלטערן. איך האב נישט געקענט פארנעמען די היץ, און איך בין אינגאנצן צודרייט געווארן דערפון. היינט האב איך זיך איבערגעבעטן מיט מיינע עלטערן, און ווען איך זעה דעם ׳עסקן׳ שפיר איך אז עס איז עק וועלט.

א גאר חשוב׳ער רב בישראל זאגט מיר בזה״ל: ״דאס איז א האלאקאוסט און א בכיה לדורות! ווען עס וועט קומען די צייט וועלן די אלע אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדן איבריגן טרער וואס זיי האבן פאראורזאכט״. בלוט איז נישט קיין וואסער, און די וואס טרונקען עס וועלן ביטער און שלעכט אפשניידן. עס איז א ווייטאג און א פחד וואס דא טוט זיך היינט אפ - ואין פוצה פה ומצפצף.

טייערע אידן!

עס ברענט א פייער און מיר מוזן עס פארלעשן פאר יעדן פרייז. ליידער איז יעדע אויבנדערמאנטע געשיכטע אמת ויציב, און ווען איך קען וואלט איך עס ארויפגעלייגט מיט נעמען און טעלעפאן נומערן צו וועריפייען. אויב איז דער תירוץ אז ״אויף יעדן וואס טוט האט מען טענות״ בין איך מוסר ומודיע אז דער תירוץ איז מופרך פון אנהויב ביזן סוף. ווי האט יענער געזאגט? אויף איין קשיא איז דא איין תירוץ, אויף צוויי קשיות איז דא צוויי תירוצים, אבער אויף צען קשיות איז נאר דא איין תירוץ.

און די וויכטיגסטע זאך איז:
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!
גייט נישט צו קיין טעראפיסט אנע לייסענס!


בעוונותינו הרבים איז דא נאך דא אזעלכע אזוי גערופענע טערעפיסטן, וואס באמת זענען זיי פשוט דא פאר די תאווה פון קאנטראל און צו זיין גרויס, און זיי פארכאפן נעבעך אידישע קינדער, איך האב ממש יעצט מיטגעהאלטן ווי א קרוב מיינע האט געשיקט זיין טאכטער צו אזא טערעפיסט, וואס די ערשטע (און די מיטעלסטע און די לעטסטע....) פראגעס זיינע, איז "האט דיין מאמע דיר אביוזד? האט דיין טאטע? צו אפשר די מנהלת? און די מיידל וואס איז געווארן איבערגענומען פון זיין צוקער זיסע שפראך האט פשוט געמאכט א בלבול אויף איר מאמע, און ער האט גלייך אריינגעמישט לעגאלע כוחות וואס האבן נעבעך צוגרינד געלייגט דער גאנצע שטוב. און זי איז נעבעך געגאנגען וואוינען אין א "זיכערע פלאץ" ווי דער טערעפיסט האט איר אריינגעלייגט.

אבער די פראבלעם איז אז יענער גנב איז געווען א לייסענסד טערעפיסט.
לעצט פארראכטן דורך מושי דענדעראוויטש אום מיטוואך מארטש 15, 2023 7:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איידער דו שרייבסט וועגן מיר נעם אין אכט אז איך ווער שנעל באליידיגט....

just joking
מושי דענדעראוויטש
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 2:21 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושי דענדעראוויטש »

צוויי סארט טערעפיסטן

איך מיין אז מקען מחלק זיין צווישן צוויי סארטן טערעפיסטן, איינער וואס איז מער אזא עסקן טערעפיסט, און דער צווייטע וואס איז זייער קלאר מיט זיך אז ער ארבעט הונדערט פראצענט נאר מיטן קליענט.

די נושא איז מוראדיג וויכטיג און עס קען זיך אסאך מאל רעדן פון פיקוח נפש, בעט איך אלע פארשטייערס פון אונזער תורת הנפש אפטיילונג, זאלן קומען געבן זייער חוות דעת וויאזוי קען מען אפטייטשן א טערעפיסט פאר מגייט צו אים, אייגענטליך גיין האט מען נישט אזוי שטארק מורא ווייל למעשה האפט מען אז מעט פשוט געבן א שפאציר ארויס אויב נויטיג, אבער צו שיקן נישט חתונה געהאטע קינדער, אדער פרויען, איז זייער וויכטיג קלאר צו מאכן ווי מקען שיקן.

איך קלער אז די גאנצע תאווה פון א טערעפיסט צו צוטיילן שטובער און צו פסקנען שאלות, (וואס זיי קענען אויסדריקטליך נישט אפילו זיי וועלן האבן הונדערטער לייסענס, מנעמט נישט א קליענט און אנשטאטס אים אויפבויען, און זיינע שאלות וועט ער שוין פרעגן פון זיין רב, ווערן זיי פוסקים ר"ל,) קומט פשוט פון פארלוירענקייט ווען זיי ווייסן נישט וואס צו טון, אדער פון גאר גרויזאמע רשעות, אפילו איינער וואס האט לייסענס, האט נישט געלערנט אלעס למעשה, א גרויס טייל קען ווערן געטון טעארעטיש און דעמאלטס קען ער נאך אלץ שפירן א צומישטקייט צומאל, איז אויב איז ער נישט קיין בעל גאווה, וועט ער עס לאזן פאר אנדערע, אבער אויב ס'פאסט נישט איז ער געצוואונגען צו זאגן כאטש עפעס...

איינער וואס דו האסט אים געהערט אויף די טעלעפאון ליניעס, און ער איז קלאר מיט זיך, און עס געפעלט דיר זיין גאנג, ער האט לכאורה א קלארע מהלך וויאזוי צו העלפן די קליענט אליין, און ווען די קליענט רעדט זיך אפ צום ביישפיל אויף זיין טאטע ענטפערט ער "איך קען נישט טוישן דיין טאטע, און איך גיי אפילו נישט רעדן מיט אים, איך קען נאר דיר העלפן זיין וואס דו וואלטסט געוואלט זיין" ער העלפט קליענטן, איך מיין אז נאר אזא איינער קען זיך רופן טערעפיסט.

איך פערסאנעל וואלט אפילו רעקאמענדירט צו גיין צו אזא איינער וואס האט נישט קיין לייסענס, ווייל ער גייט דיר זיכער נישט מסרן, אפילו אויב איינער וועט וועלן מאכן א בלבול אויף דיר, און אזוי אויך זענען זיי בדרך כלל נישט אזעלכע גרויסע בעלי גאווה, און אלעס וואס ער האט געלערנט איז נאר געווען צו העלפן די קליענטן, ער האט נישט געלערנט טעארעטיש פשוט צו רענען טשארדזשן מער...
לעצט פארראכטן דורך מושי דענדעראוויטש אום מיטוואך מארטש 15, 2023 7:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איידער דו שרייבסט וועגן מיר נעם אין אכט אז איך ווער שנעל באליידיגט....

just joking
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ר' מושי, איר זאלט מיר אנטשולדיגן אבער אייער מעשה מאכט נישט קיין סענס. מ'מאכט נישט קיין "בלבולים" אויף מאמעס אזוי שנעל. און פון וואנעט ווייסטו וואס די אמת איז?
מושי דענדעראוויטש
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 2:21 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושי דענדעראוויטש »

די מיידל האט זיך באקלאגט אויף אביוז בשעת זי האט פשוט געוואלט ווערן מאדערן, זיי האבן א שטוב מיט זייער אסאך קינדער וכולם פה אחד זענען מורא'דיג צופרידן און נארמאל.

א חשובע רב האט זיך פרובירט אריינצולייגן אין דעם ער האט אריינגעשיקט א ליגעל טערעפיסט וואס זאל אויפווייזן אז די מאמע איז נישט קיין אביוזער, אבער די מיידל איז שוין געווען אריינגעפאלן אין זיין נעץ.

די מעשה מאכט טאקע נישט קיין סענס אבער אונזער היינטיגע משוגענע וועלט אויך נישט...

איך מיין אז לעגאל גלייבט מען היינטיגע צייטן קינדער וואס רעדן זיך אפ אויף child abuse סאך מער ווי עלטערן.

ויבואו המומחים ויבוארו.

דער אייבישטער זאל שוין העלפן
איידער דו שרייבסט וועגן מיר נעם אין אכט אז איך ווער שנעל באליידיגט....

just joking
מושי דענדעראוויטש
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 2:21 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושי דענדעראוויטש »

איך האב א פילינג אז דעס וואס סבלאזט אין אונזער היימישע וועלט אזא ווינט אז מגייט דווקא צו לייסענסד טערעפי, איז א סעיל'ס איידיע...

ווער ווייסט...
איידער דו שרייבסט וועגן מיר נעם אין אכט אז איך ווער שנעל באליידיגט....

just joking
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

ממוצע האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 11:04 am
ר' מושי, איר זאלט מיר אנטשולדיגן אבער אייער מעשה מאכט נישט קיין סענס. מ'מאכט נישט קיין "בלבולים" אויף מאמעס אזוי שנעל. און פון וואנעט ווייסטו וואס די אמת איז?
איך בין עדות אויף זייער א ענלעכע מעשה,
נישט גענומען איינס צוויי, אבער די רעזולטאטן זענען געווען בערך די זעלבע.

טעראפי איז א מסוכנדיגע פלאץ, יא לייסענס נישט לייסענס,
מ'דארף א געוואלד סייעתא דשמיא סיי אז ס'זאל אויפטוהן און סיי אז ס'זאל נישט קאליע מאכן.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
טעראפיע
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 29, 2023 1:39 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעראפיע »

מושי דענדעראוויטש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 11:17 am
די מיידל האט זיך באקלאגט אויף אביוז בשעת זי האט פשוט געוואלט ווערן מאדערן, זיי האבן א שטוב מיט זייער אסאך קינדער וכולם פה אחד זענען מורא'דיג צופרידן און נארמאל.

א חשובע רב האט זיך פרובירט אריינצולייגן אין דעם ער האט אריינגעשיקט א ליגעל טערעפיסט וואס זאל אויפווייזן אז די מאמע איז נישט קיין אביוזער, אבער די מיידל איז שוין געווען אריינגעפאלן אין זיין נעץ.

די מעשה מאכט טאקע נישט קיין סענס אבער אונזער היינטיגע משוגענע וועלט אויך נישט...

איך מיין אז לעגאל גלייבט מען היינטיגע צייטן קינדער וואס רעדן זיך אפ אויף child abuse סאך מער ווי עלטערן.

ויבואו המומחים ויבוארו.

דער אייבישטער זאל שוין העלפן
ווען דו רעדטס פון עביוז איז וויכטיג צו וויסן וואס די עביוז מיינט דא, ווי אלט איז דאס קינד, וואס זענען די קאמפלעינטס/סימפטאמס.

אז אנדערע קינדער זענען צופרידן מיינט נישט אז דאס קינד פלאגט זיך נישט און דארף נישט הילף.

טעראפי איז נישט צו באשולדיגן מענטשן און זיכער נישט עלטערן. עס איז צו העלפן דעם מענטש/קינד קענען בויען געזונטע קשרים און זיך היילן די וואונדן.

לעגאל קען מען מאכן אויף יעדן מעשיות.

טעראפיסטן און נאכדערצו די וואס האנדלן מיט די היימישע זענען סענסיטיוו צום היימישן עולם, און וועלן ריפארטן נאר ווען א קינד איז אין א סכנה וכדומה.

די CPS אדער ACS זענען היינט אנדערש ווי אמאל. אגב זיי זענען נישט אונזערע פריינט און זענען נישט דא צו העלפן א מצב. איז עס בעסער ווי עס איז געווען אמאל פון וואס מענטשן האבן פחד פון זיי.
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 12:07 pm
ממוצע האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 11:04 am
ר' מושי, איר זאלט מיר אנטשולדיגן אבער אייער מעשה מאכט נישט קיין סענס. מ'מאכט נישט קיין "בלבולים" אויף מאמעס אזוי שנעל. און פון וואנעט ווייסטו וואס די אמת איז?
איך בין עדות אויף זייער א ענלעכע מעשה,
נישט גענומען איינס צוויי, אבער די רעזולטאטן זענען געווען בערך די זעלבע.

טעראפי איז א מסוכנדיגע פלאץ, יא לייסענס נישט לייסענס,
מ'דארף א געוואלד סייעתא דשמיא סיי אז ס'זאל אויפטוהן און סיי אז ס'זאל נישט קאליע מאכן.
אזעלכע מעשיות פאסירן ליידער. סיי פון סתם שלעכטע מענטשן וואס ריפן זיך טערעפיסט, און סיי פון טערעפיסטן וואס פארשטייען נישט צום נפש און מאכן פראבלעמען אנשטאט היילן.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

מושי דענדעראוויטש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 11:20 am
איך האב א פילינג אז דעס וואס סבלאזט אין אונזער היימישע וועלט אזא ווינט אז מגייט דווקא צו לייסענסד טערעפי, איז א סעיל'ס איידיע...

ווער ווייסט...
איך מיין עס קומט פון דעם וואס מ'בריט זיך אפ פון מענטשן וואס לייקענען ADHD, OCD, Depression, א.א.וו.

האסט א אינגערמאן וואס מיטשעט זיך מיט דעפרעסיע פאר יארן, ער האלט שוין נאכן הערן טויזענט מאל אז עס איז שלעכטע מידות וואס ער דארף ארבעטן אויף, און ער האלט נאך אלץ ביי אלף.
נאכן זיך מיטשענען פאר 10 יאר, מאכט ער אפ אז ער גייט גיין צו טערעפי.

אפאר חדשים שפעטער און זיין טאג איז א טאג ב''ה, ער שטייט אויף, הערט די פייגלעך טשיפטשענען, זעהט די בלויע הימל, בקיצור ער לעבט.

דאס ברענגט א מורא'דיגע ווידערגעפיל צו די אלע וואס האבן אוועקגעמאכט זיינע שוועריקייטן פאר שלעכטע מידות. און ער איז שוין נישט גרייט צו הערן אפילו אמת'ע פראבלעמען וואס די טערעפי וועלט ברענגט, אלץ ווידערגעפיל צו די אלע וואס האבן איהם נישט פארשטאנען.

ביי איהם אין קאפ איז געווארן לייסענדס ווס' די אלע אזויגעריפענע פארשטייער וואס האבן איהם נישט פארשטאנען.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 12:07 pm
ממוצע האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 11:04 am
ר' מושי, איר זאלט מיר אנטשולדיגן אבער אייער מעשה מאכט נישט קיין סענס. מ'מאכט נישט קיין "בלבולים" אויף מאמעס אזוי שנעל. און פון וואנעט ווייסטו וואס די אמת איז?
איך בין עדות אויף זייער א ענלעכע מעשה,
נישט גענומען איינס צוויי, אבער די רעזולטאטן זענען געווען בערך די זעלבע.

טעראפי איז א מסוכנדיגע פלאץ, יא לייסענס נישט לייסענס,
מ'דארף א געוואלד סייעתא דשמיא סיי אז ס'זאל אויפטוהן און סיי אז ס'זאל נישט קאליע מאכן.


בקיצור. די סעשאן האט גענומען 5 מינוט און מען האט אוועקגענומען דעם קינד. יעעע
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מושי דענדעראוויטש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 11:20 am
איך האב א פילינג אז דעס וואס סבלאזט אין אונזער היימישע וועלט אזא ווינט אז מגייט דווקא צו לייסענסד טערעפי, איז א סעיל'ס איידיע...

ווער ווייסט...

איך האב א פילינג אז די וואס פארפירן דערקעגן זענען פוילע לויטע וואס גלייבן נישט דעם שפיגל
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

שאינו יודע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 10:36 am
ראפאט קראמפלי האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 12:07 pm
ממוצע האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 11:04 am
ר' מושי, איר זאלט מיר אנטשולדיגן אבער אייער מעשה מאכט נישט קיין סענס. מ'מאכט נישט קיין "בלבולים" אויף מאמעס אזוי שנעל. און פון וואנעט ווייסטו וואס די אמת איז?
איך בין עדות אויף זייער א ענלעכע מעשה,
נישט גענומען איינס צוויי, אבער די רעזולטאטן זענען געווען בערך די זעלבע.

טעראפי איז א מסוכנדיגע פלאץ, יא לייסענס נישט לייסענס,
מ'דארף א געוואלד סייעתא דשמיא סיי אז ס'זאל אויפטוהן און סיי אז ס'זאל נישט קאליע מאכן.


בקיצור. די סעשאן האט גענומען 5 מינוט און מען האט אוועקגענומען דעם קינד. יעעע
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט,
איך זאג אז וואס איך האב מיטגעהאלטן האט "נישט" גענומען איינס צוויי,
מ'רעדט פון בערך 2 יאר, און דו רעזולטאטן זענען געווען הימל שרייענד געפערלעך, על לא דבר.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

שאינו יודע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 10:37 am
מושי דענדעראוויטש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 11:20 am
איך האב א פילינג אז דעס וואס סבלאזט אין אונזער היימישע וועלט אזא ווינט אז מגייט דווקא צו לייסענסד טערעפי, איז א סעיל'ס איידיע...

ווער ווייסט...
"איך האב א פילינג" אז די וואס פארפירן דערקעגן זענען פוילע לויטע וואס גלייבן נישט דעם שפיגל
פאר עני נעגעטיווע געפילן גייט צו אייער לאקאלע לייסענס טעראפיסט, ער וועט אייך זיכער בייהילפיג זיין.


אבער געדענקט זיכער צו מאכן אז ער פארמאגט א שפיגל אין אפיס.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

עס איז דא געלונגענע טעראפיסטן לייסענסד און נישט לייסענסד, עס זענען דא טעראפיסטן שוטים אדער רשעים לייסענסד און נישט לייסענסד צוגלייך, לייסענס איז לא אמר כלום מיט א גרויסע ענדע מ"ם..

#פעקט טשעקער
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 10:56 am
שאינו יודע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 10:36 am
ראפאט קראמפלי האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 12:07 pm
ממוצע האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 11:04 am
ר' מושי, איר זאלט מיר אנטשולדיגן אבער אייער מעשה מאכט נישט קיין סענס. מ'מאכט נישט קיין "בלבולים" אויף מאמעס אזוי שנעל. און פון וואנעט ווייסטו וואס די אמת איז?
איך בין עדות אויף זייער א ענלעכע מעשה,
נישט גענומען איינס צוויי, אבער די רעזולטאטן זענען געווען בערך די זעלבע.

טעראפי איז א מסוכנדיגע פלאץ, יא לייסענס נישט לייסענס,
מ'דארף א געוואלד סייעתא דשמיא סיי אז ס'זאל אויפטוהן און סיי אז ס'זאל נישט קאליע מאכן.


בקיצור. די סעשאן האט גענומען 5 מינוט און מען האט אוועקגענומען דעם קינד. יעעע
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט,
איך זאג אז וואס איך האב מיטגעהאלטן האט "נישט" גענומען איינס צוויי,
מ'רעדט פון בערך 2 יאר, און דו רעזולטאטן זענען געווען הימל שרייענד געפערלעך, על לא דבר.

באצויגן צו מוישי. ואתכם הסליחה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:00 am
שאינו יודע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 10:37 am
מושי דענדעראוויטש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 11:20 am
איך האב א פילינג אז דעס וואס סבלאזט אין אונזער היימישע וועלט אזא ווינט אז מגייט דווקא צו לייסענסד טערעפי, איז א סעיל'ס איידיע...

ווער ווייסט...
"איך האב א פילינג" אז די וואס פארפירן דערקעגן זענען פוילע לויטע וואס גלייבן נישט דעם שפיגל
פאר עני נעגעטיווע געפילן גייט צו אייער לאקאלע לייסענס טעראפיסט, ער וועט אייך זיכער בייהילפיג זיין.


אבער געדענקט זיכער צו מאכן אז ער פארמאגט א שפיגל אין אפיס.
איך פארשטיי אז נעגיטיוויטי איז ערלויבט אויסדריקליך נאר קעגן טעראפיסטן

עניוועיס, איך קען נישט גיין צו קיין טעראפיסט. זיי וועלן מיר אוועקנעמען פון מיין באבען און מיר ארויפלייגן אויף מעדיקעשיאן און מיר קאנטראלירן העכער די בארטן וואו א כינעזער באלאן. איך וועל בלייבן מיט די נעגיטיוויטי און זיך נישט לאזן פון די בלוטזויגער בשום אין אופן!
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

שאינו יודע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:39 pm
יער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:00 am
שאינו יודע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 10:37 am
מושי דענדעראוויטש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 11:20 am
איך האב א פילינג אז דעס וואס סבלאזט אין אונזער היימישע וועלט אזא ווינט אז מגייט דווקא צו לייסענסד טערעפי, איז א סעיל'ס איידיע...

ווער ווייסט...
"איך האב א פילינג" אז די וואס פארפירן דערקעגן זענען פוילע לויטע וואס גלייבן נישט דעם שפיגל
פאר עני נעגעטיווע געפילן גייט צו אייער לאקאלע לייסענס טעראפיסט, ער וועט אייך זיכער בייהילפיג זיין.


אבער געדענקט זיכער צו מאכן אז ער פארמאגט א שפיגל אין אפיס.
איך פארשטיי אז נעגיטיוויטי איז ערלויבט אויסדריקליך נאר קעגן טעראפיסטן
וואס פאלט דיך ביי??

די מיט די נעגעטיווע געפילן קעגן לייסענס טעראפיסטן גייען צו די אנלייסענס טעראפיסטן וואס פארמאגן נישט קיין שפיגל.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

קעדילעק האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 11:11 am
עס איז דא געלונגענע טעראפיסטן לייסענסד און נישט לייסענסד, עס זענען דא טעראפיסטן שוטים אדער רשעים לייסענסד און נישט לייסענסד צוגלייך, לייסענס איז לא אמר כלום מיט א גרויסע ענדע מ"ם..

#פעקט טשעקער
דיין גאנצע תגובה איז אמת, אויסער די לעצטע שטיקל, ווייל "עפעס" א חילוק איז דא לגבי לייסענס אז זיי האבן וואס צו פארלירן... (ממילא וועלן זיי זיך שטערקער וואטשן, און זיכער מאכן דיך צו כאפן מיט עפעס וואס וועט זיי געבן רעכט צו טון וואס זיי ווילן... אבער למעשה א "נישט לייסענסד" וואס נעמט "שריט", טוט וואס ער וויל ממש). און נאך א חילוק איז דער חלק פון "אינטערנשיפ" וואס א לייסענסד גייט דורך, וואס מאכט למעשה א חילוק.

איז למסקנא:

רחמי שמים דארף מען מיט ביידע
זיך גוט נאכפרעגן דארף מען לגבי ביידע
אז מ'דארף נישט זאל מען זיי נישט נוצן

און
אכטונג וואס מ'טוט אליין דארף מען סייווי

און
אויב מ'דארף, דארף מען דאך

און
השם ישמור!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

האמער היינט געהערט פון א באגלייבטער מקור (באגלייבט ביי מיר) אז דער גרויסער חכם וואס שרייט אויף טעראפי טומאה, קליפה, און נאך שיינע ווערטער האט אייגענטליך ממש לעצטנס געשיקט איינעם פאר טעראפי

ער האט געזאגט אז "נישט אייביג" קען מען עס אויסמיידן...

נו לאמיר נאכאמאל הערן. טומאה, קליפה, וואטעווער

אין מיין קליינע מיינונג איז ארויסגיין קעגן א זאך וואס העלפט טויזנטער אידן א טומאה און קליפה
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”