נייעס מיט א שמייכל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

:lol: :lol:

יישר כח, און מז"ט צום פינעף און צוואנציג'סטער!
(אנבעליוועבל וויאזוי דער ראבאט האט זיך פארשלייערט אונטער א ניק...)
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

הכל הבל האט געשריבן:
שאדזשי מארימאטא האט זיך געלאזט אינטערוויוען דורך אן אינטערנאציאנאלע נייעס אגענטור מאכנדיג נייעס איבער זיין געניאלע ביזנעס איינפאל ווען ער האט זיך אריינגעלאזט אין די שומר קישואין ביזנעס און עס גענומען צום קומענדיגן שטאפל

דער 38 יעריגער מארימאטא פארדינגט זיין קערפער פאר מענטשן וועלכע זוכן צו האבן עימיצן וועלכע זאל גארנישט טוהן און ער רעכנט 10 טויזנט יען (71 אמעריקאנע דאלער) פאר יעדע באשטעלונג

די סערוויס וואס ער שטעלט צו איז מיטצוגיין מיט זיינע קליענטן סיי ווי אימער און דינען סיי וועלכע צוועק און אויספירן סיי וועלכע אויפגאבע אזוי לאנג ווי ער דארף גארנישט טוהן

זיין ביזנעס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין העכסט סוקסעספול און ער האט שוין באהאנדלט ארום 4 טוינט אזעלכע סעסיעס אין די פארלאפענע 4 יאר ווען מערסטנס פון זיינע קליענטן קומען פון זיינע פערטל מיליאן טוויטער נאכפאלגער און ארום א פערטל פון זיי קומען צוריק נוצנדיג זיין סערוויס נאכאמאהל אריינגערעכנט איין קליענט וועלכע האט אים שוין געדונגען פאר 270 סעסיעס

דורכאויס זיין קאריערע איז ער שוין גערופן געווארן דורך א קליענט צו א פארק ווען עימיצער האט זיך געוואלט שאקלען אויף א סיסאו און האט נייטיג געדארפט האבן עימיצער אויף די צווייטע זייט

אין א צווייטע פאל איז ער גערופן געווארן צו שטיין אויף די צווייטע זייט פון א באן פענסטער ווען עימיצער האט געזוכט אז איינער זאל פאכען מיט די האנט און ווארפן לעצטע וואונטשן נישט האבנדיג קיין צווייטע באגלייטער וועלכע זאל זיך בענקן נאך אים ווען ער רייזט אפ אויף א ווייטע רייזע

מערקווירדיג איז ווי אזוי מארימאטא איז אויפגעקומען מיט זיין איינפאל און דאס איז געווען ווען ער האט בעפאר געארבעט פאר א פובלישינג פירמע און איז אפט באצייכנט געווארן מיט שפאט אלץ א ליידיג גייער וואס טוט גארנישט מיט זיין צייט

די שטעך ווערטער האבן אריינגעדרינגען אלץ מער און מער אין זיין קאפ ביז די געדאנק האט אים אויפגעבליצט אז מעגליך קען מען שיין פארדינען פון טוהן גארנישט און אצינד טוט ער שפייזן זיין פרוי און קינד פון אט אזא פאך און זעהט איין אדער צוויי קליענטן א טאג און בעפאר די ווירוס אויסברוך איז עס געווען דריי ביז פיר טעגליך
מזל טוב פאר די פינעף און צוואנגיסטע טויזנטער!

איך בין זיכער אז די האסט עס שוין געהערט א סאך מאל, אבער עס שאדט נישט אביסל חזרה, איז לאמיר איבערזאגן נאכאמאל: הכל הבל איז די בעסטע רעפארטער אין די וועלט!
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
מזל טוב פאר די פינעף און צוואנגיסטע טויזנטער!

איך בין זיכער אז די האסט עס שוין געהערט א סאך מאל, אבער עס שאדט נישט אביסל חזרה, איז לאמיר איבערזאגן נאכאמאל: הכל הבל איז די בעסטע רעפארטער אין די וועלט!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

בכלל נישט קיין נייע פאך דאס... די פאסט אגענטור האט טויזענטע אזאלעכע ארבייטער אויף פעיראלל פאר יארן...
סך הכל תגובות: 999
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ראש לימבא האט געשריבן:
בכלל נישט קיין נייע פאך דאס... די פאסט אגענטור האט טויזענטע אזאלעכע ארבייטער אויף פעיראלל פאר יארן...
פארוואס פארשעמסטו די ווערייזאן ארבייטער ..?
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

maybeeynot האט געשריבן:
ראש לימבא האט געשריבן:
בכלל נישט קיין נייע פאך דאס... די פאסט אגענטור האט טויזענטע אזאלעכע ארבייטער אויף פעיראלל פאר יארן...
פארוואס פארשעמסטו די ווערייזאן ארבייטער ..?
:lol:
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

ראש לימבא האט געשריבן:
בכלל נישט קיין נייע פאך דאס... די פאסט אגענטור האט טויזענטע אזאלעכע ארבייטער אויף פעיראלל פאר יארן...
:lol:

;l;p-
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

maybeeynot האט געשריבן:
ראש לימבא האט געשריבן:
בכלל נישט קיין נייע פאך דאס... די פאסט אגענטור האט טויזענטע אזאלעכע ארבייטער אויף פעיראלל פאר יארן...
פארוואס פארשעמסטו די ווערייזאן ארבייטער ..?
:wink:
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דאנק אלע פאר די שיינע וואונטשן

די פידבעק מוטיגט פארצוזעצן בעז"ה!
שמחת התורה
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 2:15 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת התורה »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
מזל טוב פאר די פינעף און צוואנגיסטע טויזנטער!

איך בין זיכער אז די האסט עס שוין געהערט א סאך מאל, אבער עס שאדט נישט אביסל חזרה, איז לאמיר איבערזאגן נאכאמאל: הכל הבל איז די בעסטע רעפארטער אין די וועלט!
אין שמחה כשמחת התורה! טעמו וראו כי טוב.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

הכל הבל האט געשריבן:
א דאנק אלע פאר די שיינע וואונטשן

די פידבעק מוטיגט פארצוזעצן בעז"ה!
מזל טוב!
זילבערנע חתונה!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ניו העמפשיר רעפובליקאנע סענאט נאמיני דאן באלדאק האט אויפגעברענגט ביי א קאמפיין אפשטעל א רעכט געשטופטע באשולדיגונג אז שולעס לענגאויס די סטעיט שטעלן צו קליינע סארט בתי כבוד דעזיגנירט פאר קעץ צוליב א שטייגנדע צאהל קינדער וועלכע אידענטיפיצירן זיך אלץ קעץ

באלדאק האט געשילדערט ווי די שולעס ערציען קליינע זעלבסט דערקלערטע קעצלעך וועלכע לעקן זיך איינע די צווייטע און ווען זיי גלייכן נישט עפעס וועלן זיי ארויסגעבן די זעלבע קלאנגען מיט וועלכע וואס אומצופרידענע קעץ זענען בארימט און אנדערע וועלכע גייען פונקט פארביי אין די קארידארן שפרונגען אוועק דערשראקענע

באלדאק האט געזאגט אז ער וואלט געהאפט אז עס איז א פאבריקאציע אבער דאס איז וואס טוט ווירקליך פאסירן
איינע פון די שולעס וועלכע ער האט דערמאנט אין די באשולדיגונג איז די פינקערטאן אקאדעמיע הויך שולע האט עס קאטעגאריש געלייקנט און באצייכנט אלץ אויסגעזויגן פון פינגער

סענאטארשע האסאן (ד) האט רעאגירט דערצו זאגנדיג אז זי גייט ניטאמאהל איבערזאגן די שעדליכע קאנספיראציע טעאריע און עס איז ערווארטעט צו ווערן געהערט פון עמיצער וועלכע שטופט א פיל מער געפארפולע קאנספיראציע טעאריע אז די פארלאפענע וואלן זענען געווען געפעלשט
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6153
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

אוי הבל ביזט דאך צוקער זיס!

(בד"וו, זאג מיר ווי טרעפט מען די פינף און צוואנציגסטע שעה אין טאג? איך זוך עס שוין לאנג...)
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
שמחת התורה
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 2:15 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת התורה »

[quote="הכל הבל"]ניו העמפשיר רעפובליקאנע סענאט נאמיני דאן באלדאק האט אויפגעברענגט ביי א קאמפיין אפשטעל א רעכט געשטופטע באשולדיגונג אז שולעס לענגאויס די סטעיט שטעלן צו קליינע סארט בתי כבוד דעזיגנירט פאר קעץ צוליב א שטייגנדע צאהל קינדער וועלכע אידענטיפיצירן זיך אלץ קעץ

באלדאק האט געשילדערט ווי די שולעס ערציען קליינע זעלבסט דערקלערטע קעצלעך וועלכע לעקן זיך איינע די צווייטע און ווען זיי גלייכן נישט עפעס וועלן זיי ארויסגעבן די זעלבע קלאנגען מיט וועלכע וואס אומצופרידענע קעץ זענען בארימט און אנדערע וועלכע גייען פונקט פארביי אין די קארידארן שפרונגען אוועק דערשראקענע

באלדאק האט געזאגט אז ער וואלט געהאפט אז עס איז א פאבריקאציע אבער דאס איז וואס טוט ווירקליך פאסירן
איינע פון די שולעס וועלכע ער האט דערמאנט אין די באשולדיגונג איז די פינקערטאן אקאדעמיע הויך שולע האט עס קאטעגאריש געלייקנט און באצייכנט אלץ אויסגעזויגן פון פינגער

סענאטארשע האסאן (ד) האט רעאגירט דערצו זאגנדיג אז זי גייט ניטאמאהל איבערזאגן די שעדליכע קאנספיראציע טעאריע און עס איז ערווארטעט צו ווערן געהערט פון עמיצער וועלכע שטופט א פיל מער געפארפולע קאנספיראציע טעאריע אז די פארלאפענע וואלן זענען געווען געפעלשט

:lol: :lol: :lol:
און א יישר כח פאר אייערע זעלטן קלארע באריכטן איבעראל, כה לחי!
אין שמחה כשמחת התורה! טעמו וראו כי טוב.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

רעין ווילסאן איז א פראמינעטע קלימאטיסט און האט באשלאסן צו טוישן זיין נאמען צו "רעגן פאל היץ כוואליע עקסטרעמע ווינטער ווילסאן" אין א פארזוך אויסדרוקן פראטעסט צו צו ציען אויפמערקזאמקייט און צו די טעמע
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע: Command Center

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

די רוסישע רעגירונג האט געפענט א קרימינאלע קעיס קעגען זעלענסקי פארען אומלעגאל אריבערגיין דעם רוסישען גרענעץ מיטן גיין קיין חערסאן.
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

unit 13 האט געשריבן:
די רוסישע רעגירונג האט געפענט א קרימינאלע קעיס קעגען זעלענסקי פארען אומלעגאל אריבערגיין דעם רוסישען גרענעץ מיטן גיין קיין חערסאן.
איז עס אמת?
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע

ניין דו האט געשריבן:
unit 13 האט געשריבן:
די רוסישע רעגירונג האט געפענט א קרימינאלע קעיס קעגען זעלענסקי פארען אומלעגאל אריבערגיין דעם רוסישען גרענעץ מיטן גיין קיין חערסאן.
איז עס אמת?
צו אמת צו נישט, עס מאכט סענס!

יא יא, א שמייכל ברענגט עס זיכער.
די שאלה איז נאר צו עס באלאנגט דא אין די נייעס אדער אין די מילתא דבדיחותא אשכול....

יאיא
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' איד »

Home slippers of Apple founder Steve Jobs were sold at an auction today for $218,000. In the auction house announcement states that Jobs wore them quite a few times in the office 'at important moments in Apple's history'
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

ר' איד האט געשריבן:
Home slippers of Apple founder Steve Jobs were sold at an auction today for $218,000. In the auction house announcement states that Jobs wore them quite a few times in the office 'at important moments in Apple's history'
מיין פריינט דאס איז בכלל נישט שמייכלדיג. א סעלעברעטי ביי די גוים איז להבדיל ווי א רבי, און דאס איז ווי א ירושה.
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דער הימלישע איד האט געשריבן:
ר' איד האט געשריבן:
Home slippers of Apple founder Steve Jobs were sold at an auction today for $218,000. In the auction house announcement states that Jobs wore them quite a few times in the office 'at important moments in Apple's history'
מיין פריינט דאס איז בכלל נישט שמייכלדיג. א סעלעברעטי ביי די גוים איז להבדיל ווי א רבי, און דאס איז ווי א ירושה.
פאר אונז אידאס שמייכעלדיג

נישט-שמייכעלדיג איז ווען אידן ווערן ל"ע פארכאפט אינעם סעלעבריטי געמויזעכטס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נאך א היציגע זיצונג אין ווייסן הויז האט פרעזידענט ביידען באשלאסן צו מאכן א שארפן פאליסי טויש אנבאלאנגט אומלעגאלע אימיגראציע

געוויסע אינערהאלב די קאבינעט האבן געוואלט דערקלערן אפיציעל א בליץ קריג צו ברענגן אן ענדע צו די פלייץ פון אימיגראנטן אין אן אפעראציע פון איינפאך אנהויבן צוריקשיקן יעדע איינציגע אימיגראנט אן קיין אויסנאם אבער די קיהלערע קעפ האבן באוויזן אפצושטעלן די אפעראציע פון אריינגיין זאפארט אין אפעקט און אנשטאט וועט די ווייסע הויז צו ערשט "שטודירן די קריג" מיטן פינאנצירן א ברייטע שטודיע וועלכע זאל אפשאצן אויב אזא אפעראציע וועט זיין וויקרזאם צו לעזן די פראבלעם

דאסמאהל איז די רעדע נישט פון אימיגראנטן וועלכע שטראמען אריין פון די אמעריקאנע מעקסיקאנע גרעניץ נאר פון שטראלן וועלכע עמיגרירן פון די זוהן פלאנעט און פארפלייצן אונזער וועלטל און די אדמיניסטראציע איז אנטשלאסן צוריקצושיקן די שטראלן צו די ספערן אין א פארזוך צו ראטעווען די וועלט פון די ווארימע קלימאט

די ווייסע הויז מעלדט אפיציעל אז זי וועט פינאנצירן א פינף יאר פראגראם וועלכע וועט שטודירן די געדאנק גערופן "סאלאר ראדיאציע מענעדזשמענט"

די פלאן איז איינע פון די מערסט קאנטערווערסיאלע איינפעלער צו באקעמפן קלימאטן טויש און באשטייט פון שפריצן א געוויסע סארט מאכטפולע גאז אין ריכטונג פון די אטמאספערע וואס וועט אפשלאגן די אינוואדירנדע ליכט שטראלן און זיי פארקירעווען אוועק פון אונזער פלאנעט

מערקווירדיג איז אז די געדאנק שטאמט גראדע פון נאטור זעלבסט און איז אויפגעקומען נאך אן היסטארישע וואולקאן אויפרייס אין אינדאנעזיע צוריק אין יארע 1816 למספרם וועלכע האט ארויסגעשפיגן אן אוואלאנש פון אזויפיל גאז און אש אז יענע יאר איז געבליבן באקאנט אלץ די "יאר אן קיין זומער" אין צפון אמעריקא און אין אייראפע צוליב וואס די גאזן פון די אויפרייס האבן בלאקירט די שטראלן פון די זוהן אנצוקלאפן אינעם ערד קוגל פירנדיג צו קילע טעמפעראטורן אין לויף פונעם גאנצן זומער
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

חחח!! הבל עט היז בעסט!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”