אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

פעיק ניוז האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
מיר שפירן נויטיג צו אנאנסירן אז מיר האלטן אינמיטן דעצידירן צי מיר זאלן זיך קאנצענטרירן צו דעשיפרירן און אידענטיפיצירן די וואס אפערירן פראגראמען וואס אינספירירן דאס מאדיפיצירן און אינפילטרירן נישט אידישע ווערטער צו אונזערע געהירן און דאס בלאקירן.
און איך ברויך דאס אויספיגערירן.
די אינטערנעט טוט נישט פאלסיפיצירן ביים פראקטיצירן דאס טראנסילירן אויף גוגל.
We feel the need to announce that we are in the middle of deciding whether we should concentrate on deciphering and identifying those who operate programs that inspire the modification and infiltration of non-Yiddish words to our hearers and block them.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: 'אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

איך האב פאראכטן די קעפל ביטע נאר שרייבן ווערטער וואס די עולם מאכט א טעות "ביים רעדן"
שכח!
לעצט פארראכטן דורך הארזים אום מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 2:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פראקטיש האט געשריבן:
טראקטאר איז א אידישע ווארט, טראק נישט. אין אידיש פלעגט מען זאגן טרעקל - טרעקלעך.

טראקטארן גייט שוין צוריק אסאך יארן, משא"כ טראקס וואס איז רעלאטיוו נייער.
טראק איז נאך אזוי אידיש ווי טרעקל. טראק איז גרויס בעת וואס טרעקל איז קליין.[/quote]
נישט אזוי ריכטיג. וועסט נישט טרעפן "טראק" אין קיין אידישע צייטונג פאר 80 יאר צוריק, משא"כ טרעקל אדער טראקטאר.

און די סיבה איז, ווייל ס'איז נאכנישט געווען קיין גרויסע טראקס אין יענע יארן, טרעקלעך און טראקטארן זענען שוין יא געווען. למעשה איז טראק די פאקטישע ענגלישע ווארט, הגם מ'דארף עס נוצן אין אידיש, אבער צו שרייבן טראקן מאכט שוין נישט קיין סענס. משא"כ טרעקל איז פארדרייט פון די ענגלישע ווארט מאכט שוין אביסל מער סענס.

ממילא וואלט איך יא געשריבן "טראקס" און "קארס" נישט טראקן און קארן.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ממוצע האט געשריבן:
אונטער = הונטער
הינטער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

תגובה דורך פראקטיש »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
טראקטאר איז א אידישע ווארט, טראק נישט. אין אידיש פלעגט מען זאגן טרעקל - טרעקלעך.

טראקטארן גייט שוין צוריק אסאך יארן, משא"כ טראקס וואס איז רעלאטיוו נייער.
טראק איז נאך אזוי אידיש ווי טרעקל. טראק איז גרויס בעת וואס טרעקל איז קליין.

ממילא וואלט איך יא געשריבן "טראקס" און "קארס" נישט טראקן און קארן.[/quote]
טרעקל איז פארדרייט פון וועלכע ענגלישע ווארט?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פראקטיש האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
טראקטאר איז א אידישע ווארט, טראק נישט. אין אידיש פלעגט מען זאגן טרעקל - טרעקלעך.

טראקטארן גייט שוין צוריק אסאך יארן, משא"כ טראקס וואס איז רעלאטיוו נייער.
טראק איז נאך אזוי אידיש ווי טרעקל. טראק איז גרויס בעת וואס טרעקל איז קליין.
נישט אזוי ריכטיג. וועסט נישט טרעפן "טראק" אין קיין אידישע צייטונג פאר 80 יאר צוריק, משא"כ טרעקל אדער טראקטאר.

און די סיבה איז, ווייל ס'איז נאכנישט געווען קיין גרויסע טראקס אין יענע יארן, טרעקלעך און טראקטארן זענען שוין יא געווען. למעשה איז טראק די פאקטישע ענגלישע ווארט, הגם מ'דארף עס נוצן אין אידיש, אבער צו שרייבן טראקן מאכט שוין נישט קיין סענס. משא"כ טרעקל איז פארדרייט פון די ענגלישע ווארט מאכט שוין אביסל מער סענס.

ממילא וואלט איך יא געשריבן "טראקס" און "קארס" נישט טראקן און קארן.
טרעקל איז פארדרייט פון וועלכע ענגלישע ווארט?
ס'קומט משורשו פון טראק, ס'איז שוין אבער מער פאראידישט
לעצט פארראכטן דורך יצחק אייזיק אום מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 2:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
קארס/קארן ווענדט זיך צי מען קען פאררעכענען 'קאר' אלס א אידיש ווארט.
ס'ווענדט זיך נישט דווקא אין דעם. קאר קען זיכער פאררעכנט ווערן אלס אידיש, אבער נאך אלץ באפארצוגן רוב שרייבערס אין לשון-רבים קארס. דער ס' פאר לשון-רבים איז שוין דא אין אידיש נאך פאר מ'איז געקומען קיין אמעריקע, און בפרט היינט איז עס דא איז פיל ווערטער.

דאס זעלבע איז אויך טראָק/טראָקס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יידישע קהילות האט געשריבן:
געקלאגט (פתח אלף)/געקלאגקט (קמץ אלף)
אויף א טויטן קלאגט מען (בקמץ), און אין קאורט קלאגט מען (בפתח).
מ'קען נישט זאגן ס'איז א טעות, ווייל מ'האט עס אייביג געזאגט אזוי אין אידיש. ס'זענען דא הונדערטער דייטשע פתח'ס וואס זענען אין אידיש געווארן קמצ'ס. פאקטיש האט מען אפילו דאס זאכווארט קלאַגע גערופן אין אידיש אָנקלאָג.
download (3).png
download (3).png (129.24 KiB) געזען 684 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וועלטניק האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
מאנעוורירן/מאנעווירן
עכט? דאס קומט מאנעוורירן?
manövrieren
קיינמאל געזען איינעם שרייבן אזוי
אייגנס איי געס
מאַנעוורירן, ווי @הלבלר. אזוי איז עס אייביג געווען אין אידיש, נאר די וואס זענען פויל צו זוכן דעם גוטן אויסלייג שרייבן נאך פון ענגליש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גרשון האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
קארס/קארן ווענדט זיך צי מען קען פאררעכענען 'קאר' אלס א אידיש ווארט.
ס'ווענדט זיך נישט דווקא אין דעם. קאר קען זיכער פאררעכנט ווערן אלס אידיש, אבער נאך אלץ באפארצוגן רוב שרייבערס אין לשון-רבים קארס. דער ס' פאר לשון-רבים איז שוין דא אין אידיש נאך פאר מ'איז געקומען קיין אמעריקע, און בפרט היינט איז עס דא איז פיל ווערטער.

דאס זעלבע איז אויך טראָק/טראָקס.
און טאקע דערפאר וועל איך נאכגעבן מיט קארס און טראק'ס אבער איך גיי נישט נאכגעבן אז Truck איז טרעקל, איז דשזיסט נאט העפפינונג.

איך גיי מיך נישט אפליידן די יארן פלעין ווייל איך האב נישט געלעבט ווען די אלטע אידישע צייטונגען האבן נישט געזעהן דיי היינטיגע טראקס (פארדאן: טראקן) אדער פאר סיי וועלכע סיבה, זיי גייען מיך נישט האלטן "האסטעדזשירט" לעולם ועד.

טראק פאר א געהעריגע טראק און טרעקל פאר א קניפ אין בעקל.

ומינה לא נזוע.

@יצחק אייזיק אונז בלייב מיר גוטע פריינד אבער והאמת ניתן להאמר ווי ווייטאגליך עס זאל נאר נישט זיין, העסט מיך נאך איין טאג דאנקבאר זיין.
לעצט פארראכטן דורך פראקטיש אום מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 2:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גרשון האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
מאנעוורירן/מאנעווירן
עכט? דאס קומט מאנעוורירן?
manövrieren
קיינמאל געזען איינעם שרייבן אזוי
אייגנס איי געס
מאַנעוורירן, ווי @הלבלר. אזוי איז עס אייביג געווען אין אידיש, נאר די וואס זענען פויל צו זוכן דעם גוטן אויסלייג שרייבן נאך פון ענגליש.
מער אומוויסן ווי פויל
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ערגעץ ווי שפיר איך אז דער עולם טשעקט דא אריין זיך אויסצודזשוכענירן פון די סטרעס די לעצטע פאר טעג.

נישט קיין שלעכטע טעראפי.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פראקטיש האט געשריבן:
און טאקע דערפאר וועל איך נאכגעבן מיט קארס און טראק'ס אבער איך גיי נישט נאכגעבן אז Truck איז טרעקל, איז דשזיסט נאט העפפינונג.

איך גיי מיך נישט אפליידן די יארן פלעין ווייל איך האב נישט געלעבט ווען די אלטע אידישע צייטונגען האבן נישט געזעהן דיי היינטיגע טראקס (פארדאן: טראקן) אדער פאר סיי וועלכע סיבה, זיי גייען מיך נישט האלטן "האסטעדזשירט" לעולם ועד.

טראק פאר א געהעריגע טראק און טרעקל פאר א קניפ אין בעקל.

ומינה לא נזוע.

@יצחק אייזיק אונז בלייב מיר גוטע פריינד אבער והאמת ניתן להאמר ווי ווייטאגליך עס זאל נאר נישט זיין, העסט מיך נאך איין טאג דאנקבאר זיין.
איך זאג ממש פונקט ווי דיר, אויפן האר.

זיכער זענען טראק און טרעקל צוויי באדייטן און זיכער ווערן זיי ביידע באנוצט אין אידיש, די שמועס האט זיך באצויגן צו קארס/טראקס. נעקסט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ממוצע האט געשריבן:
צוקנופט. ריכטיג איז "צוקונפט".
;l;p-
דעת בעל הבית האט געשריבן:
נמשל...
;l;p- מאכט געפערליך נערוועז…
ממוצע האט געשריבן:
לאז געמאכט. ריכטיג איז "לאז געמאך".
מקור?
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:
חוט של חסד האט געשריבן:
הונדערט - הונדרעט
(כ'האב געמיינט אז ס'איז א קינדערישער גרייז, אבער לעצטנס געהערט עטליכע בני שלושים ומעלה מאכן דעם טעות...)
ס'איז אין פאקט א קינדערישע טעות, אדער דיסלעקציע, נישט קיין חילוק ווי אלט דער זאגער איז
נאופ, דער טעות קומט פון hundred,

פאקטיש קען מען אויך הערן אסאך אידן זאגן hunderd.. אבער דאס באלאנגט שוין אין די ענגלישע טעותים אשכול.
;l;p- קיינמאל געטראכט…
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
געגרילצט/געגריצלט
אדם א מענטש האט געשריבן:
גריצלט גרילצט
;l;p- זע דא
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
אנטיסעמיטיזם/אנטיסעמיזם
;l;p-
קלוגער האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
"שטאק" מיט יארן. ריכטיג איז "שאק".
מקור? שורש התיבה?
גא"מ
Dim האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
גליקליכער האט געשריבן:
אבער / אדער

ביידע וועגן, אזויווי ונתנו
אסאך פון עלטערן דור דארונטער גרויסע רבנים נוצן 'אדער' במקום 'אבער' והיא לפלא.
יאפ, דאכט זיך אויף די טעיפס פונעם רבי זי”ע, הערט מען אויך דעם רבי’ן אזוי זאגן.

איך האב מיר שוין לאנג געוואונדערט צו יעדער האט אמאל אזוי גערעדט און פארוואס עס האט זיך געטוישט.
גא"מ
צד תמות האט געשריבן:
אסאך מענטשן זאגן בטעות רעגיליעז אנשטאט רעליגיעז
קיינמאל געהערט…
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
געאייגנט/געאייניגט
צוויי אנדערע ווערטער, כ'גלייב נישט אז מענטשן מישן אויס…
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
אומזיסט/אומזינסט/אומזימסט
;l;p-
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
שפאצירן/שפאנצירן
קומט לכאורה פון די וואס זאגן "א דאנגה", ווייס איך נישט פינקטליך וואו דער נו"ן קומט אריין…
איינס האט געשריבן:
קנאפע

שוין באמערקט אסאך וואס נוצן דעם ווערט מיט א פארקטע באדייט
למשל?
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
איך רעד דאך צו מענטשן וואס ווייסן די חילוק צווישן אויבן און אויוון.
איך זאג אז אפילו "עכט" איז אויוון א פירקאנטיגע קעסטל וואו מען באקט חלות, איז נוצן אויוון אנשטאט אויבן, פארט ריכטיג. פשוט ווייל אזוי רעדט מען ביי אונז.
ביים רעדן איז דאך נישט קיין חילוק, ביידע זאגט מען די זעלבע. ביים שרייבן איז זיכער אומריכטיג צו שרייבן 'אויוון' אנשטאט 'אויבן' אדער פארקערט.
חיים שטיין האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
איך רעד דאך צו מענטשן וואס ווייסן די חילוק צווישן אויבן און אויוון.
איך זאג אז אפילו "עכט" איז אויוון א פירקאנטיגע קעסטל וואו מען באקט חלות, איז נוצן אויוון אנשטאט אויבן, פארט ריכטיג. פשוט ווייל אזוי רעדט מען ביי אונז.
אויבערשטער/אייבערשטער, איז אבער זיכער מיט א ''ב'', עס איז פון די זעלבע יסוד ''אויבן''.

(אגב צו שרייבן ''די וואסער ליגט אויווען'' איז בעיני זייער פאני, און יעדער וואס ליינט דאס וועט עס איבער ליינען אפאר מאל צו פארשטיין וואס עס שטייט, [אפילו מיר זאגען דאס אזויווי עס וואלט געשטאנען ''וו'']).
כ'גלייב אז קיינער שרייבט נישט "די וואסער ליגט אויוון", אז יא קען ער נישט די א' ב' פון ספעלינג…
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
חיים שטיין האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
פיפיות האט געשריבן:
עטליכע - איטליכער
צוויי אנדערע באדייטן
וואס איז די באדייט פון איטליכע ?
איטליכער מיינט יעדע עקסטער, each.

צו מיד צו כאפן וויאזוי עס איבערצוטייטשן אז עס זאל זיין מער פארשטענדליך.
זייער גוט מסביר געווען…
אדער יא האט געשריבן:
משותלח - מתושלח
אין גאר פריער'דיגע ספרים איז דער טעות מצוי, לכאורה איז עס נשתרבב געווארן פון די רש"י ביי משתאה, צו זאגן ווי ס'איז גרינגער, והיינו טעמא פאר די פארדרייטע ווערטער אנדערש ווי ס'קומט.
;l;p-
געבראטענס האט געשריבן:
איינס איז א "סטעפ"
אפאר זענען "סטעפס"

סנישט דא אזא ווארט "סטעפסעס"
כלאך יעדעס מאהל כהער עס
ווערט לכאורה נישט באניצט העכער די דרייצן יאר…
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
אויבערשטער / אייבישטער
ביים רעדן זאגט קיינער נישט 'אויבערשטער' און פון דא קומט דער גרייז צו שרייבן 'אייבערשטער'.
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
איך מיין יונגעלייט קומט עכט 'אינגעלייט'
לדעתי איז עס נישט קיין גרויסע חילוק.
באמת איז עס א צוזאמשטעל פון צוויי ווערטער "יונגע לייט".
ביים רעדן הערט מען נישט קיין חילוק, ביים שרייבן קומט עס אודאי 'יונגעלייט'. זע דא
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
דער עולם מישט אויך אויס צווישן ענליך און ענדליך.
ענליך (אן א ד') איז דומה, similar,
ענדליך (מיט א ד') איז finally
;l;p-
ממוצע האט געשריבן:
זושא צוקער האט געשריבן:
חיים שטיין האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
אונטער = הונטער
דאס איז אויך ביידע ריכטיגע ווערטער, ווען איך שטיי אויפן פלאר/ערד איז די פלאר אונטער מיר, ווען איך שטיי פארענט פון מיין חבר איז מיין חבר הונטער מיר.(קען זיין עס איז פונקט פארקערט, אויב מאך איך א טעות ביטע זייט מיר מודיע)
נישט ''ארונטער''?
ניין. די קעלער איז אונטער מיר, און איך גיי ארונטער אין קעלער, און דו קומסט הונטער מיר.
;l;p- (כ'מעג אויך שרייבן 'הינטער'? :wink: )
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
מאנעוורירן/מאנעווירן
עכט? דאס קומט מאנעוורירן?
manövrieren
אין ענגליש איז עס maneuver

קען זיין ביזט גערעכט, אבער ס'איז א חידוש.
דער שם דבר איז אין דייטש אויך Manöver אבער ווען עס קומט צו א פעולה איז עס אין ענגליש; to maneuver און אין דויטש manövrieren.
אין אידיש קען מען זאגן אדער מאנוּאווערן (maneuver'ן) - ווי טייל ברענגען אריין דעם ענגליש ווארט, אויב אבער זאגט מען עס אין אידיש איז עס מאנעוורירן.
;l;p-

-----
האקט טויזנט מאל…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

ענליכע און פארגרייזטע ווערטער וועלכע ווערן גענוצט אומריכטיג ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

מיין טעראפיע איז שרייבן קעפלעך...
גרשון האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
קארס/קארן ווענדט זיך צי מען קען פאררעכענען 'קאר' אלס א אידיש ווארט.
ס'ווענדט זיך נישט דווקא אין דעם. קאר קען זיכער פאררעכנט ווערן אלס אידיש, אבער נאך אלץ באפארצוגן רוב שרייבערס אין לשון-רבים קארס. דער ס' פאר לשון-רבים איז שוין דא אין אידיש נאך פאר מ'איז געקומען קיין אמעריקע, און בפרט היינט איז עס דא איז פיל ווערטער.

דאס זעלבע איז אויך טראָק/טראָקס.
קאר און קארס קומען ביידע פון ענגליש און לשון רבים איז געבליבן אזוי ווייל דאס שטימט אויך אין אידיש. The path of least resistance.
(איך האב געמאכט נעכטן נאכט גאנצע ליסטעס פון שרייבערס און לערערס און זינגערס און טאנצערס מיטן ס פאר לשון-רבים. נישט ארויפגעשטעלט צום סוף.)

אבער אלץ א אידישע ווארט קען מען שרייבן 'קארן' אויסגעהאלטנערהייט.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: ענליכע און פארגרייזטע ווערטער וועלכע ווערן גענוצט אומריכטיג ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
מיין טעראפיע איז שרייבן קעפלעך...
גרשון האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
קארס/קארן ווענדט זיך צי מען קען פאררעכענען 'קאר' אלס א אידיש ווארט.
ס'ווענדט זיך נישט דווקא אין דעם. קאר קען זיכער פאררעכנט ווערן אלס אידיש, אבער נאך אלץ באפארצוגן רוב שרייבערס אין לשון-רבים קארס. דער ס' פאר לשון-רבים איז שוין דא אין אידיש נאך פאר מ'איז געקומען קיין אמעריקע, און בפרט היינט איז עס דא איז פיל ווערטער.

דאס זעלבע איז אויך טראָק/טראָקס.
קאר און קארס קומען ביידע פון ענגליש און לשון רבים איז געבליבן אזוי ווייל דאס שטימט אויך אין אידיש. The path of least resistance.
(איך האב געמאכט נעכטן נאכט גאנצע ליסטעס פון שרייבערס און לערערס און זינגערס און טאנצערס מיטן ס פאר לשון-רבים. נישט ארויפגעשטעלט צום סוף.)

אבער אלץ א אידישע ווארט קען מען שרייבן 'קארן' אויסגעהאלטנערהייט.
;l;p-
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
זאגער האט געשריבן:
אין ווילי בימי נעוריי פלעגן זיין די באקאנטע 'פייער-לענדטשער' און פלאמבער ווערטער...
אויב זענען די צוויי ווערטער געהעריג באנוצט זענען זיי נישט קיין גרייזן.
א ווארט ווערט נישט אויס גרייזיג ווען אסאך מאכן דעם זעלבן טעות…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

דאן וואס איז אידיש, א פארגרייזטע דייטש?
ס'זעלבע מיט יעדן שפראך און דיאלעקט אין היסטאריע.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
דאן וואס איז אידיש, א פארגרייזטע דייטש?
ס'זעלבע מיט יעדן שפראך און דיאלעקט אין היסטאריע.
אודאי איז עס א שפראך געפארעמט דורך אירע באניצער, אבער נישט מיט ווערטער וואס ווערן געניצט גרייזיג ביי דיזע וואס קענען פשוט נישט דאס ריכטיגע…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:
קארן = קארס
מ'קען דאן זיין דערויף, איינמאל קאר איז א אידישע ווערט די לשון רבים דערפון קארן.
און אויב א טראק ווערט אידיש גייסטו אנהייבן רופן א לשון רבים 'טראקן'?
איך מוז שמייכלען זעענדיג דעם תגובה...
איך האב אריינגעשיקט א ענליכן בריוו פאר'ן מאמענט בשעתו ווען דער מגיה האט "מסביר געווען" פארוואס קארן קען יא זיין א לעגיטימע אידישע ווארט און זאל נישט גרילצן אין די אויערן.
מיין בריוו האט עס נישט געמאכט אין מאמענט, אלזא, שטעל איך עס דא ארויף:
בס"ד
לכבוד די מאמענט רעדאקציע.

מיט אינטערסע האב איך געליינט דעם בריוו לעצטע וואך איבער די נושא פון שרייבן "קארס" אדער "קארן". איך בין ערשטוינט געווארן ווי דער חשוב'ער מגיה האט גענומען די דרייסטקייט און באשלאסן צו פארטיידיגן די אמעראצישע ווארט "קארן" און דאס פאראידישן.... איי רעספעקטפולי דיסעגרי, און לאמיר זיך ערקלערן.

נישט יעדע ענגלישע ווארט וואס קומט אין אריין אינעם אידישן לעקסיקאן באקומט א ן' בלשון רבים אנשטאט א ס'. שטעלט אייך פאר אז אנשטאט שרייבן עטליכע 'ווענס' האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די נסיעה, וועט מען שרייבן 'ווענען'... אדער אנשטאט 'טראקס' וועט מען שרייבן: עטליכע 'טראקן' זענען ארויסגעפארן.

זאל איך גיין ווייטער? יענער האט געקויפט עטליכע בעגס 'פאטעטע טשיפן'. איין מינוט, כ'האב געזאגט בעגס? מען דארף זאגן 'בעגן', עס איז דאך פאראידישט... ער האט אויך באשטעלט עטליכע באקסעס פאפקארן... העי, 'באקסען' צריך לומר... יענער האט באשטעלט 5 'קאמפיוטערן', מיט 3 'סקאטש טעיפן' און 4 'סטעיפלערן'.... ווי אויך געקויפט צוויי 'פריזשידערן', און אריינגעלייגט צוויי 'סלייסען' פיש....

איך קען אזוי שרייבן א גאנצן טאג מיט מאדנע משלים. דער סך הכל איז אז עס איז נישט אזא פשוט'ע כלל שעל הכולו יצא אז יעדע פאראידישטע ווארט קומט מיט א ן' צום סוף.

איך בין נישט דער גרויסער מבין אויף אידיש, אבער לענ"ד, לויט דאס ביסל וואס איך ווייס און קען, איז נוצן דעם ווארט 'קארן' אנשטאט 'קארס', אבסאלוטלי א ביטערע אמעראצישע אויסדרוק וואס פאסט זיך פאר 5 יעריגע קינדער, נישט פאר שפראך מבינים.
יעצט, איך בין מסכים אז מיין כלל איז אויך נישט אייביג גילטיג. מערערע ווערטער וואס זענען די זעלבע ענגליש ווי אידיש (הגם איך ווייס נישט ווער עס האט עס די ערשטע מחדש געווען און ווער עס קאפירט וועמען) נוצט מען יא א ן' צום סוף, ווי צב"ש
פילן - pills
טירן - doors
פאפירן - papers
דאלארן - dollars
און נאך אן א שיעור ווערטער.

מצד שני זענען דא ענליכע אידיש-ענגליש ווערטער וואס מען זאגט יא מיט א ס', למשל פינגערס (קיינער זאגט נישט "פינגערן" ווייל עס איז פאראידישט), זייגערס (נישט "זייגערן"), וכדומה.

בקיצור, עס איז פאראן ווערטער לכאן ולכאן, און עס איז דא ווערטער וואס האט א געוויסע וועג ווי אזוי "עס קומט". 'קארס' איז אלעמאל געווען די נארמאלע ווארט, איך גלייב אז ר' סענדער דייטש ע"ה וואלט אויך אזוי געזאגט און געשריבן... 'קארן' איז לעצטנס געווארן א ווארט וואס שטאמט לכאורה פון קליינע קינדער. "עס הערט זיך" ראנג און אמעראציש.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ענליכע און פארגרייזטע ווערטער וועלכע ווערן גענוצט אומריכטיג ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
מיין טעראפיע איז שרייבן קעפלעך...
גרשון האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
קארס/קארן ווענדט זיך צי מען קען פאררעכענען 'קאר' אלס א אידיש ווארט.
ס'ווענדט זיך נישט דווקא אין דעם. קאר קען זיכער פאררעכנט ווערן אלס אידיש, אבער נאך אלץ באפארצוגן רוב שרייבערס אין לשון-רבים קארס. דער ס' פאר לשון-רבים איז שוין דא אין אידיש נאך פאר מ'איז געקומען קיין אמעריקע, און בפרט היינט איז עס דא איז פיל ווערטער.

דאס זעלבע איז אויך טראָק/טראָקס.
קאר און קארס קומען ביידע פון ענגליש און לשון רבים איז געבליבן אזוי ווייל דאס שטימט אויך אין אידיש. The path of least resistance.
(איך האב געמאכט נעכטן נאכט גאנצע ליסטעס פון שרייבערס און לערערס און זינגערס און טאנצערס מיטן ס פאר לשון-רבים. נישט ארויפגעשטעלט צום סוף.)

אבער אלץ א אידישע ווארט קען מען שרייבן 'קארן' אויסגעהאלטנערהייט.
דאס איז א באזונדערע שמועס, אויב דער לשון רבים פון ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א "ריש", זענען שוין אויטא-אימיונד פאר לשון רבים. אדער ברויך מען צולייגן א "סמך".

היצטערט, "ברידערס" איז זיכער נישט ריכטיג, און איז פונקט ווי זאכענעס... ווייל דער איינצאל איז "ברודער", און דער מערצאל איז "ברידער".
משא"כ "שוועסטער" איז שוין דא חילוקי דיעות אויב דער זעלבער ווארט קען נוצן סיי יחיד און סיי רבים, און מאנכע וועלן טאקע זאגן "ברידער און שוועסטערס".

ומה שנוגע לעניננו איז לגבי אייוועלט באנוצער אדער באנוצערס. [ולמאנכע: באניצער און באניצערס].
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

מי אדיר האט געשריבן:
מצד שני זענען דא ענליכע אידיש-ענגליש ווערטער וואס מען זאגט יא מיט א ס', למשל פינגערס (קיינער זאגט נישט "פינגערן" ווייל עס איז פאראידישט), זייגערס (נישט "זייגערן"), וכדומה.

בקיצור, עס איז פאראן ווערטער לכאן ולכאן, און עס איז דא ווערטער וואס האט א געוויסע וועג ווי אזוי "עס קומט". 'קארס' איז אלעמאל געווען די נארמאלע ווארט, איך גלייב אז ר' סענדער דייטש ע"ה וואלט אויך אזוי געזאגט און געשריבן... 'קארן' איז לעצטנס געווארן א ווארט וואס שטאמט לכאורה פון קליינע קינדער. "עס הערט זיך" ראנג און אמעראציש.
פינגער איז א ריין אידישער ווארט וואס ענדיגט זיך מיט א ריש, דעפאר וועלן טייל זאגן פינגער פאר ל' רבים און טייל פינגערס.
זע די פריערדיגע תגובה
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

זאגער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 11, 2022 10:13 pm

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאגער »

ענדערש - ענדישער

אויסער אויב ס'איז אינעם זעלבן וועג ווי 'חשוב' - חעישובער [וואס איך האב זייער נישט ליב, אבער ס'איז פארהאנען אזא סלענג ביי פריערדיגע דורות שוין אזוי.]

מ'קען אויך זאגען; ליבערשט
אוועטאר
שפעטער נישט יעצט
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:15 am

Re: אידישע ווערטער וואס דער עולם מאכט טעותים דערביי ביים רעדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער נישט יעצט »

ווי אזוי זאגט מען עס טאקע?
איבעראל
די אלעף מיט א קמץ אדער מיט א פתח
פארשטאנען איז גוט און אויב נישט איז אויך גוט
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אידישע ווערטער וואס די עולם מאכט טעותים דערביי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

היסטאריש האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
שפאצירן/שפאנצירן
קומט לכאורה פון די וואס זאגן "א דאנגה", ווייס איך נישט פינקטליך וואו דער נו"ן קומט אריין...
וואס איז מיט די ווארט פאסאזשירן? אסאך שרייבן עס בטעות מיט א נ', פאסאנדזשירן... לכאורה קומט דאס אויך פון ענגליש passengers.
סארי איך כאפ יעצט אז די אשכול איז נאר פאר טעותים ביים רעדן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”