מדינת ישראל געריכט רעפארם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

יונה פויגל האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 10:41 pm
נאר דאס איז זיכער - און צו דעם האט קיינער נישט קיין אויסוועג - אז איינמאל זיי מאכן א געזעץ אז די בג"ץ קען זיך נישט אריינמישן, און די בג"ץ וועט זיך יא אריינמישן וועט די לאנד אריינפאלן אין א צודרייטן כאאס, מיטן נאמען 'משבר חוקתי', ווייל וועם דארף מען פאלגן? די פארלאמענט אדער די בג"ץ? איין פאליציי וועט איינזעצן איינעם וועגן ער פאלגט די בג"ץ בעת ווען זיין חבר וועט איינזעצן א צווייטן ווייל ער פאלגט די פארלאמענט...
יוסטיץ מיניסטער יריב לוין (ליכוד) נעכטן אין טשענל 14:
ש. וואס איז לגבי די אפציע אז בג"ץ וועט פסל'ן די געזעץ?
ע. קודם כל איז קלאר אז די טויש [אז נאר די ערשטע צוויי סופרים-ריכטער וועלן די קאאליציע קענען אויסוועלן, פון דארט און ווייטער וועלן זיי מוזן צוקומען (ביי די דריטע) צו די אפאזיציע און (ביי די פערדע און ווייטער) צו די בג"ץ, און אלע אנדערע געריכטן - נישט סופרים-בג"ץ - האבן זיי בכלל נישט קיין רוב] וואס אונז האבן יעצט געטון, פארהאלט יעדע אמת'ע טענה וואס קען צוברענגען צו א 'משבר חוקתי', ווייל ס'זיכער אז די איינציגסטע טענה וואס וואלט געקענט שטיין דא אין דעם ענין, אזוי ווי כ'האב געזאגט פריער, איז אז א 'צופעליגע קאאליציע' (קואליציה מקרית) איז מצליח צו איבער נעמען קאנטראל אויך פון די גאנצע בית משפט, די טענה קען נישט עקזיסטירן מיט די חשובע 'תיקון' וואס אונז האבן יעצט געטון, וועגן דעם טראכט איך אז ס'איז נישט דא קיין שום רעכט דאס צו טון, אין מיינע אויגן וועט עס זיין א אריבערגאנג פון יעדע רויטע ליין, אונז וועלן עס א ודאי נישט מקבל זיין, און כ'האף זייער אז אין די מאמענט וואס די געזעץ וועט אדורכגיין און ס'וועט זיין קלאר אז אונז האבן אויסגעהערט און זיך גערעכנט מיט יעדע עכטע טענה, אבער אויסגעפירט די מאנדאט וואס אונז האבן מקבל געווען פונעם פאלק, אן קיין שום פחד און מורא פון אלע סטראשונגען, און פרובירונגען צו צושטערן די פראצעדור פון די געזעצן אויף כל מיני פסול'ע וועגן, וועט די דעמאקראטישע באשלוס ווערן רעספעקטירט [ביים בג"ץ], און ס'וועט אונז זיין א אויסגעהאלטענע ריכטיגע וועג פון אויסוועלן ריכטער
עקענאמיע מיניסטער ניר ברקת (ליכוד) היינט ביי א קאנפערענץ אין חיפה:
(נאכן זאגן ווי וויכטיג די רעפארם איז) אבער אויב די בג"ץ וועט עס פסל'ן וועל איך עס רעספעקטירן
הויפט פון מיליטער הרצי הלוי אין א שמועס מיטן זיכערהייט מיניסטער יואב גלנט (ליכוד):
מיין גרעסטע פחד איז אז מיינע סאלדאטן וועלן שטיין קעגן איבער די פארלאמענט בילדינג, אין די פארלאמענט מיטגלידער וועלן זיי הייסן איין זאך אין די סופרים קאורט א צווייטע זאך
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

מארגן דאנערשטיג ווערט געפלאנט א גרויסע פראטעסט אקעגן די רעפארם אין בני ברק
פארוואס אין בני ברק?
צוויי אפציעס
אדער - ווי רוב אנאליזער און דזשורנאליסטן טענה'ן - ווי די כלל איז שוין כל המיצר לישראל נעשה ראש, אויב מ'וועט מאכן די פראטעסטן אויסקוקן כאילו א קריג צווישן די פרומע און די פרייע וועלן עס מער מענטשן ארויפקוקן און זיך משתתף זיין
אדער וויבאלד די חרדים זענען די שוואכע רינגל אין די מערכה קעגן בג"ץ (כאטשיג זיי האלטן קעגן בג"ץ אבער ס'איז זיי נישט אזוי וויכטיג די רעפארם וויבאלד זיי באנוצן זיך סייווי נישט מיט די ערכאות, זיי שטייען נאר מיט וויבאלד זיי דארפן עס ביי די חוק גיוס וכדו', ווי זיי זאגן אליינס, נישט ווי די אנדערע שותפים אין די ממשלה), וועגן דעם ווילן זיי לייגן פרעשור זיי זאלן צוריקציען אזויווי די רעכטע האבן געטון ביי די פריערדיגע ממשלה אז ס'איז געווען א גאנצע צייט מחאות קעגן איבער די הייזער פון ע.ס. נ.א. וכדו' די שוואכע חברה
וואס האלטן ענק?

יונה פויגל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:38 pm
יונה פויגל האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 10:41 pm
נאר דאס איז זיכער - און צו דעם האט קיינער נישט קיין אויסוועג - אז איינמאל זיי מאכן א געזעץ אז די בג"ץ קען זיך נישט אריינמישן, און די בג"ץ וועט זיך יא אריינמישן וועט די לאנד אריינפאלן אין א צודרייטן כאאס, מיטן נאמען 'משבר חוקתי', ווייל וועם דארף מען פאלגן? די פארלאמענט אדער די בג"ץ? איין פאליציי וועט איינזעצן איינעם וועגן ער פאלגט די בג"ץ בעת ווען זיין חבר וועט איינזעצן א צווייטן ווייל ער פאלגט די פארלאמענט...
◄ ווייז ספוילער
אגב: ווי ווייט איך פארשטיי אפי' די בג"ץ וועט פסל'ן די יעצטיגע געזעץ וועט נאכנישט ווערן קיין ריכטיגע קריזיס (פארשטייט זיך, אויב די רעגירונג וועט עס אננעמען) וויבאלד ס'נאכנישט דא קיין געזעץ אז די בג"ץ טאר זיך נישט אריינמישן
די ריכטיגע קריזיס וועט זיין אויב די רעגירונג וועט אדורכפירן א געזעץ און א חלק פונעם געזעץ וועט זיין אז די בג"ץ טאר זיך נישט אריינמישן אין די געזעץ (ווי פסקת התגברות וכדו'), און די בג"ץ וועט עס פסל'ן דעמאלטס וועט שוין זיין יו"ט אינדערוואכן...
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

יונה פויגל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:38 pm
יונה פויגל האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 10:41 pm
נאר דאס איז זיכער - און צו דעם האט קיינער נישט קיין אויסוועג - אז איינמאל זיי מאכן א געזעץ אז די בג"ץ קען זיך נישט אריינמישן, און די בג"ץ וועט זיך יא אריינמישן וועט די לאנד אריינפאלן אין א צודרייטן כאאס, מיטן נאמען 'משבר חוקתי', ווייל וועם דארף מען פאלגן? די פארלאמענט אדער די בג"ץ? איין פאליציי וועט איינזעצן איינעם וועגן ער פאלגט די בג"ץ בעת ווען זיין חבר וועט איינזעצן א צווייטן ווייל ער פאלגט די פארלאמענט...
◄ ווייז ספוילער
אטעטשמענטס
IMG_20230322_101521.jpg
IMG_20230322_101521.jpg (274.35 KiB) געזען 1178 מאל
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 3:48 pm
מארגן דאנערשטיג ווערט געפלאנט א גרויסע פראטעסט אקעגן די רעפארם אין בני ברק
פארוואס אין בני ברק?
צוויי אפציעס
אדער - ווי רוב אנאליזער און דזשורנאליסטן טענה'ן - ווי די כלל איז שוין כל המיצר לישראל נעשה ראש, אויב מ'וועט מאכן די פראטעסטן אויסקוקן כאילו א קריג צווישן די פרומע און די פרייע וועלן עס מער מענטשן ארויפקוקן און זיך משתתף זיין
אדער וויבאלד די חרדים זענען די שוואכע רינגל אין די מערכה קעגן בג"ץ (כאטשיג זיי האלטן קעגן בג"ץ אבער ס'איז זיי נישט אזוי וויכטיג די רעפארם וויבאלד זיי באנוצן זיך סייווי נישט מיט די ערכאות, זיי שטייען נאר מיט וויבאלד זיי דארפן עס ביי די חוק גיוס וכדו', ווי זיי זאגן אליינס, נישט ווי די אנדערע שותפים אין די ממשלה), וועגן דעם ווילן זיי לייגן פרעשור זיי זאלן צוריקציען אזויווי די רעכטע האבן געטון ביי די פריערדיגע ממשלה אז ס'איז געווען א גאנצע צייט מחאות קעגן איבער די הייזער פון ע.ס. נ.א. וכדו' די שוואכע חברה
וואס האלטן ענק?
אטעטשמענטס
IMG_20230322_205636.jpg
IMG_20230322_205636.jpg (234.61 KiB) געזען 1167 מאל
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

איך פארשטיי נישט פארוואס זיי האבן נישט די שכל פשוט צו מאכן העתק-הדבק (קאפי-פעיסט) פון אונגערן? צו וואס דארפן זיי אויפקומען מיט פרישע זאכן וואס האט די פאטענציאל דורכצופאלן.

דער ערשטע זאך וואס זיי דארפן טון איז פארשלאגן א געזעץ אז די ממשלה שטעלט אוועק א בריה חדשה א נייע געריכט סיסטעם מיט ברענד ניי ריכטער פאר אלעס אנבאלאגט די ממשלה.
יעדע זאך וואס מען האט קעגן עפעס וואס די ממשלה טוט, זאל עס זיין א געזעץ וואס דער ממשלה פירט דורך, זאל עס זיין א נאמינאציע פאר א שר וכדומה, וועלן זיי אויסהערן און פסק'נען.
דער בג"ץ וועט עס נישט קענען אפווארפן, ווייל עס שטייט נישט אין ערגעץ אז דער בג"ץ דארף זיין די וואס דארפן אויסהערן אזעלכע קלאגעס, און איינמאל זיי האבן זייער אייגענע געריכט סיסטעם פאר אלעס אנבאלאנגט די ממשלה, וועט דער בג"ץ בכלל נישט קענען אריינרעדן אין די רעפארמען וואס דער רעגירונג וויל איינפירן פאר די בג"ץ, ווייל דאס גייט נישט זיין אין זייער יוריסדיקציע.
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

אבער איינע פון די הויפט טענות אקעגן די ממשלה יעצט איז, אז אונז גייען אויסזען ווי אונגארן
איז וואס ווילסטו זיי זאלן טאקע אויסזען ווי אונגארן?
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אונגערן אדער רוסלאנד, וועלכע קלויבסטו אויס?
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

עניטינג נאן דעמאקראטיק
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

טא בי קליער
כ'קען מיך כלל נישט אויס אין אונגארן, און אין זייער דעמאקראסי לעוועל,
כ'האב סה"כ נאכגעזאגט די טענות פון די מתנגדים צום רעפארם

פון דיין עצה פארשטיי איך שוין אביסל וואס טוט זיך דארט אין אונגארן, און על מה יצאה הקצף
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 4:36 pm
כ'האב סה"כ נאכגעזאגט די טענות פון די מתנגדים צום רעפארם
איך האב מיך אזוי פארגעשטעלט.

פארוואס איז אונגערן נאן-דעמאקראטיק? א דעמאקראטיש עלעקטעד פארלאמענט האט באשטימט ריכטער צו משפט'ן אלעס אנבאלאנגט די רעגירונג.
א שטייגער ווי דער סופרים קאורט אין יונייטעד סטעיטס, וואס איז באשטימט דורך א דעמאקראטיש עלעקטעד פרעזידענט, און באשטעטיגט דורך א דעמאקראטיש עלעקטעד סענאט.

עניטינג אנדעמאקראטיק?

אויב עפעס אנדעמאקראטיק, איז דער יעצטיגער סיסטעם פון דער בג"ץ וואס קיינער האט זיי נישט ערוויילט, נאר זיי אליין צווישן זיך באשטימען זיך איינער דעם צווייטן. איז דאס די דעמאקראטיע וואס דו זוכסט?
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

עפעס אנדערש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 5:31 pm
יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 4:36 pm
כ'האב סה"כ נאכגעזאגט די טענות פון די מתנגדים צום רעפארם
איך האב מיך אזוי פארגעשטעלט.

פארוואס איז אונגערן נאן-דעמאקראטיק? א דעמאקראטיש עלעקטעד פארלאמענט האט באשטימט ריכטער צו משפט'ן אלעס אנבאלאנגט די רעגירונג.
א שטייגער ווי דער סופרים קאורט אין יונייטעד סטעיטס, וואס איז באשטימט דורך א דעמאקראטיש עלעקטעד פרעזידענט, און באשטעטיגט דורך א דעמאקראטיש עלעקטעד סענאט.

עניטינג אנדעמאקראטיק?

אויב עפעס אנדעמאקראטיק, איז דער יעצטיגער סיסטעם פון דער בג"ץ וואס קיינער האט זיי נישט ערוויילט, נאר זיי אליין צווישן זיך באשטימען זיך איינער דעם צווייטן. איז דאס די דעמאקראטיע וואס דו זוכסט?
נקוט כלל זה בידך, וואס עס שטימט נישט מיט די לינקע אגענדעס איז אקעגן דעמאקראטיע.
די ישראלים ווייסן שוין דאס, עס איז פאראן דעמאקראטיע און ס'איז פאראן דע-מא-קראט-יא!
די אלע ציועזשטע אנארכיסטן וואס טעראריזירן און בלאקירן די וויכטיגע שאסייען אין מדינת ישראל, זיי פייטן נישט פאר דעמאקראטיע נאר זיי זענען דא צו אינטערברענגען די מדינה (וואס בעצם איז עס נישט קיין שלעכטע געדאנק בכלל...) אבער עס גייט זיי באמת נישט אן אז די יזרעלי עקאנאמיע וועט אינטערגיין צוליב די געריכט רעפארם, והראי' אז איינע פון זייערע הויפט טענות איז דאס אז די עקאנאמיע וועט אינטערגיין צוליב דעם וואס פרעמדע לענדער וועלן זיך אפהאלטן פון צו אינוועסטירן אין די מדינה צוליב די ''דיקטאטארישע'' רעגירונג. (איך זע נישט אז כינע מוטשעט זיך מיט זייערע געשעפטן..) און לאור די חשש דרייען זיי איבער א גאנצע לאנד פאר וואכן לאנג, און וואס טוהן זיי ווען זיי זען אז די פראטעסטן העלפן א רעיטעך? הייבן זיי אן צו סטראשענען! די הייטעקיסטן וועלן זיך אריבערציען קיין גריכלאנד על קאמפענייהון וממונם, דאס וועט חרוב מאכן און צושפארן אלע יזרעלי בענק, די מיליטערישע פיילאטן סטראשענען אז זיי וועלן נישט פליען, און חבריהם די רעזערוו סאלדאטן סטראשענען אויך אז זיי וועלן זיך נישט שטעלן אין מיליטער בהגיע עת פקודה. (נאר זיי וועלן ווארטן שיינערהייט אין דיינינג רום און מכניס אורח זיין די אלע כאמאס טעראריסטן זאלן זיי שחט'ן)
פרעגן זיי - אזוי קען מען פירן א מדינה? נו? סטאפ שנעל מיט די געריכט מהפכה און אונז העמער זיין וואויל! אקעי?
אז זיי מאכן חרוב דאס לאנד מיט זייער אייגענע הענט ווער דארף די רעפארם געריכט?

סטע געהערט אזוינס? די מנהל קומט אריין אין ישיבה און סטראשעט די בחורים אז אויב וועלן זיי קומען שפעט צום סדר וועט ער טוישן די סדרי הישיבה און אנהייבן סדר עיון 12 אזייגער!!!! ברררר... שרעקעדיג!! איך מיין אז די בחורים ציטערן פאר זייער לעבן....
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

עפעס אנדערש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 5:31 pm
יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 4:36 pm
כ'קען מיך כלל נישט אויס אין אונגארן, און אין זייער דעמאקראסי לעוועל,
פארוואס איז אונגערן נאן-דעמאקראטיק? א דעמאקראטיש עלעקטעד פארלאמענט האט באשטימט ריכטער צו משפט'ן אלעס אנבאלאנגט די רעגירונג.
א שטייגער ווי דער סופרים קאורט אין יונייטעד סטעיטס, וואס איז באשטימט דורך א דעמאקראטיש עלעקטעד פרעזידענט, און באשטעטיגט דורך א דעמאקראטיש עלעקטעד סענאט.

עניטינג אנדעמאקראטיק?

אויב עפעס אנדעמאקראטיק, איז דער יעצטיגער סיסטעם פון דער בג"ץ וואס קיינער האט זיי נישט ערוויילט, נאר זיי אליין צווישן זיך באשטימען זיך איינער דעם צווייטן. איז דאס די דעמאקראטיע וואס דו זוכסט?
ווי געזאגט קען איך מיך כלל נישט אויס אין די אונגארישע דעמאקרעסי לעוועל,קען איך טאקע נישט אריינרעדן
אבער ס'כדאי צו נעמען אין באטראכט אפאר פאקטן

פרעמיער אורבאן האט דערקלערט אז זיין שאיפה איז אז אונגארן זאל זיין א דעמאקראטישע נישט ליבעראלע לאנד געבויעט אויף די נאציאנאלע יסודות

בשעת קאראנע האט אונגארן דערקלערט א עמערדזשענסי צושטאנד וואס האט ערמעגליכט אורבאן' ארויסגעבן ארדערס אן קיין שום דין וחשבון, און האט עם געגעבן די מעגליכקייט צו פארלענגערן די צושטאנד לפי זיין אייגענע אויסוואל, וועגן דעם האט די אי. יו. באשולדיגט אורבאן מיטן שטאטליך אויסמעקן די דעמאקראטישע סיסטעם, די יומען רייט ארג. פרידאם האוס האט וועגן דעם אראפגערוקט אונגארן'ס רעיט פון דעמאקראטיע צו הייבריד רעזשים - דהיינו א כלאים'דיגע רעזשים געמישט פון דעמאקראטיע און נאן
שפעטער אין קאראנע איז די עמערדזשענסי צושטאנד בטל געווארן אבער די אי. יו. האט פארגעזעצט צו קריטיקירן אונגארן, און אין 09/15/22 האט די אי. יו. פארלאמענט דערקלערט אז "אונגארן איז נישט מער א פולע דעמאקרעסי" נאר א "הייבריד רעזשים פון עלעקטאראל אטאקראטיע" (דהיינו א כלאים'דיגע רעזשים ווי מ'וועלט אויס א שלטון יחיד) און מ'דארף טון פעולות צוריקצוברענגען אונגארן צו די דעמאקראטישע ווירדן

אין 11' האט די רעגירונג דורכגעפירט א מידיע געזעץ אז די נייעס אגענטורן מוזן ברענגען נאר "באלאנסירטע נייעס קאווערידזש" און די וואס זענען מחליט וואס מיינט באלאנסירט איז א קאמיטע פון די רעגירונג, פארשטייט זיך אז די שטארקע קנסות פאר די וואס פאלגן נישט צוזאמען מיט די אומקלארע הגדרה "באלאנסירט" האט געהאלפן אורבאנ'ען מיט זיין רעגירונג כמעט צו שולט זיין אויף די מידיע אין אונגארן, אזוי ווייט אז אויב אין 15' איז געווען 31 פרא-רעגירונג נייעס אגענטורן איז אין יאר 19' געווען איבער 500 אזעלכע, ווען אויפן וועג זענען אסאך פראמינענטע נייעס אגענטורן וואס זענען געווען מער פרא-אפאזיציע פארמאכט געווארן, כהנה וכהנה איז דא צו שרייבן אויף די אופן וויאזוי ס'ווערט געפירט די מידיע דארט, אין די לינק קען מען אביסל זען וואס טוט זיך אין די מידיע

דאס און נאך אסאך געבן אביסל צו פארשטיין וואס טוט זיך דארט

(קרעדיט: וויקיפעדיע, ועוד)
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יונה

הערליך געזאגט
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:58 pm

אקעי.
מען מוז זיי נישט נאכמאכן אינגאנצן, אבער דאס איז נאכנישט קיין תירוץ צו לאזן דעם יעצטיגן דיקטאטורישן סיסטעם, און נאך בשם דעמאקראטיע. עס האט נישט קיין שום זינען.

עפעס אנדערש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:40 pm

שטארק מעגליך

די פראבלעם איז אז מיר אלע ווייסן אז ביבי איז דער לעצטער וועמען מען זאל געטרויען מיט פאטשקען אין געריכט סיסטעמען, מיר אלע ווייסן אז פון זיין זייט וואלט ער שוין לאנג נאכגעמאכט אורבאן

סוכ"ס איז עס זייער א הייקעלע פונקט פון דעמאקראטיע צוצולאזן אז בלויז א מינימאלע רוב זאל עס אזוי שטארק פונדומענטאל ענדערן - ספעציעל מיט אזא מאכט גייציגן אין אמט

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:45 pm

וואס האט עס מיט ביבי? עס איז די גאנצע קאאליציע.
בעצם האט ביבי אליינס נישט געוואלט די גאנצע זאך.

אבער אפילו לאמיר זאגן אז יא. פארוואס עפעס זאל ממש עטליכע ריכטער, וואס קיינער האט זיי נישט ערוויילט, ענדערש האבן א ווארט, ווי א מינימאלע רוב וואס זענען ערוויילט געווארן דורך דעם ציבור? מיינט דען נישט דאס דעמאקראטיע, אז וואס דער רוב ציבור זאגט דאס דארף מען אננעמען?

איז דעמאקראטיע נאר ווען עס גייט מיין וועג?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אגעין

עס איז א הייקעלע פונקט צוצורירן מיט נאר א מינימאלע רוב

ווען ער האט ווען די רוב וואס עס פעלט אויס צ.ב.ש. אין אמעריקע צו טוישן די קאנסטיטוציע איז איין זאך, סוכ"ס רעדט מען פון זייער א שמאלע אויבערהאנט און די לאנד מדינה איז ממש צעטיילט אויף האלב דערוועגן
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 9:12 pm
אגעין

עס איז א הייקעלע פונקט צוצורירן מיט נאר א מינימאלע רוב

ווען ער האט ווען די רוב וואס עס פעלט אויס צ.ב.ש. אין אמעריקע צו טוישן די קאנסטיטוציע איז איין זאך, סוכ"ס רעדט מען פון זייער א שמאלע אויבערהאנט און די לאנד מדינה איז ממש צעטיילט אויף האלב דערוועגן
עס איז בעצם דא פיל מער ווי א מינימאלע רוב, אפילו א גרויסע חלק פון די אפאזיציע ווילן אז עס זאל אדורכגיין, נאר דאס איז זייער שאנס יעצט צו ווייזן אז זיי ״ראטעווען״ די מדינה.

לאמיר אנהייבן דערמיט אז דער אינזשינער פון דעם רעפארם איז יריב לעווין, וועמענס פערזענליכקייט איז א מין גראדקייט פון א מענטש וואס מ׳זעט זעלטן, און ער איז שוין פארנומען פאר צוואנציג יאר אז ער גייט דאס נאך איין טאג דורכפירן. צוזאמען מיט אים האט ער שמחה ראטמאן, וואס האט אויך געשוואוירן נקמה אין בג״ץ, און אזוי ווי לעווין, איז ער אן אידעאלאג און ער פארשטייט וואס ער וויל, און שוין יארן וואס ער שרייבט ביכער קעגן די בג״ץ סיסטעם, און אינאיינעם מיט לעווין ארבעט ער אויף צו קענען דורכפירן זיינע לאנג געוואונטשענע רעפארמען.

ביבי, וואס פלעגט אלעמאל שטיצן א שטארקע אומאפהענגיגע קארט סיסטעם, פארשטייט אז יעצט האט ער נישט קיין ברירה. אויב לאזט ער נישט צו די רעפארמען גייט ער פארלירן זיין בענקל. לעווין איז אנטשלאסן עס אדורכצופירן, און גארנישט גייט אים נישט רוקן פון פלאץ. יעצט, פון דא און ווייטער האבן זיך אלע חברי הכנסת אנגעהויבן ארויפכאפן אויפן שיף, און האבן אנגעהויבן פלוצלינג צו שרייען ווי וויכטיג די רעפארמען זענען פאר זיי, עד כדי כך, אז ווען ראטמאן האט א טראפקעלע נאכגעלאזט די לייצעס האט ער אנגעהויבן אריינכאפן פון די אלע פאליטיקאנטן אז ער ״לעקט זיך צו די לינקע״ און נאך פארשידנארטיגע שטותים.

דער פינאנץ מיניסטער בצלאל סמוטריץ׳ פון הציונות הדתית (וועלכער האט נאך דאס מערסטע פיינט בג״ץ פון אלעמען, זייענדיג נאך טראומאטיזירט פונעם חוק ההתנקות ביי וועלכן ער האט געשוואוירן נקמה) פארשטייט אויך זייער גוט אז אויב וועלן די רעפארמען אדורכגיין וועט עס אפעקטירן די עקאנאמיע, און דערפאר איז ער דער איינציגסטער וואס זאגט אז ער איז גרייט זיך אוועקצוזעצן און פארהאנדלען. ער ליידט אויך פון הארבע קריטיק פון די ליכוד, וואס ווי אבסורד עס הערט זיך האבן זיי יעצט אנגעהויבן ווערן פויבסטליכער פונעם פויבסט.

איינמאל מיר זענען קלאר איבער די פאליטיק ארום די רעפארמען, קען מען באהאנדלען די פראטעסטן.

די פראטעסטן זענען צעטיילט אין עטליכע חלקים. די ערשטע טייל איז די גרויסע עצרת׳ן וואס קומען פאר יעדע מוצאי שבת, וואס איז שוין היינט פארוואנדלט געווארן אין א וועכנטליכע צוזאמקום פון אלע אנטי ביבי פארטייען, מ׳זינגט און מען פארברענגט דארט, און מ׳הערט אביסעלע דרשות של דופי פון אלע געוועזענע פאליטיקאנטן וואס האבן חשבונות מיט ביבי׳ן. די סיבה פארוואס זיי האקן און פרעשורן ביבי׳ן איז צוויידייטיג. איינס, וויבאלד יריב לעווין האט נישט קיין שום פלעק אין זיין היסטאריע און מען קען אים נישט באשמוצן, און צווייטנס, ווייל זיי ווייסן אז נתניהו וויל נישט אז די רעפארמען זאלן אדורכגיין, ווייל עס גייט אים שעדיגן זיין רעפוטאציע אין די וועלט.

די צווייטע חלק פון די פראטעסטן ווערן געפירט דורך די אלע בלפור׳יסטן, שמוציאנען און ארבעטסלאזע פענסיאנערן וואס דערגייען די יארן פאר די פאליטיקאנטן, שרייען זיי נאך אין די גאסן, זענען משחית טאוולען און פלאקאטן, און בלאקירן די גאסן מיט זייערע גראבע איזראעילי פענער. זיי זענען אויך גרויסע אנטי חרדים, און זיי וועלן מארגן נאכט פראטעסטירן אין בני ברק כדי צו ברענגען פראוואקאציעס און עס פארוואנדלען אין א מלחמה צווישן פרומע און פרייע.

כ׳האף אז עס איז דא גענוג ווינדלען אין די הייזער.

נ.ב. דער שרייבער פון די שורות איז זיך פולקאם מתנגד צו די רעפארמען אויב ווילן זיי עס אדורכפירן כמו שהוא.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4345
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:45 pm
עפעס אנדערש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:40 pm
יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:58 pm
ווי געזאגט קען איך מיך כלל נישט אויס אין די אונגארישע דעמאקרעסי לעוועל,קען איך טאקע נישט אריינרעדן
אבער ס'כדאי צו נעמען אין באטראכט אפאר פאקטן

פרעמיער אורבאן האט דערקלערט אז זיין שאיפה איז אז אונגארן זאל זיין א דעמאקראטישע נישט ליבעראלע לאנד געבויעט אויף די נאציאנאלע יסודות

בשעת קאראנע האט אונגארן דערקלערט א עמערדזשענסי צושטאנד וואס האט ערמעגליכט אורבאן' ארויסגעבן ארדערס אן קיין שום דין וחשבון, און האט עם געגעבן די מעגליכקייט צו פארלענגערן די צושטאנד לפי זיין אייגענע אויסוואל, וועגן דעם האט די אי. יו. באשולדיגט אורבאן מיטן שטאטליך אויסמעקן די דעמאקראטישע סיסטעם, די יומען רייט ארג. פרידאם האוס האט וועגן דעם אראפגערוקט אונגארן'ס רעיט פון דעמאקראטיע צו הייבריד רעזשים - דהיינו א כלאים'דיגע רעזשים געמישט פון דעמאקראטיע און נאן
שפעטער אין קאראנע איז די עמערדזשענסי צושטאנד בטל געווארן אבער די אי. יו. האט פארגעזעצט צו קריטיקירן אונגארן, און אין 09/15/22 האט די אי. יו. פארלאמענט דערקלערט אז "אונגארן איז נישט מער א פולע דעמאקרעסי" נאר א "הייבריד רעזשים פון עלעקטאראל אטאקראטיע" (דהיינו א כלאים'דיגע רעזשים ווי מ'וועלט אויס א שלטון יחיד) און מ'דארף טון פעולות צוריקצוברענגען אונגארן צו די דעמאקראטישע ווירדן

אין 11' האט די רעגירונג דורכגעפירט א מידיע געזעץ אז די נייעס אגענטורן מוזן ברענגען נאר "באלאנסירטע נייעס קאווערידזש" און די וואס זענען מחליט וואס מיינט באלאנסירט איז א קאמיטע פון די רעגירונג, פארשטייט זיך אז די שטארקע קנסות פאר די וואס פאלגן נישט צוזאמען מיט די אומקלארע הגדרה "באלאנסירט" האט געהאלפן אורבאנ'ען מיט זיין רעגירונג כמעט צו שולט זיין אויף די מידיע אין אונגארן, אזוי ווייט אז אויב אין 15' איז געווען 31 פרא-רעגירונג נייעס אגענטורן איז אין יאר 19' געווען איבער 500 אזעלכע, ווען אויפן וועג זענען אסאך פראמינענטע נייעס אגענטורן וואס זענען געווען מער פרא-אפאזיציע פארמאכט געווארן, כהנה וכהנה איז דא צו שרייבן אויף די אופן וויאזוי ס'ווערט געפירט די מידיע דארט, אין די לינק קען מען אביסל זען וואס טוט זיך אין די מידיע

דאס און נאך אסאך געבן אביסל צו פארשטיין וואס טוט זיך דארט

(קרעדיט: וויקיפעדיע, ועוד)
אקעי.
מען מוז זיי נישט נאכמאכן אינגאנצן, אבער דאס איז נאכנישט קיין תירוץ צו לאזן דעם יעצטיגן דיקטאטורישן סיסטעם, און נאך בשם דעמאקראטיע. עס האט נישט קיין שום זינען.
שטארק מעגליך

די פראבלעם איז אז מיר אלע ווייסן אז ביבי איז דער לעצטער וועמען מען זאל געטרויען מיט פאטשקען אין געריכט סיסטעמען, מיר אלע ווייסן אז פון זיין זייט וואלט ער שוין לאנג נאכגעמאכט אורבאן

סוכ"ס איז עס זייער א הייקעלע פונקט פון דעמאקראטיע צוצולאזן אז בלויז א מינימאלע רוב זאל עס אזוי שטארק פונדומענטאל ענדערן - ספעציעל מיט אזא מאכט גייציגן אין אמט
ניין!! מיר אלע ווייסן נישט דערפון, ווען איז דעיס באשאפן געווארן?
ווייל די בג''ץ האט אים גע'רודפט שלא ביושר פאר פיר יאר, מסתם וויל ער ווערן א סעמי דיקטאטור?
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

טישטוך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 9:44 pm
נ.ב. דער שרייבער פון די שורות איז זיך פולקאם מתנגד צו די רעפארמען אויב ווילן זיי עס אדורכפירן כמו שהוא.
וועלכע חלק שטערט דיר?
Scanner
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 8:51 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Scanner »

וואס איז חוק התנתקות?
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

עפעס אנדערש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:24 pm
טישטוך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 9:44 pm
נ.ב. דער שרייבער פון די שורות איז זיך פולקאם מתנגד צו די רעפארמען אויב ווילן זיי עס אדורכפירן כמו שהוא.
וועלכע חלק שטערט דיר?
היות איזראעל איז א לאנד וואס איז אונטער איבערזיכט פון די גאנצע וועלט און די אייראפעאישע פאראיין, איז קריטיש וויכטיג אז עס זאל זיין א סופרים קאורט וואס זאל זיין אומאפהענגיג, און זאל קענען פסק׳ענען אויך העכער די ערוועלטע קאליציע. זעלבספארשטענדליך אז מען טאר זיי נישט פארשיכור׳ן מיט כח, אבער דאך דארף עס זיין שטארק באלאנסירט, און נישט אזוי ווי זיי ווילן יעצט טון, אז די כנסת זאל זיין שטערקער ווי די קאורט. נאכמער, הגם איך געטרוי א חלק פון די איצטיגע פאליטיקאנטן אז זיי האבן ריינע כוונות, א שטייגער ווי לעווין, ראטמאן, און סמוטריץ׳, קען איך זיך נאר פארשטעלן וואס דער צד שכנגד וועט טון מיט די גאנצע מאכט, אויב זיי וועלן נאך אמאל צוריקקומען אויפן שלטון.

נאך א זאך, שטעלט אייך פאר אז עמיצער באגייט אן עוולה בתוככי א היימישע קהילה, און ווען מען וויל מיט אים קומען צו גערעכטיגקייט טוען די קהילה מיטגלידער זיכער מאכן דורך פאליטישע מאניפולאציעס אז יוסטיץ ווערט נישט דערגרייכט. עס איז געהעריג סדום ועמורה ווען פאליטיקאנטן שטעלן אריין ריכטער.

אין די יעצטיגע רעפארמען שטערט מיר בעיקר צוויי זאכן.

1) אז פאליטיקאנטן זאלן אריינשטעלן די ריכטער. (עס איז גענצליך אנדערש ווי אין אמעריקע).

2) דער פסקת התגברות טאר נישט זיין מיט 61 נאר א מינימום פון 65.
לעצט פארראכטן דורך טישטוך אום דאנערשטאג מארטש 23, 2023 8:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

טישטוך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:47 am
עפעס אנדערש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:24 pm
טישטוך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 9:44 pm
נ.ב. דער שרייבער פון די שורות איז זיך פולקאם מתנגד צו די רעפארמען אויב ווילן זיי עס אדורכפירן כמו שהוא.
וועלכע חלק שטערט דיר?
היות ארץ ישראל איזראעל איז א לאנד וואס איז אונטער איבערזיכט פון די גאנצע וועלט און די אייראפעאישע פאראיין, איז קריטיש וויכטיג אז עס זאל זיין א סופרים קאורט וואס זאל זיין אומאפהענגיג, און זאל קענען פסק׳ענען אויך העכער די ערוועלטע קאליציע. זעלבספארשטענדליך אז מען טאר זיי נישט פארשיכור׳ן מיט כח, אבער דאך דארף עס זיין שטארק באלאנסירט, און נישט אזוי ווי זיי ווילן יעצט טון, אז די כנסת זאל זיין שטערקער ווי די קאורט. נאכמער, הגם איך געטרוי א חלק פון די איצטיגע פאליטיקאנטן אז זיי האבן ריינע כוונות, א שטייגער ווי לעווין, ראטמאן, און סמוטריץ׳, קען איך זיך נאר פארשטעלן וואס דער צד שכנגד וועט טון מיט די גאנצע מאכט, אויב זיי וועלן נאך אמאל צוריקקומען אויפן שלטון.

נאך א זאך, שטעלט אייך פאר אז עמיצער באגייט אן עוולה בתוככי א היימישע קהילה, און ווען מען וויל מיט אים קומען צו גערעכטיגקייט טוען די קהילה מיטגלידער זיכער מאכן דורך פאליטישע מאניפולאציעס אז יוסטיץ ווערט נישט דערגרייכט. עס איז געהעריג סדום ועמורה ווען פאליטיקאנטן שטעלן אריין ריכטער.

אין די יעצטיגע רעפארמען שטערט מיר בעיקר צוויי זאכן.

1) אז פאליטיקאנטן זאלן אריינשטעלן די ריכטער. (עס איז גענצליך אנדערש ווי אין אמעריקע).

2) דער פסקת התגברות טאר נישט זיין מיט 61 נאר א מינימום פון 65.
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

טישטוך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:47 am
עפעס אנדערש האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 10:24 pm
טישטוך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 9:44 pm
נ.ב. דער שרייבער פון די שורות איז זיך פולקאם מתנגד צו די רעפארמען אויב ווילן זיי עס אדורכפירן כמו שהוא.
וועלכע חלק שטערט דיר?
1) אז פאליטיקאנטן זאלן אריינשטעלן די ריכטער. (עס איז גענצליך אנדערש ווי אין אמעריקע).
אין אמעריקע ווערט עס אריינגעשטעלט דורכן סענאט און די פרעזידענט.

כבין מסכים אז סאיז נישט הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן אז פאליטיקאנטן זאלן אריינשטעלן ריכטער, אבער די יעצטיגער מהלך פון ריכטער אריינשטעלן אנדערע איז דיקטאטורישקייט, די לאנד(מדינה?) איז שוין לאנג נישט לינק אבער די ריכטער נאך יא. דאס טייטש אז די דעת פונעם ציבור ווערט נישט גערעכנט ווען סקומט אן צום געריכט.

די מהלך דארף זיין אז אן אומפארטייאישער קאמיטע וואס ווערט אריינגעוועלט דורך די וויילער זאלן שטעלן די ריכטער.
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”