די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

פרייליךשטענדיג
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2023 5:43 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליךשטענדיג »

א ברעקעלע שכל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 4:55 pm
צוזאמגענומען אלע ארטיקלען פון הרב מי אדיר אין א גוגל דאק
בעצם האב איך געוואלט מאכן א PDF, ס'איז אבער געווען צו גרויס און זיך נישט געלאזט ארויפלאדענען

די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים - גוגל דאק
יישר כח
טוה בלויז וואס איז ריכטיג, אין נישט וואס לוינט, ווייל דאס וואס לוינט היינט קען זיין וועט נישט לוינען מארגן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך וויל פרעגן אן אנדערע שאלה, וואס אויבנאויף איז עס אפשר שלא מן הענין, אבער איך מיין אז ס'וועט העלפן פאר בעסער פארשטיין דער נושא, על כל פנים פאר מיר.

יעדער קען דעם געוועזענעם פרעזידענט טראמפ ירום הודו, און אסאך בא'טיטל'ען אים אלס א נארסאסיסט. פונקט הערט מען אויף פוטין אסאך שרייען אז ער איז א נארסאסיסט. יעצט די שאלה איז, צי נארסאסיזם איז בכלל א זאך וואס מ'קען דיאגניזירן אזויווי מ'זאל דיאגנאזירן א טומאר ל"ע, וואס יעדער וואס קען דער נושא זאל מוזן מודה זיין אז דער יעניגער האט עס יא אדער נישט. צי וואלט נישט געווען א געוואלדיגע עצה אז א מענטש וואס לויפט פאר פאליטישע אמט זאל מוזן דורכגיין אזא טעסט אז מ'זאל קענען וויסן צי ער איז א נארסאסיסט אדער נישט?

און רעדנדיג פון דעם, מאכט די גאנצע זאך נישט קיין סענס פאר מיר, ווייל די צוויי מענטשן האבן גאר אנדערע פערסענאליטיעס. טראמפ איז א ברייטער מחותן, וואס פארט אייביג "גרויס" און ער איז נישט אומשטאנד צו באמערקן אין וועמען ער קראכט אריין אויפ'ן וועג. מה שאין כן פוטין איז מער אן אראפגענאגלטע פערזאן, וואס צוליב זיין טרוקנקייט און הארטקייט וועט ער נישט מיטפילן קיין צווייטן.

יעצט ווער איז דער נארסאסיסט? און וואס מיינט דאס נארסאסיזם?

אפשר אויב מ'וועט עס בעסער פארשטיין, וועט מען טרעפן בעסערע און קלארערע וועגן עס צו דיאגנאזירן און אויך צו באארבעטן?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יעצט א הוספה'לע-הערה'לע צום אויבנדערמאנטן גוגל-דאקס: איינער וואס וואוינט מיט א נארסיסיסט ווערט זייער אפט דיאנגנאזירט מיט בי. פי. די.

אלזא...?????????
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

און פאר איך פארגעס (פאקטיש: שוין לאנג נאכ'ן פארגעסן), דער דאקומענט איז א מורא'דיגע ארבעט בכל אופן.
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 4:18 pm

איינער וואס וואוינט מיט א נארסיסיסט ווערט זייער אפט דיאנגנאזירט מיט בי. פי. די.

אלזא...?????????
איך מעג פרעגן פון וואו דו נעמסט די הנחה? איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון און קיין שום בוך זאגט דאס נישט. ביטע גיב א מקור.
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 3:59 pm
צי וואלט נישט געווען א געוואלדיגע עצה אז א מענטש וואס לויפט פאר פאליטישע אמט זאל מוזן דורכגיין אזא טעסט אז מ'זאל קענען וויסן צי ער איז א נארסאסיסט אדער נישט?
ווי געשריבן עטליכע מאל, עס עקזיסטירט נישט אזא סארט טעסט, נארסיסיזם איז נישט קיין אויער אינפעקציע און נישט קיין ווארצל אויפן פינגער. מען דארף לעבן מיט אזא מענטש א לאנגע צייט צו קענען כאפן אז עפעס איז בכלל ראנג, און נאכדעם דארף דער נארסיסיסט מסכים זיין אדורצוכגיין אזא טעסט און זיין אויפריכטיג מיט'ן טעראפיסט - עפעס וואס האט סלים טשענסעס.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך ווייס עס פון די טעראפיסטישע וועלט.

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 9:20 pm
איך ווייס עס פון די טעראפיסטישע וועלט.
ביטע זיי מרחיב בדיבור, וועלכע וועלט?
ווי אזוי קען זיין אז איך טו שוין יארן אין די נושא און איך האב נאך "קיינמאל" נישט געהערט דערפון, געליינט דערפון, אדער געטראפן א סייט וואס זאגט דאס?
אפשר ביסטו זיך טועה מיט א "עמפאט"?
פרייליךשטענדיג
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2023 5:43 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליךשטענדיג »

אל כבוד המברך יתברך פון דיינע פראגען קוקט נישט אויס ווי איר האט אדורך געליינט די אינהאלטסרייכע ארטיקלן פון הרב מי אדיר
טוה בלויז וואס איז ריכטיג, אין נישט וואס לוינט, ווייל דאס וואס לוינט היינט קען זיין וועט נישט לוינען מארגן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך זוך נישט אז דו זאלסט מיר גלייבן, אדער צו זאגן אז דאס איז דער אומאפפרעגבארער פאקט. איך זאג דיר נאר אז דאס איז די אינפארמאציע וואס איך האב פון מער ווי איין מקור. פרעג ביי די טעראפיסטן און עסקנים אדער קעיס מענעדזשערס וואס טוען ביים היימישן ציבור דערוועגן. און דאס וואס מ'זעט עס נישט קיין ביכער אדער סייטס איז נישט קיין ראיה להיפוך.

פרייליךשטענדיג האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 11:14 pm
אל כבוד המברך יתברך פון דיינע פראגען קוקט נישט אויס ווי איר האט אדורך געליינט די אינהאלטסרייכע ארטיקלן פון הרב מי אדיר
איך האב עס דווקא יא געלייינט און געזען אז ער רופט אויך אן די דערמאנטע צוויי מענטשן אלס נארסאסיסטן. אבער אזויווי ס'איז טאקע נישט קיין ווארצל אויפ'ן פינגער, וואס מ'קען אנווייזן פאר יעדן קלאר וואס דאס איז. מיין טענה איז, אז אויב איז עפעס ראנג אין די "פערסאנאליטי". וויאזוי קענען זיין גאר אנדערע פערסאנאליטיעס מיטן זעלבן "פערסאנאליטי דיסארדער"? און אפילו אויב מ'זאגט אז ס'איז דא עטליכע אופנים, דארף מען דאך פארשטיין וואס מאכט אלעס פאר איין זאך. ווייל אפילו א פערסאנאליטי דיסארדער דיעלט זיכער אנדערש, מיט איינעם ווי מיט אן אנדערן, און דאס מאכט דעם גאנצן נושא זייער אומקלאר לענ"ד.

איך קום זיך נישט קריגן, נאר טענה'ן אז עס פאדערט מער קלארקייט.

און איך שטעל מיך פאר אז אויב דער קלארקייט וועט דא זיין, וועט מען עס בעזהשי"ת קענען בעסער העלפן.

נישט אזוי?

און נישט דאס מיינט אן אשכול?
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום פרייטאג מארטש 17, 2023 12:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אמת'ע אמונה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 11:13 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת'ע אמונה »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 11:16 pm
איך זוך נישט אז דו זאלסט מיר גלייבן, אדער צו זאגן אז דאס איז דער אומאפפרעגבארער פאקט. איך זאג דיר נאר אז דאס איז די אינפארמאציע וואס איך האב פון מער ווי איין מקור. פרעג ביי די טעראפיסטן און עסקנים אדער קעיס מענעדזשערס וואס טוען ביים היימישן ציבור דערוועגן. און דאס וואס מ'זעט עס נישט קיין ביכער אדער סייטס איז נישט קיין ראיה להיפוך.
אדרבה, ביטע אריינקומען מיט מקורות און נעמען פון טעראפיסטן וואס זאגן אזוי
אוועטאר
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיפיות »

למעשה איז נאך דא אן אפציע זוך ניקס תגובות, אויב איז אמאל שווער צו פארשטיין א מהלך המחשבה פון איינער, דארף מען נישט בלייבן אזוי לאנג שווער,
ווי האט די מגי"ש געזאגט די אלע צען קשיות ווערן שוין פארענטפערט מיט דעם איין יסוד.
לעצט פארראכטן דורך פיפיות אום דאנערשטאג מארטש 09, 2023 4:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

פיפיות האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 12:48 am
למעשה איז נאך דא אן אפציע זוך ניקס תגובות, אויב איז אמאל שווער צו פארשטיין א מהלך המחשבה פון איינער, דארף מען נישט בלייבן אזוי לאנג שווער,
ווי האט די מגי"ש געזאגט די אלע צען קשיות ווערן שוין פארענטפערט מיט דעם איין יסוד.
נישט פארשטאנען.

אדרבה, גיי נאך מיינע תגובות און מאך מיר דעם סך הכל.
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום פרייטאג מארטש 17, 2023 3:57 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מי אדיר האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 10:40 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 9:20 pm
איך ווייס עס פון די טעראפיסטישע וועלט.
ביטע זיי מרחיב בדיבור, וועלכע וועלט?
ווי אזוי קען זיין אז איך טו שוין יארן אין די נושא און איך האב נאך "קיינמאל" נישט געהערט דערפון, געליינט דערפון, אדער געטראפן א סייט וואס זאגט דאס?
אפשר ביסטו זיך טועה מיט א "עמפאט"?
אפילו וויפיל דו ביסט מודה אז ער איז מסתמא אן "עמפאט". קענסטו דיך פארשטעלן אז א געליטענער צעקוועטשטער "עמפאט" זאל נישט אנוויקלען קיין BPD סימפטאמען? און פארוואס זאל א טעראפיסט דיאגניזירן איין ספאוס אלס NPD און נישט דיאגנאזירן דעם צווייטן אלס BPD? ס'איז באמת שווער צו וויסן צי די נעץ איז פאר די פיש אדער נאכדעם.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מי אדיר האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 7:25 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 3:59 pm
צי וואלט נישט געווען א געוואלדיגע עצה אז א מענטש וואס לויפט פאר פאליטישע אמט זאל מוזן דורכגיין אזא טעסט אז מ'זאל קענען וויסן צי ער איז א נארסאסיסט אדער נישט?
ווי געשריבן עטליכע מאל, עס עקזיסטירט נישט אזא סארט טעסט, נארסיסיזם איז נישט קיין אויער אינפעקציע און נישט קיין ווארצל אויפן פינגער. מען דארף לעבן מיט אזא מענטש א לאנגע צייט צו קענען כאפן אז עפעס איז בכלל ראנג, און נאכדעם דארף דער נארסיסיסט מסכים זיין אדורצוכגיין אזא טעסט און זיין אויפריכטיג מיט'ן טעראפיסט - עפעס וואס האט סלים טשענסעס.
און די זעלבע סלים טשענסעס איז גורם אז כמעט קיינער בענעפעטירט גארנישט פונעם גאנצן דיאגנאסיס.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אמת'ע אמונה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 12:43 am
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 11:16 pm
איך זוך נישט אז דו זאלסט מיר גלייבן, אדער צו זאגן אז דאס איז דער אומאפפרעגבארער פאקט. איך זאג דיר נאר אז דאס איז די אינפארמאציע וואס איך האב פון מער ווי איין מקור. פרעג ביי די טעראפיסטן און עסקנים אדער קעיס מענעדזשערס וואס טוען ביים היימישן ציבור דערוועגן. און דאס וואס מ'זעט עס נישט קיין ביכער אדער סייטס איז נישט קיין ראיה להיפוך.
אדרבה, ביטע אריינקומען מיט מקורות און נעמען פון טעראפיסטן וואס זאגן אזוי
זיי זאגן נישט אזוי, דאס איז דאך דער קונץ. זיי "טוען" אבער אזוי.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מי אדיר האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 12:56 am
עס וועט זיין גיט האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 4:27 pm
פון ווי נעמסטו דעיס,
איך קען מענטשן וואס מען זאגט זיי זענען PBD און זיי זענען צורודערט נאכען הערן טראגעדיעס.
איך האב געשריבן אויבן אויפ'ן ערשטן בלאט די 9 שטריכן וואס נארסיסיסטן פארמאגן, און איינע פון זיי איז געווען טאקע דאס:
מי אדיר האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 6:31 pm
די 9 שטריכן אויפ'ן שפיץ גאפל, בתוספת נופך:

7. זיי האבן נישט קיין שום עמפאטיע אדער מיטגעפיל צו א צווייטן. זיי קענען צומאל שפילן כאילו זיי האבן, אבער עס איז בלויז דאס - א שפיל. גארנישט אויף דער וועלט אינטרעסירט זיי נישט באמת אויסער זייער אייגענע עגא. זיי ווילן נישט (אדער קענען נישט) אריינגיין אין יענעמ'ס שיך און זיך אידענטיפיצירן מיט א צווייטנ'ס פראבלעם אדער ווייטאג.
סיי וואו דו וועסט אפירזוכן די כאראקטעריסטישע שטריכן פון א נארסיסיסט וועסטו זיך אנשטויסן מיט די פעלער פון נישט האבן עמפאטיע, ווי צב"ש דא.

לגבי דיין שאלה קען זיין עטליכע תירוצים. (א) א BPD איז אנדערש ווי א נארסיסיסט אין דעם הינזיכט. (ב) טראגעדיעס וואס טוט אפעקטירן דעם נארסיסיסט האט א אנדערע דין. (ג) זיי קענען עקטן כאילו זיי האבן עמפאטיע און ווערן צורודערט אבער עס איז נישט עכט פון הארצן. (ד) זיי ווערן צורודערט צוליב א געוויסע פועל יוצא וואס גייט יעצט פאסירן אין ליכט פון דעם טראגעדיע, ווי למשל אז דער שותף דארף זיך זעצן שבעה נאך א נאנטן ל"ע, ווערן זיי צערודערט פון דעם חלק אז די גאנצע שטוב ווירטשאפט גייט פאלן אויף זיי פאר א גאנצע וואך, וכדו'.
איך קען עטליכע NPD'ס זייער גוט. און דער געווענליכער NPD (למשל טראמפ!.. אוטש...) ווייזט ארויס זייער שטארקע עמפאטיע, וואס ווי דו זאגסט איז עס נאר א שפיל. און איך פארשטיי דיין צוגאנג. אבער אין זיינע אייגענע געפילן איז עס נישט קיין שפיל. ער פילט זייער שטארקע אהבה געפילן, אבער ס'איז סעלף סענטערד, אין זיין וועלט-געמויזעכצט איז בכלל נישטא קיין פלאץ פאר קיין צווייטן, אויסער אויב יענער איז שוין געשטארבן אדער ער האלט ביי גסיסה ל"ע.

לגבי דעם פוטין סטייל NPD, ער פילט בכלל נישט קיין עמפאטיע. און אויב ער מאכט עס, איז עס טאקע נישט עכט.

שוין. אנטשולדיגט.
פרייליךשטענדיג
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2023 5:43 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליךשטענדיג »

הרב מי אדיר אינז ווארטן צו הערן נאך פון דיר
טוה בלויז וואס איז ריכטיג, אין נישט וואס לוינט, ווייל דאס וואס לוינט היינט קען זיין וועט נישט לוינען מארגן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך אויך. איך האב נאר געוואלט קלארמאכן אז ס'איז נישט גרינג. און איך גלייב אז דו ווייסט עס.
פרייליךשטענדיג
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2023 5:43 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליךשטענדיג »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 1:15 am
איך אויך. איך האב נאר געוואלט קלארמאכן אז ס'איז נישט גרינג. און איך גלייב אז דו ווייסט עס.
וואס איז נישט גרינג?
טוה בלויז וואס איז ריכטיג, אין נישט וואס לוינט, ווייל דאס וואס לוינט היינט קען זיין וועט נישט לוינען מארגן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

פרייליךשטענדיג האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 2:24 am
המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 1:15 am
איך אויך. איך האב נאר געוואלט קלארמאכן אז ס'איז נישט גרינג. און איך גלייב אז דו ווייסט עס.
וואס איז נישט גרינג?
עפעס צו ריקן לטובה בנוגע נארסיסיסטן, אינדערצייט וואס די ארומיגע נעמען זיך אן פאר זייער קרענק!
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

פינאנציעלע אביוז

איידער מיר גייען צו נעילה פון חלק א', וויל איך רעדן בקוצר אמרים פון איין פרט וואס איך האב ערגעץ אויבן דערמאנט, נעמליך: "פינאנציעלע אביוז".

ב"ה אז כ'האב געהאט די זכי' זייט איך שרייב דא צו העלפן מערערע חשוב'ע אידן, זיי האבן מיר געקאנטאקט אין אישי, אנדערע האבן מיר געבעטן מיין נומבער און מיר האבן גערעדט אויפ'ן טעלעפאן שעות ע"ג שעות, די הארץ קען צוגיין הערנדיג וואס אידישע קינדער גייען נעבעך אדורך.

איינע פון די מענטשן וואס האבן לעצטנס גערעדט צו מיר האט אויך גערעדט איבער פינאנציעלע אביוז וואס ער גייט אדורך פון זיין ווייב, א מעגליכע נארסיסיסט (איך זאג 'מעגליכע' ווייל מען קען קיינמאל נישט דיאגניזירן איינעם אן רעדן צו יענעם און זעהן יענעם, און חוץ מזה ווער בין איך צו דיאגניזירן... אבער די פרטי הדברים שטימען שטארק). דאס האט מיר געגעבן דעם ענדגילטיגן שטופ צו שרייבן דערוועגן.

פינאנציעלע אביוז איז שייך אויף צוויי אופנים. אויב דער "געבער" איז דער נארסיסיסט, וואס געווענליך איז דאס דער מאן (ווי דער שטייגער ביי אונז אידן), וועט מען פייניגן די פרוי אויף יעדן דאלער, זי וועט זיך מוזן בעטן ווי צו א גזלן פאר יעדע זאך וואס זי דארף האבן. ווי אויך וועט זי דארפן האלטן חשבונות אויף יעדן פרוטה, צוריקצאלן יעדע צענט טשענדזש, דער מאן וועט מייקרא-מענעדזשן און איבערקוקן יעדע רעסיט פון יעדע געשעפט אויף א דזשאדזשינג אופן ווי א פראסעקיוטער, אך און וויי איז אויב ער קען זיך ארויפכאפן אויף עפעס א מינימאלע עקספענס וואס זי האט געספענדט נישט פונקטליך ווי ער האט גע'חלומ'ט... ער קען איר אנשרייען, באפעלן צו ריטורנען חפצים, דערנידערן און פארשעמען, וכדומה. סך הכל, איר מאכן די גיהנם מיט יעדע דאלער וואס זי דארף האבן און צוקומען צו אים. דאס מאכט די פרוי געפערליך דערנידערט אז זי איז אזוי אנגעוויזן אין זיינע "חסדים", דאס צוברעכט די 'טראסט' אין די רילעישאנשיפ, עס צייגט פאר די פרוי אז דער מאן טראסט איר נישט נאר ער קאנטראלירט איר ווי א קליין קינד, און דאס טוט עלימינירן יעדעס ביסל מיוטשעל רעספעקט אין די מערידזש.

די פרוי אין אזא מצב וועט געווענליך נישט קענען אויפווייזן און מסביר זיין דעם מאן אז ער איז געפערליך, ווייל זיין נארסיסיסטישע קרענק וועט אים נישט לאזן איינזעהן דעם אמת. אנשטאט וועט ער מאניפולירן און געזלייטן די פרוי מיט אלע סארט תירוצים אז ער איז באמת מיט אלעס גערעכט, נאר זי האט פשוט "מאני-מענעדזשמענט" אישו'ס... דאס לייגט אריין די פרוי אין א שטענדיגע פחד פון בעטן דעם מאן וואס זי דארף - א פחד וואס עסט אויף א מענטש פון אינווייניג.

דאס קען, ווי פארשטענדליך, אויך פאסירן ביי אייגענע קינדער, ווי די טאטע אדער מאמע טראסטן נישט קיין קינד מיט קיין געלט (וואס אגב, איז מורא'דיג וויכטיג אז קינדער זאלן באקומען טראסט, אפילו זיי קענען אדורכפאלן, ווייל דווקא אזוי לערנען זיי זיך אויס, ווי יעדער מחנך קען מעיד זיין, ואין אדם עומד ע"ד הלכה אא"כ נכשל בה, ואכמ"ל).

די צווייטע וועג איז פארקערט, אויב די "נעמער" (ביי אונז, די פרוי) איז די נארסיסיסטקע. זי איז אומשטאנד ארויסצושלעפן און אויסרויבן יעדן דאלער פון איר מאן אן רחמנות. זי וועט ספענדן אן א שיעור און זיך לעבן א חיים טובים אויף א הויכן סטאנדארט, מאכן עקסטרעוועגאנטע אויפרייסערישע שמחות, פארלאנגען טייערע צירונגען, און אפילו געבן צדקה אויפ'ן מאנ'ס חשבון פאר אנדערע כדי צו זיין די גוטע נשמה, און אזוי ארום זיכער מאכן אז דער מאן בלייבט נקי מנכסיו און פאלט גאר אריין אין חובות, און להוסיף נופך נאך חוזק מאכן פון אים אז ער איז א שלימזל און קען נישט פארדינען גענוג געלט "צום לעבן". זי וועט צומאל משוגע מאכן דעם מאן צו זוכן נאך א סייד דזשאב, אדער בעטן א געהאלט העכערונג, אדער אים צווינגען צו בארגן געלט אפילו ער האט נישט קיין מושג פון וואו ער וועט עס קענען באצאלן.

אזוי אויך אויב די פרוי איז די קראנקע, קען זיך מאכן אז זי ברענגט אריין א זייטיגע הכנסה אין שטוב אבער זי וועט נישט ערלויבן דעם מאן נהנה צו זיין קיין שוה פרוטה דערפון (withholding), נאר ער וועט מוזן אלעס קאווערן פון די אייגענע געלט. איר געלט וועט נאר גיין פאר אירע אייגענע שוואוילטאג און לוקסוס, ווי וואקאציעס, מאסאדזשעס, לאנטשעס אין רעסטוראנטן, אלעס בשעת דער מאן אירע ארבעט ווי א חמור מצאת החמה עד צאת הנשמה.

אין אלגעמיין דארף מען נישט מיטטיילן יעדע פינאנציעלע פרט פאר'ן שותף, בפרט ווען די אנדערע פארטיי איז נישט צו אינטרעסירט, אבער טאמער גייט מען בכוונה באהאלטן - אדער גאר אפלייקענען – פינאנציעלע רווחים איז עס נישט אויסגעהאלטן, ווי מען נעמט זיך אויס אין די תנאים "ואל יבריחו ואל יעלימו לא זה מזו ולא זו מזה, וישלטו בנכסיהון שוה בשוה ". דאס איז א זאך וואס אסאך סעלפישע אביוזער'ס טוען, זיי פארדינען געלטער אדער האבן באהאלטענע פארמעגנס און טוען דאס נישט מיטטיילן מיט'ן שותף, זיי לייגן ארויף פעסווארדס אויף זייערע אנליין אקאונטס וכדו', כדי נאר זיי זעלבסט זאלן קענען נהנה זיין, און זיך פירן מיט "דאבל סטענדערדס", זיי וועלן זיך קויפן אלעס וואס זיי חלומ'ען, ווי טייערע קליידער, טייערע זייגערס, טייערע קארס, ארויסגיין אויף טייערע מאלצייטן און מאכן רייכע פארטיס פאר די חברים, און די אנדערע שותף וועט מוזן זיין א מסתפק במועט און זיך באגענוגען מיט די מינימום. דאס ווערט גערופן בגידה, "ביטרעיעל" בלע"ז.

אין א געזונטע שטוב דארף מען מאכן אינאיינעם א בודזשעט און זעהן בערך וויפיל מען קען זיך ערלויבן, און געווענליך גיבט דער פרנסה ברענגער (= דער מאן) א געוויסע באשטימטע סכום (allowance) וואס די פרוי קען נוצן ווי אזוי זי פארשטייט פאר ריכטיג אלס די עקרת הבית, ווייל אין א געזונטע מערידזש וועט די פרוי נישט אביוזן די געלטער און דער מאן וועט האבן פולשטענדיגע טראסט אין זיין ווייב אז זי ווייסט און פארשטייט וואס צו קויפן און וואס נישט (א פרוי וואס וועט יא זיין א ספענדער און איז א "שאפ-אהאליק" דארף טאקע הילף, אבער לא זו הדרך אז דער מאן זאל איר אויספייניגן דערויף).

איך וויל נאכאמאל באטאנען - איך האב עס שוין געשריבן עטליכע מאל - אז נישט יעדער וואס זעהט א ענליכע פענאמען ווי די אויבנדערמאנטע באשרייבונגען מיינט שוין אז מען איז א נארסיסיסט... מען קען נישט אליינס דיאגניזירן אזעלכע זאכן. עס זענען פאראן סתם פינאנציעלע אביוזערס אדער אויסנוצערס וואס פארמאגן נאר די שוואכקייט אבער זענען אדערווייז וואוילע מענטשן. איך שרייב עס ארויס נאכאמאל און נאכאמאל ווייל מענטשן שפרינגען צו שנעל צו קאנקלוזשענס און מען איז מחליט אין מח אז מיין שותף איז דאס און דאס, אלזא דארף מען פארשטיין אז דאס ארבעט נישט אזוי. איך האף אז איך בין גענוג קלאר.

ואסיים בזה כי הזמן קצר, והמשך יבא בעז"ה.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

הערליך שיין. ליידער אזוי איז עס ממש, ביי די וואס זענען אזוי.

איך וויל נאר צולייגן איין קליינע נקודה (אויב איך מעג), אז די מענטשן פילן נישט אז זיי בכלל אז זיי עפעס סעלפיש דא, זיי טוען עס פשוט אזויווי עסן, טרונקען אא"וו...

און די סיבה איז ווייל זיי דארפן זייער אסאך אהבה, נאר ביי זיי ווערט עס עפעס אויסגעטייטש אויף דעם אופן.
יקר מציאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקר מציאות »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 8:24 am
און די סיבה איז ווייל זיי דארפן זייער אסאך אהבה, נאר ביי זיי ווערט עס עפעס אויסגעטייטש אויף דעם אופן.
און אויב באקומען זיי געניק אהבה קען מען זיי צופרידן שטעלן...?

איך טראכט אז די מיינסט אז די נארסעסיטן שפירן אז זיי באקומען נישט גענוק אהבה (וואס איז ליידער אוממעגליך צו ערפילן)
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”