לאמיר גיין שטייטעלעך, ס'איז דא א זאך וואס הייסט ASTAXANTHIN. יעצט איז געקומען איינער, און געמאכט א פארמועלע און עס צוזאמגעשטעלט מיט שמן זית, און ער זאגט אז אזוי ארבייט עס בעסער ווייל עס נארט אויס די קענסער. אקעי.aal האט געשריבן: ↑פרייטאג מארטש 24, 2023 1:41 amחכם, בעסער פון א צווייטענס? פון וועלעכע צווייטע?
קוק, עס איז זיכער דא ווי מען קען קויפען ASTAXANTHIN, פאר א סאך א סאך, ביליגער ווי ביי ValAsta
און אדרבה, זאל קומען א צווייטער פִּקח, מיט א דריטע זאך, און פארנארן די קראנקע סעל מיט א פערדע זאך, WHO CARSE... יבוא הנס מכל מקום
די חכמה פון ValAsta איז, אז ער האט דאס צוזאם געשטעלט מיט צוקער, צו פארנארן די קענסער סעל, וואס ווי באקאנט איז ציקער די באליבסטע מאכל פאר קענסער
ווייל צו גיין צו א קראנקע קענסער סעל, און אים סתם אזוי פארסאמען, גייט נישט גיין! ניין! נישט קיין חילק וויאזוי
ווייל די סעל ווייסט, (וואס דאס איז שייך ביי אלע מיני טריטמענטס) און לערנט זיך אויס ווי אזוי זיך צו באהיטן, ווען מען אטאקירט אים
דאס איז קיינמאל נישט געווען, עס איז נישט קיין פשוטע זאך, (ער גוט אים דא אזוי שיינערהייט א קענדי.. און ער דערהארגעט אים..)
יא! דאס שמיסט מען דא ארום, אז ValAsta איז די נייעס פון די יאר הונדערט..!
ווייל ביז דערווייל האט עס נאר ValAsta געמאכט
יא מיט ASTAXANTHIN, און עס גייט צו, אן קיין ווייטאגען, און ער דערהארגעט אים
עס האט נאר אן FDA GRAS עפראוועל (Generally Recognized as Safe) WHO CARSE.. דאס הייסט אז די FDA זאגט קלאר, אז עס שאדט נישט, נו, איז דאך זיכער גוט
ווייל אונזערע עסקנים, זענען הערשט באקאנט געווארן מיט די פראדוקט, מיט בערך 6 וואכן צוריק זאגען דא, אז עס געשעהן, וואונדער איבער וואונדער..
די סיבה איז, זיי האבן דאס אנגעהויבן ניצען פאר גאר שווערע קעיסעס, וואס ביי געווענליכע פאלען איז נישט דא צופיל האפענונג, און דא יא
וויכטיג צו וויסען, קיינער פון אונזערע גרוסע עסקנים, זאגען נישט דא, מער נישט צו גיין צום דאקטער, זיי זאגן נאר, מען זאל עס אויך צונעמען, וויל מען זעיט וואונדער
אבער נאך אמאל, צום ענין, דאס צוזאם שטעלען מיט צוקער, צו פארנארן א קענסער סעל, I BET YOU דאס איז שוין איינמאל א חכמה! מען דארף צו זיין א חכם עצום, דאס צו דערגיין
יעצט ווער פארציילט מיר בכלל אז ASTAXANTHIN העלפט פאר קענסער? שיינע סברות אפשר, אבער ראי' פון וואו ווייסטו? איז די תירוץ, אז מען האט געמאכט לעב סטאדיס און די לעב סטאדיס האבן געוויזען אז ASTAXANTHIN העלפט. די סטאדיס זענען געמאכט געווארען אויף ASTAXANTHIN אן שמן זית יעצט אפילו לעב סטאדיס איז נישט קיין ראי' מוכרחת, ווייל געווענליך פארלאנגט מען אויך קליניקעל סטאדיס, און דאס האב איך נישט געזען בכלל אויף ASTAXANTHIN. אויב ס'איז יא דא, ביטע צייג עס.
יעצט קומט איינער און פארקויפט ASTAXANTHIN מיט שמן זית, און ער זאגט אז דאס נאר'ט אויס די קענסער סעל, און ער זאגט קוק, נעם מיין פארמועלע וויבאלד מיינס נאר'ט אויס די קענסער אפילו דאס קאסט 3-4 מאל די פרייז. יעצט וויאזוי ווייס איך בכלל צו דער פארמועלע ארבייט? צייגט ער סטאדיס פון ASTAXANTHIN, וואס ווייזט אז דאס ארבייט. ס'איז נאר דא איין פראבלעם, די אלע סטאדיס זענען געמאכט געווארן אויף ASTAXANTHIN אן שמן זית, מילא פון וואנעט איז די ראי' אז זיין פארמועלע טוהט טאקע אויסנאר'ן די קענסער סעל? פלעין א פשוט'ע סברא, ס'איז צוזאמגעשטעלט מיט צוקער? אפשר קען די קענסער מבחין זיין בין צוקער לצוקער? נאך מער, ASTAXANTHIN אן שמן זית, וואס נאר'ט נישט אויס די קענסער סעל, העלפט אויך. איז מילא וויל איך פון עם 2 זאכן.
1. א געהעריגע קליניקעל טרייעל וואס ווייזט אז ASTAXANTHIN העלפט. נישט בלויז א לעב סטאדי
2. א סטאדי וואס ווייזט אז שמן זית העלפט ASTAXANTHIN אויסנאר'ן די סעל.
איז פארהאן אזעלעכע סטאדיס? יא? צו ניין?
יעצט די טענה אז עס קען נישט שאטען, מעגליך, אבער ס'איז דא הונדרעטער זאכן וואס שאטן זיכער נישט, און ס'איז דא אויף זיי לעב סטאדיס וואס ווייזען אז עס העלפט. מילא קלער איך אז מען זאל נעמען יעדער קענסער פאציענט, און מאכן נעמען די אלע סופלעמענטס, אלע פון זיין שאטן זיכער נישט, און אפשר העלפען איז והזמן יכלה והם לא יכלו.
בכלל איז דאס אפשר א צוהילף צו שלאגן יענע מעשה, אבער עס אינגאנצען אויסראטען מיט דעם אליין איז דא אפילו איינער וואס זאגט אזוי? זיי אליין מאכן דעם קלעים? מילא פארשטיי איך בכלל נישט די דעקלארציע אז ס'איז דא א היילונג פאר יענע מעשה.