ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

''יענקי, פיין גענטפערט''! שמייכלט דער ראש ישיבה מיט פארגעניגן. ''שלומי וואס פרעגט די גמרה ווייטער''?

שלומי דערזעהט זיך מיט אן אראפגעלאזטער קאפ. ''א אי איך בי בין נישט אנגעקומען צום צווייטען בלאט'', פרובירט ער זיך צו פארענטפערן.

דער ראש ישיבה'ס פנים ווייזט צייכענעס פון אנטוישונג. ''דער באשעפער האט דיך באשאנקען מיט א פיין קעפל, ווען די וואלסט ווען באמת געוואלט''....

שלומי האט שוין מער גארנישט געדארפט הערן. א שטארקע שנאה געפיל צו זיך זעלבסט, האט געמאכט דאס וועג אריין צו זיין הערצעלע און עס ארום גענימען מיט געוואלד. ''ווען די וואלסט ווען באמת געוואלט''! ''ווען די וואלסט ווען באמת געוואלט''! איז דורכגעלאפן אין שלומי'ס מח איינמאל און נאכאמאל.
איך פרוביר דאך אבער אזוי שטארק! האט עפעס א שטילע קול גענטפערט אין איהם.

~~~

שלומי איז אסאך א דורך אין ישיבה. ער האט פרובירט מיט איבערמענטשליכע כוחות צו זיין א חלק פון ישיבה אבער ס'איז נישט געגאנגען.
מיט'ן באשעפער'ס הילף וועלן מיר אביסל מיטהאלטן אויף א קליינעם טעגליכן פארנעם, זיינע שוועריגקייטן, און וויאזוי ער האט זיך ארויסדערזעהן פון דעם.

כ'האף דער עולם וועט הנאה האבן, און זיך אביסל לערנען פון זיין אמתע עקספעריענס.

קריטיק איז היילי אפרישיעטיד.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
איטשע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 3:16 pm

Re: ער האט OCD

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע חסיד »

מיין שכן אין ביהמ״ד א געפערליכע נודניק ווי א פליג וואס גרידזשעט אין אויער, ביים דאווענען וועט ער זיכער מאכן אז יעדער הערט זיין אויסגעקראצטע שטימע וואס קומט אראפ איין מאל און עטליכע דורות, דאס איז אין צוגאב וואס ער וועט זיכער מאכן צו כאפן דעם ברעטל יעדע שני וחמישי, דאס איז א דאנק די שכח׳ס וואס די זיידעס געבן איהם, און צוגאב צו דעם וועט ער זיכער מאכן מו מאכן חזרה און חוזר חזרה אויף יעדע ווארט, וואס דאס אליין מאכט מענטשן טריפן אנדערע בתי מדרשים, האט ער OCD?
אין חדר האט מען מיר גערופן איטשע, היינט הייס איך שוין איטשע חסיד…
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: ער וויל נישט? צו ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

לאמיר הערן!

***

נישט צו פארדרייען דיין אשכול, די קורצער ענטפער צו די שאלה אינעם קעפל [לויט ווי אזוי איך פארשטיי די ציור וואס איר שילדערט]:

אלע ביידע!

ער 'וויל יא' מיטהאלטן אבער 'קען נישט'. ער 'וויל נישט' אויפגעבן [סובקאנטשעסלי] אויף זיין קאנצעטראציע אויף זיך אבער ער 'קען יא'.

זאל ער ווען אנהייבן טוהן דאס וואס ער וויל נישט אבער קען יא, וועט ער פלוצים אנהייבן קענען דאס וואס ער וויל יא אבער קען נישט.
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט? צו ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

2:00 AM
שלומי ליגט אין בעט זייער אנגעשטרענגט. עס איז שא שטיל און דער גאנצער דארמעטארי, אלע בחורים שלאפן שוין פון לאנג, ער קען אבער נישט איינשלאפן. ער פילט אז זיין הארץ קלאפט עפעס שוואך, גייט ער כאפן א הארץ אטאק?

א שווייס נעמט איהם ארום, ''זאל איך קאלן הצלה?'' טראכט ער צו זיך. ס'איז גארנישט! שרייט צו איהם א צווייטער מח קעמערל, די ביזט פשוט אנגעשטרעגט.
מען הערט אבער כסדר אז בחורים וועקן זיך נישט אויף אינדערפרי, טראכט ער מיט שרעק.

שלומי קען נישט מער, ער פילט ווי זיין מח פלאצט! וואס גייט פאר מיט מיך?! פארוואס קען יעדער שלאפן נארמאל? לערנען נארמאל? און איך בין עפעס, עפעס אזוי אנדערש!
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער האט OCD

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

איטשע חסיד האט געשריבן:
מיין שכן אין ביהמ״ד א געפערליכע נודניק ווי א פליג וואס גרידזשעט אין אויער, ביים דאווענען וועט ער זיכער מאכן אז יעדער הערט זיין אויסגעקראצטע שטימע וואס קומט אראפ איין מאל און עטליכע דורות, דאס איז אין צוגאב וואס ער וועט זיכער מאכן צו כאפן דעם ברעטל יעדע שני וחמישי, דאס איז א דאנק די שכח׳ס וואס די זיידעס געבן איהם, און צוגאב צו דעם וועט ער זיכער מאכן מו מאכן חזרה און חוזר חזרה אויף יעדע ווארט, וואס דאס אליין מאכט מענטשן טריפן אנדערע בתי מדרשים, האט ער OCD?
איך ווייס נישט אויב ער האט OCD, אבער דאס אז יעדער דארף הערן זיין צוקראצטע שטימע, האט זיכער גארנישט מיט דעם.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט? צו ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

נשמת השכל האט געשריבן:
לאמיר הערן!

***

נישט צו פארדרייען דיין אשכול, די קורצער ענטפער צו די שאלה אינעם קעפל [לויט ווי אזוי איך פארשטיי די ציור וואס איר שילדערט]:

אלע ביידע!

ער 'וויל יא' מיטהאלטן אבער 'קען נישט'. ער 'וויל נישט' אויפגעבן [סובקאנטשעסלי] אויף זיין קאנצעטראציע אויף זיך אבער ער 'קען יא'.

זאל ער ווען אנהייבן טוהן דאס וואס ער וויל נישט אבער קען יא, וועלט ער פלוצים אנהייבן קענען דאס וואס ער וויל יא אבער קען נישט.
ריכטיג. די שמועסט אויס דאס, אז ווען מענטשן כאפן אן זאכן צו שטארק, ווערט די מח פארמאכט.

אין די סעריע וואס איך האף צו שרייבן דא, וועט מען בעז''ה אנקומען צום שורש פון שלומי'ס פראבלעמען, וואס א חלק פון דעם איז טאקע דאס.
עס גייט אבער אסאך טיפער, און ווייטער.

מען וועט אי''ה אנקומען אהין.

נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובה דורך נשמה »

איך ליין, איך ליין. נו... וואס איז געווען ווייטער?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: ער וויל נישט? צו ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

צד השוה האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
לאמיר הערן!

***

נישט צו פארדרייען דיין אשכול, די קורצער ענטפער צו די שאלה אינעם קעפל [לויט ווי אזוי איך פארשטיי די ציור וואס איר שילדערט]:

אלע ביידע!

ער 'וויל יא' מיטהאלטן אבער 'קען נישט'. ער 'וויל נישט' אויפגעבן [סובקאנטשעסלי] אויף זיין קאנצעטראציע אויף זיך אבער ער 'קען יא'.

זאל ער ווען אנהייבן טוהן דאס וואס ער וויל נישט אבער קען יא, וועלט ער פלוצים אנהייבן קענען דאס וואס ער וויל יא אבער קען נישט.
ריכטיג. די שמועסט אויס דאס, אז ווען מענטשן כאפן אן זאכן צו שטארק, ווערט די מח פארמאכט.

אין די סעריע וואס איך האף צו שרייבן דא, וועט מען בעז''ה אנקומען צום שורש פון שלומי'ס פראבלעמען, וואס א חלק פון דעם איז טאקע דאס.
עס גייט אבער אסאך טיפער, און ווייטער.

מען וועט אי''ה אנקומען אהין.
שוין פרובירט אמאל זיך איינצוחזרן אפאר בלאט ממש פארן פארהער? (קען אפילו זיין א זכרו / תורתך בחינה) עס גייט נישט. נאר ווען מען לאזט נאך און מען קאנצענטרירט זיך אויף די שורה וואס מען לערנט יעצט, פארגעסנדיג פון דעם גאנצן עול פון זיך איינחזרן די בלעטער, דאמאלס קען עס אריינגיין אין קאפ.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: ער וויל נישט? צו ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

נשמה האט געשריבן:
איך ליין, איך ליין. נו... וואס איז געווען ווייטער?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

און שוין.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

עס איז געווען ביי נאכט סדר נאכן זיץ ווען שלומי איז צוגעגאנגען צום מגיד שיעור...

ביים זיץ אביסל פריער האט דער משגיח שטארק ארום גערעדט וועגן בחירה. מיט א פייער האט ער ארויסגעברענגט ווי אפילו זאכן וואס זענען שווער זענען נישט קיין אפהאלט פארן מענטש, עס איז שווער צו לערנען, דאווענען? ארבעטן אויף דער מידות? פארדעם זענען מיר דא! צו הארעווען!

שלומי האט זיך צוגעהערט מיט אן ערענסקייט. בשעת חיים אויף זיין רעכטער זייט האט געבויעט א פאר צענדליג פאפיר פליגער פאר אוקריינע, און יצחק אויף זיין לינקער זייט האט דורכגעטוהן מיט א שטארקע מבינות דאס געבוי פונעם באנק אויף וואס זיי זענען געזעצן. האט שלומי זיך איינגעחזר'ט דער משגיח'ס ווערטער. עס איז שווער...? פארדעם זענען מיר דא! צו הארעווען!!

און ווי נאר עס איז געקימען צו נאכט סדר, האט זיך שלומי טאקע געזעצט לערנען מיט א חשק! דער משגיח'ס ווערטער האבן איהם נאך געקלינגן אין דער אויערן.
עס האט אבער נישט גענימען לאנג, און שלומי זעהט ווייטער עס גייט נישט!! ''פארוואס קען איך נישט טראכטן? פארוואס האב איך נישט קיין זיץ פלייש איינצוזיצן?!'' טראכט צו זיך שלומי, איז דאס דער שוועריקייט אויף וואס איך דארף בוחר זיין?

און ער האט זיך געטראפן מאכן זיין וועג צום מגיד שיעור, אפשר וועט ער איהם העלפן?
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט? צו ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

נשמת השכל האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
איך ליין, איך ליין. נו... וואס איז געווען ווייטער?
לאמיר זיך קודם אביסל באקענען מיט זיינע שוועריקייטן, וועט זיין אביסל גרינגער צו פארשטיין וואס האט איהם בעצם געטריגערט.

איך האב נישט דאס צייט צו שרייבן מער אויף א מאל. ואתחם הסליחה.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

ישר כוח @צד השוה פאר וויפיל דו שרייבסט יא.

איך ווארט פאר נאך!

----

עס קומט דא אויס, אז דער וועלעכע נעמט נאך די מערסטע דעם משגיח'ס ווערטער - דעם איז נאך די שווערסטע עס מקיים צו זיין בפועל.

זיין שטארקע ווילן עס קונה צו זיין מיט א שלימות - דוקא דאס איז וואס שטערט אים עס אויסצופירן.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

יישר כח צד השוה.
קוקט אויס גאר אינטערעסאנט, גיימיר מיטהאלטן שלומי’ס רייזע.
כהאף זיך צו לערנען עפעס אינטערוועגנס
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: ער וויל נישט? צו ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

צד השוה האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
איך ליין, איך ליין. נו... וואס איז געווען ווייטער?
לאמיר זיך קודם אביסל באקענען מיט זיינע שוועריקייטן, וועט זיין אביסל גרינגער צו פארשטיין וואס האט איהם בעצם געטריגערט.

איך האב נישט דאס צייט צו שרייבן מער אויף א מאל. ואתחם הסליחה.
אדרבה, שרייב נאר וויפיל צייט דו האסט.
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

אנדערש ווי מיט די אנדערע ישיבה איינגעשטעלטע, ווי דער קשר איז באשטאנען פון דערנער און ווילדע גראזן, האט שלומי געהאט א פיינע קשר מיט דעם מגיד שיעור.

דער נאכט מגיד שיעור ר' ישראל, האט פארמאגט א צוזאמשטעל פון פארשטאנד און ווארימקייט, וואס האט צוגעצויגן בחורים ווי בינען צו האניג. וואס האט אבער גערעדט צו שלומי מער פון אלעם, איז דאס בליק מיט וואס ער האט געקוקט אויף א צווייטער איד. יעדער איד איז א מתנה פאר כלל ישראל!

שלומי האט שווייגענדיג געריכטעט זיינע טריט צום מגיד שיעור. מיט א פארקלעמטע הערצ'לע האט ער באטראכט די פולע בחורים וואס קאכן מיט א געשמאק אינעם סוגיה, זיין אנגעשטרענגטע קאפ האט קוים געקענט זאגן די ווערטער, ווער רעדט נאך פארשטיין!

ביים מגיד שיעור'ס טישל האט זיך געטוהן לעבעדיג. מייליך'ס פנים האט געשריגן פייער בשעת ער האט פרובירט אפצופרעגן דעם מגיד שיעור'ס פשט אינעם ר''ן, בשעת דער מגיד שיעור איז געזיצן מיט א פארקנייטשט פנים איבערן גמרה הערנדיג וואס מייליך זאגט, ווי ער וואלט ווען בכלל נישט געווען דאהי.

שלומי האט שטילערהייט ארויפגעשריבן זיין נאמען אויפן ליסט נעבן דעם מגיד שיעור'ס טיש, אז מען זאל איהם ריפן ווען עס קומט זיין רייע, און ארויס פון בית מדרש.

א קילע פארנאכט'ס ווינטל האט באגריסט שלומי'ן. דער זון האט געשיקט איר לעצטע שטראלן פון צווישן די ביימער איבערלאזנדיג דעם זייט ערד קיגל.

שלומי האט געוואלט אביסל הנאה האבן פון דער שטילקייט, אבער אן ערפאלג. עפעס אן אומרואיגקייט האט איהם ארומגענימען. וואס פיל איך? וואס גייט פאר מיט מיך? האט שלומי כמעט געקוויטשעט!

נישט קענענדיג דילן מער מיט דער מציאות, האט שלומי אריין אין א ליידיגן שיעור צימער, און זיך אראפגעזעצט אויף א באנק.

דער מלאך החלומות האט רחמנות געהאט, און צייטוויליג אויסגעלייזט שלומי'ן פון זיין צער.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

נשמת השכל האט געשריבן:
ישר כוח @צד השוה פאר וויפיל דו שרייבסט יא.

איך ווארט פאר נאך!

----

עס קומט דא אויס, אז דער וועלעכע נעמט נאך די מערסטע דעם משגיח'ס ווערטער - דעם איז נאך די שווערסטע עס מקיים צו זיין בפועל.

זיין שטארקע ווילן עס קונה צו זיין מיט א שלימות - דוקא דאס איז וואס שטערט אים עס אויסצופירן.
יישר כח!

פערפעקשעניזם איז איין שטיקל אינעם פאזל. עס איז אבער דא סאך מער צו דעם. וועסט אי''ה הנאה ווען עס וועט קלאר ווערן דאס גאנצער פאזל.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

לפי עניות דעתי האט געשריבן:
יישר כח צד השוה.
קוקט אויס גאר אינטערעסאנט, גיימיר מיטהאלטן שלומי’ס רייזע.
כהאף זיך צו לערנען עפעס אינטערוועגנס
יישר כח!

מיטן באשעפער'ס הילף וועסטו הנאה האבן, און בפשטות זיך אויך לערנען.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט? צו ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

נשמה האט געשריבן:
צד השוה האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
איך ליין, איך ליין. נו... וואס איז געווען ווייטער?
לאמיר זיך קודם אביסל באקענען מיט זיינע שוועריקייטן, וועט זיין אביסל גרינגער צו פארשטיין וואס האט איהם בעצם געטריגערט.

איך האב נישט דאס צייט צו שרייבן מער אויף א מאל. ואתחם הסליחה.
אדרבה, שרייב נאר וויפיל צייט דו האסט.
@ נשמה דאס אז די ביזט דא, געט באמת א שטיפ אויף ווייטער!
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

א קלאפ אין פלייצע האט אויפגעוועקט שלומי. אויפהייבנדיג די אויגן האט ער זיך באגעגענט מיט דער מגיד שיעור'ס ליבליכע אויגן.

''די פילסט גוט שלומי''? האט דער מגיד שיעור געפרעגט מיט זארג.

''ב''ה איך פיל זייער גוט, איך האב אראפגעלייגט מיין קאפ ווייל עס איז מיר געווען זייער שווער''.
''וואס איז דיר געווען שווער''? האט דער מגיד שיעור געפרעגט, נישט אראפנעמענדיג דער האט האנט פון שלומי'ס פלייצע.

''איך.. איך.. ווייס אליינס נישט!'' האט זיך דערקענט א ביטערניש אין שלומי'ס קול. ''איך קען נישט לערנען, נישט שלאפן, איך קען נישט גארנישט!'' האט שוין שלומי געווישט זיינע טרערן.

''איך האט טאקע געוואלט רעדן מיט דיר'', זאגט דער מגיד שיעור. ''איך האב באמערקט אז די לייגסט אריין אסאך כוחות אינעם לערנען. די ערשטע פאר מינוט פונעם שיעור פרעגסטו באמבע קשיות, אבער אפאר מינוט אריין אינעם שיעור האלטסטו מער נישט מיט. אויך זעה איך אויף דיך א געוויסע אנגעצויגנקייט. וואס גייט פאר?''
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בשעת איך צעקיי די לעפל וואס דו האסט אריינגעלייגט אין מיין מויל, ווארט איך שוין אויף נאך...
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

נשמה האט געשריבן:
בשעת איך צעקיי די לעפל וואס דו האסט אריינגעלייגט אין מיין מויל, ווארט איך שוין אויף נאך...
;l;p-
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

יישר כח!
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פיינער אשכול.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

הערליכער אשכול, זייער אינפארמאטיוו.
קוקט אויס ווי מען גייט אנקומען צו ADD אדער ADHD?
לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן. מיר וועלן ווארטן צו געדולד.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”