ר' אברהם נח פלאי, דער טאטע פון די צוויי קינדער אשר מנחם און ישראל פלאי הי"ד וועלכע זענען אומגעקומען אין א קאר טעראר אטאקע אין די רמות געגנט אין ירושלים, איז היינט באפרייט געווארן פון שפיטאל נאכן זיך ערהוילן פון די וואונדן וואס ער האט געליטן פון די אטאקע.
@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
קאנגרעס דעמאקראטן האבן אונטערגענומען שריט צו צווינגען אן אפשטימונג אין די קומענדיגע 2 טעג צו ארויסווארפן קאנגרעסמאן דזשארדזש סענטאס פון קאנגרעס. עס דארף האבן א צוויי דריטל צו דורכגיין און וועט ווארשיינליך דורכפאלן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
סענאט האט געשטימט 56 צו 43 צו אפשאפן די וואשינגטאן די. סי. פאליציי רעפארם ביל וואס די ארטיגע סיטי קאונסיל האט באשטעטיגט פארגאנגענע יאר.
די ווייסע הויז האט געזאגט אז פרעזידענט ביידען וועט וועטאאירן די ביל אויב עס קומט אן צו אים.
די ווייסע הויז האט געזאגט אז פרעזידענט ביידען וועט וועטאאירן די ביל אויב עס קומט אן צו אים.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אין די דזשעקסאנוויל, פלארידע מעיאר וואלן האט די דעמאקראטישע קאנדידאט דאנע דיגען באזיגט דעם רעפובליקאנער קאנדידאט דעניעל דעוויס וועלכער איז אינדארסירט געווארן דורך גאווערנער דיסענטיס.
דזשעקסאנוויל איז געווען די גרעסטע שטאט אין אמעריקע מיט א רעפובליקאנער מעיאר ביז היינט.
דזשעקסאנוויל איז געווען די גרעסטע שטאט אין אמעריקע מיט א רעפובליקאנער מעיאר ביז היינט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די סיקרעט סערוויס זאגט אז זיי פארשן אויס אן אינצידענט ווען אן אנגעטרינקענער מאן איז אריינגעגאנגען פארגאנגענע מאנאט אינמיטן די נאכט אין די היים פון נאציאנאלע סעקיוריטי אדווייזער דזשעק סאליוואן און זיין זיכערהייט טיעם האט דאס נישט באמערקט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
פרעזידענט ביידען בעפארן אפרייזן קיין יאפאן האט געזאגט אז ער איז רואיג אז מען וועט דערגרייכן אן אפמאך איבער די חובות דאך, און פארמיידן א דיפאלט.
ער האט געזאגט אז די פארהאנדלונגען מיט רעפובליקאנער זענען פראדאקטיוו, און ער וועט אפהאלטן א פרעסע קאנפערענץ ווען ער קערט זיך צוריק פון יאפאן קומענדיגע זונטאג.
ער האט געזאגט אז די פארהאנדלונגען מיט רעפובליקאנער זענען פראדאקטיוו, און ער וועט אפהאלטן א פרעסע קאנפערענץ ווען ער קערט זיך צוריק פון יאפאן קומענדיגע זונטאג.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
ברייען קריסטאפער קאבערגער איז אנגעקלאגט געווארן דורך א גרענד דזשורי פארן ערמארדן 4 סטודענטן אין איידעהא, און וועט מאנטאג ערשיינען אין געריכט.
פראקורארן האבן שוין אנגעקלאגט קאבערגער אויף די זעלבע קלאגעס, אבער א גרענד דזשורי אנקלאגע ערלויבט די קעיס צו גיין גלייך צו א העכערע געריכט און געבט מער מאכט פאר די פראקורארן נישט צו דארפן מיטטיילן באווייזן ביז די טרייעל.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די סופרים קאורט האט אפגעווארפן אן עמערדזשענסי פארלאנג פון גאן רעכטן אקטיוויסטן צו אפשטעלן די פארבאט וואס אילינוי האט ארויפגעשטעלט אויף אסאלט וואפן, אין די צייט וואס נידעריגערע געריכטן הערן אויס די אנקלאגעס ארום דעם.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אן אקסיאס באריכט גיבט אן אז אמעריקע האט פארגעשלאגן פאר מדינת ישראל צו דורכפירן געמיינזאמע מיליטערישע פלאנירונגען איבער איראן.
א מדינת ישראל באאמטער זאגט אז זיי האבן נישט אפגעווארפן די אנבאט אבער האבן עס אנגענומען מיט פארדאכט, אויס מורא אז אמעריקע צילט צו בינדן די הענט פון מדינת ישראל אז זיי זאלן נישט אויספירן קיין אייגענע אקציעס קעגן איראנע נוקלעארע איינריכטונגען, עפעס וואס אמעריקע לייקנט.
א מדינת ישראל באאמטער זאגט אז זיי האבן נישט אפגעווארפן די אנבאט אבער האבן עס אנגענומען מיט פארדאכט, אויס מורא אז אמעריקע צילט צו בינדן די הענט פון מדינת ישראל אז זיי זאלן נישט אויספירן קיין אייגענע אקציעס קעגן איראנע נוקלעארע איינריכטונגען, עפעס וואס אמעריקע לייקנט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
סעיפולא סעיפאוו, דער 35 יעריגער טעראריסט וועלכער איז אין 2017 ארויפגעפארן מיט א פיקאפ טראק אויף א בייק לעין אין מאנהעטן אומברענגענדיג 8 און פארוואונדעט נאך 11, איז פאראורטיילט געווארן צו 10 לעבנסלענגליכע טורמע טערמינען, מיט נאך 260 יאר אין טורמע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א ריכטער האט געאורטיילט אז עליזאבעט האלמס, וועלכע האט באשווינדלט מיליאנען פון אינוועסטירער מיטן פארקויפן אז זי האט א נייע טעכניק צו טעסטן בלוט, דארף אנהייבן איר 11 יעריגע טורמע טערמין מאי 30.
דאס קומט נאך וואס אן אפעלאט געריכט האט אפגעווארפן איר פארלאנג אז זי זאל נישט דארפן אנהייבן איר אורטייל ביז די אפיעל אויף איר אורטייל איז פערטיג.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
מאנטענע גאווערנער האט אונטערגעשריבן די ביל וועלכע טוט פארבאטן צו דאונלאודן טיקטאק און טיקטאק צו אפערירן אין די סטעיט, ווערנדיג די ערשטע אמעריקאנער סטעיט צו דורכפירן אזא פארבאט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א באריכט אין די וואל סטריט זשורנאל גיבט אן אז פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס וועט איינגעבן אפיציעלע פאפירן צו לויפן פאר פרעזידענט קומענדיגע וואך, און וועט אין די זעלבע זייט אפיציעל דערקלערן זיין קאנדידאטור פאר די רעפובליקאנער נאמינאציע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אובער האט געמאלדן אז פון היינט אנגעהויבן קען מען באשטעלן א קאר דורכן רופן 1-833-873-8237 (use Uber).
מען וועט מוזן האבן אן אקקאונט - וועלכע די לייוו אגענט וואס הייבט אויף וועט העלפן אויפסעטן אויב מ'האט נאכנישט. מ'וועט מוזן נוצן א סעלפאון צו באשטעלן די רייד, היות מ'דארף קענען באקומען טעקסט מעסידזשעס מיט אפדעיטס.

לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום דאנערשטאג מאי 18, 2023 1:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
פאליציי אין דזשעקסאנוויל האבן ארעסטירט דעם 22 יעריגן לואיס רעדמען ענטואווען, וועלכע ווערט באשולדיגט אין די מארד פון הערשי שווארץ ע"ה 3 מאנאטן צוריק אין נארט מיאמי.
לויט באריכטן איז עס נישט געווען קיין געצילטע רויבעריי. פאליציי וועט געבן א פרעסע קאנפערענץ 4:30.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א CNN באריכט גיבט אן אז אמעריקע האט סיגנאלירט פאר אייראפעאישע לענדער אז זיי וועלן ערלויבן אנדערע לענדער צו שיקן F-16 קאמפס פליגער פאר אוקריינע, עפעס וואס די ביידען אדמיניסטראציע האט נישט ערלויבט ביז יעצט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
היינט האבן 3 געוועזענע FBI אגענטן אויפגעטרעטן בעפאר די קאנגרעס סוב-קאמיטע איבער די פאליטיזירונג פון די פעדעראלע רעגירונג אונטער די דזשודישיערי קאמיטע, איבער דאס וואס זיי זענען אפגעזאגט געווארן פון זייערע פאזיציעס נאך וואס זיי האבן אויפגעברענגט פראבלעמען אינערהאלב די FBI אדער זיך ארויסגעשטעלט אלס וויסלבלויער.
אין א בריוו צו קאנגרעס דעם מיטוואך זאגט די FBI אז זיי האבן אפגעזאגט 3 אגענטן וועלכע האבן אדער אנטיילגענומען אין די יאנואר 6 אומרוען, אדער שפעטער אויסגעדריקט מיינונגען וואס לייגט אין פראגע זייער "געטריישאפט צו די פאראייניגטע שטאטן".
די FBI זאגט אז איינע פון די אגענטן האט זיך אנטזאגט צו אויספירן א געריכט אויטאריזירטע ארעסט און געגעבן אומערלויבטע אינטערוויוס פאר נייעס אגענטורן, אריינגערעכנט א רוסישע מידיע גרופע. א צווייטער איז אפגעזאגט געווארן צוליב זיכערהייט זארגן נאך וואס ער האט פארשפרייט "אלטערנאטיווע טעאריעס" צווישן FBI אגענטן ארום די אויספארשונגען איבער יאנואר 6, און זיי האבן אים סוספענדירט צוליב וואס ער האט געשטערט אפיציעלע אויספארשונגען.

די סופרים קאורט האט היינט אפגעווארפן אנקלאגעס קעגן סאציאלע מידיע פירמעס און געאורטיילט אז מען קען זיי נישט האלטן פאראנטווארטליך אויף טעראריסטישע אטאקעס, טראץ דעם וואס די טעראריסטן האבן גענוצט זייערע פלאטפארמעס.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
טוויטער האט היינט ארויסגעשטעלט א רייע נייע פיעטשערס.
טוויטער-בלוי באנוצער קענען שיקן ווידעאס אזוי לאנג ווי 2 שעה, אדער 8 גיגאבייט, גראד פון די עפפ. די ווידעאס קענען געלייגט ווערן בעפאר, נאך אדער אינמיטן די טוויט, נישט נאר צום סוף ווי ביז היינט.
אין פריוואטע מעסידזשעס איז צוגעקומען די אפציע צו ריפלייען צו א ספעציפישע מעסידזש, און א ברייטערע אויסוואל פון עמאודזשיס צו נוצן אלס ריעקשאנס. ווי אויך האבן ערשטע געוויסע באנוצער באקומען די אפציע פון שיקן ענקריפטעד מעסידזשעס.

רעפובליקאנער סענאטאר טים סקאט פון סאוט קאראליינע האט אפיציעל געפיילט מיט די פעדעראלע וואלן קאמיסיע צו לויפן פאר פרעזידענט אין 2024. סקאט איז ערווארטעט צו פארמאל מעלדן זיין קאמפיין מאי 22.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אוקריינישער פרעזידענט זאלענסקי האט אפגעשטאט אן אומגעמאלדענע באזוך אין סאודיע אראביע וואו ער האט אנטייל גענומען און אדרעסירט די אראבישע ליגע סאמיט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אמעריקע האט געמאלדן אז זיי וועלן אפיציעל געבן ערלויבעניש צו טרענירן אוקריינישע פילאטן מיט F-16 קאמפס פליגער.
ענגלאנד האט געמאלדן אז זיי וועלן ארבעטן אינאיינעם מיט א קאאליציע פון לענדער צו צושטעלן פאר אוקריינע די נויטיגע לופט מעגליכקייטן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א געליעקטע סלייד צייגט וויאזוי אינסטעגרעם'ס טעקסט-באזירטע עפפ צו קאנקורירן מיט טוויטער וועט אויסקוקן.
די עפפ, וועלכע לויפט מיטן קאוד-נאמען 'בארסעלאנע' אדער P92, ערלויבט באנוצער אריינצולאגן מיט די אינסטעגרעם לאג-אין דעטאלן, און שיקן מעסעדזשעס ביז 500 קערעקטערס באגלייט מיט לינקס, בילדער און קורצע ווידעאס. בלויע טשעקלעך פון אינסטעגרעם וועלן אריבערקומען צו דעם עפפ אויך.
אינסטעגרעם ארבעט אויך אז די עפפ זאל ארבעטן צוזאמען מיט אנדערע טוויטער קאנקורירנדע עפפס, א שטייגער ווי מעסטעדאן.
לויט באריכטן האט אינסטעגרעם עס שוין געגעבן פאר געוויסע סעלעברעטיס און אייגענטומער פון גרויסע אקקאונטס צו טעסטן, און קען ארויסקומען שוין אזוי פרי ווי סוף יוני.

נאך לאנגע מאנאטן פון ביטערע שלאכטן האט די וואגנער מיליטערישע גרופע געמאלדן אז זיי האבן גענצליך איינגענומען באכמוט.
אוקריינע לייקענט עס דערווייל.
אוקריינע לייקענט עס דערווייל.