רוסישע ריפארטער סלעדקאוו טענהט אז צפון קארעא האט 50,000 עליטע סאלדאטן וואס זענען גרייט זיך אנצושליסן אין די רוסישע מיליטער קעגן אוקריינע, חוץ פון די 800,000 געהעריגע סאלדאטן. (דאס איז חוץ פון די 10,000 סירישע סאלדאטן וואס האבן זיך (געדארפט) אנגעשלאסן פאריאר).
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
אוקריינע האט היינט פארלוירען א האנט צי האנט שלאכט אין א טרענטש..
א ביבער (אן די הוט) האט זיך אריינגעכאפט און א טרענטש און דענעווירט די סאלדאטען, וויפיל מאל זיי האבען אים ארויסגעשלעפט ביים וויידעל און געטרייט צי ווייזען א אנדערע וועג, האט ער זיך געהאלטען ביי זיינס,
יעצט וויינט ער ווי א ביבער..
***
און מער ערנסטע נייעס
אוקריינע פאליציי האבען היינט פארשטארקערט זייער באמיאונגען צו עוועקואירען די לעצטע איינוואוינערס פון אווידיאיווקע
סווערט געשאצט אז סאיז פארבליבען קנאפע צוויי טויזענט מענטשען דארטען מערסטענס עלטערע און שוואכע וואס האבען נישט ווי צי גיין און די לאנג פארצויגענע מלחמה
***
לויד אוסטין האט היינט געזאגט ביי א פארהער אין קאנגרעס, אז ער האלט אז אוקריינע האט גוטע טשאנסען צי זיין ערפאלגרייך ביי זייער קומענדיגע קאנטער אפענסיווע, זיי גייען מן הסתם פארדינען דערויף,
נאך האט ער געזאגט, אז לויט ווי די אמעריקאנע מיליטער שאצט האט די אוקריינע מיליטער ביי זייערע שלאכטען ארום באקמוט און אווידיווקע קאמבענירט מיט אנדערע טאקטיקען דעפלידעט (ווייניג געמאכט/ אויסגעברענט) די רוסישע אמוניציע זאפאסען אויף א וועג וואס אמעריקע האט זיך נישט געחלומט אז סגייט געשען,
אונז באקומען באריכטען אז זיי האבען זיך געוואנדען פאר מאסען הילף פון קארעא און איראן,
***
מאלדאווע האט געמאלדען אז זיי האבען איינגעלאדענט קרעפטען פון ראמעניע בריטען און אמעריקע וואס זאלען איינטרענירען זייערע סאלדאטען,
***
לויט באריכטען האט מען געזען נעכטען גאנצע וואגאנען פון די גאר אלטע טי 62 טאנקען פארען אין רוסענלאנד און ריכטונג פון די אוקריינע פראנט,
רוסלאנד האט א געשאצטע 10 טויזענט שטיק דערפון רוב דערפון דארף מען פארעכטען,
ביי די אנפאנג פון די קריג האבען די מיליטערישע קעפ און די רוסען-לאנד ארויפגעלייגט אייזענע קעזשעס אויף די טאנקען זיי צו באשוצען פון די זשעוועלינס
יעצט וואלט איך זיי געראטן ארויפצישרייבען מיט ספרעי פעינט אויף זייערע אלטע טאנקען, לעפערד 2, 2023...
***
א אוקריינע נייעס קאנאל זאגט אז סאיז באקאנט געווארען אז נאך און דעצעמבער למספרם האט פעסקאוו געזאגט פאר זיינע נאנטע עליטע קנאקערס אז די מלחמה קען זיך ציען יארען!
***
די סאן באריכטעט אז אוקריינע ספעציעלע קרעפטען האבען חרוב געמאכט א רוסישע אנטי עירקרעפט קאמפלעקס מיט א קאמיקאזי דראון,
די פוטיזש איז געווארען ריליסד דורך די עס בי יו, און זיי האבען עס ווערעפייד
***
היינט איז געווען גאר העפטיגע שלאכטען און מאשין פייער אינדרויסען פון באקמוטע ווען אינמיטען האבען די וואגנאריסטען געדראפט א באמבעלע פון א דראון און פארוואונדעט אן אוקריינע זעלנער, די אוקריינע האבען אים עוועקואירט סוקסעפול אונטער א האגעל פון פייער
***
רוסישע מיליטערישע משפחה מיטגלידער רעדען זיך אפ אז א איינהייט אין די מיליטער נעמען אוועק אלע טעלעפאונס פון די סאלדאטען; וואס קומען לעצטענס אן קיין אוקריינע, כדי זיי זאלען נישט קענען פארציילען וואסארא שחיטות סקומען פאר אויף די רוסישע מיליטער,
די רוסישע רעקרוטען גנבענען אבער סעלפאונס פון די אוקריינישע, און אזוי קאלען זיי ארויס
נקדימון האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 8:36 am
א באן מיט אלטע T54 רוסישע טאנקען איז געזען געווארן ווי עס פארט אין רוסלאנד. א סך זענען ביי די מיינונג אז דאס ווערט געפירט צו אנטיילנעמען אין די קריג אין אוקריינע.
די T54 טאנקען איז אריין אין באניץ גלייך נאך די צווייטע וועלט קריג...
20230322_082947~3.jpg (389.74 KiB) געזען 4612 מאל
סאטעלייט בילדער באשטעטיגט אז רוסלאנד האט ארויסגעשלעפט א טאנק באטאליאן (ארום דרייסיג שטיק) פון אלטע T-55 טאנקען פון א פארריכטונגס באזע אינעם טיפן מזרח רוסלאנד, ערגעץ צווישן מיטן פעברואר צו מיטן מערץ
די טיימס ווייסט צו פארציילן אז אמעריקא שלעפט ארויס בערך 300 טויזנט 155 מילימעטער ארטילעריע רונדעס וואס זי האלט אויף אין מדינת ישראל צו שיקן פאר אוקריינע.
---
אמעריקא שיקט שוין מער וואפן פון מדינת ישראל זאפאסן ווי מדינת ישראל אליינס...
צוויי קלייניגקייטן וואס קומט מיר אין קאפ. קען זיין אמעריקא וויל אנגרייטן אוקריינע צו זיין אויסשטאפירט ביי זייער נעקסטע קאנטער אפענסיווע. לעצטנס איז דא שיינע פעקלעך מיט וואפנס און האפענטליך די זיצונג די וואך וועט ברענגן פירות. די אייראפעישע פון זייער זייט וועלן זייער מעגליך באקומען רשות פון דייטשלאנד פאר טאנקען און ענגלאנד האט שוין אויך געמאלדן שיינע פעקלעך וואס וועלן קומען בקרוב וכו'.
דאס אלעס איז שריט אין די ריכטיגע דירעקציע פון שיקן מער מאכטפולע וואפנס פאר אוקריינע.
נאך עפעס וואס איך טראכט איז, אז אפי' די מערב וועלט שטייט ווייטער צו די האנט פון אוקריינע און וויל געבן וואפנס איז "האבן די מעגליכקייט" צו געבן אויך עפעס וואס איז גאר וויכטיג.
נישט יעדער לאנד זיצט מיט זאפאסן פון וואפן צו שיקן קיין אוקריינע.
אמעריקא האט געמאלדן עטליכע חדשים צוריק אז זיי לייגן אריין כוחות צו הייבן די פראדוקציע און וועט פראדוצירן צוואנציג טויזנט 155 מילימעטער ארטילעריע רונדעס ביי די זומער און פערציג טויזנט רונדעס ביי יארע 2025.
גאנץ אייראפע פראדוצירט יערליך ווייניגער פון וויפיל אוקריינע האט פארניצט אין א האלבער יאר.
צו דאס איז א זאפארטיגע פראבלעם? יא. צו עס זיך אן יעצט אויף די מינוט? ניין.
אויב די קריג גייט אזוי אנגיין פאר ווער ווייסט ווי לאנג גייט מען דארפן שארף הייבן די פראדוקציע.
רוסלאנד פארמאגט אפשר אפילו שטערקער די פראבלעם. רוסלאנד האט פארניצט צוריק אין יוני הונדערטע טויזנטע רונדעס. פרובירנדיג צו דעקן די לאך פון זייער מאנסקראפט דעפעציט.
דאס איז ווארשיינלעך פארוואס זיי האבן היפש פארמינערט די באראזשן די לעצטע חדשים ווען זיי פרובירן צו שפארן וויפיל זיי קענען ביז זיי באווייזן צו פראדוצירן מער רונדעס.
די אמעריקאנער רעגירונג האט געמאלדן אז זיי גייען ארבעטן ווייטער צו פארברייטערן אמעריקא'ס מעגליכקייט צו פראדוצירן מער ארטילעריע רונדעס און וועט ביי יאר 2028 קענען פראדוצירן 85 טויזנט שעלס חודש'ליך.
לאמיר האפן די קריג וועט זיין א פארגאנגענהייט אין 2028.
אוקריינער זעלנער האבן אנגעגרייט א ווארעמע אויפנאמע פאר די רוסישע געסט. די אוקריינער זעלנער בעפאר זיי האבן געדארפט פארלאזן זייער געביידע אין באכמוט האבן זיי עס פארפעסטיגט מיט מינעס. א גרופע פון אכט-צען רוסישע זעלנער זענען אריין אינעווענדיג אין די געביידע איז ארויף אין פלאמען.
די וואגנער קעמפער האבן די לעצטע טעג איבערגענומען א טייל פון מאריאפאלסקע גאס אין באכמוט. מערב זייט אריבער די באכמוטיווקע טייך. אריינגערעכנט שולע נומער 5 אויפן מאריאפאלסקע גאס.
וואגנער פירער פריגאזין האט די טעג אפגעשטאט א באזיך צו זיינע קעמפער אין די שולע געביידע.
דאס איז גאנץ געוואגט/איינגעשטעלט פון פריגאזין. די שטח איז ווייניגער ווי א שפאן אוועק פון די אוקריינער פאזיציעס אין באכמוט. ווי ער וואלט גרינג געקענט באצאלן מיטן לעבן.