בילדער פון פארצייטישע חסידישע אידן
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
בילדער פון פארצייטישע חסידישע אידן
בילדער פון חסידישע אידן פון פאריגען דור און פריער
ווער עס האט אין זיין באזיץ בילדער פון חסידישע אידן, קיין נפקא מינא וועלכע שיכט און קרייז, איז מוזמן ארויף צו לייגן, פארן הנאה פונעם ברייטן ציבור שוחרי חסידות.

לעצט פארראכטן דורך נחמן נתן אום זונטאג אקטאבער 26, 2008 7:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לחיים ולברכה!
בשם כל החברים וויל איך אויסדרוקען אן עפנטליכען דאנק פאר ידידינו החשוב ר' נחמן נתן הי"ו, פאר זיינע פילע לייסטונגען לטובת הפארום והאתר, המקום יהא בעזרך, זכות הרבים תלוי בך.
ועל של עכשיו באתי, דער נייער געדאנק פון בילדער פון חסידים איז מיר שוין באמת לאנג געלעגן אויפן געדאנק (נאך פון די 'היסטארישע בילדער' קאלעקציע) אבער מגלגלין זכות ע"י זכאי והכל תלוי במזל, עד שבא ה'נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה ודלה והשקה מאוצרו הטוב לנו, ישלם ה' פעלך ר' נחמן נתן, כה לחי!
למעשה, אזוי ווי איך האב שוין געשריבען פריוואט פאר ר' נחמנ'ען, נראה מה יהא בסופה, ובאם בעזרת השם לאילנא רברבא יתעביד, וועלן מיר אי"ה גרונדן א 'סוב פארום' בשם 'ועל החסידים' פאר בילדער און באשרייבונגען פון חסידים ואנשי מעשה, להיות דבר דיבור על אופניו.
ונזכה ונחי'.
(דרך אגב, אינעם אשכול 'היסטארישע אידישע בילדער' איז פארהאן אסאך פון די סארט בילדער, ווער עס קען זיך מנדב זיין און אריבערברענגען די בילדער וועט טאן א חסד גדול.)

א בילד פון החזן ר' יוסל (וואלענעץ) טאלנער, וואס איז ערשינען אין אן אמעריקאנער צייטונג,
ר' יוסל טאלנער איז געווען חזן ביי הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער, ער האט פארפאסט אריבער 400 ניגונים וועלעכע זענען געזונגען געווארן אין אלע הויפן פון די אוקראינה רבי'ס, און עד היום ווערן נאך זיינע ניגונים געזונגען אין די אוקראינישע רבישע הויפן.

- שטיקל גבאי
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
- לאקאציע: אין גבאי שטיבל
געוויס אז מען ברענגט בילדער פון חסידישע אידן איז דא דאס פלאץ צו ברענגען א בילד פון הגאון החסיד ר' יואל כהן שי', ר' יואל איז דער משפיע כללי אין 770 אין ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש און איז געווען דער חוזר, וועלכע האט איבעגעזאגט די מאמרים פון רבי'ן נשמתו עדן, והיות איר האט שוין אודאי געהערט ר' יואל רעדן דארף מען דאך ניט מאריך זיין איבער דערויף.
ער ווערט דא געזעהן היינט ביי דער כינוס השליחים וועלכע קומט פאר ווי אלע יאהרן בשבת פרשת חיי שרה, ר' יואל האט היינט אויפגעטרעטן און מסביר געווען דער ענין פון ויתן לך עפ"י משנתו פונעם רבי'ן נ"ע