ווער שווענקט מוחות דא?SPXUP האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 23, 2023 12:53 amנארמאליזעם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 23, 2023 12:35 amכדי צו קענען ענטפערן וויל איך קודם פארשטיין אפאר זאכן:סעסעמי סיד האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 8:01 pmאיבער די אלע שמועסן איבער יא נצחונית פאר די אוקריינער, אדער עס איז סתם אויפגעבלויזנע זאכן, וויל איך קודם זאגן מיינע צווי צענט, אז לכאורה זענען די נצחונית בערך 70-80 פרצענט אמת, די איבריגע איז בלויז אקריינישע פראפאגאנדע,
א קליינע און אפשר נאריש קשיא, וואס באדירט מיר שוין א לענגערע צייט איז, אז פונקט ווי אונז ווייסן אז אין רוסלאנד, צפון קערעא, כינע, זענען די מוחות פארשווענקט אז נאר זיי זענען די שטערקסטע, און, אין רוסלאנד האלט מען אז די צאל רוסישע פארלוסטן זענען אינטער צען טויזענט, און זיי זאגט מען גאר אז מיר זענען גאר די וואס אונזערע מוחות זענען פארשווענקט, אפשר איז דא א שטיק אמת דערין, אז אוקריינע איז בכלל נישט אזוי מאכטפויל, רוסלאנד איז נישט אזוי שוואך, אמת עס גייט נישט פאר די רוסן ווי געפלאנט אבער אזוי ווי אונז וויסן איז אפשר שטותים?
לאמיר זען ווי אזוי אמעריקע וואלט אויסגעקיקט אויף אז מצב, אז די גאנצע וועלט שיקט וואפן פארן שונא ווי אזוי זיי וואלטן אויסגעקוקט, קוק אויף ווייטנאם האט אמעריקע אויך דורך געפאלן ווען רוסלאנד האט שטארק געהאלפן די צפון זייט, די קערעא קריג האט כינע און רוסלאנד שטארק געהאלפן און אמעריקע איז אויך נישט אנגעקומען אוין ערגעץ,
בכלל ווייס איך נישט צו אמעריקע האט בכלל געווינען א קריג זייט די צווייטע וועלט קריג און יעדע פלאץ קען מען עס אנקוקן ווי א דורכפאל
ווער האט געזאגט אז אוקריינע איז מאכטפול?
ווער האט געזאגט אז רוסלאנד איז שוואך?
אן אריינגיין אין די עצם זאך פארוואס אמעריקע האט פארלוירן אין וויעטנאם, און געדארפט אויסהאמערן אן אפמאך מיט ביידע קארעא'ס.
אמעריקע האט זיך געלערנט פון זייערע מיסטעיקס און אדאפדעט נייע טאקטיקן געבויט נייערע וואפן, און געווינען אין ביידע איראקע מלחמות, אויך געווינען די אפגאניסטאן מלחמה (האבנדיג א נארמאלע לאנד פאר צוואנציג יאר הייסט געווינען). משא"כ רוסלאנד האט נישט געקענט זיך לערנען פון זייערע מיסטעיקס, ווייל קארופציע און וואדקע איז געווען העכער די מיליטער, זענען זיי געבליבן מיט א 1950 מיליטער.
איך עגרי מיט 100% אז משווענקט דא די מוחות פונקט ווי אין רוסלאנד נאר מיט אן אנדערע מהלך. אבער מקען נישט פארגלייכען מלחמות פון 30 50 יאר צוריק. ווי אויך דארף מען פארשטיין די ציהל פון יעדע מלחמה צי דערגיין וואס די מיסטעיקס זענען געווען.
אלע טוויטער עקאונטס וואס ברענגן נייעס פונעם פראנט האבן געמאכט א יד אחת אז מ'גייט פארקויפן לאקשן פארן עולם??
וויפיל פראצענט נייעס דא קומט פון גרויסע מידיע נעצן וואס האבן אגענדעס?