תכלית מיט יואליש-קול מבשר
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- געשמאקע קוקיס
- שר האלף
- תגובות: 1050
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm
תכלית מיט יואליש-קול מבשר
א נייע אפטיילונג אויף קול מבשר
"עמך ישראל צריכין פרנסה" איז געווען די דאגה פון די חכמי ישראל און עס איז א ברענענדיגע נושא פונקט אזוי היינט צוטאגס - "תכלית מיט יואליש" אנטשפרעכט צו זיין א תכלית'דיגער סעריע פון שמועסען און אינטערוויוס מיט די גרעסטע עקספערטן אין פארשידענע אספעקטן פון דזשאבס, פרנסה און ארבעטס פלעצער - דא וועט איר הערן תכלית'דיגע עצות און טיפס, און מ'וועט בס"ד אויסקלארן פארשידענע אישוס און צעמישענישן בנוגע פרנסה און העלפן ווי אזוי צוצוקומען צום ריכטיגן דזשאב - דער פראגראם ווערט געברענגט צו אייך דורך די באקאנטע "וויופּוינט עקעדעמי" וואס האבן אין די לעצטע יאָרן געהאלפן הונדערטער היימישע אידן אויסברייטערן בעסערע פרנסה מעגליכקייטן
https://www.yiddish24.com/business/187/59788

Re: תכלית מיט יואליש-קול מבשר
Wow!!!
קוקט אויס קנאקעדיג! א אייזערנע הקדמה! ר' יואל כל הכבוד זאלסט האבן הצלחה לאורך הדרך

א'מונה ב'טחון ג'עלט
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7783
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
Re: תכלית מיט יואליש-קול מבשר
Wow...
איך בין ווייט נישט קיין פעלזן-פען... אבער דער רעדט צום דבר.
ער סאונדט גוט אינפארמירט און גאר גוט פרעפעירד..

דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
Re: תכלית מיט יואליש-קול מבשר
Wow דער האט שוין אסאך אפטיילונגען,
ער האט היינט אנגעהויבען א פרישע אפטיילונג פון מענטל העלטה (קומט זיך אן עקסטערע אשכול)
מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן: דר. עקיבא פערלמאן איז א פראפעסאר וואס געט רעדעס איבער נושאים ווי עדיקשאן, אביוז און מענטל העלט, און האט א פילבאר אידיש הארץ, ספעציעל פאר די אידן וואס ליידן און שווייגן - דר. עקיבא, וואס איז דער קליניקל דירעקטאר פון או-די-עי'ס וועלנעס צענטער, פירט אונז אריין אין דער וועלט פון נפשיות'דיגע שוועריגקייטן וואס האט באקומען די ריכטיגע ערוועקונג אין די לעצטערע יארן
https://www.yiddish24.com/health/188/60034

- יואל פעלזן
- שר מאה
- תגובות: 119
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm
א דאנק פארן עפענען דעם אשכול.
איך האף בעזר ה', אריינקומען אהער, ליינען און רעאגירן (לויט וויפיל צייט ס'וועט זיין בין אפטיילונג ל'אפטיילונג...)
וזאת למודעי, אז מ'זאל זיך נישט אפהאלטן פון מגיב זיין סיי אויב מ'וויל געבן א קאמפלימענט, אויב מ'האט געהערט א גוטער געדאנק, און סיי אויב מ'וויל צוגעבן אן איידיע, און אויך אויב האט מען עפעס קאנסרוקטיווע קריטיק, ביטע האלט אייך נישט אפ.

לעצט פארראכטן דורך יואל פעלזן אום זונטאג אפריל 24, 2022 5:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לאמיר רעדן תכלית!
- יואל פעלזן
- שר מאה
- תגובות: 119
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm
Re: תכלית מיט יואליש-קול מבשר
הערשקא האט געשריבן:Wow דער האט שוין אסאך אפטיילונגען,
ער האט היינט אנגעהויבען א פרישע אפטיילונג פון מענטל העלטה (קומט זיך אן עקסטערע אשכול)
מענטל עווערנעס - עקיבא פערלמאן: דר. עקיבא פערלמאן איז א פראפעסאר וואס געט רעדעס איבער נושאים ווי עדיקשאן, אביוז און מענטל העלט, און האט א פילבאר אידיש הארץ, ספעציעל פאר די אידן וואס ליידן און שווייגן - דר. עקיבא, וואס איז דער קליניקל דירעקטאר פון או-די-עי'ס וועלנעס צענטער, פירט אונז אריין אין דער וועלט פון נפשיות'דיגע שוועריגקייטן וואס האט באקומען די ריכטיגע ערוועקונג אין די לעצטערע יארן
https://www.yiddish24.com/health/188/60034
ריכטיג. עס פארלאנגט זיך א באזונדערע אשכול.
לאמיר רעדן תכלית!
- יואל פעלזן
- שר מאה
- תגובות: 119
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm
תכלית מיט יואליש #2:
"בין איך געמאכט צו פירן א ביזנעס אדער זיין אן ארבעטער?" איז א פראגע וואס אסאך פרעגן און מוטשענען זיך צו דערגרינטעווען - ר' יעקב ענגל פון "יֶדַע" קלארט אויס וואס מ'דארף אלס באטראכטן בעת מ'מאכט אזא וויכטיגער באשלוס - די פיר יסודות וואס מ'מוז וויסן צו פירן א ביזנעס - אויב ס'פעלט, אדער אויב מ'איז שוואך אין איינע פון זיי, קען מען אויפנעמען אנדערע וואס זאלן צוהעלפן דערין? - קלאר מאכן די תכונת הנפש און זיך גוט פארשטיין כדי צוצוקומען צו די ריכטיגע מסקנה
https://www.yiddish24.com/business/187/60509

פיינעלי איינער רעדט עפעס תכלת צום זאך. שוין לאנג געווארט אויף אזא אופטיילונג.
למען האמת פלעג איך קיינמאל נישט הערן יואליש מער ווי איין מינוט ביזן דרוקן אן שטארקע # אויפ'ן טעלעפאן,
אבער יעצט האב איך מיר געטראפן אויסהערן די גאנצע שמועס.
כל הכבוד.

- נישט ווי יעדעם
- שר האלף
- תגובות: 1568
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
- לאקאציע: נישט צו ווייט
Re: תכלית מיט יואליש-קול מבשר
ש'כח יואליש גיי אהן
Re: תכלית מיט יואליש-קול מבשר
ר' שלום אין א שמועס בנוגע די נושא וואס בארירט כמעט יעדן מענטש: פרנסה!
א' אחרי מות פ״ב
הערט אן אינטערוויו מיט ר' שלום וואס האט געוואנדערט און דורכגעמאכט עטליכע דזשאבס, ביז ער האט געזען שיין הצלחה ברוך ה'. במשכ'ן שמועס רעדט מען אויס איבער פארשידענע נקודות וואס איז יא אדער נישט ריכטיג צו טאן בנוגע די נושא וואס בארירט כמעט יעדן מענטש
https://www.yiddish24.com/interviews/38/60506

- קלמן יאסעלע
- שר חמש מאות
- תגובות: 944
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
- לאקאציע: ערגעצוואו
Re:
יואל פעלזן האט געשריבן:ר' שלום אין א שמועס בנוגע די נושא וואס בארירט כמעט יעדן מענטש: פרנסה!
א' אחרי מות פ״ב
הערט אן אינטערוויו מיט ר' שלום וואס האט געוואנדערט און דורכגעמאכט עטליכע דזשאבס, ביז ער האט געזען שיין הצלחה ברוך ה'. במשכ'ן שמועס רעדט מען אויס איבער פארשידענע נקודות וואס איז יא אדער נישט ריכטיג צו טאן בנוגע די נושא וואס בארירט כמעט יעדן מענטש
ר' יואל א גוטן
תתחדש צום נייעם פראגראם, איך האב שטארק הנאה געהאט פון די ערשטע שמועסן, כ'וואלט אבער מציע געווען איר זאלט לאזן יענעם רעדן פאר 10/15 מינוט און נאכדעם מאכן א ס"ה פון אלעס וואס מען קען זיך לערנען פון יענעמ'ס עקספיריענס, דאס צו אפט אריינהאקן שטערט די געשמאק פון הערן יענעם רעדן,
ייש"כ און הצלחה אויף ווייטער!
!Vox Populi, Vox Dei
- יואל פעלזן
- שר מאה
- תגובות: 119
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm
קלמן יאסעלע האט געשריבן:יואל פעלזן האט געשריבן:ר' שלום אין א שמועס בנוגע די נושא וואס בארירט כמעט יעדן מענטש: פרנסה!
א' אחרי מות פ״ב
הערט אן אינטערוויו מיט ר' שלום וואס האט געוואנדערט און דורכגעמאכט עטליכע דזשאבס, ביז ער האט געזען שיין הצלחה ברוך ה'. במשכ'ן שמועס רעדט מען אויס איבער פארשידענע נקודות וואס איז יא אדער נישט ריכטיג צו טאן בנוגע די נושא וואס בארירט כמעט יעדן מענטש
ר' יואל א גוטן
תתחדש צום נייעם פראגראם, איך האב שטארק הנאה געהאט פון די ערשטע שמועסן, כ'וואלט אבער מציע געווען איר זאלט לאזן יענעם רעדן פאר 10/15 מינוט און נאכדעם מאכן א ס"ה פון אלעס וואס מען קען זיך לערנען פון יענעמ'ס עקספיריענס, דאס צו אפט אריינהאקן שטערט די געשמאק פון הערן יענעם רעדן,
ייש"כ און הצלחה אויף ווייטער!
א שיינעם דאנק פארן קאמפלימענט און פאר דיין הערה,
דאס אריינהאקן און נישט לאזן יענעם אויסרעדן איז לכאורה די, אדער פון די, שווערסטע זאכן ביים פירן אן אינטערוויוא, פארט איז עס א וויכטיגע נקודה אנצומערקן, און מ'דארף ארבעטן דערויף.
כ'וויל אבער צולייגן אז צומאל איז עס לויט ווי אזוי דער שמועס גייט, ווען דער וואס פירט דער אינטערוויוא וויל יענעם ארויסהעלפן. איך שפיר א שטארקע דרוק און אחריות אז יענער אויף די צווייטע זייט זאל נישט פארשעמט ווערן און זאל ארויסקומען בעסער, שענער און געשמאקער ווי מיר, היות איך וועל זיין צוריק מארגן און זיך אויסקלארן מיין אימעדזש...
איך קען באקומען הערות פון מענטשן אז כ'לאז יענעם נישט אויסרעדן, ווען דער מיט וועם כ'פיר דעם שמועס האט דייקא פארלאנגט כ'זאל מיט אים נישט מאכן אן אינטערוויוא, נאר ס'זאל זיין בדרך א שמועס צווישן צוויי גוטע פריינט, ווען נאך צענדליגע טויזנטער אויף קול מבשר הערן זיך צו דערצו.
לאמיר רעדן תכלית!
- קאמעץ בארד
- שר האלפיים
- תגובות: 2776
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm
Re: תכלית מיט יואליש-קול מבשר
כ'האב נאכנישט געהערט די גאנצע לעצטע שמועס אבער אין די ערשטע פאר מינוט האט יענער געוואולט לויפן אביסעלע צי שנעל און ר' יואל האט אים גוט ארויפגעלייגט אויפ'ן טרעק צו גיין בהדרגה און בעסער ארויסברענגען זיין פוינט.
די שמועס איז דאך פאר תכלית און נישט אן אינטערוויא צו הערן יענעמ'ס סוקסעס און עקספערטיז, און ער האט עס מאנעוורירט אין א תכלית'דיגע דירעקציע.
יישר כח ר' יואלי'ש. כ'האב שטארק הנאה פון דעם פראגראם!
די שמועס איז דאך פאר תכלית און נישט אן אינטערוויא צו הערן יענעמ'ס סוקסעס און עקספערטיז, און ער האט עס מאנעוורירט אין א תכלית'דיגע דירעקציע.
יישר כח ר' יואלי'ש. כ'האב שטארק הנאה פון דעם פראגראם!
Re: תכלית מיט יואליש-קול מבשר
ווער איז דער ענגל, ער ענדיגט נישט זיין פולע אינטערדאקשן ווער ער איז און וואס ער טוט.
וויאזוי הייסט זיין קאמפעני?
איז ער די זעלבע יעקב ענגל וואס רעדט פון עקאנאמיע אויף קמ?
וויאזוי הייסט זיין קאמפעני?
איז ער די זעלבע יעקב ענגל וואס רעדט פון עקאנאמיע אויף קמ?
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7783
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
Re: תכלית מיט יואליש-קול מבשר
קאמעץ בארד האט געשריבן:כ'האב נאכנישט געהערט די גאנצע לעצטע שמועס אבער אין די ערשטע פאר מינוט האט יענער געוואולט לויפן אביסעלע צי שנעל און ר' יואל האט אים גוט ארויפגעלייגט אויפ'ן טרעק צו גיין בהדרגה און בעסער ארויסברענגען זיין פוינט.
די שמועס איז דאך פאר תכלית און נישט אן אינטערוויא צו הערן יענעמ'ס סוקסעס און עקספערטיז, און ער האט עס מאנעוורירט אין א תכלית'דיגע דירעקציע.
יישר כח ר' יואלי'ש. כ'האב שטארק הנאה פון דעם פראגראם!
אינטרעסאנט... דאס איז א סיריעס טאלאנט; צוריקפירן די שמועס (באס) צום נושא.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
Re: תכלית מיט יואליש-קול מבשר
בבלי האט געשריבן:ווער איז דער ענגל, ער ענדיגט נישט זיין פולע אינטערדאקשן ווער ער איז און וואס ער טוט.
וויאזוי הייסט זיין קאמפעני?
איז ער די זעלבע יעקב ענגל וואס רעדט פון עקאנאמיע אויף קמ?
קוקט נישט אויס צו זיין די זעלבע,
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
- יואל פעלזן
- שר מאה
- תגובות: 119
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm
Re: תכלית מיט יואליש-קול מבשר
ר' שלום אין א שמועס בנוגע די נושא וואס בארירט כמעט יעדן מענטש: פרנסה!
הערט א שמועס מיט ר' שלום וואס האט געוואנדערט און דורכגעמאכט עטליכע דזשאבס, ביז ער האט געזען שיין הצלחה ברוך ה' - במשכ'ן שמועס רעדט מען אויס איבער פארשידענע נקודות וואס איז יא אדער נישט ריכטיג צו טאן בנוגע די נושא וואס בארירט כמעט יעדן מענטש
https://www.yiddish24.com/interviews/38/60506
הערט א שמועס מיט ר' שלום וואס האט געוואנדערט און דורכגעמאכט עטליכע דזשאבס, ביז ער האט געזען שיין הצלחה ברוך ה' - במשכ'ן שמועס רעדט מען אויס איבער פארשידענע נקודות וואס איז יא אדער נישט ריכטיג צו טאן בנוגע די נושא וואס בארירט כמעט יעדן מענטש
https://www.yiddish24.com/interviews/38/60506
לאמיר רעדן תכלית!
- יואל פעלזן
- שר מאה
- תגובות: 119
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm
Re: תכלית מיט יואליש-קול מבשר
יואל פעלזן האט געשריבן:ר' שלום אין א שמועס בנוגע די נושא וואס בארירט כמעט יעדן מענטש: פרנסה!
הערט א שמועס מיט ר' שלום וואס האט געוואנדערט און דורכגעמאכט עטליכע דזשאבס, ביז ער האט געזען שיין הצלחה ברוך ה' - במשכ'ן שמועס רעדט מען אויס איבער פארשידענע נקודות וואס איז יא אדער נישט ריכטיג צו טאן בנוגע די נושא וואס בארירט כמעט יעדן מענטש
https://www.yiddish24.com/interviews/38/60506
דער שמועס כאטש כ'האב עס נישט געוואלט לייגן אינעם "תכלית" געהענגל, האט עס אבער א שטארקער שייכות, און עס איז יא אין פלאן צו האבן אזעלכע און ענליכע שמועסן אויף יענעם סעקשאן.
לאמיר רעדן תכלית!
- יואל פעלזן
- שר מאה
- תגובות: 119
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm
Re: תכלית מיט יואליש-קול מבשר
קאמעץ בארד האט געשריבן:כ'האב נאכנישט געהערט די גאנצע לעצטע שמועס אבער אין די ערשטע פאר מינוט האט יענער געוואולט לויפן אביסעלע צי שנעל און ר' יואל האט אים גוט ארויפגעלייגט אויפ'ן טרעק צו גיין בהדרגה און בעסער ארויסברענגען זיין פוינט.
די שמועס איז דאך פאר תכלית און נישט אן אינטערוויא צו הערן יענעמ'ס סוקסעס און עקספערטיז, און ער האט עס מאנעוורירט אין א תכלית'דיגע דירעקציע.
יישר כח ר' יואלי'ש. כ'האב שטארק הנאה פון דעם פראגראם!
א שיינעם דאנק פאר די קאמפלימענטן און חיזוק.
זייער ריכטיג.
פארט איז וויכטיג צו הערן יענעם'ס מומחיות, און בעקגראונד, צו וויסן פארוואס ער איז אויסגעקליבן געווארן צו רעדן איבער דער נושא וואס מיר שמועסן אויס.
דערווייל איז ארויפגעלייגט געווארן בלויז צוויי פון די סעריע, די הקדמה און דער ערשטער שמועס וואס איז אפגעהאלטן געווארן מיט ר' יעקב ענגל, און די רעספאנס איז ב"ה למעלה מן המשוער, וואס איבערצייגט מיר נאך שטערקער ווי וויכטיג די נושא פון פרנסה פלאקערט ביים ציבור.
לאמיר רעדן תכלית!
- יואל פעלזן
- שר מאה
- תגובות: 119
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm
Re: תכלית מיט יואליש-קול מבשר
בבלי האט געשריבן:ווער איז דער ענגל, ער ענדיגט נישט זיין פולע אינטערדאקשן ווער ער איז און וואס ער טוט.
וויאזוי הייסט זיין קאמפעני?
איז ער די זעלבע יעקב ענגל וואס רעדט פון עקאנאמיע אויף קמ?
ניין.
די לעצטע מאל ער איז געווען אויף קול מבשר, איז געווען מיט עטליכע יאר צוריק ווען ידידי ר' הענדל ברייער האט אים אינטערוויואירט אויפן "עקספיריענס און סוקסעס" פראגראם.
לאמיר רעדן תכלית!
Re: תכלית מיט יואליש-קול מבשר
א' קדושים פ״ב
די ריכטיגע צוגאנג צו טרעפן א צוגעפאסטע פרנסה - ווי אזוי צו האבן קלארקייט צו מאכן די ריכטיגע באשלוסן - דער לאנגיעריגער קאנסאלטענט ר' משה יצחק (מאָריס) שטיין פון די פּענגווין גרופ טיילט מיט עצות און טיפס צו האבן דעם ריכטיגן בליק אויף די נושא - אין יעדער מצב און אין יעדע עקאנאמיע קען מען מצליח זיין, אבער מ'מוז האבן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ און אנהייבן וואס פריער - די פרנסה מארקעט טוישט זיך כסדר, און מען מוז גיין פאראויס - זאכן וואס האבן געארבעט 10 יאר צוריק, קען זיין איז היינט מער נישט קיין מציאות - מאכן א "ריאליטי טשעק" עטליכע מאל א יאר צו זען אויב מ'איז אויפן פלאן און ציל וואס מ'האט זיך געשטעלט - דער פראגראם איז גע'ספאנסארד דורך די באקאנטע "וויופּוינט עקעדעמי" וואס האבן אין די לעצטע יאָרן געהאלפן הונדערטער היימישע אידן מיט בעסערע פרנסה מעגליכקייטן
https://www.yiddish24.com/business/187/60911

- תגובות: 176
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 7:35 pm
Re: תכלית מיט יואליש-קול מבשר
איך האב נישט געהערט די שמועסן,
איך וויל נאר אנמערקן, אז ר' אליעזר קרויס האט אויף זיין לעצטערע שמועס דערמאנט אז ער האט געהערט די שמועסן פון "תכלית מיט יואליש" און ער קריגט זיך מיט אסאך זאכן, און ער וועט גיבן א שמועס צו עדרעסירן די נושא,
ער דערמאנט אויך אז ער האט ספעציעל גערופען ר' יואליש צו בעטן רשות דערויף, און ר' יואל האט אים געגעבן די גרינע ליכט,
סאו סטעי טונד

- א געשעפט האב איך
- שר חמש מאות
- תגובות: 999
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
- לאקאציע: אין געשעפט
Re: תכלית מיט יואליש-קול מבשר
יואליש איך וויל דיך זאגן אז איך האב זייער הנאה פון דיינע שמועסן!
קיפ איט אפ!
און נאדיר א גרינע
קיפ איט אפ!
און נאדיר א גרינע
Re:
יואל פעלזן האט געשריבן:קלמן יאסעלע האט געשריבן:יואל פעלזן האט געשריבן:ר' שלום אין א שמועס בנוגע די נושא וואס בארירט כמעט יעדן מענטש: פרנסה!
א' אחרי מות פ״ב
הערט אן אינטערוויו מיט ר' שלום וואס האט געוואנדערט און דורכגעמאכט עטליכע דזשאבס, ביז ער האט געזען שיין הצלחה ברוך ה'. במשכ'ן שמועס רעדט מען אויס איבער פארשידענע נקודות וואס איז יא אדער נישט ריכטיג צו טאן בנוגע די נושא וואס בארירט כמעט יעדן מענטש
ר' יואל א גוטן
תתחדש צום נייעם פראגראם, איך האב שטארק הנאה געהאט פון די ערשטע שמועסן, כ'וואלט אבער מציע געווען איר זאלט לאזן יענעם רעדן פאר 10/15 מינוט און נאכדעם מאכן א ס"ה פון אלעס וואס מען קען זיך לערנען פון יענעמ'ס עקספיריענס, דאס צו אפט אריינהאקן שטערט די געשמאק פון הערן יענעם רעדן,
ייש"כ און הצלחה אויף ווייטער!
א שיינעם דאנק פארן קאמפלימענט און פאר דיין הערה,
דאס אריינהאקן און נישט לאזן יענעם אויסרעדן איז לכאורה די, אדער פון די, שווערסטע זאכן ביים פירן אן אינטערוויוא, פארט איז עס א וויכטיגע נקודה אנצומערקן, און מ'דארף ארבעטן דערויף.
כ'וויל אבער צולייגן אז צומאל איז עס לויט ווי אזוי דער שמועס גייט, ווען דער וואס פירט דער אינטערוויוא וויל יענעם ארויסהעלפן. איך שפיר א שטארקע דרוק און אחריות אז יענער אויף די צווייטע זייט זאל נישט פארשעמט ווערן און זאל ארויסקומען בעסער, שענער און געשמאקער ווי מיר, היות איך וועל זיין צוריק מארגן און זיך אויסקלארן מיין אימעדזש...
איך קען באקומען הערות פון מענטשן אז כ'לאז יענעם נישט אויסרעדן, ווען דער מיט וועם כ'פיר דעם שמועס האט דייקא פארלאנגט כ'זאל מיט אים נישט מאכן אן אינטערוויוא, נאר ס'זאל זיין בדרך א שמועס צווישן צוויי גוטע פריינט, ווען נאך צענדליגע טויזנטער אויף קול מבשר הערן זיך צו דערצו.
איך האב נעכנישט געהערט די שמועס, ממילא איז עס נישט קיין הערה פאר דיין שמועס נאר א הערה פאר דיין תגובה וואס דו שרייבסט יעצט, איך הער ווייניג קול מבשר אבער ווען עס איז מיר יא אויסגעקומען צו הערן ר יואל בין איך נתפעל געווארן פון זיין פאזיטיווקייט און גוטסקייט
און יעצט צום נקודה לדעתי די ביי א אינטערוויא איז די וויכטיגסטע אז מען זאל וואס שנעלער הערן די ערשטע מאל די קול פון דעם וועם מען ברענגט ארויף, עס דארף צוגיין די קורצטע וואס שייך, אן קיין הקדמות מיט ערקלערונגען, בערך אזוי, קה זכות אבות יגן עלינו, גייען מיר דא אריבער צו היסטאריקער הרב יעקב פעפערקארן וואס וועט אונז אראפגעבן אביסל פון זיינע ידועות א גוטן ר יעקב, עד כאן
די טבע פון א מענטש ביי א אינטערוויא איז אז ער וויל הערן בעיקר דער וועם מען ברענגט ארויף אפילו דער אינטערוויאער איז בעצם סאך מער א געלונגענער מענטש, אבער נישט דאס וויל מען הערן, ממילא ווען עס קומט לאנגע הקדמות מאכט עס גאר נערוועז,