איי ווי צוקער זיס אזא תגובה איז! אזוי צו פליפן פון מינוט צו מינוט... לאולער איז קיין מציל ומושיע נישט געווען. שטיצן חוקי סדום איז נישט עכט די עוולה.כאלעט'ל האט געשריבן: ↑מוצ"ש מארטש 25, 2023 9:41 pmמציל ומושיע איז קיינמאל געווען די טיטל פון לאולער עס האט באלאנגט פאר זעלדין. כ'ווייס נישט וואס און פארוואס ער האט געשטימט דערקעגן (אויב ס'איז אמת) אבער ער האט זיך אויסגעשטעלט געבן א דרשה אין קאנגרעס אראפרייסנדיג דערביי די מכשפה אין אלבאני פארן נישט באשיצן אונטער חינוך. דאס איז קריטיש וויכטיג פאר אונזער פ"י א"ר אזוי האב מיר כאטש איין פארטיי מיט א אפיציעלער שטעלונג לטובתינו. ( בעצם וויל מיר דאס זאל זיין אומפארטייאיש אבער וואס זאל מען טוהן אז די לינקע וואס האבן היינט א גרויסן ווארט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי האבן אונז פיינט און ווילן אינטערברענגען כל הקודש לנו ) מעלאוני האט דאס קיינמאל געטוהן הגם ער איז נישט שטים. בנוגע זיין זיך ארויסשטעלן לטובת די שבעת המינים, דער וואס ברעכט זיך צום טייוול מאכט נישט דעם טייוול בעסער. ביידען און דעמאקראטן שטיפן דער חורבן האנושי מיט אלע כוחות, לאולער'ס זיי שטיצן מאכט זיי נישט בעסער.צל עובר האט געשריבן: ↑פרייטאג מארטש 24, 2023 5:46 pmשטעלט זיך ארויס אז דער מציל ומושיע מייק לאולער, וועלכער טוט זאכן וואס מעלאוני האט קיינמאל געטאן - ווייל עס איז נישט אויסגעקומען - האט למעשה געשטימט קעגן דעם ביל ווייל ער האט געשפירט אז א באובערט אמענדמענט וואס פארלאנגט פון א שולע צו מעלדן די עלטערן בנוגע אויב בריות משונות קענען נוצן פריוואטע צימערן אדער קליידער טויש פלעצער פון דעם אנדערן מין ווי זיי זענען געבוירן, גייט צו ווייט קעגן די רעכטן פון די קינדער.
יעצט שרייט ווייטער ביידן, דעמאקראטן, מעלאוני, וגו'.
(מעגליך אז אויב וואלט דער ביל טאקע געמאכט אז די סטעיט קען נישט אריינרעדן אין דעם חינוך הטהור, וואלט לאולער פארקוקט אויף דעם באובערט אמענדמענט, איי דאונט קנאו.)
צוזאגן און ליב האבן קאסט נישט קיין געלט. לאנג לעבן זאל אונזער מצות/מקוה משגיח מייק לאולער!
#די ברוקלין בריק איז שוין פארקויפט.