@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א באפעלאו פייערלעשער איז אומגעקומען נאך וואס א קאמערציאלע געביידע איז טיילווייז איינגעפאלן אין רעזולטאט פון א שווערע פייער וועלכע האט אויסגעבראכן אין די געביידע.

IMG_20230301_235503_332.jpg
IMG_20230301_235503_332.jpg (97.55 KiB) געזען 18749 מאל
IMG_20230301_235503_781.jpg
IMG_20230301_235503_781.jpg (151.8 KiB) געזען 18749 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סענאט האט איינשטימיג אריבערגעפירט א ביל וועלכע רופט צו פארעפנטליכן אלע אינפארמאציע וואס די פעדעראלע רעגירונג פארמאגט איבער די אפשטאם פונעם קאוויד ווירוס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען האט זיך געטראפן מיטן רוסישן אויסערן מיניסטער סערגעי לאווראוו ביי א G-20 סאמיט אין אינדיע, וואס דאס איז די ערשטע צוזאמטרעף צווישן די צוויי זינט אנהייב קריג.

בלינקען האט געזאגט פאר לאווראוו אז אמעריקע וועט ווייטער שטיצן אוקריינע, האט געבעטן רוסלאנד זאל צוריק דרייען פון זייער באשלוס צו סוספענדירן די START נוקלעארע אפמאך, און איבער דער ארעסטירטער מארין פאול וועלען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 10:34 am
א 24 שעה'יגע סטרייק קומט פאר אין גריכנלאנד דורך באן ארבעטער איבערן גאנצן לאנד, אין פראטעסט איבער די פאטאלע באן קראך וועלכע האט געקאסט די לעבנס פון 47 מענטשן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א העלישע פייער האט אויסגעבראכן אין א וואלקן קראצער געביידע וועלכע איז אונטער קאנסטרוקציע אין האנג קאנג.

IMG_20230302_130914_497.jpg
IMG_20230302_130914_497.jpg (51.56 KiB) געזען 17744 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער מעיאר פון קאלעדזש פארק, מערילענד, איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן מיט 56 ערנסטע אומעטישע קלאגעס.

ער האט רעזיגנירט פון זיין אמט און עס וועט אפגעהאלטן ווערן ספעציעלע וואלן פאר די פאזיציע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די קאנגרעס עטיקס קאמיטע האט געשטימט צו באשטימען אן 'אויספארשונגס סוב-קאמיטע' וועלכע וועט אויספארשן די באשולדיגונגען ארום רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דזשארדזש סענטאס.

IMG_20230302_150554_983.jpg
IMG_20230302_150554_983.jpg (132.22 KiB) געזען 17419 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די יוסטיץ דעפארטמענט האט היינט געזאגט פאר אן אפעלאט געריכט אז געוועזענער פרעזידענט טראמפ קען אנגעקלאגט ווערן פאר די שאדנס פון יאנואר 6.

אין אן אנקלאגע פון א צאל קאנגרעס מיטגלידער און קעפיטאל פאליציאנטן באשולדיגן זיי טראמפ אין די שאדן וואס זיי האבן געליטן יענעם טאג. טראמפ אדוואקאטן האבן גע'טענה'ט אז טראמפ קען נישט ווערן אנגעקלאגט דערויף צוליב פרעזידענטליכע אימוניטעט.

די יוסטיץ דעפארטמענט האט אריינגעשיקט א מיינונג צום געריכט אפווארפנדיג טראמפ'ס טענה, זאגנדיג אז טראמפ קען יא ווערן אנגעקלאגט דערויף.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 3:01 pm
די אפיס פון קאנגרעסיאנאלע עטיקס רעקאמענדירט אז די קאנגרעס עטיקס קאמיטע זאל דורכפירן אן איבערזיכט אויף קאנגרעספרוי אקאזיא קארטעז נאך וואס זיי האבן געפונען סובסטאנציאלע אורזאכן צו גלייבן אז זי האט אנגענומען אומערלויבטע געשאנקן און פארלעצט קאנגרעס רולס און פעדעראלע געזעץ.

IMG_20230302_173309_744.jpg
IMG_20230302_173309_744.jpg (102.64 KiB) געזען 16763 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער אונגארישער פרעזידענט זאגט אז זיין לאנד האט דערווייל נאכנישט געמאכט קיין באשלוס איבער אריבערפירן זייער אמבאסאדע אין מדינת ישראל פון תל אביב קיין ירושלים.

דאס קומט נאך וואס די טיימס אוו איזראעל האט באריכטעט אז אונגארן וועט אריבערפירן זייער אמבאסאדע קומענדיגע מאנאט, אין אן אקט פון ארטיגן פרעמיער מיניסטער וויקטאר אורבאן צו צייגן שטיצע פאר נתניהו.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ווייניגסטנס 17 זענען אומגעקומען און נאך פולע זענען פארוואונדעט געווארן ווען א מאסיווע פייער האט אויסגעבראכן אין א גאזאלין סטארעדזש סטאנציע אין אינדאנעזיע.

IMG_20230303_124335_014.jpg
IMG_20230303_124335_014.jpg (55.19 KiB) געזען 13693 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 17, 2023 3:50 am
דער דאקטער פון פרעזידענט ביידען זאגט אז דורכאויס זיין אונטערזיכונג אין פעברואר האט מען געדארפט אראפשניידן א קענסער געוויקס פונעם פרעזידענט, אבער ביידען האט נישט נאכדעם געדארפט צוקומען צו פרישע טריטמענטס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קאנגרעס ספיקער קעווין מעקקארטי וועט מארגן באזוכן אין שיכון סקווירא, וואו ער וועט צווישן אנדערע זיך טרעפן מיט האדמו"ר מסקווירא שליט"א.

IMG_20230304_202344_030.jpg
IMG_20230304_202344_030.jpg (99.12 KiB) געזען 12421 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

5 מענטשן זענען אומגעקומען אריינגערעכנט 2 קינדער אין רעזולטאט פון א שווערע פייער אין א הויז אין ראקלענד קאונטי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אמעריקאנער טשערמאן אוו די דזשוינט טשיף אוו סטעף, גענעראל מארק מילי, האט אפגעשטאט אן אומגעמאלדענעם באזוך אין א מיליטערישע באזע אין סיריע וואו אמעריקאנער טרופן האלטן זיך אויף.

דאס קומט נאך א קורצע באזוך וואס ער האט אפגעשטאט אין מדינת ישראל און זיך געטראפן מיט ארטיגע מיליטערישע באאמטע.

אין סיריע
אין סיריע
IMG_20230304_223152_207.jpg (121.71 KiB) געזען 12135 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פראגרעסיווע אקטיוויסט, מעריאנע וויליעמסאן, האט אפיציעל געמאלדן איר קאנדידאטור פאר 2024 פרעזידענטשאפט אויף די דעמאקראטישע טיקעט, ווערנדיג די ערשטע קעגנער פאר אמטירנדע פרעזידענט ביידען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

לערי האוגען, געוועזענער רעפובליקאנער גאווערנער פון מערילענד און שטארקער טראמפ קריטיקירער, האט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר פרעזידענט אין 2024.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

איטען מעלזער, א 24 יעריגער געוועזענער אמעריקאנער סאלדאט, איז פאראורטיילט געווארן צו 45 יאר טורמע, צוליב א פלאן וואס ער האט אויסגעארבעט צוזאמען מיט א נעא-נאצי גרופע אין וועלכע ער איז א טייל, צו אומברענגען אמעריקאנער טרופן אין א באזע אין טערקיי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רעפובליקאנער פרעזידענטליכער קאנדידאט דאנעלד טראמפ זאגט אז ער וועט זיך נישט ארויסציען פונעם פארמעסט פאר פרעזידענט אפילו אויב ער ווערט אנגעקלאגט, זאגענדיג אז דאס וועט ווארשיינליך הייבן זיינע נומערן אין די אנקעטעס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 04, 2023 8:24 pm
קאנגרעס ספיקער קעווין מעקקארטי מיט אדמו"ר מפארשעי ביי א פאנדרעיזינג אווענט פאר קאנגרעסמאן מייק לאולער אין מאנסי.

IMG_20230305_160612_919.jpg
IMG_20230305_160612_919.jpg (206.39 KiB) געזען 10108 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די FBI האט ארויסגעשטעלט א באלוינונג פון $50,000 פאר אינפארמאציע וואס וועט פירן צו די באפרייאונג פון 4 אמעריקאנער בירגער וועלכע זענען פרייטאג פארכאפט געווארן דורך באוואפנטע פארשוינען נאך וואס זיי זענען אריבערגעגאנגען די גרעניץ קיין מאטאמארעס, מעקסיקא.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ווייניגסטנס 35 זענען ארעסטירט געווארן נאך וואס לינקע ראיאטירער האבן אונטערגעצינדן א טראקטאר און פאראורזאכט א שווערע פייער און געווארפן ציגל און מאלאטאוו קאקטעילס אויף פאליציי אפיצירן ביי א פאליציי טרענירונג צענטער וועלכע ווערט געבויט אין אטלאנטא.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מאנטאג מארטש 06, 2023 12:03 pm
פון די 4 אמעריקאנער בירגער וועלכע זענען פארכאפט געווארן אין מעקסיקא זענען 2 געפונען געווארן טויט און 2 לעבעדיג. איינער פון די צויי לעבעדיגע איז פארוואונדעט. פאליציי האבן איינעם ארעסטירט, לויט דער מעקסיקאנער פרעזידענט.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום דינסטאג מארטש 07, 2023 12:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ווייניגסטנס 7 פאלעסטינער זענען אומגעקומען, אריינגערעכנט דער טעראריסט וועלכער האט ערמארדעט די 2 ברודער אין חווארה, אין א צה"ל אקציע אין דזשענין.

דורכאויס די אקציע האבן ארטיגע פאלעסטינער באוויזן אראפצושיסן א צה"ל דראון.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2023 2:03 pm
נאכן ערהאלטן טויזענטער שטונדן פון ווידעא רעקארדירונגען פון יאנואר 6, האט טאקער קארלסאן ארויסגעשטעלט די ערשטע טייל פון די יאנואר 6 ווידעאוס.

צווישן אנדערע זעהט מען וויאזוי פאליציי צייגט ארום די קעפיטאל געביידע פאר די פאפולערע "קיו ענאן שאמאן", און ווי ער באדאנקט זיך פאר זיי.

אין רעאקציע האט סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער גערופן צו דער פירער פון פאקס אז ער זאל נישט ערלויבן טאקער קארלסאן צו ווייטער ארויסלייגן די יאנואר 6 ווידעאוס.

רעפובליקאנער סענאט מינאריטעט פירער מיטשט מעקקאנעל זאגט אז עס איז א טעות פון פאקס ניוז אראפצולייגן וואס עס איז פארגעקומען אום יאנואר 6 אנדערש ווי די וועג וואס די קעפיטאל פאליציי לייגט עס אראפ.

ווייסע הויז פרעסע סעקראטאר אין רעאקציע צו די ווידעאוס האט געזאגט אז יאנואר 6 איז געװען די ערגסטע אטאקע אויף אמעריקאנער דעמאקראטיע זינט די ציווילע קריג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”