מדינת ישראל געריכט רעפארם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

אבנר בן-נר האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 8:20 pm
אזוי גאר! האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 5:56 am
ריזיגע הפגנות יעצט אין תל אביב
פראטעסטירער פארשבארן כבישים
פלוצלינג מעג מען שוין פארשפארן כבישים!
ווען די חרדים טוהן עס איז אויס וועלט, אבער ווען מ'רירט אן די לינקע איז מותר,
אין א זייטיגע נאטיץ: מ'רעדט א גאנצע צייט וועגן די "איפה און איפה" ביי די רעכטע און לינקע ווי למשל ביי די הפגנות
אבער וואס מיך מאכט אייביג נערוועז איז די א"ג חרדישע שישקעס און דזשונארליסטן וכדו' וואס ביי יעדע אזא פאל שרייען זיי מיט א הייזעריגן האלז (גרון ניחר בלע"ז) היתכן מ'גייט אום מיט זיידענע הענטשוך מיט די לינקע ווען ביי די חרדישע הפגנות גייט מען מיט אזא ברוטאליטעט
וואס זיי פארגעסן אדער ווילן פארגעסן ווי זיי אליינס האבן אנגערייצט די פאליציי און בכלל די הנהגה זיך אומצוגיין שטרענג מיט די חרדישע הפגנות ביי די פלג הירושלמי ווי זיי האבן געקלאגט ווי מ'האט זיי נאר ארויף געלאזט אויף די געוואלדיגע צער און עגמ"נ די איינוואוינער פון ירושלים אדער ערגעץ אנדערש האבן ביי די הפגנות, און וויפיל יולדות'ן און סתם חולים די חברה האבן אנגעמאכט וכו' און פארשטייט זיך די כילעלהאשעם וואס דאס מאכט אן, און זיך געוואנדן צו די פאליציי היתכן זיי גייען זיך נישט אום שטרענגער מיט די קיצונים אנרכיסטים וכו'
אויף אזוי ווייט אז ס'האט דאנסמאל ארויסגעליעקט א רעקארדירונג פון איינע פון די גאר הויכע חרדישע פאליטישאן'ס (און היינט איז ער נאך העכער, עלה ל...) וואס בעט זיך ביי די פאליציי אז זיי מוזן מאכן ליידיג די גאסן ביי יעדע פראטעסט פון מיין זייט זאלן ענק אפי' ניצן די באוואוסטע מאגייקעס (אזעלכע שטעקענעס פון גומי, דאכט זיך מיט אייזן, וואס איין קלאפ פון דעם איז ה"י, און אין די ריכטיגע ספאט קען רואיג טראגן א מענטש אין שפיטאל)
אבער ווען ס'קומט צו שטעכן די לינקע דעמאלטס יאאאא, זיי זענען אויך דא (נישט נאר די מתנחלים וואס אויף זיי טוט מען אויך וואס מ'וויל, נאר אויך ביי אונז - די חרדים, איי דו טענה'סט לעצטע צען יאר איבער אלע רעדיא סטעישאן'ס וכדו' אז די חרדים זענען נאר 5 מאל ארויס אין א פראטעסט קעגן די מדינה, און דעמאלטס האט מען ח"ו נישט געטון קיין איין זאך קעגן די געזעץ, און נאר די פאר טעראריסטן די קיצונים זיי טוען די אלע פראטעסטן, אבער וואס'א חילוק יעצט איז 'אין' צו זיין באקלאפט ביי הפגנות, בין איך אויך דא)
א גרויל
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4367
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

תגובה דורך אבנר בן-נר »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 5:47 pm

א גרויס חלק וואס דו זאגסט איז אמת, אבער היות דעי שמועס גייט סייווי נמחק ווערן, גיי איך נישט שרייבן לריק
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

אבנר בן-נר האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 6:10 pm
א גרויס חלק וואס דו זאגסט איז אמת, אבער היות דעי שמועס גייט סייווי נמחק ווערן, גיי איך נישט שרייבן לריק
אל תפתח שה לפוטין...
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
חברונער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 5:24 pm
חברונער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 6:14 pm
יונה פויגל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 5:53 pm
חברונער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 9:42 pm
סאו דא אין אמעריקע איז שוין לאנג דא א דיקטאטורשאפט ווייל ווען ביידען האט געוואנען מיט 80 מיליאן וואטס אנטקעגן 70 מיליאן פון טראמפ וואלט ער געדארפט מאכן א רוטאציע מיט טראמפ פון 2 יאר ביידען 2 יאר טראמפ ווייל אז נישט איז דאס ''טיראניע פון מאיאריטעט''...
בכלל בכלל נישט!!!
"טיראניע פון מאיאריטעט" איז ווען מ'גייט טוישן סדרי עולם - סדרי המדינה פון אויבן ביז אונטן, און אן קיין שום אויסהערן דעם צווייטן צד, ווייל דיין מזל האט דיר יעצט געשפילט און צוויי פארטייען פון די אנדערע זייט זענען ארויסגעפאלן און וועגן דעם האסטו יעצט א רוב
אז דו האסט יעצט רוב קענסטו טאקע פירן די מדינה לפי דיין אגענדע, און אפי' די רוב איז נישט אינגאנצן (ווי טראמפ האט געוואונען ווייניגער פאפולערע שטימען, אדער ווי די פריערדיגע ממשלת הכופרים וואס האבן נאר געהאט רוב וויבאלד בנט האט גענומען זיינע קולות (וואס איז געקומען פון די רעכטע לאגער) און מיט דעם אויפגעשטעלט א ממשלה וואס פשטות האבן זיינע וויילער נישט געוואלט), אבער קענסט נישט מיט א יעצטיגן רוב איבערדרייען די מדינה פון א דעמאקראטיע צו א דיקטאטארשאפט
און איך גיי נישט יעצט אריין אין די עצם רעפארם וואס איז א שמועס פאר זיך, און איך זאג אויך נישט אז די רעפארם דרייט איבער צו דיקטאטארשאפט, איך גיי נאר ארויף אויף די טענה אז די רעכטע לאגער האט געוואונען די וואלן וועגן דעם מעגן זיי יעצט טון וואס זיי ווילן.
א ממשלה וואס האט געוואנען די בחירות אין א דעמאקרטישע לאנד האט נישט קיין שום רעכט איבערצודרייען די מדינה פון א דעמאקראטיע צו א דיקטאטורע. הונדערט פראצענט. און די רעפארם גייט נאר מאכען די מדינה פאר סאך א שטערקערע דעמאקראטיע
אקעי קודם שטייען מיר אויף איין פעידזש בנוגע איין זאך
און יעצט אז דו האלטסט אויך אז מ'קען נישט איבערדרייען סדרי עולם אפי' אז מ'האט רוב, פארשטייסטו זייער גוט די פחד און די פראטעסטן פון די מתנגדים צום רעפארם, ווייל זיי האלטן אז דאס גייט יא איבערדרייען פון דעמאקרטיע צו דיקטאטארשאפט, דו קענסט א ודאי האלטן אז נישט, אבער קודם פארשטיי וואס זייער טענה איז.
און נאכמער דאס איז זיכער אז די רעגירונג האט געהאט - וואס דאס זענען אפי' די גרויסע תומכים פונעם רעפארם מודה - און האט נאכאלץ א ביטערן דורכפאל אינעם חלק ההסברה (כאטשיג די חוזק פון עפענען א נייע מינעסטעריאלע אפיס פון הסברה ואכהמל"ב), צו מסביר'ן דעם עולם'ן אז ס'איז נישט קיין סכנה פאר די דעמאקראטיע און פאר די עקענאמיע און פאר די קשרים מיט די ברייטע דעמאקראטישע וועלט וכו' וכו' וכו', וואס דאס האבן די מתנגדים צום רעפארם געטון השכם והערב מיט די הילף פון (נישט נאר די (אומ-) נייטראלע מידיע, נאר אויך) גאר באוואוסטע און חשובע פערזענליכקייטן (ווי דער הויפט פונעם נאציאנאלן באנק ועוד) צווישן זיי אזעלכע וואס מ'ווייסט קלאר אז זיי זענען נישט אנטי ביבי שר"י, ווי עלען דערשאוויץ, איז אלזא די עיקר טענה וואס דו קענסט האבן אויף די וואס שרייען אז ס'גייט חרוב מאכן די אלע א"ד זאכן וואס דו טענה'סט אז נישט, דארפסו ווענדן צו דוקא די תומכים פונעם רעפארם, צו איז עס די אפיציעלע רעגירונג'ס איינגעשטעלטע, צו איז עס די כלליות'דיגע (א"ג) 'שופרות' פון די רעכטע, וואס אנשטאטס אנפילן די לאנד מיט פאסטער און סיינס איבער די מורא'דיגע מעלות פונעם רעפארם, פילן זיי עס אן מיט איין איינציגן מעסעדזש: יריב און שמחה (די צוויי הויפט אנפירער פונעם רעפארם) 2,361,739 האבן געוואויט פאר די רעפארם, פירט עס אדורך היינט!, וואס דאס פיטערט נאר די מתנגדים זייער פחד און ענקזייעטי פונעם א"ד "טיראניע פון מאיאריטעט"
איך וויל נישט צוענדיגן יעדע מעסעדזש מיט א "ויש עוד מה להאריך" אבער דאס איז למעשה די מציאות, די נושא איז זייער א ברייטע און א טיפע, און האט אן א שיעור אספעקטן און צדדים
איך האב געזאגט אז מ'קען נישט ווערן א דיקטאטור בזכות א רוב, חוץ פון דעם קענסטו טון רוב זאכען בזכות א רוב

א ממשלה וואס האט א רוב מעג דורכפירען א עגרימענט דיעל מיט די פאליסטינע? אוסלו? פארטרייבען אידען פון גוש קטיף? די תירוץ איז יא, אויב ער האט רוב אין כנסת וואס דאס מיינט רוב ביים פאלק, נאר צוליב פעלער ווען די פאליטיקאנטען האבן אויסגענארט די ציבור האט מען דורך געפירט חוק משאל עם אויף אוועקגעבן שטחי מולדת

איך פארשטיי נישט וואס די מתנגדים ווילען איך האב נאך נישט געהערט קיין איין ריכטיגע טענה פון זיי, שלטון הרוב איז די יסוד פון דעמקראטיע און די רעפארם גייט נישט אריין לייגען קיינעם אין א טיראניע, א ראש ממשלה אין די מדינה איז איינע פון די ווייניגסטע כח מאכטען אנטקעגן אנדערע מדינות ער קען זיך גארנישט רירען אן זיין 61 חכי''ם פאר יעדע קליינע זאך קען זיין ממשלה צאמפאלען במציאות זענען רוב ממשלה'ס צאמגעפאלן פאר די צייט בניגוד צו אמעריקע ווי ביידען האט סאך מער פאוער פאר גאנצע 4 יאר און טראמפ מיט זיין 70 מיליאן וואוטערס קענען גיין פייפען
בקיצור יש עוד ועוד ועוד מה להאריך אגב די הויפט פון די נאציאנאלע באנק האט נישט גערעדט קעגן
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:38 am
די פאלעסטינע אויטאריטעט וועט באצאהלן פאר די פאמיליעס פון 1500 טויטע כאמאסיסטן וואס באטרעפט די סומע פון 27,89,430 פער מאנאט
חברונער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

די אמת'ע סיבה פון די מחאות איז ווייל מ'נעמט זיי אוועק זייער דיקטאטורישע מאכט וואס זיי האבן געהאט די לעצטע 30 יאר ווען זיי האבן שולט געווען זייענדיג א מיעוט- וואס דאס איז א אמתע דיקטאטורשאפט, און מ'גיט צוריק די כח צום רוב אזוי ווי אלע דעמאקראטיעס
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:38 am
די פאלעסטינע אויטאריטעט וועט באצאהלן פאר די פאמיליעס פון 1500 טויטע כאמאסיסטן וואס באטרעפט די סומע פון 27,89,430 פער מאנאט
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 10:48 pm
יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 5:24 pm

אקעי קודם שטייען מיר אויף איין פעידזש בנוגע איין זאך
און יעצט אז דו האלטסט אויך אז מ'קען נישט איבערדרייען סדרי עולם אפי' אז מ'האט רוב, פארשטייסטו זייער גוט די פחד און די פראטעסטן פון די מתנגדים צום רעפארם, ווייל זיי האלטן אז דאס גייט יא איבערדרייען פון דעמאקרטיע צו דיקטאטארשאפט, דו קענסט א ודאי האלטן אז נישט, אבער קודם פארשטיי וואס זייער טענה איז.
און נאכמער דאס איז זיכער אז די רעגירונג האט געהאט - וואס דאס זענען אפי' די גרויסע תומכים פונעם רעפארם מודה - און האט נאכאלץ א ביטערן דורכפאל אינעם חלק ההסברה (כאטשיג די חוזק פון עפענען א נייע מינעסטעריאלע אפיס פון הסברה ואכהמל"ב), צו מסביר'ן דעם עולם'ן אז ס'איז נישט קיין סכנה פאר די דעמאקראטיע און פאר די עקענאמיע און פאר די קשרים מיט די ברייטע דעמאקראטישע וועלט וכו' וכו' וכו', וואס דאס האבן די מתנגדים צום רעפארם געטון השכם והערב מיט די הילף פון (נישט נאר די (אומ-) נייטראלע מידיע, נאר אויך) גאר באוואוסטע און חשובע פערזענליכקייטן (ווי דער הויפט פונעם נאציאנאלן באנק ועוד) צווישן זיי אזעלכע וואס מ'ווייסט קלאר אז זיי זענען נישט אנטי ביבי שר"י, ווי עלען דערשאוויץ, איז אלזא די עיקר טענה וואס דו קענסט האבן אויף די וואס שרייען אז ס'גייט חרוב מאכן די אלע א"ד זאכן וואס דו טענה'סט אז נישט, דארפסו ווענדן צו דוקא די תומכים פונעם רעפארם, צו איז עס די אפיציעלע רעגירונג'ס איינגעשטעלטע, צו איז עס די כלליות'דיגע (א"ג) 'שופרות' פון די רעכטע, וואס אנשטאטס אנפילן די לאנד מיט פאסטער און סיינס איבער די מורא'דיגע מעלות פונעם רעפארם, פילן זיי עס אן מיט איין איינציגן מעסעדזש: יריב און שמחה (די צוויי הויפט אנפירער פונעם רעפארם) 2,361,739 האבן געוואויט פאר די רעפארם, פירט עס אדורך היינט!, וואס דאס פיטערט נאר די מתנגדים זייער פחד און ענקזייעטי פונעם א"ד "טיראניע פון מאיאריטעט"
איך וויל נישט צוענדיגן יעדע מעסעדזש מיט א "ויש עוד מה להאריך" אבער דאס איז למעשה די מציאות, די נושא איז זייער א ברייטע און א טיפע, און האט אן א שיעור אספעקטן און צדדים
איך האב געזאגט אז מ'קען נישט ווערן א דיקטאטור בזכות א רוב, חוץ פון דעם קענסטו טון רוב זאכען בזכות א רוב
א ממשלה וואס האט א רוב מעג דורכפירען א עגרימענט דיעל מיט די פאליסטינע? אוסלו? פארטרייבען אידען פון גוש קטיף? די תירוץ איז יא, אויב ער האט רוב אין כנסת וואס דאס מיינט רוב ביים פאלק, נאר צוליב פעלער ווען די פאליטיקאנטען האבן אויסגענארט די ציבור האט מען דורך געפירט חוק משאל עם אויף אוועקגעבן שטחי מולדת

אקעי, אבער זיי האלטן יא אז ס'גייט מאכן פאר א דיקטאטארשאפט!!!, און נישט קיין סתם געזעצן (אז דו קענסט זיך דינגען האבעך שוין געשריבן, אבער ווואס איך ברענג ארויס איז 'פארשטיי זייער פחד')
חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 10:48 pm

איך פארשטיי נישט וואס די מתנגדים ווילען איך האב נאך נישט געהערט קיין איין ריכטיגע טענה פון זיי, שלטון הרוב איז די יסוד פון דעמקראטיע און די רעפארם גייט נישט אריין לייגען קיינעם אין א טיראניע, א ראש ממשלה אין די מדינה איז איינע פון די ווייניגסטע כח מאכטען אנטקעגן אנדערע מדינות ער קען זיך גארנישט רירען אן זיין 61 חכי''ם פאר יעדע קליינע זאך קען זיין ממשלה צאמפאלען במציאות זענען רוב ממשלה'ס צאמגעפאלן פאר די צייט בניגוד צו אמעריקע ווי ביידען האט סאך מער פאוער פאר גאנצע 4 יאר און טראמפ מיט זיין 70 מיליאן וואוטערס קענען גיין פייפען

אויף דעם איז דא אסאך צו רעדן (ווי שוין ארויסגעברענגט אפאר מאל), און כרגע פאר פורים איז ב"ה דא בעסערס צו טון ווי זיך אריינטון אינעם היינטיגן המן און עמלק, אבער אזויפיל וויל איך יא צוצייכענען אז איינע פון די שוועריגקייטן צו פארשטיין די סוגיא, איז וויבאלד מ'שטעלט עס א גאנצע צייט צו: פסקת התגברות איז דא אין קאנאדע, פאליטישן'ס וועלן ריכטער איז אין אמעריקע וכדו' וכדו', די זעלבע זאך איז די אנדערע זייט: פסקת התגברות איז נישטא אין ערגעץ נאר אין קאנאדע וועגן דעם און דעם וכו'
אבער די אמת איז אז מ'קען גארנישט צושטעלן פון די מדינה צו ערגעץ אנדערש וויבאלד די מדינה האט נישט קיין קאנסטוטוציע און נאך אסאך זאכן, אשר על כן דארף מען דא יעדע זאך בוחן זיין לגופו, אבער ווי געזאגט איז עס א אריכות הדברים
חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 10:48 pm

בקיצור יש עוד ועוד ועוד מה להאריך אגב די הויפט פון די נאציאנאלע באנק האט נישט גערעדט קעגן
און די ערשטע חלק ביזסטו גערעכט אז יש עוד ועוד מה להאריך,
ווידער און די צווייטע חלק, איך געדענק נישט אויפן מינוט וועלכע לינקס מ'מעג דא צוצייכענען אבער גיב נאר א סוירטש וועסטו זען אז "נגיד בנק ישראל האט געזאגט פארן פרעמיער שר"י אז די יוסטיץ רעפארם קען שאטן די קרעדיט ראטע"
חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 10:51 pm
די אמת'ע סיבה פון די מחאות איז ווייל מ'נעמט זיי אוועק זייער דיקטאטורישע מאכט וואס זיי האבן געהאט די לעצטע 30 יאר ווען זיי האבן שולט געווען זייענדיג א מיעוט- וואס דאס איז א אמתע דיקטאטורשאפט, און מ'גיט צוריק די כח צום רוב אזוי ווי אלע דעמאקראטיעס
דאס ביזסטו אביסל גערעכט לגבי די פאליטישאן'ס, אבער די המון עם איז פלעין גוט אנגעשראקן אז אט אט גייען די עקסטרעמע רעכטע (א"ג) רעליגיעזע צוברעכן די דעמאקראטיע און זיי גייען טון וואס זיי ווילן, און ווי זיי שטעלן עס צו צו די איראן'ער דעמאקראטיע
און נאך עפעס, דאס זענען שוין היינט כו"ע מודי אז די געריכט סיסטעם דארף א רעפארם (חוץ די שופטים בכבודם ובעצמם אליין - שווער צו פארשטיין פאר וואס...), און דאס איז איינע פון די משונה'דיגע איבערדרייענישן וואס איז למעשה געלונגען פאר די קאאליציע צו דורכברעכן, ווייל ביז פאר א שטיק צייט צוריק האבן רוב נישט געהאלטן אזוי
אבער נאכאלץ זאגן די מתנגדים פונעם רעפארם אז דאס איז שוין צו ווייט, און אין דעם איז אריינגערעכנט חברה וואס שרייען שוין יארן אז די געריכט דארף א רעפארם

און ווי געזאגט יש עוד הרבה להאריך, והשי"ת יזכנו בקדושת הימים האלו של מחיית המן ועמלק, נזכה לראות בעינינו מחיית המן ועמלק שבדורינו, בביטול מדינה של גיהנום, וכל הרשעה בעשן תכלה, כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »

סקאנדאל!!!!

באצאלטע פראטעסטן 250 שקל!!!

בילד
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 5:47 pm
אין א זייטיגע נאטיץ:
די היפאקריטישקייט פון ביידע זייטן קומען אין די טעג ארויס אויף א שטארקן אופן (אזוי ווי ביי יעדע קאנפליקט אדם ניכר וכו')
צום ביישפיל: די תומכים פונעם רעפארם (ובראשם דער ראש) האבן געטשעלענדזש"ט אנפאנג די וואך לפיד שר"י פון די ראשי המתנגדים מיט א קוואוט פונ'עם אליינס ביי די הפגנות ביי די התנתקות ווי ער האט געשריבן (זייענדיג דאן א דזשורנאליסט) א ארטיקל קעגן די הפגנות אז ס'קען צוברענגען מענטשן זאלן שטארבן (ווי קראנקע וואס ליגן אין א אמבולאנס וואס מ'לאזט נישט דורך, צו יולדת'ן) וכו' און היינט פארשטייט זיך איז ער פון די הויפט שטופערס צו די הפגנות
פון די צווייטע זייט האבן די אנדערע געקוואוט בן גביר שר"י אז פארצייטנס ווען מ'האט עם געפרעגט אויך אזעלכע הפגנות ביי די רעכטע האט ער רעאגירט זאגנדיג "נישט שיין נישט געפערליך" משא"כ איצטער ווען ער איז אויף די אנדערע זייט באטיטלט ער די מפגינים "אנרכיסטים"
און פארשטייט זיך די מידיע פון די זייט איז ביזי מיט די קוואוט, און די מידיע פון די זייט איז ביזי מיט די קוואוט
ס'ברענגט ארויס (און ס'דא נאך אסאך דוגמאות) די פשוט'ע כלל: גלייב נישט קיין איין פאליטישאן, אפי' ער זאגט דיך אז יעצט איז טאג גלייב נישט גיי קוק צו יעצט איז טאג, און דאס איז אויך בנוגע וואס כ'האב פריער געשריבן די פאליטישאן'ס שרייען, פון זיי רעד איך נישט, אבער די המון עם איז גוט אנגעשראקן, צו טאקע דורך די פאליטישאן'ס צו די מידיע, אבער ס'קומט נאך צו וואס זיי זעהן פון אנדערע באוואוסטע לייט
און אגב ס'די טעג ארויס געקומען א פארשונג אין איזראעל, וואס אפאר פארשער האבן געפארשט מענטשן פון אלע זייטן פון די פאליטיק, ס'געווען ביי די לעצטע וואלן דארט, מ'האט גענומען מענטשן מ'האט זיי געגעבן צו הערן די פראפאגאנדע פון די פארטייען סיי פון זייער זייט און סיי פון די אנדער זייט, און מ'האט בשעת מעשה ארויף געלייגט א מאשין וואס ליינט די מוח (MRI?), און מ'האט געזען אז ווען מענטשן הערן עפעס פון די אנדערע זייט נישט נאר זיי אנאליזירן עס אנדערש ווי די אנדער זייט נאר זיי הערן עס אנדערש, גלייך ביים הערן, הערן זיי אנדערש ווי די אנדערע זייט הערט עס, דאס איז ממש הפלא ופלא, ס'קען זיין צוויי מענטשן הערן די זעלבע נייעס, איין מענטש הערט אז ס'קומט דא א הפיכה משטרית, און דער צווייטער הערט אז ס'קומט דא א געזונטע רעפארם אויף די יוסטיץ סיסטעם!!
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
נואך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 11:27 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נואך »

הינגער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:35 pm
נואך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 6:04 pm
און אויב די בג"ץ פאסקענט אז די געריכט ריפארם איז פסול?
געפרעגט אפאר מאלאיינער האט אן תריץ
THE BEST THING THE GOVERNMENT CAN DO TO THE ECONOMY IS NOTHING
אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »

שווערע פראטעסטען היינט אינדערפרו און יעצט ביינאכט
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

איז דא א טשענס אז די גאנצע זאך איז נאר א שפיל איינצושלעפן איראן?
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

נע, עס איז צו קאמפיטן מיט איראן
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 10:48 pm
איך פארשטיי נישט וואס די מתנגדים ווילען איך האב נאך נישט געהערט קיין איין ריכטיגע טענה פון זיי, שלטון הרוב איז די יסוד פון דעמקראטיע און די רעפארם גייט נישט אריין לייגען קיינעם אין א טיראניע, א ראש ממשלה אין די מדינה איז איינע פון די ווייניגסטע כח מאכטען אנטקעגן אנדערע מדינות ער קען זיך גארנישט רירען אן זיין 61 חכי''ם פאר יעדע קליינע זאך קען זיין ממשלה צאמפאלען במציאות זענען רוב ממשלה'ס צאמגעפאלן פאר די צייט בניגוד צו אמעריקע ווי ביידען האט סאך מער פאוער פאר גאנצע 4 יאר און טראמפ מיט זיין 70 מיליאן וואוטערס קענען גיין פייפען
איין זאך וואס כ'האב פארגעסן צו צוצייכענען: ביידען האט גארנישט די ריזיגע פאוער פון וואס דו רעדסט, ערשטנס האט ער תמיד די קאורט - סופרים קאורט וואס קען עם צו יעדע צייט איינטיילן וואס יא און וואס נישט צוטון, שנית ווי למשל יעצט ווען די קאנגרעס איז נישט אונטער זיין פארטיי'ס קאנטראל קען ער האקן שטיינער ביז ער זעט עפעס אדורך, און בכלל וואס זאגסטו אז דער ראה"מ קען גאר נישט טון אן 61, דאס איז זיין איינציגסטע שטער?!? נו? פון דעם רעדט מען דאך, קען עפעס ביידן יא טון אן די סענאט און קאנגרעס און אונז האבן אלע געזען ווי איין מענשין קען עם לערנען טאנצן, ס'איז דאך פונקט פארקערט דארט וועלן דען די 61 טון סתם עפעס קעגן די ממשלה? ער איז דאך אין די קאאליציע פאר א סיבה ער באקומט מינעסטעריאלע בענקלעך מיט פעטע טשעקלעך א טוץ מיט גבאים קארן וכו' וכו', אין אמעריקע פארלירט מענשין עפעס פון דעם? (כאטשיג ס'דא זאכן וואס מ'קען זיך נוקם זיין אינעם פארן שפילן מיט זיידי ביידן כפרות, ווי עם נישט שטעלן אויף קיין וויכטיגע קאמיסיעס וכדו', אדער עם נישט שטיצן ביי זיינע וואלן, אבער ס'פשוט אז ס'קומט נישט צו צו א קאאליציע)
בקיצור וואס כ'מיין צו זאגן, ביידן און יעדע דעמאקראטיע האט פארשידענע ברעיקס וואס האלטן עם צוריק צו טון אלעס כל מה שבלבו חפץ! און דו זאגסט אז די 61 זענען זיינע ברעיקס דארף ער שוין נישט קיין ברעיקס פון די קאורט? די 61 זענען דאך זיינע
און רוב ממשלות זענען צאמגעפאלן פאר די צייט וועגן די צודרייטע סיסטעם וואס די פאטער-עלטערן פון די מדינה של גיהנום האבן מיט זייער טיפע חכמה אוועקגעשטעלט, און וועגן די איבער געטריבענע גאוה וואס די היינטיגע שפילער געבענטשט
און מיט אלעם האב איך נאך נישט גערעדט וועגן די עצם רעפארם
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
Avrumy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 12:30 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Avrumy »

נקוט האי כללט בידך. דעמעקראטיע הייסט ווען די לינקע זענען איגאנצן באלבאס .

אין אמעריקע ווען ביידן האט געווינען אין טראמפ האט פארפירט, איז טראפט געווען די גרעסטע סכנה פאר ''דימיקראטיע'' ווייל דער רוב האט אריינגעוועלט ביידען ,ווי קענסטע גיין קעגן דעם רוב , ווידער אין די פארשאלטענע מדינה ווי ביבי האט געווינען מיט רוב אין ער וויל נעמען פאוער ,איז ער א שרעלעכע סכנה פאר ''דעמעקראטיע'' ,ווייל היתכן מען אינטערדריקט א מיעט.
סא איבעראל האט דעמעקראטיע אן אנדערע דעפענישן . מען דארף פשוט האלטן דעם קאפ אויפן פלאץ אין וויסן ווי דער חמר שטייט איין
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

נואך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 3:59 pm
הינגער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:35 pm
נואך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 6:04 pm
און אויב די בג"ץ פאסקענט אז די געריכט ריפארם איז פסול?
געפרעגט אפאר מאלאיינער האט אן תריץ
די ענטפער איז אז עס ווענדט זיך

טייל חלקים פונעם רעפארם וועלן זיי זיכער דערקלערן אומלעגאל

די מעיזשאר טיילן פונעם געזעץ וועלן זיי גאנץ מעגליך אנידער שטימען, אבער עס וועט זיין באזירט אויף א געוויסער יורידישער דאקטרינע וואס מען נוצט נישט סתם אזוי נאר אין אויסנאם פעלער ווען דעמאקראטיע איז אין געפאר, און עס איז נאכנישט גענוצט געווארן בעפאר אין מדינת ישראל

פארהאן לינקע אנאליסטן וועלכע טענה'ן טאקע אז מען זאל נישט צופיל - אויב בכלל - פארהאנדלען מיט די קאאליציע וועלכע דראען אדער דורכצופירן א איינזייטיגע רעפארם, אדער אויב מען וועט זיך שטארק איינבעטן ביי זיי וועלן זיי מסכים זיין איינצוגיין אויף קליינע פשרות, די טענה איז אז דער בג"ץ וועט עס סיי ווי מבטל זיין און אויב עפעס מוזן די רעכטע באקומען די הסכמה פונעם גאנצן לאנד, א קאנצעזוס, אויף צו קענען דורכפירן סיי וואס, און נאר וואס מען גיבט זיי אפיציעל נאך פון ביידע צדדים דאס וועלן זיי טאקע באקומען אין די ענדע
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
נואך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 11:27 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נואך »

מי חכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 8:47 am
נואך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 3:59 pm
הינגער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:35 pm
נואך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 6:04 pm
און אויב די בג"ץ פאסקענט אז די געריכט ריפארם איז פסול?
געפרעגט אפאר מאלאיינער האט אן תריץ
די ענטפער איז אז עס ווענדט זיך

טייל חלקים פונעם רעפארם וועלן זיי זיכער דערקלערן אומלעגאל

די מעיזשאר טיילן פונעם געזעץ וועלן זיי גאנץ מעגליך אנידער שטימען, אבער עס וועט זיין באזירט אויף א געוויסער יורידישער דאקטרינע וואס מען נוצט נישט סתם אזוי נאר אין אויסנאם פעלער ווען דעמאקראטיע איז אין געפאר, און עס איז נאכנישט גענוצט געווארן בעפאר אין מדינת ישראל

פארהאן לינקע אנאליסטן וועלכע טענה'ן טאקע אז מען זאל נישט צופיל - אויב בכלל - פארהאנדלען מיט די קאאליציע וועלכע דראען אדער דורכצופירן א איינזייטיגע רעפארם, אדער אויב מען וועט זיך שטארק איינבעטן ביי זיי וועלן זיי מסכים זיין איינצוגיין אויף קליינע פשרות, די טענה איז אז דער בג"ץ וועט עס סיי ווי מבטל זיין און אויב עפעס מוזן די רעכטע באקומען די הסכמה פונעם גאנצן לאנד, א קאנצעזוס, אויף צו קענען דורכפירן סיי וואס, און נאר וואס מען גיבט זיי אפיציעל נאך פון ביידע צדדים דאס וועלן זיי טאקע באקומען אין די ענדע
סאיז ווי א דיקטאטר וואס מוויל אראפ ווארפן אבער מדארף דערפאר זיין הסכמה
THE BEST THING THE GOVERNMENT CAN DO TO THE ECONOMY IS NOTHING
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

Avrumy האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 6:35 am
נקוט האי כללט בידך. דעמעקראטיע הייסט ווען די לינקע זענען איגאנצן באלבאס .
איין זאך איז זיכער, די משונה'דיגע געלונגענקייט פון די לינקע סיי אין אמעריקע סיי אין די מדינה איז פשוט צו משוגע ווערן!
זיי זענען אפנארמאל פעסט ארגענעזירט, זיי ארבעטן אלע אינאיינעם ווי א פולשטענדיגן בענד, קיינער (כמעט, פארשטייט זיך) גייט נישט ארויס פון פלאץ, יעדע זאך איז מסודר ווען ס'זאל געשען, וויאזוי, דורך וועם, ס'איז מורא'דיג
די רעכטע (בעיקר אין די מדינה, אבער אין אמעריקע אויך) זענען א באנדע שלימזל'ניקעס, קיינער ארבעט נישט מיט א צווייטן, זייער מעסעדזש איז נישט פאראייניגט, ס'געדויערט זיי חדשים ביז זיי כאפן זיך אויף פון זייערע דורכפאלן, חדשים האט זיי געדויערט ביז זיי האבן אין א מזל'דיגע שעה אנגעפאנגען צאמצונעמען חתימות פון אנשי שם בעד די רעפארם, איי דו האסט דאך א האלבע לאנד (לפי טענתם זיכער, אפי' נישט האבן זיי זיכער א ריזן עולם) וואס שטיצן די רעפארם, און צווישן זיי איז זיכער דא כל מיני באוואוסטע מענטשן, אבער זיי שלאאאאפן... אא"וו אא"וו
די לינקע האבן גלייך צאמגענומען חתימות פון כל מיני סארטן מענטשן ווי היי-טעקיסטן, יוצאים פון מוסד, שב"כ, כל מיני עליטע גרופעס פון די מיליטער וכו' וכו', אבער זיי האבן נישט אלעס ארויסגעגעבן אויף איין מאל, נע... דאס פאסט פאר די רעכטע שלימזל'ניקעס, נאר שטאטליך יעדע פאר טעג א צווייטע בריוו, און נאכדעם ארויף א דרגא דער, יענער, וכו' ס'איז פלעין צו משוגע ווערן.

און דאס וואס דו שרייבסט דא

אין אמעריקע ווען ביידן האט געווינען אין טראמפ האט פארפירט, איז טראפט געווען די גרעסטע סכנה פאר ''דימיקראטיע'' ווייל דער רוב האט אריינגעוועלט ביידען, ווי קענסטע גיין קעגן דעם רוב , ווידער אין די פארשאלטענע מדינה ווי ביבי האט געווינען מיט רוב אין ער וויל נעמען פאוער, איז ער א שרעלעכע סכנה פאר ''דעמעקראטיע'', ווייל היתכן מען אינטערדריקט א מיעט.
סא איבעראל האט דעמעקראטיע אן אנדערע דעפענישן. מען דארף פשוט האלטן דעם קאפ אויפן פלאץ אין וויסן ווי דער חמר שטייט איין
א ודאי ביזסטו אביסל גערעכט, ווי מ'האט שוין געשמועסט
אבער ווען טראמפ האט פארפירט איז פארשטייט זיך אנדערש, און כ'גלייב אז איך דארף עס נישט אויסשמועסן, און דו האסט עס נאר געברענגט פאר ליצנותא דעבו"ז צו ווייזן די לעכערליכקייט פון די לינקע, און נישט ווייל דו האלטסט באמת אז ס'איז דא עפעס א סתירה
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

נואך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 3:59 pm
נואך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 6:04 pm
און אויב די בג"ץ פאסקענט אז די געריכט ריפארם איז פסול?
געפרעגט אפאר מאלאיינער האט אן תריץ
וואס מיינט די ווארט?
און אויב דו קענסט איבערשרייבן וואס דו האסט געשריבן, מפני קוצר השגתי
ואתכם הסליחה

פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יונה פויגל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 7:09 pm
נואך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 3:59 pm
נואך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 6:04 pm
און אויב די בג"ץ פאסקענט אז די געריכט ריפארם איז פסול?
געפרעגט אפאר מאלאיינער האט אן תריץ
וואס מיינט די ווארט?
און אויב דו קענסט איבערשרייבן וואס דו האסט געשריבן, מפני קוצר השגתי
ואתכם הסליחה
לייג צו איין ספעיס און אלסדינג ווערט פארענטפערט

מאל איינער

קענסט צולייגן אויף א קאממע העט עס זיין נאך קלארער

מאל, איינער
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 7:10 pm
יונה פויגל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 7:09 pm
נואך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 3:59 pm
נואך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 6:04 pm
און אויב די בג"ץ פאסקענט אז די געריכט ריפארם איז פסול?
געפרעגט אפאר מאלאיינער האט אן תריץ
וואס מיינט די ווארט?
און אויב דו קענסט איבערשרייבן וואס דו האסט געשריבן, מפני קוצר השגתי
ואתכם הסליחה
לייג צו איין ספעיס און אלסדינג ווערט פארענטפערט

מאל איינער

קענסט צולייגן אויף א קאממע העט עס זיין נאך קלארער

מאל, איינער
אה! ייש"כ
כ'האב געמיינט אז ער רעדט פון עפעס א געוויסע סארט אנאליזירער (ווי א דזשוריסט)
און זיי האבן קיין תירוץ
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
נואך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 11:27 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נואך »

יונה פויגל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 7:09 pm
נואך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 3:59 pm
נואך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 6:04 pm
און אויב די בג"ץ פאסקענט אז די געריכט ריפארם איז פסול?
געפרעגט אפאר מאל איינער האט אן תריץ
וואס מיינט די ווארט?
און אויב דו קענסט איבערשרייבן וואס דו האסט געשריבן, מפני קוצר השגתי
ואתכם הסליחה
THE BEST THING THE GOVERNMENT CAN DO TO THE ECONOMY IS NOTHING
נואך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 11:27 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נואך »

נואך האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 7:58 pm
יונה פויגל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 7:09 pm
נואך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 3:59 pm
נואך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 6:04 pm
און אויב די בג"ץ פאסקענט אז די געריכט ריפארם איז פסול?
געפרעגט אפאר מאל איינער האט אן תריץ
וואס מיינט די ווארט?
און אויב דו קענסט איבערשרייבן וואס דו האסט געשריבן, מפני קוצר השגתי
ואתכם הסליחה
געניג אז איך האב עס געדארפט אויסמעקן די ערשטע מאל נאכן זיך כאפן אז עס האט אזא פנים dgp rgdy tptrntk thhbgr vty t ,rh.
THE BEST THING THE GOVERNMENT CAN DO TO THE ECONOMY IS NOTHING
אוועטאר
מנורה'לע
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2023 5:54 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנורה'לע »

שטיצער פון די געריכט ריפארם האבן היינט ארויסגעקומען פראטעסטירן אין תל אביב. די אקטיוויסטן האבן אויפגעהויבן שילדן מיט די ווערטער: "גענוג מיט דער דיקטאטור פון העכסטן געריכט".
אוועטאר
Avrumy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 12:30 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Avrumy »

יונה פויגל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 7:04 pm
Avrumy האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 6:35 am
נקוט האי כללט בידך. דעמעקראטיע הייסט ווען די לינקע זענען איגאנצן באלבאס .
איין זאך איז זיכער, די משונה'דיגע געלונגענקייט פון די לינקע סיי אין אמעריקע סיי אין די מדינה איז פשוט צו משוגע ווערן!
זיי זענען אפנארמאל פעסט ארגענעזירט, זיי ארבעטן אלע אינאיינעם ווי א פולשטענדיגן בענד, קיינער (כמעט, פארשטייט זיך) גייט נישט ארויס פון פלאץ, יעדע זאך איז מסודר ווען ס'זאל געשען, וויאזוי, דורך וועם, ס'איז מורא'דיג
די רעכטע (בעיקר אין די מדינה, אבער אין אמעריקע אויך) זענען א באנדע שלימזל'ניקעס, קיינער ארבעט נישט מיט א צווייטן, זייער מעסעדזש איז נישט פאראייניגט, ס'געדויערט זיי חדשים ביז זיי כאפן זיך אויף פון זייערע דורכפאלן, חדשים האט זיי געדויערט ביז זיי האבן אין א מזל'דיגע שעה אנגעפאנגען צאמצונעמען חתימות פון אנשי שם בעד די רעפארם, איי דו האסט דאך א האלבע לאנד (לפי טענתם זיכער, אפי' נישט האבן זיי זיכער א ריזן עולם) וואס שטיצן די רעפארם, און צווישן זיי איז זיכער דא כל מיני באוואוסטע מענטשן, אבער זיי שלאאאאפן... אא"וו אא"וו
די לינקע האבן גלייך צאמגענומען חתימות פון כל מיני סארטן מענטשן ווי היי-טעקיסטן, יוצאים פון מוסד, שב"כ, כל מיני עליטע גרופעס פון די מיליטער וכו' וכו', אבער זיי האבן נישט אלעס ארויסגעגעבן אויף איין מאל, נע... דאס פאסט פאר די רעכטע שלימזל'ניקעס, נאר שטאטליך יעדע פאר טעג א צווייטע בריוו, און נאכדעם ארויף א דרגא דער, יענער, וכו' ס'איז פלעין צו משוגע ווערן.

און דאס וואס דו שרייבסט דא
Avrumy האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 6:35 am
אין אמעריקע ווען ביידן האט געווינען אין טראמפ האט פארפירט, איז טראפט געווען די גרעסטע סכנה פאר ''דימיקראטיע'' ווייל דער רוב האט אריינגעוועלט ביידען, ווי קענסטע גיין קעגן דעם רוב , ווידער אין די פארשאלטענע מדינה ווי ביבי האט געווינען מיט רוב אין ער וויל נעמען פאוער, איז ער א שרעלעכע סכנה פאר ''דעמעקראטיע'', ווייל היתכן מען אינטערדריקט א מיעט.
סא איבעראל האט דעמעקראטיע אן אנדערע דעפענישן. מען דארף פשוט האלטן דעם קאפ אויפן פלאץ אין וויסן ווי דער חמר שטייט איין
א ודאי ביזסטו אביסל גערעכט, ווי מ'האט שוין געשמועסט
אבער ווען טראמפ האט פארפירט איז פארשטייט זיך אנדערש, און כ'גלייב אז איך דארף עס נישט אויסשמועסן, און דו האסט עס נאר געברענגט פאר ליצנותא דעבו"ז צו ווייזן די לעכערליכקייט פון די לינקע, און נישט ווייל דו האלטסט באמת אז ס'איז דא עפעס א סתירה
איך האב נישט קיי נאאאנונג וואס איר ווילט . . איר האט עפעס אפגעפרעגט דא ?
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4367
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

Avrumy האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 9:26 pm
יונה פויגל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 7:04 pm
Avrumy האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 6:35 am
נקוט האי כללט בידך. דעמעקראטיע הייסט ווען די לינקע זענען איגאנצן באלבאס .
איין זאך איז זיכער, די משונה'דיגע געלונגענקייט פון די לינקע סיי אין אמעריקע סיי אין די מדינה איז פשוט צו משוגע ווערן!
זיי זענען אפנארמאל פעסט ארגענעזירט, זיי ארבעטן אלע אינאיינעם ווי א פולשטענדיגן בענד, קיינער (כמעט, פארשטייט זיך) גייט נישט ארויס פון פלאץ, יעדע זאך איז מסודר ווען ס'זאל געשען, וויאזוי, דורך וועם, ס'איז מורא'דיג
די רעכטע (בעיקר אין די מדינה, אבער אין אמעריקע אויך) זענען א באנדע שלימזל'ניקעס, קיינער ארבעט נישט מיט א צווייטן, זייער מעסעדזש איז נישט פאראייניגט, ס'געדויערט זיי חדשים ביז זיי כאפן זיך אויף פון זייערע דורכפאלן, חדשים האט זיי געדויערט ביז זיי האבן אין א מזל'דיגע שעה אנגעפאנגען צאמצונעמען חתימות פון אנשי שם בעד די רעפארם, איי דו האסט דאך א האלבע לאנד (לפי טענתם זיכער, אפי' נישט האבן זיי זיכער א ריזן עולם) וואס שטיצן די רעפארם, און צווישן זיי איז זיכער דא כל מיני באוואוסטע מענטשן, אבער זיי שלאאאאפן... אא"וו אא"וו
די לינקע האבן גלייך צאמגענומען חתימות פון כל מיני סארטן מענטשן ווי היי-טעקיסטן, יוצאים פון מוסד, שב"כ, כל מיני עליטע גרופעס פון די מיליטער וכו' וכו', אבער זיי האבן נישט אלעס ארויסגעגעבן אויף איין מאל, נע... דאס פאסט פאר די רעכטע שלימזל'ניקעס, נאר שטאטליך יעדע פאר טעג א צווייטע בריוו, און נאכדעם ארויף א דרגא דער, יענער, וכו' ס'איז פלעין צו משוגע ווערן.

און דאס וואס דו שרייבסט דא
Avrumy האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 6:35 am
אין אמעריקע ווען ביידן האט געווינען אין טראמפ האט פארפירט, איז טראפט געווען די גרעסטע סכנה פאר ''דימיקראטיע'' ווייל דער רוב האט אריינגעוועלט ביידען, ווי קענסטע גיין קעגן דעם רוב , ווידער אין די פארשאלטענע מדינה ווי ביבי האט געווינען מיט רוב אין ער וויל נעמען פאוער, איז ער א שרעלעכע סכנה פאר ''דעמעקראטיע'', ווייל היתכן מען אינטערדריקט א מיעט.
סא איבעראל האט דעמעקראטיע אן אנדערע דעפענישן. מען דארף פשוט האלטן דעם קאפ אויפן פלאץ אין וויסן ווי דער חמר שטייט איין
א ודאי ביזסטו אביסל גערעכט, ווי מ'האט שוין געשמועסט
אבער ווען טראמפ האט פארפירט איז פארשטייט זיך אנדערש, און כ'גלייב אז איך דארף עס נישט אויסשמועסן, און דו האסט עס נאר געברענגט פאר ליצנותא דעבו"ז צו ווייזן די לעכערליכקייט פון די לינקע, און נישט ווייל דו האלטסט באמת אז ס'איז דא עפעס א סתירה
איך האב נישט קיי נאאאנונג וואס איר ווילט . . איר האט עפעס אפגעפרעגט דא ?
ביידען האט סך הכל געוואנען די וואוטס, ער האט נישט געטוישט קיין שום געזעץ, ביבי וויל טוישן די גאנצע געריכט סיסטעם אין לאנד, די צוויי זאכן זענען בכלל נישט דומה איינס צום צווייטן,
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”