נקדימון האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 30, 2023 10:55 am
Jhon האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 30, 2023 10:47 am
פארוואס טאקע איז נישט קיין אפשאן אז די נעכטיגע דראון אטאקע איז אינערליך, און א פאן אטאקע כדי צו פארייניגן דעת הציבור אנטקעגן אוקריינע?
א טייל פון די דראונס זענען אידענטיפיצירט געווארן אלץ פרישע סארט אוקריינער דראונס וואס זענען הערשט לעצטנס באנייט געווארן.
אבער נאכמער. די טיפזיניגע פשט'לעך אז יעדע אטאקע אין רוסלאנד קענישט זיין אוקריינע און איז א פאלשע פאן אטאקע פון רוסלאנד אליינס האט שוין לאנג עקספייערד.
גרייטעך אן פאר א שטויס פרישע (בעיקר אבער נישט לימיטעד צו) דראון אטאקעס אויף רוסישע טעריטאריע גאוינג פארווערד...
איך האב געזען פריער איינעם שרייבן ענליך וואס כ'האב געשריבן אינדערפרי. מען טוט נישט קיין פאלשע פאן אטאקע פאר פאן (פאן אינטענדעט...) עס איז נישט קיין שפיל. און איז נישט ווערד טאמער עס ברענגט דיר נישט עפעס אין אויסטויש.
א פאלשע פאן אטאקע איז דא מיט א ספעציפישע ציל אדער פארשטארקערטע עסקולאציע. מען זאל קענען רעאגירן מיט וואס מען האט אין פלאן אדאנק די פאלשע אטאקע.
פוינט 1 דארף פירן צו פוינט 2.
מען פירט דורך א ריזיגע פאלשע פאן אטאקע צו קענען רעאגירן מיט עפעס אמביציעז אדער ברוטאל אויפן ארמיי פונעם שונא אדער אויף איר טעריטאריע געווענליך עפעס וואס מען וואלצעך נישט ערלויבט סתם אזוי און מען זיכט אן אויסרייד. מען מאכט א פאלשע פאן אטאקע צו קענען דערקלערן מארשעל-לאו אדער מאביליזירן די גאנצע לאנד וכו'.
דורכפירן פאלשע פאן אטאקעס וואס זאל זיך נישט מאטעריאליזירן צו עפעס איז רוב מאל נישט קיין פאלשע פאן אטאקעס. עס מוז נישט אייביג זיין די גרעסטע פארדינסט אבער עפעס דארף דיר עס ברענגן אין אויסטויש. עפעס דארפסטו טון אלץ שלב ב אדאנק די פאלשע אטאקע וואס איז שלב א.
כמעט יעדער אטאקע דאס יאר איז אלץ געווען פון די ערשטע רעאקציעס "זיכער איז עס א פאלשע פאן אטאקע פון די רוסן"... כהיום איז סך מער אנגענומען אז דאס איז דורכגעפירט געווארן דורך אוקריינע. אנגעהויבן פון בראנסק, ביז די קרעמלין אטאקע ביז בעלגאראד און נאך.
פאריאר בעיקר פאר רוסלאנד האט אנגעהויבן די אינוואזיע איז געווען א שיינע צאל פאלשע פאן אטאקעס מצד רוסלאנד אויף די לוהאנסק און דאנעצק רעפאבליק ראיאנען. פוינט 1 האט געפירט צו פוינט 2. רוסלאנד האט געשפילט אז מען אטאקירט איר און זי האט נישט קיין ברירה נאר צו אינטערנעמען די אינוואזיע צו דינאציפיצירן בלא בלא בלא.
עס איז צייט אז די ספאנטאנע "זיכער איז עס א פאלשע פאן אטאקע" רעאקציע זאל נעמען א שטיקל טינק.
אוקריינע האט די מעגליכקייט און וועט פרובירן א סך אקציעס. עס מיינט נישט עס וועט אלץ זיין סוקסעפול