מדינת ישראל געריכט רעפארם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »

יונה פויגל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 7:04 pm
Avrumy האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 6:35 am
נקוט האי כללט בידך. דעמעקראטיע הייסט ווען די לינקע זענען איגאנצן באלבאס .
איין זאך איז זיכער, די משונה'דיגע געלונגענקייט פון די לינקע סיי אין אמעריקע סיי אין די מדינה איז פשוט צו משוגע ווערן!
זיי זענען אפנארמאל פעסט ארגענעזירט, זיי ארבעטן אלע אינאיינעם ווי א פולשטענדיגן בענד, קיינער (כמעט, פארשטייט זיך) גייט נישט ארויס פון פלאץ, יעדע זאך איז מסודר ווען ס'זאל געשען, וויאזוי, דורך וועם, ס'איז מורא'דיג
די רעכטע (בעיקר אין די מדינה, אבער אין אמעריקע אויך) זענען א באנדע שלימזל'ניקעס, קיינער ארבעט נישט מיט א צווייטן, זייער מעסעדזש איז נישט פאראייניגט, ס'געדויערט זיי חדשים ביז זיי כאפן זיך אויף פון זייערע דורכפאלן, חדשים האט זיי געדויערט ביז זיי האבן אין א מזל'דיגע שעה אנגעפאנגען צאמצונעמען חתימות פון אנשי שם בעד די רעפארם, איי דו האסט דאך א האלבע לאנד (לפי טענתם זיכער, אפי' נישט האבן זיי זיכער א ריזן עולם) וואס שטיצן די רעפארם, און צווישן זיי איז זיכער דא כל מיני באוואוסטע מענטשן, אבער זיי שלאאאאפן... אא"וו אא"וו
די לינקע האבן גלייך צאמגענומען חתימות פון כל מיני סארטן מענטשן ווי היי-טעקיסטן, יוצאים פון מוסד, שב"כ, כל מיני עליטע גרופעס פון די מיליטער וכו' וכו', אבער זיי האבן נישט אלעס ארויסגעגעבן אויף איין מאל, נע... דאס פאסט פאר די רעכטע שלימזל'ניקעס, נאר שטאטליך יעדע פאר טעג א צווייטע בריוו, און נאכדעם ארויף א דרגא דער, יענער, וכו' ס'איז פלעין צו משוגע ווערן.

און דאס וואס דו שרייבסט דא
Avrumy האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 6:35 am
אין אמעריקע ווען ביידן האט געווינען אין טראמפ האט פארפירט, איז טראפט געווען די גרעסטע סכנה פאר ''דימיקראטיע'' ווייל דער רוב האט אריינגעוועלט ביידען, ווי קענסטע גיין קעגן דעם רוב , ווידער אין די פארשאלטענע מדינה ווי ביבי האט געווינען מיט רוב אין ער וויל נעמען פאוער, איז ער א שרעלעכע סכנה פאר ''דעמעקראטיע'', ווייל היתכן מען אינטערדריקט א מיעט.
סא איבעראל האט דעמעקראטיע אן אנדערע דעפענישן. מען דארף פשוט האלטן דעם קאפ אויפן פלאץ אין וויסן ווי דער חמר שטייט איין
א ודאי ביזסטו אביסל גערעכט, ווי מ'האט שוין געשמועסט
אבער ווען טראמפ האט פארפירט איז פארשטייט זיך אנדערש, און כ'גלייב אז איך דארף עס נישט אויסשמועסן, און דו האסט עס נאר געברענגט פאר ליצנותא דעבו"ז צו ווייזן די לעכערליכקייט פון די לינקע, און נישט ווייל דו האלטסט באמת אז ס'איז דא עפעס א סתירה
האקט

---------------------------
בעיקר אין אמעריקע!!! אין די מדינה אויך...
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

Avrumy האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 9:26 pm
◄ ווייז ספוילער
איך האב נישט קיי נאאאנונג וואס איר ווילט . . איר האט עפעס אפגעפרעגט דא ?
אפגעפרעגט וואו?
אינעם ערשטן חלק האבעך גארנישט אפגעפרעגט נאר צוגעגלייגט א נקודה
אינעם צווייטן חלק האבעך געשריבן אז כ'בין זיכער אז כ'דארף נישט אפפרעגן, אויב האלט איר אז ס'יא דא וואס אפצופרעגן, אדרבה וועלעך ענטפערן

און אביסל קענסטו זען דא וואס ער האט געשריבן
אבנר בן-נר האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 10:59 am
ביידען האט סך הכל געוואנען די וואוטס, ער האט נישט געטוישט קיין שום געזעץ, ביבי וויל טוישן די גאנצע געריכט סיסטעם אין לאנד, די צוויי זאכן זענען בכלל נישט דומה איינס צום צווייטן,
וואס איז נאר א טיפה מן הים פון די חילוק צווישן די צוויי
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
חברונער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

סאו מ'מעג נאר געוואונען מ'מעג נישט דורכפירען געזעצען ?
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:38 am
די פאלעסטינע אויטאריטעט וועט באצאהלן פאר די פאמיליעס פון 1500 טויטע כאמאסיסטן וואס באטרעפט די סומע פון 27,89,430 פער מאנאט
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

חברונער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 3:57 pm
סאו מ'מעג נאר געוואונען מ'מעג נישט דורכפירען געזעצען ?
מ'מעג אלעס,
נאר אויב פארפירסטו ווען יענער געוואונט ביסטו א בהמה!
און אויב פארפירסטו ווען יענער טוישט די גאנצע געזעץ סיסטעם אין לאנד, איז עס דערהערבאר!

אגב כ'האף די רעכטע גייען אויספירן, כ'בין נאר מסביר די חילוק פון דעי צוויי זאכן וואס @אברמי האט צוזאמגעקלאפט,
בבלי
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 26, 2021 11:48 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבלי »

קען איינער אפשר מסביר זיין נאך ווי לאנג עס גייט זיך שלעפן די פראצעדור? מאך און שוין!
אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2611
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

בבלי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 6:19 pm
קען איינער אפשר מסביר זיין נאך ווי לאנג עס גייט זיך שלעפן די פראצעדור? מאך און שוין!
שוין אריבער קריאה ראשונה
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3280
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

אלטרא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 11:11 pm
בבלי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 6:19 pm
קען איינער אפשר מסביר זיין נאך ווי לאנג עס גייט זיך שלעפן די פראצעדור? מאך און שוין!
שוין אריבער קריאה ראשונה
ער פרעגט אבער, פארוואס קען מען נישט מאכן אלע דריי קריאות אין די זעלבע טאג, שטעל דיר פאר, מען פארקויפט חתן תורה אין דריי וואכן?!
אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2611
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

ידיד כל חי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 11:12 pm
אלטרא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 11:11 pm
בבלי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 6:19 pm
קען איינער אפשר מסביר זיין נאך ווי לאנג עס גייט זיך שלעפן די פראצעדור? מאך און שוין!
שוין אריבער קריאה ראשונה
ער פרעגט אבער, פארוואס קען מען נישט מאכן אלע דריי קריאות אין די זעלבע טאג, שטעל דיר פאר, מען פארקויפט חתן תורה אין דריי וואכן?!
ס'דא פארהאנדלונגען איבער די פונקטליכע נוסח אויך צו געבן צייט פאר אפאזיציע זיך אראפ צו זעצן צום טיש
אוועטאר
פיינע קאווע
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינע קאווע »

קאכט זיך זייער איבער א פשרה אין די רעפארם
נתניהו שטיפט אפ זיין פלייט קיין בערלין, און זיצט מיט אריע דרעי ועוד אין צימער

אין הערצוג זיצט ביי זיך און קאכן אויס די לעצטיגע דעטאלן פאר א פשרה וואס וועט אראפ נעמען די רעכטע פונעם בוים
(די לינקע ווייסיך נישט)
אוועטאר
פיינע קאווע
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינע קאווע »

לכאורה אין די קומענדיגע שעות א מעלדונג איבער די פשרה
וועט גערופן ווערן "מתווה הנשיא"
אוועטאר
פיינע קאווע
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינע קאווע »

נתניהו איז א מומחה צו אויסנוצן קריטישע מאמענטן,

ויסנדיג אז לוין זיצט שבעה און קען איהם נישט מאכן טראבל
און אז אין די נאנטע שעות גייט ארויסקומען די נייעס איבער די מילטערישע פראבלעמען,
זיעכט ער פאר אלע פרייזן צו אריינשטופן די פשרה איבער די רעפארם בדווקא אין די קומענדיגע שעות,
בעפאר וויכטיגערע נייעס וועט אראפקלאפן נעגאטיווע דעקונג איבער זיין זיך בייגן
אוועטאר
פיינע קאווע
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינע קאווע »

הרצוג האט געצמאלדן פארן דייטשער פרעזידענט איבער די פארגעשלעגענע פשרה און געבטן צו פארשטיין דאס אפשטופן די באזוך אין בערלין מצד נתניהו
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

וואסערע מיליטערישע פראבלעמען?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
א פיינע וואקאציע
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2023 5:26 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע וואקאציע »

מי חכם האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 12:16 pm
וואסערע מיליטערישע פראבלעמען?
ווי איך פארשטיי די אנגעצויגענקייט אין צפון.
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

אויב די רעכטע געבן נאך זענען זיי גארניט ווערט
פארוואס האסטו אנגעהויבן אז די קענסט עס נישט ענדיגען
די לינקע וואלטן קיינמאל נישט אפגעטראטן פון אזא זאך
ווער רעדט נאך ווען די רעכטע וואלטן געמאכט אזעלכע פארטעסטן וואלט מען זיי פארדאמט פון די גאנצע וועלט ביידען וואלט געשריגן סכנה צו דעמאקראטיע
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »

קיינמאל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 12:34 pm
אויב די רעכטע געבן נאך זענען זיי גארניט ווערט
פארוואס האסטו אנגעהויבן אז די קענסט עס נישט ענדיגען
די לינקע וואלטן קיינמאל נישט אפגעטראטן פון אזא זאך
ווער רעדט נאך ווען די רעכטע וואלטן געמאכט אזעלכע פארטעסטן וואלט מען זיי פארדאמט פון די גאנצע וועלט ביידען וואלט געשריגן סכנה צו דעמאקראטיע
ס׳איז נאר צו ווייזען אז מרעדט זיך צענויף...
גייט אפשטעלן די מיטעלער עמך מענטשן פון שטיצען די פארטעסטן...
רעפארמען גייט נאך זיין...
אפשר נאך די גאנצע זאך... (ס׳מער א וועג פאר גאנץ אראפצו קריכען פון בוים ווי פאר די רעכטע
אוועטאר
טיש בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2023 9:18 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיש בעקיטשע »

אין די מידיא געט מען איבער אז די פארהאנדלונגען איבער די פשרה האט זיך אפגעשטעלט מצד די רעכטע
אוועטאר
טיש בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2023 9:18 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיש בעקיטשע »

ידיד כל חי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 11:12 pm
אלטרא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 11:11 pm
בבלי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 6:19 pm
קען איינער אפשר מסביר זיין נאך ווי לאנג עס גייט זיך שלעפן די פראצעדור? מאך און שוין!
שוין אריבער קריאה ראשונה
ער פרעגט אבער, פארוואס קען מען נישט מאכן אלע דריי קריאות אין די זעלבע טאג, שטעל דיר פאר, מען פארקויפט חתן תורה אין דריי וואכן?!
סאיז א פראצעדור אז צווישן די ערשטע אפשטאמונג מיט די צווייטע אין דריטע (וואס גייט צוזאמען) דארף דורך גיין 40 טעג מען קען עס פארשנעלערן אבער די רעכטער ווילן יעצט טוען אלעס נער מאל מען זאל נישט קענען האבן טענות אז זיי האבן עס נישט דורך געפירט נארמאל אין געבן א סיבה פאר בג"ץ עס צו פסלען
לכשיפוצו
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2023 3:53 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכשיפוצו »

פרעזידענט הערצאג: מען האלט ביים שוועל פין א ציווילע קריג

רעכטע רייסן געפערליך אראפ הערצאג
לכשיפוצו
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2023 3:53 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכשיפוצו »

רעכטע שרייען אז הערצאג האט פארגעלייגט עבודה'ס פלאן, בקיצור, מען האלט ביי אלף.
נואך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 11:27 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נואך »

טיש בעקיטשע האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 1:40 pm
ידיד כל חי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 11:12 pm
אלטרא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 11:11 pm
בבלי האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 6:19 pm
קען איינער אפשר מסביר זיין נאך ווי לאנג עס גייט זיך שלעפן די פראצעדור? מאך און שוין!
שוין אריבער קריאה ראשונה
ער פרעגט אבער, פארוואס קען מען נישט מאכן אלע דריי קריאות אין די זעלבע טאג, שטעל דיר פאר, מען פארקויפט חתן תורה אין דריי וואכן?!
סאיז א פראצעדור אז צווישן די ערשטע אפשטאמונג מיט די צווייטע אין דריטע (וואס גייט צוזאמען) דארף דורך גיין 40 טעג מען קען עס פארשנעלערן אבער די רעכטער ווילן יעצט טוען אלעס נער מאל מען זאל נישט קענען האבן טענות אז זיי האבן עס נישט דורך געפירט נארמאל אין געבן א סיבה פאר בג"ץ עס צו פסלען
זיי וועלן עס סייווי פאסלען ווייל עס איז "אנטי דעמאקראטיע"
THE BEST THING THE GOVERNMENT CAN DO TO THE ECONOMY IS NOTHING
חברונער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

פרעזידענט הערצוג האט היינט פארגעשלאגן א צודרייטע פשרה וואס איז נאך סאך ערגער פון די יעצטיגע מצב, איך ווייס נישט וואס זיין פלאן איז געווען אבער קען זיין אז ער דינט פשוט די לינקע און די בית משפט
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:38 am
די פאלעסטינע אויטאריטעט וועט באצאהלן פאר די פאמיליעס פון 1500 טויטע כאמאסיסטן וואס באטרעפט די סומע פון 27,89,430 פער מאנאט
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4110
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

חברונער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 9:09 pm
פרעזידענט הערצוג האט היינט פארגעשלאגן א צודרייטע פשרה וואס איז נאך סאך ערגער פון די יעצטיגע מצב, איך ווייס נישט וואס זיין פלאן איז געווען אבער קען זיין אז ער דינט פשוט די לינקע און די בית משפט
ער איז אומאפיציעל שטארק לינק.
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

Wow a1 האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 9:29 pm
חברונער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2023 9:09 pm
פרעזידענט הערצוג האט היינט פארגעשלאגן א צודרייטע פשרה וואס איז נאך סאך ערגער פון די יעצטיגע מצב, איך ווייס נישט וואס זיין פלאן איז געווען אבער קען זיין אז ער דינט פשוט די לינקע און די בית משפט
ער איז אומאפיציעל שטארק לינק.
אפציעל!

אפאר אילעקשנס צוריק איז ער געווען דער קעגנער פון ביבי.
אוועטאר
Avrumy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 12:30 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Avrumy »

יונה פויגל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 3:53 pm
Avrumy האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 9:26 pm
◄ ווייז ספוילער
איך האב נישט קיי נאאאנונג וואס איר ווילט . . איר האט עפעס אפגעפרעגט דא ?
אפגעפרעגט וואו?
אינעם ערשטן חלק האבעך גארנישט אפגעפרעגט נאר צוגעגלייגט א נקודה
אינעם צווייטן חלק האבעך געשריבן אז כ'בין זיכער אז כ'דארף נישט אפפרעגן, אויב האלט איר אז ס'יא דא וואס אפצופרעגן, אדרבה וועלעך ענטפערן

און אביסל קענסטו זען דא וואס ער האט געשריבן
אבנר בן-נר האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 10:59 am
ביידען האט סך הכל געוואנען די וואוטס, ער האט נישט געטוישט קיין שום געזעץ, ביבי וויל טוישן די גאנצע געריכט סיסטעם אין לאנד, די צוויי זאכן זענען בכלל נישט דומה איינס צום צווייטן,
וואס איז נאר א טיפה מן הים פון די חילוק צווישן די צוויי
איך פארשטיי נישט וואס די רעדסט.
די געריכט זענען ''אלע'' לינקע, ''קיינער'' נישט ערוועלט דורכן פאלק ,אין זיי פירן זיך אינגאנצן מעשה בעל הבית ,זיי לאזן נישט דרעי אויף זיין אמט ,זיי רודפן אויס ביבי ימש מיט אלע סארט קלאגעס ,צישטערן אלע געזעצן,
פארוואס זאל ער נישט מעגן אביסל אוועקנעמן זייער כח ????????.
ווי קימט דא אריין דעמעקראטיע ?
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”