אויסערן מיניסטער פון איזראעל: איזראעל איז שאקירט פון די שאדן וואס איז געשען צו די דאמבע, טויזנטער אומשולדיגע ציווילע געפינען זיך אין א געפאר וועגן די געפערליכע שאדן, א אויסגעפלאנטע אטאקע אין אינפראסטרוקטור און אין מענטשן פאדערט א פארדאמונג פון די גאנצע אינטערנעשענעל קאמיוניטי, אונזערע מחשבות און תפילות זענען מיט די אוקריינער פאלק אין די שווערע מאמענטן (בעצם זענען די רוסישע אויך אין שווערע מאמענטן, ס'איז דאך אין רוסישע הענט, ווייסעך נישט)
אמעריקע האט אינטעלידזשענס אז רוסלאנד איז די וואס האבן אויפגעריסן די דאמבע, די גאווערמענט ארבעט צו דע-קלאסיפירן חלקים פון די אינטעל מ'זאל עס שוין קענען יעצט נאכמיטאג פארשפרייטן עמיחי שטיין
אפשאצונגען: טויזנטער מענטשן זענען פארשוועמט געווארן אין די פארפלייצונג, די שטאט אולשאקי איז אינגאנצן אונטער וואסער כאן 11
דזשאן קירבי, ספיקער פון די נאציאנאל סעקיוריטי אין די ווייסע הויז: אונז ווייסן אז ס'איז דא קעזשעלטיס, לויט ווי ס'זעט אויס, אסאך.
א סיניער נאטא אפישל זאגט צו CNN אז ס'פארמערן זיך די צייכענעס אז די קאנטער-אפענסיווע פון אוקריינע האט זיך שוין אנגעהויבן, און ס'איז דא א שטארקע שטייגונג אין די מזרח-אוקריינע שלעגערייען אין די לעצטע 48 שעה אסף רוזנצווייג
די באקאנטע ISW זאגט אז כאטשיג זיי האבן נישט קיין אינפארמציע ווער ס'איז געשטאנען אונטער די אויפרייסונג פון די דאמבע איז אבער מער מסתבר און מער קלארער צו זאגן אז די רוסן האבן עס פאראורזאכט.
אוקריינער סאלדאטן באריכטן אז זיי האבן געזעהן א רוסישע באזע און סאלדאטן אנטלויפן אימיטן פארפלייצט ווערן אין די באטראפענדע געגענטער אינעם מזרח חלק פונעם דינפרוי ריווער און אז סאיז דא געהארגעטע און פארוואונדערטע.