קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3501
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

פאלעסיידס האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:04 am
פריגאזען האלט אז שייגע האט דירעקט טארפעטירט די מלחמה באמיאונגען קעגען אוקריינע

אגב זאלאזשני איז דאכצעך א שטיקעל חבר (אין א מעריץ) מיט גראסימאוו שייגאו קליקע זיי קענען זיך נאך פון די סאוויעטישע צייטען
וואס דעס קען מיינען אז די אוקריינע גענעראל שטאב האט געוויסט פינקטליך וויאזוי זיי אפערעטען
איך טראכט שוין לאנג אויף גראסימאוו'ס פנים ענתה בו, אז עפעס שפילט ער נישט מיט מיט פוטין.... ס'האט מיר נישט געפעלן זיין פנים פון די ערשטע מינוט!
ס'מאכט אבער נישט קיין סענס אז פוטין זאל זיין אזא שוטה, אבער ס'קען זיין ס'דא אגאנצע חאטקע וואס דרייען ארום און ארום קוקט מען אזוי אויס
לעצט פארראכטן דורך Jhon אום דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

די נייע פעקל האט 30 מיליאן שעלס. וויאזוי האט מען פלוצלינג אזוי סאך?
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

ביי די קאלטע קריג זענען געווען באזעצענע מענטשען אין די הויכע עשאלאנען אין די רוסישע מיליטער וואס האבען נישט געוואלט דעסטרוקציע אין חורבן איבער די וועלט אין מיטגעארבעט מיט די מערב
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:11 am
די נייע פעקל האט 30 מיליאן שעלס. וויאזוי האט מען פלוצלינג אזוי סאך?
כהאב געשריבען א שטיק צייט צירוק אז אמעריקע האט שטילערהייט אויפגעטריבען פראדוקציע אין אלטע פארשלאפענע קאמפעניס איינער פון זיי איז דא אין א פארשלאפענע שטעטעל אין פענסילוועניע, און איין קאמפעני וועלכע האט זייט נאך די קארעא קריג פראדוצירט אייזענעס פאר שינעס בלית ברירה אין די גאווערמענט האט געמאכט אנפאנג ווינטער א מולטי מיליאן דאלער קאנטראקט מיט זיי,
איך וועל אפשר באלד אויפזוכען די באריכט
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

פאלעסיידס האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 3:44 pm
lebediger berel האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 2:37 pm
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 2:21 pm
ידיד כל חי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 4:25 am
Feb 23
עפ”י חשבון האט שוין רוסלאנד מער נישט קיין טאנקען
אויב וואלטן זיי נישט צוגעבויעט קיין פרישע במשך דעם יאר וואלטן זיי נישט געהאט, דאס זאגט אוקריינע, אז זיי האבן שוין חרוב געמאכט הונדערט פרעצענט פון די "צאל" טאנקען וואס רוסלאנד האט געהאט זייט די מלחמה האט זיך אנגעפאנגען, אויב זיי ווייסן וואס זיי רעדן
נאכמער,
סהייסט לויט פארשידענע טינק טענקס און אפען סורסעס אז רוסלאנד האט געהאט פאריאר אן ערך פון 13,000 טויזענט טאנקען,
-------
וואר אף אטרישען:
רוסישע טאנקען, הארמאטאן, וואפען פראדוקציע.


אט ליינט:




10,000 טאנקען זענען עלטער ווי 25 יאר סזיצט אין סטאריזשעס כמעט נישט בארירט וואס מדארף איינמאל צירוק קומען מסביר זיין וואס דעס מיינט כמעט נישט בארירט,

מרעדט דא פון די מאסען פראדוקציע וואס האט זיך געענדיגט ווען קאמוניזעם איז געגאנגען פייפען (סאיז געגאנגען אונטער די ערד פאר א וויילע)

פון די 10 טויזענט זענען האלב געווען עלטער ווי 50 יאר -ביז 80 יאר- אלט!

3,000 טאנקען האט מען זיך גענומען בויען נאך 2000 (נאך y2k) ווען פוטין איז געקומען צי די מאכט, וואס דעס זענען געווען די עכטע סחורה וואס זענען כלומרשט געווען גוט מעינטעינט,
דהיינו און פארמאכטע וועירהאוזעס וואס האט די ריכטיגע קלימאט מיט א גוטע מעינטענעס קראו, און מען האט געוואטשט אז מען זאל נישט פארקויפען קיין פארטס אויף די שווארצע מארקעט,

פון די 3 טויזענט זענען געווען עטליכע T 14 ארמאדא וואס הייסען גאר גוטע

ביי די אינוואזיע האט מען גענוצט א געמישאכטס פון אלע, געוויסע וואס מהאט געטרייט איבער צי מאכען מיט מילך קעסטלעך "אן טאפ" (הינער שטייגען) אבער א גרויסע חלק זענען געווען גוטע פרישע טאנקען
פוטין האט נישט געוואלט אויסנוצען די בעסטע טאנקען פאר די אקציע.


מהאט גענוצט א גרויסע חלק פאר בלויזע טראנספארטאציע אריין קיין קיעוו און סומי ווי אויך האט עס געדארפט דינען אלטס א דיקוי און די אוקריינער זאלען ווערען אווערוועלמד,

אבער די אוקריינע האבען עס איבער געקלוגט און חרוב געמאכט ווען סאיז נאך געווען אין א קאנוועי און נאכנישט געווען סטראטיגיש אויסגעשטעלט, און דעס איז אן ארטיקעל פאר זיך


אויך רעכענט נישט אוקריינע און זייער ליסטע פארכאפטע טאנקען,
---

די עכטע נומערען זענען צימאל א סוד, אבער אמעריקע ווייסט מען א טאטעל פון בערך 5 טויזענט טאנקען,

פארוואס נאר 5?
ווייל חוץ דעם וואס אמעריקאנע טאנקען ארבעטען היינט אנדערש ווי יארען צוריק און סאיז מער פארגעשריטען
איז די סיבה אויך וויבאלד אמעריקע ארבעט היינט אינגאנצען אנדערש אויף אזוי סך וועגען ביי מלחמה, ווי למשל אמעריקע וועט אויף זיכען די פירערשאפט מיט ריפער דראונס (גרעי איגעל דראונס) און פטור אן עסק
אפגערעדט פון דעם אז רוב מלחמה גייט דורך לופט ווי מזוכט אויף יענעמס אמוניציע זאפאסען, ראנוועיס, און בעיקר וואפען פעקטאריס

(דאס דארף שוין פארענטפערען עפעס וואס @צל האט נעכטען געשמועסט וועגען רוסלאנד ביי די צווייטע וועלט מלחמה אין אינמיטען געמענטשענט אז רוסלאנד האט פארלוירען מורא'דיגע נומערען פון סאלדאטען וואס דעס דארף כלומרשט ווייזען רוסלאנדס גבורה, אבער דער אמת איז אזוי ווייט מחמת כמה סיבות, אבער פאר אונזער שמועס איז נוגע אז אמעריקע און ענגלאנד האבען שוין דעמאלטס געארבעט צי באמבאדירען סיסטעמאטיש וואפען סטאריזשעס און אמוניציע פאבריקען קודם די פליגער פארבריקען נאכדעם די ראקעטען פארבריקען און נאכדעם די ערד אמוניציע וואס זיי האבען עס געטון חדשים פאר מאיז אריין מיט א ערד אינוואזיע
מהאט אויסגעטריקענט דעם שונא, די עכטע מלחמה איז געשען חדשים פאר אן אינוואזיע (א שטייגער וואס מקען יעצט קלאר זען וויאזוי די אוקריינער האבען געטון מיט חערסאן וואס איז גאר אנדערש וויאזוי די רוסען נעמען באקמוט)

אמעריקע האלט דאס אן ביז היינט ציטאגס, אויסטריקענען יענעמס וואפען ציברעכען יענעמס קאמענד און סטרוקטור

אבער דא האבען זיי זיך געטראפען מיט געבינדענע הענט, וויבאלד רוסלאנד האט קלאר געוויסט אז די אמעריקאנער גייען נאר שיקען אמוניציע פון זייערע סטאריזשעס און א מלחמה וואס איז נישט געבויעט אויף א אמעריקאנע סטראטעגיע,

און די רוסען האבען א זעלטענע אפוטורנעטי אויסציליידיגען די אמעריקאנע סטאריזשעס, ווייל סאיז אזוי ווי איינער בויעט א בילדינג קרום אנדערש ווי די ארכיטעקט האט געשריבען,
קודם די דאך נאכדעם די פענסטער נאכדעם די ווענט וכו'

אפי יענער האט געהאט אלע מאטריאל לויט די פלענער פון די ארכיטעקט וועט ער עס נישט ריכטיג פארנוצען,
און אויב די באנק געט נישט פרישע פיינענס פאר די פריאעקט דאן איז אויס מיט די געשעפט,

און א מלחמה איז קוואנטעטי א חלק פון סטראטעגיע אבער יעדע סטראטעגיע מוז מעטשען מיט די שונא און אויב די שונא האט עס ארויס און וויל (און האט די געלט) קען ער עס איבערקלוגען

אבער אויב אמעריקע גייט אריין און א מלחמה מאאד פראדוקציע דאן איז רוסלאנד אויף צרות נאך ערגער ווי זענען געווען ביי קארעא אדער וויעטנאם ווייל דא איז דא גאר אנדערע אומשטענדען ואכמ"ל,
***
אז מרעדט פון וויעטנאם, בעיקר ווען די רוסען ווילען עס נוצען אלט א פראפאגאנדע (און מלחמה טאקטיק) אפצישטעלען די אמעריקאנע ווילען צי העלפען דעמאקראטיע געווינען

מוז דערמאנט ווערען אז אמעריקע האט זיך פיין געלערענט פון יענע דורך פעלער און דעס קומט צי פארדאנקען געוויסע, ( ווי שווארצקאפ פאועל בוש דער ערשטער ראמספעלד טשעיני און רעיגען)
***
צירוק צי די טאנקען רוסלאנד אליינס קען פראדוצירען א יאר צוויי דריי 100 טאנקען און פרידענס צייט, און דעס איז אן טשיינע קארעא און אנדערע וואס העלפען זיי און גרויסען,

אויך דארף מען און באטראכט נעמען אז רוסלאנד נוצט געהעריג צוואנגס ארבעט,

ווי אויך אז מבאמבאדירט נישט געהעריג רוסלאנדס וואפען פאבריקען אזוי ווי מען האט געטון און פעמונדע דרעזען און אנדערע שווערע אינדוסטריעלע דייטשע שטעט,

מען פייט זייערע פאבריקען מיט סאנקציעס און אנדערע געהיימע מיטלען וואס דעס קומט נישט צי צו באמבאדירען רונדע ארום די זייגער,

נאך א פאקטאר וואס מען דארף נעמען און באטראכט איז די רוסישע קארופציע ביז די מלחמה, און די רוסישע קארופציע יעצט און די פאבריקען

און ווי סהייסט האט פוטין זיך פארלייגט נאר אויף דעם שטילערהייט גראד און אפריל ווען ער האט געזען וואס דא גייט פאר, (אויף קארופציע) וואס אויב ער איז מצליח אפי האלב איז דעס נישט גוטע נייעס פאר די וועלט, אפגערעדט פאר אוקריינע,

הכלל ווען סקומט צי טאנקען און משטעלט ציזאם די רוסישע מהלך ווי מענטשליכע לעבענס שפילט נישט קיין ראלע אפגערעדט אז די רוסישע עקאנעמי און צוואנגס ארבעט שפילט נישט קיין ראלע, מיינט נישט דע דריי א האלב טויזענט טאנקען אז רוסלאנד איז יעצט קאפוט ,

נאר וואס יא? דעס ציזאמען מיט סאנקציעס און די וועלט איז אנטשלאסען צו צישטעלען פאר אוקריינע וואס זיי ברויכען, און דעס אז מקען באמת אפהאלטען טשיינע דאן ווערט עס עפעס,

אויב גייט מען מיט די וואר אף אטרישען ,איז גוט צי וויסען אז אוקריינע נוצט יעצט אויס און באקמוט והגלילות עלעוו טויזענט שעלס א טאג!!
אמעריקע פראדוצירט האלב דערפון א חודש..

א זאך וואס די פענטאגאן ארבעט גאר העפטיג אונטערען טיש צי טוישען און דעס ברויך אן ארטיקעל פאר זיך
איין אייזען קאמפעני וואס האט געמאכט רעלוועיס און גראטעס האט באקומען אפאר וואכען צירוק א ארדער פון די פענטאגאן א ארדער פון 240 און מ י ל י א ן דאלער!!!
א ארדער פון אלע ערליי שעלס פאר טאנקען ארטילערי פאר היימער וכו' און דעס איז איין קאמפעני,
זיי האבען פאריגע וואך געדאפעלט די ארבעטערס און געמאכט א פרישע נאכט שיפט,

איין קאמפעני און פענסילוועניע וואס איז געווען אקטיוו ביי די קארעא מלחמה און איז אנגעגאנגען פאר קליינע ארדערס בעיקר וואס די פענטאגאן האט געארדערט פאר אנדערע לענדער, האט יעצט ממש זיך אויפגעוועקט ווי די טעסטינג לעבס ביי קאוויד,

האט רוסלאנד אויפגעוועקט א שלאפענדע טייגער??
רעב יואל, ליין צום סוף
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פאלעסיידס האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:17 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:11 am
די נייע פעקל האט 30 מיליאן שעלס. וויאזוי האט מען פלוצלינג אזוי סאך?
כהאב געשריבען א שטיק צייט צירוק אז אמעריקע האט שטילערהייט אויפגעטריבען פראדוקציע אין אלטע פארשלאפענע קאמפעניס איינער פון זיי איז דא אין א פארשלאפענע שטעטעל אין פענסילוועניע, און איין קאמפעני וועלכע האט זייט נאך די קארעא קריג פראדוצירט אייזענעס פאר שינעס בלית ברירה אין די גאווערמענט האט געמאכט אנפאנג ווינטער א מולטי מיליאן דאלער קאנטראקט מיט זיי,
איך וועל אפשר באלד אויפזוכען די באריכט
יא יענע געגנטער האבן צוגעשטעלט טויזנטער נייע זשאבס און געהעכערט די לאקאלע עקאנאמיע.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5177
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

יעצט פרעג איך מיר אליינס ווי קעש איך איין די זאך דא? אפשר אנהייבן פארקויפן מתים בעגס פאר די חברה קדישא דארט אין די גלילות'ער..
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

פאלעסיידס האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:17 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:11 am
די נייע פעקל האט 30 מיליאן שעלס. וויאזוי האט מען פלוצלינג אזוי סאך?
כהאב געשריבען א שטיק צייט צירוק אז אמעריקע האט שטילערהייט אויפגעטריבען פראדוקציע אין אלטע פארשלאפענע קאמפעניס איינער פון זיי איז דא אין א פארשלאפענע שטעטעל אין פענסילוועניע, און איין קאמפעני וועלכע האט זייט נאך די קארעא קריג פראדוצירט אייזענעס פאר שינעס בלית ברירה אין די גאווערמענט האט געמאכט אנפאנג ווינטער א מולטי מיליאן דאלער קאנטראקט מיט זיי,
איך וועל אפשר באלד אויפזוכען די באריכט
יישר כח
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3501
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:53 am
יעצט פרעג איך מיר אליינס ווי קעש איך איין די זאך דא? אפשר אנהייבן פארקויפן מתים בעגס פאר די חברה קדישא דארט אין די גלילות'ער..
אז איך וועל אנהייבן צו האנדלען מיט די תכריכים וועלן די רוסן אויפהערן צו שטארבן :wink:
בעסער הייב איך נישט אן :lol:
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:53 am
יעצט פרעג איך מיר אליינס ווי קעש איך איין די זאך דא? אפשר אנהייבן פארקויפן מתים בעגס פאר די חברה קדישא דארט אין די גלילות'ער..
פארקויף וואדקע
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

אז איך קען צושטעלן א סי-ענד-סי שאפ וואס קען צושטעלן חלקים פאר געווער, קען איך קריגן א קאנטרעקט?
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5177
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:56 am
אז איך קען צושטעלן א סי-ענד-סי שאפ וואס קען צושטעלן חלקים פאר געווער, קען איך קריגן א קאנטרעקט?
איך מיין איינער זאל דא ווי יצחק עקשטיין אין מאמענט גרינדן עפעס א פובליק שעיר ביזנעס פון געוויסע חלקים פאר וואפן, א BH סארט פאבריק, די דזשאב רעיט וועט זיך אפשר הייבן...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע: The Pentagon

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:56 am
אז איך קען צושטעלן א סי-ענד-סי שאפ וואס קען צושטעלן חלקים פאר געווער, קען איך קריגן א קאנטרעקט?
יא.
אבער גייסט דארפן נאכקומען גאר אסאך ריקייערמענטס און דורך גיין גאנצע ביוראקראטיע.
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
ליסטע פון די מאסיווע כלים וואס אוקריינא האט אנגעגרייט צום אפענסיווע.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פאלעסיידס האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:17 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:11 am
די נייע פעקל האט 30 מיליאן שעלס. וויאזוי האט מען פלוצלינג אזוי סאך?
כהאב געשריבען א שטיק צייט צירוק אז אמעריקע האט שטילערהייט אויפגעטריבען פראדוקציע אין אלטע פארשלאפענע קאמפעניס איינער פון זיי איז דא אין א פארשלאפענע שטעטעל אין פענסילוועניע, און איין קאמפעני וועלכע האט זייט נאך די קארעא קריג פראדוצירט אייזענעס פאר שינעס בלית ברירה אין די גאווערמענט האט געמאכט אנפאנג ווינטער א מולטי מיליאן דאלער קאנטראקט מיט זיי,
איך וועל אפשר באלד אויפזוכען די באריכט
@הרב יואל קליין קומענדיגע מאל זיי מדייק א שטיקל נקדימון :wink:
נקדימון האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 9:21 pm
די פרישע אמעריקאנער הילפס פעקל אין די ווערד פון 300 מיליאן דאלאר וואס וועט אנאנסירט ווערן פרייטאג וועט אנטהאלטן וואפנס פאר דראונס. מער געצילטע מיסילס פאר די היימארס ארויסשיסערס. מער מיסילס פאר די פאטריאט פארטיידיגונס סיסטעמען. סטינגערס. מינע רייניגונג עקוויפמענט. נאכט וויזיע גאגעלס און ארום דרייסיג מיליאן קליינע וואפן רונדעס.
דאס איז קוילן פאר רעוואלווערס, סנייפערס צו מאשין גאנס. וואס אמעריקא האט מיליאנען. דאס האט גארנישט מיט פענסילוועניע. און אמעריקא האט שוין געשיקט מיליאנען דערפון ביז יעצט אויך.


די שארטעדזש בעיקר וואס איז דא און מען פארפירט איז פון די גרויסע 155 מילימעטער ארטילעריע רונדעס פאר האוויטצערס וכו'.

דאס קאסט הונדערטע אויב נישט טויזנטער אוקריינער פארלוסטן. איך האב געליינט איין נאך די צווייטע אינטערוויאס מיט אוקריינער זעלנער צו קאמאנדירן, כולם פה אחת, מיט מאגערע ראציאנען האבעך קוים זיך געקענט פארטיידיגן. שיקטס מער.

אמעריקא מיט די גאנצע פענסילוועניע פאבריק פראדוצירט מיינעך אונטער צוואנציג טויזנט רונדעס א חודש. איך געדענק נישט אויפן רגע אבער איך האב אלעס געשריבן בשעתו אין די אנדערע אשכול.

עס וועט נעמען יארן צו הייבן די פראדוקציע.

הלוואי אמעריקא האט צו די האנט דרייסיג מיליאן ארטילעריע רונדעס צו שיקן.

יעצט קומט גראדע א סך 155/105 ארטילעריע רונדעס. אויב איך ליין גיט קומט מעגליך אזוי סך ווי 500 טויזנט שעלס. אמעריקא האט לעצטנס געבארגט/געדינגען די ציפער פון דרום קארעא. ווייסעך נישט אויב עס איז פארבינדן.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3501
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 9:45 am
צוויי גילדען האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 11:26 am
צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 11:25 am
ענגלאנד אויסערן מעניסטער: אוקריינא האט די רעכט זיך צו פארטיידיגן פון אגרעסיע אפילו אויסער זייערע גרעניצן.


ענגלאנד ווייסט נישט פון קיין גבולים.
בערלין ווארטזאגער: אוקריינא האט די רעכט צו אטאקירן רוסלאנד אויב ס'איז צוליב סעלף דעפענס!
סטאלטענבערג: אוקריינא האט די רעכט זיך צו פארטיידיגן אלץ סעלף דעפענס, ווען ער איז געפרעגט געווארן איבער די דראון אטאקע אין רוסלאנד.


ווער האט זיך דאס געגלייבט, באקמוט פאלט, ענגלאנד אטאקירט...... און מאסקאווא אונטער אטאקע, און די מערב וועלט שטימט צו פולי.
ווער האט זיך דאס נישט געגלייבט, כ'שריי שוין דאס פון דעי וואן, דאס איז די ערשטע כלל אין מלחמה, יענער אטאקירט דיר, אטאקיר יענעם צוריק אינדערהיים!!!!!
נאר דאס וועט אים צופיקסן, אלע פלוידערייען איז שטותים (ליבעראלע געדאנקען גאנג...)
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

איך האף נאר אז זאלענסקי זאל נישט פארן אויך קיין רוסלאנד, דארט איז א גרויסע סכנה, יעדע פאר שעה הערט מען אויפרייסן און דראון אטקעס אפילו טיף אריין אין רוסלאנד..
ער זאל זיך ביטע האלטן ווייט פון די סכנהדיגע פלעצער.. ער זאל בלייבן אין אייראפע און מאלדאווע...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
דימעל פאר דימפעל
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 8:03 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דימעל פאר דימפעל »

הבוחר בטוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:46 pm
קוקט אויס ווי די אוקריינער וועלן נישט דארפען פארניכטען די קירטש ברידז רוסישע קאראפשען טוט די ארבייט פאר זיי.
די בריק איז 5 יאר אלט און די קאלומס קרעקען שוין.
נא... ביי פוטינען גייט אלעס ווי געפלאנט...
ער קען שוין פון לאנג זיין גיטע ווילן און צוריק שענקען קריימיע
ctrl Z אפעראציע אריין און ארויס
אֶחָחָחָחָדּדּדּדּ דימעל פאר דימפעל
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

הבוחר בטוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:46 pm
קוקט אויס ווי די אוקריינער וועלן נישט דארפען פארניכטען די קירטש ברידז רוסישע קאראפשען טוט די ארבייט פאר זיי.
די בריק איז 5 יאר אלט און די קאלומס קרעקען שוין.
הםם, איך וואלט נישט געזאגט אז עס קרעקט אויף אזא מאסיווע פארנעם דשאסט ווייל ס׳איז שלעכט געבויט.
איך וואלט ענדערש אנגענומען אז ס׳איז סאבאטזש
״שאדן״ וואס קומט פון גאר שטארקע אויפרייסן דערנעבן וואס שאקלען, ווייבּרירן די קאלומס אז עס באקומט מייקראו קרעקס וואס מ׳זעהט נישט אנפאנג, אבער עס וואקסט מיט די צייט. יעדע קרעק וואס מ׳זעהט איז א רעזולטאט פון א מייקראו קרעק וואס וואקסט מיט די צייט.

ס׳איז דא א געוויסע קול פריקווענסי וואס קענען ווייבּרעטן און מאכן יעדע זאך זיך טרייסלען אפילו פון אינסייד, מ׳דארף נאר וויסן וויאזוי עס צו מאכן.
די קראפט פון ״סאונד״ אדער ״שאק-וועיוו״ איז א עיקר באשטאנטייל און די אויפרייסן וואס לאזן איבער א גל של עצמות. מ׳זעהט עס נישט סתם מיט די אויגן.
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

אינטערוויו: מלחמת רוסלאנד אוקריינא: ראקעטן פליען אויף אוקריינא בייטאג און ביינאכט, די ספעציעלע סיסטעם ווארפט אראפ פילע ראקעטן, 3 זענען אומגעקומען אין קיוב, 10 זענען פארוואונעט געווארן ביים לויפן צו א בונקער אונטער א שפיטאל
ה' נשא פ״ג

ר' משה קרייס, טשערנאוויץ אוקריינא
15:18
https://www.yiddish24.com/interviews/12/84826

אינטערוויו: קיוב אוקריינא: "יעדע נאכט פליען דא מיסעלס, די נאכט איז געווען 3 טויטע און א פארברענטע בנין"
ה' נשא פ״ג

ר' נחמן דיקשטיין, זק"א אוקריינא
3:09
https://www.yiddish24.com/interviews/12/84814
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2855
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

גאלע האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:44 pm
עדה האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 11:42 am
דער ענגלאנד איז דער נחשון, ער טאנצט אייביג אריין די ערשטע און דערנאך טוט אים יעדער נאך

איך מיין אז דאס איז באריס דזשאנסאן מהלך, און עס קומט אים די פולע קרעדיט אז אוקריינע האט מלחמה כלים
לענ''ד, דעס איז א חלק פון די מהלך פון פארדרייען דעם רוס דעם קאפ, אמעריקע זאגט פאר ענגלאנד ווען צו ווייעך מאכן דעם באדן אזוי וועט רוסלאנד און די אמעריקאנע מענטשן נישט טענה'ן אז אמעריקע הייבט אייביג אן, וויל איינמאל א צווייטער רעדט שוין אזוי, אדער געבט שוין דע סטייל וואפען קיקט מען שוין נישט אזוי שטארק אויפן צוויטען וואס געט וואס איז פיל גרינגער דעמאלטס פאר אמעריקע.
איך האב שוין געוואלט ציטירן @עדה. למעשה האב איך באשלאסן צו ווארטן, אפשר האט שוין איינער ציטירט.
ווי אויך האב איך געוואלט זאגן פאר @Jhon. דיין סברא איז זייער גוט ווען די מערב וועלט וואלט געוואלט אפשטעלן די מלחמה.
אבער זיי זיכן בכלל נישט דעיס! אויס טריקיענען די מאמע’ס בליט ביז ס’איז גארנישט געבליבן (אז טשיינע וועט קענען עפענען א פראנט ביי זייער רוסישע גרענעץ, אן) אפילו איין שאס.... אזאנס איז עפעס וואס די מערב וועלט האט לכאורה קיינמאל געהאט אין היסטערי...
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8683
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

זעלענסקי: זיי אזוי גוט און הייב אן צו שיקן דראונס קיין איראן... זיי זענען נישט צופיל ווייטער פון מאסקווע. זייער עיר-דעפענס איז אויך נישט אזוי איי איי איי. וועסט האבן הילף פון עטליכע שכנים. וועסט זיי מאכן טראכטן צוויי מאל פאר זיי וועלן ווייטער שיקן דראונס פאר רוסלאנד.
סלאווא אאקראינע
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3501
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 3:36 pm
גאלע האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:44 pm
עדה האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 11:42 am
דער ענגלאנד איז דער נחשון, ער טאנצט אייביג אריין די ערשטע און דערנאך טוט אים יעדער נאך

איך מיין אז דאס איז באריס דזשאנסאן מהלך, און עס קומט אים די פולע קרעדיט אז אוקריינע האט מלחמה כלים
לענ''ד, דעס איז א חלק פון די מהלך פון פארדרייען דעם רוס דעם קאפ, אמעריקע זאגט פאר ענגלאנד ווען צו ווייעך מאכן דעם באדן אזוי וועט רוסלאנד און די אמעריקאנע מענטשן נישט טענה'ן אז אמעריקע הייבט אייביג אן, וויל איינמאל א צווייטער רעדט שוין אזוי, אדער געבט שוין דע סטייל וואפען קיקט מען שוין נישט אזוי שטארק אויפן צוויטען וואס געט וואס איז פיל גרינגער דעמאלטס פאר אמעריקע.
איך האב שוין געוואלט ציטירן @עדה. למעשה האב איך באשלאסן צו ווארטן, אפשר האט שוין איינער ציטירט.
ווי אויך האב איך געוואלט זאגן פאר @Jhon. דיין סברא איז זייער גוט ווען די מערב וועלט וואלט געוואלט אפשטעלן די מלחמה.
אבער זיי זיכן בכלל נישט דעיס! אויס טריקיענען די מאמע’ס בליט ביז ס’איז גארנישט געבליבן (אז טשיינע וועט קענען עפענען א פראנט ביי זייער רוסישע גרענעץ, אן) אפילו איין שאס.... אזאנס איז עפעס וואס די מערב וועלט האט לכאורה קיינמאל געהאט אין היסטערי...
כ'זאג נישט קיין סברא, איך זאג וואס איז די כלל ביי מלחמות אלע מאל געווען, במילא קומט נישט אריין קיין טענות אדער סברות מענטשליכקייט
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

פארוואס טוהט נישט אוקריינא אקטיוויזירן די פאטריאט אפציע צו אטאקירן פון ווי ס'קומט די אטאקע?
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3501
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

נארמאליזעם האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 4:36 pm
נארמאליזעם האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 4:03 pm
איראנע דראונס אויפן וועג קיין אוקריינע.


S-300 געשאסן אויף כארקאוו.

קומט נאך א וואכנאכט?
5 פליגערס געהויבן.

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 6:03 pm
וואך נאכט האט זיך אנגעהויבן....

אין קוירסק רוסלאנד.

מאסיווע עקספלאשענס ווערן געהערט אין די קוירסקע הימלען.
וואס איז דא, געשעהן א ונהפוך הוא?
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3501
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

כל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 5:52 pm
פארוואס טוהט נישט אוקריינא אקטיוויזירן די פאטריאט אפציע צו אטאקירן פון ווי ס'קומט די אטאקע?
זיי האבן נאכנישט קיין עף 16ס
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”