פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

א גוטן צו אייך אלע איך גיי דא ארויסלייגן א מעשה צוביסלעך וואס איך האב מיטגעהאלטן פון דערנאנט אין געשפירט אויך מיינע אייגענע ביינער
פארשטייט זיך אז עס וועט זיין צוטיילט איבער די קומעדיקע וואכן פשוט ווייל סאיז מיר שווער צו באשרייבן אזא איבערלעבונג......
א גוטע וואך צו אלעמען דא...
און אסאך הצלחה
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

אנטווערפן תש"ע
און די יארגאנג פין קוים 13 יאר איז ער דעמאלסט געווען אין א רעגלמעסיג ישיבה קטנה,
נאך געהאט די תמימות אויף עם, די פסוק תינוקות שלא טעמו טעם חטא איז ביי עם נאך אנגעגאנגען די חלאט מיט די קנייטשען די רויטע עוז והדר וואס איז געווען גרעסער פין עם א קובץ מפרשים אזוי געלערנט מיט א פלייס נישט וויסנדיג גארנישט אנדערש חוץ פין די דרשות וואס די מנהל האט געגעבן
געווען איינגעטונקען אינעם עולם הישיבה די פחד פין קומען שפעט אין נישט קענען די בחינה דאס איז געווען זיין גרעסטע עול!...
סאיז עם אדורך א יאר אין ישיבה זיך ארויפגערוקט צו שיעור ב'
אבער דא איז עם געקומען זיין ערשטע ירידה דא האט ער שוין אנגעהויבן שפורן די האנט פינעם יצר געווען איז עס די צווייטע טאג פין זמן ביי הפסקה ביפאר נאכט סדר שפורט ער א פריינטלעכע קלאפ אין רוקן ער דרייט זיך אויס מאטי די נייע בחור שטייט דארט מיט א פריינטלעכע שמייכל די ביסט מיין חברותה פינטל
אה יא?!?!
עההה עםםם עכט האב איך שוין גענומען א חברותה אההה איך זאג, איך פרעג נישט
מאטי גיט עם א קוועטש אין פלייצע עמיר זיך זעהן אזוי שפאצירט ער אוועק
חיים האט זיך געשפירט ווי עפעס א שוואכקייט נעמט עם איבער עפעס רחמנות געפיל האט ער באקומען צו עם
ער האט געטראכט אז מאטי איז נאך א נייע בחור אין ער האט נישט קיין חברותה מסתמא האלט ער מיר פאר א שטיקל זאך אין ער וויל דורך מיר ווערן אנגענומען צווישן די אנדערע בחורים
נא וואס קען שוין זיין איך וועל אביסל לערנען מיט עם,
ער האט אבער נישט געוויסט אין פארשטאנען און וואס ער לייגט זיך אריין!!!
אוועטאר
קלמי קאהן
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:18 am

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמי קאהן »

;l;p-
חזנות איז מיין ליבלינג.
אבנים טובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 1:06 pm

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנים טובות »

זעהט אויס צו זיין זייער אינטערעסאנט שכח
נישט ווער עס לאכט איז פרייליך
נישט ווער עס איז פרייליך לאכט

נעם דיין עתיד און צוקלאפ מיט דעם דיין עבר
נעם נישט דיין עבר און צוקלאפ מיט דעם דיין עתיד
אוועטאר
Yitzchok Shmiel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 9:37 am
לאקאציע: Misplaced

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yitzchok Shmiel »

ווערט שוין אביסל שרעקעדיג
ס'גוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 2:16 pm
לאקאציע: קיאסק

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'גוט »

סובסקרייבט
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

מיר ווארטן מיט שפאנונג!!
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

ס'גוט האט געשריבן:
סובסקרייבט
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

חיים איז געווען מער פון דו תמימותדיגע סארט,
ער האט געוואלט אייביג אנקומען אין שטייגן העכער זיך פראבירט אלעמאל צו זיך צושטעלן צו די ישיבה
ער איז טאקע נישט געווען דו קליגסטער און נישט די בעסטע קאפ אבער ער האט זיך אלעמאל צוגעשטעלט.....
ער פלעגט אהיימגעקומען יעדע נאכט און באקומען א הערצליכע ברוך הבא פון זיין מאמע זי איז געווען שטאלץ מיט איר עלטסטע זוהן נאך וואס פאר יארן האבן זיי נאר געהאט טעכטער.
אלעס פלעגט זי עם געבן פון הארץ ביז געפיל די ארבעט וואס זי פלעגט אריינלייגן האט זיך אלעס געלוינט אבי צו זעהן איר חיים פרייליך
אלע שכנים האבן געוויסט יעדע גוטע זאך וואס חיים האט געטון ווייל מיסיעס איינהארן פלעגט עס פארשטייט זיך איבערדערציילן,
אנגעהויבן האט זיך עס איין וואך ווען חיים האט געבעטן רשות פון זיין מאמע צו פארן פאר שבת צו דער משפיע וואס גייט פראווען אין לאנדאן
זי האט נישט געהאט די גרעסטע חשק אז ער זאל פארן זי האט אזוי הנאה געהאט יעדן שבת ווען חיים פלעגט זונגען זמירות. אבער זי האט פארשטאנען אז סאיז א גוטע זאך און פארקערט זי האט עם געוואלט ווייזן אז זי ספארט עם מיטן זיך ווייקן ביי גוטע אידן,.....

נאכט סדר איז געווען פאר חיים איינהארן פון די געשמאקע צייטן אין ישיבה ער פלעגט קענען דעמאלט לערנען וואס ער האט געוואלט סאיז נישט געווען קיין אפיציעלע סדר וואס מען דארף לערנען,
ער האט געהאט זיין חברותא מושי פריעד וואס מיט עם האט ער זיך גוט אויסגעקומען זייער גוט די משגיח האט געשעפט נחת צו זעהן ווי סגייט דארט א קול תורה
די צווייטע טאג פון שיעור ב איז חיים געגאנגען שטילערהייט צו מוישי און עם מזביר געווען אז ער האט פון היינט א נייע חברותא
מאטי דער נייע בחור,,,
ער האט מזביר געווען פאר מוישי ווי א גרויסע מצוה ער גייט דא טוהן מיטן לערנען מיט עם
דו מושי ביסטעך א גוטער בחור דו וועסט שנעל טרעפן א צווייטן אין איך וועל לערנען מיט עם און אזוי וועל איך עם קענען מקרב זיין.....

פאר מושי האט עס גאנץ ווייניג געשמעקט זיך צו גיין יעצט זוכן א צווייטע חברותא אבער קיין סך ברירות האט ער סיי ווי נישט געהאט,

מאטי זעצט זיך אוועק אנטקעגן חיים ער האט געהאט אזא צונישע שמייכל מיט א גראדע רוקן
ער קוקט עם אריין גראד און זיינע אויגן שלום עליכם
מיין נאמען איז מאטי.
חיים האט זיך געפילט מורדיג אומבאקוועם מיט דער וועג וויאזוי ער האט גערעדט צו עם אבער ער האט זיך געשטארקט וויסנדיג אז ער איז דער וואס דארף עם מקריב זיין און נישט פארקערט
איז א אם וואס ווילסטו לערנען?.
מוטי שטעלט זיך אויף כולו מען האט נישט גערעדט צו עם און וואקט ארויס פון בית מדרש...
חיים האט נישט פארשטאנען צו דער קאלטער שפראך און איז געווען זייער צומישט אבער סהאט נישט גענומען לאנג און ער איז געווען צוריק מיט צוויי גמרות
חיים האט גענומען איין און זיי האבן געלערנט,
סאיז געווען זייער א טרוקענע לערנען חיים האט צום ערשטן מאל געבליקט אויפן זייגער א גאנצע סדר
ענדלעך סאיז געקומען צום סוף זאגט עם מאטי אז היינט צענע ביינאכט גייטסטו זיין נעבן די סאטמארער בית מדרש און ווארטן ביז איך קום אהין ווייל איך מיז רעדן מיט דיר!
מיט א געמאכטע גרויסע שמייכל מאכט מאטי צו די גמרא און גייט ארויס.,
אוועטאר
מאנדל ברויט
שר האלף
תגובות: 1956
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 7:36 pm

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנדל ברויט »

אנגעשפיצט
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שפאנונג.

סאטמאר אויף שאלאטעליי אדער יאקאב יאקאב?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
Lion
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:13 pm

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Lion »

זייער ציענד
אבנים טובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 1:06 pm

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנים טובות »

Lion האט געשריבן:
זייער ציענד
גאמ
נישט ווער עס לאכט איז פרייליך
נישט ווער עס איז פרייליך לאכט

נעם דיין עתיד און צוקלאפ מיט דעם דיין עבר
נעם נישט דיין עבר און צוקלאפ מיט דעם דיין עתיד
אוועטאר
עניטינג
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 2:42 pm

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עניטינג »

Wow!
הייבט אן ווערן שרעקעדיג.
מיין הארץ קלאפט שוין, ביטע האלט אונז נישט צו לאנג געשפאנט.
א יישר כח!
אוועטאר
פינעווער
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:10 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער/ביכל.

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינעווער »

ספעלינג קען זיין בעסער.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 2:13 pm
באגרייפעכצערייאונגענערישן.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

פינעווער האט געשריבן:
ספעלינג קען זיין בעסער.
כ’פארשטיי אז די האסט ברוך השם געטראפן צוויי-דריי ספעלינג מיסטעיקס, אבער פאר דעם איז דא אן אישי קעסטעלע
אין מאגן ברענט א פייער קיין טאמס קען עס נישט פארלעשן
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4762
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

סובסקרייבד
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
עלינו לשבח
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2023 6:32 pm
לאקאציע: אין סידור

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו לשבח »

האסטו וועסטו האט געשריבן:
סובסקרייבד

גא"מ

אבער האלט נישט אויף צו לאנג
געטון די סגולה פון ר' מתיא בן חרש און געזען "גאר גרויסע ישועה" צוגעזאגט מפרסם צו זיין!
--
אוועטאר
צימליכמאן
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 25, 2022 1:27 pm

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צימליכמאן »

מיין הארץ צימליכט אוועק
~מר' צימליכמאן~

קעניג
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4762
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

צימליכמאן האט געשריבן:
מיין הארץ צימליכט אוועק
פליז צימליך נישט אקעי?
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
צימליכמאן
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 25, 2022 1:27 pm

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צימליכמאן »

האסטו וועסטו האט געשריבן:
צימליכמאן האט געשריבן:
מיין הארץ צימליכט אוועק
פליז צימליך נישט אקעי?
מיינע שלייקעס ציטרן פאר שרעק

אבי נישט דיינע הויזן

איך האב שוין אויסגעטון מיינע sas נאכן ווארטן פאר מענדיס מעשה
~מר' צימליכמאן~

קעניג
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שלמה מולכו האט געשריבן:
שפאנונג.

סאטמאר אויף שאלאטעליי אדער יאקאב יאקאב?
כ'מיין אז תש"ע איז נאר געווען די צווייטע..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: פארזעצונג צובוזשוועטע יארן (אמתער מעשה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

משה וואלף איינהארן, די טאטע פון חיים ער איז געווען מער פין די קוטשמע סארט מיטעלער יארגאנג איד.
זייער פארמאכט מיט זיינע געפילן איז ער געווען.
משוגעתן האט ער געהאט גאר גאר אסאך און בית מדרש האט ער גאנץ אפט זיך געקענט אויפרייסן מיט קולות אויף די אידן וואס האבן געטון זאכן וואס האבן עם נישט געפאלן,
די מתפללים אין זיין ביהמד פלעגן הנאה האבן צו זעהן משה וואלף אין די גיסטע סגווען אהן עקסטרע הנאה זיך צו זעצן שבת צופרי אויף זיין פלאץ ווארטענדיג אז משה וואלף זאל זיך רעגן.
משה וואלף איז נישט געווארן אינערלעך געבאדערט פון זיין שרייען אבער חיים וואס פלעגט מיטהאלטן ווי מען לאכט פון זיין טאטן פלעגט יעדעס מאל ווערן רויט פאר בושה איייי בעצם וואס טראגט ער דעגות פלעגט ער טראכטן אין צומאל זיך מאכן ווי ער לאכט פון זיין אייגן טאטן אבער טוף און הארצן פלעגט עם עס גוט קוצלען, משה וואלף האט געהאט די מהלך פון חונך פונעם פריערדיקן דור ער פלעגט זיך באגיין צו די קינדער גאר שארף אין קיינמאל חס ושלום געוויזן א פינטל געפיל פאר זיינע קינדער,
חיים וואס איז געווען גאר א געפילישע פון אינווענדיג אין האט אויפגעוואקסן אין אזא שטוב פלעגט אנקוקן געפילן ווי א קינדערישע זאך,
אבער דעס דייקא האט עם צוריסן אויף שטיק שטיקלעך,
זיין מאמע פלעגט עם אלץ מזביר זיין ווי שטארק טאטי האט דיר ליב נאר ער קען עס פשוט דיר נישט זאגן ווייל ער איז א פארמאכטע מענטש
אבער חיים האט עס אנגעקוקט אנדערש,.
נעכט וואס ער פלעגט וויינען פארוואס ער איז געבוירן צו א טאטע אהן געפילן.
ניטמאל א שמייכל קען ער מיר ווייזן ווען איך ברענג אהיים א גוטע בחונה אבער אך אין וויי אויב איין בחינה אדער איין שלעכט ווארט פון די מגיד שיעור דעמאלט פלעגט גיין קולות און מכות נישט מער ווי איינמאל האט זיך געגאסן בלוט פון זיין נאז נאך וואס ער האט געכאפט פעטש פון זיין טאטע אין אפטמאל האט עס געקענט זיין פארענט פון א גאנצע בית מדרש,
פאר חיים איז דאס געווען א גיהנום בעת וואס אלע מתפללים האבן הנאה געהאט צו זעהן ווי משה וואלף איז מחנך זיין זון,

יענע נאכט איז עס געווען ווען חיים האט אהיימשפאצירט נאך דער מאדנע נאכט סדר וואס ער האט געהאט מיט מאטי,
זיינע געפילן האט עם געשטורעמט ער האט געפילט ווי ער מיז פרעגן אהן עלטערן מענטש צו ער זאל גיין זיך טרעפן מיט מאטי אבער וועם?
זיין טאטע ציטערט ער בכלל אויסצוטוישן א ווארט מיט אין זיין מאמע וועט אינגאנצן נישט פארשטיין.
ער איז אהיימגעקומען געגעסן נאכטמאל אין זיך אראפגעזעצט אויפן קאוטש פאר טוהן אין זיינע געדאנקען,
צומישט ווי א זית איז ער געווען זיין יונגע מח האט דערשמעקט אז עפעס איז מאדנע מיט דער מאטי אבער ער האט נישט געקענט כאפן וואס,
ער האט בעצם געציטערט צו אהינגיין אזוי צענע ביינאכט אבער זיין נייגער געפילן האבן געארבעט פיבערהאפטיג אויף עם,
אריין און בעט אים ניינע ווי זיין מאמע האט עם געהייסן, אבער שלאפן האט ער נישט געקענט,

די זייגער האט געוויזן האלב נאך צען ווען ער האט באשלאסן אז ער גייט!
שטילערהייט איז ער ארויס פון בעט זיך שנעל אנגעטוהן און מיט געמאסטענע טריט געגאנגען צום טיר, ער האט געדרייט די הענטל מיט א שטייטקייט אז קיינער זאל נישט הערן אז ער גייט ארויס,
אבער ער האט נישט געוויסט וואס ווארט עם אפ די אנדערע זייט טיר.....
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”