רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי 2024 למספרם-שמועסן און קאמענטארן
חכם, ווער ברענגט די 30 סעקונדן קליפס?...World Champion האט געשריבן:מקור?פעיק ניוז האט געשריבן:כאריזמע האט ער נישט דאס בעסטע, אבער א פיסק האט ער.World Champion האט געשריבן:נאכאמאל דיסענטיס'ס גאנצע כוח איז נאר דאס. מיט די אנדערע מאטריאל איז ער א גארנישט, קיין שום כאריזמע, נישט קיין גוטער פיסק.ר' זעקל האט געשריבן:איך געדענק פיין, אבער דאס מאכט זיי נאכנישט די זעלבע ווייל ביידע פייטן די דעמאקראטן אלס א גאווערנער.World Champion האט געשריבן:אדער געדענקסטו נישט וואלקער'ס מעכטיגע קאמפן מיט די יוניאנס און מיט די דעמאקראטן, אדער ווילסטו נישט געדענקן.
ביי די דעבאטע האט ער געסאקט, די אלע 30 סעקונדעס שטיקלעך ווי ער גיבט פאר די מידיע, איז קליינע געשניטענע מעשיות.
טראמפ האט אויך געסאקט ביי די דעבאטעס מיט ביידען..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40515
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם
ברוכים הבאים!
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן - 2024 למספרם
שכח הבל, אייביג מיט א פרישקייט.
האסט הנאה? געב א לייק
- ר' זעקל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11453
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
- לאקאציע: אונטערן זעקל
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן - 2024 למספרם
במחילות כבודך זעהט נישט אויס ווי דו האסט ארויס די מציאות פון די רעפאבליקאנער פארטי.mosha g האט געשריבן:נישט ממש, זיי וועלן זיך מסתם צאמנעמען אינטער איינעם צו סטאפן טראמפ אזויווי דעמאקראטן אינטער ביידען קעגן סענדערס.
די דעמאקראטישע פארטי האט עס געטוהן אין 20' אזוי ווי דו זאגסט, אבער די רעפאבליקאנער פארטי האט עס נישט געקענט באווייזן אין 16', אין די רעפאבליקאנער פארטי לויפט נישט קיינער פאר די פארטי נאר פאר זעך, מ'האט זיך געבעטן ברחמים פון די קאנדידאטן אין 16' זיך צוזאמצונעמען אינטער קרוז אדער רוביא אפצוהאלטן טראמפ ווען ס'איז נאך געווען מעגליך אבער ס'איז נישט געגאנגן, און ס'גייט בפשטות נישט געשעהן אין 24' אויך נישט.
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם
2024 נאך צוויי פארלוירענע עלעקשנס מיט טראמפ איז אנדערש. וועל מיר זען
האסט הנאה? געב א לייק
- ר' זעקל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11453
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
- לאקאציע: אונטערן זעקל
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם
די רעפאבליקאנער פערדן האבן זיך נישט געלערנט נאך די 20' און 22' עלעקשאנס, איך זעה נישט ווי זיי גייען קליגער ווערן אין 24'.
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן - 2024 למספרם
סענדערס האט נישט אזוי שטארק צוריק געשלאגן ביי די דשענעראל עלעקשאנס ווי טראמפ גייט טון אויב פארלירט ער ביי די פריימעריס.mosha g האט געשריבן:נישט ממש, זיי וועלן זיך מסתם צאמנעמען אינטער איינעם צו סטאפן טראמפ אזויווי דעמאקראטן אינטער ביידען קעגן סענדערס.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן - 2024 למספרם
אמת. דאס מיינט נישט אז די רעפובליקאנע וועלן עס נישט טוען וועגן דעם.א פיפטער האט געשריבן:סענדערס האט נישט אזוי שטארק צוריק געשלאגן ביי די דשענעראל עלעקשאנס ווי טראמפ גייט טון אויב פארלירט ער ביי די פריימעריס.mosha g האט געשריבן:נישט ממש, זיי וועלן זיך מסתם צאמנעמען אינטער איינעם צו סטאפן טראמפ אזויווי דעמאקראטן אינטער ביידען קעגן סענדערס.
האסט הנאה? געב א לייק
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן - 2024 למספרם
פארוואס זאלן זיי זיך שיסן אין די פיס?mosha g האט געשריבן:אמת. דאס מיינט נישט אז די רעפובליקאנע וועלן עס נישט טוען וועגן דעם.א פיפטער האט געשריבן:סענדערס האט נישט אזוי שטארק צוריק געשלאגן ביי די דשענעראל עלעקשאנס ווי טראמפ גייט טון אויב פארלירט ער ביי די פריימעריס.mosha g האט געשריבן:נישט ממש, זיי וועלן זיך מסתם צאמנעמען אינטער איינעם צו סטאפן טראמפ אזויווי דעמאקראטן אינטער ביידען קעגן סענדערס.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן - 2024 למספרם
געשאסן אין די פיס האבן זיי זיך ביז יעצט. דעסענטיס מיט א גיטע ווייס פרעזידענט קען מער ווייניגער פאראייניגן די פארטיי און נאך געווינען אינדיפענדענטס ווי אויך איינשלעפן די דעמאקראטן אזויווי יעצט אין פלארידע. פארגעס נישט טראמפ איז דער וואס וועקט אויף אלע דעמאקראטן.א פיפטער האט געשריבן:פארוואס זאלן זיי זיך שיסן אין די פיס?mosha g האט געשריבן:אמת. דאס מיינט נישט אז די רעפובליקאנע וועלן עס נישט טוען וועגן דעם.א פיפטער האט געשריבן:סענדערס האט נישט אזוי שטארק צוריק געשלאגן ביי די דשענעראל עלעקשאנס ווי טראמפ גייט טון אויב פארלירט ער ביי די פריימעריס.mosha g האט געשריבן:נישט ממש, זיי וועלן זיך מסתם צאמנעמען אינטער איינעם צו סטאפן טראמפ אזויווי דעמאקראטן אינטער ביידען קעגן סענדערס.
האסט הנאה? געב א לייק
- יקוש פייוויש
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6651
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם
לאמיר טראכטן אביסל פאראויס, לו יהא גארנישט וועט אפשטעלן טראמפ אין ער וועט יא לויפן קעגן ביידן 24, וועט דעסאנטיס אדער עני אנדערע גוטע רעפאבליקען קאנדידאט זיין גאר שטארק קעגן (אינקאמבענט) קאמאלע 28…ר' זעקל האט געשריבן:די רעפאבליקאנער פערדן האבן זיך נישט געלערנט נאך די 20' און 22' עלעקשאנס, איך זעה נישט ווי זיי גייען קליגער ווערן אין 24'.
- unit 13
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3260
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
- לאקאציע: Command Center
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם
מנהלים ביטע אריין לייגן דעם אשכול אין נייעס אין קאך לעפעל פארם
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
- unit 13
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3260
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
- לאקאציע: Command Center
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם
מען קען זיך זייער גרינג פארמישןunit 13 האט געשריבן:מנהלים ביטע אריין לייגן דעם אשכול אין נייעס אין קאך לעפעל פארם
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי קאמענטארן-2024 למספרם
וואס גלייבסטו מער, דעי אנקעטע, אדער וואס אמעריקאנער האבן געוויזן צוויי וואכן צירוק??מידער האט געשריבן:דער אנקעטע האט עטליכע חידושים.פלעגט גיין שלאפן פרי האט געשריבן:׳פרישע הארווערד/העריס אנקעטע׳
2024 ריפאבליקאנער פריימערי:
טראמפ 46%
דיסענטיס 28%
פענס 7%
קרוז 3%
העילי 2%
רוביאו 1%
פאמפעיאו 1%
סקאט 1%
2024 פרעזידענטליכע וואלן:
דונלד טראמפ 44% (+2)
דשאו ביידן 42%
דונלד טראמפ 47% (+7)
קאמאלא העריס 40%
ראן דיסענטיס 43% (=)
דשאו ביידן 43%
ראן דיסענטיס 42% (+3)
קאמאלא העריס 39%
1. טראמפ איז נאכאלס שטארק צווישן רעפובליקאנער כאטש דער אויסגאנג פון די מידטורם וואלן.
2. כאטש טראמפ קומט מיט א וואלד מיט שונאים, קומט ער נאך אלס ארויס שטערקער קעגן דעם דעמאקראט אין פארגלייך צו דעסאנטיס.
3. די גערעסטע חידוש: די דעמאקראטן זענען אין זייער א שוואכע פאזיציע אריינטרענדנדיג אינעם 24' קאמפיין. העט מען מוזן ציווארטן פאר נאך אנקעטעס אויב דאס איז טאקע דער מצב.
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי 2024 למספרם-שמועסן און קאמענטארן
ווען מען מאכט א עוורידזש צווישן אלע אנקעטעס וואס איז עוועיליבעל אויף 538 פון די רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי וואס זענען גענומען געווארן נאך די פארלאפענע מידטוירם וואלן
זענען די רעזולטאטן ווי פאלגענד
דאנאלד טראמפ 44.0%
ראן דיסענטיס 38.3%
מייק פען'ס 8.1%
זענען די רעזולטאטן ווי פאלגענד
דאנאלד טראמפ 44.0%
ראן דיסענטיס 38.3%
מייק פען'ס 8.1%
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט
אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי 2024 למספרם-שמועסן און קאמענטארן
ס'איז אינטרעסאנט אז קוקענדיג אויף סטעיטווייד אנקעטעס איז דיסענטיס פאראויס פון טראמפ און כמעט אלע אנקעטעס דעס רעכענט אריין
טעקסעס= דיסענטיס +11
פלארידע= דיסענטיס +27
פענסילוועניא= דיסענטיס +5
דזשארדזשע= דיסענטיס +20
אייעווע= דיסענטיס +7
יאטע= דיסענטיס +10
נוא העמפשעיר= דיסענטיס +15
טעקסעס= דיסענטיס +11
פלארידע= דיסענטיס +27
פענסילוועניא= דיסענטיס +5
דזשארדזשע= דיסענטיס +20
אייעווע= דיסענטיס +7
יאטע= דיסענטיס +10
נוא העמפשעיר= דיסענטיס +15
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט
אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי 2024 למספרם-שמועסן און קאמענטארן
מיין פערדיקשאן אויף די 2024 עלעקשאן
דאס איז נאר גילטיג מיט עטליכע תנאים
1) ראן דיסענטיס וועט זיין די רעפובליקאנע קאנדידאט
2) דזשאוי ביידן וועט זיין די דעמאקראטישע קאנדידאט
3) טראמפ וועט נישט לויפן אל'ס א דריטע פארטיי קאנדידאט און נישט אונטערהאקן דיסענטיס איך פארלאנג נישט ער זאל איהם שטיצן און קאמפיינען פאר איהם אבער ער זאל צום ווייניגסטן'ס זיך האלטן שטיל
4) ס'זאל נישט פארקומען קיין דראסטישע געשעענישן די קומענדיגע 2 יאר (ווי למשל קאוויד,וכו' אדער אפילו אביסל ווייניגער דראסטיש ווי למשל איראן און רוסלאנד זאלן פאלן אדער אינפלאציע זאל אראפקומען צו 3-2 פראצענט וכדו')
דיסענטיס וועט געוואונען די פאלגענדע סטעיט'ס מיט איבער 15%
פלארידע,טענעסי,אינדיענע,מיזשורי,אלעבאמא,סאוט קאריליינע,קענטאקי,לאזיענע,אקלעהאמא,יאטע,מיסיסיפי,ארקענסאוי,קענסעס,נעברעסקא,איידעהאוי,וועסט ווערדזשיניע,מאנטאנא,סאוט דעקאטע,נארט דעקאטע,ווייאמינג
די פאלגענדע צווישן 10 און 15 פראצענט
(טעקסעס)אהייאוי,אייעווע,אלאסקע
די פאלגענדע צווישן 5 און 10 פראצענט
(טעקסעס),דזשארדזשע,נארט קאריליינע,מעין דיסטריקט 2
די פאלגענדע צווישן 1 און 5 פראצענט
פענסילוועניא,אריזאנע,וויסקאנסין,נעוואדע
די פאלגענדע וועט גיין און 3-2 פראצענט קען גיין אויף ביידע זייטן
מישיגן,מיניסארע,נוא העמפשעיר,נעברעסקא דיסטריקט 2
די פאלגענדע וועט ביידן געוואונען מיט איבער 15%
קאליפארניע,נוא יארק,(וואשינגטאן),מאסעטשאסעט'ס,מערילענד,קאנעטיקוט,האוואיי,ראוד איילענד,דעלווער,ווערמאנט,וואשינגטאן די סי
די פאלגענדע צווישן 10 און 15 פראצענט
אילינוי,(וואשינגטאן)
די פאלגענדע צווישן 5 און 10 פראצענט
נוא דזשערסי,קאלאראדא,ארעגאן,(נוא מעקסיקאוי)
די פאלגענדע צווישן 1 און 5 פראצענט
ווערדזשיניע,(נוא מעקסיקאוי),מעין
סך הכל ראן דיסענטיס וועט געוואונען און באקומען לכה"פ 297 עלעקטארל'ס ביידן וועט באקומען לכה"פ 211 עלעקטארל'ס און נאך 30 עלעקטארל'ס קענען גיין ביידע וועגן

לויט די עוורידזש פון אלע אנקעטעס וואס זענען גענומען געווארן זייט אנהייב דעצעמבער למספרם וואס זענען עוועיליבעל אויף 538 זענען די רעזולטאטן ווי פאלגענד
אין א 2 שפיציגע פארמעסט
ראן דיסענטיס 46.8%
דאנאלד טראמפ 43.9%
דיסענטיס + 2.9%
און א פארמעסט מיט מערערע קאנדידאטן
דאנאלד טראמפ 42.9%
ראן דיסענטיס 31.7%
טראמפ +11.2%
אין א 2 שפיציגע פארמעסט
ראן דיסענטיס 46.8%
דאנאלד טראמפ 43.9%
דיסענטיס + 2.9%
און א פארמעסט מיט מערערע קאנדידאטן
דאנאלד טראמפ 42.9%
ראן דיסענטיס 31.7%
טראמפ +11.2%
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט
אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי 2024 למספרם-שמועסן און קאמענטארן
וואס איז מיט די גאווערנער'ן פון סאוט דעקאוטע, זי שיינט צו זיין א פיינער קאנדידאט פאר פרעזידענט אדער וויצע, ניין?
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)want to hear
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 692
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 2:09 am
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי 2024 למספרם-שמועסן און קאמענטארן
פלארידע קאנגרעסמאן מעט געיטס זאגט ער האט פערזענליך פארגעשלאגן פאר טראמפ צו נעמען פאר װיצע די סאוט דעקאוטע גאװערנער קריסטי נאעם. אדער שרה האקאבי סענדערס ארקענסו גאװערנער.יער האט געשריבן:וואס איז מיט די גאווערנער'ן פון סאוט דעקאוטע, זי שיינט צו זיין א פיינער קאנדידאט פאר פרעזידענט אדער וויצע, ניין?
די מעלה פון זיי לויט אים איז װיבאלד זיי זענען פרויען װעט טראמפ בעסער קענען אפעלירן צו פרויען־באזע
געלט פארלוירן האלב פארלוירן, מוט פארלוירן אלעס פארלוירן. בשם אומרו: פארקאש טליתים.
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי 2024 למספרם-שמועסן און קאמענטארן
שווערע תנאים,ר' משה האט געשריבן:מיין פערדיקשאן אויף די 2024 עלעקשאן
דאס איז נאר גילטיג מיט עטליכע תנאים
1) ראן דיסענטיס וועט זיין די רעפובליקאנע קאנדידאט
2) דזשאוי ביידן וועט זיין די דעמאקראטישע קאנדידאט
3) טראמפ וועט נישט לויפן אל'ס א דריטע פארטיי קאנדידאט און נישט אונטערהאקן דיסענטיס איך פארלאנג נישט ער זאל איהם שטיצן און קאמפיינען פאר איהם אבער ער זאל צום ווייניגסטן'ס זיך האלטן שטיל
4) ס'זאל נישט פארקומען קיין דראסטישע געשעענישן די קומענדיגע 2 יאר (ווי למשל קאוויד,וכו' אדער אפילו אביסל ווייניגער דראסטיש ווי למשל איראן און רוסלאנד זאלן פאלן אדער אינפלאציע זאל אראפקומען צו 3-2 פראצענט וכדו')
דיסענטיס וועט געוואונען די פאלגענדע סטעיט'ס מיט איבער 15%
פלארידע,טענעסי,אינדיענע,מיזשורי,אלעבאמא,סאוט קאריליינע,קענטאקי,לאזיענע,אקלעהאמא,יאטע,מיסיסיפי,ארקענסאוי,קענסעס,נעברעסקא,איידעהאוי,וועסט ווערדזשיניע,מאנטאנא,סאוט דעקאטע,נארט דעקאטע,ווייאמינג
ס'איז בכלל דא אזא מעגליכקייט?
זיי געזונט...
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי 2024 למספרם-שמועסן און קאמענטארן
חוץ אז אינפלאציע זאל נישט אראפ קומען, (וואס עס איז בעצם שוין פארטיג מיט'ן ארויפגיין די לעצטע 6 מאנאטן,) איז אלע אנדערע זאכן ריזענבל. (און די אינפלאציע חלק קען מעגליך ווערן געבעלענסד דורך די פאטענשעל רעסעסיע.)
1) דעסאנטיס קען געווינען די פריימערי, הגם טראמפ איז לכאורה פעוואריט.
2) ביידן איז ווארשיינליך דער דעמאקראטישער קאנדידאט.
3) ביי ברייען קעמפ זעהן מיר אז טראמפ האט אים נישט אונטערגעהאקט אין די דזשענעראל, הגם דאס איז שטייצעך אנדערש, אבער א מעגליכקייט איז דא.
(איך בין נישט איבערצייגט אז דעסאנטיס געווינט זיכער, פלארידע, סאוט קאראליינע, אינדיאנע, מיזורי, מאנטענע, קענזעס און נעבראסקע, מיט איבער 15%, אבער לכאורה מיט איבער 10% יא.)
1) דעסאנטיס קען געווינען די פריימערי, הגם טראמפ איז לכאורה פעוואריט.
2) ביידן איז ווארשיינליך דער דעמאקראטישער קאנדידאט.
3) ביי ברייען קעמפ זעהן מיר אז טראמפ האט אים נישט אונטערגעהאקט אין די דזשענעראל, הגם דאס איז שטייצעך אנדערש, אבער א מעגליכקייט איז דא.
(איך בין נישט איבערצייגט אז דעסאנטיס געווינט זיכער, פלארידע, סאוט קאראליינע, אינדיאנע, מיזורי, מאנטענע, קענזעס און נעבראסקע, מיט איבער 15%, אבער לכאורה מיט איבער 10% יא.)
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי 2024 למספרם-שמועסן און קאמענטארן
ווער האט זיך איינגערעדט אז סקימט בכלל א פריימערי אין אז דיסענטיס גייט בכלל לויפן
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3141
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
- לאקאציע: קרית יואל
Re: רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי 2024 למספרם-שמועסן און קאמענטארן
טראמפ האט די וואך געזאגט אין א אינטערוויו אז ער האט אימפראמאציע אז דיסענטעס וועט לויפן אין ער האלט אז ער וועט עס גוט האנדלעןתרי בדחנא האט געשריבן:ווער האט זיך איינגערעדט אז סקימט בכלל א פריימערי אין אז דיסענטיס גייט בכלל לויפן
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען